סנישט קיין וויץ, ניקס גייען אויף פארקלאוזשער!

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

סנישט קיין וויץ, ניקס גייען אויף פארקלאוזשער!

תגובהדורך גרויזאמער » זונטאג סעפטעמבער 06, 2009 8:36 pm

סשוין א סוד פאר גאנץ בראד אז די איינציגסטע עכטע וועג וויאזוי די קרעטשמע מאכט געלט איז מיטן פארלאנגען געלט פון פארשידענע פאפולערע ניקס, זיי גייען למשל צו צו אזא איינעם ווי וויכי און זיי זאגן אים:

אהובי ידידי, עס איז דא א שיינע פאר מענטשן וואס קענען דיך, אויב ווילסטו נישט אז מיר זאלן איבערגעבן דיין ניק פאר גרויזאמער און ער זאל טון דערמיט ככל העולה על רוחו וואס וועט זיך דיר זיכער נישט לוינען, דאן צאל אונז 165$ א חודש.

וויכי וועלכער האט נישט קיין 2 ברירות, ער ווייסט אז ווען גרויזאמער באקומט די פעסווארד צו זיין ניק הייבט אן צו פליען דא תגובות וואס וועט זיך אים בכלל נישט לוינען, געט ווי א טאטעלע די פארלאנגטע סכום.

פון מער פאפולערערע ניקס בעט מען מער, און פון ווייניגער פאפולערערע ניקס בעט מען ווייניגער.

מיט פרישע ניקס קענען זיי דאס נישט טון, ווייל יענע זאגן אים: ישקני, האלט דיך מיט מיין ניק. אבער עס איז דא צענדליגע פאפולערע ניקס וואס צאלן ערליך חודש'ליך זייער געהאלט פאר די פארוואלטונג.

פארשטייט זיך אז אין ארדער אז די קרעטשמע זאל קענען סטראשען יענעם אז "גרויזאמער גייט איבערנעמען דיין ניק" האבן זיי געדארפט די הסכמה פון גרויזאמער, מיט א לאנגע שטר הסכם פון פארשידענע תנאים האבן מיר געשלאסן אן אפמאך, וואס אין דעם איז אריינגערעכנט אז מיר טיילן זיך מיט די געלטער העלפט און העלפט.

אזוי ציה איך זיך שוין מיין חיונה א שיינע פאר יאר, און איך לעב א נישקשה'דיגע לעבן ווען איך באקום א וועכנטליכע געהאלט פון איבער 3000 דאלער (א געווענליכע וואך קומט אריין 6000 דאלער, און עס ווערט אלץ מער און מער), איך פיר זיך אויף זייער בעלבתיש, פארמאג אן אייגן הייזקל מיט דריי שטאקן, און די לעצטע יאר מאדעל הערליכע מיני ווען, ווען איך ווייס אז איך בין געבויט אויף פעסטע יסודות. ווייל ווען וויכי (נאכאמאל, נאר א משל) באשליסט אז ער הערט אויף צו צאלן, רופט מען אים אין א זייט און מען זאגט אים: מאכי? ווילסט איך זאל רופן גרויזי?, וויכי צאפלט זיך פאר שרעק און הייבט ווידער אן צו צאלן.

איז אזוי, לעצטנס מאכט זיך א ערליכע צאלער האבן אנגעהויבן ארויסצואווייזן צייכענעס אז מיר האבן איבערגעצויגן דעם שטריקל, למשל יגר'ל, ער טענה'ט אז ער האלט נישט ביים באצאלן מער, געענדיגט, הענג זיך אויף אויף א צוקער שטריק, איך האלט נישט ביים צאלן!, מיר שיקן אים א נאטיס אז ביז צוויי חדשים מאכט זיך צו זיין ניק און גרויזאמער נעמט עס איבער. טענה'ט ער אז אזויווי ער וואוינט אין די נייע קרית אברכים וואו עס הערשט א שטארקע אחדות גייט ער מאכן א טיי אווענט אז מען זאל ראטעווען א אינגערמאן פון פארקלאוזשער, די באנק וויל אים צונעמען די ניק!

דעם ריינעם אמת איז אז ביי פילע האבן מיר שוין אייגנעהאלטן אונזער דראאונג, און למשל קרעמער האב איך גענצליך איבערגענומען זיין ניק, ווען איר זעט א תגובה פון אים זאלט איר וויסן אז איך בין דער שרייבער. און אזוי איז דא נאך פילע ניקס, וואס נישט אלעס וויל איך ארויסשרייבן, כדי מען זאל מיינען אז יענער שרייבט טאקע און אזוי אים אריינפירן אין זומפ אריין.

אבער יגר'ל סטראשעט אז ער גייט מאכן א טיי אווענט להצלת אינגערמאן מפארקלאוזשער, דא שטיי איך שוין אביסל דערשראקן, שטעלט אייך פאר, יגר'ל זיצט אזוי אויפן טישל ביים טיי אווענט מיטן רעסיט ביכל, אינגעלייט קומען צו, מען געט אים א 20'גער, א 50'גער, איז דאך לא ימלט מען זאל אים נישט פרעגן: יגר'ל ווער איז דער אינגערמאן? און לויט ווי איך קען יגר'ל וועט ער מיטן פולסטן גאוה ענטפערן: אני הוא זה! איך גיי פאר מיך! די חברה דארט וועלן צוזאמקלאטשן די הענט פאר צער און עגמת נפש, יגר'ל איי איי איי, וואס איז מיט דיר? יגרל וועט זיי מסביר זיין בלאה'לע בתך הקטנה אז עס איז דא א סייט איי וועלט, עס איז דא א ניק גרויזאמער, און זיי סטראשען אז מען גייט מיך צונעמען די ניק, און איך מוז דאס ראטעווען בעצייטנס ווייל גרויזאמער איז נאך אומשטאנד צו שרייבן ס'ארגסטע בשם מיך, נוצן מיין חתימה, און מיין בילד פון מיין קליינטשיגס בשעת'ן הערן הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטן אין הימל.

יגר'ל האט שוין מודיע געווען די עצה פאר נאך אפאר חברה, און ס'קוקט אויס ווי ס'צרות, די חברה פלאנען צו ברענגען אן ענדע צו מיין הויכע פאזיציע דורך צושפרייטן אין די גאסן די ריכטיגע פרצוף פון גרויזאמער.

צייטליך למשל האט מיך אויך געסטראשעט מיט זאכן, יעצט האב איך אים געגעבן אן אולטימאטום פון 1 חודש, און עס קוקט אויס ווי ער ברעכט זיך. וממנו ילמדו וכן יעשו, מען האנדלט ערליך, מען שווינדעלט נישט, מען מאכט נישט קיין דריידלעך, און פארטיג.

איז כדי מקדים צו זיין די רפואה פאר די מכה, שפיר איך אלץ א חוב ארויסצוקומען און מודיע זיין, נאך בעפאר זיי קענען מודיע זיין, די גאנצע מעשה, אזוי אז דער אפציע זאל זיין אויסגעלאפן, מיט דעם ענין פון דאס מפרסם זיין קענען זיי מיך שוין סטראשען, גייטס זוכטס אנדערע וועגן.

דא וויל איך נאכאמאל ווארענען פאר די אלע וואס האבן נאכנישט באצאלט די חודשליכע פעימענט'ס, מיר וועלן צונעמען איין ניק נאכן צווייטן!.

ווי אויך וויל איך מודיע זיין, אז עפ"י בקשתי לההנהלה לקיים מ"ש והוקע אותם נגד השמש, וועל נאר איך קענען מגיב זיין אין דעם אשכול, ח'מיין צוזאגן איך אדער איינע פון מיינע צענדליגע ניקס וואס איך האב שוין פארכאפט. אזוי אז איר קענט זיין זיכער אז א ניק וואס שרייבט אין דעם אשכול מיינט אז דער ניק האט נישט באצאלט די פעימענטס און עס שטייט אונטערן רשות פון גרויזאמער.

רופא כל בשר ומפליא לעשות.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » זונטאג סעפטעמבער 06, 2009 8:38 pm

חחחחחאחחחאחאחאח, און אני הקטן שטיק זיך פאר געלעכטער, גרויזי נעם 800 פון די גרינע, איך קען נישט האלטן אזוי פיל ;l;p- ;l;p- וויאזוי האט יענער געזאגט? ביסט "גוט" משוגע!!
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

זילבערנע בעכער
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2007 10:01 am

תגובהדורך זילבערנע בעכער » זונטאג סעפטעמבער 06, 2009 9:39 pm

לא נס ליחו, ער איז נאך אלץ פון די בעסטע דא, ווי אזוי קען איך יעצט אויפווייזן אז די תגובה איז עכט זילבי ? גוט גוט, אבער וואס איז מיט דיינע ארטיקלן לעצטענס אז עס האט געמאכט זיין סטאנציע אין 'היימישע פארברענגן'? אגב גאנץ א גוטע איידיע, ווייל כ'מיין אז די ארגינעלע קרעטשמע לופט איז טאקע אט דא...


6000 דאלאר ? און דו האסט נאך די חוצפה צו שנארן געלט פאר א מאנגאליע נסיעה ?

אוועטאר
מקוה נייעס
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2009 6:46 pm

תגובהדורך מקוה נייעס » זונטאג סעפטעמבער 06, 2009 10:01 pm

גרויזאמער
אה גייט זיין נייעס אין מקוה מארגן
זאג נאר די מקוה איז הייס?

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18577
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » זונטאג סעפטעמבער 06, 2009 10:06 pm

איך האב א גוטע סימן אז איך בין נישט גרויזאמער, געטס א קוק, איך האב נישט קיין חתימה, און א תגובה און קיין חתימה, קען גרויזאמער נישט זיין, נו, זעט עטס?

סאו יעצט אז איך האשוין אויפגעוויזן אז איך בין נישט גרויזאמער, קענעך זאגן בפה מלא, אז דעריז אזוי פארריקט אז ס'לאזטצעך גארנישט זאגן, (און דערפאר מוזעכעס שרייבן.)

גרויזי, גיי אן, טו וואס ס'פעלטצעך אלץ אויס, לעגאל אדער אומלעגאל, אבי מיר זאלן האבן פון וואס צו שמייכל'ן, יישר כחכם.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24675
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג סעפטעמבער 06, 2009 10:55 pm

עעעענדליך... יאפ! נאך לאנגע מאטערנישן איזעס געלונגען.. דער גרויזאמער שרייבט דא צאם די לעצטע שטיק צייט אזעלעכע זאכן, און נאך אויף מיין חשבון, אז די האר פון קאפ קען זיך אויפשטעלן מיט זיינע פאלטשע בילבול'ים, און פארן פשוט'ן ליינער קען זיך דאכטן אז ס'איז אמת, און כ'האב ממש נישט געהאט קיין וועג צו פראווען אז ער איז א ליגענער, ווייל זיינע מעשיות קוקן אויס אזוי אמת, אז מ'קען נישט וויסן אז ס'איז נישט.

אבער נישט היינט.. היינט האב איך עם געפאקט "רעד הענדעד", איך האב פראף אז דער גרויזאמער איז א פאבריצירער פון די ערשטע קלאס, און ער שרייבט אויף נאכט טאג, און טאג נאכט.. אזאש אז ער קען גאר שרייבן אז וויכי האט מורא פון עם..

אז איר וועט קוקן אויפן קעפל פון דעם אשכול, וועט איר זעהן וויזוי גרויזאמער שרייבט די פאלגענדע ווערטער "נישט קיין וויץ".. האסט געזעהן אזאונס?.. איז דא דא איינער וואס האט זיך נישט געקוילערט ליינענדיג דעם ארטיקל פון דעם גרויזאמער?.. דאס איז נישט א פשוטע וויץ, דאס איז א מעכטיגע קנאקעדיגע וויץ, וואס ווער ס'ליינטעס, קוילערצעך פאר געלעכטער, און דער האט נאך די גאט'ס צו שרייבן אז "ס'איז נישט קיין וויץ"..

גרויזאמער, זאלסט וויסן, ס'איז דערנאך, מ'האטעך געכאפט "רעד הענדעד".. קענסט זאגן יא וויץ, נישט וויץ, איך לאך שוין ווען איך זעה דיין נאמען, פיניש, קענסט שרייען ביז מארגן אז ס'איז נישט קיין וויץ, איך לאך..
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6517
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » זונטאג סעפטעמבער 06, 2009 10:57 pm

כ'האב מורא, כ'ציטער אז וויכי שרייבט גאר אין גרויזי'ס נאמען...קאנספיראציעס, גיי ווייס.. ..כ'מיין 'גיי גרין'.
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג סעפטעמבער 06, 2009 11:00 pm

גרויזי, ביטע שיין, נעם איבער מיין ניק און שרייב דיר דא א יישר כח. אמת'דיג, נישט קיין וויץ, איך קען נישט צו זיך קומען פון אזויפיל לאכן.

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובהדורך צום זאך » זונטאג סעפטעמבער 06, 2009 11:12 pm

גרויזי, איך קען נישט נאכקומען די פעימענטס.. לאמיר מאכן א אנדערע פשרה! וועסט שרייבן כאטש איינמאל א חודש אזא גוטס, און איך וועל שטארק לאכן.. אזוי זאלסטו מיר לאזן האלטן מיין ניק! כ'וויל זייער אויסמאדען פארקלאוזשער..

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 1:36 pm

רבותי, איר האלט מיט וואס דא טוטצעך? אבאמא אבאמא, העיליגע שווארצע בראדער, מי יגלה עפר מבין עיניך, געב א קוק ווי די עקאנאמיע האלט שוין, וויפיל ניקס עס זענען אויף פארקלאוזשער!

לויט ווי עס קוקט אויס האט צייטליך צוריקגעצויגן, און ער פלאנט נישט צו צאלן, דעריבער איז צו ערווארטן אז איך וועל דא בקרוב שרייבן מיט זיין ניק. לאמיר זעהן וויאזוי עס וועט זיך אויסקאכן.

אגב, ארענדער, די פעסווארד צו קרעמער איז געווען 8594, נישט אזויווי דו האסט מיך געשריבן 8596, צוך זאכ'ס פעסווארד איז נישט געווען צום זאך, ביז איך האב אויסגעפיגערט אז די 0 איז די אות נישט די נומער, און די בריוול וואס איך האב געטראפן אין איךהער'ס תיבה אישית האט מיר געברענגט טרערן אין די אויגן ווי ער בעט זיך ביי ארענדער אז ער זאל אראפלאזן די פרייז פארן ניק.

דער בעל העובדה, יגר'ל'ס ניק איז דערווייל פארמשכנ'ט, ווי איר קענט זען אז ער שרייבט נישט לעצטנס, דארף מען אויך צואווארטן צו זעהן.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12473
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 2:23 pm

זינט איך האב איבערגענומען צייטליך'ס ניק ווער איך באהאגלט מיט אישי'ת און אימעיל'ס איבער טעגליכע ק.נ.א מיסברויכן, אזש איך פארשטיי נישיט ווי דער צייטליך קען זיך אהין טוען און ווערט נישט משוגע פון די חברה.

למשל איך (דיסקלעימער: דא רעדט גרויזאמער) פלעג שיקן פיר/פינף מאל א טאג אין אישית פאר צייטליך איבער וועלטליכע און לאקאלע נייעס וואס ער האט באשריבן פאר מיר און ווערט געזאגט דורך קרעמער אליין יעדע נאכט אויף די טעגליכע ק.נ.א. שאו איבער דער גארער וועלט.

אבער איך האב געמיינט אז איך בין דער איינציגסטער, יעצט זעה איך אז ער ווערט ממש משוגא דורכן טאג פון די אלע אימעיל'ס, יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס ער האט מיר קיינמאל נישט גענטפערט אויף די אימעיל'ס.

אגב, צווישן זיינע אישית'ער זעה איך אינטערסאנטע זאכן. עטליכע מעשיות וואס ער האט פארהוילן פון מיר.

למשל, פאר א צייט צוריק ווען מיין בעה"ב האט מיך אויפגעזאגט פון מיין פאזיציע מיט ביזיונות און איך האב זיך דאן געדרייט אין די גאסן, געארבייט צייטווייליג פאר די 'דבר יום ביומו' און די 'גוט מארגן' דורך דאס דערליווערען אין יעדע ביהמ"ד און גראסערי אין די פארטאגס שטונדן, האט דער צייטליך געשיקט א אישי צו אלטער בחור ווי ער מאכט ליצי ליצנות פון מיר (גרויזאמער) און האלט זיך אינטער אויף מיין חשבון, אויך האט אום אלטער בחור צוריק געשיקט א אימעיל ווי ער האט געכאפט א בילד פון מיר ווי איך לויף מיט פארשלאפענע פיאות דערליווערן די פליג בלעטלעך.

א צווייטער אינטערסאנטער אישי – זעה איך - איז אריינגעקומען פון יגר'ל ווי ער בעט צייטליך זאל זיך משתתף זיין מיט די הוצאת פון זיין ניק, און איך קען אפילו זעהן די פונקטליכע נומערען פון די פעי-פעל אקאונט פון צייטליך'ן.

איין זאך איז מיר אינטערסאנט אז צייטליך האט בכלל נישט געוויסט פון די גאנצע מעשה ווען מ'האט אוועקגעשלעפט מיין אויטא נאכן נישט קענען צאלן די ליעס. איך זעה נישט אז ער זאל דערמאנען עפעס דערוועגן אין זיינע פריוואטע אימעיל'ס.

עניוועי. איך האף אז יעצט נאכן איבערווייזן די אלע הוכחות וועט שוין צייטליך פארשטיין אז איך מיין עס ערנסט און ער וועט ווידער באצאלן די פארלאנגטע געלטער וואס מיר פארלאנגען פון אום.

צייטליך, איך האב דיר געווארנט!

גרויזאמער.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11983
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 2:30 pm

חחחחח

איך ראגעל מיך וואו א קיפעלע...
ס'ארא בייפאלען די מענטש מאכט נאר נישט מיט....
ביז דערווייל איז מיין ניק נאך נישט אין דזשעפערטי, מיינע פעימענטס פליסען, אבער ווער ווייסט ווען זיין טאג גייט קומען??
אוי גרויזאמער איך בעטעך, נאר מיט רחמנות, פליסססס,

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8769
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 2:31 pm

כַאאפּצֶעעעעעם!!! כַאאפּצעֶעעעעם!!!, גיוואאאאאאאלד!!! איך טראסקע אריין אין פאר'חחחח'לאוזשער....

יוי.. יוי... סנישט קיין דשאוק... איך פלאץ פאר געלעכטער...., דער גרויזי מיט זיינע שיגענע איידיעס, איך שטויס מיט א פארפלייצונג פון אויסברוכן...

בומס... א פרישער אויספלאץ... כ'ווייס שוין נישט ווער ס'האט עס געשריבן, כא'מורא אז איינער האט באקומען גרויזאמער'ס שליסל, אפשר שוועמל?

צייטלי.. כ'מיין גרויזי, איז ווייט גארנישט הונטער שטעליג. א גאנצע באנדע מיט ניקס.. כ'מיין שיגאָעם.... יוי רבש"ע... דער גאנצער ראה"ק אפיס דרייצעך איבער פאר חאחענונגען...

דערביי קומען ארויף די אימעילס וואס די ראשעקילע האבן געשיקט זייענדיג אין אמט, וועלדיג פארקויפן דעם סענאט זיץ פאר א בצע כסף... נונ ו, מ'וועט קעיר נעמען... אזש פון מאלי וועט גרויזאמער מסדר זיין די זאך...

יֵייטש... האטשו... געמיר נאר א טישו דארט... כ'שיס נאכאלץ...
איז אזוי, עכט איז מיין חתימה:
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אבער יעצט טויש איך מיין חתימה, צו:
https://www.dryveup.com/yoely/iVelt/

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 5:14 pm

ווי אויך וויל איך מודיע זיין אז דאס וואס איך האב אויבן געשריבן אין די חתימה "איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה", האב איך געמיינט צו זאגן אז צייטליך וואלט געקענט באשטיין צו עפראווען די תגובה, ווייל איך האב עס ספעציעל אזוי געשריבן אים צו מאכן הנאה האבן אויף צייטווייליג, מיט אים האב איך נאכנישט געוואלט גיין בכל חומר הדין, האב איך געשריבן אזאלכע מעשיות אויף מיך וואס צייטליך וואלט געקענט באשטיין אז ס'זאל זיין אמת. אבער צייטליך, בעסער צאל, ווייל אז נישט וועל איך שרייבן זאכן וואס דו וואלסט נישט געוואלט הערן!

לעצט פאראכטן דורך צייטליך אום מאנטאג ספטמבר 07, 2009 6:15 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל בסך הכל.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
ראמני 08
שר האלף
תגובות: 1911
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 12:29 pm
לאקאציע: אויפן קאמפיין באס
פארבינד זיך:

תגובהדורך ראמני 08 » מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 5:17 pm

גרויז לאמער זעהן פאריכט מיינס

דו ביסט פאריקט

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6448
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 5:30 pm

אההאא איך ווייס שוין וואס דא גייט . גרויזי די מאכסט א איבערקערענישט

פריער קאלט מיך צייטליך אן אז ער האט פראבלעמען מיט זיין ניק, איך האב נישט פארשטאנען וואס ער רעדט אבער יעצט ווען איך זעי אז די ביסט שילדיג וועט מען זיך נעמען אויף דיינע ביינער

ב"ה אז מיין ניק האסטו נישט געוואלט
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 6:35 pm

לעצט פאראכטן דורך גרויזאמער אום מאנטאג ספטמבר 07, 2009 7:32 pm, פאראכטן געווארן 1 מאל בסך הכל.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2007 2:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך שעפטיל » מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 10:11 pm

חחחח עס כאפט א פחד וואס דא טוט זיך הונטער די קוליסן.. גרויזאמער, איך ליין דיינע ארטיקלען יעדע עקסטערע, איך שעם זיך דא אריינצוסטאפן זאגן שקוח.. פארשטייסט..? ווי ביזטו געווען היינט? נעכטן? פאריגע וואך? דער שיסט דאך ארטיקלען איינס נאכן צווייטן, יו מאכסטו מיך לאכן... מיין ח באטן איז מיר שוין צובראכן פון דרוקן אזויפיל, עסטעך מוזן באגאנוגן מיט איין...

ח
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 10:52 pm

הגם איך קום קיינמאל נישט אריין דא אין אזא שפעטע שעה (נישט פארגעסן: דא רעדט גרויזאמער, דער בעל הניקס), מוז איך דאסמאל מאכן אן אויסנאם צוליב א מעשה נורא וואס האט זיך אפגעשפילט צווישן מיר און קרעמער היינט אויפדערנאכט אין זיין 'נעק אוו די וואודס' ווי מען רופט עס אויף מאנגאליש.

איך האב געוואלט מאכן א קאפי (מיט א פת"ח אונטערן אל"ף, א פינטעלע אין די פ"א) ביי די אלעמען באקאנטע געשעפט 'פרינט אוט', און פלוצלינג איז די נאכט צוגעפאלן און איך האב נאכנישט געדאווענט מנחה-מעריב, לויף איך שנעל אריבער צו די גרויסע שוהל אויף מירטל עוועניו, און צו מיין בהלה טרעף איך דארט קרעמער...

ער איז צוגעקומען צו מיר מיט אן אויפגעהויבענע האנט גרייט מיך צו באפאלן, איך האב אנגעהויבן מאכן קולות ווי משה רבינו אויף דתן ואבירם און ער האט זיך דערשראקן. שפעטער זעה איך ווי ער האלט זיך אן די טאש, מסתמא האט ער דארט באהאלטן נאך אפאר ניקס וואס גייען שוין באלד אויף פארקלויזשער און ער ציטערט איך זאל נישט לייגן קיין יד דערויף.

הכלל, נאך מעריב (איר ווילט נישט וויסן וואספארא דאווענען דער קרעמער האט אראפגעלייגט וויסנדיג אז איך האלט אן אויג אויף אים) גיימיר אינאיינעם ארויס אויפן גאס, איך פרעג אים אויב ער דארף א היטש, אבער ער זאגט אז דער דאקטער האט אים באפוילן צו שפאצירן אביסל פארן געזונט. מיר שטייען ביים ווינקל פון די גאס ווען 2 גוי'אישע אידענעס דערנענטערן זיך פון הונטערוויילעכס און געבן מיר א פרעג "אנטשולדיגט, איר ווייסט אפשר אין וועלכן ריכטונג איז וואשינגטאן"?

קרעמער איז געשטאנען מיטן פנים צו די קארס, און איך האב מיך אויסגעדרייט ווי א דזשענטלמאן ענטפערן אויף זייער פראגע. דער קרעמער זאל מיר מוחל זיין, אבער ער האט אזאנס אויסגעפלאצט פון די קלאץ קשיא, אז מען האט באמערקט זיין שמייכל דורכן גענאק! אזש די ערל'טעס האבן זיך תיכף געכאפט אויפן מאדנעם פראגע און זיך פארענטפערט מיט א שמייכל "מיר מיינען נישט וואשינגטאן די סי... נאר וואשינגטאן פלעיס".

איך האב עפעס צוריקגעענטפערט (ווארטנדיג אויף אן ענטפער פון מיין חבר סערגעי דורך גוגעל מאפעס) אבער דער קרעמער האט אפגעפיצט איינגעבויגן אין העלפט... מסתמא לאכט ער נאך יעצט.

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2009 9:44 am

געכאפט דעם מעסעדזש. זייער איידל געשריבן [נישט קיין וויץ..]

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2009 10:06 am

מיינט איר אוודאי, אז איך - יגר - קען מיך נישט קיין עצה געבן קעגן דעם ווילדן גרויזאמער, און דערפאר פאק איך איין, זאלט איר וויסן איר מאכט א טעות.

איך בין מיט אים אויסגעוואקסן אין איין שיך בענדל.. איך קען זיין מהלך און שפראך [פונקט ווי ער קען מיינס..], גרויזאמער: ס'גייט גיין א שטיין אויף א שטיין.

ובזה החלי:

גרויזאמער פאקסן בשעת'ן סטראשענען
צוגעלייגטע
untitled.JPG
untitled.JPG (5.66 KiB) געזעהן 6115 מאל

אוועטאר
קעכער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 380
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 18, 2006 10:40 pm
לאקאציע: אין קאך

תגובהדורך קעכער » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2009 10:23 am

יו זענט עטץ א באנדע לצים, איך קען נישט סטאפן לאכן..

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18577
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2009 10:37 am

ס'קאפל איזעם אראפ געפאלן ביים זיך רעגן, חא חא חא האט זיך איכער צולאכט.

עטץ, (ס'איז עכט ער, נאר מיט אלע ניקס.) זענטץ בעסער פון גוט. יישר כחכם.

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8769
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2009 10:41 am

ס'זעהט אויס ווי יגר איז מסכים אז גרויזאמער זאל זיין ראה"ק...
איז אזוי, עכט איז מיין חתימה:
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אבער יעצט טויש איך מיין חתימה, צו:
https://www.dryveup.com/yoely/iVelt/

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2009 8:24 pm

קיין איין פעני האב איך אים נאכנישט געצאלט.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: תלישא קטנה און 4 געסט