רבי שלמה קלוגער מבראדי זצ"ל - אדר"ח תמוז תרכ"ט

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

רבי שלמה קלוגער מבראדי זצ"ל - אדר"ח תמוז תרכ"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארד2007 »

נולד בשנת תקמ"ו

די וועלט זאגט אז ער האט געמאכט ספרים כמנין שלמ"ה, מען זעט היינט ווי מען האלט כסדר אין איין דרוקן ספרים פון אים על כל מקצועות התורה.
זיינע ספרים דענען א מפתח און א יסוד פאר אסאך בעלי דרשנים און רבנים.

דא איז דא א ליסטע פון זיינע ספרים און כת"י וואס איז געדרוקט דורך א אייניקל פאר איבער 100 יאר צוריק
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... 32&hilite=" onclick="window.open(this.href);return false;

עפעס א מעשה איז דא פארוואס ער איז קיינמאל נישט געווארן רב אין א שטאט, איך געדענק עס נישט מאמענטאל, ווער עס ווייסט זאל ביטע דערמאנען

אין זיינע ספרים ברענגט ער אויך פון תלמידי בעש"ט, הגם ער האט זיך נישט גערעכנט אלס חסיד, באקאנט איז אז ער איז געווען באזוכן ביי הרה"ק רבי מאיר מפרימישלאן, אבער דאכט זיך אז אין קהלת יעקב ברענגט ער דעם בני יששכר וואס איז געווען א בן דורו.
אזוי אויך איז דא אין קהלת יעקב (דאכט זיך יו"כ) דערמאנט ער דעם הסתלקות פונעם ישמח משה

זייער אינטערעסאנט צומאל אין זיינע תשובות ווי ער ברענגט ארויס צומאל זיינע טירדות, אויף א פלאץ שרייבט ער דעם לשון "אין לי פנאי לבלוע רוקי מרוב טרדותי"

זיינע שיעורים יעדן טאג איז געווען א בלאט אין שו"ע או"ח, שו"ע יו"ג, שו"ע אה"ע און שו"ע חו"מ

צוויי טעג א וואך האט ער מייחד געווען צו שרייבן חידודשי אגדה
לעצט פארראכטן דורך ווארד2007 אום זונטאג יוני 13, 2010 8:30 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

תודה רבה הרב הוורד, השי"ת שיצמח מזה 'גינת וורדים' לשמו וזכרו של הגה"ק מהרש"ק זצ"ל.

דער גרויסער גאון וקדוש ר' שלמה קלוגער איז פאררעכנט אין די היסטאריע פון רבנים ומחברים אלס איינע פון די גרעסטע שרייבערס ומחברים, זיינע פילצענדליגע חיבורים על כל התורה כולה זענען מעיד אויף א גדול בישראל כמעט א יחיד במינו, אז מ'קוקט אריין אין סיי וועלכע פון זיי תשובה ספרים טרעפט מען אן א זעלטענע בקיאות וחריפות בענעזאם, ממש בכל מכמני וחדרי התורה, פלאי פלאים און ווי דערמאנט איז מען ווייט פון פארטיג פון דרוקען זיינע חידושים, בעיקר דרושים לכל חפציהם וחידושים עה"ת ומועדים ע"י מכון חכמת שלמה תחת נשיאות האי מזכה את הרבים הרה"ח רא"ש ליפשיץ הי"ו.

זיינע תולדות באריכות איז געדרוקט אינעם ספר 'תולדות שלמה' און לעצטענס אריינגעדרוקט בספרו עה"ת 'אמרי שפר' החדש, ר' שלמה קלוגער האט געהאט צוויי זוהן;
1) ר' אברהם בנימין קלוגער מבראד בעמח"ס שערי בנימין
2) ר' חיים יהודה קלוגער (נפטר בחיי אביו, אביו מזכירו בהקדמתו לשו"ת טוטו"ד בחיים חיותו).

ר' שלמה קלוגער איז נישט געווען קיין רב נאר דער ראב"ד ומגיד מישרים אין ק"ק בראד ושם מנ"כ, ער איז געווען א לוחם מלחמות ה' און געפירט אסאך מערכות להגנת הדת ולהעמדתה על תילה, פון צווישען די חיבורים איז פארהאן עטליכע קונטרסים מיט הספדים אויף גדולי ישראל ובתוכם; אבל משה להספד מרן החת"ס והישיעות יעקב והחמדת שלמה מווארשא, זכרון ימי עברה - הספד על מהרצ"ה מזידיטשוב וכמה חלקים 'עין דמעה' להספיד גדולי דורו.
דער הייליגער צאנזער רב אין זיין ספר דברי חיים אויף שמות גיטין שרייבט הערות אויפן ספר חידושי אנשי שם למהרש"ק על שמות גיטין כאטש ער איז געווען מבני דורו.

בני ר' חיים יהודה בן המהרש"ק;
1) חתנו הבקי ר' אברהם סג"ל אייטינגא ב"ר יונה הלוי

בני ר' אברהם בנימין בן המהרש"ק;
1) ר' שלמה קלוגער מו"ל ספר 'ובחרת בחיים' מזקינו ומח"ס שיח שלמה להספד אביו רא"ב ז"ל
2) ר' יהודה אהרן קלוגער
3) מרת מרים אשת ר' אליהו הכהן טשערנאבלאלסקי נכד דור שישי למהר"ן כ"ץ מפוזנא
4) מרת שרה אשת ר' צבי הירש ווייסהויז

אינעם ספר שערי בנימין לרא"ב קלוגער איז פארהאן דער נוסח המציבה פון זיין זון ר' שלמה הנ"ל (נפטר בשנת תרצ"ב) וואס דער נפטר האט זיך אליינס פארגעשריבען, זייער אינטערעסאנט.
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24586
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

כידוע איז ר' שלמה קלוגער געוועהן נאנט מיט הה"ק ר' מאיר'ל מפרימשלאן זי"ע אין ער האט עטליכע מאל זיך געטראפן מיט איהם מען דערציילט אז ער איז געוועהן אמאל חרוב קראנק אין אדאנק די תפילות פין ר' מאיר'ל זי"ע איז ער געזונט געווארן עס איז דא א הספד וואס ר' שלמה קלוגער זאגט אויף ר' מאירל פרימשלאנער זי"ע
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
פינטעל
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 22, 2009 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פינטעל »

פון די דבר יום ביומו:

העלפט אונז טרעפן מנו"כ של גאון הגאונים רבי שלמה קלוגער זי"ע
ווער עס ווייסט פון איינעם וואס איז א אפשטאמיגע פון די שטאט בראד, אדער האט עפעס אינפארמאציע ווי און וואס מיר קענען נאכזוכען,
כדי מיר זאלען בע"ה קענען טרעפן מקום קברו, זאל ביטע אונז רופען וואס פריער 718-874-0176 און לאזט א קלארע מעסעדזש,
ולמצוה גדולה ייחשב!
לעצט פארראכטן דורך פינטעל אום זונטאג יוני 20, 2010 1:06 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

פינטעל,

איני יודע ווער דער 'אונז' איז, אבער מיר האבן א צייט צוריק זיך פארשטענדיגט מיט איינער פון די גרויסע עסקנים פאר די בראדער בתי חיים און אים צאמגשעטעלט מיט נכדו בא"ב לר"מ קריסניאפולר אב"ד בראדי בעמח"ס יד המאיר, וועלכער ארבעט אויף די בית החיים, פארבינדט אייך מיט מיר אין אישית פאר מער פרטים.
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

דאכט זיך אז ר' אברהם בנימין קלוגער בנו של המהרש"ק ליגט אין בודאפעסט, ער איז אהינגעגאנגען ביי די ערשטע וועלט מלחמה יארן, און ער מיט זיין פרוי זענען דארט נפטר געווארן.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אזוי? טאקע א חידוש, טא ברויך מען דאך קריגען א בילד פון די מציבה.
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

אין מאורי גליצי' האט ער א בילד דערפון, אבער די אריינגעסקענטע אין אוצר החכמה איז שוין אביסל אומקלאר.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

מומחה יוחס האט געשריבן:כידוע איז ר' שלמה קלוגער געוועהן נאנט מיט הה"ק ר' מאיר'ל מפרימשלאן זי"ע אין ער האט עטליכע מאל זיך געטראפן מיט איהם מען דערציילט אז ער איז געוועהן אמאל חרוב קראנק אין אדאנק די תפילות פין ר' מאיר'ל זי"ע איז ער געזונט געווארן עס איז דא א הספד וואס ר' שלמה קלוגער זאגט אויף ר' מאירל פרימשלאנער זי"ע


אין גליון קול התאחדתינו (יו"ל ע"י חסידי סאטמאר מהר"א בבני ברק) אין א שמועס צווישן אדמו"ר מהר"א שליט"א און הגאון ר' אורי פריינד שליט"א מירושלים, דעציילן זיי אז ס'זענען געווען מתנגדים וואס האבן געטענה'ט אז ס'איז קיינמאל נישט געווען א רבי ר' מאיר'ל מפרימישלאן זי"ע, נאר די חסידים האבן עס אויסגעטראכט. האט מען געזאגט אז ס'דא א פסק (די הספד פון) פון רבי שלמה קלוגער זי"ע אז ס'יא געווען א רבי מאיר'ל...
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
imzist
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 07, 2010 6:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך imzist »

אין איינע פון די הונדערט ספרים הקדושים בענדער, איז אריין געדרוקט א גאנץ ספר מיט תולדות פון רבי שלמה קלוגער. קאן זיין אז דאס איז דער תולדות שלמה הנ"ל.
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

imzist האט געשריבן:אין איינע פון די הונדערט ספרים הקדושים בענדער, איז אריין געדרוקט א גאנץ ספר מיט תולדות פון רבי שלמה קלוגער. קאן זיין אז דאס איז דער תולדות שלמה הנ"ל.


אין די נייע אמרי שפר האט מען עס געדרוקט מיט הגהות.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונקטליך »

שמעלקא טויב האט געשריבן:
מומחה יוחס האט געשריבן:כידוע איז ר' שלמה קלוגער געוועהן נאנט מיט הה"ק ר' מאיר'ל מפרימשלאן זי"ע אין ער האט עטליכע מאל זיך געטראפן מיט איהם מען דערציילט אז ער איז געוועהן אמאל חרוב קראנק אין אדאנק די תפילות פין ר' מאיר'ל זי"ע איז ער געזונט געווארן עס איז דא א הספד וואס ר' שלמה קלוגער זאגט אויף ר' מאירל פרימשלאנער זי"ע


אין גליון קול התאחדתינו (יו"ל ע"י חסידי סאטמאר מהר"א בבני ברק) אין א שמועס צווישן אדמו"ר מהר"א שליט"א און הגאון ר' אורי פריינד שליט"א מירושלים, דעציילן זיי אז ס'זענען געווען מתנגדים וואס האבן געטענה'ט אז ס'איז קיינמאל נישט געווען א רבי ר' מאיר'ל מפרימישלאן זי"ע, נאר די חסידים האבן עס אויסגעטראכט. האט מען געזאגט אז ס'דא א פסק (די הספד פון) פון רבי שלמה קלוגער זי"ע אז ס'יא געווען א רבי מאיר'ל...

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 92#p229592

מיללער האט געשריבן:זיינע תולדות באריכות איז געדרוקט אינעם ספר 'תולדות שלמה' און לעצטענס אריינגעדרוקט בספרו עה"ת 'אמרי שפר' החדש

imzist האט געשריבן:אין איינע פון די הונדערט ספרים הקדושים בענדער, איז אריין געדרוקט א גאנץ ספר מיט תולדות פון רבי שלמה קלוגער. קאן זיין אז דאס איז דער תולדות שלמה הנ"ל.

http://www.hebrewbooks.org/29169
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

שמעלקא טויב האט געשריבן:שטייט נישט קיין נאמען. גענומען פון גארליצער יזכור בוך, בערך זייט 120-130.

עס איז פעידזש 165, און איך זעה נישט דארט דערמאנט קיין שייכות מיטן מהרש"ק.
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

א לשון נורא פון מהרש"ק זצ"ל: ות"ל בלי התפארות אם הייתי זוכר כל מה שכתבתי מעולם לא היה שום הערה בעולם מה שלא הרגשתי בזה (האלף לך שלמה סי' שס"ז).
איש האמת
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 11, 2011 1:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האמת »

שמעתי אומרים על הגאון המהרש"ק, אז ער האט אסאך כותבים, וואס האבן געשריבען זיינע זאכן, לדוגמא אז ער האט געהאט א כותב וואס האט געשריבין זיינע זאכן אויף או"ח, וכן כותב מיוחד ליו"ד, וכו' וכן כותב מיוחד על דברי אגדה, וכו' וכו' על כל נושא היה לו כותב בפני עצמו , איז דעס אמת????

אויב יא, ווי אזוי שטימט עס אז אלס וואס מ'טרעפט, איז פון זיינע כתב יד???
אוועטאר
שיך
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 21, 2010 11:26 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיך »

איך מיין אז ר' שלמה קלוגער"האלט די רעקארד" - ווי עס גייט היינט דער אויסדרוק - אלס דער וואס האט געשריבן די מערסטע אין די געשיכטע פון אידישן פאלק.
אגב, זאגט מען אויף אים אז ער האט געקענט שרייבן מיט די צוויי הענט אויפאיינמאל און מיט יעדע האנט וועגן עפעס אנדערש. ווי ער זאל האבן צוויי מוחות. איז דאס אמת? ווייסט איינער דער מקור?
איש האמת
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 11, 2011 1:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האמת »

שיך האט געשריבן:איך מיין אז ר' שלמה קלוגער"האלט די רעקארד" - ווי עס גייט היינט דער אויסדרוק - אלס דער וואס האט געשריבן די מערסטע אין די געשיכטע פון אידישן פאלק.
אגב, זאגט מען אויף אים אז ער האט געקענט שרייבן מיט די צוויי הענט אויפאיינמאל און מיט יעדע האנט וועגן עפעס אנדערש. ווי ער זאל האבן צוויי מוחות. איז דאס אמת? ווייסט איינער דער מקור?


מה יפו פעמיך בנעלי"ם
ידוע אז מ'זאגט דעס נאך אויפ'ן הייליגען בני יששכר,
אז ער האט געקענט שרייבען מיט ביידע הענט, צוויי באזונדער זאכן, און האט געהאט צוויי מוחות, און הערן בקשות אויפ'ן זעלבע צייט,
כולי האי ואולי האט הגאון מהרש"ק אויך געקענט, אדער איר מישט?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35409
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

כבוד הרב אמת, א איד דרייט זיך נישט ארום מיט אזויפיל שאלות. והבין.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
איש האמת
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 11, 2011 1:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האמת »

farshlufen האט געשריבן:כבוד הרב אמת, א איד דרייט זיך נישט ארום מיט אזויפיל שאלות. והבין.


כבר היו לעולמים, ס'מאכט זיך, אז מענטשען טראכטן אויף מעשיות (וכן סגולות וכדומה) בדויים מן הלב, און נאכדעם פרעגט מען אויב ס'האט א מקור,
אפשר וועט זיי דער מזל מיט שפילען און מ'וועט טרעפען, ! און אפילו אויב נישט, וועט מען זען צו שאפן און מ'וועט צו קלעבן א מקור! וכהנה רבות!

בכלל זיי מפרש דיין והבין, איר שרייבט אביסעל "פארשלאפענ" הייט! שכויח
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

כבוד הרב פארשלאפן, הרב אמת איז גאלד גערעכט, אפשר ברענגט איר א מקור אז מהרש"ק האט געשריבן מיט ביידע הענט פון צוויי נושאים? ווי באוואוסט זאגט מען אזוי אויפן בנ"י און וועגן דעם איז ער אוועק יונג צוליב'ן אנגעשטרענגטן מוח, אזוי אויך דערציילט מען אז א פרוי האט זיך אפגערעדט אויף זיין זון דער צמח דוד אז ער שרייבט נישט אראפ אירע בקשות אזויווי זיין טאטע (ווי איז טאקע א מקור מוסמך דערצו?). אזוי אויך שרייבן די קינדער פונעם עצי חיים זצ"ל אין די הקדמה פונעם שו"ת אז ער פלעגט רעדן און שרייבן פון צוויי נושאים אויפאמאל. אבער אויפן מהרש"ק איז לפי ידיעתי נישט דא קיין שום מקור.

איש האמת האט געשריבן:שמעתי אומרים על הגאון המהרש"ק, אז ער האט אסאך כותבים, וואס האבן געשריבען זיינע זאכן, לדוגמא אז ער האט געהאט א כותב וואס האט געשריבין זיינע זאכן אויף או"ח, וכן כותב מיוחד ליו"ד, וכו' וכן כותב מיוחד על דברי אגדה, וכו' וכו' על כל נושא היה לו כותב בפני עצמו , איז דעס אמת????

אויב יא, ווי אזוי שטימט עס אז אלס וואס מ'טרעפט, איז פון זיינע כתב יד???

המהרש"ק האט אליינס געשריבן זיינע אלע ספרים, נאר תשובות האט געהאט א מעתיק וואס האט דאס איבערגעשריבן און געשיקט צום שואל (די ארגינעלע איז געבליבן ביי אים). אויך ווען ער האט געגעבן צו דריקן א ספר האט ער דאס געהייסן מעתיק זיין און שיקן די העתקה צום דריקער. ער שרייבט אליינס אזוי כמ"פ אין זיינע חיבורים. אלעס וואס מ'טרעפט היינט איז נאר בזכות זה וואס ער האט אלס געהאט ביי זיך אלעס וואס ער האט געשריבן.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35409
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

והמבין יבין.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

שיך האט געשריבן:איך מיין אז ר' שלמה קלוגער"האלט די רעקארד" - ווי עס גייט היינט דער אויסדרוק - אלס דער וואס האט געשריבן די מערסטע אין די געשיכטע פון אידישן פאלק.

בנוסף לזה האט יעדן טאג אויסגעזאגט גאנץ תהילים!
איך האב אמאל געהערט אז די סיבה פארוואס ער האט אויסגעזאגט תהילים יעדן טאג איז ווייל ער האט חתונה געהאט נאך די צוואנציג און ער האט יעדן טאג תשובה געטוהן אויף דעם, כ'ווייס אבער נישט ווי קראנט דאס איז, ווייל ער איז געבוירן חשון תקמ"ו ד.מ. אז חשון תקס"ו איז ער געווארן צוואנציג יאר, און אייר תקס"ז איז זיין שוויגער אוועק נאכדעם וואס ער האט געגעסן א שטיק צייט קעסט ביי זיין שווער און ער איז אוועק דאן האט זיין שוויגער אים אויסגעהאלטן ביז זי איז אוועק, און ס'זעהט נישט אויס אז דאס אלעס איז געשען אין איינס א האלב יאר.
איש האמת
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 11, 2011 1:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האמת »

אסאך פון זיין רייכע תולדות קען מען זען און דער זיסע ספר שיחת חולין,
וואס זיין אייניקעל רבי אברהם סג"ל איטינגא יכונה עטטינגער האט ארויסגעגעבן
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

איש האמת האט געשריבן:שמעתי אומרים על הגאון המהרש"ק, אז ער האט אסאך כותבים, וואס האבן געשריבען זיינע זאכן, לדוגמא אז ער האט געהאט א כותב וואס האט געשריבין זיינע זאכן אויף או"ח, וכן כותב מיוחד ליו"ד, וכו' וכן כותב מיוחד על דברי אגדה, וכו' וכו' על כל נושא היה לו כותב בפני עצמו , איז דעס אמת????

אויב יא, ווי אזוי שטימט עס אז אלס וואס מ'טרעפט, איז פון זיינע כתב יד???


דאכט זיך אז איר צומישט אביסעל,מען זאגט אויף ר' שלמה קליגר אז ער העט געהאט 4 מוחות,ער פלעגט שרייבען א תשובה אליינס און אין די זעלבע צייט פארזאגען 3 אנדערע תשובות פאר 3 כותבים.
איך האב שוין געזעהן א היפש פאר בריווען\תשובות וואס א כותב האט געשריבען און רש"ק האט נאר אינטערגעשריבען.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”