פארוואס פונקט אויפ'ן האדסאן?

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שערי תקוה
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 2:47 pm

פארוואס פונקט אויפ'ן האדסאן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שערי תקוה »

בס"ד

א רעדאקטאר אין א צייטונג האט זיך לעצטנס אויסגעדריקט, אז גענוי ווי עס איז דא א וועכנטליכער רובריק פאר וועטער, לאטערי, זמנים א.ד.ג. דארף מען מאכן א רובריק פון ערפלאנען קראכן... עס גייט נישט אריבער א וואך כמעט, און א פרישער קראך זאל נישט פארנעמען די העדליינס...

יענע געלעכטער... א סקרוך גייט דורך אין די ביינער ווען מען הערט די פאטעליטעטן. די קישקעס דרייען זיך, ווען מען טראכט ווי אזוי די פאסאנדזשירן האבן געפילט בשעת'ן די קראך.

רוב פון די קראכן האט זיך טאקע גענדיגט מיט א טראגעדיע ל"ע. אבער עס איז דא פון די וואס מען האט געזען דעם באשעפערס הענט, און די פאסאנדזשירן זענען אפגעראטוועט געווארן.

איינע פון די עפיזאדן איז פארגעקומען דאנערשטאג פרשת שמות נאכמיטאג - בשעת ווען א פארהערער האט פארהערט די כיתה ה' אינגלעך, די אפטייטש פון די פסוקים "כי מן המים משיתהו" און דאס זיסע קול'כל פון שמואלי, האט אזוי שיין ערקלערט ווי אזוי דער באשעפער האט לאנג געמאכט "בתי'ס הענט" ארויסצונעמען משה רבינו פון וואסער - זענען ניו יארקער בירגער געווארן אויפגעציטערט, ווען מען האט געהערט אז א "יו. עס. עירוועיס פליגער" האט געקראכט אינעם "האדסאן ריווער" און דער באשעפערס וואונדערליכע הענט, האט אפגעראטעוועט אלע פאסאנדזשירן.

לאמיר זיך אינאיינעם אריינזעצן אינעם פליגער, און מיטהאלטן די דאזיגע רייזע, און דערנאך וועט עס לאנדען אויפ'ן אונזער טאג טעגליכן סדר היום.

דער פליגער רייזע הייבט זיך מיט א רוהיגקייט, אינדרויסן בוושעוועט שרעקליכע ציפעדיגע ווינטן, אבער אינווייניג אינעם פליגער איז מען אויסגעשטרעקט אויפ'ן זיץ, מיט א רוהיגקייט, ווי כאילו גארנישט פון אינדרויסן מיינט מיר.

עס הייבט זיך העכער און העכער, עס גיט זיך א קליינער וואקל, אבער עס פארט ווייטער. פלוצלונג הערט מען א גערויש און א טומל. אין די ערשטע סעקונדעס מיינט מען עס איז גארנישט, אבער וואס א מינוט שפעטער ווערט עס ערגער און ערגער. עס הייבט אן צו צו קומען רויעך, דאס שרעק ווערט מער און מער! א טויט שטילקייט הייבט אן צו הערשן אויפ'ן פליגער. דער פיילאט לעשט אויס די צוויי מאטארן, און דאס איז עס! מען איז ליידער משלים מיט'ן ביטערן מציאות! מען פארמאכט זיך די אויגן, און מען גיט אויף! פארפאלן עס איז נישט מעגליך געראטוועט צו ווערן! חרטה געפילן הייבן אן צו בושעווען, פארוואס האב איך פונקט געדארפט היינט פארן?! פארוואס האב איך גענומען פונקט דעם פליגער?! יענער איז שולדיג אז איך בין יעצט דא! און אזוי ווייטער טראכט מען אלע שרעקעדיגע מחשבות אין אזא ביטערע פארלעגנהייט, ווען דאס טויט רח"ל שטייט פאר די אויגן.

דאס אלעס איז טאקע אין די "בעק סיט" אבער אויפ'ן אויבן אן זיצט זיך אין זיין פאטעל דער "פיילאט" סאללי סולענבערגער, ער שלאגט זיך מיט זיינע געדאנקן: איז דער מצב א פארגאנגהייט אדער נישט? אבער ער טראכט אז ער האט א פליכט, עס אז דא א גרויסע מעגליכקייט אז אין געציילטע מינוטין וועל איך שוין נישט זיין צווישן די לעבעדיגע, קיינער וועט נישט קענען האבן קיין טענות אויף מיר, עס איז אינגאנצן נישט מיין שולד, אז פייגלעך האט זיך אריינגעכאפט אינעם מאטאר. קיינער וועט נישט וויסן וואס מען וואלט ווען יא געקענט טון. אבער איך האב א פליכט וואס איך מוז ערפילן! און געגאנגען, דער שטופ פון קוראזש און נישט אויפגעגעבן, האט איבערגעלאזט ביים לעבן 150 מענטשן!

מיר וועלן זיין אינעם האדסאן! האט ער מיט א זיכערקייט אריינגעזאגט אינעם ראדיא. פון די אנדערע זייט האט מען פארלוירנערהייט געשריגן...! ניין...! גיי דא...! גיי דארט...! דער מצב האט אויסגעקוקט ביטער! אבער די שטארקייט פון דורכגיין א מצב האט אים געהאלפן מיט'ן באשעפערס הילף צו לאנדן אויפ'ן האדסאן מיט א סוקסעס.

דער עראפלאן איז נישט אומזינסט געראטעוועט געווארן! דער ערפלאן איז נישט אומזינסט אנגעקומען אינעם "האדסאן ריווער" נעבן די מאנהעטן אינזלען! אין די זעלבע מינוטין האט זיך א פארפאלק געפונען אויפ'ן "וועסט סייד" הייוועי, אויפ'ן וועג צוריק קיין בארא פארק. א פארפאלק וואס האט חתונה געהאט מיט א גליקליכקייט. א קאפל וואס האט געמיינט אז דאס גוטס פון די וועלט איז אויף זייער זייט. אבער זענען גאר שנעל געוואויר געווארן אז זייער מצב איז גאר ביטער. מען איז געווען ביזי מיט "אינפערטילעטי" באהאנדלונגען, און יעצט זענען זיי געווען צוריק פון א דאקטאר'ס אפוינטמענט. דאס שטימונג אינעם אויטא האט מען געקענט פארגלייכן צום שטימונג וואס האט געהערשט אויפ'ן "יו. עס. עירוועיס פלייט 1549" אין דער זעלבער צייט. דאס פארפאלק איז געווען אנגעזעצט און אן א מוהט. פארוואס זאלן זיי בכלל זיין יעצט "העפי"? איז דען מעגליך הנאה צו האבן פון די פליסיגע ריווערס, ווען טרערן פליסן פון די אויגן, נאך נאך א דורכפאל ביים דאקטאר?! די רוישיגע הייוועי האט צוגעגעבן צום רוישיגקייט פון די יאוש'דיגע געדאנקן וואס האט זיך אפגעשפילט אין זייער מח.

עס האט געבוושעוועט אין זיי א געדאנק, פארוואס דארפן מיר בכלל אהיימפארן?! האבן מיר נאך א ציל אין לעבן אפילו?! מען האט דאך אויפגעגעבן אויף אונז! מיר האבן געהאפט אז מיר וועלן פון די היינטיגע אפוינטמענט אהיימפארן מיט פאזיטיווע געפילן, אבער ליידער איז עס גאר פארקערט. לויט די דאקטאר'ס ווערטער, איז נישט מעגליך אז מיר זאלן נאך געהאלפן ווערן.

א רעש... א טומל... מען הערט גערוישן, און פלוצלונג זעט מען א ריזן פליגער העכער'ן קאפ...! אוי...! אוי...! רחמנא ליצלן...! וואס גייט דא פאסירן...! און אזוי ווען דאס הארץ קלאפט מיט'ן גרעסטן אימפעט כאילו מען איז איינגעטינקן אין קאלט וואסער, האט מען "לייוו" מיטגעהאלטן דעם פלאטשקע אינעם "האדסאן ריווער" פונעם גרויסן פליגער, ווען פון זייערע דערשראקענע מיילער ווערט ארויסגעשריגן: אוי...! שרעקעדיג...! עס איז נישט מעגליך אז איינער האט איבערגעלעבט...! דאס פארפאלק האט פארגעסן אויף די מינוט פון וואו זיי קומען, און זענען געווען יעצט פארנומען, אז זיי זענען ערשט היינטיגע עדות, צו א שרעקליכן טראגישן ערפלאן קראך ה"י. מען האט געהאפט אז עס איז נישט דא דארט קיין אידן, און די מחשבות האבן נאטורליך געארבייט פיבערהאפטיג.

אבער דאן איז געשען דאס וואונדערליכע, מענטשן האבן זיך באוויזן אויפ'ן פליגל... די וואס זענען זיכער געשטארבן, האבן זיך ארויסגעשלענגלט פונעם פליגער איינס נאך איינס... יאפס, פון זיכערע טראגעדיע, איז "קיינער" נישט געשעדיגט געווארן. אז דער באשעפער הייסט לעבן, לעבט מען.

ווען דאס פארפאלק האט געהערט אביסלע שפעטער די געוואלדיגע ישועת השם מיט'ן עראפלאן, זענען זיי געקומען צו די מסקנא, אז יא, דער פליגער האט געקראכט צוליב איין סיבה: ווייל מיר זענען דאן געפארן אויפ'ן "וועסט סייד" הייוועי, און השי"ת האט אונז געוואלט געבן א צייכן פון חיזוק אין אמונה ובטחון, אז מען האט טאקע אויף אונז אויפגעגעבן, אבער עס קען זיין מיר פארן אויפ'ן "יו. עס. עירוועיס פלייט 1549" און מיר וועלן אי"ה געהאלפן ווערן אוף א אופן וואס מיר קענען טאקע נישט טראכטן.

אז מען טראכט שוין יא פאזיטיוו, איז דאס פארפאלק געקומען צו נאך א מסקנא. די מידיא איז געווען ביזי מיט דאס העלדישקייט פונעם פיילאט, אז מיט זיין געניטשאפט, האט דאס פליגער געלאנדעט מיט אזא סוקסעס. דער פליגער איז געפירט געווארן דורך א פיילאט וואס האט געוויזן שטארקייט, און דורך דעם געראטוועט זיינע פאסאנדזשירן פון א זיכער'ן טויט בעז"ה.

מיר געפינען זיך אויך אויף א פליגער. א פליגער וואס ווערט געפירט דורכ'ן בעסטן פיילאט וואס איז מעגליך. א פיילאט וואס האט רעקאדר פון סוקסעסן. א פיילאט וואס פירט איר פליגער אויף א וועג, וואס דער מערסטער געלערנטער פיילאט קען זיך נישט פארמעסטן. דער בורא ומנהיג לכל הבריאום, פירט אונז צו א זיכערע לאדונג, א לאנדוג צו א צייט פון פרייליכקייט און לעבדיגקייט, צו אזאנס וואס מיר האבן נישט גע'חלומ'ט אז עס וועט פאסירן.
די ארטיקלען זענען גענומען מיט רשות פונעם "שערי תקוה" אויסגאבע, ארויסגעגעבן דורך המוסד "דורות" (המכונה "עי. טיים").
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

די ארטיקל איז געשריבן געווארן דורך א גוטער שרייבער, און איז א שטארקע מוסר השכל.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32534
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

קרעמער, מער פון דעם קען איך נישט זאגן.. ס'איז געוואלדיג גוט געשריבן, און מ'קען פון דעם ארויסנעמען פיהל מיט חיזוק..

שכח שערי תקוה, ברענג נאך פון די...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
וואס
שר חמש מאות
תגובות: 667
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 20, 2007 8:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס »

די נאמען פונעם שרייבער שטימט מיטן ארטיקל, הערליך באשריבן, א ווינטל פון חיזוק.
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

זייער א שיינע געדאנק.
איך ווארט צו הערן די גוטע ענדע.
אוועטאר
join us
שר חמישים ומאתים
תגובות: 363
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 6:05 pm
לאקאציע: און מיין שיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך join us »

וועלקאם שערי תקוה.
קאם און טעיק אעי סיט ענד רילעקס.

קענסט דאך יא ביסט דאך א געוואלדיגע שרייבער.

האופ טא העיר מאר פראם יאא.
יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יא יא »

צו קענען קאמפיטען מיט אזא וועטער און נאך אלץ זיין ווארימער (דער ארטיקל) איז נישט קיין גרינגע זאך.
עניוועיס הערליכע פונקט, הערליכער ארויסגעברענגט, וועלקאם אבאורד.
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35409
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אבער נאך ווי מיר האבן א פיילאט, מיט זיין חכמה קאן זיך קיינער פארמעסטן, ער פירט שוין אונזערע עלטערן און אור עלטערן זינט בריאת העולם, ער איז אן ערפארענער פילאט מיט פיל פיל פלי שעות ערפארונג, וואס ער טוט איז אלעמאל ריכטיג אויך דאן ווען צומאל כאפט מען זעצעס פון אלע זייטן און מען ווערט צוטרייסעלט, אויף זיינע טאטן פרעגן מיר קיין שאלות ווייל מיר ווייסן אז דער ענדגילטיגער ציל איז כלו טוב וחסד.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

שערי תקוה, א מורא'דיגע מוסר השכל, און א געוואלדיגע וועג פון טראכטן, יישר כחכם.
תמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תמים »

שערי תקוה ביזט א מואר'דיגע פיילאט, עס האט זיך מיר יעצט געדאכט ווי איינער פירט מיר העכער די האדסאן רייווער איך איך זעי די פלען לאנדן ,ווי אויך זעי איך די דערנעבדיגע הייוועי.

איך ווער משוגע פאר דיין געבוי ,און נאך קענען אריינווישן אן מוסר השכל .וואס איז א שטאקע אמת. איך וועל מוזן בעל כורחו צו לייגן וואס מען שרייבט צו געווענליך אזא צייט "שרייב מער אפטער"
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

שערי תקוה, די מיט דיין ארטיקל (ווי אויך די פארגאנענער ארטיקל פון עטליכע חדשים צוריק) ברענגסטו מיר ארויף טשילס ביים ליינען, אזוי הארציג און געפיליש אראפצושרייבן עפעס ברויך מען קענען. און להוי ידוע. די קענסט!

א שטארקער מוסר השכל פאר יעדן איד אין זיין שווערע מצב.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

שערי תקוה,
א הערליך ארטיקעל, מתוק מתוק,

שטארק דיך, דיינע שווערעקייטן זענען א דורעך גאנג, גיטע צייטן זענען פאראויס פאר דיר, די פיילאט וואס פירט דיך האט דיך ליב אין ער וויל דיך אביסעל טעסטן אין אויב די פעסט די טעסט וועסטו באקימען א לוין,
האלט דיך.... די טעסט איז כמעט אווער....
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15456
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

מיין פינגער ציטערן פון באגייסטערונג, סאו וועל איך נאר זאגן א קורצער יישר כח.

דער ארטיקל איז ווערט שווערע געלטער, ביטע שיק עס אריין צו איינע פון די אויסגאבעס.
אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 24, 2008 1:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשי קניהויז »

דאס איז מוראדיג גוט געשריבן, און זייער א גוטע מוסר השכל.

שכוח שערי תקוה.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יאנאש האט געשריבן:מיין פינגער ציטערן פון באגייסטערונג, סאו וועל איך נאר זאגן א קורצער יישר כח.

דער ארטיקל איז ווערט שווערע געלטער, ביטע שיק עס אריין צו איינע פון די אויסגאבעס.

לויט מיין פארשטאנד קומט עס שוין פון אן אויסגאבע, מיטן נאמען "שערי תקוה".
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15456
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

גלעד טו הער דעט.
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13894
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

שכח שערי תקוה!

נישט געוואלט עכט אריינגיין אינעם ארטיקל געמיינט אז מען רעדט שוין ווייטער פונעם קומזיץ...

דערווייל האב איך געוויינט ביים ליינען די ארטיקל און נישט געלאכט....
סטיוו שמידט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיוו שמידט »

ייש"כ,
ימלא השם משאלות לבך לטובה
האסט א גאלדענע פעדער {כ'מיין קיבארד...} און זייער א רייכע גיטע שפראך, ברענגסט זייער גיט ארויס א זאך,
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

שכח שערי תקוה! זייער א גוטע מוסר השכל.
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
ווארום
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 24, 2007 11:40 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארום »

שיין שיין
שטארק הנאה געהאט!
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3686
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

מוראדיג שטארק נתרגש געווארן, יש"כ.

פאטאקי; דו ביסט א געבראטענער לץ. איך טראכט יעצט, צו איך זאל עפענען יענע אלע קומזיצ'ן אפשר פארווארפט זיך אויך דארט עפעס א זיסן מוסר השכל'דיגן ארטיקל.
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

יעצט צום ערשטן מאל געזען דעם ארטיקל, גאר רייך און באלערענד!
--------------
אופסס.. יגר האט עס אויך יעצט גענדיגט ליינען..
אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך cano »

אויך יעצט אנגעקימען, עס איז געוואלדיג גוט אראפגעלייגט, יישר כוח.
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

אזוי ווי ס'דא דא לעצטענס א שטארקע אינטערסע אין אלטע אשכולות, ווי אויך האט דער עולם ריקוועסטעד נאך פון שערי תקוה, האבען מיר אפירגעקראצט נאך איינס

ווי אייביג, פיין געשריבען, מלא הארץ און חיזוק
אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green »

ער איז דאך אזוי גוט, נא ברענגטס אים צוריק אבער שוין
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”