צום געזעגענען - א גריס פון אויסטראליע

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

צום געזעגענען - א גריס פון אויסטראליע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

איר וואונדערט זיך מסתם וואו איך בין געווען די לעצטע שטיק צייט. איר האט נישט געהערט פון מיר, כ'האב נישט געשריבן און נישט קאמענטירט, ממש א בחינה פון שטרם נענו. לאמיר ערקלערן וואס איז פארגעקומען און וואו איך האב זיך אויסבאהאלטן.

איז אזוי: איר געדענקט דאך אוודאי פאראיאר אינמיטן ווינטער, פאר די קידוש (ביים געבוירן א) זוהן ערב פסח ווי גרויזאמער'ס פליגער האט אריינגעקראכט אינעם קו התאריך אריין... כ'וועל אייך אלע אויסזאגן דעם סוד אז... איך בין אויך געווען אינעם זעלבן פליגער, און מיר האט גרויזאמער אראפגעלאזט ערגעץ אין אויסטראליע... אבער, עטס ווייסט ווי הייס ס'איז דאן געווען? א מין חוצפה. מיר זענען ארויסגעפארן פון ניו יארק אנגעפעלצט מיט די טייערסטע מאנטלען צו זיך באשיצן פונעם קעלט, און דא האב איך געלאנדעט אינעם אנדערן זייט וועלט וואו ס'איז אינמיטן זומער. ענדיוועי, יעצט, נאך א לאנגע צייט מיטמאכענישן האב איך זיך ארויפגעכאפט (צוזאמען מיט די סקיצע... איינער געדענקט נאך?) אויף אן אנדער קליינע פריוואטע פליגער און אנגעקומען אויף איי וועלט. כ'וויל דא מיטטיילן פאר'ן עולם אין קורצן פון מיין עקספיריענס נאכ'ן זיין א יאר אין די פרעמד.

והנה, און נון, כ'בין אנגעקומען אין די פארנומענע ערב פסח טעג, ווען דער עולם דארט גרייט זיך שוין צום קומענדיגן ווינטער סעזאן. מ'באקט מצות און מ'פרייט זיך צום ווארימקייט פונעם אויווען, מ'קומט טאקע מיט די ווינטער מאנטל אונעם שאל, אבער ס'איז דא גענוג קאוט רעקס צום הענגן. הגם א גאנצן זומער ווען מ'האט געבאקן האט דער עיר קאנדישאן פיין געארבייט, אבער יעצט ערב פסח, ווען די היצן האבן שוין נאכגעלאזט, און די בעקעריי איז מער פארנומען, האט מען ארויסגענומען די קאוט רעקס.

יויש, די שריפת חמץ וועל איך קיינמאל נישט פארגעסן. כ'האב נאך געהאט אביסל חמץ אין טאשקע איבערגעליבן פונעם צידה לדרך וואס גרויזאמער האט מיר געגעבן פאר'ן אראפווארפן ווי יונה אין די וואסער, און אזוי אנגעפעלצטערהייט האב איך דאס אריינגעווארפן אינעם פייער. דער עולם איזעך אזוי מחי' מיט'ן פייער, ממש מ'גיסט צו אויל ווי וואסער צו זיך קענען ווארימען די ביינער. ס'הייבט אן צו רעגענען אינמיטן זאגן כל חמירא, און דער עולם צולויפט זיך צו צומאכן די... כ'מיין אריין אינעם דירה צו ענדיגן די מרור מיט'ן חרוסת.

נאך מעריב אינעם שטאטישן בעסמעדרעש, האט אפגעהילכט א הלל דורך אונזער שאץ'ל, און דערנאך האט דער רב אויסגערופן "אויב ס'וועט שנייען בשעת'ן אנגיסן די בעכער פאר אלי' הנביא, איז מען פטור פון עפענען די טיר. ר' אלי' וועט זיך שוין טרעפן א וועג אריין דורכ'ן שפאלטענעס פון די פענסטער".

חוה"מ האט מען געזוכט צו גיין ווי מער אינדארס כדי נישט צו ווערן דורכגענעצט פון די ווינטערדיגע רעגן, אבער ס'איז א דורך, כ'מיין מ'האטעס דורכגעמאכט.

ל"ג בעומר איז דאך ממש מעין עולם הבא, מ'האלט שוין טיף אינמיטן ווינטער, אין איינע פון די ווינטערדיגע אייר נעכט האט מען געמאכט דעם גרויסן שריפה לכבוד ר' שמעונ'ען, און דער עולם האט זיך גוט דערווארעמט און אונטערגעטאנצן מיט גרויס התלהבות. דער רב שליט"א רעדט ארום פון די קדושה פון די הייליגע ווינטער נעכט וואס מ'זאל זיך מקבל זיין צו לערנען איבער'ן ווינטער, און תיכף נאך ל"ג בעומר האט זיך דערזעהן א געוואלדיגן שינוי, ממש געזעצן און געלערנט יעדן קאלטן נאכט, אנע הפסק.

אה, שבועות! יא, א שיינע יום טוב. דארט איז נישט פארהאן אזא זאך ווי ביימער אין יעדן ביהמ"ד, ווארום אינמיטן ווינטער איז דאך נישטא קיין בלעטלעך. נו, דא זענען די אידן פארנומען מיט אימפארטירן ביימער! יא, אזוי ווי איר הערט. אויף יעדע צווייטע בלאק איז דא א פעדלער מיט א טישל און פארקויפט אימפארטירטע ביימעלעך. איי ווי שיין. תקון ליל שבועות לויפט מען אין ביהמ"ד מיט'ן אויער שיצער און הענטשעך, צו זיך נישט פארקילן, א געשמאק.

שבעה עשר בתמוז פארט ארום הצלה מיט הויך הילכער אז מ'זאל זיכער מאכן אז די עלטער מענטשן האבן סטים וכו' וכו'.

אה, די דריי וואכן? ווער טראכט אפילו פון נעמען א שאוער. מ'שוויצט דאך עניוועי נישט, טא פארוואס א שאוער, הא?

און ווער רעדט נאך פון תשעה באב? דער עולם קומט אין ביהמ"ד מיט נישט-לעדערנע שטיוול שיעור נישט איינזונקענדיג אינעם טיפן שניי, און קוים וואס מ'זעצט זיך אויפ'ן גרויסן בענקל, לויפט מען שוין צו מנחה, ווייל עוד מעט ופנה יום. אויספאסטן איז שטרענג 5:47, קיין מינוט נישט פריער!

ס'קומט די הייליגע טעג, אה, ס'בענקט זיך נאך די ווארימע סליחות נעכט! מ'ווארט שוין עטליכע חדשים אויף די זוהן, ב"ה ס'ווערט ווארימער פון טאג צו טאג. ס'קומט סוכות און מ'פרייט זיך צו ארויסגיין עסן אינעם קילן סוכה, צו שעפן אביסל פרישע לופט.

אבער גארנישט קומט נישט צו צו די מסירות נפש וואס די מעלבוירנער אידן האבן אינעם הייליגן יום טוב חנוכה. ממש, נישט צום באגרייפן.

לאמיר פארשטיין געבן. די היצן זענען אומדערטרעגליך, די עיר קאנדישאן ארבייט אן אויפהער. די קינדער קומען אהיים ווי געהעריג, און לייגן זיך אראפ שלאפן פאר א שעה. די טאטעס ארבייטן פלייסיג א גאנצן טאג, מ'קומט אהיים צו סאפער אויסגעמוטשעט, מ'עסט סאפער און דערנאך גייט מען צום שיעור אום 8 אזייגער ווי געהעריג. 9 אזייגער פארנאכטס דאווענט מען מנחה, דערנאך לויפט מען אין מקוה כאפן א טינק אינעם לוילעכן בור זיך אביסל אפקילן אינאיינוועגס כאפן א טבילה פאר די הייליגע מצוה. נאך מעריב, בערך 10 אזייגער, שטעלט מען זיך צינדן חנוכה ליכט מיט די גאנצע משפחה, ס'ווערט זייער הייס אין שטוב, די עיר קאנדישאן פרובירט צו בייקומען די היצן, אבער די צענדליגע ליכטעלעך זענען שטערקער, און מ'זינגט זמירות אזוי אין די היצן ביז קרוב לחצות הלילה! אזוי גייט דאס ממש נאכט איין נאכט אויס. אידאס נישט מסירות נפש?

פון פורים וויל איך נישט רעדן, ווייל כ'געדענק נישט וואס איז געווען... איין זאך ווייס איך, אז מיין טילעפ אין וואס כ'האב זיך אנגעווארעמט ביים ארומגיין נאך געלט, איז פארלוירן געגאנגען. ווארשיינליך האב איך נישט אויסגעהאלטן די היצן און דאס אויסגעטוהן נאכ'ן ברעכן אין איינער פון די גבירי'שע הייזער.

און יעצט זעמיר צוריק צום ווינטער אויפ'ן אנדערן זייט וועלט.

רבותי, ווי געשריבן, טוה איך זיך געזעגענען פונעם איי וועלט. עמיר זעהן וואוהין גרויזאמער'ס פליגער וועט מיר אראפלאזן... כ'וויל דאך עטס זאלטס מיר שטארק באוויינען. גרייט אייך אן א זעקעלע טישוס פאר די קומענדיגע און לעצטע געזעגענונגס דרשה. צום ווידערזעהן (קומענדיגע זונטאג אי"ה).
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

;l;p-

ברכה'לה, דו לאזט אונז נישט איבער איז וואר?
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

חיים ברוך דער געהענגל טרעגער, יוי! ער איז עס? וויי געוואלד!!!

ניין, קוק דער שמש האט דאך צוגעשריבן מיטן מעדזשיק מארקער אז מען רעדט דא פונעם חיים ברוך "רגיל היה לחלק קאווע במקום טאבאק בתפילת ליל שבת"! ער איז דער וואס פלעגט ארומגיין מיטן טאבאק פושקעלע אנגעפילט מיט קאווע, איי איי איי, וואס ווייסט עטץ? יענקל געדענקסט ווי משה יאכעס פלעגט עס שמעקן און שרייען "ההאאאאא" ווען יעדער האט געזען אז ער גייט מיט סמעלינג עידס און ער קען ניטאמאל שמעקן? א שאלה צו איך געדענק? כא כא כא, אוי דער איז געווען א בעטעמט יודל!

אבער קוק, זיין פעסווארד גייט זיצן שמונה אין אויסטראליע, ס'אי'פשט?

גיי ווייס. אה איך מיין די לעצטע יאר האט ער דארט געוואוינט.

יא, רופט זיך אן משה אויערינגל, דער וואס איז געקומען נאך געלט פאר די אויסטראליע "שיר המעלות" מוסדות, דער איז געווען געוואלדיג, ער פלעגט זיך דרייען מיט שטיוול תשעה באב ביי אונז אין אויסטראליע.

אה, ער איז עפעס נישט געווען ביים זינען לעצטנס? סודות'ט זיך ר' שלמה אריין אין אויער.

נע, ס'עפעס? ער איז געווען א לעבעדיג ניק'ל, איי איי חבל על דאבדין.

וויאזוי הייסט זיין טאטע? לחיים ולברכה בן? מן הסתם בן משה געציל חאצקל, דער האט איבערגעלאזט א לאנגע קאפיטל קי"ט צו זאגן! חחאחאח.

"חחאחאח" לאכט א צווייטער מידל עידזש "מענדז סטריט" עידזש איד.

אה, גרויזאמער קומט דארט פון קאווע שטובל, גרויזאמער ווייסט מן הסתם, גרויזאמער?????? קוק ווי די צייטשריפט שטעקט זיך ארויס פון זיין שיפער רעקל טאש.

אייי איי איי איי, לחיים ולברכה! איי איי איי. גרויזאמער פאלט כמעט חלשות. ער איז דאך מיטגעקומען מיט מיין פליגער, ער האט מיר געגנבט מיין פארישוט העכער אויסטראליע, ארויסגייענדיג אינעם בית הכבוד פונעם פליגער, האט ער מיט זיין וואקסענע ליכט אויפגעבראכן א לעכל אינעם פליגער און אראפגעשפרינגן, איך בין געווען זיכער אז ער וועט עס נישט דורכמאכן! איי איי, נעבעך!!!

דער עולם האט ארויסגענומען מאסנווייז די טאש טיכלעך, ווען אלע הערן אויס וואספארא אבידה מיר האבן דא פארלוירן.

"אבער" ענדיגט גרויזאמער צו זיין דרשה "ער איז נאכנישט דערנאך, כאטש ער וויל אויפהערן צו שרייבן, איז זיין ניק נאך דא בעלמא הדין! יעדער זאל אנכאפן דעם ניק מיט אלע כוחות, קיינער לאזט אים נישט ארויס!!!"

נו? חברה העלפטס ארויס!
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

איי איי איי, חיים'ל מיט זיין רביצין ברכה'לע האבן אונז אלע איבערגעלאזט..
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

גרויזי, נישט מיט מיר..... איך האב מיט כבוד זיך גארנישט איינגעאמפערט, כ'ווייס ניטאמאל וואו ס'איז דיין בית הכבוד... דו האסט מיר אראפגעווארפן מיט'ן פארישוט מיט דיין אויל לייכטער און געלעכערט די קו התאריך אום דאנערשטאג 7:30. הא? לייגעס נישט אויף מירארויף.

און דער טאבאק... יא יא, אבער וואו נעמט די פלעיוואר פון אויסטראליע...
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

לחיים. נאך אפאר זינטאג'ס און די קענסט שוין באלד גיין. איך האב שוין באלד מער הנאה ווען די גייסט ווי ווען די ביסט דא. עכ"פ ווען די גייסט האב איך וואס צו ליינען ,די שרייבסט געזעגענונג דרשות איינס איבער די אנדערע.

כ'בין נאר נייגעריג ווילאנג עס גיט נעמען די גיין... כ'האף ווי לענגער.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

צענדליגער ניקס זענען שוין פארלוירן געגאנגען במשך די יארן וואס איי-וועלט פלאנעט איז אנטדעקט געווארן דורך גרויזאמער (געשריבן אונטער דרוק פון טעראר, מצד מאנגאליע), אבער קיינער מאכט נישט אזא קלאסישן ארויסגאנג ווי לחיים-ולברכה המכונה חיים ברוך זאל לעבן (בקרוב: ז"ל), מיט אן ארטיקל-צוויי וואס וועט זיכער איבערלאזן א גוטן טעם אין די אויגן פונעם ליינער.
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

שלום עליכם חיים ברכה, ביטע לאז אינץ נישט איבער
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13895
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

דארפסמאן האט געשריבן:שלום עליכם חיים ברוך, ביטע לאז אינץ נישט איבער
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

קרעמער האט געשריבן: איי-וועלט פלאנעט איז אנטדעקט געווארן דורך גרויזאמער.



א גוטן אלע מיינע חשובע קאמפיין אנפירער! מיר קענען היינט זאגן בפה מלא אז מישען עקאמפליצירט!!! דאס לויפן קעגן קרעמער אלץ הויפט מנהל וועט מיר גיין ווי ספרינג וואסער, געשמירט ווי פינאט באטער, איך באאויפטראג אלע אפטיילונגען פון מיין קאמפיין סטעף צו נעמען דער הודאת בעל ניק כמאה עדים, און דאס אויפבלאזן מיט די שטערקסטע מעגנעפייס, דאס צושמירן בראש כל חוצות, אלע עדס זאלן מער ווייניגער טראגן דעם כאראקטער "וואס קרעמער זאגט אויף גרויזאמער", ווייל טענקס גאט האבן מיר שוין גענוג שטאפיר אנצוהייבן מיטן רעכטן פוס! דער היינטיגער דערגרייכונג איז הונדערט סטעפס פאראויס! אפלאדדאאאאאציעעעעס!!!! געטס אלע א האנט!!!!!

לעטס גאו בארי'ס!!!!
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

חיים ברוך זייער עמאשענל, איזעס שוין א פאקט, אדער מ'קען נאך איינרייסן?
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

דו קענסט נאך איינרייסן אז דו זאלסט אויך תשובה טוהן...
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”