רבי יואל מארגענשטערן משארמאש זצ"ל - כ' תשרי תשע"ח

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים
ווערעצקי
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווערעצקי »

שטאלצער יוד האט געשריבן:
ווערעצקי האט געשריבן:
שטאלצער יוד האט געשריבן:4) די לשון זאת התורה אשר שנשאר לדורות בספרי קדשו שינן בתדירה. מאכט נישט קיין סענס. (מן הסתם איז עס געגנב'ט פון א מציבה פון א גרויסע מחבר ספרים).


דאס איז א המשך פון די פריערדיגע שורה, און ס'גייט ארויף אויף די ספרים פון רביה"ק זי"ע, דוק ותשכח

גערעכט. כ'האב נישט געכאפט.
אבער אויב מ'קען זיך טועה זיין איז שוין א פראבלעם.


ס'איז אזוי ווי די שיר היחוד, ס'האט נישט קיין פינטעלעך און שטרעכעלך וואו מ'דארף געבן א אטעם
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3105
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

ארגינעל האט געשריבן:
ישראל_הלוי האט געשריבן:נוסח המצבה


אויף אזא איד וואס האט זוכה געווען צו א זון אזא אדם גדול וצדיק יסוד עולם איז דאך עס נישט קיין דבר פשוט, עס מוז זיין אז דער איד איז געווען איינער וואס האט געלעבט מיט עפעס א דערהויבנקייט. וואלט געפאסט עכ"פ ארויסצושרייבן הרבני החסיד מוהר"ר אורי זללה"ה נישט בלויז אין ראשי תיבות בהבלעה

נישט מוכרח בכלל, הימלישע חשבונות פארשטייען מיר נישט, מען זעהט גרויסע מענטשען מיט קליינע קינדער אוןקליינע מענטשען מיט גרויסע קינדער, דאס איז א זכי' פאר א מענטש צו אראפברענגען גרויסע נשמות.
א'מונה ב'טחון ג'עלט
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

דער עיקר דער מצבה קריטצער מאכט זיכער אפאר טאלער
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8609
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

וועגן א-ל, אויפן מציבה פונעם רי"ף שטייט עס, און דער חת"ס ברענגט דערפון א ראי׳ אז מען מעג שרייבן שמות אויף מציבות.
אבער אין די היינטיגע בילדער עפאכע איז אפשר יא כדאי עס אזוי צו שרייבן, און אזוי מונע זיין מכשולות.
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

צווייפעל האט געשריבן:די מצבה איז זייער א שיטערע און לייכטע, נאר מיט גאר אסאך קערעקטערס, א גוטער שרייבער וואלט געקענט די אלע פונקטן ארויסברענגען מיט פיל ווייניגער בוכשטאבן.


לאו דוקא. אין יעדע שורה ווערט ארויסגעברענגט א נייע נקודה, ס'חזרט כמעט נישט איבער די זעלבע שבחים.
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

מיסטעריעז האט געשריבן:אבער אין די היינטיגע בילדער עפאכע איז אפשר יא כדאי עס אזוי צו שרייבן, און אזוי מונע זיין מכשולות.


זייער א ריכטיגע נקודה. וויפיל בזיון השמות איז שוין ליידער ארויסגעקומען פון דעם "איש אלקים" פון די נייע מציבה אין ליזענסק.
ארגינעל
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 29, 2016 4:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארגינעל »

מיללער האט געשריבן:הצדיק אבד ואין איש שם על לב, ווען מליינט דעם אשכול פארשטייט מען א נייעם פשט, הצדיק אבד, און הערשט יעצט זעהט מען אז ואין איש שם על לב, מ'האמיר בחיים חיותו נישט משים על הלב געווען גדלותו וצדקותו לויט ווי די באי ביתו ואנשי בריתו שטעלן עס אראפ, נישט געהאט די זכי' אז נאך אידן זאלן נהנה זיין מאורו.

איז פארהאן עפעס תשובות בכתב פונעם רב זצ"ל? איך געדענק נישט בחייו קיינע מאמרים פון אים בקובצים תורניים ומשא ומתן בעניני הלכה העומדים על הפרק, פלעגט ער צו שרייבן בירורים בהלכה בכתב?


יהא זכרו ברוך וינחם ה' משפחתו ובני קהלתו בתוך שאר אבילי ציון וירושלים


צו סאיז יא געבליבן תשובות בהלכה צו נישט, דאס איז קלאר פאר ווער עס האט נאר אמאל צוגעזען דעם טאג טעגליכן עבודת ה' פון דעם צדיק יסוד עולם אז דער גאון וצדיק שארמאשער רב זצוק"ל האט פארגעשטעלט דמות דיוקנם פון א פארצייטישען גדול בישראל, דמות דיוקנם פון די אמאליגע רבנים גאונים וקדושים צדיקי עולם זי"ע, וואס האט פארשיינט די וועלט מיט זיין גאונות צדקות וקדושה און מיט זיין קלארען דעת תורה, ער איז געווען א גדול בהוראה וואס איז געווען גרייט לשרת את הציבור מיט פסקנע'ן שאלות אייביג און אלעמאל. דער צדיק איז געווען דבוק אין די תורה חבוקה ודבוקה בך און ליב געהאט דעם באשעפער אזש זיין אהבת ה' אהבת תורה ויראת שמים איז געווען עד להפליא.
בנוגע שרייבן תשובות אין הלכה דארף מען אביסל אריינקוקן אין מציאות הדברים, רובם ככולם פון די אמאליגע רבנים גאונים וקדושים זי"ע בנוסף פון צו פסקנ'ען שאלות אויפן פלאץ האבן זיי אויך געשריבן שאלות ותשובות בהלכה וואס זענען געווען אויף בירורי הלכה וואס איז געווען אקטועל בשעתם, און פון דארטן האבן מיר היינט צוטאגס און אונזערע ספרים שאפעס פולע פאליציעס מיט ספרי שו"ת וואס זענען געשריבן געווארן לאסוקי שמעתתא אליבא דהלכתא.
במציאות הדברים איז שיקן א בריוו בכלל, און אזוי אויך ביי שיקן אנפרעגן א שאלה דורך א מכתב, פשוט געווען דער קאמיונקאציע מיטל וויאזוי מען איז געווען פארבינדן פון איין שטאט צום צווייטן און די זעלבע ביי די גדולי הרבנים וואס האבן געוואוינט יעדער באזונדער ביי זיך אין שטאט אדער שטעטל איז דאס געווען דער פראקטישער אופן וויאזוי מען האט צווישן זיך מברר ומלבן געווען שווערע שאלות און אקטועלע הלכות וואס זענען געווען עומד על הפרק.
און די היינטיגע עפאכע איז אנרעכטן און שרייבן א בריוו נישט דער קאמיונאקאציע מיטל נישט ווען א קינד איז אין קעמפ און וויל האבן קאמיוניקאציע אהיים צו די עלטערן און די זעלבע אויך נישט ווען רבנים ברויכן פסקנ'ען אדער אדורכטון א הלכה מבוררת און וויל זיך צונויפשמועסן מיט א אנדערן תלמיד חכם וואס וואוינט אויף די אנדערע זייט גאס און טרעפט זיך מיט אים כסדר און מען שמועסט זיך אויס. אדער קלינגט מען זיך אן און מען רעדט זיך אדורך טעלאפאניש. און ווייטער וואס איז נוגע כלל ענינים איז דאך דא די קהל'ישע דיינים וואס זענען ממונה יעדער אויף זיינע פונקציעס וואס טוען אדורך ווען עס מאכט זיך כאטש וואס אין שחיטה וכדומה.
עס איז בכלל נישט ווי אין דער אמאליגער היים ווען ביי יעדן רב איז געווען א שוחט, א חזן, א מקוה וכו' וכו' אונטער זיין רבני'שן אויטעריטעט אין זיין לאקאלן שטאט אדער שטעטל און עס האט זיך געמאכט שאלות וואס מען האט זין אנגעפרעגט איינער דעם צווייטן צווישן די גדולי הרבנים וויאזוי אומצוגיין אויף אזא און אזא פאל וכדו' און עס איז געווען שאלות ותשובות הלוך ושוב און אזוי ארום זענען מיר היינט צוטאגס נהנה מאור תורתם וצדקתם.
די זעלבע זאך איז כלפי די חדושי סוגיות וואס איז דא פון אלע גדולי הרבנים פון דער אלטער היים, צוליב דעם ווייל זיי האבן פערזענליך אליינס געפירט זייערע ישיבות און פארגעלערנט פאר תלמידים בסוגיות הש"ס אנדערש ווי ס'איז במציאות היינט אויסגעשטעלט אז די אלע גדולי הרבנים זענען מער ווייניגער די דינים און די קהלות און זענען עוסק בהוראה לדון ולהורות.
אנבאלאנגט 'מאמרים בקובצים תורניים ומשא ומתן בעניני הלכה העומדים על הפרק', ווער עס איז אביסל באקאנט וואס ס'איז באקאנט איבער דעם וואס מען האט אמאל בימי רביה"ק מ'סאטמאר זי"ע געוואלט איינפירן צו מאכן א ירחון ווי די בחורים פון ישיבה זאלן אריינשטעלן זייערע חידושים און דער רבי וואס איז געווען כל כולו אמת האט עס נישט געוואלט מטעמים המפורסמים. ברוך אשר נתן לנו תורת אמת ודי. דער שארמאשער רב זצ"ל איז געווען דער תלמיד מובהק וחביב פון רביה"ק זי"ע כידוע און האט זיך כל ימיו נישט אוועקגערירט קיין קוצו של יו"ד פון זיין הייליגן דרך און קלארער דעת תורה אין יעדן הינזיכט פון הייליגן רבי'ן זי"ע איז ווי פארשטענדליך ניטאמאל בייגעפאלן אזא געדאנק ווי שרייבן א בירור הלכה אין א ירחון.
ממילא לפי הנ"ל האט נישט קיין שום זין די פלא אז אזא גרויסער גאון וצדיק א רב בישראל א גדול בהוראה זאל מען נישט האבן געטראפן פון אים 'מאמרים בקובצים תורניים ומשא ומתן בעניני הלכה העומדים על הפרק' אדער אפילו תשובות ווייל דער שארמאשער רב זצוק"ל האט פשוט משים געווען לילות כימים און עוסק געווען בתורה ועבודה וגמילות חסדים און געפסק'נט שאלות און פארגעלערנט פאר בעלי בתים וכו' וכו' און וואס נאר ס'איז געווען אקטעל פאר כבוד שמים האט ער געטון און וואס איז נישט נוגע געווען כבוד שמים האט ער נישט געהאט קיין איבעריגע צייט דערפאר.
צד תמות
שר חמש מאות
תגובות: 824
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2015 2:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד תמות »

"המאור הגדול לממשלת מכמני חדרי תורה" מאכט לענ"ד נישט קיין סענס, ביידע "חדרי" און "מכמני" זענען מיעוטים ביסודם און ווערן גענוצט אין די קאנטעקסט פון בקי [אפילו] בכל חדרי תורה, אדער שלט [אפילו] בכל מכמני התורה, דעריבער איז אינטערעסאנטליך די אויסדרוקן אלס א ריבוי "ממשלת מכמני חדרי התורה".
חוץ מזה דער צוזאמשטעל פון ביידע צוזאמען האט עפעס נישט קיין חן.

דער ווארט "להתחזק" ווערט באנוצט אין די נוסח לכה"פ 3 מאל, וואס ווייזט אויף אביסל ארימע מליצה סעלעקציע.

פארט דארף מען זיך רעכענען אז ס'איז געמאכט געווארן אין גרויס איילעניש. #לכף זכות.
בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעטל »

יציב פתגם האט געשריבן:
ישראל_הלוי האט געשריבן:נוסח המצבה

עטליכע הגהות אויף די נוסח המצבה:
א. אויף זיין שווער מעג מען אויך שרייבן "מרן"
ב. פעלט נישט אויס קיין שטרעקעלע צווישן די א' און די ל' ביי "רוממות א-ל" (דאס איז א מצבה, נישט קיין שמות בלעטל..)
ג. א דאפעלטע לשון: "ובצרור החיים תהא נפשו צרורה" און "ת.נ.צ.ב.ה."

א. מרן מיינט אונזער רב,
ב. איר זענט נישט גערעכט, מ'דארף נזהר זיין בקדושת השם. מ' שרייבט נישט דעם אייבערשטנס נאמען ארויס סתם אין א נוסח. כאטש דו קענסט טרעפן אפאר פון מיליאן וואס האבן דאס געטון.
ג. תנצבה איז געווארן די לעצטע שורה, האט גארנישט מיטן מכוון..
הערה
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 13, 2013 5:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערה »

שורה ל' זאל אפשר זיין עפעס אזוי
לבבו השתוקק בתקות הגאולה שהגיע הזמן הוכיח והרבה הזכירה
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

און אפילו מען שרייבט מרן שרייבט מען אויכעט רבי, לדוגמא מרן רבי
בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעטל »

דער אמת איז אז שרייבן א ליין אינמיטן א שם אלס הפסק איז אויך נישט אזוי אויס געהאלטן. און איז אינם לעצטן דור שפל ויתום אויסגעוואקסן. היינט הערשט ליידער א גרויסער הזנחה בענין קדושת ה'. אויך אדאנק די טעכנאלאגיע און פרינטערס בילדער ווידיאוס.

מ'פלעגט אלץ שרייבן קל ה' ד' שקי אלס געלייגט א ק' וכדומה. נישט אז מ'שרייבט א שם געהעריג און מ'לייגט א פינטל אלס הפסק, ס'איז בכלל נישט אזוי זיכער אז דאס הייסט א הפסק. איך געדענק א תשובה אין תרומת הדשן אם איני טועה. חו"י, ועוד בכמה ספרי שו"ת.
לעצט פארראכטן דורך בלעטל אום דאנערשטאג אקטאבער 19, 2017 7:25 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעטל »

מליצות וויל מען אויך אוועק נעמען? פארוואס, ווייל ס'דא וואס פארשטייען נישט. פריי דיר איינער קען נאך שרייבן במליצה. אזוי ווי מ'האט אלס אויפגעזוכט מליצים לעניני כתיבה פיוט ונוסח.

זאל מען אנהייבן שרייבן מצבות אויף אידיש זאלן די נשים וקטנים וע"ה אויך קענען ליינען. למה נגרע, ווייל יענער וויל ווייזן אז ער קען שרייבן לה"ק
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

ארגינעל האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:הצדיק אבד ואין איש שם על לב, ווען מליינט דעם אשכול פארשטייט מען א נייעם פשט, הצדיק אבד, און הערשט יעצט זעהט מען אז ואין איש שם על לב, מ'האמיר בחיים חיותו נישט משים על הלב געווען גדלותו וצדקותו לויט ווי די באי ביתו ואנשי בריתו שטעלן עס אראפ, נישט געהאט די זכי' אז נאך אידן זאלן נהנה זיין מאורו.

איז פארהאן עפעס תשובות בכתב פונעם רב זצ"ל? איך געדענק נישט בחייו קיינע מאמרים פון אים בקובצים תורניים ומשא ומתן בעניני הלכה העומדים על הפרק, פלעגט ער צו שרייבן בירורים בהלכה בכתב?


יהא זכרו ברוך וינחם ה' משפחתו ובני קהלתו בתוך שאר אבילי ציון וירושלים


צו סאיז יא געבליבן תשובות בהלכה צו נישט, דאס איז קלאר פאר ווער עס האט נאר אמאל צוגעזען דעם טאג טעגליכן עבודת ה' פון דעם צדיק יסוד עולם אז דער גאון וצדיק שארמאשער רב זצוק"ל האט פארגעשטעלט דמות דיוקנם פון א פארצייטישען גדול בישראל, דמות דיוקנם פון די אמאליגע רבנים גאונים וקדושים צדיקי עולם זי"ע, וואס האט פארשיינט די וועלט מיט זיין גאונות צדקות וקדושה און מיט זיין קלארען דעת תורה, ער איז געווען א גדול בהוראה וואס איז געווען גרייט לשרת את הציבור מיט פסקנע'ן שאלות אייביג און אלעמאל. דער צדיק איז געווען דבוק אין די תורה חבוקה ודבוקה בך און ליב געהאט דעם באשעפער אזש זיין אהבת ה' אהבת תורה ויראת שמים איז געווען עד להפליא.
בנוגע שרייבן תשובות אין הלכה דארף מען אביסל אריינקוקן אין מציאות הדברים, רובם ככולם פון די אמאליגע רבנים גאונים וקדושים זי"ע בנוסף פון צו פסקנ'ען שאלות אויפן פלאץ האבן זיי אויך געשריבן שאלות ותשובות בהלכה וואס זענען געווען אויף בירורי הלכה וואס איז געווען אקטועל בשעתם, און פון דארטן האבן מיר היינט צוטאגס און אונזערע ספרים שאפעס פולע פאליציעס מיט ספרי שו"ת וואס זענען געשריבן געווארן לאסוקי שמעתתא אליבא דהלכתא.
במציאות הדברים איז שיקן א בריוו בכלל, און אזוי אויך ביי שיקן אנפרעגן א שאלה דורך א מכתב, פשוט געווען דער קאמיונקאציע מיטל וויאזוי מען איז געווען פארבינדן פון איין שטאט צום צווייטן און די זעלבע ביי די גדולי הרבנים וואס האבן געוואוינט יעדער באזונדער ביי זיך אין שטאט אדער שטעטל איז דאס געווען דער פראקטישער אופן וויאזוי מען האט צווישן זיך מברר ומלבן געווען שווערע שאלות און אקטועלע הלכות וואס זענען געווען עומד על הפרק.
און די היינטיגע עפאכע איז אנרעכטן און שרייבן א בריוו נישט דער קאמיונאקאציע מיטל נישט ווען א קינד איז אין קעמפ און וויל האבן קאמיוניקאציע אהיים צו די עלטערן און די זעלבע אויך נישט ווען רבנים ברויכן פסקנ'ען אדער אדורכטון א הלכה מבוררת און וויל זיך צונויפשמועסן מיט א אנדערן תלמיד חכם וואס וואוינט אויף די אנדערע זייט גאס און טרעפט זיך מיט אים כסדר און מען שמועסט זיך אויס. אדער קלינגט מען זיך אן און מען רעדט זיך אדורך טעלאפאניש. און ווייטער וואס איז נוגע כלל ענינים איז דאך דא די קהל'ישע דיינים וואס זענען ממונה יעדער אויף זיינע פונקציעס וואס טוען אדורך ווען עס מאכט זיך כאטש וואס אין שחיטה וכדומה.
עס איז בכלל נישט ווי אין דער אמאליגער היים ווען ביי יעדן רב איז געווען א שוחט, א חזן, א מקוה וכו' וכו' אונטער זיין רבני'שן אויטעריטעט אין זיין לאקאלן שטאט אדער שטעטל און עס האט זיך געמאכט שאלות וואס מען האט זין אנגעפרעגט איינער דעם צווייטן צווישן די גדולי הרבנים וויאזוי אומצוגיין אויף אזא און אזא פאל וכדו' און עס איז געווען שאלות ותשובות הלוך ושוב און אזוי ארום זענען מיר היינט צוטאגס נהנה מאור תורתם וצדקתם.
די זעלבע זאך איז כלפי די חדושי סוגיות וואס איז דא פון אלע גדולי הרבנים פון דער אלטער היים, צוליב דעם ווייל זיי האבן פערזענליך אליינס געפירט זייערע ישיבות און פארגעלערנט פאר תלמידים בסוגיות הש"ס אנדערש ווי ס'איז במציאות היינט אויסגעשטעלט אז די אלע גדולי הרבנים זענען מער ווייניגער די דינים און די קהלות און זענען עוסק בהוראה לדון ולהורות.
אנבאלאנגט 'מאמרים בקובצים תורניים ומשא ומתן בעניני הלכה העומדים על הפרק', ווער עס איז אביסל באקאנט וואס ס'איז באקאנט איבער דעם וואס מען האט אמאל בימי רביה"ק מ'סאטמאר זי"ע געוואלט איינפירן צו מאכן א ירחון ווי די בחורים פון ישיבה זאלן אריינשטעלן זייערע חידושים און דער רבי וואס איז געווען כל כולו אמת האט עס נישט געוואלט מטעמים המפורסמים. ברוך אשר נתן לנו תורת אמת ודי. דער שארמאשער רב זצ"ל איז געווען דער תלמיד מובהק וחביב פון רביה"ק זי"ע כידוע און האט זיך כל ימיו נישט אוועקגערירט קיין קוצו של יו"ד פון זיין הייליגן דרך און קלארער דעת תורה אין יעדן הינזיכט פון הייליגן רבי'ן זי"ע איז ווי פארשטענדליך ניטאמאל בייגעפאלן אזא געדאנק ווי שרייבן א בירור הלכה אין א ירחון.
ממילא לפי הנ"ל האט נישט קיין שום זין די פלא אז אזא גרויסער גאון וצדיק א רב בישראל א גדול בהוראה זאל מען נישט האבן געטראפן פון אים 'מאמרים בקובצים תורניים ומשא ומתן בעניני הלכה העומדים על הפרק' אדער אפילו תשובות ווייל דער שארמאשער רב זצוק"ל האט פשוט משים געווען לילות כימים און עוסק געווען בתורה ועבודה וגמילות חסדים און געפסק'נט שאלות און פארגעלערנט פאר בעלי בתים וכו' וכו' און וואס נאר ס'איז געווען אקטעל פאר כבוד שמים האט ער געטון און וואס איז נישט נוגע געווען כבוד שמים האט ער נישט געהאט קיין איבעריגע צייט דערפאר.

זייער שיין און ריכטיג געשריבן.

הגם אני כשלעצמי וואלט זיך נישט באצויגן צו אזא תגובה וואס איז געשריבן געווארן מיט גאר ווייניג מחשבה, איבער א זאך וואס יעדער בר בי רב דחד יומא פארשטייט אז עס איז נישט ריכטיג. אבער אז עס איז געקומען אזא רייכע תגובה, האט זיך שוין אלעס געלוינט.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

אוהב ספרים האט געשריבן:און אפילו מען שרייבט מרן שרייבט מען אויכעט רבי, לדוגמא מרן רבי

נישט ממש ריכטיג, מרן אליינס האט גוט פשט.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
מאתים
שר חמש מאות
תגובות: 642
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 12:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאתים »

דרך אגב, קוקט אויס אז "יואליש" פלעגט זיין ווי א כינו פאר יואל, אלע עלטערע יואל'ס רופן זיך אזוי, נאר זעט אויס אז נאך תשל"ט נאך א איבערפלוס פונעם זעלבן נאמען האט מען גדארפט ריפן מיטן לעצטן נאמען אויך, האט עס נישט אזוי געקלאפט, דאס איז גוט אין חדר, אינדערהיים רופט מען" יואלי" ווייס'ך נישט פ"וו ס'האט זיך נישט איינגעגעבן יואליש?!
'ומאתים לנוטרים את פריו'
אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3996
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש חמודות »

נברשתא דדהבא בגימטריא רבי יואל בן אורי והענטשא חושבנא דדין כחושבנא דדין
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

די גימטריא דארף זיין מרן יואל.........
בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעטל »

אויפן אור החיים הקדוש מצבה שטייט נברשתא דדהבא.
מיינט אזוי ווי בערך מנורה הטהורה. א אור וואס באלייכט.
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

דעם שבת געכאפט א שמועס מיט איינעם וואס האט געלערנט א תקופה מיט שארמאשער רב פריוואט (יארן צוריק), ער פארציילט ממש גוזמאות איבער די יגיעות התורה.

ער האט פארציילט אז שארמאשער רב צוליבן אטעם פלעגט האבן גאר שטארקע הייצונג, אזש ער האט קוים געקענט אויסהאלטן דארט די קנאפע שעה וואס ער האט געלערנט מיט אים, ער פארציילט אז פונעם רבס 'הענט', האט גערינען די שווייס, ער האט אבער נישט מפסיק געווען קיין רגע.

ווען ער פלעג איינדרימלען (ער פלעגט גאר ווינציג שלאפן בכלל- בנוסף צו די היץ), פלעגט ער זיך אויף שטעלן און האלטן די שווערע גמרא אין די האנט, און אזוי פארלערנען, האט אבער געקענט פאסירן אז ער האט איינגדרימעלט שטייעדיגערהייט, דעמאלט איז געווען ישמחו, די הוט, די גלעזער, די גמ' מיט די פאפירן אלעס איז געפלויגן.... הערשט דעמאלט האט ער בלית ברירה אראפגערוקט די הייצונג אביסל..

נאך אינטערסאנטע עובדות, ועוד חזון
אוהב שלום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 28, 2016 5:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב שלום »

צווייפעל האט געשריבן:דעם שבת געכאפט א שמועס מיט איינעם וואס האט געלערנט א תקופה מיט שארמאשער רב פריוואט (יארן צוריק), ער פארציילט ממש גוזמאות איבער די יגיעות התורה.

ער האט פארציילט אז שארמאשער רב צוליבן אטעם פלעגט האבן גאר שטארקע הייצונג, אזש ער האט קוים געקענט אויסהאלטן דארט די קנאפע שעה וואס ער האט געלערנט מיט אים, ער פארציילט אז פונעם רבס 'הענט', האט גערינען די שווייס, ער האט אבער נישט מפסיק געווען קיין רגע.

ווען ער פלעג איינדרימלען (ער פלעגט גאר ווינציג שלאפן בכלל- בנוסף צו די היץ), פלעגט ער זיך אויף שטעלן און האלטן די שווערע גמרא אין די האנט, און אזוי פארלערנען, האט אבער געקענט פאסירן אז ער האט איינגדרימעלט שטייעדיגערהייט, דעמאלט איז געווען ישמחו, די הוט, די גלעזער, די גמ' מיט די פאפירן אלעס איז געפלויגן.... הערשט דעמאלט האט ער בלית ברירה אראפגערוקט די הייצונג אביסל..

נאך אינטערסאנטע עובדות, ועוד חזון

שכח. נאך.
"איך שרייב אויף אייועלט וואס איך האב ליב צו שרייבן; נישט וואס דו האסט ליב צו לייענען". עכל"ק. הקטן כ"ק אדמו"ר מאוהב שלום שליט"א. פה אייוועלט יצ"ו.
אוועטאר
וואשינגטאן
שר חמש מאות
תגובות: 630
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:08 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואשינגטאן »

הרב צווייפל we want more
כי זה כמה נכסוף נכספתי לראות בתפארת עזיך!
אוועטאר
גיכער
שר חמש מאות
תגובות: 539
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 13, 2012 11:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיכער »

הרב צווייפל ביטע עס נישט לאזן אין אייער פענע
willibugy
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 29, 2010 11:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך willibugy »

די. וואך שבת האב איך גזעהן ביי אונז אין ביהמ"ד גרעסערע מתמידים ווי ר' יואליש זצ"ל אינמיטן די הויכע שמו"ע איינער מיט א כתובות גמרא איינער בבא מציעא, האב איך מיך דערמאנט אז איך האב קיינמאל נישט געזעהן ביי ר' יואליש אזא התמדה, ער האט אריינגעקוקוט אין סידור גענטפערט בקול רם אמן ברוך הוא וברוך שמו,.....
וויליאמסבורג...א מחי' גאר...
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאזי »

willibugy האט געשריבן:די. וואך שבת האב איך גזעהן ביי אונז אין ביהמ"ד גרעסערע מתמידים ווי ר' יואליש זצ"ל אינמיטן די הויכע שמו"ע איינער מיט א כתובות גמרא איינער בבא מציעא, האב איך מיך דערמאנט אז איך האב קיינמאל נישט געזעהן ביי ר' יואליש אזא התמדה, ער האט אריינגעקוקוט אין סידור גענטפערט בקול רם אמן ברוך הוא וברוך שמו,.....

:grin: אכשר דרא
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”