רבי שלום אליעזר הלברשטאם מראצפערט זי"ע-הי"ד - ט"ז סיון תש"ד

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

תולעת-ספרים
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 26, 2015 9:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תולעת-ספרים »

מיללער האט געזאגט:
פרוביר דא צו זוכן: http://szatmar.us/db/ortodox.html


יישר כח, אבער דארט שטייט NA, כלומר NO AVALABLE, ס'איז נישט דא.
אפשר ווייסט איינער ווער ס'איז געפארען דארט אין די לעצטע תקופה, אדער וואסט גייט פאהרען בע"ה.
אוועטאר
ויתן לך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויתן לך »

ווי איז די מקור אז די יארצייט איז ט"ז סיון
איך האב געהערט פון א איש זקן ז"ל אז לויט זיין חשבון איז ער אוועק שבועות
אבער עס איז מקובל אויף ט"ז סיון, קען זיין יענער האט א טעות
אוועטאר
המחפש
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 19, 2016 5:40 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המחפש »

ויתן לך האט געשריבן:ווי איז די מקור אז די יארצייט איז ט"ז סיון
איך האב געהערט פון א איש זקן ז"ל אז לויט זיין חשבון איז ער אוועק שבועות
אבער עס איז מקובל אויף ט"ז סיון, קען זיין יענער האט א טעות


ס'דא 2 דעות אין דעם.
די סיבה פון די 2 דעות ווייל רוב מענטשען פון ראצפערט זענען טאקע אוועק אום שבועות
אבער במציאות איז הרה"ק ר' שלום אליעזר זצוק"ל הי"ד אוועק אום ט"ו סיון.

אין וויליאמסבורג געפינט זיך נאך בינינו הרה"ח ר' עביר ראזנבערג שליט"א, וואס ער איז געווען צוזאמען מיט הרה"ק זצ"ל כמעט ביז די לעצטע מינוט און ער ווייסט קלאר אז ס'איז געווען ט"ו.
אטעטשמענטס
ראצפערטא.jpg
סוואליעווער אייניקל
שר האלף
תגובות: 1825
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 12, 2015 3:09 pm
לאקאציע: אין מערב אירופה

חתימת בנו ונכדו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סוואליעווער אייניקל »

איך האב געטראפן ביי מיר אינדערהיים א ספר מיט א חתימה:
"הק' חיים הלברשטאם"
אונטער באצירט זיך א שענערע אויסגעצויגענע חתימה:
מרדכי דוב הלברשטאם פון מישקולץ
וואס דאס איז געווען א זוהן פון ר' חיים דומ"ץ סאטמאר בן רבינו הק' מהרש"א מראצפערט זי"ע
אויב אזוי איז מסתבר אז דאס איז חתימת אביו ר' חיים הנ"ל.
קען איינער ארויפשטעלן ר' חיים'ס חתימה איך זאל קענען צוזאמשטעלן?
יישר כח
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24343
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

המחפש האט געשריבן:
ויתן לך האט געשריבן:ווי איז די מקור אז די יארצייט איז ט"ז סיון
איך האב געהערט פון א איש זקן ז"ל אז לויט זיין חשבון איז ער אוועק שבועות
אבער עס איז מקובל אויף ט"ז סיון, קען זיין יענער האט א טעות


ס'דא 2 דעות אין דעם.
די סיבה פון די 2 דעות ווייל רוב מענטשען פון ראצפערט זענען טאקע אוועק אום שבועות
אבער במציאות איז הרה"ק ר' שלום אליעזר זצוק"ל הי"ד אוועק אום ט"ו סיון.

אין וויליאמסבורג געפינט זיך נאך בינינו הרה"ח ר' עביר ראזנבערג שליט"א, וואס ער איז געווען צוזאמען מיט הרה"ק זצ"ל כמעט ביז די לעצטע מינוט און ער ווייסט קלאר אז ס'איז געווען ט"ו.


ליין בעסער איבער וועט איר זעהן אז ער זאגט אז איז געוועהן ט''ז די נאכט נאך ט''ו
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
the collector
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 11:25 pm

א בילד פונעם הויז פונעם צדיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך the collector »

איך האב אמאל געזען א בילד פון רש"א אן מענטשן אויפן בילד, האט דאס איינער?
קלאר מאכן
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 25, 2010 10:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאר מאכן »

איינער זאגט מיר אז אין דער יעצטיגער בעלזער קובץ אור הצפון חודש סיון האבן זיי עפעס א באשרייבונג לכבוד די יא''צ פין רבי שלו' אליעזר'ל נעקטסע וואך
בקשר פין דער פריעדיגער בעלזער רבי'ן רבי ישכר בער'ן זי'''ע מיט רבי שלו' אליעזר'ל זי''ע זייערדיג אין ראצפערט ..

קען אפשר איינער דא ארויף לייגן עס איז מיר זייער אינטערסאנט צו זעהן..

יישר כח
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24343
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

ארויף געברענגט לכבוד די הילולא קדישא
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מצבת הרבנית יוכבד רבקה רייכמאן בת רבי זושא'לע בן מהרש"א מראצפערט זצ"ל
בילד

וואו האט זי געוואונט, ווער זענען אירע קינדער?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35249
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מיללער האט געשריבן:מצבת הרבנית יוכבד רבקה רייכמאן בת רבי זושא'לע בן מהרש"א מראצפערט זצ"ל

וואו האט זי געוואונט, ווער זענען אירע קינדער?

פון משלחן מלכים - תשא פרה:

Capture.JPG

Capture1.JPG

Capture2.JPG
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

farshlufen האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:מצבת הרבנית יוכבד רבקה רייכמאן בת רבי זושא'לע בן מהרש"א מראצפערט זצ"ל

וואו האט זי געוואונט, ווער זענען אירע קינדער?

פון משלחן מלכים - תשא פרה:

Capture.JPG

Capture1.JPG

Capture2.JPG

כהאב עס געזען - קומט אויס אז עס איז פשוט א פארדריסליכער טעות אויף די מצבה אנשטאט ריינמאן שטייט רייכמאן

איז געבליבן קינדער פון די רביצין ריינמאן?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מצבת בעלה רבי אלימלך ריינמאן מנאראל ז"ל:
viewtopic.php?p=750102#p750102
בילד

צורת תואר פניו של רבי אלימלך ריינמאן מנאראל ז"ל - זיצנדיג אין צענטער (קרעדיט קאנאו)
viewtopic.php?p=84143#p84143
בילד
בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעטל »

איטשע האט געשריבן:בייגעלייגט איז א חלק פון א ברייו געשריבען דורך ר' בנימין זאב (וואלוויש) גרינוואלד, יליד נאנאש, אונגארן, כעת בברוקלין ניו יארק, אינעם שערי ציון.
נאכן ברענגען עטליכע עובדות וואס ער האט אליינס בייגעוואוינט ביי ר' שלום אליעזר'ל, שרייבט ער אזוי:

ו) וואס ס'איז ווייטער געוועהן מיט רבי שלום אליעזר'ל האב איך נאכדעם געהערט פון א איד פון מאטא-סאלקא (א שטאט צעהן קילאמעטער פון ראצפערט), וואס איך געדענק שוין נישט זיין נאמען.
ווי באקאנט האבן די דייטשע רשעים ימ"ש אויפגעשטעלט אין אוישוויץ א 'זונדער-קאמאנדא', דאס הייסט א גרופע אידישע העפטלונגען, וואס האבן זיך געצוואונגענערהייט אפגעגעבן מיט'ן אראפנעמען די אידישע קרבנות פון די בהמה-וואגאנען, אפפיהרן רח"ל צו די גאז קאמערן, אויסטוהן זייערע קליידערף או ןזיי אריינפיהרן אין די קרימעטאריומס. אין די ערשטע צייטווען איך בין אנגעקומען אהין, האבן זיי נאך געוואוינט אין לאגער אין בירקענוי, שפעטער האט מען זיי פלאצירט אינדרויסן פון לאגער. אפילו ווען זיי זענען נאך יא געווען אין לאגער, זענען זייערע באראקען געווען ארומגענומען מיט א צוים, אז קיינער זאל נישט האבן מיט זיין קיין קאנטאקט. אויסערדעם, האט מען יעדע דריי מאנאטן אריינגעפיהרט די קאמאנדא אין גאז קאמער רח"ל, און געשטעלט א פרישע זונדער-קאמאנדא.
אין אוישוויץ האט מען גערעדט אז דארט ביי דער זונדער-קאמאנדא קען מען באקומען עסן, ווייל זיי האבן געמעגט אריינברענגען וואס מ'האט געוואלט, מען האט זיי נישט צופיל בודק געווען, נאר אפגעציילט און געלאזט גיין. אמאל בין איך צוזאמען מיט נאך יונגלעך אריין צו די זונדער-קאמאנדא, כ'בין געגאנגען ברענגען עסן, האט מען אונז געכאפט און כ'האב פארדעם באקומען געזונטע שלעק אבער בנתיים איז צו מיר צוגעקומען דער מאטא-סאלקער יונגערמאן פון זונדער-קאמאנדא, און מיר דערציילט אזוי:
ווען רבי שלום אליעזר'ל איז אנגעקומען און מ'האט אים אריינגעפירט אינ'ם צימער וואו מען האט זיך אויסגעטוען די מלבושים, איידער מ'האט עם פארגאזט רח"ל, האט אים דער יונגערמאן באמערקט און אויסגעשריגען, געוואלד! דער רבי איז דא?! פרעגט עם רבי שלום אליעזר'ל, ווער ביסטו? זאגט ער איך בין א זוהן פון דעם און דעם (זיין טאטע איז געווען א גרויסע ראצפערטע חסיד) זאגט רבי שלום אליעזר'ל: איך דארף פון דיר א טובה, ווען עס וועט שוין זיין נאך אלעמען (דאס הייסט, ווען ער ועט שוין נישט זיין אויף דער וועלט), איידער מען וועט מיך אריינלייגן אין פייער אריין, בעהט איך דיר זאלסט מיך מתעטף זיין בטלית, און איך זאג דיר צו עולם הבא… דער איד האט טאקע אזוי געטוען, און וויבאלד עס איז אויך געווען זיין אויפגאבע ארויסצושלעפן די טויטע גופים פונעם גאז-קאמער און זי אריינפיהרן אין פייער אריין, האט ער איינגעהילט רבי שלום אליעזר'ל אין א טלית, און אזוי איז זיין הייליגער גוף פארברענט געווארן…
דאס האט דער איד דערציילט פאר מיר און פאר נאך איינעם, דעמאלטס ווען איך האב מיך אריינגעכאפט צו דער זונדער-קאמאנדא. דאכט זיך מיר אז דאס איז געווען ממש יענעם טאג וואס מען האט עם אונגעברענגט, אדער דער קומענדיגן טאג, אבער ער האט גערעדט פון א מעשה וואס האט ממש דעמאלטס געשעהן (איך האב דעם איד פון דעמאלטס אן מעהר נישט באגעגענט).

וועלכע שערי ציון איז דאס
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

מיללער האט געשריבן:מצבת הרבנית יוכבד רבקה רייכמאן בת רבי זושא'לע בן מהרש"א מראצפערט זצ"ל
בילד

וואו האט זי געוואונט, ווער זענען אירע קינדער?


איין טאכטער האט זי איבערגעלאזט, זי האט אין לאנדאן קינדער.
בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעטל »

אירע צוויי שוועסטער, כץ און בער זענען נאך דא?
ביליצר
שר מאה
תגובות: 236
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 07, 2016 6:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביליצר »

מרת חנה די טוכטר פון הק רב שלום אליעזר הי"ד, זי האט געהייראט בזיווג ראשון, אן אייניקל פון טוריסקער מגיד. בזיווג שני די ווייב פון הרב הק מנחם מענדל ראזנפעלד, ביסטריצער רבי, א זון פון הרב שלום ראזענפעלד (דער צווייטער), רב אין קאמינקא,

איינער וויס אפשר צו עס איז געבליבן קינדר פון רב מנחם מנדל רוזנפלד ביסטריצר רבי הי"ד??
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

איינע פון די טעכטער פון רבי זושא'לע מראצפערט האט חתונה געהאט נאך די קריג מיט הרה"צ בנש"ק רבי יואל בעער זצ"ל וועלכער האט שפעטער געוואונט אין בראזיל.

אין די ערשטע יארן נאך זייער האט רבי יואל ז"ל געוואנט אין וומ"ס, בייגעלייגט דריי באנזונדער בריוון פון יענע תקופה אין אנדערע יארן אויף צוויי באזונדערע אדרעסן; טעילאר סט. פולאסקי סט. און הארט סטריט


האט איינער א בילד פונעם ראצפערטער רבי'ן זצ"ל? ווען איז ער נפטר געווארן ואיה מקום מנו"כ?
אטעטשמענטס
chaimbloch00reel01_1013.jpg
chaimbloch00reel01_1013.jpg (72.1 KiB) געזען 3237 מאל
chaimbloch00reel01_1017.jpg
chaimbloch00reel01_1017.jpg (169.35 KiB) געזען 3237 מאל
chaimbloch00reel01_1020.jpg
chaimbloch00reel01_1020.jpg (203.39 KiB) געזען 3237 מאל
אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דונש »

מנוחתו כבוד איז אין בראזיל!

זיינע איידעמער זענען:
אב"ד טשערקאס מאנסי שליט"א
ר' חיים אלעזר ווייס שליט"א מ'חומעלניק מאנסי
און מ"מ ר' יצחק דוד הורווויץ שליט"א מ'ראצפערט בראזיל

אויב איך האב נישט קיין טעות לעבן נאך די צוויי שוועסטער לאוי"ט
זוכט איר דוי?
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

איז נישט די קרעטשניפער רבי פון רחובות אן איידעם דארט?
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1844
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילעך אידל »

חמרא טבא האט געשריבן:איז נישט די קרעטשניפער רבי פון רחובות אן איידעם דארט?

נעוואדע אזוי!
א בילד פון רבי'ן (ערשטע רעכטס) פון דא

און טאקע וועגן דעם זייענדיג א נאנטע קרוב, האט זיך מרן הברך משה זצ"ל זיך משתתף געווען ביי דעם חתונה בבגדי שבת.
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

דונש האט געשריבן:מנוחתו כבוד איז אין בראזיל!

זיינע איידעמער זענען:
אב"ד טשערקאס מאנסי שליט"א
ר' חיים אלעזר ווייס שליט"א מ'חומעלניק מאנסי
און מ"מ ר' יצחק דוד הורווויץ שליט"א מ'ראצפערט בראזיל

אויב איך האב נישט קיין טעות לעבן נאך די צוויי שוועסטער לאוי"ט

עס פעלן דא עטליכע - געהאט בערך 10 קינדער שליט"א לויט וואס איך געדענק, ובתוכם בנו (יחידו?) ר' זושא בבראזיל.
ר' אליעזר שנעעבאלג מעדזשווער (לאנדאן) איז אויכעט איין איידעם.
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

בנו יחידו רבי זושא
אדמו"ר מקרעטשניף
אב"ד עדזשווער
אדמו"ר מקארלסבורג מאנטריאל
אב"ד טשערקאס
אב"ד ראצפערט בראזיל
אב"ד חאמעלניק
אדמו"ר מקליוולאנד וומסב"ג
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

דונש האט געשריבן:מנוחתו כבוד איז אין בראזיל!

א בילד פון די מצבה האט עמיצער?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35249
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

חמרא טבא האט געשריבן:בנו יחידו רבי זושא
אדמו"ר מקרעטשניף
אב"ד עדזשווער
אדמו"ר מקארלסבורג מאנטריאל
אב"ד טשערקאס
אב"ד ראצפערט בראזיל
אב"ד חאמעלניק
אדמו"ר מקליוולאנד וומסב"ג

הרב ר"מ שנעעבאלג, האניפאלי, וויליאמסבורג.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דונש »

איך האב אמאל געהערט אז די מצבה איז ממש ליידיג, ס'שטייט גארנישט אפילו נישט די נאמען,

די פראבלעם איז אז איך האב עס שוין געהערט סאך מער פון 20 יאר צוריק און ס'קען זיין אז מיין זכרון נארט מיר.
זוכט איר דוי?
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”