סוכות תש"ע - סוכות תשפ"א!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

משיח האט געשריבן:למשל, אזא אויסשטעל ווי פורים משולש און שבת ערב פסח, האבן מיר אלס קינד געוויסט אז דאס איז א זעלטעענע זאך וואס פאסירט איינמאל אין 28 יאר, אוי אנטשולדיגט, איך בין צומישט, ס'איז א זאך וואס פאסירט זעלטן, ווייל ווען אונזערע זיידעס האבן אימאגרירט קיין אמעריקא, איז עס געווען ווייניג: פון תשי"ד האט מען געווארט ביז תשל"א = 17 יאר, דערנאך תשל"ו = 5 יאר, דאן נאך 6 יאר ביז תשמ"ב, און פון תשמ"ב איז געווען א אפשניט ביז תשנ"ד = 12 יאר, און דאן נאך 7 יאר ביז תשס"א, אבער אין א צייט אפניט פון 8 יאר איז עס געווען 3 מאל: תשס"א, תשס"ה, תשס"ח. ווייטער אבער זאגן די יודעי דבר וועט מען ברויכן ווארטן א 15 יארע ביזן קומענדיגן שבת ערב פסח נאכמיטאג דרימל.
אנטשולדיגט אבער איר צייכענט נישט פונקטליך,
מיר וועלן אויס רעכענען ווען עס איז אויס געפאלן וועט איר זעהן א שטיקל חשבון וואו אזוי דער סדר גייט,
תרס"ג, תר"ע, תרפ"ג, תרפ"ז, תר"צ, תש"י, תשי"ד, תשל"ד, תשל"ז, תשמ"א, תשנ"ד, תשס"א, תשס"ה, תשס"ח,
און אז משיח וועט נישט קומען וועט זיין לפי סדר הלוח - שסודר ע"י הלל האמורא - די פאלגענדע,
תשפ"א, תשפ"ה, תת"ה, תת"ח
אז משיח וועט יא קומען פריער בעזהי"ת, וועט מען דאך מקדש זיין על פי הראיה, וועט קאנען זיין מערערע.

וואו מען קאן זעהן איז דא א חשבון פון יעדע צוואנציג יאהר [א מחזור קטן איז ניינצן יאהר] דהיינו,
תר"ע - תר"צ - תש"י, תשי"ד - תשל"ד - תשנ"ד, תשמ"א - תשס"א - תשפ"א, תשס"ה - תשפ"ה - תת"ה,
בדרך כלל זענען זיי חופף איינע אויף דעם צווייטן,
אבער עס איז דא צייטן ווען עס איז נישט דא פאר א משך פון צוואנציג יאהר, ווצב"ש,
תר"צ - תש"י, תשי"ד - תשל"ד, תשפ"ה - תת"ה.

יעדע שטיקל תקופה פאלט אריין נאך איינע, וואס דאן איז דא דריי שבת ער"פ אין א קורצע צייט אף שניט, ווצב"ש,
תרפ"ז - תשל"ז - תשס"ח,
עס איז דא א חשבון דער צו פאר וואס עס איז אזוי, וועלכע יאך געדענק נישט אויף די מאמענט די קלארע הסבר דער פון.

דער חשבון פון דרייצן יאהר דהיינו, תר"ע - תרפ"ג, תשמ"א - תשנ"ד, תשס"ח - תשפ"א,
האט לפי המונח בזכרוני נישט עפעס א באזונדערע חשבון, נאר עס קומט אזוי אויס.

דער רוב פון זיי פאלן נישט אויס אין א עיבור יאהר, אבער א טייל פון זיי יא, ווצב"ש,
תר"ע, תרפ"ז, תשי"ד, תשמ"א, תשס"ה, תשס"ח.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3318
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

ביקסאד האט געשריבן:אנטשולדיגט אבער איר צייכענט נישט פונקטליך,

איך האב געשריבן אז קען עס נישט פונקטלעך, אבער איך האב שוין פארראכטן.
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3686
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

איך האב עס נישט געגלייבט אז ס'וועט ווערן אזא שיינע שמועס דערוועגן. הכל תלוי במזל..

עניוועי, איך_הער; ביסט זייער גערעכט - ווי "משיח" האט יעצט ערווענט - געווענדליך דויערט עס נישט אזוי לאנג, יעדע עטליכע יאר איז דאס אזוי געווען א'דר"ה וסוכות זאלן זיין אום שבת. איך האב עס טאקע וועגן דעם באריכטעט אז מ'זאל עס יעצט גוט אויסנוצן ווייל קומענדיגע מאל וועט עס זיין אזוי שפעט ווי תשפ"א 11 יאר ארום.

וואס יא, וויפיל איך האב מיך נאר אינטערעסירט האב איך נישט געקענט טרעפן קיין שום האנד אפדרוקן אז ר' מרדכי זאל זיין עפעס אין דעם שולדיג.. סאוי פליז לאזטס אים ארויס פון די פיקטשער...
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

ר' מרדכי איז יא שולדיג, ווייל ווען מען טראכט ווען נישט דערוועגן באמערקט מען נישט, און אז מען באמערקט נישט, איז נישט אזא אישו, בפרט ווען עס וועט זיין נעקסטעס מאל און ווען עס איז געווען לעצטעס מאל, וכו'
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

ביקסאד האט געשריבן:נישט דא אין סקרענטאן והגלילות א קהלה פון יוצאי פעס, מאראקא ?

ביי זיי בלאזט מען נאך עד היום בראש השנה שחל בשב"ק כתקנת הרי"ף.

לפלא יחשב, כתקנת הרי"ף? דאכט זיך די רי"ף האט נישט געמאכט אזא תקנה, ער האט געטון למעשה, אבער זיינע תלמידים האבן דאס שוין נישט נאכגעטון, ווי די
רא"ש אין מסכת ראש השנה (פ"ד ס"א) האט געשריבן: ולא נהגו תלמידיו אחריו לעשות כן.
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3318
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

נאך א סיבה וואס קען זיין אז הרב גנוט האט נישט ליב אזא יאר, איז די "אסרו חג פסח שחל להיות בערב שבת"! דאכט זיך מיר יעדעס ווארט איז איבריג...

אגב, ביקסאד, ווען איז קומענדיגע מאל ווען עס געפאלט די ערשטע טאג פסח שבת, ר"ה מאנטאג וכו'?
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3447
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

איך האב געהערט פון הרה"ג ר' ישראל דוד שלעזינגער שליט"א נאכזאגנדיג פון א ספר (ווער עס קען עס אפיר זוכן יישר כח... ווייל איך האב שוין פארגעסן וואו עס שטייט) אז די בעסטע יארן וואס כלל ישראל האט געהאט איז געפאלן ר"ה אום שבת, און די זעלבע פארקערט די יארן וואס כלל ישראל האט געהאט די מערסטע צרות איז אויך געווען ר"ה שבת. ופלא. און עס ברענגט ארויס די שטארק וויכטיגקייט פון איינרייסן אין אזא יאר אום ראש השנה ווארום דער צווישענשייד איז מורא'דיג עקסטרעים ודי.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

והוא פלאי האט געשריבן:איך זעה אז דער סקרענטאנער רב זז"ג האט דערמאנט אן ערנסטע נקודה פון ר"ה שחל בשבת, עיין בספר מנחת עני לפרשת האזינו, פון בעל ערוך לנר, ווי ער זאגט אז א יאר מיט א קביעות ווי דאס יאר איז היסטאריש אדער גאר א גוט יאר אדער חלילה גאר א ... יאר, און ער איז דאס מסביר מיט א משל נפלא,
ולסיים בדבר טוב, קען זיין דער בעל הלוח וויל נישט נעמן קיין טשענס
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

שוין דעם מוצ"ש האט זיך געשפירט די בעפאר-ווייען פונעם היי יעריגען לוח אויסשטעל.. געווענליך אזא מוצ"ש ביי מעריב שפירט מען די הנאה (וואס - להבדיל - א גוי האט נישט די זכיה צו שפירן) נעמליך אז מ'קען געבן א מיש אריבער די ויהי נועם בלעטל גלייך צו עלינו! (דארט ווי מ'פירט זיך אזוי)
לויטן היי יעריגען אויסשטעל וואס די שבתים ווערן נבלע און די ימים טובים וועט מען איינמאל האבן די הנאה, מוצ"ש תשובה..
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

מ'וועט אויך נישט שניידן דעם "ששת" מוצאי שבת ביי רבונו של עולם.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3318
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

זייטס נישט אזוי צובראכן! מ'וועט טאקע נישט האבן דעם געשמאק אז ס'איז מוצאי שבת און דאך זאגט מען נישט ויהי נועם, אבער למעשה וועט מען נישט זאגן ביז מוצאי שבת בראשית, ווייל איין שבת איז שבת שובה וואס יום הקדוש געפאלט יענע וואך כנ"ל, די אנדערע מוצאי שבתות זענען מיטל נאכט ר"ה, סוכות און שמחת תורה.
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

יגר ;l;p-

סימיר נאר אינטערעסאנט אז פארגאנגענעם פרייטאג צונאכטס האבעך שפאצירט אהיים פון ס'מעדריש, און כ'הער ווי א אינגערמאן זאגט פאר זיינע צוויי קינדער, אז דאס יאר געפאלט ר"ה שבת, און דאס קומענדיגע מאל ווועט דאס געפאלן אין 11 יאר ארום, תשפ"א.

כ'האב געהאט שטארק חשק צו גיין פרעגן צו ער ליינט צופעליג נישט היימישע קרעטשמע...
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

האסט נאך א ספק, אז ער איז א יונגערמאן און ער שפאצירט אהים פון ס'מעדריש אודאי ליינט ער היימישע קרעטשמע און נישט צופעליג.
כ'האף אז דו האסט נישט שפיאנירט אויף מיר.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3318
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

מענין לענין:

נוצט גוט אויס דעם היי יעריגן באונוס פון א דאפעלט'ן שבת חנוכה, עסט אייך גוט אן צוויי מאל מיט "ברבורים אבוסים בשפודים צלויים, תורים ובני יונה" לכבוד "שבת וחנוכה"!
ווייל די קומענדיגע מאל וואס ס'וועט אויספאלן אזוי איז אין א 17 יאר, בשנת תשפ"ז לפ"ק.

(די ערב שבת חנוכה אנגעצויגענע אידן, וואס ליידן די יאר "דאפעלט" דערפון, קענען אפאטעמען, ווייל ווי דערמאנט וועט עס נישט פאסירן נאכאמאל אזוי שנעל...).
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3686
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

יש"כ פאר די הערה.
אוועטאר
moshele11211
שר האלף
תגובות: 1271
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 26, 2010 2:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moshele11211 »

יגרסהדותא האט געשריבן:ב"ה

זיץ איך נעכטן מיט די רביצין, מ'גייט איבער ווען די הייליגע טעג קומט אויס היי יאר, און איך מוז עס מיטטיילן מיט אייך אלע.

דאס יאר קומט אויס דער ערשטער טאג ר"ה - און ווי פארשטענדליך אויך די ערשטע טאג סוכות – אום שבת קודש.

דאס מעג מען צונעמען, האט נישט מורא איך מאך עס שנעל, ס'האט די מעלה, אז די וואכן טעג ווערן כמעט נישט געשטערט, ס'איז דא גענוג וואכן טעג צווישן יום כיפור און סוכות אז מ'קען אנהייבן צו בויען די סוכה אפי' 2 טעג פאר'ן יו"ט... די קינדער טאנצן פאר שמחה, אלע חול המועד טעג זענען אינדערוואכן, די ערשטע טאג חוה"מ איז מאנטיג, און ס'גייט ווייטער דינסטאג מיטוואך דאנערשטאג, הוש"ר איז פרייטאג, שמיני עצרת שבת, ממש א געשמאק.

איך וואוין אין אפסטעיט [נישט פארגעסן: גרויזאמער ניצט יעצט מיין ניק....] סאוי האב איך אלעמאל א גאסט אויף יום טוב סוכות ב"ה, א גאסט מיינט א משפחה מיט קינדער, איך קען אייך איין זאך זאגן, ממש לית טב מיניה און איך רעד בגשמיות, נאך א ראש השנה און יום הקדוש, קען נישט זיין בעסער ווי זינגן לעבעדיגע ניגונים מיט נאך א משפחה אינטער די שאקעלדיגע נוי סוכה!! א גוטע באשעפער האבן מיר.

קוק מען אזוי אויפן לוח, און ס'באדערט אביסל, סוכות האט נאר צוויי טעג! שבת און זונטאג, וויאזוי ס'קוקט אויס די סוכה חוה"מ וויל איך נישט רעדן, יעדער ווייסט דאס, מ'עסט פרישטאג פון 10:30 ביז 2'ע נאכמיטאג, [איך רעד פון די באנטש שעפעלעך וואס איז דא, נא נא, איך בין נישט פארטיג חוה"מ דאווענען פאר 12:30, האטס נישט מורא..], די סאפער וואס מ'דארף סארווירן נאכן אהיימקומען פון פארק / זאָא / ראלי קאלסטער איז יענטס אפקומעניש, זאל איך נאך דערמאנען דאס לויפן מנחה דאווענען חוה"מ? פעלט נישט אויס, די סוכה פארט אויף רעדער [ס'איז אויסגעהאלטן להלכה?..], אקיצור, ס'איז א דיזעסטער, דאס שלאפן איך וויל מיך נישט אפרעדן חלילה, איך ב"ה האב א גרויסע סוכה [ברענגטס שנעל א רויטע בענדל פאר עין-הרע] ס'איז דא גענוג פלאץ פאר די בעטן, אבער עטס ווייטס דאך וויאזוי אלע קינדער אפי' דאס קליינע מיידעלע שרי תחי' מוטשעט אויך: אז זי איז נאך "קיינמאל" נישט געשלאפן אין די סוכה.. אקיצור, אין איין ווארט: חוה"מ זעהט מיין סוכה אויס, אזוי ווי ביי יעדעם..

ווי אנדערש איז, ווען איין טאג חוה"מ איז שבת, אהה, די געשמאק פון זינגן "לחיים"'ס שבת'דיגע און ימים נוראים'דיגע טעיפ צוזאמגעמישט, און דאס איז היי יאר נישטא.


קוק איך מיך אזוי אום אינעם לוח "דבר בעתו" פון הרב מרדכי גנוט שליט"א, שרייבט ער דארט אז די נעקסטע מאל וואס די ערשטע טאג סוכות (און ר"ה) קומט אויס שבת, וועט זיין אום תשפ"א!! משיח וועט אוודאי קומען פריער.

נו, אויב אזוי אז מ'גייט 10 יאר אין-א-צו האבן א שבת חוה"מ, וועט מען מוזן דאס יאר מוותר זיין אויף די באקוועמליכקייט.

הער-נאר; ברענג די זאלץ פאר די פיש, אקעי א סעלערי האט מען שוין אריינגעלייגט אין די זופ? פיין, פעפער פליז...


איך האב עס יעצט באמערקט עס איז טאקע א אינטרעסאנטע זאך און עס איז טאקע אסאך מער געשמאק ווען עס איז דא א שבת חוה''מ
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

אור-אלטע אשכול. יעצט געזען. שכוח יגר.

אה, ב"ה א הערליכע שבת חוה"מ געוועזן...
זאגסטו אז קומענדיגע יאר וועט עס נישט זיין? עט מען אונז כאטש מטיב זיין מיט א שבת ער"פ...

ווען די אשכול איז געעפנט געווארן האט מען געמיינט אז תשפ"א איז אין מיליאן יאר ארום...
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3071
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

מענין לענין באותו ענין.
דריי טעג יום טוב דריי מאל אין תשרי, זענען מיר יעצט אין א לאנגע פאזע, נאכן האבן פאר רוב יארן אין די ע'ס.
עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עושר וכבוד »

משהלע האט געשריבן:מענין לענין באותו ענין.
דריי טעג יום טוב דריי מאל אין תשרי, זענען מיר יעצט אין א לאנגע פאזע, נאכן האבן פאר רוב יארן אין די ע'ס.

נישט רוב, נאר פונקט האלב, 5 מאל: ע"א, ע"ב, ע"ד, ע"ה, ע"ח.

די אנדערע 5 יאר: ע"ג, ע"ו, ע"ז, ע"ט, תש"פ, איז געווען אזוי ווי היי יאר.
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

משהלע האט געשריבן:מענין לענין באותו ענין.
דריי טעג יום טוב דריי מאל אין תשרי, זענען מיר יעצט אין א לאנגע פאזע, נאכן האבן פאר רוב יארן אין די ע'ס.


ווי א לאנגע פאזע?
אוועטאר
מאנסי געבוירענער
שר האלף
תגובות: 1616
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 30, 2020 10:12 am
לאקאציע: ספרינג וואלי יצ"ו

Re: סוכות תש"ע - סוכות תשפ"א!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנסי געבוירענער »

[align=center]און אט האלט מען שוין דא!!!
אלול בא!!!
[/align]
געב אכטונג וואס דו טוהסט, ארבעט אביסל מער לאנגסאם!!!
די ארבעט איז נישט פאר מיר, איך בין נישט קיין פעלדמאן!!!!!


מצילי אש ד׳ראקלענד
24hr emergency line
845-426-9111
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: סוכות תש"ע - סוכות תשפ"א!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

ס'כאפט א פחד צו טראכטן, וואס גייט מען טון דאס יאר אן א שבת חוה"מ סוכות?...
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: סוכות תש"ע - סוכות תשפ"א!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

4 טעג ריבונו של עולם!!!!!!!!
#איך-פארק-מענטשליך
אוועטאר
גיב א שמייכל
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 12, 2019 2:27 pm

Re: סוכות תש"ע - סוכות תשפ"א!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיב א שמייכל »

מקווה איד האט געשריבן:4 טעג ריבונו של עולם!!!!!!!!

4 טעג, אה מחיה!!
משיקט סווייב און קינדער צום פארק און מגייט אין ביהמ"ד און מריקט אריין א צענערל

ווען האט מען צייט במשך די יאר.....
איך שמייכל נישט ווייל איך בין פרייליך...
איך בין פרייליך ווייל איך שמייכל!
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4033
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: סוכות תש"ע - סוכות תשפ"א!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

גיב א שמייכל האט געשריבן:
מקווה איד האט געשריבן:4 טעג ריבונו של עולם!!!!!!!!

4 טעג, אה מחיה!!
משיקט סווייב און קינדער צום פארק און מגייט אין ביהמ"ד און מריקט אריין א צענערל

ווען האט מען צייט במשך די יאר.....

Wow wow, א צענערעל
איך הייב אהן ווערן עקסייטעד
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”