מיינע 'חתונה' איבערלעבענישן

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2007 2:16 pm

מיינע 'חתונה' איבערלעבענישן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעפטיל »

איך דריי מיך ארום אן א קאפ, שוין עטליכע טעג וואס מיין באבעלע פראוועט ביינאכט, און נישט נאר ביינאכט נאר פונקט ווען מען שלאפט שוין 2 שעה און אפפס.. זי איז אויף, זי לעבט און לאכט(?)... איך וואלט שוין וואנס און פאר אלל געקענט יוזן א נארמאלע נאכט שלאף, פון צענע און ווייטער, אבער דא קומט מיין פראבלעם, א חתונה. ווער זאגט ס'איז א פראבלעם? זאל זיין שמחות ביי אלע אידן געזונטערהייט! אדרבא, ווי וואונשט מען? זאל מען זעהן נחת הן ביי די קינד, הן ביי אלע אנדערע קינדער געזונטערהייט! ווערט דאך באמת שווער א קשיא, וואס אידער פראבלעם פון וואס איך רעד? עלעך ענק זאגן, ס'איז א פשוטע מעשה: דער מחותן איז מיר א פעטער....

פארשטייט עטץ וואס איך מיין? היינט און מארגן, מיין הונגעריגקייט און מיין מיעדקייט איז צו פארדאנקן מיין פעטער... מיין פעטער אליין וואלט איך שוין מוחל געווען, אבער די באבע.. איך געדענק נאך פון אלס קינד, איז ארום געגאנגען א לעגענדע אז די באבע זאל לעבען האט א קליין ביכעלע, זי נעמט דאס מיט ביי יעדע שמחה, און אלעס, אלעס! ווערט דארט פארצייכנט... וואס מיין איך אלעס? יעדער איינער וואס איז געווען זאגן מזל טוב, און ווער עס איז נישט געווען זאגן מזל טוב, און אויך ווער עס איז בכלל נישט געווען! פאר אונז אייניקלעך איז שוין נישט אזוי פאני צו זעהן די באבע זז"ג שטיין ביים מחיצה טיר, מיט די שיינע בלוזקע אירע וועלכע האט שוין געזעהן בעסערע צייטן, און מיט איר שמייכל ווארט צו יעדן מקבל פנים צו זיין... נישט יעדער ווייסט אבער די אמת'ע סיבה: אלעס ווערט פארצייכנט - -

ווי האמער געהאלטן? נאכאמאזל דער מחותן שטעלט צו א באס, אזוי מען זאל זיך נישט מוטשען מיט די היטשעס, שוין ענדליך דאס גאנצער געזינדל איז פיינעלי רעדי פארן באס, ממש א נס אז די באס איז נאך דא ווען מיין גאנצע הויז ווערט ענדליך רעדי... מיין שוואגער - א ברכה אויף זיין קאפ, האט מיר מיט גרויס ערליכקייט געהאלטן א פלעצל, דעריבער בינעך געווען פון די גליקליכע - מ'שטיינס געזאגט... איך האב זיך געדרייט אונטן מיט אזא רואיגע מינע אויפן פנים ווי גארנישט פעלט מיר, און ענליך זיץ איך מיר אויפן באס, ענליך האב איך צייט פאר מיר (און פאר מיין בלעקבערי..) און אקעי, איך העל נישט רעדן פון מיין שוואגער וואס איז מיר געזיצן אויפן קאפ א גאנצע וועג, איך וועל אויך נישט רעדן פון די באבע וואס איך האב איר שוין באגעגנט ווארטנדיג אויפן באס, און זי האט געהאט פלענטי צייט פאר מיר... איך וויל נאר פרעגן דא ברבים פאר דעם אינדערמאן, וואס איז געשפרינגען פון די הויט א גאנצע וועג, ער איז נעבעך נישט געווען שולדיג, וואס זאל ער נעבעך טון אז ס'איז אים נישט געלונגען קיין פלאץ? א גאנצן צייט האט ער נישט אויף געהערט צו שפרינגן.. האסט שוין געדאוונט מנחה..? ווילסט דאווענען מנחה..!? די קענסט אפשר דאווענען מנחה..? זאג נאר די, גיי דאווען מנחה און לאז אונז אלע אפ, עוד היום גדול, וואס רודפ'סטע?

הינגעריג, אויסגעמוטשעט, מיעד און אויסעמאטערט זעמער בשעה טובה אנגעקומען צום האל. א מנין מנחה האט אונז אפגעווארט, די שטריימל באקס אראפגעלייגט ווי ס'קומט, אין איך וואלק מיר אריין אין זאל, שפאצירנדיג צום טאקט פונעם וואלעך וואס דער מעזישן האט געשפילט. דא פאנגט זיך אן מיין חתונה.. וואו אהין גייט מען? מען קוקט זיך ארום, די טיש, יענע טיש, ר'עולם כאפט פלעצער ווי כאילו ווער ווייסט וואס... ענליך נאך לאנגע באראטונגען מיטן שוואגער איז געבליבן אז מען גייט יא צום טיש פונעם שווער, ער האט מיך שוין אפגעווארט פון ווען איך האב אריינגעסטעפט אין האל, מען האט זיך געוואטשט פלעצער איינער דעם צווייטן, און איך בין זיך געלאפן וואשן צום אויליגן בילקעלע.
יעצט די פיש. איך האלט אז מען דארף צולייגן צו די חתונה תקנות אז יעדע פארשן פיש מוז האבן פיש זאפט, איך וועל ענק פארציילן וואס איז מיט מיר געשעהן. איך האב אנגעפאנגען צו עסן די בילקעלע, צוזאמען מיט א שטיקל פיש, כמנהגי, רעגולער, עס האט גארנישט אויסגעקוקט ראנג. נאך קנאפע 4-5 שטיקלעך בילקעלע-פיש, איז מער גארנישט געבליבן פון די פיש.. עס איז געווען א דיזעסטער. איך האב זיך אויפגעשטעלט און געגאנגען זוכן פאר נאך איינס, עס איז מער נישט דא קיין פיש... מיין ארימע מיינונג איז אז מיט אביסעלע פיש זאפט קען מען דעם גאנצן פראבלעם שליכטן אן קיין גרויסע הוצאות. דוכט זיך אפילו ס'איז דא איינער וואס טיילט פיש זאפט לשם מצוה, דבר יום ביומו האט די נאמבער, עכ"פ דאס לאז איך איבער פאר די רבנים, דאס איז א פשוטער דעת בעל הבית.
נאכער האט נאכגעפאלגט א געוויסע גרינע זופ, איינער פון מיינע גרויסע שוואגערס וואס זיין פעטער איז א קעכער האט געוואוסט צו דערציילן אז דאס איז אדער ספיניטש אדער סקוואש. פרעגטס מיך נישט צו ס'איז גוט געווען, איך האב דאס ניטאמאל פרובירט טועם צו זיין.. מיין שוואגער, האט ווי אלעמאל פרובירט צו נעמען דעם וועיטער אויפן צימבל, ווארפנדיג לצה'ס אויף זיין חשבון... דער וועטער איז אבער געשטאנען פעלזן פעסט און זיך נישט געלאזט פראוויצירן, סאיז געווען קענטיג אז ער האט שוין די עקספיריענס יעדע נאכט..
ביי די פלייש האט מען אונז אלע געגעבן דעם אויסוואל פון "טשיקן, אר ביף". גענומען האב איך ביף, נעמליך עס איז עפעס וואס מען האט נישט יעדן טאג... עטליזט עלעך מיך גוט פילן אז איך האב א רייכע פעטער און איך זיץ יעצט ביי א עלעגאנטע שמחה וואס מיין רייכע פעטער שטעלט צו. באקומען האב איך עפעס א פארשן, שרעקליך. א צוזאממיש פון געזונטע צוזאם געשטעלטע געקאכטע וועדזשטעבלס מיט א מאדנעם לאנגן שטעקל. נאך לאנגע דעבאטעס צו דאס קען מען עסן צו נישט איז געבליבן אז מען גייט דאס פרובירן, און נאכער פסק'נען. רבותי דאס איז נישט קיין אידיש מאכל.
אזוי אינמיטן ווען מיין קאפ איז פארטיפט אינעם טעלער און מיין מח איז פארטיפט אינעם וויכוח ווער עס האט ביליגערע ...?(איך זאל נאך געדענקען וואס..?) צו פארקויפן (איך וויל ענק נישט זאגן ווילאנג עס האט אונז געדויערט אויפצוקומען מיט עפעס א נארמאלע טעמע וואס קיינער זאל זיך נישט פילן געטראפן...) קומען אן די שווארצע חברה מיט די ווייסע שניפסלעך, און מען שלעפט! דער שלעפט א טישטוך, א צווייטער שלעפט די טעלערס... און וואס העט זיין מיט מיר? ער צייגט מיר אויף א טישל אין די זייט ווי עס זיצן דארטן עטליכע משולחים ביי א טיש מיט עטליכע לעהרע סעלצער באטלעך, איך זאל אהינגיין וויל ער.. הערסט א מעשה?? בעפאר אבאמא וואלט געווען פרעזידענט וואלטן זיי זיך נישט געטרויעט אזאנס צו פארלאנגען... קוקנדיג אויפן זייגער האב איך גוט פארשטאנען וואס עס גייט פאר. די זייגער ריקט זיך און מען האלט נאך ביי די פלייש, עטליזט בין איך העפי די חתן קומט שוין אט אט אריין אינעם זאל.

די חלל פון דעם זאל איז געווארן עטוואס שיטער, אלעס איז רעדי. פון אונטער מיר לויט עפעס א פעשער מיט א רעדיא אין די האנד, ער לויפט פון מחותן צום שפילער און פון שפילער צום טיר און צוריק. איך מיין אז ער איז דער גאנצער אנדרייער בנוגע דעם אריינקומען פונעם חתן. אה, מען הערט שוין די זעצעס! 20 קליינע, 4 גרויסע שהן ארבע (קרעדיט [איך הער]..), עוד ישמע! עס ריכטן אלע בליקן צום טיר, טייל קוקן צום מחיצה יעדער פרובירט צוצוטרעפן דעם אריינגאנג.. דער גרויסער ברודער מיטן גארטללאזן בעקישע, 2 חברים פון די 'שיבע געדוילע' שטייען מיט די מאסלס גרייט צו ענטפאנגען דעם אומשולדיגן חתן און אים באגריסן דורכן אויפהייבן אויפן בענקל. דער חתן קומט אריין, ער קוקט עפעס נישט אויס אזוי אקעי.. צומישט.... ער פאנגט אן צוגיין ער האט געמיינט מען גייט אים פייערליך אפווארטן, איידער ער קען זיך אפילו אומקוקן קומט שוין צו דער פעטער נחום און כאפט דעם חתן'ס רעכטע האנט, ער שפירט זיך אביסל נאנט מיטן חתן ווייל ער לאזט אים איבער א שטיקל ענעוועלאופ... זיכער טראכט ער ביי זיך דער חתן וועט עס עניוועי נישט עפענען ביז ער קומט אהיים... אט זעה איך ווי די 'גרופע' מיטן בענקל האט אפירגעטראפן דעם חתן, און מען געט אים א כאפ און א טראסקע אויפן בענקל און דער חתן איז אין די לופטן.. יוש האט ער געציטערט, נאך א מזל זי האט נישט צוגעזעהן דעם גאנצן ספעקטאהל ווי איר העלד ווארפט זיך פאר שרעק..

מען הערט דעם טראדיציאנאלן עוד ישמע סעט, ישיש עליך, אט מאכט דער שפילער א קונצליכער דריי וואס ווי איך הער פון מיין קליינע ברודער האט ער עס גאר געגנב'ט פון ווייסעך וואו, למעשה זאגט ער גאנץ גוט. אינעם רינג זעה איך א איד מיט פארפלאמטע אויגן פראווען מצווה טאנץ. אויף די נאכפראגע ווער איך געוואר אז דאס איז פינטשקווער רעבע'ס ברודער, וועלכער דער חתן איז פון זיינע חסידים, נו, סימער גוט. ער ווערט מיר אויך א רבי, עטץ הערטס וואס דא גייט פאר? עס האט באקומען די תאווה... ער האט אלע רעכטן, ווייל קיין ארבעט האט ער נישט געטראפן, אויפשטיין שטייט ער אויף שפעט, כראפעצן כראפעצט ער, לקח אין בעסמעדריש עסטער, ש"י טבילות פראוועט ער, פרעג איך אייך קומט זיך אים דאס נישט?? געזונטערהייט, א געשעפט האבעך..

אט יאוועט זיך א שוועסטער קינד, א יונגער שעפערישער בחור וועלכער האט נישט געקענט צוקוקן די דיסקרימינאציע פון משפחת שעפטילאוויטש ווי די מחותנים'ס זייט שמעלקעוויטש האט שוין א מעכטיגע רינג בתוך רינג אינעווייניג, ווי זיי שפאצירן (שיין געזאגט...) מיט א לעבעדיגקייט... און מיט א פרישקייט גייט ער ארום נאך אן אפיל פון אונזער זייט ווער עס וויל אנשליסן און זיין 'שעפטעלאוויטש' קאראוואן וואס ער גייט דורך פירן די אנדערע העלפט זאל, אינמיטן דעם רינג.. איך האב נישט קיין סאך געקלערט, איך מאך א פשוט'ן חשבון: סאפער האב איך שוין פארפעלט היינט, א נאכט שלאף געב איך אויך אוועק, אפאר ארבעט שעות זענען שוין אויך פארפאלן לכבוד דעם, צוויי שעה שיעורים איז שוין אויך היסטאריע, נו זאלעך דעם טאנצן אויך אנוואוירן? גיימער טאנצן.. איך הער נישט?? יא, 'טאנצן'... אלעס ריקט זיך. די דרויסנדיגע רינג וואקט, די צוויי אינעווייניגסטע שפאצירן, א שיינע צאל זיצן אויפן בלעקבערי און די עלטערע פון צווישן אונז רעדן אויפן נעקסט טעל, און אלעס פריידט זיך מען קען ממש טאפן די שמחה מיט די הענט...

איך גיי צו צום מחותן געבן מזל טוב, איך זאג ענק ער האט נישט קיין אנונג צו איך בין געווען ביי די חתונה... אזוי פארנומען איז ער געווען צו וואונטשן דעם עולם.

איין מורא'דיגע זאך וואס פאסירט יא ביי די אלע חתונות: די משפחה טרעפט זיך. מיינטס נישט דאס איז אזוי פשוט, 60 פראצענט פון מיין משפחה וואס איך בין אויפגעוואקסן, וואלט איך קיינמאל ניישט געזעהן נאכאמאל ווען נישט די אלע חתונות. מען קומט, מען גיט זיך די הענד, מען כאפ א שמועס וואטוטצעך? ברוך השם! וויזוי גייט עס? ברוך השם! אה, קעניינע הארע 3 קליינע..?

מיין ברודער שלעפט מיך.. די באבע האט מיך געזעהן.... שנעל דארף איך לויפן פאנטשן דאס קארטל, איך וואונטש אן די באבע און מיט טרערן וואונשט זי צוריק..

ווען איך גיי שוין ענליך אהיים שפעט ביינאכט, שטעלט זיך מיר אלץ די פראגע, פארוואס נאר אמאל איז געווען אזא זאך ווי שמחה. א איד האט חתונה געמאכט האט זיך דאס גאנצע שטעטל געפריידט, ווער רעדט נאך פון די קרובים וואס זענען זיך געקומען שלעפן.. איך הער זאגן, קרובים..? ברודער און שוועסטער, טאטע מאמע האבן געדינגען א דראשקע, נישטאמאל קיין ווייסע... מען האט זיך ארויסגעלאזט אויף וועגן און שטעגלעך, מען איז געפארן זיך מיטפרייען מיט א שמחה פון א משפחה, מען איז אנגעקומען נאך עטליכע טעג/ וואכן גלייך אריין מיט די שטויביגע פאנטאפל גלייך צו די חופה, מען האט זיך געטראפן טאטע מאמע ברודער שוועסטער, מען האט זיך געפריידט אז די משפחה בליעט. מען האט געזינגען און געטאנצען, די פאר ציגיינער אין די זייט האבן אונטערגעשפילט זייערע פאלקס לידער אבער עס האט בכלל נישט אויסגעפעלט, יעדער איז געווען פרייליך.

היינט דארף מען נעבעך טון אזויפיל פעולות אריינצוברענעגן שמחה... דער מאכטעס אין אזא זאל, דער ברענגט אזא גרויסע שפילער באנדע, און ווידער דער ראש הקהל ענדיגט די חתונה גאר 4'רע פארטאגס, פשיהא... מען קומט מיט אזא שווערן געפיל, מען טוט אזא גרויסע טובה פארן פעטער אז מען קומט. וואס קען מען טוהן.... די מחותנים טראגן נאך אויך אויף זיך די אלע שווערע פעקלעך מיט דאגות, אנגעפאנגען מיט די תחונה בריוולעך סוגיא, געענדיגט מיט די שווערע געלטער וואס מען דארף נאך באצאלן..

די גאנצע חתונה באדייט האט זיך געטוישט נאך די צווייטע וועלט מלחמה, עס קענען זיין עטליכע סיבות, איך וואלט געזאגט אז די מעין סיבה איז פשוט, די משפחות זענען זיך בע"ה זייער ברייט ציוואקסן, קען מען דען גיין יעדע נאכט צו א חתונה..? מען קען טאקע נישט, אבער מען מוז. וויאזוי זאל איך מיך פרייען ווען איינער שלעפט מיך אומוועלענדיג צו א חתונה? איך קען זיך מיטפרייען מיט אן אמת'ע שמחה ביים באווארפן, ביים שבת שבע ברכות, פארוואס פארן צוויי שעה אהין און צוריק צו א חתונה? שטעלטס ענק פאר איך האב שוין עטליכע מאל געהאט 3 חתונות אין איין וואך, און צו יעדע מוז מען גיין אנבאדינגט 'זיך צו באווייזן' פארן פעטער, צו א טייל מוז מען נאך פארן (דאס מיינט אפילו מען טרעפט שוין א היטש אינמיטן, איז עס נאך שווערער וואו צו בלייבן ביי די חתונה ביז נאכן מצווה טענצל) און ווען מען פארט דארף איך איך נישט מסביר זיין, אז פון פיש אין חלה קען מען פארגעסן (חוץ אז מען פארט גאר פרי) איי אידאס א שלעפ...

מיין מיינונג איז אז דאס איז איינס פון די קרומע זאכן וואס וועלן שוין אזוי פארבלייבן ביז משיח'ס טאג, אלזא, לאמער אלע ווארטן אויף אים'ן.
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

יפה דברת.

און א שעהנער שריפט!
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
Shia23

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Shia23 »

עס דא זייער א גיטע עצה בדוק ומנוסה פאר א קינד וואס איז אויף ביינאכט. מען לייגט דאס קינד אין קריב מען לאזט עס וויינען פאר פינעף מענוט נאכדעם קימט מען אריין מען גיט די צאמי אין מען זאגט א גיטע נאכט. "נישט ארויסנעמען פין קריב" נאכדעם פאר 10 מעניט אין אזוי וויטער 15 25 עס העלפט מוירעדיג
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יישר כח שעפטיל.

לכבודך (בעסער געזאגט: לכבודי) שטעל איך איבער מיין אשכול פון אלט קרעטשמע (היידפארק בלעז) הנקרא

.......די נייע "חתונה טעאריע".......
פאם פארא ראמפאם פאמפאם פאמפאם פאמפאם פאראמפאם... פאם פארא ראמפאם פאמפאם פאמפאם פאמפאם פאראמפאם... עוד ישמע בערי יהודה ובחוצות ירושלים, קול ששון וקול שמחה, קול חתן וקול כלה.

דער חתן ווערט אריינגעברענגט, נאך איידער ער קען זיך אריענטירן אויף וועלכע וועלט ער געפונט זיך ווערט ער שוין ארומגעפירט אין די הייעך דורך אפאר צולאזטע יונגען. געווענליך באשטייען די טרעגער פון: 1 גרויסע ברודער וואס האט זיך שטארק געפארעט פאר די חתונה און שפירט ווי גלייך ער אליין איז דער מחותן ביי די היינטיגע שמחה, 1 אינגערע ברודער פון די כלה וואס מיינט אז אלע טויערן האבן זיך פאר אים געעפנט ווייל ער איז געווארן נעקסט, און 1 חבר פונעם חתן וואס מיינט אז דער חתן באמערקט בכלל זיין אנוועזנהייט ביי די שמחה, דאס פערטע פיסל בלייבט געווענליך אן א אונטערהאלטער, דאס איז דירעקט אזוי, כדי דער חתן זאל בלייבן אומבאלאנסירט און זיך איבערקערן כמנהג ישראל.

אוי עוד ישמע בערי יהודה... ישיש עליך אלקיך כמשוש חתן על כלה הוי, ישיש עליך... אהבת עולם תביא להם תביא תביא להם, אהבת עולם תביא להם תביא תביא להם, אוי וברית אבות לבנים תזכור אוי לבנים תזכור...

לאמיר אבער נישט כאפן די פיש פאר די נעץ, מיר וועלן צוריקגיין צום אנהויב סעודה. מען קומט אריין אינעם גרויסן פראכטפולן עלעגאנט צוגערישטן זאל וואו עס איז צוגעגרייט א נארהאפטיגע סעודה פאר עטליכע הונדערט געסט. יעדער שטייט, מען דרייט זיך און פריידט זיך, טייל שטעלן זיך דאווענען מעריב. איך בין שטענדיג א געדאווענטער, ווען איר זעהט מיר, זאל דאס ביינאכט אדער אינדערפרי, אלץ קענט איר מיר שטעלן אויף די חזקה אז איך האב שוין אפגעדאווענט און אפילו איבערגעדאווענט שמונה עשרה צוליב א פארגעסענע ותן טל ומטר.

אז איך קום אריין אין זאל און נאך איידער איך אריענטיר זיך וואס דא גייט פאר קומט איינער צו און מיט א בעטנדע שטומע רוימט ער מיר אריין אין אויער: "הכנסת כלה", ווייס איך אז איך בין ביי די ריכטיגע שמחה. אויב יענער וואקסט ארויס צווישן מיר און מיין טעלער פארשפייז נאך איידער עס לויפן פארביי נאך פינעף מינוט, ווייס איך שוין דעם פאקט אז די נאכט האב איך שוין גוטע קאמפאניע.

קיינער יאגט זיך נישט, עס זענען פארהאן גענוג זיץ פלעצער, איך בין דאך אבער הונגעריג ווי שטענדיג, כאפ איך א סינק מיט א טעפל און מאך מיר המוציא אויפן טעם העליון צו להכעיס דעם גאנצן עולם וואס די בושה לאזט זיי נישט טאן וואס דער מאגען פארלאנגט און דאס הארץ באגערט.

ווי נאר איך פארפארטיג דעם ערשטן ביס, איך וויל נעמען דעם צווייטן שטיקל חלה איינצוטינקן אין דעם געמויזעכץ וואס באשטייט פון אביסל ווייסע גרינסן מיט א פארווארפן מייערל אינדערמיט, מערק איך אז מיין גאנצע טיש ווערט באלאגערט, ווייל במשך די אנדערטהאלבן סעקונדע האבן זיך די ערשטע קאזין'ס געכאפט אז דער טיש וועט אין גיכן פארוואנדלט ווערן אין די קרעמער פאמיליע טיש, און אך און וויי אויב זיי וועלן נישט יעצט כאפן א זיץ, זיי וועלן מוזן גיין זיצן מיט די נעבעכדיגע משפחות פון די אנדערע צד (ס'איז נישט קיין לשון הרע, יענע משפחה טראכט די זעלבע אויף אונז).

ווייסט איר דאך אז איך גלייך גיכער צו זיצן אליין ווי איידער ברויכן אויסהערן יענעם'ס מאגן ווייען, וואס טויג מיר צו הערן אלעס וואס מען שמועסט ביי חיים יאנקעל'ן אין כולל? ווען איך וואלט געווען נייגעריג אין די סארט געשפרעכן וואלט איך שוין געפונען דעם וועג צוריק צו די פיר ווענט פון כולל וואו איך האב פארבראכט די ערשטע פינעף זאטע יארן נאך מיין חתונה נישט מער געדאכט.

ווידער אשר זעליג'ס געשפרעכן וואו ער באהאנדלט און נעמט א שטעלונג אין יעדן אשכול וואס איז ערשינען אויף היידפארק די לעצטע האלב יאר, איז מיר עפעס אויך נישט צום הארצן, קיין לכתחילה איז דאס זיכער נישט ביי מיר, איבערהויפט איז מיר שווער זיך צו מאכן ווי גלייך ער איז מיר מחדש נייעס וואס איך האב קיינמאל געוואוסט און געטראכט, ווען ער חזר'ט איבער מיט מיר אלטע אויסגעדראשענע תגובות וואס איך האב שוין געבראכן דערויף ביים שרייבן עס אין ערשטן פלאץ.

קום איך אויף מיט א געלונגענע סטראטעגיע, איך ווארט ביז יעדער זיצט שיין אויפן ארט, איך אנטשולדיג זיך אז איך ברויך נויטיג ערלעדיגן עפעס באדערפענישן, הערשט ביים טיילן די פלייש כאפן זיי זיך אז איך זיץ גאר מיטן רוקן צו זיי אלע, ביים דערנעבנדיגן טיש איבערגעבויגן איבערן איינגעקנייטשן פאפיר און שרייב אראפ אביסעלע שטאף וואס ליגט און דרוקט אויפן געוויסן, מיט מיין בלויען טינט פעדער וואס איז ווערט דערמאנט צו ווערן מיט לויב, זייענדיג מיין לעבנ'ס באגלייטער וואס קומט מיר צוניץ ווען אימער איך זיץ נישט פארנט פונעם קאמפיוטער (צב"ש דא ביי די חתונה).

דער מוזיקאנט זיצט איבער זיינע אינסטרומענטן ביים עק זאל, זכרונות פון אלטן אמאל שווימען מיר ארויף, ווען אלס קינד פלעגט א חתונה נאכט באדייטן דאס אפזיצן נעבן די וויפיל מאן באנד קלאצענדיג אויף דעם דראמער מיט די לאנגע האר און דעם טרומייטערער מיטן פארדרייטן נעזל, ביז דריי טעג נאכדעם פלעגט זיך דער רבי אין חדר אפרעדן אז איך הער עפעס נישט וואס ער רעדט, א וואונדער? די אויער דראם איז מיר געווען דורכגעלעכערט ווי א זיפל פון די אלע טרומפייטער און פייפער אויף די חתונה.

קלוגע מענטשן האבן געמיינט אז מען וועט מאכן א נייע וועלט וואו מען וועט שפארן געלט ביים חתונה מאכן, קיינער מעג נישט נעמען מער ווי איין שפילער, מיינט דער איינער אז ער מוז מאכן גערודער אנשטאט אלע צען, שפילט ער אזוי הויך אז מען קען קוים אויפכאפן וועלכן ניגון עס ווערט יעצט באמבארדירט.

איינער קומט צו מיט א געמאכטע אנגעצויגנקייט און נעמט זיך אויסגיסן א גאנצע איינגע'חזר'טע נוסח: העלפט מיר ארויס, איך שטעל צוזאם געלט פאר מיין קראנקן ברודער וועלכער ליידט נעבעך אויף א שווערע נערוון פראבלעם וואס קאסט אפ שווערע געלטער. ער וואלט נאך יעצט גערעדט ווען נישט איך שטעל אים אפ זאגנדיג: א גריס טאקע, דיין ברודער איז פונקט יעצט דא געווען מיט אט דעם זעלבן נוסח, רפואה שלימה.

איך מוז איבערהאקן דא מיט עפעס וואס איז נישט ממש די טעמע יעצט, ווייל מען טיילט די פלייש און איך באמערק מיט די זייט פונעם אויג אז מיין שכן נעמט נישט קיין פארציע פלייש פונעם סארווירער, איך גלייב נישט אז ער הונגערט יעדע נאכט, מן הסתם איז ער פון די סארט וואס רופן זיך פרומע, זיי עסן נאר היימיש, דאס מיינט אז די ווייב מוז זיך אליין שחט'ן און אויספליקן, אנדערש איז עס נישט כשר פאר אים. אויף אזעלכע איז געזאגט געווארן דער ווערטל וואס איז מער אמת ווי וויץ: דער "מחמיר" ווערט גערופן אזוי ווייל ער זאגט שטענדיג פאר יענעם "מאך מיר".

שטייט די ווייב זיינע און יאגט זיך אויס די קושקעס, דא ברויך מען די קינדער זען אין בעט אריין איידער די שרעקעדיגע פרעמדע פרוי קומט זיי אפהיטן, דארט ברויך זי נאך פארביגלן א קנייטש וואס זי האט נארוואס באמערקט אויף די ליינינג פון די חתונה קלייד, אבער דער מאן – וואס טוט מען נישט פארן מאן – ער ברויך נאך עסן א פיינעם ווארימען נאכטמאל איידער מען לאזט זיך ארויס צו די חתונה. גיי מיין טייערע, שטעל צו א וועטשערע פאר דיין ליבן מאן, אויב וועסטו זיך גוט אהערשטעלן וועט ער געבן קידוש און דיר צולייגן א נאמען: "תמר", באדייטנדיג "דא מאר", טוה מער. (האסטו שכל, דאן פאלג וואס די קלוגע האבן געלערנט, הוי עז כ"נמר", זאג אים "נאו מאר", זהו).

מיר בעלי בתים מיינען אז ביי אונז איז עק וועלט, מען ברויך זיך דעם הוט צורעכטן, אנטאן דעם שיינעם אנצוג, אויסגלעטן די פיאות און איבערקניפן די בארד איידער מען קען זיך ארויסלאזן אויפן וועג צו א חתונה (זאל שוין נישט אויסגערעדט זיין די ווארטעניש אויף די פרינצעסין), ווארט ביז איר הערט וואס א חבר מיינער פון די אנדערע זייט וואסער האט מיר לעצטענס פארטרויעט.

לויט יענעם – און איך גלייב אים ווייל ער איז פון די איינציגע וואס לאכן זיך פולהארציג אויס פון די אלע קאפריזן זייערע – דרייט זיך ביי זיי ארום צווישן די רבי'שע קינדער און זייערע פארצווייגטע פאמיליעס א זעקסטע שלחן ערוך בכתב יד, וואו עס איז פונקטליך פארגעשריבן אלע דעטאלן וואס אנבאלאנגען די שמחות פון רבי'שע קינדער און אייניקלעך.

צום ביישפיל – זאגט מיר מיין פריינט אלס א שפיץ גאפלדיגע דוגמא – זענען פארהאנען פארשידענע רעגולאציעס בנוגע דעם באקליידונג פון די קרובים: ביי חתונות פון ווייטערע קרובים גייט מען אנגעטאן מיט די וואכנדיגע שווארצע זאקען, א טיש בעקיטשע און שטריימל. גייט מען צו א נענטערע חתונה, גיבט מען אויך א ציה ארויף די ווייסע זאקען אויף די פיס, איינער וואס איז נאך נאנטער ברויך שוין אנטאן דעם סאמעטענעם בעקיטשע, און די סאמע נאנטסטע קרובים קומען שוין בכלל נישט אויף די חתונה.

צוריק צו אונזער שמחה, מען שטעלט זיך אויף טאנצן, יעדער מאכט זיך ווי מען פריידט זיך איינער צום צווייטן, איינעם פרעג איך דו ווייסט מיין טעלעפאן נומער? אויב ווילסטו זייער שטארק רעדן צו מיר, מאכט זיך אמאל איך בין איינזאם און אומעטיג געב מיר א רוף, יעצט בין איך פארנומען.

א חתונה זאל איז די גרעסטע אומאפיציעלע מיטינג פלאץ, דא ווערן געשלאסן אדער געבראכן די גרעסטע און שווערסטע דיעל'ס. משה יוחנן שרייט הויך צו נחום'ן – ווען די מוזיק האקט און זעצט מיט אייפער – איבער א נייע געשעפט אין וואס ער רעכט זיך אריינצושפרינגן אין די נאנטע טעג, א מציאה איז אים אונטערגעקומען די האנט, ממש א שאד ארויסצולאזן אזא בארגעין. די מוזיק דונערט, פאר נחום'ן דאכט זיך אז ער פארשטייט, ער שטימט צי צום געשעפט, משה יוחנן דאכט זיך שוין גאר ווי נחום איז גרייט איינצושטעקן אינעם עסק, נאר ביים שליסן דאס געשעפט מיט א האנט שאקל כאפט זיך משה יוחנן אז נחום האט אים גאר אפירגעהאלטן פארוואס ער איז געקומען צו די חתונה מיט א קוטשמע.

דאס ברענגט אונז צום הויכפונקט פון אונזער ארטיקל אויף וואס מיר האבן באזירט דעם קעפל: די נייע חתונה טעאריע.

זיך אומקוקענדיג ביי אידישע שמחות די לעצטע צוויי צענדליג יאר, ברויך מען נישט זיין קיין מח כירורג צו באמערקן ווי עס ווערן אלץ ווינציגער די וואס פרייען זיך מיט די חתן כלה זעלבסט. יא, יעדער קומט נאך, מען שאקעלט לולב מיטן מחותן'ס רעכטע האנט, טייל פארפולקאמען דאס ביסל עקסערסייז וואס פעלט זיי פארן טאג מיטן ארומשלעפן דאס פעקל פלייש און אפפאל אין א צירקל רינגס און ארום דעם זאל אין א ראד וואס רופט זיך טאנץ, ביז עס דוכט זיך זיי אז די בילקע און פארציע איבערגעצויגענס האט זיך שוין שיין פלאצירט אין בייכל און צוגעגרייט א ווארע פאר די פיינע שמארגעס-בארד וואס די סארווירער ברענגן אט אריין.

בין איך געקומען צום אויספיר אז די גאנצע זאך איז א בלויזער שפיל, מען מיינט גארנישט די חתן כלה, מען מיינט גאר עפעס אנדערש. די אור עלטערן אונזערע זענען געווען קלוגע לייט, זעענדיג אז מיט די צייט וועלן מיר – זייערע קינדער און אייניקלעך – חלילה אינגאנצן פארלירן שייכות פון די משפחה, אין לויף פון די צייט וועט אינגאנצן אויסוועפן דאס ביסעלע פארבינדונג וואס מענטשן האבן נאך מיט זייערע ארומיגע קרובים, האבן זיי לאנג געקלערט און שטודירט אלערליי עצות וויאזוי דאס אפצוהאלטן, און צוריק פארבינדן די פאמיליע בונד.

דאן זענען זיי אויפגעקומען מיט דעם געניאלן בייפאל – וואס האט זיינערצייט געוואונען עטליכע נאבעל פרעמיעס – נעמליך מען וועט יעדע שטיק צייט מאכן אזא סארט צוזאמקום, וואו ברודער און שוועסטער וועלן זיך צוזאמטרעפן, פלימעניקס און פלימעניצעס וועלן האבן א געלעגנהייט זיך צו זעהן מיט זייערע פעטערס און מומעס.

כדי דאס זאל צושטאנד קומען האבן זיי געברויכט האבן אן אורזאך פארוואס מען רופט צוזאם אלע משפחה מיטגלידער אין א טרוקענעם וואכנטאג, האט מען ביי א מיטינג באשלאסן אז מען וועט נעמען א בחור פון די משפחה, אים צוזאמ'שדכ'ענען מיט א מיידל, צופיל צו פארלירן האט ער סיי ווי נישט, מען וועט באשטימען א דאטום און קראך, די גאנצע משפחה וועט זיך צוזאמקומען אונטער איין דאך!

ווי מער איך טראכט אריין אין די נייע טעאריע, זעה איך אז איך בין גאר גערעכט, ווייל אז איר וועט גוט באאבאכטן וועט איר באמערקן אז די קינדערלאזע פארפעלקער (ל"ע) מאכן טאקע נישט חתונה. וואס קען זיין די אורזאך דערפון, אויב נישט די איינע סיבה אז ווילאנג זיי פארמאגן נישט קיין אייגענע קינדער קימערט זיי אינגאנצן נישט אז משפחות טרעפן זיך נישט צוזאם...

איין קלייניגקייט שטערט מיר פון די גאנצע טעאריע מיינע – אבער עס איז נאכנישט גענוג שטארק דאס אפצואווארפן – און דאס איז ווי פאלגענד:


וואס זענען חתן-כלה שולדיג דערין? ברויכן זיי טאקע גאנצע זיבעציג יאר ליידן ווייל די פאמיליע זאל זיך האלטן אינאיינעם?

אויף שמחות!!!
http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?t ... m_id=11045
אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2007 2:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעפטיל »

קרעמער, איין ווארט; ברוך שכוונתי. דיינע געדאנקען זענען אויסטערליש.
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

גוטע טעמעס, פיינע פעדער'ס,

אפשר משפחת שעפטעלאוויטש האט מורא פונעם באב'ן, ביי רוב משפחות האקט מען סתם אין באבנס קאפ אריין, און ס'אינישטא דאס מינדעסטע פחד פונעם באבנס ביכעלע...

קיפ אפ... שרייב נאך....
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

יא ווער ס'ווייסט די שעפטילאוויטש באבע, איז שעפטיל א געשעפט.....

כ'קריך נישט ארויס (אריין אויך נישט) איז די חתונה ביי דיין זייט, אדער ביי 'דיין' שווער'ס זייט? דארפסט נישט ענפערן.

צום ענין: (צו וואס האבעך געשריבן ביז איצט? הו קערס) שעפטיל, כ'בין געפלעפט. כ'בין אנציקט פון דיין רייכע, הומעראסטישע (גארנישט מיט מאראסט) פעדער. און צוגאב, אן אלטע וועטאראן קרעטשמע שפראך. ווי זאגט מיר מיין ווייב?! דער מוז זיין אן אלטער קרעטשמעריסט...
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

איך שטיי און איך ווינדער זיך? האבן שוין טאקע מענטשן פארגעסן וואס עס מיינט א גוט שטיקל קרעטשמע ארטיקל?? פארוואס בין איך דער 8טער מגיב צו זיין דא?

הגם איך בין אביסל שפעט, איך האב לעצטענס נישט קיין צייט צו ליינען לענגערע ארטיקלן דא אין קרעטשמע, האט מיר אבער דער באשעפער צוגעפירט אז איך בין געפארן פארגאגענער פרייטאג נאכמיטאג אין א קאר סערוויס פון פלעטבוש קיין ווילי, אויפן וועג האב איך אנגעפאנגען צו ליינען דעם ארטיקל, פשוט ווייל איך בין דורך געגאנגען די וועכענטליכע זאכן צו זעהן ווואס איז האב פארפעלט. אבער נאך איין מזל אז איך האב אנגעטראפן דעם ארטיקל.

דאס דערמאנט מיר פון די אלטע גאר גוטע קרעטשמע ארטיקלן, סיי אין שפראך, סיי אין אויסדריק און סיי אין די זאכן וואס ער כאפט אויף. (למעשה האט מיר עס דערמאנט פון א געוויסער נאטורליך ארטיקל צוליב די וועג וויאזוי ער שרייבט דאס)

איך שפיר אז איך מיז גראטולירן מר. שעפטיל פאר אזא רייכן ארטיקל פון וואס איך האב זיכער שטארק הנאה געהאט.

--

יעצט לאמיר זעהן קרעמער'ס ארטיקל, וואס איך האב שוין מיסתמא געליינט אונעם פארק אין יענע צייטן.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
פוילישער
שר האלף
תגובות: 1165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2007 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילישער »

שעפטיל און קרעמער, A -1
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

שעפטיל, געוואלדיג שיין באשריבן, יישר כחכם מ'האמער שטארק הנאה געהאט. (ווער רעדט נאך פון די קרעדיט וואס דו ווארפסט צו מיין זייט, כאטש כ'דענק נישט זיכער צו ס'האט מיט מיר טאקע'ן.)

קרעמער, געדענקעך נישט צו איך האבעס געליינט אינעם פארק, באט דא האבעכעס זיכער געליינט, א גרויסן יישר כח.
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

זיך דערמאנט נעכטן פינעם ארטיקל, די באבע זז"ג איז געשטאנען ביי די מחיצה בין איך געגאנגען זאגען מזל טוב אין אסאך נחת בינו לבינו פרעגט זי מיין ברידער ווי איז יואלי דיין שוואגער (ער איז נישט געקימען) האב ער איר געזאגט באבי האט נישט געהערט פריער די קולות ער איז אראפ געפאלען ער זיצט אינדערויסן אויף א בענקל מיט די פיס אין דער הייך און ווארט איך זאל אים אהיים טראגען,

איין זאך האט זיך מיין קליינער ברידער באווארענט אים צי ריפן אין אים זאגען אז באבי וועט אים קאלען, און כך הוה די באבע האט געריפען, אבער ב"ה ער האט באקימען א טשעק אינעם ביכעל אז ער איז דארט געווען
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”