"ברוך גוזר ומקיים"
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
"ברוך גוזר ומקיים"
בס"ד
"ברוך גוזר ומקיים"
עס איז היינט א לעכטיגער טאג, דער פרי מארגן האט מיט א וויילע צוריק באגריסט דעם ערד קוגל מיט א פרישקייט, שיקענדיג אירע שיינדיגע זון שטראלן, אויפצוועקן די וועלט איינוואוינער צו א לעכטיגער גוט מארגן.
א נייער טאג פריש און מונטער, דער גייסט איז אויסגערוהט, און מען ערווארטעט מיט'ן אייבערשטנס הילף, אז דער טאג וועט זיין אזוי געשמאק און איינגענעם, ווי דער פארטאגס ווינטל וואס בלאזט אזוי רוהיג און באליבט.
דער היינטיגער טאג איז א טאג נאך א פרייליכער טאג, א טאג וואס השי"ת האט באוויזן זיינע חסדים, ווען מען האט געהאט די זכי' זיך מיטצופרייען מיט א חשוב'ער חבר, וואס נאך יארן ווארטן צו קענען אפנעמען "מזל טוב" וואונטשן, איז ער באגליקט געווארן, און עס איז אנגעקומען די גוטע שעה פון פארציילן, אז ער איז געווארן א טאטע צו צוויי לעכטיגע קינדערלעך, ברוב חסדי השם!.
די פרייד ביי זיינע אלע ארומיגע איז אומבאשרייבלעך, אלע חבירים האבן זיך מיטגעפריידט. ווער עס האט נאר געהערט די פרייליכע בשורה, איז אויפגעשפרינגען פון פרייד, און צוזאמגעקלאפט די צוויי הענט אויסשרייענדיג ברוך "הטוב והמיטב".
איינע פון די הויפט וואונטשן און סלגאנען וואס מיין חשוב'ער חבר האט געהערט, ווען מען האט אים מיט פרייד "געקוועטשעט" די הענט, איז געווען, אז די שמחה איז בעתו ובזמנו, "משנכנס אדר מרבין בשמחה" דער גליקליכער טאג איז געווען א' דר"ח אדר, א טאג ווען כלל ישראל אנטפאנגט מיט שמחה, דער אנהויב פון א גליקליכער חודש, און דער היינטיגער טאג, וואס מיר האבן אזוי שיין באגריסט דעם פרי מארגן, איז געווען דער צווייטער טאג ראש חודש.
מיין סדר איז געווען רוטין, מען האט זיך געשטעלט דאווענען. אין מיין מנין האט אויך געדאווענט מיין גליקליכער חבר, וואס איז יעדע צווייטע מינוט געווארן איבערגעהאקט מיט הארציגע וואונטשן און ווארימע ברכות.
מיין הנאה איז געווען דאס צוקוקן א דאווענען פון אזא יונגערמאן נאך אזא פרייליכע טאג. איך דארף אייך נישט מסביר ווי אזוי עס האט אויסגעקוקט. אזא דאווענען פראוועט מען נאר איינמאל אין לעבן. א דאווענען וואס יעדע ווארט ווערט געטייטשט מיט א קלארקייט. מען שפירט א מורא'דיגער נאנטקייט צום הייליגן באשעפער. מען זעט אז אלע תפילות זענען ב"ה אנגענומען געווארן, און מען בעט פאר די חבירים וואס ווארטן נאך אויך צו האבן אזא לעכטיגער טאג, אז זיי זאלן אויך קענען פראווענען אזא דאווענען.
ווער רעדט נאך ווי אזוי אזא "הלל" איז צוגעגאנען. ביים קוקן גוט, האט מען באמערקט ווי שנירעלעך טרערן פון פרייד גליטשט זיך אראפ אזוי אומבאמערקט.
נאכ'ן דאווענען האב איך געוואלט שפירן אביסל פון די שמחה וואס מיין חבר שפירט, בין איך צוגעגאנען צו אים און געפרעגט: נו, ווי אזוי דאווענט זיך אין אזא טאג? ווי אזוי שפירט זיך עס? האסטו געטראכט א יאר צוריק אז א' אדר וועסטו קענען דאווענען דא, און דאנקן דעם באשעפער פאר'ן זוכה זיין אויפצושטעלן דורות?!
דער ענטפער פונעם יונגערמאן, איז דער ציל פונעם ארטיקל. אנשטאט אן ענטפער, הייבט ער אויף זיין סידור, און מישט אויף צו "ברוך שאמר" און צייגט מיר אן אויף די ווערטער "ברוך גוזר ומקיים". מיט א העפלכקייט פרעגט ער מיר: דו ווייסט וואס דאס טייטשט די ווערטער "ברוך גוזר ומקיים"?!
נישט ווארטענדיג אויף א ענטפער, גיט ער מיר אן ערקלערונג: צוויי יאר צוריק, בין איך מיט מיין בני בית, געזיצן ביי א דאקטאר, און דער דאקטאר האט גערעדט צו אונז זייער שארף, מיט קלארע דיבורים: עטץ אידן ווארטס אויף ניסים, עטץ מיינטס אז עס קען געשען אומדעהערטע זאכן. ענק ווילן נישט וויסן נאר פון באהאנדלונגען וואס איז אויסגעהאלטן לויט ענקער תורה, און עטץ ווארטס אויף ניסים, סארי פאר דיס עקספרעשן, אבער איך קוק ענק אן פאני"!
וואס מיינסטו, איך בין געווארן צובראכן? ניין, איך האב אין הארצן געטראכט, דער דאקטאר קען זאגן וואס ער וויל, מיר האבן א גוטער באשעפער וואס גייט אונז סיי ווי העלפן.
איין זאך האט מיר געמאכט שווער, איז געווען דאס מחשבה, ווי אזוי גיי איך יעצט בארוהיגן מיין פרוי? איך האב געטראכט וועלכע חיזוק ווערטער איך וועל קענען נוצן איר צו בארוהיגן.
אבער ווען מיר זענען ארויס פון דאקטארס אפיס, האבן מיר זיך אינאיינעם צולאכט, און מיר גיבן זיך אינאיינעם א רוף אן: וואס פארשטייט דער דאקטאר, גיי זיי אים מסביר, און לערנט מיט אים א פרק הלכות אמונה ובטחון!
יעצט זאג מיר דיר, אז איך האב די זכי' צו פראווענען אזא דאווענען, דו קענסט מיר וואנטשן מזל טוב, וואס איז טייטש "ברוך גוזר ומקיים"?!
דער דאקטאר האט טאקע אויפגעגעבן, אבער "ברוך גוזר ומקיים"! אט דאס איז א לעקציע וואס גיט אריין כח און מוהט צו שפאצירן ווייטער אויפ'ן שווערן וועג, וואס וועט ווערן גרינג, ווען מיר אלע וועלן פרייליכערהייט קענען פארציילן אונזער אייגענע איבערלעבניש פון "ברוך גוזר ומקיים".

די ארטיקלען זענען גענומען מיט רשות פונעם "שערי תקוה" אויסגאבע, ארויסגעגעבן דורך המוסד "דורות" (המכונה "עי. טיים").
ווער קען דען אפשאצן א אידישע הארץ? א אידישע נשמה? יונגע פארפעלקער פארמעסטן זיך מיט די שווערסטע נסיונות און שטייען דאס ביי מיט א שמייכל! מיט א געלעכטער אויפן חשבון פון די שטודירטע פראפעסארן וואס עינים להם ולא יראו.
הדא הוא דכתיב אין די וואכ'ס פרשה: ואתה לא כן נתן לך ה' אלקיך וגו' תמים תהיה עם ה' אלקיך!
ואתם הדבקים בה' אלקיכם חיים כולכם היום - יהי רצון מיר זאלן הערן נאך און נאך בשורות טובות.

-
- שר העשר
- תגובות: 47
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2009 6:57 pm
הרב 'שערי תקוה'
די שרייבסט פון דיין חבר מיט זיינע טרערען של שמחה.
הערט אויס איינעם ווער עס פארשטייט זייער גוט דיין חבר. איינער ווער עס איז אליינס אדורך געגאנגען א קרייסעס און ווייסט זייער גוט וואס טרערען של שמחה מיינען.
דער שליסעל צו די שערי תקוה זענען טרערען.
קודם טרערען פון בקשה, און דערנאך ווערען די טרערען פארוואנדעלט און טוישען זיך צו טרערען פון שמחה.
ר' שמשון רפאל הירש זצ"ל שרייבט און זיין פירוש אויף חומש.
שווייס איז די גשמיותדיגע טרערען וואס דער גוף לאזט גיסען פון אוהר עבודה.
טרערען איז די רוחניותדיגע שווייס וואס דער נשמה לאזט גיסען ווען זי טוהט עבודה.
דער באשעפער זאל העלפען אז מען זאל נאר הערען שמחות ביי יודען, און עס זאל זיך נאר גיסען טרערען פון שמחה.
מיר זאלען אלע זוכה זיין צו א כתובה וחתימה טובה, צו א שנת גאולה וישועה, און מיר זאלען זוכה זיין צו זעהן בשמחתן של ישראל נאך בהאי שתא אמן

- גרויזאמער
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 3628
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
- לאקאציע: מאלי הויז ארעסט
שכויעך שערי, זייער אינהאלטסרייך.
לחם לפי הטף, ביטע שעהן, ברענגט מיר אראפ דעם לשון פון הגרש"ר הירש אין לשון הקודש בדיוק, איך בין זייער נתרגש פון דער ווארט, און איך וויל עס הערן ארגינעל.

איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender
לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender
לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
-
- שר העשר
- תגובות: 47
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2009 6:57 pm
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4040
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
- לאקאציע: נעבן סאטמאר
יאך שעהם זעך מיט אייך . . .שערי תקוה האט געשריבן:איינע פון די הויפט וואונטשן און סלגאנען וואס מיין חשוב'ער חבר האט געהערט, ווען מען האט אים מיט פרייד "געקוועטשעט" די הענט, איז געווען, אז די שמחה איז בעתו ובזמנו, "משנכנס אדר מרבין בשמחה" דער גליקליכער טאג איז געווען א' דר"ח אדר, א טאג ווען כלל ישראל אנטפאנגט מיט שמחה, דער אנהויב פון א גליקליכער חודש, און דער היינטיגער טאג, וואס מיר האבן אזוי שיין באגריסט דעם פרי מארגן, איז געווען דער צווייטער טאג ראש חודש.
א האלב יאהר [גענוי] האלט איהר די בשורה טובה נאר פאר זעך ? אתמהה ?
אבער נאך אלעם בעסער שפעטער וואו קיין מאל, ייש"כ איז צו א ארימער אויס-דרוק.
ועמך כולם צדיקים
- וויכטיג מאכער
- Site Admin
- תגובות: 32533
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
- לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.
ס'איז נישט די ערשטע מאל וואס איך ווער נתרגש ווען איך ליין א ארטיקל פון "שערי תקוה", אבער סאם האו פיהל איך יעדע'ס מאל עקסטער ווי די "שערי תקוה" ארטיקלען, ברענגען אריין א שטראל פון האף.
שערי, איך וויל דיר נאר זאגן, איך זעה אויף דיין שרייבן, אז דו ביסט א פראפעשענעל שרייבער, סאו קומט זיך דיר א גרעסערן דאנק פארן אראפנעמען פון דיין טייערע צייט, אריינצוברענגען אין אונז אמונה און בטחון, און אונז מחזק זיין.
שערי, איך ווארט אויף נאך, טענקס..

- פשוט'ער אידל
- שר חמש מאות
- תגובות: 941
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 02, 2013 9:08 pm
- א גראם מיט טעם
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3947
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
- לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר
- שלומי אמוני ישראל
- שר האלף
- תגובות: 1410
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 13, 2011 5:04 pm
- לאקאציע: אונטער מיין הוט
- ב שלום
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8629
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 18, 2018 8:25 pm
- לאקאציע: טשענל 12
שלומי אמוני ישראל האט געשריבן:א גראם מיט טעם האט געשריבן:געהערט לעצטענס א פשט, ברוך גוזר דער זעלבע באשעפער וואס געט דיר דעם נסיון,ומקיים ער געט דיר אויך די כוחות זיך פארמעסטין דערמיט.
איך זוך א מקור דערצו? איינער האט אפשר?
שכח
א מקור צו וואס???????? אז דער אייבערשטער געט כוחות זיך פארמעסטין?? דאס שטייט שוין און אלע מוסר ספרים...
אגב דע טייטש, האב איך געהערט נאך זאגען פונעם אלטע סקולענע רבי
רבי! פליז פאקעס...
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 359
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 10, 2019 4:18 pm
- נו גוט נו שוין
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12236
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm
ווערט געברענגט און א סידור, כ'מיין מיט'ן נאמען זכרון ישראל, אויפן פלאץ ביי ברוך שאמר, בשם רבי ר' ברוך ממעזעבוזש זצ"ל
ווער איז צמח???? ערשט האנטיגע באריכטן פונעם שפיאנאזש הויפטקוואטיר
Re:
גוגל האט געשריבן:Wow
קיינמאל דאס געליינט, א איד געט קיינמאל נישט אויף!!! עטס הערטס???? אז נישט, ליינטס איבער דעם ארטיקל!
ר' שמשון רפאל הירש'ס ווארט איז אויך מוראדיג.
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!