בלאט 6 פון 8

א שיינע מעשה פונעם צדיק

געשריבן: פרייטאג מארטש 11, 2016 12:18 am
דורך the collector
ווי אזוי איז דער הייליגער קאלובער נתקרב געווארן צו חסידות דערציילט דער וועלט: אז דער באהאלטענער צדיק רבי ליב שרה'ס זי"ע, א תלמיד פון הייליגען בעל שם טוב הק' זי"ע, איז אנגעקומען אויך קיין אונגארן, און ער האט מקרב געווען רבי אייזיק'ל קאלובער צו חסידות און געלערנט מיט אים א דרך בעבודת השי"ת.
רבי ליב שרה'ס האט ווי באקאנט, פיל עוסק געווען אין פדיון שבוים, אויסצולייזן געפאנגענע און צו באפרייען פארשלאסענע אין טורמעס. ער פלעגט אויך פאָרן פון איין ארט צום אנדערן מפרנס זיין די ל"ו צדיקים נסתרים. פלוצים און אומפארהאפט פלעגט ער אנקומען אין פארווארפענע ערטער, בעת עס איז דארט נחוץ געוועהן א גרויסע ישועה, און גלייך נאכדעם ווי ער האט דורכגעפירט דאס זייניגע איז ער גלייך נעלם געווארן ועקבותיו לא נודעו.
אין איינער פון זיינע וואנדער וועגן איז רבי ליב שרה'ס אנגעקומען אויך קיין אונגארן. גייענדיג אויף א פוסט פעלד הינטער די טאקאיער בערג, נעבן א וואסערל, האט ער דארט דערזעהן א קליין אכט יעריג קינד, וועלכער געבט אכט אז די גענז זאלען זיך נישט צו ווייט פארשפרייטען. דאס אינגעל איז געזעסען און געזונגען שיינע לידער מיט גרויס מתיקות. רבי ליב שרה'ס האט גלייך דערפילט א שיין פון א הויכע נשמה אינעם קינד, און ער האט באשלאסען צו נעמען דאס קינד צו זיך.
האט זיך רבי ליב שרה'ס געוואנדען צו אים – פארוואס דארפסטו פאשען גענז, און פארוואס לערנסטו נישט אין חדר?
ווייל מיין מאמע איז אן ארימע אלמנה, און איז נישט ביכולת צו צאהלן פאר'ן מלמד דעם שכר לימוד. און איך דארף צוהעלפען צו דער פרנסה אינדערהיים – האט דאס יונגעל געענטפערט.
רבי ליב שרה'ס האט זיך צעשמועסט מיט דעם קינד, און אלץ מער און מער געבליבען פארוואונדערט זעענדיג פאר זיך א קלוג קינד מיט א גרויסע נשמה.
ביני לביני איז די צייט פאראיבער, די זין האט שוין אנגעפאנגען ארונטערגיין, און די גענז האבן אנגעהויבן צו גיין אהיים. רבי ליב שרה'ס האט באגלייט דעם קליינעם אייזיק'ל ביז אהיים, און ער האט מסביר געוועהן פאר דער אלמנה, אז איר קינד איז ביכולת אויפציוואקסען א גדול בישראל, און ס'איז א שאד אז ער זאל נישט לערנען תורה. רבי ליב שרה'ס האט געבעהטן די מוטער, אז זי זאל איבערגעבן פאר אים דאס קינד, ער וועט זיך פערזענליך אפגעבן מיט אים, און ווען דאס קינד וועט ווערן גרויס, וועט ער צוריק אהיימקומען, און ער וועט מיט זיין תורה באלייכטען גאנץ אונגארן.
די אלמנה האט מסכים געווען, און דאס קינד איז מיטגעגאנגען מיט רבי ליב שרה'ס. מיט א צייט שפעטער האט רבי ליב שרה'ס אים איבערגעגעבן צום גאון וצדיק דער רבי ר' שמעלקא הורוויץ מניקלסבורג זצוק"ל, צו לערנען אין זיין ישיבה. דארט האט זיך מיט אים באקאנט געמאכט דער רבי ר' אלימלך מליזענסק זצוק"ל, וועלכער האט אים מיטגענומען קיין ליזענסק, און דארט האט זיך דער יונגערמאן אנגעזאפט מיט תורה, חסידות און יראת שמים.

נאך א שיינע מעשה פונעם צדיק

געשריבן: פרייטאג מארטש 11, 2016 12:19 am
דורך the collector
רבי אייזיק'ל האט חתונה געהאט מיט זיין קוזינע, הרבנית מרת פייגא, די טאכטער פון זיין פעטער ר' ענזיל כ"ץ. נאך דער חתונה, אין דער צייט ווען רבי אייזיק'ל איז אוועקגעפארען פון דער היים צו לערנען ביי די הייליגע צדיקים תלמידי הבעל שם טוב הק' זי"ע, זענען אירע עלטערן פארארימט געווארן, און דער מצב הפרנסה אין זיין שטוב איז געווארן אומדערטרעגליך. אין שטוב איז ממש נישט געוועהן וואס צו עסן.
אין קאלוב האט דעמאלסט געוואוינט א גביר הצדיק ר' יעקב פיש ז"ל. און די רביצין פון קאלובער האט ביי אים איינגעקויפט אויף באָרג. ער האט במשך דער גאנצער צייט באזאָרגט די שטוב פון קאלובער מיט אלע געברויכן, אויפ'ן חשבון אז ווען איר מאן וועט אהיימקומען וועט ער שוין באצאלען דעם חוב.
ווען דער צדיק רבי יצחק אייזיק איז אהיימגעקומען אין יאר תקמ"א, האבן אלע אידן פון דער שטאט מפציר געווען, אז ער זאל אננעמען דאס רבנות אין קאלוב און סאבאלטשער בעצירק (געגענט). ער האט זיי אבער אפגעזאגט, טענה'נדיג אז ער וויל נהנה זיין מיגיע כפו און נישט אננעמען קיין רבנות פאסטען. דאן איז ר' יעקב פיש צו אים צוגעשטאנען, אז אויב נעמט ער נישט אהן דאס רבנות, דאן זאל ער אים באצאלען דאס גאנצע געלט וואס ר' יעקב פיש האט אויסגעבארגט פאר זיין פרוי במשך דער צייט וואס ר' יצחק אייזיק איז נישט געוועהן אינדערהיים. דאן האט דער צדיק בלית ברירה אנגענומען דאס רבנות פון קאלוב. ער איז דארט געוועהן רב פערציג יאר, פון תקמ"א ביז ז' אדר שני תקפ"א.
ר' יעקב פיש איז געוועהן פון די נכבדי העיר. ער איז אונטערגעשריבען אויפ'ן כתב רבנות פון ר' אייזיק'לען, אלס דער ראש הקהל.
ווי עס ווערט דערציילט האט דער קאלובער געגעבן פאר ר' יעקב פיש א ברכה פון אריכות ימים ושנים. ער האט טאקע געלעבט איבער הונדערט יאר. – די וועלט זאגט, אז ר' יעקב האט נאך געהאט די זכיה צו זעהן דעם בעל שם טוב הקדוש זי"ע.

נאך א שיינע מעשה פונעם צדיק

געשריבן: פרייטאג מארטש 11, 2016 12:19 am
דורך the collector
עס ווערט דערציילט אז איינמאל ווען דער קאלובער רבי איז געוועהן אויף שבת אין א דארף, האט דארט אויסגעבראכן א שריפה אין דעם תבואה מאגאזין פונעם בעל הבית. דער דאָרף'ס איד האט נישט געטראכט און געוואלט גיין אויסלעשן דאס פייער טראץ דעם וואס ס'איז שבת.
האט אים דער קאלובער רבי צוריקגעהאלטן און געזאגט צו אים: כ'וועל דיר פארציילן א מעשה וואס ס'האט פאסירט מיט'ן הייליגער רבי ר' זושא זי"ע ווען ער איז געווען ביי זיין רבי'ן הרה"ק דער גרויס'ער מגיד זי"ע האט דארט אויסגעבראכן א שריפה, דער ר"ר זושא האט געהאלטן אינמיטן תהלים זאגן מיט גרויס התלהבות, ווען ער האט דערהערט א געשריי: קומט ארויס פון ביהמ"ד, עס פלאקערט א פייער, אבער ער האט ווייטער ממשיך געוועהן מיט תהלים זאגן. נאך לאנגע הפצרות רופט זיך אהן רבי ר' זושא: "עס שטייט אין די תורה ותשקע האש" (במדבר י"א, ב') און דאס פייער האט תיכף אויפגעהערט. האט דער קאלובער געזאגט: כ'וועל אויך גיין אין זיין דרך און אויך זאגן "ותשקע האש", דאס פייער האט אויפגעהערט און דער אוצר התבואה איז געראטעוועט געווארן בשלימות נאר ארום דעם אוצר האט זיך געמאכט א גרויסער גרוב און די סביבה ארום האט זיך ארום געברענט.

געשריבן: זונטאג מארטש 13, 2016 4:21 pm
דורך יוראפ
the collector האט געשריבן:ווי אזוי איז דער הייליגער קאלובער נתקרב געווארן צו חסידות דערציילט דער וועלט: אז דער באהאלטענער צדיק רבי ליב שרה'ס זי"ע, א תלמיד פון הייליגען בעל שם טוב הק' זי"ע, איז אנגעקומען אויך קיין אונגארן, און ער האט מקרב געווען רבי אייזיק'ל קאלובער צו חסידות און געלערנט מיט אים א דרך בעבודת השי"ת.
רבי ליב שרה'ס האט ווי באקאנט, פיל עוסק געווען אין פדיון שבוים, אויסצולייזן געפאנגענע און צו באפרייען פארשלאסענע אין טורמעס. ער פלעגט אויך פאָרן פון איין ארט צום אנדערן מפרנס זיין די ל"ו צדיקים נסתרים. פלוצים און אומפארהאפט פלעגט ער אנקומען אין פארווארפענע ערטער, בעת עס איז דארט נחוץ געוועהן א גרויסע ישועה, און גלייך נאכדעם ווי ער האט דורכגעפירט דאס זייניגע איז ער גלייך נעלם געווארן ועקבותיו לא נודעו.
אין איינער פון זיינע וואנדער וועגן איז רבי ליב שרה'ס אנגעקומען אויך קיין אונגארן. גייענדיג אויף א פוסט פעלד הינטער די טאקאיער בערג, נעבן א וואסערל, האט ער דארט דערזעהן א קליין אכט יעריג קינד, וועלכער געבט אכט אז די גענז זאלען זיך נישט צו ווייט פארשפרייטען. דאס אינגעל איז געזעסען און געזונגען שיינע לידער מיט גרויס מתיקות. רבי ליב שרה'ס האט גלייך דערפילט א שיין פון א הויכע נשמה אינעם קינד, און ער האט באשלאסען צו נעמען דאס קינד צו זיך.
האט זיך רבי ליב שרה'ס געוואנדען צו אים – פארוואס דארפסטו פאשען גענז, און פארוואס לערנסטו נישט אין חדר?
ווייל מיין מאמע איז אן ארימע אלמנה, און איז נישט ביכולת צו צאהלן פאר'ן מלמד דעם שכר לימוד. און איך דארף צוהעלפען צו דער פרנסה אינדערהיים – האט דאס יונגעל געענטפערט.
רבי ליב שרה'ס האט זיך צעשמועסט מיט דעם קינד, און אלץ מער און מער געבליבען פארוואונדערט זעענדיג פאר זיך א קלוג קינד מיט א גרויסע נשמה.
ביני לביני איז די צייט פאראיבער, די זין האט שוין אנגעפאנגען ארונטערגיין, און די גענז האבן אנגעהויבן צו גיין אהיים. רבי ליב שרה'ס האט באגלייט דעם קליינעם אייזיק'ל ביז אהיים, און ער האט מסביר געוועהן פאר דער אלמנה, אז איר קינד איז ביכולת אויפציוואקסען א גדול בישראל, און ס'איז א שאד אז ער זאל נישט לערנען תורה. רבי ליב שרה'ס האט געבעהטן די מוטער, אז זי זאל איבערגעבן פאר אים דאס קינד, ער וועט זיך פערזענליך אפגעבן מיט אים, און ווען דאס קינד וועט ווערן גרויס, וועט ער צוריק אהיימקומען, און ער וועט מיט זיין תורה באלייכטען גאנץ אונגארן.
די אלמנה האט מסכים געווען, און דאס קינד איז מיטגעגאנגען מיט רבי ליב שרה'ס. מיט א צייט שפעטער האט רבי ליב שרה'ס אים איבערגעגעבן צום גאון וצדיק דער רבי ר' שמעלקא הורוויץ מניקלסבורג זצוק"ל, צו לערנען אין זיין ישיבה. דארט האט זיך מיט אים באקאנט געמאכט דער רבי ר' אלימלך מליזענסק זצוק"ל, וועלכער האט אים מיטגענומען קיין ליזענסק, און דארט האט זיך דער יונגערמאן אנגעזאפט מיט תורה, חסידות און יראת שמים.

אין תשו' עונג שבת [די וואך] ווענדט אפ כלאחר יד די גאנצע מעשה

וואס זענען די מקורות צו ביידע?

געשריבן: זונטאג מארטש 13, 2016 9:52 pm
דורך the collector
איף האב נישט קיין מקור
מיין יונגל האט דאס אהיים געברענגט פאר תורות אדר א'

געשריבן: זונטאג מארטש 13, 2016 9:56 pm
דורך יוראפ
ווען מ'רעדט פון זיין יוגענט האב איך נאר באגעגנט אייער סיפור, ס'ערשטע מאל וואס כ'זעה פארקערט

געשריבן: זונטאג מארטש 13, 2016 10:23 pm
דורך the collector
viewtopic.php?p=325716#p325716
דא זעסטו די זעלבע זאך

געשריבן: זונטאג מארטש 13, 2016 10:26 pm
דורך יוראפ
יא יא, נאר איר האט עס יעצט געשריבן, האבן מיר זיך באצויגן צו אייך

געשריבן: מאנטאג מארטש 14, 2016 12:46 pm
דורך יוראפ
שו"ת עונג שבת הנ"ל

געשריבן: פרייטאג מארטש 03, 2017 10:54 am
דורך יודל קליין
איך ברענג עס ארויף לכבוד די יארצייט

געשריבן: זונטאג מארטש 05, 2017 2:20 am
דורך פרידן
יודל קליין האט געשריבן:איך ברענג עס ארויף לכבוד די יארצייט

געשריבן: זונטאג מארטש 05, 2017 10:47 am
דורך אברעמיל
אויב איך האב נישט קיין טעות דער עסקן ר׳ מרדכי פיש פון בארא פארק איז אן אייניקל פון דעם דערמאנטע ר׳ יעקב פיש. אין דאך צעך אז כ״ק אדמו״ר מטאהש זצ״ל זכותו יגן עלינו איז גיווען מיוצאי יריכו און פלעג דערציילן גאר גרויסע זאכן פון איהם. שטייט ערגעץ אז ער איז גיפארען בדרך נס מיט׳ן רבי׳ן רבי אייזיקל אויף נסיעות חוץ לדרך הטבע.
איז דער ביקסאד׳ר רבי׳ן אויך פון די משפחה?

געשריבן: מאנטאג מארטש 20, 2017 8:20 pm
דורך יציב פתגם
בנין הכנסת אורחים החדש בעיר קאלוב

IMG_2691.JPG
IMG_2686.JPG
IMG_2689.JPG

געשריבן: מאנטאג מארטש 20, 2017 8:22 pm
דורך יציב פתגם
IMG_2680.JPG

ציונו הק' של הה"ק מקאליב זי"ע

געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2017 5:39 am
דורך משה ברמן
הייתי השבוע בציונו הק של הה"ק מקאליב זי"ע

הישכם יודעים האם זהו הציון מלפני המלחמה ללא שינוי או שמה שלטו בו ידי זרים?

ז' אדר תרפ"ה

געשריבן: דינסטאג יאנואר 30, 2018 11:51 am
דורך נחוניא
די אידישע פרעסע באריכטעט אז פינעף טויזענט אידן זענען געווען אין קאלוב ביים יארצייט
http://sammlungen.ub.uni-frankfurt.de/c ... ew/2633546

געשריבן: פרייטאג פעברואר 15, 2019 2:40 am
דורך ברוז
.

געשריבן: פרייטאג פעברואר 15, 2019 2:41 am
דורך ברוז
the collector האט געשריבן:רבי אייזיק'ל האט חתונה געהאט מיט זיין קוזינע, הרבנית מרת פייגא, די טאכטער פון זיין פעטער ר' ענזיל כ"ץ.

http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 77&hilite=

געשריבן: דינסטאג מארטש 05, 2019 3:44 pm
דורך יום זה מכובד
איינער האט עפעס באריכטן איבער די הילולא קדישא אין שטאט קאליב?

רבי משה חיים מראזדול

געשריבן: דאנערשטאג יולי 25, 2019 1:40 pm
דורך טאלנער חסיד
היה בנו של הרה"ק מקאליב וחתנו של הרה"ק מזידיטשויב
האם ידוע למישהו פרטים עליו?

געשריבן: דאנערשטאג יולי 25, 2019 8:15 pm
דורך אוראייניקל
שמחת החיים האט געשריבן:
די קינדער פון דעם הייליגען קאלובער צדיק
א. ר' משה חיים מקאלוב-זידיטשוב
ב. ר' יעקב
ג. ר' לייבוש דומ"ץ ראצפערט.
ד. ר' מאיר
ה. ר' יחזקאל
ו. ר' אשר

כפי המקובל במשפחתי, זעמיר אייניקלעך פון דעם ר' לייבוש די דיין אין ראצפערט

מער פונקטליך, בין איך א אייניקל פון דעם קאליבער'ס אור אייניקל וואס האט געהייסן נאכן עלטער זיידן
ר' יצחק אייזיק טויב ב"ר ענזיל ב"ר לייבוש מראצפערט בן הרה"ק מקאלוב זי"ע

ווייסט איינער מער אינפארמאציע איבער אים, און פון די אויבנדערמאנטע גזע? איך וואלט באשטאנען צו וויסן.

יישר כח

דא האסטו די מצבה פון מרת זיסל לעווי ע"ה אשת הר"ר ירמי' לעווי ז"ל וואס איז געווען א טאכטער פון דעם ר' יצחק אייזיק טויב ז"ל, און ס'שטייט אויפן מצבה 'נכדת הרה"צ מקאליב זי"ע.
דאכציך מיר די מצבה געפונט זיך אין אופאלו.

געשריבן: דינסטאג פעברואר 04, 2020 6:30 pm
דורך ראש חדשים
פלאחותיך האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
יוראפ האט געשריבן:ביי וועם איז מרן זי"ע געווען א איידעם?

עפעס ליגט מיר אין קאפ פון ספר דברים ערבים אז בזיווג שני האט רבי אייזיקל קאלובער חתונה געהאט מיט הרבנית זיסל, פון די שווארץ משפחה, משפחת רבי מרדכי צבי מסירטא ואמו של הקול ארי', איך געדענק נישט גענוי די פרטים


בסוף ספר אמרי בינה במהדורה הנדפס ע"י אב"ד מאד ר' אליעזר עהרנרייך נכד קול ארי' שטייט אויך אזוי

איך וואלט שטארק געוואלט וויסן ווער הרבנית זיסל'ס עלטערן זענען געוועזן ווער מיט אינפא זאל שרייבן
ישר כח

געשריבן: מיטוואך פעברואר 05, 2020 11:04 am
דורך אונגארישע הייזער
ראש חדשים האט געשריבן:
פלאחותיך האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
יוראפ האט געשריבן:ביי וועם איז מרן זי"ע געווען א איידעם?

עפעס ליגט מיר אין קאפ פון ספר דברים ערבים אז בזיווג שני האט רבי אייזיקל קאלובער חתונה געהאט מיט הרבנית זיסל, פון די שווארץ משפחה, משפחת רבי מרדכי צבי מסירטא ואמו של הקול ארי', איך געדענק נישט גענוי די פרטים


בסוף ספר אמרי בינה במהדורה הנדפס ע"י אב"ד מאד ר' אליעזר עהרנרייך נכד קול ארי' שטייט אויך אזוי

איך וואלט שטארק געוואלט וויסן ווער הרבנית זיסל'ס עלטערן זענען געוועזן ווער מיט אינפא זאל שרייבן
ישר כח


הרב פלאחותיך, פון וועלכע אמרי בינה רעדסטו?

לענין הרבנית זיסל ע"ה, האב איך אמאל געהערט פון ר' יוסף חיים גר"וו זז"ג, אז זי האט געוואלט אנטראגן א שידוך פאר ר' אייזיקל זצ"ל מיט עפעס א פרוי, און זי האט איהם געשיקט א בריוו מיט דעם אנבאט, ווען ר' אייזיקל האט געענדיגט ליינען דעם בריוו האט ער זיך אנגערופן 'די שרייבערין פונעם בריוו געפעלט מיר בעסער', וכך הוה.

געשריבן: דינסטאג מארטש 03, 2020 9:04 am
דורך מומחה יוחס
לחייים לחיים לחיים טובים ולשלו' צום יא"צ פין די הייליגן צדיק ר' אייזיקל מקאליב זי"ע ועכי"א

געשריבן: דינסטאג מארטש 03, 2020 9:12 am
דורך farshlufen
משה ברמן האט געשריבן:הייתי השבוע בציונו הק של הה"ק מקאליב זי"ע

הישכם יודעים האם זהו הציון מלפני המלחמה ללא שינוי או שמה שלטו בו ידי זרים?

אריגינעל, אויך שפעטער האט מען נישט געטוישט.