הרה"ח ר' משה הירש ז"ל י”ח סיון - ל”ג בעומר - תש”ע

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

הרה"ח ר' משה הירש ז"ל י”ח סיון - ל”ג בעומר - תש”ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

איך בין נישט קלאר אין וועלכען אפטיילונג דאס קומט לייג איך עס דא, און איך וועל בעטן די מנהלים זאלן עס אריבערפירן אויפן ריכטיגן ארט

אינעם הייטיגן ל"ג בעומר איז נפטר געווארן אין ירושלים הרב ר' משה הירש ז"ל.

ר' משה הירש איז געווען א תלמיד בית מדרש גבוה ד'לעיקוואוד, וואו ער האט געלערנט ביי ר' אהרן קאטלער זצ"ל, און איז געווען פאררעכנט אלס איינער פון די גאר חשוב'ע תלמידים (דאס האב איך געהערט נאך יארן צוריק פון צוויי אנדערע לעיקוואודער תלמידים וועלכע האבן נעבעך באוויינט אז ער איז נישט אויסגעוואקסן א גדול בישראל ווי מען האט דעמאלס פארגעזען).

ר' משה איז געווארן א איידעם ביי הרה"צ ר' אהרן קאצינעלנבויגן זצ"ל, דער רב און מנהיג פון די קהילה און מוסדות תורה ויראה אין ירושלים, אדער בעסער באוואוסט אלס די נטורי קרתא.

ר' משה איז געווארן א תלמיד פון זיין שווער אין די שיטה פון נטורי קרתא און האט שפעטער אליינס אנגעפירט מיט פילע א קטיוויטעטן אויפן דעם פראנט. ער האט געהאט אסאך קעגנער, אבער איז געווען זייער שטארק בדעתו אז ער טוט א ריכטיגע זאך, און האט זיך פון קיינעם נישט אפגעשראקן.

איינער פון די תלמידים פון לעיקוואוד מיט וועמען איך האב אמאל גערעדט וועגן אים, האט מיר פארציילט אז יארן צוריק איז ר' משה געווען דא אין אמעריקא, און איז געגאנגען נאך געלט, און איז געגאנגען צו אן אנדערן לעיקוואודער תלמיד, מיט וועמען ער האט צוזאמען געלערנט און געווען גאר נאנט אין ישיבה, יעצט איז יענער געווען א גרויסער גביר און ר' משה איז צו אים געגאנגען נאך געלט. אבער ווען יענער האט געעפנט דעם טיר און געזען ר' משה האט ער זיך געמאכט ווי ער ווייסט נישט ווער ער איז, און ר' משה האט אים דערמאנט, געדענקסט מיך נישט, איך בין דאך משה הירש, מיר זענען געווען אזוי נאנט אין ישיבה.

אבער יענער איז אריין אין א כעס און אים אנגעשריגן, א איד וואס האט מורד געווען אין דרך פון אונזער רבי'ן וויל איך נישט קענען, און האט אים צוגעהאקט דעם טיר אין פנים אריין.

ר' משה איז אוועק מיט א שיינענדיגן פנים פאר שמחה, אז ברוך השם ער האט געקענט מקריב זיין עפעס פאר זיין קנאות. ער איז באמת געווען פרייליך.

ער איז אויך געווען באווואסט אלס דער מיניסטער פאר אידישע אנגעלעגנהייטן אין דעם פאליסטינער רעגירונג.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

יא, טאקע פארגעסן צו זאגן. ער האט געהאט די כאראקטעריסטישע שטריכן פון עכטע קנאים, א גרויסער מכניס אורח, און א געוואלדיגער בעל חסד, פאר יעדן איינעם, ער האט נישט געפרעגט צו מען איז א קנאי אדער א ציוני, דאס האב איך געהערט פון א שכן זיינער, א ווייסער סלאנימער (וועלכע געהערן צום אגודיסטישן לאגער, און זענען זייער אויסגעשפראכן קעגן די נ"ק שיטות).
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3306
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

hirsh.bmp
hirsh.bmp (184.43 KiB) געזען 6999 מאל


עם להבדיל אלף אפלי הבדלות, צורר היהודים, יאסיר ארפת ימ"ש
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

ער האט אים נאר אריינגעלאזט מיט די סארט ברילן? אדער ער איז אלעמאל אזוי געגאנען?
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אריאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אריאל »

עס זעט אויס ווי זיי לערנען בחברותא דעם דף היומי.
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

פאטאקי08 אין בד"ה אשכול האט געשריבן:אין בחדרי חרדים זאגן זיי אז ער האט געלערנט אלס בחור מיט מאיר כהנא און מיט שלמה קארליבאך, שפעטער זענען זיך די דריי צוגאנגען אויף דריי באזונדערע וועגן.

די 4 זענען אלץ בחור געשלאפן אין איין צימער אין די דארמיטארי אין לייקוואד ישיבה, (דער פערטער איז געווען ר' אלי' שוויי ז"ל -דאכצעך.) און ס'איז ידוע אז ר' אהרן ז"ל האט געזאגט עפעס אז די פיר וועלן וואקסן גרויסע (יעדער אויף זיין שטייגער) אדער עפעס ענליך.
ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארעסטאנט »

אויב כ'האב נישט קיין טעות איז יואלי פריעדמאן, דער וואס אויף וועם מ'איז מעיד אז די קרעטשמע וואקסט גרויס אדאנק אים, איז אויך געשלאפן אין יענעם צימער אז נישט איזעס געווען א צימער ארויפצו. גרויזאמער וועט בעסער דענקן די זאכן.
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

ער איז געגאנגען אזעלכע ברילן, זייט איינער האט אים אמאל אויסגעשאסן אן אויג, ביי איינע פון די מערכות וואס ער האט געפירט אקעגן די מדינה
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

דא איז א בילד פון הרב משה ע"ה.
אגב, ווי אלט איז ער געווען?
אטעטשמענטס
moshehirsh.jpg
moshehirsh.jpg (14.26 KiB) געזען 6700 מאל
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

ער איז געווען 79 יאר.
bobke
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2009 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bobke »

He was 86
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

איר זענט מחולק מיט ראביי האפמאן אויף VIN, ער שרייבט
On LaG BaOmer today, Rabbi Moshe Hirsch, the leader of the Neturei Karta organization passed away at the age of 79 at his home in Meah Shearim after a long illness.
bobke
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2009 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bobke »

AP says he was 86
אוועטאר
יענקל
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 31, 2009 7:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקל »

משיח האט געשריבן:
hirsh.bmp


עם להבדיל אלף אפלי הבדלות, צורר היהודים, יאסיר ארפת ימ"ש


ס'קוקט נישט אויס אז ער האט זיך געהאלטן אזוי ווייט פון איהם, אפשר דארף מען נישט שרייבן "להבדיל אא"ה"???
אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2995
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהת »

.
אטעטשמענטס
20091025_23295715988_משה הירש עם חבר - ערוך.JPG
20091025_23295715988_משה הירש עם חבר - ערוך.JPG (29.82 KiB) געזען 6276 מאל
Normal is just a setting on the washing machine
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3306
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

יענקל האט געשריבן:
משיח האט געשריבן:עם להבדיל אלף אפלי הבדלות, צורר היהודים, יאסיר ארפת ימ"ש


ס'קוקט נישט אויס אז ער האט זיך געהאלטן אזוי ווייט פון איהם, אפשר דארף מען נישט שרייבן "להבדיל אא"ה"???


מ'זאגט נאך פון צדיקים, אז אפילו די ערגסטע איד שטייט טויזענט מאל העכער ווי די בעסטע גוי.
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

ווער גייט ווערן דער אידישער מיניסטער אין פאלעסטינע?
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונקטליך »

דער וואס שטייט אין בעק צווישן זיי צוויי איז נישט סאדאם כאסעין (היה מלך בבל)....
קוקט אויס ענדליך צו דעם בילד
אטעטשמענטס
images.jpg
images.jpg (3.2 KiB) געזען 6121 מאל
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

יוסלמאן האט געשריבן:איר זענט מחולק מיט ראביי האפמאן אויף VIN, ער שרייבט
On LaG BaOmer today, Rabbi Moshe Hirsch, the leader of the Neturei Karta organization passed away at the age of 79 at his home in Meah Shearim after a long illness.

מיין מחותן האט געזאגט פאר מיין זוהן אז ער איז אלט געווען 86.
ער האט געלערענט צומאנען מיט אוהם און איין תקופה ביי ר' אהרן זצ"ל און לעיקוואד
the SCY is the limit
אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונקטליך »

שר בפלישתים
אטעטשמענטס
orig_58224818FB4A411B83504B99FF048C7E.jpg
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!
פרייליכערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייליכערהייט »

פונקטליך האט געשריבן:דער וואס שטייט אין בעק צווישן זיי צוויי איז נישט סאדאם כאסעין (היה מלך בבל)....
קוקט אויס ענדליך צו דעם בילד

ווארשיינליך איינס פון סאדאם'ס דאפעלטע, אפשר די וואס מען האט געהאנגען!
אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 969
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך verveist »

האבען די פאליסטינער אראפ געלאזט אויף האלב די פענער? אדער כאטש ארויסגעגעבען א סטעיטמענט פין טרויער לכבוד זײער מינסטער?
אויך האט אײנער פרטים פון די לװי׳? װער עס האט מספיד געװען ? װי מען האט עם געלײגט א.ד.ג.?
אריאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אריאל »

דא האט איר בילדער פון די לוויה http://2424.co.il/news_read.php?n_id=3243&cat_id=4
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

איך פארשטיי נישט פארוואס מען מאכט חוזיק פון אים, ער האט געטיען די זעלבע זאך וואס ר' מיכאל בער ז"ל מיט די דייטשן, ער האט זיך געחנפעט כדי זיי זאלען נישט הארגענען קיין אידן
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
טרעגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טרעגער »

דארפסמאן האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פארוואס מען מאכט חוזיק פון אים, ער האט געטיען די זעלבע זאך וואס ר' מיכאל בער ז"ל מיט די דייטשן, ער האט זיך געחנפעט כדי זיי זאלען נישט הארגענען קיין אידן


זינט ווען האט ר' מיכאל בער גע'חונפט די דייטשן, ער האט זיי משחד געוועהן, האט ער אבער פארט נישט אויפגעטרעטן אינעם רייכסטאג פארלימענט.

אויך נישט געטרויערט היטלער'ס פגירה.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”