דורך לאקשען ברעט » שבת נובמבר 28, 2009 11:35 pm
יענקי איז א בחור'ל פין זעכצען יאר אלט ער לערענט אין א ישיבת נחלת חיים אין לאנדאן,
די ישיבה איז א חסידישע ישיבה מיט רוב חסידישע בחורים פין מיטעל-קלאס היימען,
די טעג אין ישיבה גייען אדורעך אין א רייע איינס נאכען אנדערען אין אזוי אויך פארט יענקי'ס געדאנקען איינס נאך די צווייטע אין א רייע ווי א לאנגע באן אן א סוף.
יענקי איז א קלוגע בחור מיט א שארפען קאפ, זיין קאפ פארלאנגט קלארע הסברים אויף טיפע ענינים, די סטעף פין ישיבת נחלת חיים האט נישט געקענט סערווירען לויט יענקיס סטאנדארט אין דאס האט איבערגעלאזט יענקי מיט אסאך אומקלארע ענינים.
די טעג זענען ווייטער אדורעך אויף זייער שטענדיגער סדר פין טאג איז געווארען נאכט אין נאכדעם איז פין נאכט געווארען טאג אין אזוי איז ווייטער געפארען די באן פין יענקיס מחשבות.
ער איז געווארען מער אין מער פארטראכט, ביי הפסקות האט מען אים געזעהן שטיין אין הויף אין קוקען אויפען הימעל מיט א פארטראכטען בליק, זיינע חברים האבען באמערקט אז עפעס גייט פאר מיט אים אבער זיינע עלטערען אין די ישיבה סטעף האט גארנישט באמערקט.
פין טאג צי טאג איז זיין מצב געווארען שווערער צוליב די נישט געהעריגע ענפער וואס ער האט באקומען צי זיינע לעגיטימע שאלות האט זיך געבויעט אין זיין קאפ פאלטשע מסקנות אין פארקרומטע השקפות אין קיינער האט אבער נישט געוויסט ער האט עס געטראגען אליינס אין קיינער האט נישט געוויסט וואס גייט פאר.
ויהי היום ס'איז געקומען א טאג יענקעלע שפאצירט אוין גאס אליינס אויפען וועג אהיים פין ישיבה, ער שפאצירט זיך געמיטליך פארטראכטערהייט אנגעטוהן מיט זיין ווינטער מאנטעך אין א שיינעם וואלענעם שאל שירט ער נישט אזוי די קעלט אין ער יאגט זיך נישט אנציקומען אין ערגעץ,
זיינע אויגען קוקען נאטורליך ארום אויף די שאקעלדיגע ביימער אין די פארביי פארענדע אוטומאבילען, פלוצלונג פאלט זיין אויג אויף א מודעה וואס איז געוואען אנגעקלעבט אויף איינע פין די שטאנגען אין ער הייבט אן ליינען:
ווילט איר אנקומען צים ריכטיגען וועג ?
ווילט איר שפירען א ריכטיגע רואיגקייט ?
ווילט איר זיך אויפהייבען העכער די מענטשליכע אינסטינקטען ?
שפירט איר אז איר פארשטייט נישט פארוואס איר זענט דא ?
פאר ענפער'ס אויף די אלע פראגען אין אסאך מער ביטע ריפט 869-987-6985
.............................חברת חמלת שלמה................................
יענקי ליינט אין הייבט אין זיינע מחשבות הייבען אן פיבער האפטיג לויפען, קען טאקע זיין אז איינער קען אים העלפען אז איינער קען אים אלעס קלאר מאכען ? אין אויב יא ווער זענען זיי ?
ער קומט צי א החלטה אז ריפען קען ער דאך זיכער אין נאכדעם וועט ער שוין זעהן וואס צי טוהן ווייטער.
ער גייט אריין אין א בהמ"ד אין ריפט די נאמבער א ריקארדינג הייבט אויף אין הייבט אן רעדען:
וועלקאם צי חמלת שלמה פאר מער אינפארמאציע איבער אונזערע פראגראמען ביטע קומט צי דעם פריוויאו קלאס מיטוואך נאכט ניין אזייגער פונקליך אויף 4568 סמיטוועי גאס
ביזי סינגאל............................................
ס'געווען א מאנטיג נאכט אין יענקי האט אראפ געשריבען דעם אדרעס אין באשלאסען אז ביז מיטוואך וועט ער שוין דיסיידען צי ער זאל אהין גיין,
ס'איז שוין געווען מיטוואך מיטאג אין יענקי קען נישט דיסיידען וואס צי טוהן פין איין זייט ציהט עס אים צי גיין ווייל אפשער וועט עס מסדר זיין זיינע געדאנקען אין אויסקלארען זיין קאפ אבער פין די צווייטע זייט ווארענט אים א אינערליכע שטימע "גיי נישט גיי נישט טאמער יא וועסטו חרטה האבען" .
ער קען נישט באשלוסען אין די זון בייגט זיך צי מעריב ביז ער ווערט אינגאנצען פארשווינדען עס ווערט ניין אזייגער אין די בחורים'ליך זענען אויפען וועג אהיים פין ישיבה אין יענקי גייט אליינס אזוי ווי ער טוט שוין א שיינע פאר וואכען פארטראכט אין זיינע געדאנקען, אבער אנשטאט גיין אהיים גייט ער ערגעץ אנדרעש, ער גייט צי אן אדרעס וואס איז אנגעשריבען אויף עפעס א פארקנייטשטען צעטעל.
ער עפענט די טיר מיט פארדאכט אין גייט אריין, ער גייט נאך די אנווייזונגען פין די צעטעלעך אין ער קומט אן צי א קליינעם זאל ער גייט אריין מיט תמימות'דיגע טריט אין קוקט זיך אום אויף די אנוועזענדע מענטשען, עס איז געווען א געמיש פין פאלנע גוים, שווארצע, אין אפילו אראבער,(די "קולט" לייגט פארשידענע מעלדונגען אין פארשידענע געגענטען ציגעפאסט לויט די איינוואוינער) ער ווערט צימישט אין וויל זיך אויסדרייען אין ארויסגיין, אבער אין יענע רגע קומט ארויס א שמייכעל'דיגע מענטש פין אונטער די פארהאנג אין גייט צו צי יענקי מיט א גרויסע שמייכעל אין זאגט אים אין א היימישען אידיש "בחור'ל ביסט געקומען צים ריכטיגען פלאץ אלע דיינע ספקות גייען ווערען פארענפערט קום מיט מיר"
יענקי ישוב'ט זיך אבער יענער לאזט אים נישט לאנג טראכטען אין לייגט ארויף די הענט אויף זיין אקסעל אין הייבט אן שפאצירען מיט אים אראפ א לאנגען קארידאר אין פירט אים אריין אין א שיין מעבלירטען אפיס,
ער ווייזט אן פאר יענקי א שיינעם לעדערנעם קאנאפע אין יענקי זעצט זיך אראפ,
דער מענטש וואס האט זיך באקאנט געמאכט אלץ דוד זעצט זיך אראפ אויף זיין באקוועמען אפיס בענקען אין מיט א הארציגען שמייכעל הייבט ער אן רעדען .
דוד: כ'שטעל זיך פאר אז די ביסט דא געקומען ווייל די זיכסט דעם אמת (יענקי שאקעלט מיטען קאפ) ביסט טאקע אנגעקומען צים ריכטיגען פלאץ, אז די וועסט פאלגען וואס מיר וועלען דיר זאגען וועסטו זיין אזוי קלאר אז קיינער אין די וועלט וועט דיר נישט קענען דרייען קיין קאפ
יענקי: אבער איין מינוט זענען ענק יודען ?
דוד: ניין מיר זענען נישט אבער מיר זענען די אויסדערוועלטע מענטשען פין די גאנצע באשאפונג ווייל מיר טוען די ריכטיגע זאכען וואס גאט וויל אין אז די וועסט אויך טוהן אזוי וועט זיך עפענען א נייע קאפיטעל אין דיין לעבען דיין מוח וועט קלאר ווערען ווי קיינמאל באפאר אין די וועסט האבען אזא הנאה וואס די קענסט זיך אפילו נישט פארשטעלען
יענקי: כ'פארשטיי נישט, וויזוי ווייסט עטץ וואס גאט וויל ?
דוד: זייער גוט האסטו געפרעגט אין כ'וועל דיר ענפערען , מיר האבען א פירער וואס ער לערענט אונז די וועגען פין גאט, גאט האט זיך באוויזען צי אים (עפ"ל) נאך גרויסע ארבעט וואס ער האט געטוהן דאס צי דערגרייכען אין דורך דעם ווייסט ער פינקטליך וואס גאט וויל אין נישט נאר דאס נאר נאך אסאך ארבעט וועסטו אויך קענען ציקומען צי דעם אבער די דארפסט אמת'דיג וועלען,
יענקי: ווער איז דער פירער ?
דוד: זיין נאמען זאגען מיר נישט אבער ער וואוינט אין א קליין שטעטעל פינעף שעה אוועק פין לאנדאן אין דארט דינט ער גאט מיר גרויס ערעפורכט אין נאר אונדזערע מענטשען וואוינען אין דעם שטעטעל אויב די וועסט זיך אויסצייכענען אין די לימודים וועסטו אויך מיט די צייט קענען אהין אנקומען
אין דוד האט געוויזען פאר יענקי'ן א בילד פין זייער פירער (די פירער פין דעם קולט) ער איז געווען מיט פארגלייזטע אויגען אין מיט א ווייסע בארד אנגעטוהן מיט ווייסע בגדים, א בילד וואס איז ספעציעל געמאכט געווארען צי מאכען א רושם אויף די יונגווארג,
יענקי: אין וואס דארף מען טוהן צי ציקומען דערצי ?
דוד: נישט אזוי שווער מען דארף דורך גיין די טרענירונגען אין מיטהאלטען די צערעמאניעס אין מיט די צייט גייט ארויף איין מדרגה נאך די צווייטע ביז מען קומט צי צי די העכסטע מדרגות
יענקי: (פארטראכט) אהא
דוד: (געלערענט וויזוי צי ארבעטען שנעל אויף זיינע קרבנות) קוק אהער יענקי לאמיר דיר העלפען אויספילען א אפליקעשען צי זעהן צי מיר וועלען דיר קענען אננעמען אין גאט'ס איינהייט
ער האט אים אויסגעפרעגט פינקליך זיינע איינצעלהייטען אין דא פארשריבען אין דאן זאגט ער פאר יענקי'ן קוק אהער כ'וועל דיר אנהייבען אויסלערנען די ערשטע לעסאן פין גאט'ס איינהייט,
לאן דיך אן ....... מאך צי די אויגען ...............אין שטעל דיר פאר ווי די זיצט ביי א רוהיגען וואסער ציפיסענס פין שיינע בערג ...........(ער היפנאטייזט אים)
שפיר ווי אלע שווערע מחשבות פליען אוועק ווייט ווייט פין דיר , ווייט פין גאט'ס איינהייט . ווייט, די לעכטיגקייט פין גאט נעמט דיר ארום די לעכטיגקייט פין גאט'ס איינהייט.... ................פין היינט אן ביסטע א פרייע מענטש .......................פריי פין די זינדיגע וועלט ......................... פריי פין די שלעכטע מענטשהייט .................................
אין דער דוד רעדט אין רעדט אין פרובירט צי פארסמ'ען א אומשולדיג יודיש נפש ער פרובירט איינציזייען אין זיין באוויסטזיין סכנה'דיגע מחשבות וואס שפארט איין א מענטש אין א קולט ,
א אינערליכע קול ווארענט יענקי'ן "הייב דיר אויף אין לויף אוועק עס איז סכנת נפשות" אבער די היפנאזירונג איז אסאך שטארקער אין די ווארענונגען ווערען פארשווינדען אין די טיפענישען פינעם רוהיגען ים................................
------------
ביי יענקי'ס מאמע אינדערהיים איז 10:30 אין יענקי איז נישטא, יענקי'ס מאמע איז שוין זייער באזארגט ,
ווי איז יענקי אזוי שפעט פרעגט זי פין איר מאן , קיינמאל קומט ער נישט אהיים אזוי שפעט וואס האט געקענט געשען ?
בכלל איז ער געווען זייער אנדרעש די לעצטע פאר טעג, זייער פארטראכט אין טרויעריג ,
וואס האט געקענט פאסירען צי יענקעלע ?
טאטע: קוק אהער לאמיר ווארטען נאך אביסעל אין טאמער קומט ער נישט וועט מען מיזען ריפען הילף .
-------------
יענקי חאפט זיך אויף פין די היפנאזירונג אין שפירט א מאדנעם געפיהל ער געדענקט נישט אינגאנצען וואס מיט אים איז געשען אבער ער געדענקט אז עס איז געווען א גוטער געפיהל , דוד לאזט אים נישט צי לאנג טראכטען אין זאגט צי אים ,
טייערער יענקי די ביסט זייער א גוטער לערנער ווי עס קוקט אויס וועסטו שנעל שטייגען א מדרגה נאך א מדרגה, אין אזוי ווי יעצט גייט פארקומען א צערעמאניע ווי מען ווערט ממש איינגעגלידערט מיט די מלאכים אין מען קען עס ממש שפירען וויל איך די זאלסט אנטייל נעמען דערין כדי די זאלסט באקומען דעם געפיהל וויזוי מען שפירט ווען מען איז אין גאטס איינהייט ,
אבער איין זאך זאלסטו וויסען אז די וועסט נישט פארשטיין וואס מען זאגט אבער זאג עס מיט ציזאמען מיט יעדען אין טוה נאך וואס יעדער טוט,
אבער פאר מען גייט לאמיר דיר געבען א טרינק כדי זאלסט נישט ווערען אויסגטריקענט ביי די צערעמאניע,
אין ער גיסט אים אן א גלעזעל עפעל דזשוס (כשר'ע) (וואס עס איז געווען אריינגעמישט א דראג וואס מאכט דער מענטש שפירען אין די העכערע ספערען).
אין אזוי האט דעיוויד אריינגעפירט יענקי'ן אין א "צערעמאניע זאל" ווי דארט זענען שוין געווען פארזאמעלט צענדליגער קולטיסטען, זיי האבען זיך געשעלט אויף א ארט אויף די אויסגעשפרייטען טעפיך אין אזוי געשטאנען דארט אזוי ווי די אנדערע מיט ערע אין פארכט,
פלוצלונג האבען זיך די שטארקע לעמפ אויס געלאשען אין עס איז געווארען אזוי האלב פינסטער אין איינער האט אנגעהוויבען מיט מאדנע ווערטער אויף א מאדנעם ניגון אין אלע האבען נאכגעזאגט ציזאמען מיט א האציגען טאן , אין יענקעלע הייבט פליצלונג אן שפירען ווי ער שוועבט אין די הימלען זיין מח ווערט פארחלומט אין ער שפירט א שטארקע עפעקט פין די פארטייבונג דראג אין ער מיינט נעבעך אז עס האט ציטוהן מיט די צערעמאניע וואס הייב אים אויף צי די העכערע ספערען אין ער ווערט איינס מיט די מלאכים ...........וואס זיי גייען אים פארענפערען זיינע אלע קשיות................
יענקי ווייסט נישט ווי לאנג עס האט געדויערט ווען ער איז געקומען צי זיך האט ער זיך געטראפען אין דעיוויד'ס אפיס
דעיוויד: נו יענקי טייערער וויזוי איז געווען דיין ערשטע באהעפטונג אין די הימלישע מלאכים?
יענקי: כ'ווייס נישט כ'האב ממש זיך געשפירט אין די העכערע וועלטען כ'ווייס נישט וואס עס איז געשען מיט מיר
דעוויד: ווי עס קוקט אויס האט גאט דיר זייער ליב אז שוין די ערשטע מאל ביסטע אנגעקומען אזוי הויעך אז די וועסט אויספאלגען די אנווייזונגען וועסטו אנקומען אסאך העכער
יענקי: (שאקעלט מיטען קאפ)
דעוויד: יעצט איז שוין זייער שפעט דערווייל גיי אהיים דיין מאמע זארגט זיך שוין מסתם , פארצייל גארנישט פין וואס די האסט בייגעוואוינט ווייל די שלעכטע כוחות וואס ווילען צימישען די מענטשהייט וועלען טוהן אלעס דיר אוועק צי נעמען פין דיין גליק , פארצייל זיי עפעס א אויסגעטראכטע מעשה אין קום צירוק דא נעקסטע וואך מאנטאג נאכט אכט אזייגער
יענקי : (צי פארדראגט צי רעדען געהעריג) (שאקעלט מיטען קאפ)
דעוויד דריקט אים די הענט אין יענקי גייט ארויס אויפען וועג אהיים ...........
-------------------------------פארזעצונג קומט אי"ה --------------------------------
א סוף צי די צוויליזאציע !