די שרעקליכער "ניין און ניינציגער" קרעטשמע סינדראם!

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2727
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

די שרעקליכער "ניין און ניינציגער" קרעטשמע סינדראם!

תגובהדורך האניג » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2009 5:04 pm

הלמאי? איר קוקט מיר אזוי אן מיט א בייז וואונדער, ניין און ניינציגער סינדראם? איר טראכט צו זיך, אוודאי, כא'געהערט פון די "זעקס און ניינציגער" קרענקן וואס זענען ליידער שטארק פארשפרייט אין קרעטשמעס ארום די גארער וועלט, אבער וואס איז דאס דעם ניין און ניינציגער קרענק? איז דאס עפעס א נייעם קרענק וואס די דאקטורים זענען אויפגעקומען חדשים לבקרים רבה אמונתך? קומט דאס פון רעדן אויפ'ן סעלפאן בשעת'ן טרונקען אן אנכאפן דאס גלעזעל קאלטע וואדקע וואס איז געגאסן געווארן דורך איינער פון הויפט אקטיוויטעסטן וואס דרייען זיך לעצטענס בין שושנים אינ'ם קעלער פונ'ם קרעטשמע אן רשות פונ'ם ארענדער'ס רעביצין? אדער איז דאס גאר פון גאנץ אן אנדער סארט קרענק, א קרענק וואס איז בלויז א קרענק אויב מ'האט אן אנדערן קרענק וואס קרענקט דעם קראנקען פון זיין קרענק אן דעם וואס ער זאל בכלל באמערקן אז דאס קרענק איז פאר זיך אליין קרענקליך קראנק?

איז דאס א מחלה? איז דאס היילבאר? דארף מען זיין באזארגט? ווער איז דיין פאטער? פארשפרייט זיך עס? שנעל? דארף מען שוין אויסקלאפן אינ'ם בימה וואס איז אריינגעבויט געווארן מיט הונדערטער יאר צוריק אינ'ם פאליש פונ'ם קרעטשמע'ס חצר אז דער עולם זאל באצייטענס אנטרינען? זאל מען שנעל רופן הצלה? שומרים? חברים? שונאים? ברויך מען שנעל אוועקעירען דעם גאנצן געגענט? אפשר זאל מען שנעל אנטוען מאסקעס אויפ'ן פנים? אפשר גאר גאז מאסקעס? עקסערסייז וועט העלפן? איך פרעג שוין צו פיל? דו האלסט מיר ביים ענטפערן? ביזט נאך דא? וואס האסטו געגעסן היינט פאר פרישטאג? ווען גייסטו אהיים? האסט אפשר א קאר? האסט שוין געשטימט?

ניין און יא! ניין אדער יא! ניין אן יא! יא מיט ניין! יא מיט יא! זענט איר צומישט? איך אויך. נאר איך. איך מיט אייך. אונז ביידע צונאזאם. נאר אייך. קיינער נישט, ווייל קיינער ליינט נישט וואס איך שרייב דא. כ'שרייב און כ'שרייב. איך שרייב און איר ליינט. כ'האב שוין געשריבן און איר האט שוין געליינט. איך האב נישט געשריבן אבער איר האט סייווי געליינט. איך בין האניג. איך בין נישט האניג. איך בין האניג אין איך האב עפראווד צייטליכ'ס תגובה. איך בין צייטליכ'ס תגובה און איך בין נאך קיינמאל נישט געווען אזוי אלט. און בין נאך עלטער און איך רעד שוין נישט צום זאך.

יוש! כ'בין פארפארן. יא, וואו האלט מען דא, אה יא! איז אזוי, הערסטו? אקיצור א מעשה ס'איז שרעקליך. לאמיר עס דא אראפלייגען אויף גרויס געלט: ס'געווען א קעניג וואס האט געהאט שרים און באדינערס אן א צאל, איינמאל אינמיטן די נאכט איז דער קעניג געשלאפן. דאס געשיכטע איז פארלאפן נעכטליך. זייער גוט כא'געכאפט דיין אטענטשען, האסט געזען אז ס'קומט א מעשה, האסטו צוגעשפיצט דאס אויער, יעצט נייג צו א ביסל אויג און הער אויס וואס כ'וועל אזוי וויכטיג ארומשמעוסן ברבים (אה, בנוגע דאס מעשה, ס'איז עפעס א משל למלך בשר ודם, דער נמשל איז מובן מאליו). ס'קומט א צייט וואס יעדער שרייבט זיך איין אינ'ם קרעטשמע, יא, יעדער האט זיך זיין תקופה, זיין מזל, זיין גיסטע, וואס מאכט אים ער זאל זיך איינשרייבן אינ'ם שיכורים הויז. איינמאל מ'איז שוין דא, פארשטייט זיך בלייבט מען דא (חוץ מאיר וואס איז נאך א שטיק צייט עפעס גלייך געגאנגען צום פינטל... [ניין, נישט דעם ניק. יא, דעם פיריאיד...). און וואס פאסירט ווען מ'בלייבט דא? מ'שרייבט דא! און דאן? אנדערע שרייבן צוריק. וחוזר חלילה וחס, הין און צוריק, הין און צוריק, דער שיקט דער בליקט, דער זאגט דער קלאגט, דער שרייבט דער טרייבט (אקעי, כ'וועל נישט צופיל אריינגיין אין דעם האקעלן נושא), ביז וואס ווען וואו, מ'גיבט א בליק אויפ'ן זייט אין מ'דערזעט זיך מיט א קנאפע פיר הונדערט ניין און ניינציג תגובות, און פלוצלינג כהרף עין, אויפ'ן סעקונדע, גיבט זיך אלעס א האסטיגע שטעל אפ מיט א שרעקליכע קוויטש! גענוי אזוי שנעל ווי ער איז אנגעקומען, אזוי שנעל ווערט ער פארשוואונדען! ס'קען אדורך גיין שעות און טעג וואס מ'הערט נישט, מ'זעט נישט. פארלוירען. ער איז נישט דא. פארשוואונדען וואו אין וואסער. פארשוואודען פונ'ם האריזאנט. אינני...

געוואלד! איר הערט וואס גייט דא פאר? יא! דאס איז א שרעקליכע קרענק! דאס פאסירט נישט נאר ביי פיר הונדערט ניין און ניינציג, דאס גייט ביי ניין און ניינציג, ניין הונדערט ניין און ניינציג, טויזענט ניין און ניינציג, בקיצור: רובא דרובא פעלער וואס ס'דא דאס נומער ניין און ניינציג אונטער'ן ניק! וואס פאסירט דא? ס'כאפט א שרעק! ס'כאפט א ציטער! געשעט דאס צו יעדן? אייביג? דאקטורים מוטשען זיך שוין יארן אויסצוגעפינן וואס ברענגט דערצו, צו גיין צום מקור הדבר, ס'קומט צו א פונקט אז מאנכע ציטערן פשוט פון דעם נומער אינגאנצען! ווען איינער אינ'ם קרעטשמע טרעפט זיך פלוצלינג ביי אזא פונקט, לאזן אלע תושבים אראפ זייער קעפ מיט טרויער, ליידער ס'האט פארכאפט נאך א חבר, נאך א תושב איז אנגעשטעקט געווארן דערמיט, אלע כאפן זיך אן צוזאמען און מיט טרערן אין די אויגן נעמט מען ארויס א תהלימ'ל, און מיט א קול געשטיקט פון וואדקע, עפענט מען אויף דעם תהלימ'ל צום שער בלאט און מ'קוקט אויף די דעזיינס, ס'נישט דא וואס צו טון. מ'קוקט זיך אן איינער דעם צווייטן און מיט א געפערליכן צובראכענקייט שאקעלט מען מיט'ן קאפ ארויף און אראפ, יא, נאך איינעם, נאך איינעם האט דאס פארכאפט. ווען גייט זיך דאס אויפהערן? ווען גייט זיך דעם מחלה אפשטעלן? גייט מען אמאל זען א סוף דערצו? אוי, חרבונו של עולם!

אז איר מיינט אז דא שטעלט זיך אפ אלע פראבלעמען, האט איר זיך שווערליך טועה געווען, ויהי ערב ויהי בוקר, אויסגעלאזט א הויקער! (קרעדיט: מיכאל. נישט חלילה געהערט אויף אן אייפאד.) יא, ער איז דא געווען און ער איז פארשוואונדען געווארן, אבער ווי נאר איר מאכט שוין שלום מיט'ן מצב, און איר פאקט צאם זיינע לעצטיגע חפצים וואס ער האט איבערגעלזאט צוריקצושיקן צו זיינע צובראכענע עלטערן, איז אזוי פלוצלינג ווי פריער, והנה הוא בא! ער איז צוריק! ער שטייט גלייך אין פארנט פון אייער רויטע נאז! איר דרייט זיך אויס צו אייערע חברים פון אונטען זען צי זעען אויך וואס איר זעט, און איר זעט אז אלע פון זיי ליגן אויפ'ן ערד טויט שיכור. דרייט איר זיך צוריק אויס צום פארנט צו פרעגן די דארטיגע חברים, זעט איר אז זיי קוקן צו די חברים פון אונטער זיי צו זען צי איר זעט אז זיי זענען טויט שיכור. שוין, איר זענט אליינס. גייט איר צו צו אים און איר פרעגט אים אזוי מיט א וואונדער, שלום עליכם! וואס איז געשען מיט אייך, פארוואס זענט איר פארשוואונדען, פארוואס זענט איר צוריק? אבער נאך איידער איר עספיעט נאר ארויסצוזאגן דעם לעצטן קוועשטין מארק, נעמט ער זיך שיסן ווערטער, ער רעדט, רעדט, רעדט, רעדט, און הערט נישט אויף רעדן, גאנצעטע פאראגראפן, גאנצעטע בלעטער פון שטותים שטרומען ארויס פון זיין מפיק מר-גליות, הויפענעס, הויפענעס פון דרשות אלץ אריינגעזעקעלט אין איינס, דער שנעלער די זייגער רוקט זיך - דער מער ער רעדט, דער מער נישט צום זאך ער רעדט - דער מער ער רעדט, דער מער ער רעדט - דער מער ער רעדט, דער וויניגער איך הער צו - דער מער ער רעדט... און פלוצלינג כאפ איך מיר אויף, און... ער רעדט ווייטער... ענדליך, ענדליך, ענדליך, נאך גאנצעטע זעקלעך פון וואדקע גייט עס מיר שוין נישט אן... און דאן, פארטיג. נישט גלויבידיג, אבער ער האט געענדיגט. געענדיגט אלעס, אלע מאמרים, אלע מעשיות, אלע משלים, אלע רעיונות, אלע בשורות, אלע פשט'לעך, אלע אותיות לתורה, פארטיג.

כ'האב אביסעלע מורא געהאט צוצוגיין צו אים, כ'האב געציטערט ס'גייט נאכאמאל אויספלאצען, אבער כ'האב צאמגענומען דאס ביסל קוראזש וואס כא'נאר געהאט אוועקגעלייגט פון נאך אלץ פיצל קינד ווען מיין מאמע פלעגט מיר געבן א קוקי כדי כ'זאל ענדיגן די רייז, און אינטש ביי אינטש גיי איך צו נענטער און נענטער, צוביסלעך, צוביסלעך, ביז איך בין דארט, איך שטיי אויף דעם קעסטל וואס איז צוויי אפגעריקט פון דעם קעסטל וואס ער שטייט. איי מעיד איט טילל היר. איך עפן מיין מויל שטאטליך, שטאטליך, און איך זעץ מיך עסן. ווען איך ענדיג עסן פרעג איך אים: זאג נאר רבי'ניו, מה יום מיומיים? פארווואס ביזטו נעכטן אזוי פלוצלינג פארשוואונדן געווארן, און היינט פלוצלינג צוריקגעקומען, און נאך מיט אזא אייפער ווי קיינמאל פריערט?!

ער קוקט מיר אזוי אינטרעסאנטלעך אן (כאילו איך בין געווען דער וואס האט גערעדט די לעצטע פאר שעה...) און ער זאגט מיר: וואס פארשטייסטו נישט? נעכטן האב איך געהאלטן ביי מיין פיר הונדערט ניין און ניינציגסטער תגובה, יעצט האלט איך ביי א געוואלדיגע פונקט אין לעבן וואס איך האב גע'דרש'נט מיין פינף הונדערסטער תגובה! א קלייניגקייט? פינף הונדערט! דעם קעניג פונ'ם פריערדיגן מעשה האט זיך אנגעארדענט א נייער שר! א שר חמש מאות! (דא קומט א געוואלדיגע מוסר השכל, ואכמל"ה...) און לכבוד דעם גרויסארטיגען מאמענט האב איך גענומען די לעצטע פאר שעה, פארשוואונדען געווארן פון קרעטשמע, און זיך צוגעגרייט צו דעם עת הקושר מיט א הערליכן דרשה, א דרשה וואס האט געוויזן פאר אלע תושבים דא וואס דאס מיינט צו ווערן א שר חמש מאות! א דרשה וואס ווען איינער וואלט נאר צוגעהערט דערצו וואלט ער מיר אוועקגעגעבן זיין גאנץ פארמעגן פון חחח'ס, ס'וואלט נישט איבערגעבליבן קיין שום גרינע אויף די זייט, נישט קיין גרינע און נישט קיין געלע, גארנישט וואלט געבליבן (מ'וואלט נאר געקענט נעמען פון דאס ביסל וואס וואלט איבערגעבליבן פונ'ם אוצר וואס ליגט באהאלטען אונטער די בלויע ווערטער, וואס ליגט טיף אונטען דעם לעצטן סמיילי.)

דא האט ער עס, רבותי! דא זעט איר וואס פחד ס'גייט פאר אונטער אונזערע אייגענע באקן דא אין קרעטשמע! ס'כאפט א שוידער אז דאס איז ביז יעצט נישט אנדעקט געווארן ברבים!

רבותי! כדי ארויסצורייסן מתחילתה ועד סופה דעם שרעקליכען "ניין און ניינציגער סינדראם" און דעם עפטער עפעקט דערפון מתוכנו, קום איך דא מיט א ריזיקאלישע אבער העארישע שריט, און איך ווייז דא בפני קהל ועדה אז איך, אני ולא אחר, וועט זיין דער וואס גייט דאס ארויסשטיפן פון צווישן אונז, אוועקזארקענען דעם שורש, צונעמען דעם פורה, אנהאקן דעם ראש, און צושמעטערן דעם לענה! און איך גיי נישט ווארטן ביז נאך "ניין און ניינציג" צו דרש'נען מיינע דרשות פלאות, נאר שוין יעצט, ביים פיר הונדערט ניין און ניינציגסטער תגובה, צוגיין צום דעם סינדראם, און אריינשרייען אין אויער: "מיר האבן געזיגט! איר זענט דערנאך! מיר האבן דיר פאטריבן!!"

אֲזְלָא גייייייייייייייירֵש!!!!!!


זייט מיר געזונט און שטארק, און גייט רעגוליערי פאר טשעקאפס.
הלא כה דברי,
דאקטאר האניג
פוי קרעטשמע, אידישע וועלט

* נעמען, פלעצער און געשיכטעס זענען פארדרייט און צורריקט געווארן צו באשיצן פריוואטקייט און צומישן די ליינער.



א הארציגן דאנק פאר דעם ניק הרוצה בעילום שמו פאר'ן מיר העלפן מיט'ן אנגרייטן דעם דרשה.
זאל ער געבענטשט ווערן מיט תגובות איבער'ן קאפ, אסאך געלט און אסאך חח'ס...
לכבוד מיין פינף הונדערטסטע תגובה וועל איך בעזהשי"ת האבן א גאר אינהאלטסרייכן איטערוויו מיט אים. קיעפ יורסעלף פראסטדעיטעד...
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.

יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

תגובהדורך יא יא » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2009 5:21 pm

קודם כל ווילעך וואונטשן א רפואה שלימה פאר יעדע איינער וואס מאכט מיט פון דער קרענק. יעצט צו האניג, דו דארפסט א דאקטאר. בד"וו וואו ביסטו געוועהן די לעצטע צוויי טעג? אונטער דיין ניק איז געשטאנען "הודעות: 495" פאר די לעצטע צוויי טעג! אזוי גייסטו אויסראטן די סינדראם? יעצט לאמיר זעהן ווילאנג עס וועט דיר נעמען ביז דיין פינף הונדערטסטע תגובה.
אבער אזוי ווי עסיז נאך איבערגעבליבן אפאר פון די גרינע, עלעך דיר געבן אפאר, ווען דו ענדיגבט קענסטו נעמען נאך.
;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"

תמים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 24, 2009 10:41 pm

תגובהדורך תמים » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2009 5:34 pm

האניג איך מוז דיר זאגן ס'איז אייזן לויט ווי איך פארשטיי פונעם עולם שפקאלירט מען,און מען ערווארט אויך א ספציעלע לענגערע תוכנ'פולע ארטיקל ווען דו קומסט אן צו 998. לאמיר האפן אז דו וועסט נישט האבן אזא לאנגע וועג,איך בין ממש געשטיקט איך וויל שוין ארויס שרייען א מזל טוב אבער וואס קען מען טוהן מען טאר דאך נישט כאפן די גאולה פאר די צייט

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2009 10:46 pm

יוניק איז דאס ווארט!

(איך מעג צוטרעפן מיט וועמען די אינטערוויו גייט זיין? דאכט זיך אז יענער האט שוין א היסטאריע מיט צושטעלן אזעלכע דרשות פאר נייע מיניסטארן)

וואס
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 20, 2007 8:57 am

תגובהדורך וואס » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2009 6:53 am

איך עגרי מיט 'יא יא', דו דארפסט א דאקטאר... און אויך בין איך מסכים מיט קרעמער אז ס'איז א 'יוניק' ארטיקל, און אויך בין איך מסכים מיט 'וואס' וואס זאגט אז ער האט הנאה געהאט פון דיין קאלירפולע 9999999'ציגסטע תגובה.

אוועטאר
ראמני 08
שר האלף
תגובות: 1907
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 12:29 pm
לאקאציע: אויפן קאמפיין באס
פארבינד זיך:

תגובהדורך ראמני 08 » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2009 9:57 am

האניג האט נאך אלטס דעם סינדראם

;l;p- ;l;p-

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2009 11:33 am

WARNING!!!

די ארטיקל דארף מען ליינען נאך א גלעזל ברוינפן, און אויף די בעקגראונד דארף גיין די נייע אלבום ''הענטעלעך'', אדער עטליסט די פריוויא.

אז נישט זענט איר נישט גאראנטירט צו פארשטיין.


האניג A1 ;l;p-

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2009 12:55 pm

האאאאאאנייייייייייייג, וואס האסטו געטון מיט מיר, קוים האט מיין העדעק אביסל נאכגעלאזט, האסטו דאס אויפגעמישט מיט ס'מערסטע גרויזאמע (נישט די ניק. אוי כ'לאמעך דא אריין אין א בלאטע.) גרויזאמקייט. יוי האבעך געלאכט, ס'איז א מעכטיגע איידיע, איך האב ביזן סוף נישט געקענט טראכטן, צו דאסיז טאקע דיין 500'סטע תגובה, איי איך זע דאך 499 קען זיין אז מ'האטער געמעקט עפעס, באט כ'זע אז דו האסט גוט צוגעפיקסט דעם סיסטעם דא, דו ביסט האניג.

יישר כחכם, שטארק הנאה געהאט.

יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

תגובהדורך יא יא » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2009 9:28 am

אונז שטיימיר (גראדע זיצעך יעצט) און ווארטן אויף דיין 500'סטע תגובה, ואיננו. כאניש געהערט אז דו זאלסט האבן געפארן קיין אומאן אויף גאנץ תשרי, דו קום שוין צוריק פאר גרויזי וועט שרייבן דיין 500'סטע תגובה.
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"

אוועטאר
reb yid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 25, 2008 3:50 am

תגובהדורך reb yid » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2009 10:33 am

יוש , די מעשה מיט דער קעניג אינמיטן נאכט און די שרים האט מיר באנומען... סאיז מיר ממש געקומען צו וויינען.

אהא! יא, יעצט נאך א גלעזאלע שנאפס, פארשטיי איך וואס די שרייבסט.
בראווא! נאדיר ;1@
ר' איד ר' איד! ווערט נישט מיד!

אוועטאר
Bamba
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 15, 2009 8:55 pm

תגובהדורך Bamba » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2009 12:13 pm

יו א דאקטער וועט שוין נישט העלפן
א גוטן אפעטיט

אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3057
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך ווער בין איך? » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2009 7:39 pm

צודראטעלטע אידיאט, דו האסט מיר געהאלטן ביי די זייטן פון אנפאנג ביזן סוף....

אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2727
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

תגובהדורך האניג » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2009 7:50 pm

אזויווי דו זעהסט דאך, האט דאס קרענק ליידער געהאלטן צענדליגער אינ'ם זייט, נעבעך...
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.

אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 837
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 24, 2008 1:23 pm

תגובהדורך הערשי קניהויז » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2009 7:43 am

יו אר האני סוויט, איך עפראוו דיין תגובה.

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2009 9:46 am

דורכגעליינט, שטארק געשמייכלט. איך קען נישט פארשטיין וויאזוי דו ווילסט מ'זאל דיר געבן אזוינס ;l;p- , האסטו דען נישט מורא אז דער מענטשעלע איז אפשר אויך אנגעשטעקט? למיחש מיהא בעיא, זיי מיר געזונט

און יש"כ פארן ארויסווייזן קורראש און שטארקייט אפי' אויפן קראנקן בעטל.. ממנו ילמדו

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20429
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דינסטאג אוקטובער 06, 2009 4:14 pm

האניג, וואס האסטו געטון מיט מיר, הא? כאב אזאנס צוזאמענגעלאכט, אזש וינועו אלע טשיקנס,,, וואס? וואט עווער. כאשויניש געטראפן קיין מענטשעלעך, סארי.

אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2727
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

תגובהדורך האניג » מיטוואך פאברואר 17, 2010 3:00 pm

געווווווווווווואאאאאאאאאאאלללללללדדדדדדדדד!!!!!

ווער וואלט דען אמאל געגלייבט אז אונזער אלעמען באליבטן קרעמער בכבודו ובעצמו איז ליידער אנגעשטעקט געווארן פון דעם ביטערליכן סינדראם וואס האט שוין נעבעך פארכאפט צענדליגע! הוי! שרעקליך! מיר בעטן יעדע איינע אים אינזין האבן ביי די תפלות קרעמער בן קרעמער חתימה לקרום זאל צוריק קומען לבריאיו הקודם בלי שום פגע רע ומחלה רח"ל!!

א באס פארט ארויס צום מייסד יעדער פופצן סעקונדעס לקיים מצות ביקור חולים בהדרו. מיר בעטן אלע זאלן זיך משתתף זיין. באלונס גייען ווערן פארטיילט פאר אלע משתתפים ביים באס סטאפ, מיר בעטן מ'זאל עס הערשט אויפבלאזן ווען מ'קומט אראפ פונ'ם באס צוליב מאנגל אין פלאץ. א דאנק.
צוגעלייגטע
19999.JPG
19999.JPG (3.86 KiB) געזעהן 4046 מאל
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.

אוועטאר
גימעל
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2009 4:09 pm
לאקאציע: דערנעבן.

תגובהדורך גימעל » זונטאג פאברואר 21, 2010 5:24 pm

איך האב אליינס נישט געכאפט ווי שרעקליך די סינדראום איז, אזוי אוועק צו שמעטערן דעם קרעמער.

(במאמר המוסגר, אפשר פאר דעם האט זיך גע'עפענט 'האניג'ס צווייטע ניק' כדי אויב חלילה ווערט ער אנגעשטעקט מיט דעם סינדראום זאל ער האבן א צווייטע ניק מיט וואס צו שרייבן, אויב אזוי לאמיר פרובירן צו פועל'ן אז ס'זאל זיך עסטעבלישן א 'קרעמער'ס צווייטע ניק...)
ביים דורכפאלן דריי מאל דערלייגט מען ווייניגער ווי ביים פרובירן קיין מאל.

אוועטאר
האניגס צווייטער ניק
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 15, 2010 8:11 am

תגובהדורך האניגס צווייטער ניק » מאנטאג פאברואר 22, 2010 9:55 am

גימעל! גוט!! ;l;p-
איך בין זיכער נישט צייטליך!...

אוועטאר
גימעל
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2009 4:09 pm
לאקאציע: דערנעבן.

תגובהדורך גימעל » מאנטאג פאברואר 22, 2010 2:44 pm

וועל מיר דארפן ווארטן אז דער קרעטשמער ניק זאל אויך אנקומען צו 19999 וועל מיר געוואר ווערן וועלכע ניקס נאך באהאלטן דעם קרעמער אינטער זיך.....
ביים דורכפאלן דריי מאל דערלייגט מען ווייניגער ווי ביים פרובירן קיין מאל.

אוועטאר
גימעל
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2009 4:09 pm
לאקאציע: דערנעבן.

תגובהדורך גימעל » מיטוואך מארטש 03, 2010 2:42 pm

איך בין שנעל אהער געקומען, איך האלט יעצט ביי 499!!
איך האב מורא! האלט איר איך וועל אויך אנגעשטעקט ווערן??!!!!!

העלפט מיר!!!
צוגעלייגטע
499.png
פיר הונדערט ניין און ניינציג!
לעצט פאראכטן דורך גימעל אום מיטוואך מארטש 03, 2010 2:47 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ביים דורכפאלן דריי מאל דערלייגט מען ווייניגער ווי ביים פרובירן קיין מאל.

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » מיטוואך מארטש 03, 2010 2:43 pm

רעד צו גראדער'ן...
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2727
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

תגובהדורך האניג » מיטוואך מארטש 03, 2010 3:05 pm

געב אבבאך! איין איבריג ווארט און דאס עפל עט דיר ארויספאלן פון מויל!!...
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובהדורך קהת » מיטוואך מארטש 03, 2010 3:14 pm

לכבוד ר' גימל

חסדי ה' כי לא....... רחמיו
אריבער בשלום!! אבער געב אבבאכט ביי 999 ווייל דארט... איך וויל שוין נישט זאגען ווייטער
Normal is just a setting on the washing machine

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » מיטוואך מארטש 03, 2010 11:23 pm

און הערשט נאך אלעם האט ער אונז געלאזט אויפן וואסער...
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 28 געסט