הגה"צ רבי אברהם שמואל שטערן זצ"ל ר"מ תורת חסד ד' כסלו

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

הגה"צ רבי אברהם שמואל שטערן זצ"ל ר"מ תורת חסד ד' כסלו

תגובהדורך שאץ מאץ » דאנארשטאג נובעמבער 11, 2010 3:50 am

לכבוד ד יארצייט פון מיין אומפארגעסליכע ר"י רבי אברהם שמואל שטערן זצ"ל ר"מ דישיבת תורת חסד ענגלאנד, וויל איך ארויף לייגן א מאמר וואס איך האב געשריבן ביני לבין עצמי אין דעם טאג וואס עס איר מיר אנגעקומען די בשורה איז דער ר"י איז נסתלק געווארן ואינינו כי לקח אותו אלקים

יום ב' לסדר ויצא יעקב יציאת צדיק מן המקום עושה רושם פנה הודה וכו' שנת תשס"ו לפ"ק, א שווערע טאג איז פאר כלל ישרא' בכלל און פאר אונז תלמידים בפרט, מיט די ביטערע בשורה פון די פטירה פון אונזער באליבטע און גרויסן ראש ישיבה רבי אברהם שמוא'ל בן ר' פנחס זעליג זצ"ל,
דער ראש ישיבה! דו ביסטו געוועהן אונזער רבי, אונזער טאטע, און אפילו אונזער חבר! פון ווי זאל מען אנהייבן שרייבן זכרונות? פון די שיעורים, פון די דרשות, פון די שמוסן, פון זיין בטחון, אבער ס'איז א הכרח צו שרייבן סיי וואס מ'געדענקט זאל דער דור וויסן וואס מיר האבן געהאט און וואס מיר האבן פארלוירן,

דעם ערשטן בליץ וואס האט געכאפט מיין הארץ איז געוועהן דער ערשטן ערב שבת אין די ישיבה (נאך זייענדיג אין שטאט אין לאנדאן), ווען דער ר"י האט פארגעלייגט דעם סדר היום האט ער געזאגט די בחורים וואס וואוינען דאהי גייען דאך דאווענען אין די בתי מדרשים ווי די טאטע'ס דאווענען אבער די אויסלענדישע בחורים בין איך דאך זייער טאטע וועל זיי אי"ה ווי איך דאווען דא אין ישיבה... און אזוי איז ער באמת געוועהן א טאטע במלא מובן המלא, געליינט דעם פנים און געשפירט דאס הארץ פון סיי וועלכע בחור אין סיי וועלכע מצב,

ער איז געוועהן דער ערשטע ר"י צווישן אונזערע קרייזן וואס האט פארשטאנען אז בחורים דארף מען געבן סיפוק און הנאה צו שפירן א טעם אין א מצוה, ער פלעגט זאגן, דעם בלאט גמ' וואס דו לערנסט אין ישיבה דאס וועסטו נישט איבער געבן פאר דיינע קינדער, אבער א ווארעמע שבת טיש א ברען צו א מצוה דאס וועלן דיינע קינדער זעהן ביי דיר, און טאקע דערפאר פלעגט ער לייגן א מורא'דיגן דגוש אויף שבתים, זינגען זמירות צוזאמען מיט א ברען, חביבות צו א מצוה,

א חנוכה אין ישיבה! אוי ווי נעמט מען צוריק יענע צייטן, ערב חנוכה אלע בחורים האבן געלערנט קדושת לוי די קדושת צום סוף ספר ווי דער קדושת לוי רעדט ארום בגודל קדושת ימי החנוכה, מיט וואס פארא טעם האט זיך געצינדן דאס ערשטע לעכטעלע טאקע אינעם ישיבה'ישן בלעכענעם מנורה...ביי די ניטאמאל גאנצע טירן און פענסטער...

א ערב שבת מיט דעם סדורו של שבת ווען מ'פלעגט מאכן א הפסקה צווישן מנחה אין קבלת שבת אין מ'האט זיך אנגעווארעמט אין חסידישע ספרים בעיקר מיט סידורו של שבת, די חברה קנין ספרים האט געהאט א באזונדערע ווינקל פאר סידורו של שבת'ן וואס איז געוועהן א קיימא לן פון איבער 100 שטיק פאר אלע תלמידים, ווען ער האט געפאדערט מ'זאל לערנען חסידישע ספרים פלעגט ער זאגט האלב פארשטייסטו און האלב פארשטייט דיין נשמה אפי' מען פארשטייט נישט עפעס א שטיקל חסידיש ספר אבער דיין נשמה פארשטייט, דער לכו נרננה מיטן לכה דודי האט אין אונז געברענט הלאוי זאל איך נאך איינמאלן אזוי טאנצן ווי אלץ בחור ביי מזמור שיר ליום השבת, בכלל יעדעס ניגון וואס מ'האט געזינגען איז געוועהן מיט געשמאק, צוזאמען די גאנצע ישיבה כאיש אחד בלב אחד, איך ווייס באמת נישט פארוואס איך בענק מיר צוריק צו די שבתים אבער דאס איז קלאר אז נישט צוליב די עסן ווייל עסן האט באמת נישט תופס מקום געוועהן שבת ביים טיש, (נישט די דינע סלייס געפילטע פיש און די מאגערע זופ און די פלייש וואס מ'האט אראפ געשטעלט איין טעלער אינמיטן טיש ווי יעדער האט אראפ געציפט לכבוד שבת....)

איינס פון די עיקר יסודות האט דער ר"י אראפ געשטעלט אז גשמיות זאלן נישט פארנעמען דעם עיקר מחשבה, און מ'קען זאגן אז ער האט דאס דורך געפירט 99 פראצענט אין ישיבה אז ס'איז באמת נישט אנגעגאנגען קיינעם נישט דאס עסן און נישט דאס שלאפן און נישט קיין באקוועמליכקייט'ן, ער האט באמת געווייכט פיצעריי ער האט דאס נישט געקענט פארליידן, נישט פשט אז ער האט ליב געהאט א שלאך אבער א בחור וואס האט אריין געלייגט קאפ אין מוח אין זיינע ברילן און פיאות האט ער ממש גע'רודף'ט, ער פלעגט זאגן א אמריקאנער בחור מיינט נישט ער וואוינט אין אמעריקא נאר דאס אמעריקא וואוינט ביי אים מיט דעם הבל היופי וכו',

ער האט באמת פארשטאנען יעדע בחור בתוך תוכיות וואס זענען זיינע כשרונות און וויאזוי דאס ארויס צוברענגען און וואס זענען די שטערונגען דערצו, ער פלעגט באמערקן אויף אינטרעסאנטע באמערקונגען וואס אנדערע זעהן נישט, ווי למשל ביי קריאת התורה פלעגט ער אלץ זיך איין קוקן אין די בחורים ווי אזוי זיי זענען עולה, ער האט מיר געזאגט אמאל אז פון די ברכת התורה האט ער ארויס א גרויס חלק פונעם תוכן פונעם בחור, ער פלעגט נאכזאגן פון זיין רבי'ן רבי אברהם ראנד ז"ל אז א בחור קען מען דערקענען ביים דאווענען, ווייל ביים דאווענען זעהט מען דעם יר"ש פונעם בחור,

איינמאל שוין אינעם נייעם בנין אין ביהמ"ד איז געוועהן די טיר גראד ארויס צו גיין אינדרויסן און פארשטייט זיך ווינטער ווען מ'פלעגט עפענען די טיר פלעגט אריין קומען א קעלט, האט ער מיר אמאל אנגעוויזן געב א קוק אויפן טיר וועסטו זעהן ווער ס'איז א בעל מדות, ס'קומט אריין א שטילע איידעלע בחור עפענט ער קוים די טיר און מאכט זעכער ווען ער קומט אריין אז די טיר זאל זיין צוריק פארמאכט, זאגט דער ר"י זעסטו דער בחור איז א בעל מדות ער רעכענט זיך מיט א צווייטן אז פאר א צווייטן איז אפשר קאלט, באלד דערויף קומט אריין א בחור א גאותן געט א פראל אויף די טיר מיט א ברייטקייט שפאצירט אריין אין ביהמ"ד לאזט די טיר אפן, זאגט דער ר"י זעסטו דער בחור האט נישט קיין שום מין מדות און מענטשהייט זיך צו רעכענען מיט צווייטן, ביי אזעלכע קלייניגקייטן ווען מ'כאפט זיך נישט וואס מ'טוט פלעגט ער באלד באמערקן וואס טוט זיך מיטן יעדן בחור אינעווייניג.

בכלל האט ער געהאט א כח ארויס צו ברענגען בחורים מיט זייערע כשרונות וועלכע בחור זאל האבן וועלכע אמט אין די ישיבה, אסאך מאל פרייטיג צונאכט'ס פלעגן מיר זעהן ווי דער ר"י דרייט זיך צווישן די טישן אין זיין בליק פאלט אויף א שטילע בחור און שיקט אים צו צום עמוד קבלת שבת, ווען דער בחור פלעגט טענה'ן איך קען נישט דאווענען פלעגט ער זאגן ווער זאגט די קענסט נישט אפשר קענסטו יא? פראביר אויס אז די קענסט טאקע נישט וועסטו נישט דאווענען נאכאמאל, מ'טאר נישט מורא האבן פאר קיין דורכפאל, אזוי האט ער געמאכט רוב ישיבה פאר בעלי תפלות ווייל זמירות קען דאך יעדער זינגען אויב אזוי פארוואס דאווענען פארן עמוד נישט? פשוט ווייל ס'פעלט רגילות און ער פלעגט מוטיגן די בחורים זאלן ארויס ווייזן זייערע כשרונות,

בכלל פלעגט ער שטארק פאדערן פון די בחורים מ'זאל האבן מיט געפיל מיט א צווייטן און פארשטיין א אנדערן מיט סבלנות און טראכט פון א חבר, ווען ער האט אמאל מעורר געוועהן וועגן דעם ענין האט ער געזאגט אז א בחור דארף טראכט אפי' אויף אזוי ווייט אז ווען ס'איז דא בחורים וואס שלאפן שוין ביינאכט אויב מאכט ער א גרודער וועקט ער אויף א צווייטן בחור און אויסער דעם וואס דאס איז גזל שינה זאל ער טראכט וואס איז ער גורם מיט זיין אויף וועקן דעם בחור, מארגן וועט דער בחור זיין מיד וועט ער דאך נישט מיטהאלטן דעם שיעור געהעריג, סוף וואכן וועט דאך פעלן דעם חלק פון דעם שיעור וועט ער נישט קענען ביים פארהער וועט ער דאך זיין צובראכן, די אנדערע וואך ווערט זיין חשק אראפ געקלאפט, אזוי קען די גאנצע זמן ווערן שוואך ביז ער קריכט אוועק פון די גוטע וועגן, אלעס איז טאקע השערות אבער ס'קען געשעהן אז פון זיין קלאפ אין טיר זאל דער בחור גליטשן..., עכ"פ מ'דארף אבער טראכטן אזוי!!, ס'קען זיין אז די ווערטער זענען געוועהן א שטיקל גוזמא אבער דער געדאנק אז מ'דארף טראכטן פון א צווייטן איז אריין אין די נשמה.

דעם בכל יום יהי' בעיניך כחדשים, איז געוועהן זיינע שטארקע יסודות, אריין געלייגט פרישקייט אין התחדשות, ווי למשל דעם פתיחת הזמן איז אייביג געוועהן ווינטער פ' ויצא אדער וישלח און אמאל שפעטער, ער פלעגט זאגן אז אנהייב זמן האט דאך יעדער בחור א חשק אבער נאך אפאר וואכן וועפט עס אויס דעריבער איז יעצט א צייט וואס מ'דארף זאגן א פתיחה כדי יעצט אנפאנגען פון דאסניי.

ווי גרויס זיין ליבשאפט צו תורה און חסידות איז געוועהן אזוי גרויס איז געוועהן זיין שנאה צו די שינוים אין די ישיבות ווי מ'האט געלערנט א פאלשע דרך הלימוד, ער פלעגט פארפירן מ'זאל אנהאלטן דעם דרך הלימוד פון חת"ס ותלמידיו, און ער האט טאקע אנגעהאלטן דעם לימוד הסוגיות ביי זיין כיתה, בכלל זיין כח התורה איז געוועהן פשוט און גראד ווי ס'שטייט כי הוא חייך ואורך ימיך דאס איז ער געוועהן די תורה איז געוועהן זיין לעבן און מיט דעם האט ער געאטעמט, אינמיטן שלאפן האט ער געקענט פארענפערן א ר' עקיבא אייגער, א קצות, א נתיבות, ער פלעגט צו שפרינגען פאר התלהבות און אש התורה, לולי תורתך שעשיעי אז אבדתי בעני איז די ריכטיגע אפטייטש אויף זיין לעבן, דאס האט געוויסט יעדע תלמוד אין א שווערע צייט אז מ'וויל אפהאקן די לעקטער אז מ'רופט אים אין קארט אדער אז די בחורים האבן נישט צו עסן און סתם די שטאט'ס דאגה'ס וואס איז געלעגן אויף זיינע פלייצעס, אין אלעם האט ער געטראפן א נחמה אין די תורה, דאס איז נישט קיין ווערטל דאס איז א אמת'ע פאקט אמאל זיצנדיג אין קארט פאר א שווערע משפט קעגן די ישיבה איז דער ר"י אנגעקומען אין קארט אן קיין לאויער מיט א גמרא און אזוי ווארטנדיג פארן קארט האט ער זיך פארגעקוקט דעם שיעור.....

דעם חובת הלבבות איז אים געשטאנען פאר די אויגן, ער איז געוועהן א לעבעדיגע מוסר ספר אין עניני אמונה ובטחון, ער איז געוועהן אזוי זיכער מיט זיין בטחון ממש ווי א בעל מדריגה, ווען אינספעקטאר'ס פלעגן אנגעקומען אין ישיבה וואס איז געוועהן א אפטע ערשיינונג,- זיי פלעגן אויסטיילן ציפקע צרות, ער פלעגט זיי אויף נעמען מיט אזא מין רואיגקייט כאילו ס'איז לגמרי נישט קיין פראבלעם, אמאל זענען די מארשל'ס געקומען כ'געדענק נישט צוליב וואס פארא חטא אבער ס'איז נישט געוועהן קיין בא'טעמטע עסק, דער ר"י איז זיי אקעגן געגאנגען געשמיסט העפליך פאדרייט זייער שמיס און שיינערהייט זיך ארויסגעדרייט.

די אמונה און בטחון האט ער ממש אריין געפלאנצט אין אונזערע הערצער, פשוט צו וויסן אז מ'דארף אנקומען צום באשעפער יעדע רגע, די תלמידים פון אונזערע צייטן ווייסן צו פארציילן בשעת ווען ס'איז נישט געוועהן מסודר דאס עסן פשוט ווייל ס'איז נישט געוועהן קיין געלט צו קויפן ברויט, האט דער ר"י איינגעפירט אויפן סמך פון א מעשה אז אין לאנדאן איז געוועהן א ראש ישיבה ר' משה שניידער ז"ל דער רבי פון הגאב"ד ירושלים הגרי"ט ווייס שליט"א און דער רבי פון ראב"ד ירושלים מהר"מ שטערנבויך שליט"א בשעת די מלחמה יארן ס'איז נישט געוועהן צו עסן אין ישיבה האט ער איין געפירט מ'זאל זאגן נאכן דאווענען שחרית קאפיל כ"ג ד' רועי לא אחסר וואס איז מסוגל לפרנסה און ממש באופן פלא פלעגן זיי האבן ברויט יעדן טאג אויף א אנדער אופן, אויף דעם ארויף האט דער ר"י איינגעפירט יעדן טאג נאך שחרית מ'זאל זאגן קאפיטל כ"ג און קאפיטל כ"ד פסוק בפסוק אלץ סגולה מ'זאל האבן ברויט פאר פרישטאג, מ'קען זאגן באמת אז אזא הנהגה האט אונז געמאכט שפירן די שטארקע אמונה אז מ'דארף אנקומען צום באשעפער פארן ביסן פון מויל עד כדי כך,

בכלל איז ער געוועהן באשאנקען מיט א זעלטענע חכמה און מיט מזל צוגלייך אזוי פלעגט ער זיך ארויס דרייען פון יעדע פלאנטער בנוגע די ישיבה, מיט זיין חכמה פלעגט ער ארויס העלפן אידן מיט עצות און הבאת שלו' בין איש לאשתו, צענדליגע אינגעלייט האבן באקומען הדרכה פון אים נאך די חתונה אויסגעשטעלט זייער לעבן אויפן גוטן וועג, ער האט מיטגעלעבט מיט א צווייטן מיט אזויפיל געפיל, ווי א ריכטיגע מיצר ודואג און זיך משתתף בצערתן של ישרא', זיין הארץ פלעגט אויסגיין ווען ער האט געזעהן א צווייטן איד בצער, ער האט זיך מקריב געוועהן צו טון א טובה פאר א איד, די סדר העולם איז בדרך כלל ווען א איד שפירט נישט קיין סיפוק אזוי ווייט אין תורה טוט ער חסד אין דארט שפירט ער א סיפוק, דער ר"י האט דאך געלעבט אין א שטיקל תורה און דאך האט ער זיך מוסר נפש געוועהן צו טון א טובה פאר א איד,

דאס אלעס וואס איך שרייב דא איז נאר על רגל אחת ביום פטירתו במקום הספד ווען ס'איז מיר געקומען די ביטערע בשורה אז דער ר"י איז אוועק האב איך אויף געמישט זכרנות וואס ליגט אין מוח,

אט האב איך דא אויסצוגן פון מיין הספד אויפן ר"י צווישן עטליכע חבירים תלמידי הישיבה,

באמת די פרשות וואס מ'ליינט דעי וואכן די לעבן פון יע"א זעהט מען יע"א פ' ויצא – וישלח אין דריי תקופות,
א) קודם זיין התמדה 14 יאר ביי שם ועבר, ב) אסאך יארן בבית לבן אויף געשטעלט דארט י"ב שבטי ק'ה, ג) און דעי וואך ווען יע"א קומט צוריק קיין א"י און ער מוז זיך באגעגענען מיט עשו,
אט דעי דריי תקופות האמיר געזעהן אין אונזערע צייטן ביים ר"י,

א) קודם 14 יאר געוועהן אין שטאט לאנדאן מיט התמדה יומם ולילה, כ'בין געוועהן א קינד איך האב געוואוינט בשכינות אין די ישיבה, די קול תורה וואס האט זיך ארויס געהערט איז לא יאון כי יסופר, א מנחה א מעריב מיט א פייער און א ברען וכו' וכו',

ב) נאכדעם איז געקומען די צווייטע תקופה, מ'פארט אוועק קיין חרן, א פארשטיפט מקום, צווישן פעלדער דארטן האט יע"א געפאשעט די שאף, און אויף געשטעלט די היי' שבטים, יע"א אליין האט געזאגט פאר לבן ווי ס'שטייט אין פסוק הָיִיתִי בַיּוֹם אֲכָלַנִי חֹרֶב וְקֶרַח בַּלָּיְלָה וַתִּדַּד שְׁנָתִי מֵעֵינָי, דאס אלעס האט יע"א מיט געמאכט בבית לבן,
אונז אלע תלמידים קען מיר זאגן עדות דערויף אינדרויסן אין ישיבה אין היטישין, ווינטער אין די קעלט, זומער אין די היצן, ווי וואלט אונז אויסגעהאלטן איין טאג אין די אומשטענדן אנעם ר"י אן זיין חיזוק אז תורה מתוך הדחק איז א מדריגה, און דוקא אין אזא מצב אויף געשטעלט שבטים, אוועק געשטעלט אזויפיל תלמידים אויף די פיס, מיט איין שמועס הדרכה האט געקענט באגלייטן א יאר,

ג) די דריטע תקופה איז פרשת עשו, די גוים האבן זיך פארלייגט אויף אונז, מ'האט געזעהן בחוש די ס"מ לאזט נישט צו דעי מקום תורה, און יענעם מצב ס'פלעגן קומען אינספעקטער'ס טאג טעגליך מיט כל מיני מסירות קעגן די ישיבה,
וואס האט דער ר"י געטון? ווי יע"א דעי וואך התקין עצמו לדורן לתפלה ולמלחמה,
לדורן, פארבירן צו שמירן די רעדער מיט זיין חכמה פארבירט צו פארדרייען זייער כוונה,
לתפלה, פלעגט אונז הייסן מתפלל זיין, זאגן פסוק בפסוק קאפיטל ק"מ, חַלְּצֵנִי ד' מֵאָדָם רָע, און פלעגט מעורר זיין ביי די דרשות אז אויף יעדע זאך דארף א איד בעטן אפי' אויף א קלייניגקייט, אריין געווארצלט וואס מיינט תפלה,
און דערנאך מלחמה, מלחמה האט געמיינט ביי אים אז מיט די מלחמתו של תורה קען מען בייקומען יעדע צרה, די גרעסטע מוסר פאר אונז איז געוועהן, ווען אונז האמיר געזעהן דעם ר"י אין אזא מצב שפרינגען אין די לופטן פארענפערן א ר' עקיבא אייגער, דאס איז געוועהן מלחמה,

יה"ר ער זאל זיין א מלית יושר פון אונז תלמידים, און פאר גאנץ כלל ישראל
לעצט פאראכטן דורך שאץ מאץ אום דאנארשטאג נובעמבער 11, 2010 4:14 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » דאנארשטאג נובעמבער 11, 2010 4:02 am

דער ר"י בעת שמחה
צוגעלייגטע
Picture 195.jpg
Picture 195.jpg (8.02 KiB) געזעהן 2651 מאל

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » דאנארשטאג נובעמבער 11, 2010 4:09 am

הנאהבים והנעימים בחייהם
דער ר"י זצ"ל מיט זיין שוועסטער קינד יבלח"ט דעם רבי'ן ר' שמואל בנימין קרויס שליט"א
צוגעלייגטע
Picture 350.jpg

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דאנארשטאג נובעמבער 11, 2010 4:20 am

ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22367
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג נובעמבער 11, 2010 6:02 am

סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג נובעמבער 11, 2010 8:05 pm

א שיינעם דאנק ר' שאץ-מאץ, ווארים ביז גאר. יהא זכרו ברוך!

אוועטאר
kyshtiper
שר שלשת אלפים
תגובות: 3025
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 11, 2013 4:31 pm

תגובהדורך kyshtiper » מיטוואך נובעמבער 22, 2017 9:54 am

היינט ד' כסלו איז די יארצייט פונעם אומפארגעסליכן ראש ישיבה זצ"ל
מרן אברהם שמואל ב"ר פנחס זעליג ז"ל
זכותו הגדול יגן עלינו ועל כל ישראל
דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(מיכאל שניטצלער - א נקודה'לע)

אוועטאר
האש שלי
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 26, 2018 1:15 pm
לאקאציע: אומאן

תגובהדורך האש שלי » זונטאג נובעמבער 11, 2018 3:29 pm

ארויפגעברענגט לכבוד די יארצייט מארגן, ווער עס האט מוסיף צי זיין מעשיות זאל ביטע שרייבן ייש"כ
בא לחזק ונמצא חוזק

אוועטאר
kyshtiper
שר שלשת אלפים
תגובות: 3025
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 11, 2013 4:31 pm

תגובהדורך kyshtiper » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 1:37 pm

היינט איז די יארצייט זי"ע
צוגעלייגטע
Capture.JPG
Capture.JPG (83.3 KiB) געזעהן 1423 מאל
דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(מיכאל שניטצלער - א נקודה'לע)

עבודת_הבורא
שר חמש מאות
תגובות: 582
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2011 4:37 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך עבודת_הבורא » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 2:58 pm

אוי מי יתן לנו תמורתו
איך באוויין אים יעדעס מאל ווען איך באגעגען מיך מיט אן פאל פון א בחור וואס ווערט אויסגעשפילט פונעם סיסטעם בלויז דערפאר וואס עס פעלט אים א גמרא קאפ, עס איז נישט געווען ביי אים א סיבה אין די וועלט וואס זאל לאזן א בחור שפירן ווערטלאז אין ישיבה, ועל כולם, ווען איינער וויל היינט (אפילו דעמאלטס) מאכן א ישיבה אז יעדער זאל קענען שטייגן באקומט עס א סטיגמע אין קיינער גייט מער נישט אהין, ער האט דאס יא באוויזן, א ישיבה ווי עס פלעגט זיין טיפע שיערים און עלי'שע בחורים מיט דעם אלעם איז קיינער נישט ארויס געפאלן.
מי יתן לנו תמורתו

אוועטאר
moishy56
שר שבעת אלפים
תגובות: 7120
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » זונטאג דעצמבער 01, 2019 1:17 pm

האש שלי האט געשריבן:ארויפגעברענגט לכבוד די יארצייט מארגן, ווער עס האט מוסיף צי זיין מעשיות זאל ביטע שרייבן ייש"כ

ארויפגעברענגט לכבוד די יארצייט היינט נאכט
ד' כסלו

גרינע בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 435
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 16, 2015 5:56 am
לאקאציע: אונטערן שאטן-ה' צלך

תגובהדורך גרינע בוים » זונטאג דעצמבער 01, 2019 1:22 pm

קומט פאר יעצט אן הכנסת ספר תורה לע"נ
עץ חיים הוא למחזיקים בה

אוועטאר
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1103
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » זונטאג דעצמבער 01, 2019 2:17 pm

אוי מי יתן לנו תמורתו.
באמת א חידוש פון א ראש ישיבה.
פון איין זייט אזא למדן א מוצלח.
פון די אנדערע זייט אזא פייער. א ברען וואס ער האט אריינגעלייגט אין די בחורים.
א כח דקדושה וואס האט מהפך געווען בחורים און דעם כח איז נכר אויף זייער גאנצען לעבן.

א תורת חסד בחור וועט קיינמאל נישט קענען זיך מגשם זיין אין א שבת. דאס הארץ וועט אים קלעמען אוי אכסוף נועם שבת

איד קענט מיר מסביר זיין ווי זוי מברענגט אריין א טעם אין שבת אין בחורים?
אן קיין אלקאהאל (נישט געווען אזא זאך אין ישיבה)
אן קיין בשר ודגים וכל מטעמים
א דינע סלייס ''געפילטע פיש'' און אויף די אנדערע זייט טעלער האט מען געלייגט א שטיקל פלייש מיט פערפל
די קידוש בייטאג איז געווען א הארט שטיקל לאקשאן קיגעל
אבער דעם רוחניותדיגע געשמאק. איז געווען לא יאומן. דאס דאווענען.די זמירות דער שלש סעודות. אויף מיר געווינטשען דאס נאכאמאל צו באלעבן. סאיז זיכער א כח דקדושה וואס ער האט משרה געווען אין ישיבה.
דאס ווארעמקייט מיט וואס ער האט ארומגענומען און געהאלדזד א נייער בחור וואס איז אריינגעקומען אין די ישיבה להאט אולמרט דער ראש ישיבה האט מיך ליב ער איז דא פאר מיר
די שיינע השקפה שיעורים פון די האלידעיס..די ימים טובים. אוי זכרונות.
זאל זיין זכות מגין זיין אויף אלע תלמידים
לעצט פאראכטן דורך סארקאזי אום מאנטאג דעצמבער 02, 2019 2:04 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

yoel2124441100
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 30, 2015 2:54 pm

תגובהדורך yoel2124441100 » זונטאג דעצמבער 01, 2019 2:29 pm

סארקאזי האט געשריבן:שטיקל פלייש מיט פערפל


זײער שײן געשריבּן

אגב,פארװאס געדענק איך נישט אז מ׳האט געגעיבּן שבּת א שטיקל פלײש? װעלכע סארט
מ׳האט קײנמאל נישט בּאקומען קײן בּאטאם אדער אפילו א שטיקל דערפון,נאר פליגלעך,פלײש בּאמבּעס,די הארטע אויסגעקלאפּטע

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1783
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » זונטאג דעצמבער 01, 2019 3:33 pm

סארקאזי האט געשריבן:
אן קיין בשר ודגים וכל מטעמים
א דינע סלייס ''געפילטע פיש'' און אויף די אנדערע זייט טעלער האט מען געלייגט א שטיקל פלייש מיט פערפל
די קידוש בייטאג איז געווען א הארט שטיקל לאקשאן קיגעל


חדא מתרצת חברתה!

טאקע פארדעם ווייל ס'איז נישט געווען גארנישט בגשמיות, האט מען זיך אזוי באלעקט ברוחניות.


סארקאזי האט געשריבן:
איד קענט מיר מסביר זיין ווי זוי מברענגט עדיין א טעם אין שבת אין בחורים?

אבער דעם רוחניותדיגע געשמאק. איז געווען לא יאומן. דאס דאווענען.די זמירות דער שלש סעודות. אויף מיר געווינטשען דאס נאכאמאל צו באלעבן.

אוועטאר
הבעש''ט
שר האלף
תגובות: 1240
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

תגובהדורך הבעש''ט » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 1:56 pm

תו''ח.PNG
תו''ח.PNG (175.24 KiB) געזעהן 405 מאל

אוועטאר
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1103
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 2:03 pm

yoel2124441100 האט געשריבן:
סארקאזי האט געשריבן:שטיקל פלייש מיט פערפל


זײער שײן געשריבּן

אגב,פארװאס געדענק איך נישט אז מ׳האט געגעיבּן שבּת א שטיקל פלײש? װעלכע סארט
מ׳האט קײנמאל נישט בּאקומען קײן בּאטאם אדער אפילו א שטיקל דערפון,נאר פליגלעך,פלײש בּאמבּעס,די הארטע אויסגעקלאפּטע

כמיין צו זאגען טשיקען
פלייש האב איך לכאורה נישט געגעסען די גאנצע דריי יאר וואס כהאב דארט געלערנט (חוץ אינדערהיים בין הזמנים)

אוועטאר
הבעש''ט
שר האלף
תגובות: 1240
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

תגובהדורך הבעש''ט » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 2:04 pm

img20190729_08424218.png
img20190729_08424218.png (618.26 KiB) געזעהן 397 מאל

גרינגער
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 18, 2019 4:27 pm

תגובהדורך גרינגער » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 3:37 pm

עס בענקט זיך
די עולם הישיבות געברויך גאר וויכטיג אזא מענטש

אוועטאר
הבעש''ט
שר האלף
תגובות: 1240
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

תגובהדורך הבעש''ט » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 7:22 pm

786.JPG
786.JPG (82.5 KiB) געזעהן 305 מאל

אוועטאר
הבעש''ט
שר האלף
תגובות: 1240
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

תגובהדורך הבעש''ט » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 7:24 pm

הכנס"ת לע"נ דער ראש ישיבה זצ"ל
https://ahblicklive.us20.list-manage.co ... 56c166c758


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 14 געסט