דאס איבערפלאצונג פון חסידות על אדמת אמעריקא
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
- פריילעך אידל
- שר האלף
- תגובות: 1844
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm
הייסטעס דו טראסט דעם פאטאגראפירער (ניין, די פאטאגראפירער פון פאר די מלחמה זענען נישט געווען קיין גרעסערע תנא קמא'ס ווי די היינטיגע...) מער ווי דיינע אויגן און שכל...
נ.ב. עס געשהט גארנישט אויב מען אנערקענט אז מען האט געהאט א טעות ביז היינט...
נ.ב. עס געשהט גארנישט אויב מען אנערקענט אז מען האט געהאט א טעות ביז היינט...
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.
אינו דומה שמוע״ה לראי״ה
ידיעות שונות האט געשריבן:פריילעך אידל האט געשריבן:הייסטעס אז בעצם פארשטייסטו אויך אז פון בלויז קוקן אויף די בילדער איז דאס זיכער נישט דער שענדישובער רב, ביזטו יעצט געקומען מיט א מקור, אז אויב איינער זאגט אנדערש קריגט ער זיך שוין מיט א מקור מוסמך...
#קאפ_אין_וואנט
די ווארט איז נישט מקור
די בילד קומט נישט פון נייע אנטדעקטע ארכיוון און מ'דארף יעצט צוטרעפן וועמענס בילד דאס איז, די בילד איז א באקאנט בילד און איז בשעתו געקומען דיירעקט פון איינעם וואס האט אליין געכאפט די בילד, און ער האט געוויסט פון וועם ער האט עס געכאפט
איה"נ די צוויי בילדער זעהן טאקע נישט אויס די זעלבע, אבער בהכרח אז אויב מ'האט עס ביז היינט מייחס געווען צום שענדישוב'ער רב איז עס נישט געווען פאר די אויסזעהן פון די בילד, (אנדערש ווי די נייע עפאכע פון צאמשטעלן בילדער מיטן שיקול הדעת, וואס ארבעט נאר אויב די צוויי בילדער זענען פונעם זעלבן תקופה)
איינמאהל מ'ווייסט אז דאס האט א איד געכאפט פונעם שענדישוב'ן רב איז די שאלה נאר "ווען" דאס איז געכאפט געווארן
דאס איז אלעס הערליכע שיינע תורות און פילפולים, דאס איז אבער נאר גוט אזוי לאנג ווי מ׳זעהט נישט די בילדער, איינמאל מ׳זעהט ביידע, איז די אלע תורות גארנישט ווערט!
-
- שר האלף
- תגובות: 1084
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm
פריילעך אידל האט געשריבן:הייסטעס דו טראסט דעם פאטאגראפירער (ניין, די פאטאגראפירער פון פאר די מלחמה זענען נישט געווען קיין גרעסערע תנא קמא'ס ווי די היינטיגע...) מער ווי דיינע אויגן און שכל...
נ.ב. עס געשהט גארנישט אויב מען אנערקענט אז מען האט געהאט א טעות ביז היינט...
פאטאגראפירער??
דער בילד האט א חסידישער בחור אין קראקא געכאפט, דער טשעבינער ראש ישיבה איז דארט געשטאנען בשעת מעשה, און האט מיטגעטראגן דעם בילד מיט זיך ביז קיין ארה"ק
די קשיות זענען פארשטענדליך און קענען ווייטער דעבאטירט ווערן, גם לענ"ד איז עס נישט מוכרע, אבער ס'איז א וויכטיג שטיקל אינפארמאציע אויפן וואגשאל, און אפשר אויך א מכריע
---
ס'איז כדאי צו פירן דעם ווייטערדיגן געשפרעך אינעם אשכול פון שענדישוב'ער רב
viewtopic.php?f=31&t=36537
-
- שר האלף
- תגובות: 1084
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm
- פריילעך אידל
- שר האלף
- תגובות: 1844
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm
לאמיך אייך זאגן אזוי:
איך קען פארשטיין פון וואו דער טעות נעמט זיך. דער שענדישובער איז געווען א מחותן מיט ר' איציקל סטיטשינער, דא אויף דעם בילד זעהט מען ר' יודעלע סטיטשינער באגלייט ארויס, דאס קוקט אויס נאך א שמחה, און קען גאר זיין אז דער שענדישובער רב האט זיך באטייליגט ביי דעם שמחה, און פון דעם איז נשתרבב געווארן דעם טעות, אבער מיר ווייסן אז אין לו ל... אלא מה שאיניו רואות, ווי זאגט חיי אריכי? די אלע פילפולים זענען גוט ביז מען זעהט די בילדער...
האטס מיר א גוטן טאג (נאכט).
איך קען פארשטיין פון וואו דער טעות נעמט זיך. דער שענדישובער איז געווען א מחותן מיט ר' איציקל סטיטשינער, דא אויף דעם בילד זעהט מען ר' יודעלע סטיטשינער באגלייט ארויס, דאס קוקט אויס נאך א שמחה, און קען גאר זיין אז דער שענדישובער רב האט זיך באטייליגט ביי דעם שמחה, און פון דעם איז נשתרבב געווארן דעם טעות, אבער מיר ווייסן אז אין לו ל... אלא מה שאיניו רואות, ווי זאגט חיי אריכי? די אלע פילפולים זענען גוט ביז מען זעהט די בילדער...
האטס מיר א גוטן טאג (נאכט).
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.
-
- שר האלף
- תגובות: 1084
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm
פריילעך אידל האט געשריבן:לאמיך אייך זאגן אזוי:
איך קען פארשטיין פון וואו דער טעות נעמט זיך. דער שענדישובער איז געווען א מחותן מיט ר' איציקל סטיטשינער, דא אויף דעם בילד זעהט מען ר' יודעלע סטיטשינער באגלייט ארויס, דאס קוקט אויס נאך א שמחה, און קען גאר זיין אז דער שענדישובער רב האט זיך באטייליגט ביי דעם שמחה, און פון דעם איז נשתרבב געווארן דעם טעות, אבער מיר ווייסן אז אין לו ל... אלא מה שאיניו רואות, ווי זאגט חיי אריכי? די אלע פילפולים זענען גוט ביז מען זעהט די בילדער...
האטס מיר א גוטן טאג (נאכט).
כ'בין נישט זיכער ווער איז דער וואס זאגט דא פלפולים...
נאר צו זיין קלאר, ווען ידידנו חמרא טבא האט ארויפגעברענגט זיין קלער האביך מעהר ווייניגער מסכים געווען, ווארום אויב האנדלט זיך עס אין שאצונגען איז זיין שאצונג בעסער ווי די אנדערע שאצונגען.
אבער היינט ביים נאכגיין די זאך הער איך פאר א פאקט אז דאס אידענטיפיצירן דעם בילד איז אינגאנצן נישט באזירט אויף אפשאצונגען פון מענשטן וועלכע האבן איהם נישט געקענט, נאר די בילד איז קלאר אידענטיפיצירט געווארן דורך אידן וואס זענען דארט געווען און האבן גאהר גוט געקענט פון די נאנט אלע מענטשן וואס מ'זעהט אויפן בילד.
וואס איז דער צורך צו קומען מיט הסברים פון וואו ס'נעמט זיך דער טעות... ווען דער טעות נעמט זיך בכלל נישט...
-
- שר האלף
- תגובות: 1084
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 366
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מאי 31, 2014 10:45 pm
חמרא טבא האט געשריבן:שלא מענין האשכול כלל פאלט מיר יעצט איין צו זאגן אז ס׳בילד וואס מהאט געברענגט פריער פון רבי טובי׳לי שענדישובער איז נישט עם בכלל!!!
נאט אייך א בילד פון א ש״ב אין קראקא דער חתן איז הרב משה הורוויץ ז״ל א צוגעקומענע אייניקל פונעם אלטן סטיטשינער רב
אויף די אנדערע זייט פונעם סטיטשינער רב זיצט די אנדערע זיידע פון די כלה הגה״צ רבי אלטר אליעזר הורוויץ זצ״ל הי״ד מסטאשוב סיז ביי מיר ברור כשמש אז דער אינעם ערשטן בילד איז דער סטאשובער און אפשר גאר ווי ער גייט ארויס פון דעם ש״ב ווייל אונטער עם דערקענט מען רבי יודעלע סטיטשינער באגלייט עם ארויס און דער בחור וואס שטייט נעבן עם איז דער וואס שטייט אינעם צווייטן בילד אונטערן חתן
נו די עולם איז מיט מיר?
חמרא!
ברוך שחלק מחכמתו ליראיו...
אזא געוואלדיגע אויסטרעף! כ'בין אמת'דיג נבהל ונשתומם, אנבעליוועבל. ברור כשמש אז דאס איז די סטאשוב רב, ובפרט הראי' מהרה"ק ר' יהודא מסטיטשין וכו' וכו'.
לך בכוחך זה והושעת....
- חושב מחשבות...
- שר האלפיים
- תגובות: 2814
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
- לאקאציע: בין שמים לארץ