רבי ישכר בער דאכנער ז"ל מבאניע-אטווערפן - כ"ח מנחם אב

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

משה ברמן
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 25, 2015 1:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה ברמן »

יישר כח להגה"צ ר' "סתם אזוי" שליט"א על המאמר הנפלא עם הפרטים הרבים המחודשים והסיפורים הנפלאים, א גרוייסן יישר כח.
רק אעיר הערה קטנה יש ב' שאלות שחוזרות על עצמם כל הזמן,
א' אם היה הרה"צ מבאניא באבאבע חסיד מדוע לא נסע לרבי שלמה מבאבוב לנ.י.
ב' מדוע לא התפלל בביהמ"ד דחסידי באבוב.
נקודות אשר נדחות בקש בלבד ללא כל תשובה.
והתשובה היא פשוטה לכ"א אשר הכירו, הרה"צ מבאניא [וכן אחיו מארה"ב וכן ש"ב רבי משה מאנדערער (אבי הגה"ק רבי מנחם מקאסוב זי"ע)] היה בכל מאודו ועד יומו מקושר בלו"נ לרבו הרה"ק ה"קדושת ציון" זי"ע אך לא היה לו קשר עם בנו רבי שלמה ולא קיבל את מרותו.
כידוע שבאבוב שלפני המלחמה אף שאומנם פתחו ישיבות עסקו בנגינה ואף ב"שיינע פאות" לצורך הדור, אך לא בזה התמקדה החסידות שם, זה עדיין היה "צאנזע קרעמל" אשר נאבקו בכל עוז במתחדשים בקנאות עצומה וכו' כדרך רביתיה"ק לבית צאנז.
אך לאחר השואה הנוראה הרה"ק רבי שלמה חידש דרך שונה ומתונה בהרבה אשר הציל על ידה המון רב של משפחות, אך הקנאות של בית צאנז כבר לא נשארה בבאבוב ומשום כן לא הרגיש הרה"צ מבאניא קשר וחובה להמשיך לנסוע לבאבוב.
וכמו שהתבטא בעצמו כשנשאל אודות התקשרותו לרבינו הק' בעל הויואל משה זי"ע מהיכן קיבל זאת, אמר את הקנאות ספגתי וינקתי ממו"ר הרה"ק ה"קדושת ציון" זי"ע ולאחר המלחמה חיפשתי מקום של "קנאות" כמו שספגתי מרבי הק' זי"ע וע"כ נסעתי והתקשרתי לרביה"ק הויואל משה זי"ע.
ונציין רק שגם בערוב ימיו עם היוודעו כ"סאטמערע חסיד" בכל מאודו, דיבר בערגה וכיסופין ובהתרגשות עצומה אודות מו"ר ה"קדושת ציון" זי"ע.
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

משה ברמן האט געשריבן:יישר כח להגה"צ ר' "סתם אזוי" שליט"א על המאמר הנפלא עם הפרטים הרבים המחודשים והסיפורים הנפלאים, א גרוייסן יישר כח.

1. קיין סאטמער איז ער אויך נישט געפארן, איז ממילא דיין גאנצע בנין אפגעפרעגט.
2. ווייל ווי ווייט איך פארשטיי איז ער געווען רב אין סאטמער, אויך ווייל באבובער שטיבל איז געווען ווייט פון סאטמאר.
3. באניער רב איז קיין קנאי נישט געווען, ער האט קיינמאל נישט גערעדט קיין קנאות. און אויב יא איז דאס געווען ווייל ער האט געדאווענט אל יאר אין סאטמער.

כ׳ווייס נישט ווי גרויסער באבובער חסיד ער איז געווען.
למעשה אין באבובער שטיבל איז טאקע נישט געווען צום געפינען, אויך נישט ביי קיין יארצייט סעודות.

אבער ווען באבובער רב איז געקומען קיין אנטווערפען, האט ער זיך ״געצויגן דירה״ צו די אנדערע זייט פונעם שטאט, כדי ער זאל קענען אלעס מיטהאלטן - ואיזך זיל גמור.

וועגן די באבובער דרך, ס׳איז קענטיג פון דיינע רייד, אז די האסט נישט קיין שיג ושיח, נישט וואס באבוב איז געווע פאר׳ן קריג, און נישט וואס באבוב איז געווען נאכ׳ן קריג.
היסטאריקער
שר האלף
תגובות: 1594
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריקער »

בן בוזי האט געשריבן:ווען האט ער געוואוינט אין באניע? און וואס איז געווען דארט זיין פאסטן? ווארום אין דער יזכור בוך פון דער שטאט באניע ווערט ער נישט פארשריבן דארט, נישט אין נאגי-באניע און נישט אין פעלשי-באניע.

איך האב געהאט א גאר נאנטען קרוב ע״ה וואס איז געבוירן און אויפגעצויגן געווארן אין באניע נאך די קריג, באניער רב זצ״ל איז געווען שטאטס רב, ער איז געווען יענעמס סנדק, שפעטער נאך די קריג ווען ער פלעגט קומען קיין אמעריקע פלעגט ער גיין צו זיין טיש אין שטוב פון זיין ברודער דער בארמעטער רב ז״ל

די צוויי שלעזינגער ברודער, שלעזינגער הארדוועיר און ר׳ אליעזר פאטער פון מעכיל, יודל, הערשל זענן אויך פון באניע, און האבן זיך געהאלטן נאנט צו באניער רב זצ״ל אלע יארן

די שטאדט באניע איז (היינט עכ״פ) א גרויסע שטאדט עס הייסט Baia Mare פארענדיג פון סאטמאר צו סיגעט זעט מען אסאך טאוולען ווייזן די וועג צו באניע
פאר מער קוקט דא
http://romaniatourism.com/baia-mare.html
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13006
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

משה ברמן האט געשריבן:יישר כח להגה"צ ר' "סתם אזוי" שליט"א על המאמר הנפלא עם הפרטים הרבים המחודשים והסיפורים הנפלאים, א גרוייסן יישר כח.
רק אעיר הערה קטנה יש ב' שאלות שחוזרות על עצמם כל הזמן,
א' אם היה הרה"צ מבאניא באבאבע חסיד מדוע לא נסע לרבי שלמה מבאבוב לנ.י.
ב' מדוע לא התפלל בביהמ"ד דחסידי באבוב.
נקודות אשר נדחות בקש בלבד ללא כל תשובה.
והתשובה היא פשוטה לכ"א אשר הכירו, הרה"צ מבאניא וכן אחיו מארה"ב וכן ש"ב רבי משה מאנדערער (אבי הגה"ק רבי מנחם מקאסוב זי"ע)] היה בכל מאודו ועד יומו מקושר בלו"נ לרבו הרה"ק ה"קדושת ציון" זי"ע אך לא היה לו קשר עם בנו רבי שלמה ולא קיבל את מרותו.
כידוע שבאבוב שלפני המלחמה אף שאומנם פתחו ישיבות עסקו בנגינה ואף ב"שיינע פאות" לצורך הדור, אך לא בזה התמקדה החסידות שם, זה עדיין היה "צאנזע קרעמל" אשר נאבקו בכל עוז במתחדשים בקנאות עצומה וכו' כדרך רביתיה"ק לבית צאנז.
אך לאחר השואה הנוראה הרה"ק רבי שלמה חידש דרך שונה ומתונה בהרבה אשר הציל על ידה המון רב של משפחות, אך הקנאות של בית צאנז כבר לא נשארה בבאבוב ומשום כן לא הרגיש הרה"צ מבאניא קשר וחובה להמשיך לנסוע לבאבוב.
וכמו שהתבטא בעצמו כשנשאל אודות התקשרותו לרבינו הק' בעל הויואל משה זי"ע מהיכן קיבל זאת, אמר את הקנאות ספגתי וינקתי ממו"ר הרה"ק ה"קדושת ציון" זי"ע ולאחר המלחמה חיפשתי מקום של "קנאות" כמו שספגתי מרבי הק' זי"ע וע"כ נסעתי והתקשרתי לרביה"ק הויואל משה זי"ע.
ונציין רק שגם בערוב ימיו עם היוודעו כ"סאטמערע חסיד" בכל מאודו, דיבר בערגה וכיסופין ובהתרגשות עצומה אודות מו"ר ה"קדושת ציון" זי"ע.

אגב זיין ברודער האט זיך אסאך געדרייט אין באבוב און ווערט געזען אין אלע בילדער ביי די מעמדים
דביה תחדי נפשא
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

היסטאריקער האט געשריבן:
בן בוזי האט געשריבן:ווען האט ער געוואוינט אין באניע? און וואס איז געווען דארט זיין פאסטן? ווארום אין דער יזכור בוך פון דער שטאט באניע ווערט ער נישט פארשריבן דארט, נישט אין נאגי-באניע און נישט אין פעלשי-באניע.

איך האב געהאט א גאר נאנטען קרוב ע״ה וואס איז געבוירן און אויפגעצויגן געווארן אין באניע נאך די קריג, באניער רב זצ״ל איז געווען שטאטס רב, ער איז געווען יענעמס סנדק, שפעטער נאך די קריג ווען ער פלעגט קומען קיין אמעריקע פלעגט ער גיין צו זיין טיש אין שטוב פון זיין ברודער דער בארמעטער רב ז״ל

די צוויי שלעזינגער ברודער, שלעזינגער הארדוועיר און ר׳ אליעזר פאטער פון מעכיל, יודל, הערשל זענן אויך פון באניע, און האבן זיך געהאלטן נאנט צו באניער רב זצ״ל אלע יארן

די שטאדט באניע איז (היינט עכ״פ) א גרויסע שטאדט עס הייסט Baia Mare פארענדיג פון סאטמאר צו סיגעט זעט מען אסאך טאוולען ווייזן די וועג צו באניע
פאר מער קוקט דא
http://romaniatourism.com/baia-mare.html

ר' מעכיל הי"ו יסד ביהמ"ד בוומבס"ג על שמו של הרב מבאניע זצ"ל, שעמד על רחוב בעדפארד שנים רבות בנשיאות הרב אברהם עמרם מייזעלס שליט"א
סתם אזוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 12, 2015 10:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם אזוי »

נוסח שונה על מה שהביא הרב משה ברמן שליט"א בסוף דבריו: אמר הגה"צ רבי יעקב שמעון דאכנער זצ"ל [אחיו של הבאניע רב], "אני אינני קנאי בגלל שאני סאטמאר חסיד, אלא שאני סאטמאר חסיד בגלל שאני קנאי, כי ענין הקנאות ראיתי אצל מורי הקדושת ציון".
ואגב, מה שכתב רבי משה מסתבר, ואם אין איטשע מרוצה בדבריו ימחול נא ויאיר עינינו בדעתו הבהירה ולא לדחוק הדברים בסתם אזוי ["סתם אזוי"].
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

דאס גאנצע קנאות פון קדושת ציון איז באשטאנען פון זיין התנגות צו די אגודה.
דאס גאנצע התנגדות צו אגודה איז געווען, אז אין גאליציע, איז די אגודה נישט קיין תועלת.
זיין צוגאנג דערצו איז נישט געווען, מיט׳ן גיסן פעך און שוועבל אויף די אגודה. נישט מיט׳ן זיין ביזי א גאנצן טאג מיט׳ן רעדן אויף די אגודה. די אגדה האט נישט פארנומען ביי עם קיין ארט. ווען ס׳האט זיך געמאכט אז די נושא איז ארויף אויפ׳ן טיש האט געקענט מאכן א גלייך ווערטל אויף זייער חשבון.

דעריבער צו זאגן, אז באניאר רב, האט אנגעטראפן אינעם קדושת ציון ״קנאות״, און נאכ׳ן קריג איז דער באניער רב געגאנגען זיכן ״קנאות״, אין באבוב, און ער האט עס נעבעך נישט געטראפן, ביז ער איז אנגעקומען קיין סאטמאר, און דארטן האט ער געטראפן, דאס קנאות פון דער קדושת ציון. איז ניטאמאל קיין פטפוטי דברים בעלמא, דאס קען בלויז שרייבן איינער, וואס האט נישט קיין מושג, ווער דעקר באניער רב איז געווען. און ווייסט בלויז: קדושת ציון = קנאות, סאטמאר = קנאות, און ווייסט גארנישט אינדערצווישן.

לגבי דער באניער רב זעלבסט.
איך האב עם נישט אויסגעפרעגט וואספארא חסיד ער איז וכו׳ וכו׳. איך ווייס, אז א פארברענטע באבובער חסיד איז ער נישט געווען.
מצד השני ווייס איך אז, אין סאטמאר אנטווערפען, האט ער געהייסן א באבובער חסיד. און איך ווייס אז ווען באבובער רב איז געוען אין אנטווערפען שבת, האט ער זיך געצויגן דירה, כדי צו קענען אלעס מיטהאלטן, און עס איז מיר שווער צו גלייבן, אז איינער האט עפעס פארלאנגט פון עם.
און איך ווייס אזוי פיל, אז דער באניער רב איז קיין קנאי נישט געווען, עכ״פ נישט ווי דער היינטיגע מושג וואס קנאות מיינט.

ווועסטו מיר פרעגן פארוואס ער האט נישט געדאווענט אין באבוב?
1. דער באבוער שטיבל האט מען געעפנט אין אנטוערפען שנת תש״מ לפ״ק.
2. באניער רב איז געווען רב פון די סאטמארער קהלה אין אנטווערפען. ער האט דארטן געהאט א שיינע עמוד מיט א באקוועמע בענקיל, ער איז געווען דער שיינע יוד דארטן.
ווען גענוי און פארוואס האסטו געוואלט אז דער באניער רב זאל קריכן קיין באבוב, וואס איז געווען א צוואנציג מינוט מהלך צו גיין צופיס, בערוב ימיו.

אין באבוב האט מען עם קיינמאל נישט פארבעטן צו קומען, איז ער נישט געקומען. ס׳איז דעמאלטס נישט געוען קיין וועלט וואס מען האט געזוכט צו לאדענען רבנים כדי אנצפילן די בילדער און די אויבנ-אנס. כ׳שטעל מיך פאר אז ווען מען וואלט עם גערופן ד׳ אב קיין באבוב, וואלט ער געקומען, און עס קען זיין אז אין די ערשטע פאר יאר איז ער יא געווען. די לעצטע יארן האט עם די קאפ שוין נישט געשפילט.

יעצט איז די שאלה ״וויפיל״ באבובער חסיד דאס מיינט.
א באבובער חסיד קלערט, ער האט גערעדט פון באבוב? יא. געווען א פארברענטע תלמיד פון דער קדושת ציון? יא. זיך געצויגן דירה צו קענען קומען צום באבובער רב׳ס טיש? יא. = באבובער.
א סאטמארע חסיד קלערט, משוגע? א באבובער חסיד א רב אין סאטמאר? היה לא תהיה! מען מאכט עם פאר א קנאי, מען קען אפילו באשטיין איז די אזוי גערופענע שיטת הקנאות פון צאנז, (זייט ווען האט צאנז געהאט מיט קנאות???) באבוב האט זיך אריבער געצויגן קיין סאטמאר נאכ׳ן קריג! אוודאי, וואס נאך. באניער איז קיין באבוב נישט געפארן, אין באבוב נישט געדאווענט. = סאטמארע.

לגבי די אנדערע חלק פון שפריצט קנאה אויף באבוב, איז די נישט דאס ארט צו באהאנדלען.
סתם אזוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 12, 2015 10:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם אזוי »

פיין, דאס אלס וועגן סאטמאר און באבוב, למעשה אבער קאן מען נישט שרייבן אויפ'ן באניע רב אן דערמאנען "וויזניץ", זיין פאטער'ס פאטער איז ווי געשמוסט געווען רב אין שטאט בערהאמעט, (10 ק"מ פון וויזניצא) דאס רבנות דארט האט ער באקומען בשנת תרמ"א פון זיין פעטער הרה"ק הצמח צדיק מוויזניצא זצ"ל (אכמ"ל).
קשרי ידודות עזה איז געווען צווישן די בערהאמעט'ער משפחה מיט וויזניץ [זייענדיג נאנטע קרובים].
ווי איך האב געהערט האט די באניע רב געזונגען אסאך פון די שבת'דיגע זמירות אויף וויזניצ'ער נוסח.
אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 24, 2009 8:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאפין »

כ'האב געפרעגט אן אנוווערפענע איד אויב די באניע רב איז געווען א באבובער חסיד, האט ער מיר געזאגט אז ער איז נישט געווען א באבובער חסיד נאר א באבובער תלמיד.
(דער איד דרייט זיך אין באבוב און אין סאטמאר)
ת׳הא ש׳נת פ׳רנסה ג׳דולה
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

סתם אזוי האט געשריבן: רבי פנחס יוסף מבערהאמעט האט געהאט פינעף קינדער:
א. הרה"צ רבי ירוחם זצ"ל הי"ד (חתן הרה"צ רבי אלטר אליעזר הורוויץ זצ"ל אב"ד ריגליץ ואח"כ אב"ד סטאשוב, בן הגה"ק רבי אברהם שמחה זצ"ל מבארנוב, בן הגה"ק רבי ישראל זצ"ל מבארנוב, בן הרה"ק רבי אליעזר מדזיקוב זי"ע, בן הרה"ק הזרע קודש מראפשיץ זי"ע).
ב. הרה"צ רבי סיני זצ"ל הי"ד אב"ד וואיניטש (חתן הגה"ק רבי צבי הירש רובין זצ"ל בן הרה"ק רבי יצחק טובי' זצ"ל חתן הרה"ק הדב"ח מצאנז זי"ע).
ג. רבינו רבי ישכר בער דאכנער מבאניע-אנטווערפן
ד. הרה"צ רבי יעקב שמעון זצ"ל אב"ד בערהאמעט (חתן דודו הרה"צ רבי ישראל דאכנער זצ"ל - רבי אברהם שלאגער מבוקאשעוויץ- מאנטריעאל שליט"א הוא חתן יבל"ח הרה"צ רבי יעקב שמעון )
ה. הרבנית הצ' פריידא ע"ה מחברתו הטהורה של מרן הגה"ק הרמ"א פריינד זי"ע מרא דארעא קדישא

הזמנה לחתונת רבי סיני דאכנער עב"ג הרבנית מירל גאלה בת רבי צבי הירש ראבין זצ"ל ממישלעניץ
http://search.archives.jdc.org/multimed ... _04412.pdf
אטעטשמענטס
ראבין.png
סתם אזוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 12, 2015 10:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם אזוי »

אגב ביי דו חתונה איז ספעציעל געקומען צו פארן די באבע הרבנית הצ' נחמה ע"ה (בת מרן מצאנז זי"ע, אשת הרה"ק ר' יצחק טובי' רובין זצ"ל) [אם המחותן רבי צבי הירש זצ"ל], די זיידע פונעם חתן הרה"ק רבי מנחם מענדיל מבערהאמעט זצ"ל האט איר דעמאלטס געזאגט "ס'איז אונז א זכיה אז די הייליגע רב'ס טאכטער איז געקומען אנטייל נעמען ביי די שמחה" [כנראה היתה בזקנותה, ועלתה לה בקושי להופיע], האט זי אים געענטפערט "ס'איז מיין זכיה! כ'האב געהערט פון די הייליגע טאטע ז"ל אז ביי די חתונות פון די דאכנער משפחה קומען אראפ רוב תלמידי בעש"ט!" [-כי הם נכדי רוב תלמידי הבעש"ט הק'].
(נוסח בתוספות קצת: ...ביי די חתונות פון די דאכנער משפחה קומען אראפ רוב תלמידי בעש"ט, און אז רוב תלמידי הבעש"ט קומען, קומען שוין זיכער אויך מיט 'אלע' תלמידי הבעש"ט!)
דער עובדא האט דערציילט דער באניע רב זעלבסט, זייענדיג א יונגל דעמאלטס האט ער זיך צוגעשטופט הערן די שיחה.
משה ברמן
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 25, 2015 1:47 pm

ספר אודות הרה"צ מבאניא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה ברמן »

אנו עומלים בימים אלו על ספר לתולדותיו, וכן דברי תורה ועובדות קודש שיצאו מפיו, נשמח באם לש לאי מה מה לחדש שישלח או באישי או אפילו באשכול פה
סתם אזוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 12, 2015 10:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם אזוי »

איטשע האט געשריבן:1. קיין סאטמער איז ער אויך נישט געפארן, איז ממילא דיין גאנצע בנין אפגעפרעגט.

קיין סאטמאר איז ער נישט געפארן? ער איז "יעדעס יאר" געקומען צו פארן פונעם ווייטן אנטווערפן קיין ניו יארק אויף שבועות להסתופף בצלא דמר"י, רביה"ק מסאטמאר זי"ע, פרעג דיך אביסל מער נאך.
ולא זו אף זו, כבחייו כן במותו, נאכן הסתלקות איז ער יעדעס יאר געקומען צו פארן פונעם ווייטן אנטווערפן קיין קרית יואל צום יומא דהילולא קדישא כ"ו אב לפקוד את ציון קדשו.
זאג דו מיר, דו ווייסט פון נאך 1 סאטמאר חסיד וואס איז געקומען צו פארן יערליך מעבר לים צום יארצייט??
א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 04, 2009 11:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א טענצל! »

באניער רב ז"ל מיט כ"ק אדמו"ר רבי יאנקעלע מפשעווארסק ז"ל
אטעטשמענטס
Rebb Yankele & Banye Ruv.jpg
לעצט פארראכטן דורך א טענצל! אום פרייטאג יולי 17, 2015 3:26 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 04, 2009 11:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א טענצל! »

באניער רב ז"ל ביי א שמחה
אטעטשמענטס
Banye3.JPG
א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 04, 2009 11:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א טענצל! »

באשרייבונג אין 'דער איד' נאכ'ן הכנסת ס"ת וואס דער באניער רב ז"ל האט אריינגעגעבן לביהמ"ד סאטמאר אנטווערפן
אטעטשמענטס
6 - Copy.jpg
א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 04, 2009 11:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א טענצל! »

באניער רב ז"ל לידו פון כ"ק אדמו"ר הברך משה מסאטמאר ז"ל ביים קבל"פ לכבודו אין אנטווערפן
אטעטשמענטס
IMG_0010.jpg
סתם אזוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 12, 2015 10:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם אזוי »

א גרויסער דאנק 'א טענצעל', פון וועלכע יאר איז די ארטיקל אין דער איד?
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

סתם אזוי האט געשריבן:א גרויסער דאנק 'א טענצעל'

הערליכע בילדער.
לחיים ולברכה!
אוועטאר
kyshtiper
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4295
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 4:31 pm
לאקאציע: קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך kyshtiper »

יעצט אנגעקומען צו די אשכול
באניע רב ז"ל האט געזאגט די ברכות ביי מיין ברית
דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(מיכאל שניטצלער - א נקודה'לע)
א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 04, 2009 11:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א טענצל! »

סתם אזוי האט געשריבן:א גרויסער דאנק 'א טענצעל', פון וועלכע יאר איז די ארטיקל אין דער איד?

כמדומה לי תשמ"א
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13006
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

kyshtiper האט געשריבן:יעצט אנגעקומען צו די אשכול
באניע רב ז"ל האט געזאגט די ברכות ביי מיין ברית

הייסט אז דו האסט אנגעהויבן אלס אנטווערפענע שטופער ?
דביה תחדי נפשא
סתם אזוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 12, 2015 10:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם אזוי »

צורת קדשו
אטעטשמענטס
rsz_file02642.jpg
משה ברמן
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 25, 2015 1:47 pm

הוכרעה המערכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה ברמן »

כמדומני שע"פ מה שהביא סתם אזוי מקודם הוכרעה לגמרי השאלה שנידונה, האם היה חסיד סאטמער או באבוב...
אוועטאר
kyshtiper
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4295
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 4:31 pm
לאקאציע: קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך kyshtiper »

לכבוד די 23'סטער יארצייט וואס געפאלט דעם קומענדיגן דאנערשטאג ראה
האט די אנטווערפענע צייטונג א שיינע באשרייבונג מייט בייגעלייגטע בילדער

אזוי ווי נישט יעדער זעהט די צייטונג לייג איך ארויף די בילדער דא
דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(מיכאל שניטצלער - א נקודה'לע)
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”