סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

סופרים שטיבל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2020 3:38 pm

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופרים שטיבל »

צושליסן האט געשריבן:און די גליון פון התאחדות אברכים ירושלים לייגן זיי לעצטנס אריין סופורי קודש



מדור אור השולחן מעשיות פון רבין' שליט"א און גליונותינו שיו"ל ע"י התאחדות אברכים ירושלים
מ'קען עס באקומען אויף די אימעיל
[email protected]
סופרים שטיבל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2020 3:38 pm

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופרים שטיבל »

די גליון קול קהלתינו האט אויך לעצטנס מעשיות פון רביו שליט"א
לעצטע וואך האבן זיי באשריבן די הייליגער עטרת צבי וואס היינט פאלט אוס די יארצייט
סופרים שטיבל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2020 3:38 pm

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופרים שטיבל »

סופרים שטיבל האט געשריבן:די גליון קול קהלתינו האט אויך לעצטנס מעשיות פון רביו שליט"א
לעצטע וואך האבן זיי באשריבן די הייליגער עטרת צבי וואס היינט פאלט אוס די יארצייט

קול קהילתינו חוקת תש''פ_עמוד_1.jpg
קול קהילתינו חוקת תש''פ_עמוד_1.jpg (268.98 KiB) געזען 1684 מאל
קול קהילתינו חוקת תש''פ_עמוד_3.jpg
קול קהילתינו חוקת תש''פ_עמוד_3.jpg (293.84 KiB) געזען 1684 מאל
קול קהילתינו חוקת תש''פ_עמוד_2.jpg
קול קהילתינו חוקת תש''פ_עמוד_2.jpg (302.28 KiB) געזען 1684 מאל
קול קהילתינו חוקת תש''פ_עמוד_1.jpg
קול קהילתינו חוקת תש''פ_עמוד_1.jpg (268.98 KiB) געזען 1684 מאל
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אבן יקרה האט געשריבן:א. קיינמאל נישט געהערט אז מ'האט איהם גערופן ר' שלמה'לע, נאר דעם אייניקל דער באבובער רב.

אודאי געוויס האט מען אים אזוי גערופן.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
סגל
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 6:14 am

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סגל »

הרה"ק ר' שלום אליעזר מראצפערט זצוק"ל
mayon ganim #251-page-003.jpg
mayon ganim #251-page-003.jpg (359.79 KiB) געזען 1597 מאל
שויתי ה' לנגדי תמיד
סיפורי צדיקים
שר האלף
תגובות: 1441
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע: געווענליך אין מיין הויזן...

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיפורי צדיקים »

כ'האב געהערט א מעשה, ס'איז געווען א אינגערמאן וואס האט נישט געהאט קיין קינדער איז ער געקומען צום זיידן (מרן העצי חיים זצ"ל) נאך א ישועה געהאלפן צו ווערן מיט קינדער, פרעגט אים דער זיידע וויאזוי גייט מען ביי דיר אין שטוב אנגעטוהן? האט ער געזאגט אז זי גייט מיט א שאטל*, האט דער זיידע געזאגט אז זי טוט אויס דאס שאטל זאג איך צו קינדער, זאגט דער אינגערמאן רבי איך נעם עס אהן, זאגט אים דער זיידע קודם גיי אהיים און פרעג פון איר, ער איז צוריק געקומען זאגן אז זי איז מסכים, זי האט דאך נישט געהאט קיין קינדער האט זי מסכים געווען האט ער אהנגעוואונטשן זי זאל האבן קינדער און נאך א יאר איז אים געבוירן געווארן א קינד.
זי איז אבער למעשה נישט געווען אזא חסידות'טע... און אזוי ווי זי האט שוין געהאט דאס קינד האט זי צוריק אנגעטוהן דאס שאטל, און עמיצער איז געקומען און האט אים פארמסר'ט פארן זיידן, און ווען ער האט דאס געהערט האט אים דאס זייער וויי געטוהן, ער האט נישט גערעדט קיין סאך אבער ער האט געמאכט אזא תנועה, דער זיידע האט בכלל ווייניג גערעדט ער האט ממעט געווען בדיבור, אבער ער האט געזאגט אזוי קורץ מ'האט נישט געטארט דאס טוהן, און ס'האט זיך נישט גוט געענדיגט מיטן קינד.
ווען עס איז אדורך א שטיקל צייט איז דער אינגערמאן נאכאמאל געקומען צום זיידן און האט געזאגט רבי איך זאג נאכאמאל צי, און יעצט וועט זי שוין פאלגן, האט דער זיידע געזאגט, איינמאל האב איך צוגעזאגט נאכאמאל זאג איך נישט.

*די רבי זאגט אז צאנזער רב פלעגט אזוי זאגן א שאטל.
איך בין א שלהבת איד!!! viewtopic.php?t=65737
סיפורי צדיקים
שר האלף
תגובות: 1441
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע: געווענליך אין מיין הויזן...

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיפורי צדיקים »

ס'איז געווען א צווייטע מעשה דער זיידע ז"ל (עצי חיים) איז אנגעקומען אין א שטאט און ער איז איינגעשטאנען ביי א אינגערמאן איינער א תלמיד פון זיין ישיבה, אויך איז געווען דארט אן אנדערער איד אין דעם שטעטל א חסידישער איד א איש נכבד, וואס האט פארשטאנען אז אויב דער זיידע וועט קומען וועט ער ביי אים איינשטיין, למעשה ס'איז אים נישט געראטן און דער זיידע איז איינגעשטאנען ביי דעם אינגעמאן, נא האט ער אים געוואלט דערלאנגען אזוי, באצאלן פארוואס ער האט אים אויסגעכאפט, זאגט ער פארן זיידן דער רבי איז געקומען איינשטיין צו אים כ'שטעל מיך פאר אז ער איז א חשובער אינגערמאן א חסידישער אינגערמאן אבער כ'פארשטיי נישט פרוואס גייט זיין ווייב מיט א שאטל? דער זיידע איז אזוי שטיין געבליבן ער האט דאס נישט געוואוסט שפעטער ווען ער איז געווען אין די אכסניא רופט ער דעם אינגערמאן זיין בעה"ב ווי ער שטייט איין, און זאגט אים וויזוי גייט דיין ווייב אהנגעטוהן? איך הער אז זי גייט מיט א שייטל! רופט ער זיך אן מצידי איך בין מסכים אז זי זאל גיין אהן א שייטל זי וויל אבער גיין, האט דער זיידע געזאגט פאר דעם אינגערמאן נו רוף איר אריין, און דער זיידע פרעגט איר היתכן אז איר גייט מיט א שאטל? ביים זיידן איז אייביג געווען גרויס פחד ווער ס'ווייסט מ'האט זיך נישט געטרויעט אויפצוהייבן די האנט ווען ער איז געווען אין שטוב א ריר צו טוהן האט מען מורא געהאט, נישט ווייל ער האט געשריגן, ער האט נאר אויפגעהויבן די אויגן און א קוק געטוהן איז געווען אזא פחד עפעס מורא'דיג, זי איז געווארן זייער איבערגענומען האט זי געזאגט אז דער רבי זאגט מיר צו גוטע קינדער טוה איך אויס דאס שייטל, האט ער געענטפערט געמאכט דאס געשעפט!
איך בין א שלהבת איד!!! viewtopic.php?t=65737
סיפורי צדיקים
שר האלף
תגובות: 1441
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע: געווענליך אין מיין הויזן...

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיפורי צדיקים »

כ'וועל דערציילן אן אנדערע מעשה פון א שאטל, דער שינאווער רב זצ"ל איז געווען אמאל אין לעמבערג און ער איז איינגעשטאנען ביי א איד אין א אכסניא און דארט איז געווען א צאנזער אייניקל וואס האט געוואוינט אין לעמבערג – זי איז געווען דער צאנזער אייניקל נישט דער מאן – לעמבערג איז דאך שוין געווען דעמאלטס א מאדערנע שטאט בימים ההם, און זי איז געגאנגען מיט א שאטל און דער שינאווער רב האט נישט געוואוסט פון דעם, ווען זי האבן געהערט אז דער שינאווער רב איז א גאסט אין שטאט איז דער מאן געקומען בעטן אז דער פעטער דער שינאווער רב זאל אריינקומען צו זיי אויף פרישטאג אויף א אהנבייס אזוי האט עס געהייסן זיי זענען דאך געווען צאנזער אייניקלעך האט דער שינאווער רב מסכים געווען.
דער שינאווער רב איז טאקע געגאנגען צו זיי, אין לעמבערג זענען שוין געווען שטאקיגע הייזער און דער איד האט שוין געוואוינט אויפן שטאק ווען דער שינאווער רב איז ארויף די שטיגן אריינצוגיין האט די באלעבאסטע אים אפגעווארן נעבן די טיהר און זי רופט זיך אהן שלום עליכם פעטער! דער שינאווער רב הייבט זיך אויף די אויגן צו זעהן ווער דאס איז וואס באגריסט אים מיט אזא שלום עליכן און ער זעהט איר די בעל הבית'טע דארט שטיין מיט א שאטל, נו איז ער דאך געווארן אויפגעציטערט וואס? דעם טאטנ'ס א אייניקל גייט מיט א שייטל אזא פירצה? און זי איז געווען אביסל אזוי מיט א גרויס מויל און זי רופט זיך אן פארן פעטער כ'האב נישט געוואוסט אז דער פעטער קוקט אויף ווייבער?
דעם שינאווער רב האט פארדראסן די ענטפער, האט ער זיך אנגערופן ס'שטייט אין פרשת בחוקתי ביי די פרשה פון ערכין ואם כל בהמה טמאה וגו' והעריך הכהן אותה שטייט דארט אין פסוק כערכך הכהן כן יהיה זאגט ער דער כהן זיצט אין בית המקדש טוהט די עבודה ככל אשר יורו אתכם הכהנים הלויים שטייט אין פסוק מ'זיצט און מ'לערנט, און דא א איד האט מקדיש געווען א בהמה טמאה רופט מען דעם כהן ער זאל קומען זאגן דעם ערך, אפשאצן די ווערד פון די בהמה ווי קען א כהן וואס זיצן אין בית המקדש זיין א מבין אויף א בהמה טמאה? נאר זעהט זיך אויס אז ווען עס פעלט זיך אויס צו עבודת ה' איז א כהן א מבין אפילו אויף א בהמה טמאה...
דאס איז נאך געווען בימיו.
איך בין א שלהבת איד!!! viewtopic.php?t=65737
סיפורי צדיקים
שר האלף
תגובות: 1441
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע: געווענליך אין מיין הויזן...

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיפורי צדיקים »

דער שינאווער רב איז אויך געווען אמאל אין לעמבערג ביים רב דער גאון בעל בית יצחק און ער איז אים געגאנגען באזוכן און מ'האט פארציילט פארן שינאווער רב אז דעם בית יצחק'ס א טאכטער צו אן אייניקל איינע פון די משפחה גייט מיט א שאטל, בימים ההם צו גיין מיט א שאטל? און אז דער שינאווער רב איז געקומען אויף א באזוך צום בית יצחק צום לעמבערגער רב זעמען מיט געקומען חסידים א פולע שטוב מיט מענטשן, און מ'זעצט זיך אראפ ביים טיש און דער שינאווער רב הייבט אזוי אהן, לעמבערגער רב כ'הער אז איינע פון די משפחה דא אין שטוב גייט מיט א שייטל? אזא פירצה ביים רב אין שטוב זאל מען גיין מיט א שייטל א פיאה נכרית? אזוי האט ער עס געזאגט מיטן גאנצן ברען ס'איז געווען א פולע שטוב מיט מענטשן, זאגט אים דער בית יצחק שינאווער רב אז איר האט מיר עפעס צו זאגן זאגט עס מיר בחדרי חדרים צו וואס דארף דאס זיין אזוי ברבים?
האט דער שינאווער רב געזאגט ווען אייער טאכטער צו ווער ס'איז וואלט געגאנגען מיט א שייטל נאר בחדרי חדרים וואלט איך אייך געזאגט בחדרי חדרים, זיי גייט דאך אבער מיט א שייטל אין די גאס ווען יעדער זעהט, מוז איך אייך זאגן ווען יעדער זעהט!
איך בין א שלהבת איד!!! viewtopic.php?t=65737
סיפורי צדיקים
שר האלף
תגובות: 1441
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע: געווענליך אין מיין הויזן...

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיפורי צדיקים »

כ'האב פונקט נעכטן געהערט א מעשה ס'איז געווען די וואך דעם זיידן ר' שלום אליעזר'ס יארצייט, און ס'איז געווען ערגעץ א סעודה לכבוד דעם זיידן'ס יארצייט איז געווען א איד דארט וואס האט נאך געקענט דעם זידן (מוה"ר וואלוויש גרינוואלד הי"ו) ער האט געהערט אז ס'איז דא א סעודה איז ער געקומען צו די סעודה האט ער פארציילט דארט עטליכע מעשיות, האט ער אויך פארציילט אז דעם זיידן האט מען נאך פסח גענומען אין געטא כ"ה ניסן און מ'האט געדארפט דאווענען מנחה דער זיידע האט דאך געהאט יארצייט כ"ה ניסן נאכן טאטן דער דברי חיים האט מען געזוכט דארט און מ'האט צוזאמגעשטעלט א מנין און דער זיידע האט זיך געשטעלט דאווענען מנחה און נאך אשרי האט ער אנגעהויבן צו זאגן יתגדל ויתקדש שמיה רבא, און א איד האט זיך צואוויינט אזוי הויך אויפן קול דער זיידע האט זיך אויסגעדרייט און זיך אנגערופן ווער עס האט קשיות אויפן רבונו של עולם זאל ארויסגיין פון דא כ'וויל נישט ער זאל זיין דא, ער האט געהייסן אריין רופן א צווייטן מצרף צו זיין צו מנין און ער האט נאכאמאל אנגעהויבן יתגדל ויתקדש שמיה רבא. כ'האב עס די וואך געהערט.
איך בין א שלהבת איד!!! viewtopic.php?t=65737
סיפורי צדיקים
שר האלף
תגובות: 1441
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע: געווענליך אין מיין הויזן...

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיפורי צדיקים »

כ'בין געווען א בחור און כ'בין געווען ביי שלש סעודות ביים פעטער ז"ל ס'איז געווען אזוי דער מנהג אז ס'איז געווען א חתן איז געזיצן דער חתן אויבן אן דער ערשטער, דער חתן האט געגעבן לחיים און די מחותנים האבן אויך געגעבן לחיים, געדענק איך אז ס'איז געווען א חתן מיט שטריימל בעקיטשע מיט א בארד און פיאות און דער חתן האט געגעבן לחיים און נאכדעם האט געגעבן לחיים א איד מיט א אראפ געבויגענעם הוט אהן א בארד אזא איינער וואס מ'זאגט אויף אים ער איז געראטן אין די מאמע.... און מ'האט געזאגט פארן פעטער ז"ל אז ער איז דער פאטער פונעם חתן געדענק איך אזוי דער פעטער ז"ל איז געזיצן אזוי און געקוקט און באטראכט אזוי דעם חתן און געקוקט אזוי אויפן מחותן געקוקט אהין און געקוקט צוריק און זיך אהנגערופן אבי נישט פארקערט.
איך בין א שלהבת איד!!! viewtopic.php?t=65737
סיפורי צדיקים
שר האלף
תגובות: 1441
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע: געווענליך אין מיין הויזן...

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיפורי צדיקים »

כ'האב געהערט פון א איד אין וויליאמסבורג, האט ער פארציילט אזא געשיכטע ער איז אריגינעל א באטור'ער פון דערהיים א געבוירענער אין די שטאט באטור אין אונגארן, דער רב פון באטור איז געווען מיין מאמע'ס פעטער ר' נפתלי, ער איז געווען רב אין באטור, שפעטער די לעצטע 3 יאר פאר די מלחמה איז מיין זיידע נאך וועמען איך הייס (הגה"צ ר' אהרן טייטלבוים זצ"ל הי"ד אב"ד וואלאווע) געווען דארט רב, ער האט איבערגענומען דאס רבנות פונעם ברודער, ר' נפתלי איז געווען דארט רב אסאך יארן אפשר פערציג יאר איז ער געווען רב אין באטור.
האט דער איז דערציילט אז ער איז געווען זייער נאנט מיטן רב ער איז אויפגעוואקסן אין באטור ער האט חתונה געהאט אין עפעס אן אנדערע שטאט במקום הכלה אזוי ווי דער מנהג איז געווען, און ער האט אנגעטוהן א שטריימל צו די חתונה, נישט יעדער איז געגאנגען אינדערהיים מיט א שטריימל, אבער ער האט יא אנגעטוהן א שטריימל צו די חתונה און אמאל איז ער געקומען באזוכן די עלטערן קיין באטור, דער ר' נפתלי דער באטור'ער רב מיין פעטער איז געווען זייער א שטרענגער רב מ'קען זיך נישט היינט פארשטעלן עד כדי כך ער האט געקענט אויפפאטשן די בעלי בתים... ער איז געווען אויסטערליש א שטרענגער רב מ'האט געהאט שטארק דרך ארץ פאר אים, האט ער פארציילט אז ער איז געווע א אינגערמאן און ער האט חתונה געהאט און ער איז געקומען צופארן אויף באטור, ער איז געווען דארט אויף שבת און מוצאי שבת איז געקומען צו אים דער בחור – ער (דער רב) האט געהאט א בחור וואס האט אים משמש געווען – אז דער רב רופט אים, זאגט ער ס'האט אים די קישקעס אנגעהויבן צו דרייען פארוואס רופט מיך דער רב? אבער אז דער רב רופט אים איז ער אריבערגעגאנגען, און דער רב זאגט אים דו ביזט געקומען דא צו גאסט א חסידישע אינגערמאן און די גייסט מיט א שטריימל, גייט מען שבת נאכמיטאג שפאצירן מיטן ווייב? דו שעהמסט דיך נישט?
איך בין א שלהבת איד!!! viewtopic.php?t=65737
סיפורי צדיקים
שר האלף
תגובות: 1441
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע: געווענליך אין מיין הויזן...

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיפורי צדיקים »

די לעצטע פאר מעשיות קומט פון משלחן מלכים פאריגע וואך ח"ב פון די שבע ברכות כולל לחתנים אין ק"י
איך בין א שלהבת איד!!! viewtopic.php?t=65737
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2005
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

טאטע זיי מיר מוחל האט געשריבן:אקעי פאר די אשכול ווער פארפארן
אין די אידישע פלאם פלעגט זיין אסאך מעשית

אין "דער אידישער פלאם" (ווער געדענקט?...) האט עס אנגעהויבן ערשיינען מדי חודש בחדשו דורכ'ן צנמ"ס הרה"ג ר' אלעזר מערמלשטיין שליט"א, אפגעשריבן די מעשיות פון די לעצטע פיר שבתים.
סופרים שטיבל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2020 3:38 pm

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופרים שטיבל »

אפשר לייגסט ארויף א דוגמא
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2005
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

סופרים שטיבל האט געשריבן:אפשר לייגסט ארויף א דוגמא

כ'רעדט פון די מיטעלע ס' יארן,
אנטשולדיגט אויב איר האט פארשטאנען אז כ'רעד פון יעצט.
סופרים שטיבל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2020 3:38 pm

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופרים שטיבל »

נישט קיין נפק"מ, אויב האט יאר עס קענט יאר ארויף לייגן אפילו פון דעמאלטס
אויב נישט איז נישט
ייש"כ
סופרים שטיבל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2020 3:38 pm

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופרים שטיבל »

סיפורי צדיקים האט געשריבן:כ'האב געהערט פון א איד אין וויליאמסבורג, האט ער פארציילט אזא געשיכטע ער איז אריגינעל א באטור'ער פון דערהיים א געבוירענער אין די שטאט באטור אין אונגארן, דער רב פון באטור איז געווען מיין מאמע'ס פעטער ר' נפתלי, ער איז געווען רב אין באטור, שפעטער די לעצטע 3 יאר פאר די מלחמה איז מיין זיידע נאך וועמען איך הייס (הגה"צ ר' אהרן טייטלבוים זצ"ל הי"ד אב"ד וואלאווע) געווען דארט רב, ער האט איבערגענומען דאס רבנות פונעם ברודער, ר' נפתלי איז געווען דארט רב אסאך יארן אפשר פערציג יאר איז ער געווען רב אין באטור.
האט דער איז דערציילט אז ער איז געווען זייער נאנט מיטן רב ער איז אויפגעוואקסן אין באטור ער האט חתונה געהאט אין עפעס אן אנדערע שטאט במקום הכלה אזוי ווי דער מנהג איז געווען, און ער האט אנגעטוהן א שטריימל צו די חתונה, נישט יעדער איז געגאנגען אינדערהיים מיט א שטריימל, אבער ער האט יא אנגעטוהן א שטריימל צו די חתונה און אמאל איז ער געקומען באזוכן די עלטערן קיין באטור, דער ר' נפתלי דער באטור'ער רב מיין פעטער איז געווען זייער א שטרענגער רב מ'קען זיך נישט היינט פארשטעלן עד כדי כך ער האט געקענט אויפפאטשן די בעלי בתים... ער איז געווען אויסטערליש א שטרענגער רב מ'האט געהאט שטארק דרך ארץ פאר אים, האט ער פארציילט אז ער איז געווע א אינגערמאן און ער האט חתונה געהאט און ער איז געקומען צופארן אויף באטור, ער איז געווען דארט אויף שבת און מוצאי שבת איז געקומען צו אים דער בחור – ער (דער רב) האט געהאט א בחור וואס האט אים משמש געווען – אז דער רב רופט אים, זאגט ער ס'האט אים די קישקעס אנגעהויבן צו דרייען פארוואס רופט מיך דער רב? אבער אז דער רב רופט אים איז ער אריבערגעגאנגען, און דער רב זאגט אים דו ביזט געקומען דא צו גאסט א חסידישע אינגערמאן און די גייסט מיט א שטריימל, גייט מען שבת נאכמיטאג שפאצירן מיטן ווייב? דו שעהמסט דיך נישט?



ס'איז דא אסאך מעשיות פון אים, ס'איז געווען אמאל א איד איז אוועק געפארן קיין פעסט וועגען מסחר, -יענע צייטן איז דאך נישט געווען אזוי וואו היינט, עכ"פ אין אמריקע היינטס צוטאגס קען מען גיין אנגעטוהן וואו אזוי מ'וויל - דארט איז מען געגאנגען אין עפעס א אמט צו א אפציעיל פלאץ, האט מען געדארפט זיין אנגעטוהן אביסל אהערגעשטעלט, עכ"פ דעס האט פאסירט ערגעץ ווי אין די ימי ספירה, און דער האט זיך אזוי צוגעפיצט די בארד און האט געטראכט ער גייט דאך שוין יעצט צום באהן, און ער וועט דאך זיין און פעסט א שטיקל צייט, ביז ווען ער וועט אהיים קומען וועט שוין צוריק וואקסן, קיינער מוז נישט וויסן.... צו זיין מזל האט אים דער רב באמערקט אין גאס, און ער איז צוגעגאנגען צו אים אינמיטן גאס און איהם געגעבן א פאטש, און פרעגט אים 'האסט זיך אפגעשוירן לכבוד די ספירה?! דער יד איז אזוי באטראפן געוווארן, האט ער געזאגט ער וועט עס מער נישט טוהן, 'כ'האב נישט געוואוסט אז איך וועל זיך באגעגענען מיטן רב.
סופרים שטיבל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2020 3:38 pm

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופרים שטיבל »

דער באטורער רב איז געוען סך עלטער פון רבין ז"ל (בעל דבר"י זי"ע) איינמאל איז ער געקומען צו א ראש חודש סעודה ביים רבין און ער האט זיך פארשמועסט, אינמיטן כאפט ער זיך אז עס איז שפעט, זאגט ער פארן רבי'ן 'סאטמאר רב זאג מיר נאר ווען דאוונסטו מנחה? זאגט אים דער רבי אזוי ווערטעל'דיג 'מ'זאגט דאך "למנחא למצחא", מדאוונט מנחה ווען ס'איז דא שטערנ'ס'... האט ער געהייסן געבן מים אחרונים און ער האט אליינס געבענטש און ארויסגעלאפן דאווענען מנחה.
סגל
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 6:14 am

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סגל »

Document-page-006.jpg
Document-page-006.jpg (458.38 KiB) געזען 1414 מאל
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9971
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

האב איך באקומען פון א חשוב'ער ניק דא אסאך מעין גנים'ס איך האב עס ארויף געלייגט אויף דרייוו און ארויס גענומען נאר די סיפורי צדיקים וואס די רבי דערציילט

ס'דא נאך אסאך, אבער נאר דעס האב איך באקומען,

מעין גנים
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
סיפורי צדיקים
שר האלף
תגובות: 1441
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע: געווענליך אין מיין הויזן...

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיפורי צדיקים »

אלטער האט געשריבן:האב איך באקומען פון א חשוב'ער ניק דא אסאך מעין גנים'ס איך האב עס ארויף געלייגט אויף דרייוו און ארויס גענומען נאר די סיפורי צדיקים וואס די רבי דערציילט

ס'דא נאך אסאך, אבער נאר דעס האב איך באקומען,

מעין גנים

ש'כח
איך בין א שלהבת איד!!! viewtopic.php?t=65737
סופרים שטיבל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2020 3:38 pm

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופרים שטיבל »

די וואך איז געווען מפורסם אינעםן גליון קול קהלתינו
אטעטשמענטס
קול קהילתינו פנחס תש''פ_עמוד_2.jpg
קול קהילתינו פנחס תש''פ_עמוד_2.jpg (218.87 KiB) געזען 1282 מאל
קול קהילתינו פנחס תש''פ_עמוד_1.jpg
קול קהילתינו פנחס תש''פ_עמוד_1.jpg (191.09 KiB) געזען 1282 מאל
סופרים שטיבל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2020 3:38 pm

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופרים שטיבל »

עס ליגט מיר אין זיכרון עפעס א מעשה וואס מהר"א שליט"א האט דערציילט
איבען געבן די נאמען פאר ר' נפתלי די זוהן פון שינאאוער רב
דורך די ישמח משה
איינער קען אפשר שרייבן פונטקיליכע פרטים
און אויך ווען ער האט דאס דערציילט
ייש"כ
אוועטאר
ראש חדשים
שר חמש מאות
תגובות: 528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 02, 2019 5:41 pm

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש חדשים »

[align=center]די וואך י"ט תמוז (בשב"ק) גייט זיין די יארצייט פון רבי יהושע'לע בן יוסף טאמאשוב'ער.[/align]

[align=center]ער איז געווען א זוהן פון רבי יאסעלע טאמאשוב'ער, ער איז געבוירן לעת זקנתו, רבי יאסעלע האט יארן לאנג נישט געהאט קיין קינדער, רבי יהושע איז געבוירן געווארן אויף די עלטער, רבי יהושע טאמאשוב'ער איז געווען א קדוש וטהור, און א גרויסער בעל מופת, ער איז געווען א פייערדיגער צאנזער חסיד. רבי יהושע׳לע האט נישט געהאט קיין קינדער פאר לאנגע יארן, דער צאנז'ער רב האט אסאך געארבעט פאר אים צו מאכן א היתר מאה רבנים, און דער חידושי הרי"ם האט געשיקט זאגן פארן צאנז'ער רב אז ער זאל אויפהערן צו זיכן היתרים, נאר ער זאל בעטן דעם אויבערשטן, אבער צום סוף האט ער יא חתונה געהאט מיט א צווייטן, און פון איר האט ער געהאט א זון וואס איז אים געבוירן געווארן אויף די עלטער, ער האט געהייסן רבי הערש אלימלך, ער האט געוואוינט נאך די מלחמה אין אנטווערפן, עס איז דא צו אים א בריוו פון פעטער ז"ל, עס איז געדרוקט אין ספר מכתבים דברי יואל, זיין זוהן איז אמאל דא געווען.

רבי יאסעלע איז אמאל געגאנגען אין די גאס, איז אים אנטקעגן געקומען א סאלדאט וואס האט אים געוואלט שלאגן, האט ער אנגעכאפט זיינע ציצית און האט אים דאס געוויזן, האט פאסירט א נס און דער גוי איז געבליבן געלעמט, ער האט מער נישט געקענט רירן זיין האנט, האט ער געבעטן רבי יאסעלע ואל אים אויסהיילן, האט אים רבי יאסעלע געפרעגט צו ער וועט שוין מער נישט טשעפענען קיין איד, האט ער צוגעזאגט, אזוי איז ער צוריק געזונט געווארן. זיין זוהן רבי יהושע'לע טאמאשוב׳ער האט פארציילט די מעשה, האט ער געזאגט אויף זיך, אז ער האט געהאט ביי זיך די זעלבע מעשה, א גוי האט אים געוואלט שלאגן, האב איך אויפגעהויבן די ציצית אזוי ווי מיין טאטע האט געטוהן, און וואס מיינען ענק אז ס'איז געווען? כ'האב געכאפט מכות רצח...!

רבי יהושע'לע טאמאשאווער איז איינגעשטאנען ביי א איד, און אינמיטן די נאכט האט ער געזאגט פאר דעם איד אז מ'זאל אים אנגרייטן עפעס צו עסן, האט ער געזאגט, גוט, איך וועל גיין אנגרייטן, זאגט רבי יהושע'לע, ניין, כ'וויל אז די בני בית זאל אנגרייטן, האט ער געזאגט אז זי שלאפט שוין, האט ער געהייסן מ'זאל איר אויפוועקן. איז דער מאן געגאנגען און האט איר אויפגעוועקט, און אזוי ווי זי איז אויפגעשטאנען פון געלעגער, איז איינגעפאלן דער דאך העכער איר. דער איד איז געווארן נבהל ונשתומם, איז ער צוגעגאנגען צו רבי יהושע'לע טאמאשאווער און געזאגט רבי, איך וויל פרעגן דעם אמת, אויב דער רבי האט געוואוסט אז עס גייט איינפאלן, וואס האט דער רבי געדארפט זאגן אז מ'זאל צוגרייטן א מאכל, דער רבי האט דאך געקענט זאגן מ'זאל אויפשטיין שנעל ווייל עס גייט איינפאלן?'. האט ער אים געענטפערט 'כ'האב נישט געוואוסט פון דעם, נאר כ'האב געפילט אז איך בין הונגעריג, און אומזיסט איז עס נישט, האב איך פארשטאנען אז עפעס איז דא...

רבי יהושע'לע איז געווען א איש פלא, דער ריסקאווער רב האט אים נאך געקענט, רבי יהושע טאמאשוב'ער איז געווען זייער קעגן אלטע בחורים וואס האבן זיך פארזוימט חתונה צו האבן צוליב פארשידענע תירוצים, צוליב מיליטער וכדו׳, אדער ווייל זיי ווארטן אויף א גרויסע נדן, ער פלעגט זיי מבזה זיין, ער האט זיי געמאכט בזיונות, ער פלעגט זיי פארהאלטן פארוואס זיי האבן נישט חתונה. - ער איז אמאל געווען אין חוסט. און דער ערוגת הבושם האט געשיקט בחורים זאלן מיט דאווענען מיט אים. די עלטערע בחורים האט ער פארשיקט, דער ריסקווער רב איז געווען א יונגער בחור האט ער געקענט מיט דאווענען.
ער איז אמאל געווען אין סאטמאר. דעמאלטס איז געווען רב אין סאטמאר הגאון רבי יהודה גרינוואלד ז"ל, רבי יהושע טאמאשוב'ער פלעגט צו רופן א רב 'שושנת יעקב', ער איז אנגעקומען אין שטאט, זאגט ער אז ער וויל גיין צום שושנת יעקב. ווען ער איז אנגעקומען צום רב, האט ער אים געפרעגט איר זענט דער שושנת יעקב דא אין שטאט?, האט ער אים געזאגט יא, האט ער אים געפרעגט, אויב מאכט זיך ביי אייך די און די שאלה וויאזוי פסק׳נט איר?, האט ער געזאגט אז ער פסק׳נט אזוי און אזוי, האט רבי יהושע טאמאשוביער געזאגט, אזוי פסק'נט איר?, דער הייליגער רב [מרן הדברי חיים] האט אנדערש גע'פסק'נט, איז ער געבליבן שטיין, און האט געזאגט אז פונקט יעצט האט אים איינער געפרעגט אזא שאלה, האט אים רבי יהושע געזאגט אז ער זאל אים צוריק רופן, ער האט יענעם צוריק גערופן און האט אים געזאגט אז דער דברי חיים פסק'נט אנדערש.

רבי יהושע'לע טאמאשאווער איז געווען א שטארקער צאנזער חסיד, אמאל האט דער דברי חיים געזאגט – ס'איז געווען ביי שלש סעודות – 'אז ווען דאס בית המקדש של מעלה וועט אויפגעבויעט ווערן, וועט דער גואל צדק קומען, און דאס בית המקדש של מעלה איז שוין אינגאנצן פארטיג, ס'פעלט נאר דער פרוכת', אזוי האט דער דברי חיים געזאגט, האט ער זיך אנגערופן פאר'ן דברי חיים, 'רבי, איך בין מאמין באמונה שלימה אז דער רבי איז בכח אהער צו שטעלן דעם פרוכת', און דער דברי חיים האט אים גארנישט געענטפערט. נאר מיט א צייט שפעטער האט דער דברי חיים געזאגט, 'ווער זאגט אז איך האב נישט געמאכט דעם פרוכת, נאר ס'איז געקומען א רשע גדול און ער האט עס צוריסן', דער פעטער ז"ל ברענגט דאס אראפ. (עי' בהקדמת ספה"ק ויואל משה עמ' ט').

דער בעלזער רב רבי יהושע'לע האט זיך משדך געווען מיטן שינאווער רב, זיין זוהן דער ציעשנוב'ער רב איז געווארן אן איידעם אין בעלזא, דער שינאווער רב איז געפארן קיין בעלזא אויף די חתונה. במשך די חתונה האבן זיך אנגעכאפט דער שינאווער רב מיטן בעלזער רב און געטאנצט, רבי יהושע'לע טאמאשוב'ער איז אויך דארט געווען, ער האט גענומען א בעזים און האט אנגעהויבן קערן ארום זיי, קיינער האט אים נישט געשטערט, מען האט געוואוסט אז דאס איז הויכע זאכן.

א איד האט ל"ע נישט געהאט קיין קינדער, איז ער געקומען צו רבי יהושע טאמאשאווער און געבעטן א בן זכר, האט רבי יהושע'לע טאמאשווער געבעטן געלט כך וכך זאג איך דיר צו א בן זכר, זאגט דער איד רבי, גוט, איך בין מסכים, נאר פארוואס דארף איך שוין געבן, אז איז איך וועל געהאלפן ווערן, וועל איך געבן דאס געלט', זאגט ער גוט, איך בין מסכים. צום יאר איז אים געבוירן געווארן א יונגל, האט רבי יהושע'לע געבעטן פונעם פאטער דאס געלט, זאגט דער איד אז ער גיט נישט, ער האט דאך שוין געהאט דאס יונגל... זאגט אים רבי יהושע'לע לעולם, וואלט איך דיך געדארפט יעצט שעלטן, דו האסט מיר געמאכט אזא זאך, נאר מ'טאר דאך נישט שעלטן, נו, איז קום אהער איך וועל דיך בענטשן, 'דרייצן מוידן'..., און אזוי איז געווען, ס'איז אים שפעטער געבוירן געווארן דרייצן מיידלעך.

ווען דער שינאווער רב איז נסתלק געווארן האט אים זיין זון רבי משה'לע איבערגענומען מיטן רבנות אין שינאווא, און רבי יהושע'לע איז ווייטער געפארן צום זון, רבי משה'לע שינאווער איז אמאל געווען אויף אפרוה אין בארדיוב, דער פעטער ז״ל איז אויך דארט געווען, דער פעטער איז נאך דעמאלטס געווען א יונגערמאן. שבת אינדערפרי האט רבי משה'לע שינאווער געפירט טיש, דער פעטער ז״ל איז געזעצען ביים טיש, און ער האט אים מכבד געווען צו זינגען ברוך קל עליון, רבי יושע טאמאשוב'ער וואס איז אויך געווען ביים טיש האט זיך אנגערופן "דעם וועם טויזענטער מענטשן וועלן נאך נאכלויפן איז מען מכבד מיט א זמר? בענטשן דארף מען אים געבן".[/align]
לעצט פארראכטן דורך ראש חדשים אום זונטאג יולי 12, 2020 4:55 pm, פארראכטן געווארן 4 מאל.
החדש הזה לכם ראש חדשים
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”