מיין ערשטן טאג אין היטשין / טאג ביך – שאץ מאץ

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

מיין ערשטן טאג אין היטשין / טאג ביך – שאץ מאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

בראשית: מוז איך מיר עפענטליך באדאנקען פאראונזער קאלעגע "לחיים ולברכה" פארן ארויף ברענגען זיינע זכרונות פון שבת נחמו תשנ"ט, וואס דאס האט ערוועקט אין מיר מיינע זכרונות פון שבת נחמו תש"ן, אט דער פאלגענדע ארטיקל האב איך אנגעהויבן שרייבן אין טאג פון הסתלקות פון מיין ר"י ר' אברהם שמואל שטערן זצ"ל, יום ב' לסדר ויצא יעקב יציאת צדיק מן המקום עושה רושם פנה הודה וכו' שנת תשס"ו לפ"ק, מיט א הספד צום אנהייב ארטיקל, (די הספד וועל איך לייגן צום סוף) און נאכן שרייבן מיינע זכרונות האב איך איבערגעלאזט דעם ארטיקל שטויביג ווערן אין "מיי דאקומענטס" אין מיין אלטן קאמפיאטער, ר' חיים ברוך האט גורם געוועהן מיר צו דערמאנען אז איך האב אזאנס ליגן אוועק געלייגט און ס'איז כדאי ארויס צונעמען מהנה צו זיין דעם ציבור, ליינט און האט הנאה,

אריינפיר:
א בליק אויפן פריעדיגן דור האט אסאך אפטייטשן, אבער איינער פון די באוויסטע זאכן פונעם אמאל איז די אמאליגע שטייגער אין עולם הישיבות, וואס די אמאליגע סטייל ישיבות זענען היינט כמעט נישטא, יעדער ווייסט צו פארציילן פונעם טאטן פונעם זיידן פון אלטע אידן פונעם פריעדיגן דור, ווי אזוי זיי האבן אפגעראכטן זייערע ימי הבחרות, אין דחקות אין צער, ווי חז"ל זאגן פת במלח תאכל וכו', פשוטו כמשמעו פשוט און גראד קוים געגעסן קוים געטרינקען, געשלאפן אויף אביסל שטרוי ווי אין די אלטע צייטן, אבער דאס אלעס קוקט מען אן נאר פאר א שטארק פארצייטישע הנהגה וואס היינט מאן דכר שמי', ב"ה יעדע ישיבה איז אויסגעשטאט מיט אזא ברייטקייט מטה, כסא, מנורה, (און הערשט איז מען נישט צופרידן מיט אלעם גוטן...).
דעריבער קומען מיר און פארציילן סודות פון חדר אז אפי' היינטיגע צייטן נישט אין די ווייטע פארגאנגענהייט איז אויך געוועהן פארהאן א ישיבה לויטן אמאליגע שטייגער אין אלע הינזיכטן, דאס איז די בארימטע ישיבה "ישיבת תורת חסד" לאנדאן – היטשין אין ענגלאנד, וואס ווען מיר תלמידים קוקן אביסל צוריק גלייבט זיך אליינס נישט אז ווירקליך מיר אליין האבן דורך געמאכט אזעלכע אומשטענדן וואס וואלט געפאסט פאר אמאליגע צייטן פון פארן קריג, נישט אין די "ניינטין ניינטיס"..., אין די קומענדיגע שורות ווילן מיר אביסל מיטיילן פון אונזערע איבערלעבענישן במשך די צוויי א האלב יאר וואס מיר האבן געהאט די זכי' זיך צו געפונען צווישן די הייליגע ווענט, און אויך מיטלעבן די אריבער גאנג פון די ישיבה אין שטאט לאנדאן און ארויס פארן אינדרויסן צום צווייטן מקום תורה אין דעם קליינעם שטעטל "אפלי" וואס איז לעבן היטשין:


חורף תש"ן – פלענער פון א נייעם פלאץ

ר"ח חשון תש"ן דעם ערשטן טאג אין די ישיבה, אלס קליין בחור'ל קום איך אריין אין דעם בנין הישיבה נישט גרויס און נישט קליין א קארנער הויז (אויף קעזנאוו רד. קארנער פאנטעין רד.), די ערשטע רושם וואס מאכט אויף מיר עפעס א האלב חרוב'דיגע בנין מיט אראפ געפאלענע פעינט פון די ווענט, אבער שטראלנדיגע פנים'ער זעהט מען איבעראל יעדער באגריסט מיר מיט א ברייטן שלום עליכם און אפערט אן הילף, דער ר"י אליין גיבט מיר שלום אין קוקט מיר אריין גראד אין די אויגן מיט א האלבן שמייכל ווי איינער זאגט מיט איין בליק האב איך דיר ארויס...,

צופרי ביי שחרית עפעס א מין דאווענען, ס'איז מיר געוועהן ווילד פרעמד אין מיינע אויגן אזא ווארעמע דאווענען האט מיר עפעס ארויף געברענגט יו"ט'דיגע געפילן, נאכן דאווענען דער ר"י דרייט זיך אויס צום עולם נעמט ארויס א משנה ברורה צייגט אן אין הל' תפלה ווי דער מחבר זאגט אז מ'דארף דאווענען אויף אזוי ווייט מ'זאל ארויס גיין מהתפשטות הגשמיות, דער ר"י ווערט צופייערט און שרייט "דאס איז נישט קיין מוסר ספר!!! דאס איז א שולחן ערוך" אזוי דארף זיך יעדע איד פירן עפ"י הלכה!!!!,
פרישטאג, די ערשטע טאג האמיר נאך געגעסן שריים פון דערהיים ווייל קיין גרויסע עסן איז נישט געוועהן, אביסל נעכטיגע ברויט מיט הארטע פיטער אפאר ביליגע גרינצייג וכו' אבער דאס איז געוועהן די פרישטאג יעדן טאג, מיטאג, פלעגט מען יא געבן געקאכטע עסן, אבער! ווי וואס ווען, קארג און מאגער, דעריבער האט זיך אין יענע צייטן געמאכט צווישען די ישיבה זעלבסט אייגענע עסן פארקויפער, איינער האט פארקויפט שטיקלעך מזונות, איינער האט פארקויפט טרינקען, (יא! טרינקען איז אויך נישט געוועהן...), נאכטמאל האט מען כנוסח אייראפה אויך געגעבן מילכיג כמעט די זעלבע וואס ביי פרישטאג,

די ישיבה איז באשטאנען פון בערך 85 בחורים צוטיילט אין דריי כיתות, די אינגסטע כתה איז געוועהן דער מגי"ש הרה"ג ר' יעקב דוד דאמב שליט"א, די צווייטע שיעור איז געוועהן הרה"ג ר' יצחק מאיר ברוין שליט"א, דער דריטע שיעור איז געוועהן הרה"ג ר' יוסף שווימער שליט"א, דער ר"י אליין פלעגט אויך אלץ האבן א שיעור אבער שנת תש"ן איז נישט געוועהן קיין כתה פארן ר"י אליין בלויז פיר פון די עלטערע בחורים האבן געלערנט מיט'ן ר"י,

דער משגיח כללי איז געוועהן הר"ר אלטר אליעזר לאווען שליט"א (וואס וואוינט היינט אין קרית טאהש) א זעלטענהייט פון א משגיח וואס פון אים אליין פאדערעט זיך א באזונדערע באשרייבונג, זיינע דרשות מיט זיינע אויף טוען אריין צו ברענגען פרישע התחדשות'ער אפגערעדט פון זיין געטריישאפט און געדולד, נערוועז אדער אנגעצויגנקייט איז נישט געוועהן ביי אים פארהאן, אויך האט ער פארמאגט שטארקע טאלאנטן צוויי געבענטשטע הענט, (א יאר פריער שנת תשמ"ט האט ער מעכאניש צוזאמען געשטעלט א אייגענע מאטאר ביציקל ארויף געלייגט א מאטאר אויף א געהעריגע ביציקל און מיט איין דריי מיט די פיס האט זיך אנגעצינדן דעם מאטאר און געפארן אליין ווי א מאטאר ביציקל...)

יענעם ווינטער האט מען געלערנט מס' שבת די ערשטע פרק ביז דף י' אין דערנאך פ' הזורק, ווייל דער ר"י האט מסביר געוועהן אז פ' הזורק מיט די ערשטע פרק איז איין המשך, פון דף י' האט מען געלערנט במקום שיעור פשוט, ר' אלטר אליעזר האט געמאכט אזעלכע קצורים די סך הכל'ס פון די גמרא, און אפגעטייפט ער האט פלאנירט צו מאכן אזעלכע קליינע פייל'ס יעדער זאל אריין לייגן דערין די קצורים, למעשה האט זיך נישט אזוי אויסגעארבעט,

יעדער בחור וואס איז אריין געקומען חורף תש"ן האט געוויסט אז דער ר"י האט גאר ערנסטע פלענער פון קויפן א פלאץ אויסער די שטאט א מקום מוכשר פאר די ישיבה, במשך דעם פארגאנגענעם יאר איז דער ר"י שוין געוועהן עטליכע מאל באקוקן עפעס א פלאץ בערך א שעה וועג פון לאנדאן אוועק פון יעדע מענטשליכע באשעפעניש, ווי ס'איז געוועהן דארט בעפאר א גוי'שע ערציאונג'ס היים, אבער צו ענדיגן דאס געשעפט האט זיך אויס געפעלט אסאך געלט, אין יענע צייט איז די ריעל עסטעיט געשטאנען זייער הויך אין ענגלאנד און דער אנגעגעבענע פרייז פאר דעם פלאץ איז געוועהן בערך א מילאן ענגלישע פונט פיל מער וויפיל ס'איז טאקע ווערד געוועהן, דער ר"י האט געדרייט ארויף און אראפ מיט די בענק מענידשערס און אויף א שלא עפ"י דרך הטבע'דיגע אופן נושא חן געוועהן אין זייערע אויגן און אים געטרויעט מיט אזא הלוואה.

איך געדענק ערב שבת פ' חיי שרה מ'האט געשמיסט אין די ישיבה אז היינט גייט מען ענדיגן דעם דיל מיטן באנק, אונז אלע האמיר געוויסט אז אן א נס משמים קען דאס נישט דורך גיין, ווייל ס'איז נישטא מיט וואס אויף צו ווייזן אפי' 10 טויזענד פונט, איך האב מעביר סדרה געוועהן מיט די תפילין (ווי עס איז באקאנט פאר אלע תו"ח תלמידים אז דער ר"י האט אלץ געפאדערט מ'זאל ערב שבת נאכן דאווענען מעביר סדרה זיין מיט די תפילין, למעשה אזוי ווי ערב שבת איז אין יעדע ישיבה איז א שווערע זמן פלעגט זיך עס קיינמאל נישט געהעריג אויסארבעטן נאר די נייע בחורים אדער די אנדערע תמימי לב זיי האבן ערליך אויסגעפאלגט אין מעביר סדרה געוועהן מיט די תפילין) בין איך אנגעקומען צו פסוק אין פ' חיי שרה ווי אליעזר האט געבעטן זיין תפלה צו השי"ת ויאמר ד' אלקי אדוני אברהם הקרה נא לפני היום ועשה חסד עם אדוני "אברהם" ס'האט זיך מיר געבעטן פון הארצן רבש"ע העלף היינט מיט חסד אונזער ר"י ר' "אברהם" שמואל ס'זאל אלעס אדורך גיין בשלום,

למעשה פונקטלעך ווי אזוי אלעס איז אדורך בין איך נישט אזוי באקאנט אין די פרטים, אבער אזויפיל ווייסן מיר יא אז דער בנין איז אפגעקויפט געווארן בשעה טובה ומוצלחת,
במשך דעם גאנצן ווינטער איז דער ר"י געוועהן זייער פארנומען, מיט די ישיבת טרדות און אויך פארשידענע אנדערע שטאטישע פראבלעמען וואס איז מרוב טובו וחסדו איז דאס געפאלן אויף זיינע פלייצעס, ס'איז געוועהן זייער א שווערע זמן ווייל אין די שטאט איז געוועהן אפאר אומגליקן צוויי אינגע מענטשן זענען אוועק, די ישיבה זעלבסט איז געוועהן צו גרויס פאר אזא קליינע בנין מ'האט געזעהן בחוש אז דאס ארויס פארן איז קריטיש וויכטיג בגשמיות וברחניות, די גוי'שע גאס ווערט ערגער מ'קען נישט האלטן קאנטראל אויף די בחורים, דעריבער יעדע זאך וואס איז געוועהן קאמפלעצירט פלעגט מען אלץ זאגן "אין היטשין וועט זיין בעסער",

ר' שלמה ראזען ז"ל
ר' שלמה איז געוועהן א אלטע פארצייטישע באבוב'ער חסיד, א עלנדע איד מיט געמאכט שבעה מדורי גיהנום געליטן פון די סיבירישע קעלטן און פון די דייטשע שטיוול, ער איז געוועהן דער ש"ץ אין בעל תוקע די ימים נוראים אין סאטמאר'ע ביהמ"ד אין לאנדאן, און זייענדיג א מענטש אליין אן קיינעם פלעגן די בחורים פון די ישיבה גיין שלאפן צו אים, ער פלעגט מטיב זיין די בחורים מיט אפאר פונט, אבער מיינט נישט ס'איז געוועהן נהמה דכסופא ווייל מיט צו מאכן א נאכט מיט דעם איד שוין איבער די תשעים איז נישט געוועהן פון די לייכטע זאכן, אבער טראץ די אלע זאכן פלעגן בחורים גיין מיט מסי"נ מיט איבער געגעבנקייט שלאפן דארט איבערנאכט און ארויס העלפן מיט וואס מ'דארף, דעם ווינטער האט אבער פאסירט אז אינמיטן די נאכט איז ער אליין אראפ פון בעט און אראפ געגאנגען די שטיגן אליין, און וויבאלד ס'איז געוועהן טונקל איז ער אומגעפאלן און זיך שטארק צוקלאפט, די הצלה איז שנעל אנגעקומען אבער למעשה איז ער אוועק פון די וועלט נישט איבערלאזנדיג קיין קרוב און קיין גואל, די בחורים האבן זיך מקבל געוועהן צו לערנען משניות לע"נ, (נאך היינט איז ר' שלמה א שם דבר ווען ס'קומט די הייליגע טעג דערמאנען זיך די לאנדאנער אידן ווי ר' שלמה פלעגט צו דאווענען אין זינגען זיינע נעימות'דיגע שטיקלעך)

שבת חנוכה
שבת חנוכה האבן מיר געהאט די זכי' אז כ"ק אדמו"ר מקרעשניף שליט"א (זצ"ל) איז געוועהן צוגאסט אין לאנדאן, פארשטייט זיך אז די תו"ח תלמידים זענען געוועהן די יושבים ראשונה (ווי ער פלעגט זיך אלץ אויסדריקן תורת חסד זענען מיינע תלמידים) דעם גאנצן שבת איז געוועהן גאר געהויבען, און מטעם הישיבה האט מען צוויי טעג געמעגט גיין צו הדלקת הנירות, וואס איז צוגעגאנגען מיט א אש קודש כידוע דרכו בקודש, במשך אגאנץ ווינטער איז געוועהן א שפע פון רבי'ס וואס זענען געקומען אויף לאנדאן נאך געלט (די לאנדאנער עקענאמיע אין יענע יארן איז געוועהן בשפע) ווי די בחורים האבן געהאט די מעגליכקייט להתחמם לאורם,

אזוי ווי ס'איז געוועהן א עיבור יאר איז דער זמן געוועהן לענגער ווי יעדע זמן אויב איז סתם אזוי סוף זמן שוואך איז דא געוועהן א שטיקל צו מישעניש מיט די סדרי הישיבה בנוסף צו די זייטיגע גשמיות'דיגע פראבלעמען, דעריבער האט ר' אלטר אליעזר דער משגיח געזאגט א שטרענגע דרשה אז מ'גייט נעמען אפאר וואכן פראבע ווער ס'וועט זיך נישט געהעריג צושטעלן וועט מען מוזן ארויס שטעלן דעם קומעדיגן זמן פון די ישיבה, וכן הוה דעם קומענדיגע זמן האט מען היפש בחורים נישט צוריק גענומען, חודש אדר איז אדורך געגאנגען גאר געהויבן, וויבאלד ס'איז געוועהן א עובור יאר האט מען שוין אדר א' מסדר געוועהן איין פ"ר, און למעשה די לעצטע מינוט ליל שישי פאר שבת זכור וואס איז געוועהן ערב פורים (פורים זעלבסט איז געפאלן מוצאי שבת ממילא איז תענית אסתר געוועהן דאנארשטאג) האט געזאלט זיין די הכתרה פונעם פ"ר און צו אלעמענס סופרייז האט ערשיינט א צווייטער פ"ר נישט דער וועמען יעדער האט זיך פארגעשטעלט, אזוי איז נמשך געווארן דער שבת זכור מיטן פורים אויף גאר א געהויבענע פרייליכע פארנעם:

חסל זמן חורף תש"ן
.
לעצט פארראכטן דורך שאץ מאץ אום מאנטאג אוגוסט 03, 2009 7:28 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

הערליך, ס'זעט אויס ווי א פארזעצונג איז אויפן וועג, עמער ווארטן דערויף בכליון עינים, (איינער קענעם?)

יישר כח פאר דערווייל.
דער גראפיסט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 380
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 16, 2009 11:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער גראפיסט »

שאץ שכוח גיי ווייטער מקען שוין באלד עפענען א עקסטערע תו"ח פארום...
אלס א תלמוד פון די ישיבה אין די שפעטערע יארן שוין צוריק אין 118 דארט ווי די האסט אנגעפאנגן שוין נישט געהאט די זכיה צו קענען די ערשטע ראש ישיבה ליידער אז איך וועל קענען וועל איך אמאל באשרייבן וויאזוי די ישיבה האט אויסגעזעהן ווען סאיז געקומען די ביטערע בשורה אז די ראש ישיבה איז נסתלק געווארן....
שוין די מיט די איבריגע שרייבטס ווייטער ענקערע זכרונות
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
ווארום
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 24, 2007 11:40 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארום »

שאץ, די ביסט געווען אין די צייטן ווען הבחור בינער ז"ל איז געווען פורים רב?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

שאץ א דאנק א שיינעם
דו ציעסט אן דער נייגער מיינעם.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

הערליך הערליך!

איך פלאן דערווייל נישט צו באשרייבן 'מיין' ישיבה, אבער איך מיין אז מיר האבן אויך אונטערגעהינקעט אין גשמיות.
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

ווארום האט געשריבן:שאץ, די ביסט געווען אין די צייטן ווען הבחור בינער ז"ל איז געווען פורים רב?


יא איך געדענק ווען דוד שמחה בינער איז געוועהן פ"ר, ער איז שוין נישט געווועהן געזונט בשעת מעשה, אבער זיך מחזק געוועהן מיט אלע כוחות,

ביי ש"ש ווען ער האט גערעדט פון צרות ישראל ברמיזה האבן אלע חבירים מיטגעוויינט,

למען האמת בין איך נאכנישט געוועהן דאן אין ישיבה אבער איך האב מיטגעהאלטן די ווירטשאפט
.
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

קיץ תש"ן – אריבערגאנג צום נייעם פלאץ


דעם זומער זמן פאנגט זיך אן אויף א שטילע פארנעם, פון בערך 65 בחורים, עפעס די גאנצע ישיבה האט זיך געשפירט ווי איין משפחה, ווי די וועלט זאגט וואס קלענער דער עולם אלץ גרעסער די שמחה, מ'האט אנגעהויבן צו לערנען דעם פערדן פרק אין מס' גיטין, השולח, וואס איז באקאנט פאר א לומד'ישע פרק, בינו לבינו זענען אריבער פארשידענע פלענער וויאזוי איינצוארדענען דעם נייעם בנין, דער ר"י האט זיך אדורך גערעדט מיט אפאר בעלי בתים וואס האבן לאנגע יארן ערפארונג אין בויעריי, און איינער פון זיי האט געזאגט אז כאטש דער בנין קוקט אויס אין א שטארק נאכגעלאזטע צושטאנד אבער דאס איז נאר ווייל עס איז אנגעהויפט מיט שמוץ וכדומה, אז מ'וועט אפרוימען וועט מען זעהן אז דער בנין קען גענוצט ווערן אזוי אויך אפי' אן אריין לייגן איבריגע געלט איבערצובויען,

וכן הוה יעדן פרייטאג פלעגן אפאר בחורים ארויס פארן צום נייעם בנין אין מיט די אייגענע הענט גערוימט דעם בנין (צו דינגען גוים איז נישט געוועהן קיין געלט...) די אלטע שמאטעס האט מען ארויס געשטעלט פון בנין געמאכט א גרויסן בארג אין פראנט פון בילדונג, יעדן פרייטאג ווען די בחורים פלעגן צוריק קומען מיט די פרישע באריכטן ווי מ'האלט שוין מיט די ארבעט, האט מען געזעהן די פריידיגע געפילן ביים ר"י (איינמאל האט ער זיך צופייערט און געזאגט עטץ ווייסט'ס ווי גוט עס וועט זיין שבת אינרויסן פון שטאט מען וועט קענען גיין מקבל שבת זיין אויפן פעלד אזוי ווי דער אריה"ק און דער בעשה"ק, און צוגעלייגט בדרך צחות און אפשר וועלן זיך די ציגעלעך זיך אויף שטעלן אויף די פיס אזוי ווי דארטן...) (בדרך אגב א שטיק צייט האט דער ר"י טאקע איינגעפירט כדי אנצוצינדן די הרגישים ביי די בחורים מקבל שבת זיין אינדרויסן אויפן פעלד ביי בואו ונצא איז מען ארויס..., און ביי בואו בשלום איז מען אריין... די הרגישים איז געוועהן אזוי גרויס אז ביי מזמור שיר ליום השבת האט מען שיעור געכאפט מלאכים ביי פיס... ציגן נישט....).

עטליכע טעג פאר ל"ג בעומר איז געקומען די פריידיגע בשורה אז דעם סעודת ל"ג בעומר וועט מען מאכן אינדרויסן אין היטשין ס'זאל הייסן אויך א שטיקל חנוכת הבית, יעדער האט זיך געגרייט און ל"ג בעומר נאכמיטאג זענען די בחורים ארויף אויף א באס, און ויסעו מ'פארט ארויס צום נייעם פלאץ, אויפן וועג איז מיטגעקומען אויך הרה"צ מלעלוב-ניקלשבורג שליט"א וועלכע האט געוויילט אין לאנדאן יענע צייט זייענדיג א מחותן מיטן ר"י'ס שווער הרה"ג ר' שלמה טאגער ז"ל, גראד ווען מ'איז אנגעקומען אהין האט מען זיך אריין געלאזט אינעם בנין וואס איז באקאנט אלץ שטארק קאמפליצירטע בנין סטעפס ארויף און טרעפן אראפ, א שטיבל אהער א שטיבל אהין, מיט געדרייטע האל וועי'ס, אזוי אז צום ערשטן מאל קען מען ווערן גוט צומישט, מ'האט זיך ארום געדרייט מיט געמישטע געפילן טראכטנדיג אה! דא וועט זיין א גוטע שטוב פאר מיר צו שלאפן וכו' וכו', ענדליך האט מען זיך דערזעהן אינדרויסן האט מען זיך געלאזט צום פראנט פונעם בנין ווי עס איז געוועהן דער גרויסער בארג מיט שמאטעס מ'האט דאס באגאסן מיט בענזין און מכבד געוועהן דער לעלוב – ניקלשבורג רבי שליט"א אנצוצונדן די הדלקה לכבוד הילולא דרשב"י אזוי ווי דער פלאם איז ארויף האט מען אנגעהויבן צו זינגען בר יוחאי אין א ריקוד ארום דער פייער, אבער דער גרויסע היץ האט נישט געלאזט מ'זאל קענען ארום נעמען דעם פייער מיט א רינג,

נאכן טאנצן איז מען אריין אין דעם גרויסן שפיל פלאץ (בלע"ז דשים, וואס איז עווענטועל נאכן שריפה פונעם ביהמ"ד געווארן דעם ביהמ"ד) דארט איז געוועהן צוגעגרייט א סעודה פאר די גאנצע ישיבה, מ'האט זיך געוואשן און געזינגען זמירות, דער לעלוב'ע רבי האט פארגעלערנט פון ספרי חסידות ד"ת, געטאנצט א רקידה און געבענטשט, נאכן בענטשן איז שוין געוועהן נאכט ס'האט געהערשט א פינסטערניש אין די גאנצע סביבה, מ'האט זיך ארויף געזעצט אויפן באס און מ'פארט אהיים מיט געהויבענע געמיטער, דער וועג אהיים איז געוועהן גאר געהויבן מ'האט געזינגען שיינע לידער, דער לעלובער רבי האט געהאלטן די מייק און גערעדט אפאר ווערטער געזינגען אפאר ירושלים'דיגע ניגונים, און אזוי האט זיך פארענדיגט דעם אומאפציעלע חנוכת הבית:

ויסעו מלאנדאן ויחנו בהיטשין

ווי באקאנט איז אין אייראפע איינגעפירט אז מען פארט אוועק זומער 3 וואכן פון נאך ט"ב ביז ר"ח אלול, דארטן רופט מען דאס "האלידעי" (אנדערשט ווי אין אמעריקא וואס מען פארט ארויס 2 חדשים), געווענדליך פלעגט מען ארויס דינגען א פלאץ פאר א קעמפ ערגעץ אויסער די שטאט ווי מען פלעגט פארברענגען אינאיינעם זיך אויסליפטערן, די 2-3 וואכן איז געוועהן אביסל א קלענערע סדר היום געבענדיג צייט צו שפאצירן, שווימען וכדו', אבער לעומת זה די שבתים פון האלידעיס פלעגן זיין גאר געהויבן ווייל אגאנץ יאר האבן נאר די אויסלענדישע בחורים געגעסן שבת אין דער ישיבה און אפילו טייל פון די אויסלענדישע האבן אויך געגעסן ביי קרובים, אבער אין די זומער וואכן האבן אלע בחורים געגעסן צוזאמען מיטן ר"י, ס'איז געוועהן אויף א הויכן שטייגער, דער ר"י זעלבסט פלעגט אויך יעדעס יאר ארויס קומען אין פארברענגען מיט די בחורים, דער ר"י האט געהאלטן אז א בחור דארף האבן מנוחה ושלוה אזא ענין אזוי ווי ליתן ריוח בין פרשה לפרשה.

היי יאר האט מען באשלאסן אז אויף ביז דערווייל כאטש דער בנין איז נישט איבערגעבויעט דאך וועט מען ארויס פארן פאר די זומער וואכן אינעם נייעם בנין אין היטשין, שוין פון תשעה באב נאכמיטאג האט מען געמאכט די נויטיגע הכנות פארבינדן די סידורים, חמושים, עטליכע ספרי קודש, ספרי חסידות מיט שטריק, נאך ט"ב האט מען אלעס אנגעלאדענט א טראק מיט טישן – בענקלעך און די אנדערע צוגעהרן און ס'פארט..., דאנארשטאג מיטאג איז ארויס געפארן אונזער באס מיט אונזערע פעקלעך, ווי מ'איז אנגעקומען צום נייעם בנין זעהט מען א רשימה ווי עס שטייט אויף די וואנט א ליסטע פון אלע בחורים איינגעטיילט ווי יעדע בחור דארף גיין אין וועלכע שטוב, מיין נאמען איז געשטאנען מיט נאך 3 אנדערע בחורים פון מיין כתה, מיין שלאף שטוב איז אויסגעקומען אויפן ערשטן שטאק ארויף ביים ווינקל פון בנין וואס קוקט ארויס צום פרייען פעלד פון די בעק זייט,
(ווייסט ווי?.... יא צום פרייען פעלד!)

אנקומענדיג אין שטוב האבן מיר געזעהן בלויז פיר ליידיגע ווענט אן קיין בעטן מען האט אונז געהייסן גיין נעמען בעטן פון אונטן אין איינע פון די פארלערן צימערן, דארטן איז געוועהן אויסגעלייגט א הויפן מאטראצן מיט א הויפן צוזאמען לייג בעטן (בלע"ז ארמי בעטן), יעדער האט גענומען איין מאטראץ און איין צוזאם לייג בעט פאר א אונטערשטע בעט (וואס איז ווייט פון זיין באקוועם...), יעדער שלעפט ארויף פון דעם גרויסן לאבי ארויף צו די שטובער זיין אונטערשטע און אויבערשטע בעט, מ'איז זיך אביסל מסדר, (סדר אין תו"ח מיינט ריקן דעם רענצל אונטערן בעט... ווייל קיין קלאזעט ווי צו האלטן די זאכן איז כמעט נישט געוועהן),

ס'איז שוין שפעט נאכמיטאג די בחורים פארזאמלען זיך אין ביהמ"ד צו מנחה מעריב, קיין לעקטער האט דער בנין נאכנישט פארמאגט..., ס'איז געוועהן אריינגעצויגן עפעס לעקטער אינעם בנין אבער נישט קאנעקטעט, בלויז איין איינציגע פלארעסנט באלב האט געברענט אין ביהמ"ד געצויגן מיט א עקסטענשאן ווייער פון די זייטיגע באנגעלאוי'ס ווי מ'האט פלאצירט די משפחות, מ'קען זיך פארשטעלן וויאזוי דער מעריב יענעם דאנארשטאג נאכט האט אויסגעזעהן מיט איין איינציגע באלב פאר א גאנצע ביהמ"ד, נאך מעריב דער ר"י האלט א פייערדיגע דרשה בעניני אמונה ובטחון אז יעדער איד דארף וויסן אז ער איז אנגעוויזן אויפן באשעפער יעדע רגע אין טאג, כאטש אין די שטאטישע לעבן איז דאס אסאך שווערער צו אנערקענען, למשל אז איינער וויל מאכן ליכטיג אין שטוב צינד ער אן די לעקטער און ס'ווערט ליכטיג און גלייכצייטיג ווערט דאס א געוואוינהייט און א רגילות אז מ'פארגעסט אז אלעס קומט פונעם באשעפער פון די וועלט און יעדע זאך איז א נס,

דא האט דער ר"י אנגעצייגט אויפן מצב פון די יעצטיגע שעה, היינט פירט אויס דער ר"י ווען יעדער בחור גייט זיך לייגן שלאפן אין די טונקל אן קיין לעקטער ווייסט ער קלאר אז ס'וועט נאר לעכטיג ווערן מארגן 6 אזייגער פארטאג'ס ווען דער באשעפער וועט אויפשיינען זיין לעקטער - די זון און בלויז דאן ווען דער זון וועט אויפשיינען הערשט דעמאטץ וועט לעכטיג ווערן, און יעדער וועט קומען צו די הכרה אז דער באשעפער איז דער וואס מאכט לעכטיג, די ברכה פון יוצר המאורות וועט האבן גאר א אנדערע מכיוון, גלייך צייטיג האט דער ר"י אנגעווארנט אז קיינער זאל נישט אנצינד קיין לעכט כאטש ס'איז טונקל מכח ווייל ס'קען חלילה געשעהן א שריפה, (דרך אגב האט דער ר"י אלץ געהאט א פחד פון פייער ווייל אין זיינע אינגע יארן איז געשעהן א שריפה אין ישיבת מתיבתא וואס האט זיך ל"ע אויסגעלאזט מיט א קרבן ה"י).

מיר זענען זיך געגאנגען לייגן אריין אינעם געדרייטן בנין אין איבעראל הערשט א פינסטערניש, איך האב זיך עטליכע מאל אריין געקלאפט אין די ווענט מיינענדיג אז דארט איז די וועג אריין, ענדליך בין איך אנגעקומען צו מיין מקום מנוחה, איך האב געוואלט ליינען קר"ש ס'איז דאך אבער פינסטער, וואס טוט מען? איך האב באשלאסן אז איך צינד יא אן א לעכט (כמנהג בחור) וכן הוה איך האב פארמאגט ביי מיר אזא טרעוול לעכט (א לעכט אין א בלעכענע האלטער) איך האס דאס אנגעצינדן און אנגעפאנגען צו ליינען קר"ש צו די לעכטיגקייט פון מיין לעכט, בינו לבינו האט זיך די חלב אביסל אויפגעלאזט אינעם בלעכענעם האלטער אויסגיסן האב איך נישט געקענט אויפן נייעם פלאר, האב איך גענומען מיין סידור און צום סוף ביים דעקל אויסגעגאסן די רינעדיגע חלב אויפן דעקל (איך האב נאך געהאט ביז לעצטנ'ס אין באזיץ דעם סידור מיט די אויסגעטריקנטע חלב אויפן אינווייניגסטע דעקל...)

פרייטאג צופרי דער עולם האט געדאווענט געמיטלעך ערב שבת'דיג, נאכן דאוואנען קיין פרישטאג איז נישט נאך נישט געוועהן געהעריג צוגעשטעלט די בחורים האבן זיך ארויס געלאזט אויפן פעלד שפאצירן, עטליכע בחורים האבן זיך ארויס געזעצט אונטער די שאטן פון די ביימער מעביר סדרה געוועהן, אדער סתם כאפן א שפאציר, מיטאג איז שוין יא געוועהן עפעס צועסן וואס די סערענטשער רעבעצן תליט"א האט צוגעשטעלט (באמת וואלט זיך געפאדערט א באזונדערע קאפיטל צו באשרייבן די רעבעצן'ס געוואלדיגע געטריישאפט פאר די ישיבה אין יענע צייטן צוזאמען מיט איר מאן דער סערענטשער רב ז"ל וואס האבן אסאך כח, צייט, פלאג און מוה אריין געלייגט לטובת די ישיבה) די רעבעצן פלעגט יעדן פרייטאג אפקאכן דאס עסן פאר די בחורים אויף שבת, שפעטער האט מען אויף גענומען א באשטומטע קעכער אויף א גאנצע וואך וואס ער האט אויך געקאכט שבת הר"ר אייזיק קרויס ני"ו.

אויף שבת זענען שוין ארויס געקומען עטליכע משפחות צו וויילן דא דעם זומער פאר די קומענדיגע 2 וואכן, ווי דערמאנט פריער איז קיין לעקטער נאך נישט געוועהן, בלויז אין ביהמ"ד האט מען אריין געצויגן פיר פלערעסנט באלבס (עטוואס מער ווי דאנארשטאג נאכט...)

דעם ערשטן שבת נחמו

פרייטאג צונאכט'ס, מנחה און קבלת שבת איז געדאווענט געווארן עטוואס פריער בערך ביים זמן הדלקת הנירות (צוליב די שפעטע זמן אין אייראפע) מ'האט געדאווענט מיט א חיות לעבעדיג מיט א ברען (נוסח תו"ח) ביים בלויזן שיין פון איינס אדער צוויי פלארעסנט, נאכן דאווענען מ'זינגט "גוט שבת גוט שבת" שרייט'דזעט אידעלעך גוט שבת דעם באקאנטן וויזניצער ניגון און דערנאך א רקידה מיטן באקאנטן הקפה ניגון תשמ"ג, (די רקידה נאכן דאווענען יעדע וואך איז איינגעפירט געווארן דורך הרה"ח הישיש רבי משה ארי' ראזנבערג (שליט"א) ז"ל, וואס ווען די ישיבה איז געוועהן אין שטאט זייענדיג א שכן צו די ישיבה פלעגט ר' משה ארי' דאווענען אין די ישיבה פרייטאג צונאכט'ס און טאנצן א רקידה נאכן דאווענען לכבוד שבת, ר' משה ארי' איז באקאנט אלץ פייערדיגע חסידישע איד מיט א מורא'דיגע ברען און התלהבות, שפעטער ווען ר' משה ארי האט קבוע מקום געוועהן אינעם סאטמארע ביהמ"ד אויף קלעפטאן האט ער ווייטער ממשיך געוועהן דעם שיינעם מנהג פרייטאג צונאכט'ס נאכן דאווענען מאכן א רקידה לכבוד שבת), אבער זינגען דעם ניגון "גוט שבת" שטאמט אויך פון א גוטן מקור וואס ווי באקאנט האט די שטאט לאנדאן געהאט די זכי' אז אפאר יאר האט געוואוינט דא דער צדיק וקדוש הנקרא בפי כל רבי יודעלע זצ"ל ושם מחלקק ספון, ווי די תורת חסד בחורים פלעגן אפט אהין גיין צו זעהן די עבודת הקודש, פלעגט זיין די מנהג דארט אז גראד נאכן דאווענען פרייטאג צונאכט'ס פלעגט מען זינגען דעם ניגון "גוט שבת" שרייט'דזעט אידעלעך גוט שבת!, און נאך זיין התסלקות כדי צו געדענקען דעם צדיק לזכר עולם האט מען איינגעפירט אין ישיבה צו זינגען דעם "גוט שבת" יעדע וואך,

נאכן דאווענען מ'גייט אריין אין עס זאל וואס איז נאך נישט געוועהן אויסגעשטעלט מיט לעקטער, אבער כדי מ'זאל קענען זעהן האט מען צוטיילט קארטאפל אין העלפט און אריין געלייגט לעכט (יא! קארטאפל מיט לעכט...) בערך דריי לעכט צו א טיש, און אזוי האט מען געגעסן די סעודה, דער ראש ישיבה האט מיר געזאגט בדרך הלצה נאך די סעודה די זעהסט די לעכט אויפן טיש? ס'איז נישט אזוי פשוט אין די גאר טייערע רעסטאראנטן איז אויך טונקל מיט בלויז לעכט אויפן טיש..., די סעודה איז געפירט געווארן דורך ר' יצחק משה (ברודער פונעם ר"י) וואס ווי באקאנט זיינע ווארעמע שבת טישן פלעגט צוגיין אין די ביינער און אויף פלאמען פארשלאפענע געמיטער (בכלל זיין ראלע אין די ישיבה פארדינט א עקסטערע באשרייבונג), ר' יצחק משה האט דאן אויסגעלערנט דעם וויזניצער רחם און געזינגען רחם רחם בחסדך... איין מאל און צוויי מאל און אויך צענדליגע מאל ווי מער מ'האט געזינגען אלץ מער טעם האט מען געשפירט דערביי, צום בענשטן איז אריבער געקומען דער ר"י, מ'האט געזינגען די קבועות'דיגע ניגונים יבנה המקדש, כי רוצה, שבעינו מטובך, וטהר לבינו, איינס אריין געפלאכטן אינעם אנדערן ווי באקאנט פאר די תו"ח תלמידים, נאכן בענטשן האט מען נאך ווייטער געזינגען ביז... די לעכט האבן זיך פארלאשן....(יא! אזוי ווי מ'ליינט אין די מעשה ביכלעך)

שבת בייטאג, געדאווענט געליינט, נאכן דאווענען ביי די סעודה איז שוין אין עס זאל געוועהן לעכטיג פשוט ווייל ס'האט אריין געשיינט פון די פענסטער, אבער שלש סעודות ווען מ'האט אנגעפאנגען איז נאך געוועהן אביסל לעכטיג, שפעטער איז שוין געווארן טונקל, ס'איז געוועהן א טונקעלע ש"ש מ'האט געזינגען די זמירות אלעס וואס שטייט אין סידור, ידיד נפש, ק'ל מסתתר, אין כאלקינו אויס געלאזט חי וקים נורא ומרום וקדוש...שששש, דער ר"י האט געזאגט תורה, די תורה זעלבסט געדענקט איך נישט אבער כדרכו איז אלץ געוועהן וואס צו הערן שטארקע יסודות און הסברים בעניני עבודת ד',

גראדע די צווייטע שבת איז שוין יא געוועהן לעקטער אין עס זאל, אבער עפעס ביי ש"ש האט די לעקטער געקראכט, מ'איז ווייטער געזעסן אין די טונקל, די דריטע וואך ביי ש"ש איז געוועהן א שטארקע רעגן באגלייט מיט דינערן און בליצן האבן די שטאט פארוואלטונג אויסגעלאשן די לעקטער מורא האבנדיג פאר א שריפה, וויבאלד ס'איז שוין געוועהן אזוי אז דריי וואכן אין א צו איז געוועהן טונקל ביי ש"ש איז שוין געבליבן א לאנגע צייט דערנאך אז ש"ש פראוועט מען אין די טונקל,

די זומער וואכן זענען באמת געוועהן א פארגעניגן בגשמיות וברוחנית, מיט א שטארקע מנוחה ושלות הנפש, דער ר"י אליין האט אויף געפאדערט די בחורים מ'זאל לערנען ספרי חסידות, די עלטערע בחורים זאלן לערנען מיט די איגענע ווי משפיעים ומקבלים, ס'איז געוועהן קאפיס פון סידור נהורא און ספרי חסידות אויף די זומער וואכן באר מים חיים וכו', אין איינע פון די טעג איז כ"ק מרן מסאטמאר שליט"א (זצ"ל הברך משה) געוועהן צוגאסט אין לאנדאן אויף 2 טאג, בבית אכסניא פון הנגיד ר' משה מארקאוויטש הי"ו וואס האט געמאכט א ברי"מ פאר זיין זון, און דער רבי (שליט"א) זצ"ל אלץ הכרת הטוב וואס ר' משה האט געשאפט גרויס געלט פאר די ת"ת בנין אין וומס"ב איז געקומען צו פליען מיט א קאנקארד, דער ר"י האט פון זיין טאש באצאלט פאר קאר סערוויס'ן זאלן טראגן די בחורים צום ברית און צו די סעודה מקבל פנים זיין דעם רבי'ן (שליט"א) זצ"ל, אונז זעמיר אהין געפארן און דער רבי האט זיך שטארק געפרייט צו אונז געגעבן שריים, געזאגט תורה און אונז זעמיר צוריק געפארן אין ישיבה,

ווען די דריי וואכן זענען פאראיבער מ'האט געקלערט פון צוריק פארן אין שטאט און איבער בויען דעם בנין, איך געדענק ווי איין טאג איז דער ר"י געזעסן און פארנט פון ביהמ"ד און יעדע בחור וואס איז דורך געגאנגען האט דער ר"י געפרעגט זיין מיינונג צו מ'זאל אריין פארן צוריק אין שטאט אבער בלייבן דא אנדרויסן ביז סוף זמן, איך ווייס נישט וואס אנדערע בחורים האבן גענטפערט אבער איך האב געזאגט מ'זאל בלייבן דא, וכן הוה מ'איז געבליבן אין ישיבה ביז סוף זמן,

ראש השנה

סוף זמן האט אין תו"ח געהייסן נאך ר"ה, עס איז געוועהן זייער א שטארקע דגוש אז די בחורים זאלן פארבלייבן אין ישיבה ביז נאך ר"ה, עס איז כמעט נישט ערלויבט געוועהן פאר א בחור אהיים צו פארן אויף ר"ה, און באמת ר"ה אין ישיבה האט געהאט א אייגן ארטיגן טעם, דער ר"י האט אמאל געזאגט א דרשה פאר ר"ה ווען עטליכע בחורים האבן געוואלט אהיים פארן, האט דער ר"י געזאגט מ'זאל מאכן א חשבון וואס דאס מיינט איין טאג פון עשרת ימי תשובה פון א בחור, ווייל איין טאג פון ימי הבחרות איז דאך ווי א יאר אלץ אינגערמאן אזוי שרייבט דאך דער ישמח משה אין א בריוו, און איין טאג פון עשרת ימי תשובה איז דאך קעגן אלע וואכן פון א אגאנץ יאר ווייל למשל זונטאג פון עשרת ימי תשובה איז דאך מתקן צו זיין אלע זונטאג'ס פון אגאנץ יאר כידוע פון ספה"ק, קומט אויס מ'זאל מאכן א חשבון איין טאג פון עשרת ימי תשובה איז דאך פופציג טעג פון א בחור וואס איז 50 יאר פון א אינגערמאן, נו! זאל מען נישט זיין אזא טאג אין ישיבה?....

ראש השנה זעלבסט איז געוועהן געוואלדיג געוואלדיג, מ'קען דאס נישט מסביר זיין וויאזוי א בחור שפירט ר"ה אין ישיבה, אן קיין בושה, ווען מ'האט געוואלט שרייען האט מען געשריגן, ווען מ'האט געוואלט וויינען האט מען געוויינט, (נישט ווי אין ביהמ"ד ווי מ'שעמט זיך פארן שכן) ביים דאווענען האט מען ארויף געלייגט דעם בענקל אויפן טיש במקום א שטענדער נוסח תו"ח און געדאוונט (איך האב קיינמאל נישט געשפירט אז ס'איז עפעס מאדנע ארויף צו לייגן א בענקל אויף א טיש במקום א שטענדער ווייל אין ישיבה איז דאס געוועהן העכסט נארמאל ביז א גאסט פון דער פרעמד איז אמאל געקומען באזוכן אין די ישיבה אן מיר געפרעגט דעם באדייט פון לייגן בענקלעך אויף א טיש האב איך אנגעהויבן טראכט אז ס'איז טאקע גאנץ מאדנע...)

סליחות האט געזאגט ר' אברהם גאטסמאן שו"ב שליט"א פון לאנדאן מיט א שטארקן ברען און א הויעך קול, די בעלי תפלות די הייליגע טעג זענען געוועהן בראש וראשון דער חותן המלך ר' שלמה טאגער ז"ל א זקן שקנה חכמה מיט א אייגן ארטיגן חן, א נוסח וואס איז געוועהן שטארק פרעמד אבער גאר בא'טעמט, זיסע תנועה'לעך און געשמאקע קוועטשן, דאס האבן מיר בייגעוואוינט ווי ר' שלמה דעם ערשטן טאג ר"ה איז געגאנגען מיט מסי"נ אין מקוה, קיין מקוה איז נישט געוועהן אבער א קאלטע סווימינג פול איז געוועהן אינדרויסן אונטערן פרייען הימל און ער אלץ אלטע איד איז געגאנגען אין דעם אייז קאלטע וואסער זיך טובל זיין מיט מסי"נ ממש, בעל שחרית איז געוועהן ר' איטשע גאלדבערגער שליט"א (וואס פארדינט אויך א באזונדערע קאפיטל פון זיין אנוועזנהייט אין די ישיבה) בעל תוקע איז געוועהן דער ר"י אליין,

מ'האט גענדיגט דאווענען גאר שפעט נאמיטאג, ר' שלמה ז"ל האט געדאווענט זייער שטאט, מאנכע האבן נישט געהאט קיין געדולד צו זיין לאנגע דאווענען, אבער איך האב יא שטארק ליב געהאט זיינע זיסע תנועות, (האב איך דען געוויסט דעמאטס אז דאס וועט מיר צוניץ קומען שפעטער אלץ שאץ מאץ?.....) דער ר"י האט דירעקט געוואלט מ'זאל ענדיגן שפעט כדי מ'זאל זיך נישט ארום דרייען נאכמיטאג ליידיג,

דעם צווייטן טאג ר"ה צופרי זענען די בחורים זענען געוועהן שטארק מיד פון נעכטן, איז געקומען וועקן דער בעל קורא איך געדענק נישט זיין נאמען פונקטליך (כמדומה הרב גודלעווסקי עפעס אזוי) מיט אזא ליטווישן נוסח געזינגען ובשופר גדול יתקע ומלאכים יחפזון וועלנדיג אזוי אויף וועקן די בחורים צום פארכטיגן טאג.

ר"ה איז געוועהן גאר געהויבן און עס ליגט אונז אין די ביינער אפי' אסאך יארן נאכדעם, די זמן האט זיך גענדיגט נאך שבת שובה ווי אלע בחורים זענען אהיים געפארן איש על מחניהו ואיש על דגלו, די בחורים וואס האבן געוואוינט און לאנדאן זענען אסאך געבליבן מקושר צו די ישיבה אויך בין הזמנים ווען אינעם אלטן בנין 118 קעזנאוו איז געוועהן א מנין שבת און יו"ט ווי מ'האט צוזאמען געדאווענט כנוסח תורת חסד מיט א ברען שטאט און לאנג אום געיאגט,

דעם קומדיגן זמן איז מען שוין לכתחילה געפארן ארויס קיין היטשין ווי מ'האט געמאכט במשך בין הזמנים קליינע תיקונים און דארטן איז די ישיבה פארבליבן.

חסל קיץ תש"ן

די תקופה פון חורף תשנ"א, דעם סדר היום אין ישיבה בכלל, ובפרט די שווערקייטן טאג טעגליך, דעם ר"י'ס ערשטע מחלה, און זיין געזונט ווערן, ווי אויך די גזירה פון אפשפארן דעם בנין, פאדערט זיך באזונדערע קאפיטלעך ועוד חזון למועד:
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

מלא חן, הערליך שאצעדיג אראפ געלייגט, איך האב טאקע נישט געלערענט דארט, אבער דו האסט מיך אהין געפירט א-ווי מיט א קאנקארד.

א גרויסן יישר כח פארן נעמען די מיה דאס צו באשרייבן/פארבעסערן.
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

שאץ מאץ האט געשריבן:
ווארום האט געשריבן:שאץ, די ביסט געווען אין די צייטן ווען הבחור בינער ז"ל איז געווען פורים רב?


ביי ש"ש ווען ער האט גערעדט פון צרות ישראל ברמיזה האבן אלע חבירים מיטגעוויינט.

איך האב די שלש סעודות ביי מיר אין באזיץ, ס'איז מיר אויך געקומען צו וויינען.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

דו שטעלסט מיר אריין אין נאסטאלגיע, הגם איך האב עס קיינמאל נישט מיטגעלעבט. א שיינעם דאנק אייך, הער שאץ-מאץ.
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

משה קאפויער האט געשריבן:יישר כח, הערליך שיין באשריבן!

אגב אורחא, איך האב ביי מיר א קונטרס מיט חידושי תורה פון הבחור החשוב דוד שמחה ע"ה.


צום שלימות, לייג ארויף כאטש דעם דעקל דא
.
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך cano »

שא"ץ יישר כוח פארען באשרייבען, וואו קרעמער אין איך הער, האב איז נישט געלערנט דארט, אבער מיט דעם אלעם האב איך געפילט וואו גלייך איך געפין זיך און תו"ח אטמעספער.
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

זייער שיין מיט בענקענדיגע געפילן.

דערמאנסט מיר פון מיין ישיבה אין אויסלאנד וואו איך האב געלערענט...
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15481
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

הערליך הערליך.
ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 08, 2008 4:13 pm
לאקאציע: וואקאציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך »

נאך אפאר מינוט ליינען, רייב איך מיר די אויגן, ווי צו זאגן יא? ער האט שוין טאקכ געענדיקט?
מלא תוכן!! הלוואי ווען האב ווען די השגות.
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

אט איז א בילד פונעם בנין אין היטשין, פון די הייעך, נאך בעפאר אונז האמיר דאס אפגעקויפט,
אטעטשמענטס
binyen.jpg
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

1) די ברוינע לאנגע בנין אין די זייט, איז געוועהן ארגינעל די דשים, וואס איז נאך די שריפה פארוואנדלט געווארן פארן ביהמ"ד.

2) די ערשטע פענסטער אויף די רעכטע זייט די צווייטע שטאק, דארט איז געוועהן מיין שלאף שטוב....

3) אין די בעק זעהט מען זיך ציעם א שיפע (מער ברוינליכע) דאך יענס איז געוועהן די ביהמ"ד וואס האט אפגעברענט ל"ע.

4) די סווימינג פול

5) אינמיטן פונעם בנין זעהט מען א איינציגע שטוב וואס קומט ארויס מיט א שיפן דאךפון ביידע זייטן, דארט איז געוועהן דער שיעור צימער פיל מיט פענסטער'ס
(עי' אונזער צווייטע ארטיקל)


נאך פיקטשער'ס איז אן די וועי.....
.
לעצט פארראכטן דורך שאץ מאץ אום דאנערשטאג אוגוסט 06, 2009 6:17 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

איך לייג דא איבער די פיקטשער'ס מיט נומבער'ס
אטעטשמענטס
binyen.jpg
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

עפעס שטימט נישט דא, וואו איז פארשוואונדן געווארן דער ברוינע בנין אונטער'ן סווימינג פול? און וואס איז מיט די שיפע דאך דערנעבן וואס איז נעבן די וואנט פון די באנגעלויס? מ'האט זיין אראפגענומען מיט די צייט?
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

לחחים ווי געזאגט איז דאס בעפאר דעם אפקויף פון ישיבה,
והא ראי' עס איז נישטא קיין מחיצה ארום די פול,
איך האב די פיקשטער אין גרויס מ'זעהט ווי ס'פעלט די געבלס, ווייזט אויס די בילד איז געכאפט געווארן עטליכע יאר פריער,
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

שאץ, הגם איך בין אין די ישיבה קיינמאל נישט געווען, פארט האב איך מורא'דיג הנאה געהאט פונ'ם ארטיקל, עס האט מיר געברענגט צו א געוואדלדיגע בענקשאפט צו מיינע בחור'ישע יארן. יישר כוח גדול.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ר' שאץ, נא דיר א ישר כח בשם א אינגערמאן מתלמידי תורת חסד וועמען מיר האבן געטאן א געפעליגקייט און ארויס געפרינט אייער ארטיקל, ער זאגט מיר אז איר האט אראפ געמאלן די ישיבה אזוי לעבעדיג אז ער בענקט זיך צוריק.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
KMW
שר האלפיים
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 11:05 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KMW »

שאץ מאץ האט געשריבן:
קיץ תש"ן – אריבערגאנג צום נייעם פלאץ


חסל קיץ תש"ן

די תקופה פון חורף תשנ"א, דעם סדר היום אין ישיבה בכלל, ובפרט די שווערקייטן טאג טעגליך, דעם ר"י'ס ערשטע מחלה, און זיין געזונט ווערן, ווי אויך די גזירה פון אפשפארן דעם בנין, פאדערט זיך באזונדערע קאפיטלעך ועוד חזון למועד:


יעצט געלײנט, אין מילים! המשך??...
אוועטאר
nice man
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 26, 2021 9:04 am

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nice man »

KMW האט געשריבן:
יעצט געלײנט, אין מילים! המשך??...
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”