וואסי געשען מיט יענקי ?!

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

DONE
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 9:32 pm

תגובהדורך DONE » מוצ"ש ינואר 30, 2010 10:58 pm

לאקשען ברעט האט געשריבן:סארי כ'האב שוין געהאט אפגעטייפט א גאנצע שטיק אין כ'האב עס פארלוירען, כ'גיי איבער דמיון'ען אין כ'האף עס צי לייגען היינט שפעטענסט מארגען, אין כ'וועל טוישען די צייט פין לייגען די פארזעצונג יעדע וואך אויף זינטאג אווענט ווייל מוצאי שבת איז עפעס נישט די צייט דערפאר,
סארי, כ'האב נישט פארגעסען פין ענק, אמאל פארשלעפט זיך עס אביסעלע אבער מ'דארף נאכאלץ נישט אזוי לאנג ווארטען ווי אויף די צווייטע וועלט מלחמה שמועסען אויף קול מבשר,

חידוש נפלא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 22, 2009 10:03 pm

תגובהדורך חידוש נפלא » זונטאג ינואר 31, 2010 12:16 am

יוי רבותי איך האב יעצט די ערשטע מאל געליינט די פארזעצונג איך זאך אייך צו אז איך האב מיך געווארפן פון שרעק, רבתי לאמיר אויפרודערן די אידישע וועלט ראטעוועטס א קליין אידיש קינד יענקי, ער איז נעבעך אומשילדיג פארכאפט געווארן אין די קולטיסטישע נעגל

און די חברי הקרעטשמע זענען אומשילדיג פארכאפט געווארן אין לאקשען ברעט'ס פאנטאזיע וואס ווערט ווייסט ווען עס גייט זיך אפשטעלן

רבותי הצילו בעוד מועד

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2800
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » זונטאג ינואר 31, 2010 8:30 am

קול מבשר, זונטאג יתרו 10:00 אינדערפרי:

די נייעס היינט איז געספאנסערט דורך: זיכט איר א דירה? יש יש... זיכט איר א דזאב? יש יש... יש? יש? פאר מער ווערט נישט צודריקט.

די גאנצע אידישע וועלט (נישט די ניק, איך מיין וועבסייט...) איז אויפגעטרייסלט געווארן, הערענדיג די נייעס אין די ווייטערדיגע באריכט איבער דעם אקציע ארויסצוראטעווען א אומשילדיגע היימישע בחור פון די נעגל פון א בלוטיגע מיסיאנערישע קאלט, אז די מיסיע איז נאר געווארן שווערער און מער קאמפלעצירט, ווען א גרופע ענגלישע טעראריסטן זענען געווארן פארמישט אין די פרשה, און מעגלעך דערגאנגען פונקטליכע אינפערמאציע ווי די גרופע געפינט זיך!
פאליציי פארשן דעם אינצידענט...
אידן בכל מקומות מושבותיהם ווערן געבעטן איינצורייסן פאר די דריי אומשילדיגע בחורים וועלכע שמאכטן אויפ'ן באקוועמען שיף: הבחור יעקב בן... משולם פייבוש בן... צבי הערש בן....
מ'קען הערן אן אינטערוויו מיט א באקאנטע לויער מר. בערגמאן וועלכע איז פערזענליך פארמישט אין די פרשה, אויף די אינטערוויו אפטיילונג.

מער נייעס נאך די קורצע עדווערטייזמענט.

עס קען נישט געשען, עס טאר נישט געשען, עס מעג נישט געשען, אבער עס וועט געשען...
ווארט נישט ביז אייער שטריימל ווערט געל, קומט יעצט אריין צו יופי עס איבערצומאכן מיט איינע פון די דריי פעקלעך, און איר וועט עס מעגליך האבן צוריק נאך פאר שבת...

מיט יעדע דזאב פון העכער 100 דולר, באקומט איר א לאקשן ברעט פאר האלב פרייז...
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3336
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » זונטאג ינואר 31, 2010 6:23 pm

העי הערשי וויאזוי האסטו עס געמאכט ?
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג ינואר 31, 2010 6:46 pm

משיח משיח משיח אוי אוי אוי אוי אוי אוי ;l;p-

police
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 10:02 pm

תגובהדורך police » זונטאג ינואר 31, 2010 8:00 pm

?

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 10804
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » זונטאג ינואר 31, 2010 8:01 pm

??

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג ינואר 31, 2010 9:04 pm

police האט געשריבן:?

געב א קוק, אפילו די פאליציי ווייסט אז געוואויר צו ווערן מער פרטים דארף מען אנפרעגן אויף איי-וועלט.

DONE
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 9:32 pm

תגובהדורך DONE » זונטאג ינואר 31, 2010 9:10 pm

איך הייב שוין אן צוטראכטען אז די מצב איז צי קאמפלצירט פאר אזעלכע יונגע בחורים
אין סאיז צרות מען דארף אפשר אריינמישען די MI5

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג ינואר 31, 2010 9:52 pm

סקאטלאנד יארד איז אויפן וועג צום שיף.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

לאקשען ברעט

תגובהדורך לאקשען ברעט » מאנטאג פאברואר 01, 2010 12:04 am

10'טע פארזעצונג

------------------
סקאטלאנד יארד פאליציי קריים אינוועסטיגעטינג העדקוואדערס. לאנדאן.

דער אינוועסטיגעיטער אפיציר מייקעל גאלדסטין קומט אריין אין אפיס פין דעם טשיף פינעם יוניט,

מייקעל: העי דזשים ס'דא גרויסע נייעס היינט אין די קולט אינוועסטיגעישען,

דזשים: אה כ'ווארט שוין טאקע צי הערען וואסי געווארען מיט די לארבאטארי טעסט'ס

מייקעל: ס'איז צירוק געקומען פאזיטיוו אויף צוויי מסוכן'דיגע דראג קעמיקאלען, די עפעל דזשוס איז פארסאמט מיט די דראגס, פיינעלי האמער פראוו אויף ערענסטע קריים'ס פין דעם קולט,

דזשים: ס'גארנישט אזוי פשוט זיי קענען טענן אז זיי האבען נישט געוויסט דערפין אין זיי האבען עס אזוי געקויפט אין מיר מיזען טרעפין פראוו אז נישט

מייקעל: סאו וואס איז די נעקסטע סטעפ ?

דזשים: קודם דארף מען שוין נעמען א סויטש ווארענט צי סוירטשען זייער הויפקווארטיר אין ספרינגפיעלד שוין היינט נאכט פאר זיי האבען די געלעגענהייט צי באהאלטען די רויע מאטריאלען אויב עס ליגט דארט, ביטע גיי שוין ערלעידיג די ווארענט אין נאכדעם גרייט צי א סאפיסטיקירטע סוירטש טיעם אין טאמער מען וועט עפעס טרעפען דארט וועט מען גלייך ארעסטירען דעם סעמועל,

מייקעל: אקעי כ'גיי זיך נעמען דערצי, אייל קיפ יוא אפדעיטעד.

דזשים: טענקס מייקעל, גאָד לאק.

---------------------------

לאנדאן. ענגלאנד.

נח בערגמאן איז קוים געקומען צי זיך נאך די אנפאל אויף זיין רעזידענץ אינמיטען די נאכט, ער האט באשלאסען נישט צי ריפען די פאליציי מורא האבענדיג אז עס וועט נאך ערגער מאכען די סיטואציע,

זיין היים טלפון האט ער מורא געהאט צי ניצען, מורא האבענדיג מיט רעכט אז עס ווערט אינטער געהערט, ער האט פארשטאנען אז עס איז נישט קיין צייט צי איינרוהען מען מיט שוין נעמען שריט,

ער האט זיך גלייך אויפגעהויבען זיך ארום געוואשען אין זיך אויפגעפרישט אין געגאנגען אין זיין סינאגאג אין געדאווענט אין זיך אויסגעגאסען זיין הארץ פארען אדוני האדונים אז ער זאל האלטען די רעכטע האנט אויף די גרופע יונגווארג וואס געפינען זיך ערגעץ צווישען הימעל אין ים, זיינע טרערען האבען זיך פריי געגאסען אויפען געלען סידור וואס ער האט געירשענט פין זיין מאמע'ס טאטע וואס איז געווען א דיין אין גאליציע, פין טיפען הארצען האט ער תפילה געטוהן צי דעם כל יכול אז ער זאל נישט לאזען זיינע קינדער פאלען צי א באנדע בלוט דורטיגע ערלים,

נאכדעם איז ער ארויס אין געקויפט א פריפעיד סעלפאון צי מאכען די וויכטיגע טלפון קאל'ס, די ערשטע פאון קאל איז געגאנגען צי הערשי, טררררררררררררר טררררררררררררררר

הערשי: העלאו

בערגמאן: יא א גוט מארגען הערשי וואס טוט זיך ביי ענק,

הערשי: ב"ה די וואסער איז רוהיג, אין יענקי האט געהאט אביסעל צייט זיך צי אביסעל אויסטשוכען פין די מוח וואשונג, עסען האמער גענוג אין די שיף פארט אין די ריכטונג פין פראנקרייך ווי מ'האף מיר זיך אריינציחאפען אין דארט וועט מען שוין זעהן וואס צי טוהן ווייטער,

בערגמאן: אהא.... זייער גוט....... איז אזוי כ'האב פאר דיר גוטע נייעס אין שלעכטע נייעס,

הערשי: אוי וויי , אקעי ערשט די גוטע ....

בערגמאן : אקעי די גוטע איז אז די פאליציי האט געסויטשט די קולט בילדינג אין קאפיסיקירט די עפעל דזשוס,

הערשי: זייער גוט לאמיר טאקע וויסען וואסי ווייטער געווארען, וואס זייערע טעסטס האבען געוויזען אין וואס זיי גייען טוהן ווייטער,

בערגמאן, יא כ'וועל דיר האלטען אפדעיטעד, יעצט צי די שלעכטע נייעס,

הערשי: אקעי.....

בערגמאן: די זאך איז אזוי ס'איז זייער ערענסט די מצב, די נאכט האט זיך די אינטערוועלט אריינגעבראכען צי מיר אין שטוב אין מיט פיינונגונגען האבען זיי מיר געצווינגען צי ארויסגעבען ווי ענק זענען געגאנגען, זיי ווייסען טאקע נישט פינקליך ווי ענק זענען אבער זיי וועלען זיך מסתם ארויס לאזען ענק זיכען, זיי ווייסען אויך ענקעל סעטעלייט פאון נאמבער ,

הערשי: אוי ס'ווערט דא קאמפליצירט, הער אויס ר' נח קודם כל ווער זאגט זיי גייען אונז טרעפען, אין אפילו ווען יא ווייסען זיי נישט אז אונז זענען שווער באוואפענט סאו וועלען זיי געכאפט ווערען אין סורפרייז אין זיי וועלען מסתם נישט זיין גרייט דערפאר אין כ'האף פאר די בעסטע, דערווייל גיי איך פארשנעלערען די ספיד פיען די שיף צי שנעלער אנקומען קיין פראנקרייך, איינמאל כ'בין דארט ווערען אינז פארשווינדען אין זיי וועלען קענען זיכען א נאדעל אין א בארג היי,

בערגמאן: כ'האב הנאה אז די ווערסט נישט פארלוירען, האלט דיר שטארק דער באשעפער איז אויף אונדזער זייט,

הערשי: אקעי לאמיר וויסען פין עני אנטוויקלונגען אין מיר זענען גרייט לתפלה ולמלחמה

בערגמאן: גוט כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכך................

-------------------------

אינטערוועלט. ענגלאנד.

מיטוואך פארנאכטס. יאהאן האט זיך צאמגעזעצט מיט מייק אין גרעגארי דורכציגיין די לעצטע אנטוויקלונגען,

יאהאן: נו חברה וואס האלט די אינוועסטיגעישען

מייק: יא פארטאגס איז אונז געלונגען צי ארויס באקומען וויכטיגע אינפארמציע פין דעם לויער בערגמאן, לויט די אינפארמציע זענען די יונגען אנטלאפען אין ים אין מיר האבען שוין אויסגעטשעקט די פלאץ פין וויי זיי זענען אנטלאפען אין זייער קאר איז טאקע דארט געפארקט,

גרעגארי: סאו וואס וועט זיין די ווייטער'דיגע פלענער ?

יאהאן: אקעי ס'איז אזוי, דער סעמועל איז זייער גערעגט ער האט אויך פרישע פראלעמען מיט די סקאטלאנד יארד, ער באשילדיגט איינע פין די יודישע יונגען אז ער איז שולדיג דערין, ער פארלאנגט אז טאמער טרעפט מען זיי י זאל מען זיי קאלטבלוטיג ערמארדען אין אריינווארפען אין וואסער,

ער האט מורא אז זיי קענען נאך טעסטיפייען אקעגען אים אין קארט, סאו די ארבעט איז זיי צי טרעפען אין ערמארדען, נישט געפערליך ס'דא גענוג אידען וועט זיין מיט א פאר ווייניגער,

מייק : נאופ איך הארגע נישט קיין אידען, נישטא וואס צי רעדען,

יאהאן: פארוואס ?

מייק: ווייל מיין טאטע פלעגט זיין דער שבת גוי ביים אונזערע אידישע שכינים אין זיי פלעגען אונז געבען קוגעל מיט האלאפטשעס אין זיי זענען געווען זייער גוטע מענטשען,כ'וויל נישט הארגענען מענטשען פין אזא נאבעלע פאלק, ספעציעל אז זיי זענען רעליגיעזע אידען,

יאהאן : קוק אהער די וועסט טוהן וואס כ'וועל דיר הייסען,

מייק: נאופ עד כאן דאס נישט כ'האב פרינציפען וואס כ'ריר מיר נישט דערפין,

יאהאן: הא הא הא............. קוק נאר ער האט פרינציפען.......... אבער קוק אהער מייק אז די ווילסט נישט איז נישט כ'וועל שיקען באריס ער קען גוט רצחענען ער שעפט חיות דערפין, וועל איך אים שיקען אין פאר דיר וועל איך געבען אנדערע ארבעט,

גרעגארי: ניין מיט באריס גיי איך נישט !

יאהאן: וואס איז? די האסט אויך פרינציפען ?

גרעגארי: ניין איך האב נישט קיין פרינציפען איך האב פאליסיס אין מיין פאליסי איז אז כ'גיי נישט מיט באריס,

יאהאן: פארוואס ?

גרעגארי: ווייל ער איז א פערד מ'קען נישט שטיין אין זיינע ד' אמות אלץ שטינקט ער פין ביר אין דראגס אין ציגארעטען,

יאהאן: נע גרעגארי לאדיר אפ דאנט ווארי כ'וועל דיר געבען א שיינעם באונעס ס'וועט זיך דיר לוינען דאס געשעפט,

גרעגארי: אקעי יעצט רעדסטו ווערטער גוט פאר געלט יא העכסטענס וועל איך קויפען נאז שטאפער,

יאהאן: אבער כ'האב געמיינט די האסט א פאליסי ?

גרעגארי: הא הא הא, חכם די זיכער האבעך פאליסיס אבער יעדע פאליסי האט א פרייז

יאהאן: אקעי גרעגארי ס'ווערט שפעט ריף באריס ער זאל שוין אהער קומען נאך היינט נאכט דארפען ענק זיך ארויס לאזען,

גרעגארי: גוט כ'גיי עים ריפען,

יאהאן האט זיך דערווייל פארבינדען מיט זיינע קאנטאקטען ין די רעגירונג שפיאנאזש אפטיילונג אין עים געבעטען צי אפירזיכען אזא שיפעל אויפען ים בערעך אין יענע געגענט מיט די רעגירונג סעטאליטען אין עים עס ריפארטען ווי שנעלער ווייל עס איז זייער וויכטיג,

באריס איז דערווייל אנגעקומען אין באריס מיט גרעגארי האבען זיך גרייט געמאכט פאר די אקציע, א שטארקע שיף איז געווארען ציגעגרייט ביים ברעג ים אין סעמועל'ס פראפערטי אין באריס מיט גרעגארי האבען זיך ארויס געלאזט אהין מיט אלע זייערע געצייג אין אויך מיט וואפען אין זיי וועלען דארט ווארטען אויף די אינפארמציע פין יאהאן ווען אין ווי צי פארען,

------------------------
קריים אינוועסטיגעיטינג יוניט. לאנדאן

מייקעל האט באקומען א ווארענט אין האט גרייט געמאכט די סוירטשינג טיעם צי ארויף פארען קיין ספרינגפיעלד מאכען א סוירטש, דזשים איז זייער ציפרידען מיט די אנטוויקלונגען אין האפט צי קענען מאכען אן ארעסט אין ספרינגפיעלד, דזשים בעט מייקעל צי אריינברענגען אין קאנפרענץ צימער די גאנצע טיעם ווייל ער וויל זיי זאגען א פאר ווערטער,
די טיעם פין פיפצען אפיצירען זענען אריינגעקומען אין זיך געזעצט אין דער פאליציי טשיף האט גענומען דאס ווארט:

היי עווריבאדי , כ'האב געוואלט ארויס ברענגען א פאר וויכטיגע פוינטס פאר מען גייט אויספירען די וויכטיגע סוירטש, קודם כל דארף מען וויסען אז דאס אינז האלט מיר דא ביי זייער א וויכטיגע צייט, ס'שוין לאנג וואס אונז ווייסמער פין די פארברעכען פין דעם קולט אבער מיר האבען נישט געהאט קיין שום פראוו פין א קריים אז מיר זאלען זיך קענען אריינמישען אבער טענק גאד אז די מצב האט זיך געגעבען א דריי אין יעצט האבען מיר שוין א שפיץ פין א שטריק צי אנחאפען אין מיר האפען צי שלעפען דעם שטריק ביז מיר וועלען זיי אינטער ברענגען,

יעצט מיר קענען זיך נישט ערלויבען קיין דורכפאל, די איבערפאל מיז זיין א פלוצלינגע אין זאל זיי חאפען אין שאק, די גאנצע פלאץ מיז ארום גענומען ווערען אז קיינער זאל נישט קענען אנטלויפען אין פארדעם האמער ציגעגרייט א עקסטערע טיעם פין הונדערט פאליציי אפיצירען פין א אנדערע יוניט, פאליצייאישע עליקאפטער'ס וועלען זיך דרייען פין אויבען אין אבזערווירען אלעס זיכער צי מאכען אין האלטען א אויג אויף סוספישעס ביהעיוויער אין באריכטען פאר די אפיצירען,
די סוירטש מיט זיין גרינטליך יעדעס שפאלט דארף ווערען דורך געקוקט אין יעדע ווינקעל איבער געזיכט, אין כ'האף אז מיר וועלען זיין סוקסעספול צי טרעפען קלארע עווידענס אויף קריים אין טאמער מען טרעפט ווערען אלע אנפירער ארעסטירט אין די פאליציי וועט דערווייל איבערנעמען קאנטראל אויפען פלאץ,
יעצט איז פאר ענק ציגעגרייט א פיינע נאכטמאל אינעם עס זאל אין נאכדעם גייט אייך צילייגען אביסעל איינס דרייסיג פארט מען ארויס, טענקיו פאר ליסטענינג

--------------------
אינטערוועלט, ענגלאנד

יאהאן האט באקומען די נויטיגע אינפארמאציע פינקטליך אין וועלכע געגענט אזא שיף איז אין ער איז אין קאנטאקט מיט יענעם אגענט נאכציגיין ווי יענע שיף פארט ס'איז שוין צוועלעוו אזייגער ביינאכט אין יאהאן לאזט וויסען באריס אז זיי זאלען אנהייבען זיך צי גרייטען ווייל ביז א שטיק צייט וועט ער געבען די באפעל ארויס צי פארען,

באריס מיט גרעגארי האבען אנגעלאדענט זייער ספיד שיף מיט זייערע כלים אין פעקלעך אין זיך געגרייט צי פארען, סעמועל שפאצירט ארום מיט א געפיהל פין נקמה, יעצט טראכט ער וועט ער אנלערנען די אידאלעך אין זי אויסלערנען אז מיט סעמועל הייבט מען נישט אן אין ווען יא באצאלט מען א ביטערען פרייז,

די לעצטע פאר טעג איז ער זייער נערוועז זייט די פאליציי האט קאנפיסיקירט די עפעל דזשוס איז ער אומריאוג, דעיוויד מיט סטיווען זענען אנטלאפען, אבער זייט דעמאלץ האט ער גארנישט געהערט אז די פאליציי איז געקומען זיכען דעיוויד אדער סטיווען אין ער איז זייער באזארגט אז דאס זאל נישט זיין די שטילקייט פארען שטורעם,

דערווייל איז ער ביזי מיט די אינטערוועלט צי חאפען אין הארגענען די אידאלעך וואס דאס האלט אים ביזי ער זאל נישט ציפיהל טראכטען פין די פאליציי,

איינמאל כ'וועל אנלערנען די אידאלעך טראכט ער צי זיך וועל איך שוין זעהן געוואר צי ווערען וואס עס טוט זיך ביי די פאליציי אין זעהן צי נעמען די נויטיגע שריט צי פארשטילען די געשעעניש,

12:30 ביינאכט איז געקומען די באפעל פין יאהאן פאר באריס אז זיי זאלען זיך שוין ארויס לאזען אין ער האט זיי געגעבען די פינקטליכע אינפארמציע ווי צי פארען, ווי עס קוקט אויס -זאגט זיי יאהאן- האט די אידישע שיף זיך אפגעשטעלט פאר די נאכט אין לכאורה גייען זיי זיך לייגען שלאפען, די בעסטע פלאן איז - זאגט יאהאן - זיי צי איבערפאלען אין די טונקעל אין אויספירען די מעשה רציחה,

באריס מיט יאהאן האבען זיך געזעגענט פין סעמועל אין מיט א שנעלקייט אפגעפארען פינעם ברעג, לויטען חשבון דארף די וועג מיטען ספיד שיף ביז ווי די אידישע שיף איז דויערען בערעך פינעף שעה אין אין די פארטאג'ס שען' דארפען זיי דערגרייכען דעם ציל,

דערוויל איז יאהאן ווייטער אין קאנטאקט מיטען אגענט צי זיכער מאכען אז די שיף בלייבט אויפען פלאץ אין צי מודיע זיין באריס טאמער די שיף רירט זיך אוועק,

באריס אין גרעגארי זיצען געמיטליך אינעם שיף וואס יאגט זיך מיט א שנעלקייט צי איר ציל
----------------------
ספרינגפילד, ענגלאנג.

סעמועל איז געבליבען זיצען ביים ברעג ים פארטראכטערהייט נאכדעם וואס באריס אין רעגארי זענען אפגעפארען, זיינע מחשבות זענען געלאפען פין איין נושא צי די צווייטע ביז ער איז דארט פארדרימעלט געווארען אויפען באקוועמען בענקעל ביים ברעג ים,

די זייגער שלאגט 1:00 אין א גערויש הערט זיך אין די שטילע בערגיגע געגענט
סעמועל געבט זיך א חאפ אויף אין קוקט זיך ארום דערשראקען, ער הערט א גערויש פין העליקאפטער'ס ער קוקט ארויף אין ער זעיט א גרופע העליקאפטער האבען זיך באוויזען אין די געגענט אין פליען נידריג העכער זיינע פעלדער אין פראפערטיס,
א רויט לעמפעל צינד זיך אן אן זיין מח .........................
-----------------------
פארזעצונג אי"ה זינטאג משפטים

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג פאברואר 01, 2010 12:14 am

מעכטיג!

כ'אב נישט געוויסט אז בערגמאן אין געווען א איד גאר, און שטאמט פון רבנים אין גאליציע. פשיהא.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11665
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מאנטאג פאברואר 01, 2010 7:43 am

פארזעצונג אי"ה זינטאג משפטים............ :o

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3336
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » מאנטאג פאברואר 01, 2010 8:36 am

לאקשי לאקשי ( מיט די שובבים ניסוח) וואס טוסטו צי אינז ?!?! צי מיינסטו אז אינזערע שוואכע הערצער וועלן קענן דערהייבן "נאך א וואך " אינטער אזא אנגעצויגענקייט ??

לאקשן אין מילים !!! געוואלדיג די סקרולסט ארים דיין פאנטאזיע אויף עפעס א אפטנארמאלען אויפן, וויסן זאלסטו אז מיר האבן זייער הנאה פון דיינע ווערק - א ריזיגע שכוח
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג פאברואר 01, 2010 12:46 pm

א גרויסן יישר כח פארן האלטן ווארט! מיר פון אונזער זייט וועלן זיך האלטן געשפאנט נאך א וואך צייט.

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6448
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » מאנטאג פאברואר 01, 2010 1:08 pm

לאקשען די קענסט נישט לאזען ווארטן אזוי לאנג, די מיזסט שרייבען כאטש 2-3 מאל א וואך

האב רחמנות אויף מיין הארץ
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12473
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג פאברואר 01, 2010 5:18 pm

אוי ס'איז צרות!

יישר כח לאקשאן פאר אייערע וועכענטליכע פרזעצונגען. שוין, העמער זיצן און ווארטן.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18577
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מאנטאג פאברואר 01, 2010 8:46 pm

לאקשן, מיינע ציין זענען דא לדא נקשן, באלד קענען זיי חלילה ארויס פאלן און כ'וועלעס דארפן פארקויפן ביי אן אקשען.

א הארציגן יישר כח פארן אוועק געבן פון דיין טייערע צייט להנאת חברי הקרעטשמע. גיי אן. ס'איז עמעיזינג.

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » דינסטאג פאברואר 02, 2010 8:29 am

לאקשן סופער!! יוא מיין הארץ קלאפט..... איך אטעם.....

צווענגל
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2008 12:22 pm
לאקאציע: אין ביזנעס

תגובהדורך צווענגל » זונטאג פאברואר 07, 2010 9:20 am

?
דער שענסטער געדאנק ווערט צוריבן אויב ס'ברענגט נישט קיין פרנסה

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11665
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » זונטאג פאברואר 07, 2010 9:36 am

??

יענער
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 31, 2010 7:31 am

תגובהדורך יענער » זונטאג פאברואר 07, 2010 10:28 am

???

אוועטאר
reb yid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 25, 2008 3:50 am

תגובהדורך reb yid » זונטאג פאברואר 07, 2010 12:19 pm

?????
ר' איד ר' איד! ווערט נישט מיד!

אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 23, 2008 1:56 pm

תגובהדורך לוסטיג » זונטאג פאברואר 07, 2010 12:52 pm

משה, נעקסטע ארטיקעל קענסטו מאכן מיטן קעפל.

"וויפיל מאל פרעגט(???) איר?!"
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...

לאקשען ברעט

תגובהדורך לאקשען ברעט » זונטאג פאברואר 07, 2010 6:59 pm

11'טע פארזעצונג

אינמיטען ים.

משולם האט אפגעשטעלט די שיף ווען עס איז טונקעל געווארען אין זיי האבען זיך געגרייט צי נעכטיגען דארט אינמיטען ים, הערשי לאזט אראפ דעם אנקער אין זיי הייבען זיך אן גרייטען צי זיך לייגען שלאפען, זיי האבען אזוי מסדר געווען אז יעדע שעה איז א צווייטער געשטאנען אויף די וואך צי האלטען א אויג אויף די סוטיאציע, אין זיכער מאכען אז קיינער באפאלט נישט די שיף,

בערך פינעף פארטאגס איז געווען די רייע אויף הערשי צי שטיין אויף די וואך, אלעס ארום איז שטיל אין הערשי איז אנגעטוהן מיט די נייטוויזשען גלעזער אין קוקט זיך ארום אויף די וואסערען,

די וואסער איז נישט שטורמיש אין די וואלען קומען איינער נאך די צווייטע אין א רייע, ברענגענדיג א פארשלאפענע אטמאסטפער,

פלוצלינג הערט הערשי א גערויש אין זיינע אויערען, עס הערט זיך ווי א שיפעל אין אין די געגענט, ער קוקט זיך גוט ארום אין ניצט אויך די הילף פין א ווייטקוקער אין יא ! נישט ווייט זעהט ער ווי א שיפעל קומט צי פארען אין זייער ריכטונג מיט פארלאשענע לעמפ אין מיט א שנעלקייט,

הערשי מאכט זיכער אז די וואפען זענען גרייט אין מאכט זיך קאמפסגרייט, ווי נאר ער וועט זיכער זיין אז די שיף מיינט טאקע זיי, פלאנט ער זיי צי שיקען צים לויתן,

הערשי'ס שיף איז שטאק טונקעל אין טויט שטיל, אין הערשי אנגעטוהן אין שווארצען קוקט זיך צי מיט די נייטוויזשען ברילען ווי יענע שיף קוקט נענטער אין נענטער גלייך צי זייער פאזיציע, ס'נישט קיין צייט פין נעמען ריסק'ס טאראכט הערשי צי זיך, ער נעמט אפיר די ראקעט לאנטשער אין בהאלטענדיג זיך אינטער א ווענטעל צילט ער עס צי יענע שיף,

יענע שיף ווערט נענטער אין נענטער אין ער קען שוין הערען ווי מענטשען רעדען אויף יענאע שיף, ער ווערט ביי זיך זיכער אז יענע שיף איז טאקע די אינטערוועלט אין ער באשליסט צי שיסען,

ער געבא א שלעפ דאס קנעפעל ...............איינמאל אין נאכאמאל .................אין נאכאמאל.................... די ספידשיף פין די אינטערוועלט האט זיך ציפיצעלט אין ביז א פאר מינוט האט זיך עס אינטער געגעבען פאר די ים כוואליעס אין פארשווינדען געווארען פינעם אויבער פלאך, די אינטערוועלטניקעס האבען זיך נאך פרובירט ראטעווען מיט לייף דזשעקעטס אבער הערשי האט עס באמערקט אין זיי דערשאסען אין אפגעשיקט צים לויתן אויף נאכשפייז,

---------------------

ספרינגפיעלד, ענגלאנד.

די אבלאווע ביי סעמועל'ס רענטש איז אדורעך געגאנגען מיט גרויס סוקסעס אין די פאליציי האט געטראפען צענדליגע באווייזען פין אומלעגאלע אקטיוויטעטען, סעמועל איז ארעסטירט געווארען ציזאמען מיט זיינע הויפט מיטארבעטער אין דאס פלאץ איז אפגעשפארט געווארען דורעך די פאליציי,

בערגמאן הערענדיג די נייעס האט געריפען הערשי אז ער קען שוין צירוק קומען ווייל סעמועל איז ארעסטירט, אין די אינטערוועלט האט זיך אויך ארויס געלאזט פין די פרשה נישט באקומענדיג מער באצאלט פין סעמועל אין אזוי ווי יאהאן האט נישט צירוק געהערט פין גרעגארי האט ער באשלאסען אז זיי האבען געזינקען אין ער האט הנאה געהאט אז ער דארף זיי מער נישט באצאלען אין ער קען האלטען די געלט פאר זיך,

הערשי אין משולם זענען צירוק געפארען ציזאמען מיט יענקי אין בערגמאן האט זיי שוין אפגעווארט ביים בארטען, בערגמאן האט זיי צירוק אהיים געפירט צי זייערע עלטערען וואס זענען געווען אויסער זיך פאר פרייד אז זייערע קינדער זענען צירוק פריש אין געזונט,

שבת האבען זיי אלע עולה געווען לתורה אין געבענטשט גומל אין נאכען דאווענען איז געווען א גרויסע קידוש אלץ א סעודת הודאה,

יענקי איז געגאנגען פאר טערעפי פאר א פאר יאר ביז ער האט זיך ב"ה ארויס געדראפעט פין די ברעין וואשינג אין איז צי מזל א חתן געווארען מיט זיין באשערטע רחל ערענסקי אין אויפגעשטעלט א שיינע אידישע שטוב

ענדע


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט