יעדער כאלאמאק מיט זיין סטעטמענט

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יעקב אלי בראך
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 06, 2006 11:54 am

יעדער כאלאמאק מיט זיין סטעטמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב אלי בראך »

ווי נישט ווי, צווישן די אלע נעכט פון חנוכה, באגע(י)גענט מען זיך מיט פארשידענע מענטשן, געקנעיטן פון אן אנדערן טייג ווי אונז, באקאנט דער מאמר חז"ל כשם שאין פרצופותיהן כך אין דעותיהם, זיצט מען און מען פארברענגט מיט זיי, און אזוי זיצענדיג לעבן שוואגער'ס אפילו, קומט ארויף פארשידענע ווערטער פון אזעלכע עכט כאניאקישע (וועא"מ) ווערטער און סטעטמענטס וואס מען קען ממש פלאצן.

וועלן מיר אנכאפן אפאר דוגמאות, שארט זיך צו איינע פון מיינע ידידים צו מיר נעכטן, זיצענדיג ביים קאמפיוטער, און געט מיר א בילד און די האנד, און ער בעט מיר: דו ווייסט דאך וואס א קאמפיאטער איז, אי-מעיל מיר דעם פיקטשער צו מיין פעטער, אבער איך דארף צוריק דעם בילד...

-

נאך אן ענדליכע מעשה, אין ביהמ"ד:

כאלאמאק: קענסט אים ביטע שיקן א מעסעדזש מיט דיין טעלעפאן אז ער זאל קומען אין ביהמ"ד מיך אויפפיקן, ער איז אינדערהיים אבער ער הייבט נישט אויף זיין טעלעפאן..
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12675
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

ברוך מחי' המתים...
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

מיר געפעלט נאר, אז די יודעלע פון "באגעגענט" האט ער געוואוסט איינצורינגלען, אבער עס אריין צו ליין אין "סטעיטמענט" איז עס אים נישט בייגעפאלן.
אוועטאר
יעקב אלי בראך
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 06, 2006 11:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב אלי בראך »

חכם איינער.
האסט שוין געזעין איינער זאל שרייבן סטעטמענט מיט א יו"ד?
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

סטעטמענט נישט, אבער סטעיטמענט האב איך שוין געזעהן מער ווי איינמאל.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

העללא יעקב אלי' [אגב, וואו איז דיין ברודער?]

איך הער דו ביסט מיין קוזן ?

מיין ווייב איז א בראך אייניקל


האמיר שוין באלד דא די גאנצע משפחה
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

ווען איך האב נישט מורא פאר גילוי, וואלט איך אויך פארציילט אז איך בין גאר א נאנטע משפחה קרוב מיט די בראך פאמיליע, אבער סיבעסער זיך צו האלטן דאס מויל.

באלד וועט נאך זיידי געוואויר ווערן וואס דא קומט פאר, ער וועט צוריקבעטן די חנוכה געלט.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

זיידי האט מיר געזאגט אז ער ווייסט במיילא פון דעם ער זאג מיר מוסר ווען ער טרעפט מיך
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

פארוואס פארדרייען דעם שמועס? יעקב אלי' האט (ענדליך ענדליך) אויפגעברענגט א נארמאלע טעמע, לאמיר ממשיך זיין דערמיט:

ווער האט עפעס א כאניאקישע געשיכטע צו דערציילן?
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15461
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

ביין אונז וועט מען זיך הערשט היינט טרעפן, סאו מיינע שוואגערס וועלן הערשט קענען מארגן דערציילן געשיכטעס איבער מיין סטאפידעטי.
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

אקעי, איך וועל מארגן פרעגן דיין שוואגער.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12675
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

איך האב מיטגעהאלטן אן ענליכע מעשה ווי דאס וואס בני בכורי ר' יעקב אלי' האט פארציילט.
איך בין געזיצן ביי א גרעפיקער אין אפיס. אינמיטן קומט אריין עמיצער, און בעט אז ער זאל אים עפעס אימעילן. אבער נאכנישט יעצט, נאר א האלבע שעה ארום, ווייל ער דארף קודם אהיימגיין און זיך קאנעקטן...
ווען יענער איז ארויסגעגאנגען, דערציילט מיר דער גרעפיקער, אז דער זעלביגער האט אים אמאל געבעטן צו פעקסן עפעס אויף אויסלאנד, אבער ער האט אים אנגעזאגט, אז ער דארף עס נאכדעם צוריקבאקומען...
An article a day keeps the babies away
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

קרעמער האט געשריבן:פארוואס פארדרייען דעם שמועס?


קרעמער: ועל דא קאבכינא, אויף דעם קלאגט דאך דער נביא, ס'דאך אן אלוועלטליכער אנשיקעניש וואס מען מאכט דא לעצטנס מיט די אשכולות.

***
אגב, 'כאלאמאק' מיט 'כאניאק' זענען צוויי באזונדער עלעמענטן, ואינם קרובים זה לזה.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

זארעך;

קוק אין יעקב אלי'ס ערשטע תגובה וועסטו זען אז ער אליינס באנוצט זיך מיט ביידע באגריפן כעניאק און כאלאמאק ביים גרינדן דעם אשכול.
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

קרעמער: נישט אלעמאל רעד מען צו דיר...
כ'מיין, נו, פארוואס דען האב איך געצייכנט די דריי שטערנדלעך בין פיסקא לפיסקא אויב נישט כדי ליתן ריוח?

ולגופו של נושא:
אין הכי באבע, איך האב טאקע געמיינט דעם מתחיל הראשון פון דעם אשכול. פתח בכד וסיים בחבית, ער הויבט און אין קעפל מיט א 'כאלאמאקישע' שילדערונג און באניצט בתוך הארטיקל מיטן 'כאניאקישן' אויסדרוק..., האב איך געוואלט אויפמערקזאם מאכן אז דאס זענען צוויי באזונדערע באגריפן און עלעמענטן. ביי.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

כ'קען זיך נישט איינהאלטן.

דאס איז נישט דאס ערשטע מאל און פילייכט נישט די לעצטע מאל וואס איך הער דעם סטעיטמענט פון מיינע "כעניאקישע/כאלאמאקישע" (וועלט אייך אויס וועלכע שמעקט אייך בעסער) קונדן:

יא, מיסטער קרעמער, ווען איר פרינט מיר ארויס דעם צעטל, לאזט דאס ביטע אין קאמפיוטער..

די אידן האלטן פאר א פשטות, אז ווען דאס געשריבענע מאמר ווערט געשיקט צום פרינטער, פליהט עס ארויס פונעם קאמפיוטער זעלבסט...

לאמיר אינאיינעם לאכן א גוטס אויף זייער חשבון.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

איך רייס מיר פאר געלעכטער דא מיט מיין פארטנער.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

מיין קרוב, נישט וויסענדיג וואס א קאמפיוטער איז בכלל, האט מיר אמאל געבעטן, אז אזוי ווי ער דארף לעצטענס שיקן אסאך בריוו'ן און ער דארף צוקימען צו אי-מעיל, בעט ער מיר א טובה, כ'זאל אים קויפן א אי-מעיל, ער וויל האבן איינס אינדערהיים..
אויף מיין פראגע וואס הייסט ווי זאל כ'קויפן א אי-מעיל, קומט די אנטווארט, וואס הייסט ווי, אין עני עלעקטעראניק סטאר,
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

מיין באבע האט מיר געגעבן א צעטל וואס איך זאל פעקסן פאר עמיצען, און זי גיט מיר אזא זאג, מאך א קאפי פאר די פעקסט עס, ווייל איך דארף עס צוריק...
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15461
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

טריאו, נאריד א פריעדיגע תגובה פון מאשקע'ן.

מאשקע האט געשריבן:ווען יענער איז ארויסגעגאנגען, דערציילט מיר דער גרעפיקער, אז דער זעלביגער האט אים אמאל געבעטן צו פעקסן עפעס אויף אויסלאנד, אבער ער האט אים אנגעזאגט, אז ער דארף עס נאכדעם צוריקבאקומען...
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

איך האב עס געשריבן, ווייל אויב האט איר געמיינט אז מיין באבע דרייט זיך דא אין קרעטשמע, און זי ווייסט שוין אז ווען מען פעקסט עפעס בלייבט מען מיט די ארגינעלע, וויל איך ענק זאגן אז ניין, זי דרייט זיך נישט דא...
אוועטאר
zibala
שר האלף
תגובות: 1192
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 15, 2010 5:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zibala »

מאשקע האט געשריבן:איך האב מיטגעהאלטן אן ענליכע מעשה ווי דאס וואס בני בכורי ר' יעקב אלי' האט פארציילט.
איך בין געזיצן ביי א גרעפיקער אין אפיס. אינמיטן קומט אריין עמיצער, און בעט אז ער זאל אים עפעס אימעילן. אבער נאכנישט יעצט, נאר א האלבע שעה ארום, ווייל ער דארף קודם אהיימגיין און זיך קאנעקטן...
ווען יענער איז ארויסגעגאנגען, דערציילט מיר דער גרעפיקער, אז דער זעלביגער האט אים אמאל געבעטן צו פעקסן עפעס אויף אויסלאנד, אבער ער האט אים אנגעזאגט, אז ער דארף עס נאכדעם צוריקבאקומען...

גיי פארצייל דאס פאר די היינטיגע יונגווארק...
שבעה מי יודע!?
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”