רבי אהרן רוקח מבעלזא זצ"ל - כ"א אב תשי"ז

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אהרן הלוי
שר מאה
תגובות: 217
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 18, 2018 1:42 pm

תגובהדורך אהרן הלוי » זונטאג אפריל 15, 2018 10:35 pm

באדראטשיג האט געשריבן:לא יאומן כי יסופר אז היינטיגע צייטן איז נאך דא מענטשען וואס גלויבען די אלע באבקעס...
וכבר אמר החכם מכל אדם (משלי כ"ז, כ"ב)
אִם תִּכְתּוֹשׁ אֶת הָאֱוִיל בַּמַּכְתֵּשׁ בְּתוֹךְ הָרִיפוֹת בַּעֱלִי לֹא תָסוּר מֵעָלָיו אִוַּלְתּוֹ.

טייערע ברודער, קענט איר מיר שרייבן די דעפענישאן פון וואס איר שרייבט: ''די אלע באבקעס''? און פארוואס טאקע איז דאס לא יאומן כי יסופר?

משה ברמן
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 25, 2015 1:47 pm

הרבי מבעלז ר אהרן רוקח טברסקי

תגובהדורך משה ברמן » זונטאג אפריל 29, 2018 7:41 pm

הרבי מבעלז ר אהרן רוקח טברסקי
צוגעלייגטע
הרבי מבעלז ר אהרן רוקח טברסקי.pdf
(31.92 KiB) דאונלאודעד 111 מאל

יערסלוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 433
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2015 1:16 pm

תגובהדורך יערסלוב » מאנטאג מאי 21, 2018 10:05 pm

תעודת פטירה ממרן מבעלזא זצ"ל
צוגעלייגטע
תעודת פטירה מרן זצל.jpg
תעודת פטירה מרן זצל.jpg (89.86 KiB) געזעהן 584 מאל

משהלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » מאנטאג מאי 21, 2018 11:46 pm

1878 איז אינטערעסאנט און לכאורה נישט אמת.

פארפלאמטער
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 23, 2018 1:54 pm

תגובהדורך פארפלאמטער » דינסטאג מאי 22, 2018 11:40 am

געדיך אוואש האט געשריבן:
פסיקתא האט געשריבן:
חוץ פון דעם האט געשריבן:
מענטשאלע האט געשריבן:
רימנובער אייניקעל האט געשריבן:פארציילט מיר הרה"צ רבי אהרן בריזעל שליט"א כ"ק אדמו"ר מ'זשירקא.

זייענדיג א'תלמיד און סאטמאר'ע ישיבה בירושלים עיה"ק האט ער משמש געווען דעם ראש ישיבה הגאון הצדיק רבי משה ארי' פריינד זצוק"ל גאב"ד ירושלים עיה"ק.
האט ער אים פארציילט אז אמאל זייענדיג להסתופף בצילו הקדוש פון בעלזער רב זצוק"ל און קאטמאן פרייטאג צו נאכט ביים טיש האט אים בעלזער רב זצוק"ל געפרעגט וואס האלט סאטמאר רב זיע"א.

האט אים די באווסטע גבאי (ש.פ.) וואס איז געשטאנען אינטער דעם רב זצוק"ל געוויזן מיט די הענט אז ער ווארענט אים נישט ענטפערן, אז יא איז אחת דתו.


ווען רבי משה ארי' זצוק"ל האט פארענדיגט דערציילען די מעשה האט ער געגבן א'קרעכטץ זאגענדיג צום זשירקא רבי שליט"א אז ס'טוהט אים זייער וויי. ער וואלט געדארפט האבן מסירות נפש און יא זאגען וואס סאטמאר רב זצוק"ל האט געהאלטן.

ס'איז ידוע אז רבי משה ארי' האט געזאגט אז ידידו רבי ישראל משה דושינסקיא וואלט יא גיענטפערט.

לאמיר נישט פאגעסן וואס רבינו הק' פון סאטמער האט אינז געלערנט אין ספרו הקדוש ויואל משה, מאמר שלש שבועות אות קפ"ה וז"ל: וחסרי תבונה מתחשבים עם סיפורי מעשיות שרובם ככולם שקרים וכזבים ומשתנים מפה אל פה בשינויים מן הקצה אל הקצה, ואם אלו השקרים נכתבו אח"כ בספר סוברים שהיא ס"ת. עכלה"ק.
אין פארשטייט זיך לפי משנת, הרה"ק מסאטמער איז יעדע מעשה וואס הייבט זיך אן בזה הלשון: סיפר לי אדער עס האט פארציילט וכו' האט נישט קיין שום תוקף! איז קען מען נישט ניצן אזא סארט ראי' לשיטתו.וד"ל.


דער מעשה האט פארציילט ר משה אריה נישט נאר פאר דער זירקא רבי נאר פאר אסאך מענטשען וואס לעבען היינט״ האבען עס געהערט פין דער בעל המעשה בכבודו ובעצמו, ייעטץ צי גיין זאגען אז חס ושלום ר משה אריה האט אויפגעמאכט א מעשה וואלט ער געקענט אויפ מאכען עפעס בעסערס , נישט דאס האט סאטמאר רב געמיינט ווען א ערליכער יוד ציילט א מעשה בדידי הוה עובדה( עכ״פ דער איסור פין נישט גלייבען גייט נישט דא אן, אין א ספק איז עס זיכער אפילו פאר דער מחמירים פין נישט גלייבען מעשיות)

ייעטץ איך מיין אז ענק דארפען נישט לייקענען ווייל יאך האב אמאל געהערט אז דער ענטפער איז אז דיר גבאי האט געהאלטען אז דער רב וויל נישט קיין תשובה
עס איז העכערע זאכען דאס פרעגען, אין ענק האבען כמה דוגמאות אז דער רב פלעגט עפעס פרעגען אין על פי פשטות האט נישט געהאט קיין פשט, אין עס האט געמיזט זיין עפעס העכערס, איז דער גבאי האט מחליט געווען ״על דעת עצמו״ אז דא טאר מען אויך נישט ענטפערען וויל ער האט ״״״פארשטאנען עס איז הימל קשיות אין מען טאר נישט ענטפערען״״״״
איי פארוואס????

אן אריינגיין אין קיין פרטים איבער אמיתות הדברים, לאמיר נאר פארשטיין ווי אזוי פארשטייט עטץ די מעשה?
בעלזער רב האט נישט געוואוסט דעת קדשו פונעם סאטמאר רב, און עס געוואלט הערן פון רבי משה אריה'ן, און אויב וואלט רבי משה אריה געזאגט דעם ריינעם אמת וואלט בעלזער רב זיכער משנה געווען דעת קדשו איבערן נושא... שטימט?
און וואס איז געווען ווען בעלזער רב האט עס שפעטער אליינס קלאר געהערט פונעם סאטמאר רב ביים באקאנטן באזוך, פארוואס האט ער נישט געמאלטס משנה געווען דעת קדשו???
איי פארוואס דען האט בעלזער רב עס געפרעגט פון רבי משה אריה'ן?
און פארוואס האט דער גבאי רבי שלום אזוי פארפירט אז ער זאל נישט זאגן?
אבער די אלע זאכן איז זייער שווער מסביר צו זיין פאר א פרעמדע צוזעהער, אדער נאכהערער. ווער עס האט געקענט אביסל די הלוך ילך ביים בעלזער רב וואלט געוואוסט, אז בעלזער רב איז נישט געווען סתם קיין שמועסער, ווען דער רב האט עפעס געפרעגט האט עס בכלל נישט געמוזט מיינען אז ער וויל באקומען א תשובה דערויף (אן אריינגיין אין הויכע ענינים, עס האט אמאל געקענט מיינען סתם צו מחזק זיין דעם נשאל, אדער עפעס ענליכעס), און אויב יא א תשובה, האט דער תשובה געמוזט שטימען מיט דאס וואס ער האט געוואלט הערן. ווען איינער האט אמאל גענטפערט עפעס א תשובה וואס איז נישט געווען אויסגעהאלטן לפי רוחו הק' האט ער געקענט ווערט צופייערט פאר שעות ארוכות, אויב נישט פאר גאנצע טעג. און דערויף איז געשטאנען דער געטרייע גבאי רבי שלו', און ביי אלע אזעלכע געלעגנהייטן האט ער שוין געוואוסט וואס דער רב וויל הערן, און כסדר צוגעוואונקן פארן נשאל וואס צו ענטפערן, אדער אויב בכלל ענטפערן.
אונז ווייסן מיר נישט וואס איז געווען די כוונה פון פרעגן רבי משה אריה'ן איבערן מיינונג פון זיין רבי'ן, אבער דאס איז קלאר אז אפילו וואוסענדיג זיין מיינונג, האט בעלזער רב אויך נישט געטוישט פון וואס ער האט געהאלטן.
טא קען עטץ זיך האלטן רוהיג אז רבי משה ארי' זצ"ל האט גארנישט פארלוירן דערמיט וואס ער האט אויסגעפאלגט דעם גבאי'ן.


די אויבענדערמאנטע מעשה האב איך געהערט ממקור ראשון פון איינער פון די משמשים פון ר' משה ארי' זצ"ל.
די מעשה איז געווען שוין נאך די פרשה פון די בחירות, וואס כידוע איז ר' משה ארי' געגאנגען צום בעלזער רב זצ"ל אפילו נאך די מחלוקת, און דער בעלזער רב האט איהם געפרעגט ביים טיש וואס דער סאטמארער רב זאגט לגבי 'חינוך עצמאי', און ווען ער האט געוואלט ענטפערן איז געווען די מעשה כנ"ל (אגב, איך האב דאס נישט געהערט מיט קיין נאמען וועלכער גבאי, נאר איינער פון די גבאים) און ר' משה ארי' האט זיך אויפגעשטעלט און ארויסגעגאנגען, און זייט דעמאלט איז ער מער נישט געגאנגען קיין בעלזא.

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1408
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » דינסטאג מאי 22, 2018 12:57 pm

משהלע האט געשריבן:1878 איז אינטערעסאנט און לכאורה נישט אמת.

פארוואס זאל עס נישט זיין אמת?
זוכט איר דוי?

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3872
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » דינסטאג מאי 22, 2018 1:13 pm

די אנגענומענע ווערסיע איז אז דער רב ז"ל איז געבארן אום אלול תר"מ (1880)
לחיים ולברכה!

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1408
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » דינסטאג מאי 22, 2018 2:05 pm

איך האב יא אמאל געהערט אז דער רב ז"ל איז געבוירן תרל"ח, אבער איך בין מבטל שמועתי פאר דעם אנגענומענעם ווערסיע,
זוכט איר דוי?

אהרן הלוי
שר מאה
תגובות: 217
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 18, 2018 1:42 pm

תגובהדורך אהרן הלוי » דינסטאג מאי 22, 2018 4:32 pm

דונש האט געשריבן:איך האב יא אמאל געהערט אז דער רב ז"ל איז געבוירן תרל"ח, אבער איך בין מבטל שמועתי פאר דעם אנגענומענעם ווערסיע,

ווידער דא טענה'ן זיי אז ער איז געבוירן אום תרמ''ב!
https://www.jerusalem.muni.il/City/Stre ... Semel=4905

אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 379
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

תגובהדורך יוסף פריעדמאן » דינסטאג מאי 22, 2018 5:31 pm

אהרן הלוי האט געשריבן:
דונש האט געשריבן:איך האב יא אמאל געהערט אז דער רב ז"ל איז געבוירן תרל"ח, אבער איך בין מבטל שמועתי פאר דעם אנגענומענעם ווערסיע,

ווידער דא טענה'ן זיי אז ער איז געבוירן אום תרמ''ב!
https://www.jerusalem.muni.il/City/Stre ... Semel=4905

עיריית י-ם זאגט תרמ"ב
מדינת ישראל זאגט תרל"ח.
און עס איז קלאר אז עס איז תר"מ, און עס איז דא אויף דעם א קבלה און אויך ראיות.
עס איז נישט קיין פקפוק דערויף.

אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 379
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

תגובהדורך יוסף פריעדמאן » מיטוואך מאי 23, 2018 9:24 am

שוב שמעתי, אז עס איז נישט קלאר אינגאנצן די דאטום פון תר"מ, און עס איז דא וואס טענה'ן אז די ריכטידע דאטום איז תרל"ח.
אך הדעה הרווחת והמוסמכת יותר היא על שנת תר"מ.

אוועטאר
געדיך אוואש
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2015 1:33 pm

תגובהדורך געדיך אוואש » מיטוואך מאי 23, 2018 1:31 pm

שטאטישע דאקומענטן וואס צייגן אן אז דער רב איז געבוירן אין יאר תר"מ - 1880
(קרעדיט: י.א.וו)
01.jpg
01.jpg (537.3 KiB) געזעהן 226 מאל

02.jpg
02.jpg (500.51 KiB) געזעהן 226 מאל

03.jpg
03.jpg (298.49 KiB) געזעהן 226 מאל

באדראטשיג
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2016 8:16 am

תגובהדורך באדראטשיג » מיטוואך מאי 23, 2018 8:11 pm

באדראטשיג האט געשריבן:לא יאומן כי יסופר אז היינטיגע צייטן איז נאך דא מענטשען וואס גלויבען די אלע באבקעס...
וכבר אמר החכם מכל אדם (משלי כ"ז, כ"ב)
אִם תִּכְתּוֹשׁ אֶת הָאֱוִיל בַּמַּכְתֵּשׁ בְּתוֹךְ הָרִיפוֹת בַּעֱלִי לֹא תָסוּר מֵעָלָיו אִוַּלְתּוֹ.

תנא אהיכא קאי?
קאי על פארפלאמטער הנ"ל שחזר והעלה גרה על א פארפלאמטער מייעסע מפי "עד נאמן", וואס נאר אין עמא-ריקא קען מען פארציילען אזוינע באבע מאייסעס ... וד"ל.


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 13 געסט