ר' חיים צארטלס פון מאד - י"ז תשרי תר"ט

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

ר' חיים צארטלס פון מאד - י"ז תשרי תר"ט

תגובהדורך טהור-עיניים » דאנארשטאג נובעמבער 25, 2010 6:14 pm

ר' חיים צארטלס פון מאד איז געווען פון די ערשטע חסידים אין אונגארן, עס איז דא א בריוו פון ר' מענדעלער רימינוב'ער צו אים, פון דעם זעט אויס אז ער האט געהאט א שייכות מיט אים.

ער איז געווען דער מייסד פון דעם חסיד'ישען קלויז אין מאד.

ער איז געווען אן איידעם פון ר' מרדכי יפה-שלעזינגער, וועלכער איז געווען אן איידעם פון דעם לבוש.

אין נודע ביהודה איז דא א תשובה צו זיין טאטן ר' אליעזר, וואס כנראה איז ער געווען דער ערשטער רב אין שטאט קערעסטיר.

דאס אלעס וואס איך ווייס איבער דעם צדיק, און איך זוך נאך אינפארמאציע איבער אים.

אין בעלזא איז געווען א גרויס חשיבות אן אייניקל פון ר' חיים צארטלס, ווייסט איינער פארוואס?
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » דאנארשטאג נובעמבער 25, 2010 6:21 pm

טהור-עיניים האט געשריבן:ר' חיים צארטלס פון מאד איז געווען פון די ערשטע חסידים אין אונגארן, עס איז דא א בריוו פון ר' מענדעלער רימינוב'ער צו אים, פון דעם זעט אויס אז ער האט געהאט א שייכות מיט אים.

דא איז געדרוקט די בריוו http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... =&pgnum=80

נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » דאנארשטאג נובעמבער 25, 2010 8:17 pm

טהור-עיניים האט געשריבן:ער איז געווען אן איידעם פון ר' מרדכי יפה-שלעזינגער, וועלכער איז געווען אן איידעם פון דעם לבוש.

דער לבוש האט גענומען אן איידעם מיטן זעלבן נאמען ווי איהם?
לחיים ולברכה!

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » דינסטאג נובעמבער 30, 2010 2:30 am

נחמן נתן האט געשריבן:
טהור-עיניים האט געשריבן:ער איז געווען אן איידעם פון ר' מרדכי יפה-שלעזינגער, וועלכער איז געווען אן איידעם פון דעם לבוש.

דער לבוש האט גענומען אן איידעם מיטן זעלבן נאמען ווי איהם?


גערעכט, איך האב געמאכט א טעות, ר' מרדכי איז געווען אן אייניקל פון דעם לבוש, נישט קיין איידעם.
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

סייעתא דשמיא
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 17, 2010 9:35 am

תגובהדורך סייעתא דשמיא » זונטאג דעצמבער 19, 2010 12:11 pm

טהור-עיניים האט געשריבן:אין נודע ביהודה איז דא א תשובה צו זיין טאטן ר' אליעזר, וואס כנראה איז ער געווען דער ערשטער רב אין שטאט קערעסטיר.


די תשובה איז אין שו"ת נודע ביהודה מהדורא תנינא סימן עא http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=14662&hilite=523a2fd5-7aef-46a9-a60e-e08504657676&st=%d7%9c%d7%99%d7%96%d7%a8&pgnum=45

איך בין אן אייניקעל פון אים, דורך זיין אייניקעל ר' מנחם מענדיל פריעד (דער עלטער זיידע פון סענדר פריעד פון בעלזא)
איך ווייס נישט איב ר' מנחם מענדיל איז געווען די אייניקעל אדער זיין פרוי רבקה לאה
מיין עלטער פעטער האט געהייסען נאך איהם

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » דאנארשטאג דעצמבער 23, 2010 11:00 pm

סייעתא דשמיא האט געשריבן:

איך בין אן אייניקעל פון אים, דורך זיין אייניקעל ר' מנחם מענדיל פריעד (דער עלטער זיידע פון סענדר פריעד פון בעלזא)
איך ווייס נישט איב ר' מנחם מענדיל איז געווען די אייניקעל אדער זיין פרוי רבקה לאה
מיין עלטער פעטער האט געהייסען נאך איהם


הרה"ח ר' מנחם מענדיל פריעד ז"ל (ש"ז רבקה לאה) איז געווען א איידעם פון הרה"צ ר' חיים צארטיל'ס.
און אויב איר זענט שוין יא אן אייניקל פון אים, אפשר ווייסט איר וויאזוי די קינדער פון דעם ר' מנחם מענדל פריעד האבן געהייסן, און ווי האט דער ר' מנחם מענדל געוואוינט, מיט וואס האט ער זיך באשעפטיגט, וכדו'.
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » דינסטאג אוקטובער 08, 2013 11:13 pm

געהערט לעצטענס פון א חשוב'ן אייניקל א אינטערעסאנטע סיפור איבער ר' חיים'ן. אז ער איז אמאל געגאנגען אינאיינעם מיט ר' מאיר חסיד פון מאד (מוזכר בייטב לב, כמדומה לי בפרשת תולדות) קיין גאליציע, צום רבי'ן ר' אלימלך, און קיין אוקריינא צום רבי'ן ר' זושא, און געגאנגען זענען זיי דוקא צופיס, לקיים חייב אדם לקבל פני רבו ב"רגל".
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » דינסטאג אוקטובער 08, 2013 11:20 pm

די מצבה פון ר' חיים'ן אין בית החיים אין מאדא
צוגעלייגטע
chaim_tzurtels matzeva.jpg
chaim_tzurtels matzeva.jpg (5.22 KiB) געזעהן 2319 מאל
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

אוועטאר
הירשל ציג
שר מאה
תגובות: 230
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 26, 2009 12:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך הירשל ציג » דאנארשטאג אפריל 24, 2014 1:14 am

טהור-עיניים האט געשריבן:
הרה"ח ר' מנחם מענדיל פריעד ז"ל (ש"ז רבקה לאה) איז געווען א איידעם פון הרה"צ ר' חיים צארטיל'ס.
און אויב איר זענט שוין יא אן אייניקל פון אים, אפשר ווייסט איר וויאזוי די קינדער פון דעם ר' מנחם מענדל פריעד האבן געהייסן, און ווי האט דער ר' מנחם מענדל געוואוינט, מיט וואס האט ער זיך באשעפטיגט, וכדו'.


איך דענק אז הרה"ח ר' מרדכי פריעדמאן ז"ל מבערעגסאז-ירושלים מחותנו של הגה"צ ר' יוסף חיים זאנענפעלד זצוק"ל איז געווען אן איידעם פון ר' מנחם מענדל פריעד און זיין זוהן ר' מנחם מענדל פריעדמאן ז"ל מירושלים (חתנו של הגרי"ח ובעל הפירמע "אתרוגי מענדל פרידמאן ובניו) האט געהייסען נאך זיין זיידע ר' מנחם מענדל פריעד

דער ר' מרדכי פרידמאן האט געהאט צוויי טעכטער:
1 - רוחמה אשת ר' נחום ראטה מבתי נחום ראטה אין אונגארישע הייזער
2 - אסתר לאה אשת ר' זלמן זקס אביו של ר' עמרם זקס ר"י סלבודקה
הירשל ציג
בעל הבלוג "צירק געצעלט"
http://hirsheltzig.com

אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר חמש מאות
תגובות: 875
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

תגובהדורך יוסף פריעדמאן » דאנארשטאג סעפטעמבער 08, 2016 3:40 pm

איך האב לעצטנ'ס באקומען א רשימה מיט אסאך אייניקלעך פון ר' חיים צארטיל'ס און ר' מנחם מענדל פריד
אויב אמיצער וויל וויסן מערפרטים בנוגע צו די שושלת, וועל איך מיך פרייען צו ענטפרען.

יודל קליין
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 07, 2014 11:10 pm

תגובהדורך יודל קליין » דאנארשטאג סעפטעמבער 08, 2016 7:15 pm

טהור-עיניים האט געשריבן:די מצבה פון ר' חיים'ן אין בית החיים אין מאדא

דאס איז אין מאד אדער אין ניר-מאדא?
זה הקטן גדול יהי'

אוועטאר
הירשל ציג
שר מאה
תגובות: 230
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 26, 2009 12:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך הירשל ציג » דינסטאג יוני 20, 2017 6:53 pm

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:איך האב לעצטנ'ס באקומען א רשימה מיט אסאך אייניקלעך פון ר' חיים צארטיל'ס און ר' מנחם מענדל פריד
אויב אמיצער וויל וויסן מערפרטים בנוגע צו די שושלת, וועל איך מיך פרייען צו ענטפרען.

איר האט מער אינפארמאציע?
הירשל ציג
בעל הבלוג "צירק געצעלט"
http://hirsheltzig.com

אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר חמש מאות
תגובות: 875
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

תגובהדורך יוסף פריעדמאן » מיטוואך יוני 21, 2017 3:43 am

הירשל ציג האט געשריבן:
יוסף פריעדמאן האט געשריבן:איך האב לעצטנ'ס באקומען א רשימה מיט אסאך אייניקלעך פון ר' חיים צארטיל'ס און ר' מנחם מענדל פריד
אויב אמיצער וויל וויסן מערפרטים בנוגע צו די שושלת, וועל איך מיך פרייען צו ענטפרען.

איר האט מער אינפארמאציע?

יש לי קצת פרטים של שתים מבנותיו וצאצאיהם
א. מרת צירל דבורה רויטמאן, אשת ר' מיכאל ב"ר יחיאל רויטמאן
ב. מרת רבקה לאה פריד אשת ר' מנחם מנדל ב"ר אברהם יעקב פריד


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט