וואס איז דער באדייט פון די דאזיגע אויסדריקען

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

shtilerheit
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2006 4:52 pm

ער איז דא אריינגעפאלען ווי א ...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shtilerheit »

איך קום אריין דעם צווייטען טאג סוכות צום שוויגער זז"ג ווייזט זי מיר אן דאס איז אונזער גאסט היינט, א יוד אין די מיטעלע יארן, איך געב עם די האנט טריי עים צו מאכען היימיש ווי האט מען געדאווענט? וויפיל מענטשען דאווענען דארט? וכו' וכו' און אויף אלעס ענפערט ער אפ זיין תירוץ און בלייבט שטיל פראבירט ניטאמאל צו ציען א שמועס, איך געב אויף און פערטיג, מען מאכט קידוש מען ברענגט די עסן ער זיצט א גאנצע צייט שטיל ביי זיין פלאץ אין קליענט אויס די טעלער, איך טראכט אזוי דאס איז דאך ממש ווי מען רופט "ער איז אריינגעפאלעו ווי א יון און די סוכה".
בקיצור לאמיר צוגיין צום ענין זינט דאן פלאג איך מיך ווער איז דער מיסטריעזער יון? ווי קומט ער טאקע אריין און די סוכה? אפשר ווייסט איר וואס איז פשט אין די ווערטער, זייט אזוי גיט און זייט עס מסביר פאר מיר איך זאל דאס אויך פארשטיין.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

ווען דער יון וואלט טאקע אריינגעקומען/אריינגעפאסט אין די סוכה, וואלט די ווערטל נישט געהאט קיין באדייט.

אט דאס איז טאקע דער באדייט פונעם ווערטל: עס פאסט גארנישט אריין!
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

קרעמער אזויפיל נישט צו וויסן? א יון איז א גרעך, אדער גרעק, אדער גריכישער, ביינונז ווייסט מען אז א גוי לאזט מען נישט אריין אין סוכה, איז אמאל אמאל פאלט אריין א יון אין די סוכה, קוקט ער דאך ארום ווי דער האן אין בני אדם, איבער דעם זאגט מען דאס אזוי.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

דאן וואלט די וויצל אויך געקענט לויטן: ווי א טערק אין די סוכה!
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

אבער טערק נוצט מען שוין ביים שוויצן ווי א טערק.
אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך cano »

וואלט מען דאך געקענט זאגען וואו שוויצען אין די סוכה סוכ"ס אמאל אמאל געשענט דאס אויך?
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

עס קוקט אויס ווי יעדע לאנד האט זיך זיינע אייגנשאפטן:

האסט מיר אפגעטאן אויף טערקיש.

אבער דו רעדסט צו מיר גריכיש.

דו רומענישער גנב.

דו פוילישער ליגנער.

דו רוסישער שיכור.

דו אונגארישער נאר.

דו אמעריקאנער פוילער.

דו איזראעלי שנארער.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

קרעמער האט געגעבן טיטלען, יעדער קען כאפן איינס, ס'איז נאר פאר די אכט מערסטע שרייבערס.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

"אבער דו רעדסט צו מיר גריכיש"
איך כאפ דעם טיטול פאר מיר !
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

דו דארפסט זיך נאך אביסל אונטער גארטלען צו זיין פון די אכט מערסטע שרייבערס, אויסער אויב מען לאזט אויס קרעמער, ווייל ער איז דער וואס טיילט.
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

קרעמער האט געשריבן:עס קוקט אויס ווי יעדע לאנד האט זיך זיינע אייגנשאפטן:

האסט מיר אפגעטאן אויף טערקיש.

אבער דו רעדסט צו מיר גריכיש.

דו רומענישער גנב.

דו פוילישער ליגנער.

דו רוסישער שיכור.

דו אונגארישער נאר.

דו אמעריקאנער פוילער.

דו איזראעלי שנארער.


יא יא אזוי גייט עס ביי אנדערע זאכן אויך, יעדע זאך לפי שמו הראוי והמתאים לו.
* סליחות זאגט מען
* כפרות שלאגט מען
* לולב שאקלט מען
* הושענת קלאפט מען
* הקפות טאנצט מען

הגם ס'כלל אינו דומה, אבער שוין...
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

זארעכפעפער האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:עס קוקט אויס ווי יעדע לאנד האט זיך זיינע אייגנשאפטן:

האסט מיר אפגעטאן אויף טערקיש.

אבער דו רעדסט צו מיר גריכיש.

דו רומענישער גנב.

דו פוילישער ליגנער.

דו רוסישער שיכור.

דו אונגארישער נאר.

דו אמעריקאנער פוילער.

דו איזראעלי שנארער.


יא יא אזוי גייט עס ביי אנדערע זאכן אויך, יעדע זאך לפי שמו הראוי והמתאים לו.
* סליחות זאגט מען
* כפרות שלאגט מען
* לולב שאקלט מען
* הושענת קלאפט מען
* הקפות טאנצט מען

הגם ס'כלל אינו דומה, אבער שוין...

ברכת המזון בענטש מען
ברכת הנהנין מאכט מען
קריאת שמע ליינט מען
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

תרועה

פארשטייסט נישט וואס איך האב געוואלט ארויסברענגען. אום תשרי גייען מיר דורך אלע איבונגען - אלס כפרות עוונות - שלאגן, שאקלען, קלאפן, טאנצן וכו'.
קהל'ס נאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהל'ס נאר »

קרעמער האט געשריבן:דו אמעריקאנער פוילער.


דו פוילער אמעריקאנער. כצ"ל
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

דו קהל'ס נאר..
אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

וואס איז דער באדייט פון די דאזיגע אויסדריקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעסטערמיינד »

ס'איז דא אמאל ווען איך האלט אינמיטן ליינען אן ארטיקל אדער איך הער אויס איינעם רעדן, און איך הער אן אויסדריק, וואס מאכט מיך זיך אפשטעלן און טראכטן, וואס איז דער באדייט דערפון?

"סאיז ביי מיר קלאר ווי דער טאג"

אויבן אויף וואס פעלט פאר די אויסדריק? גארנישט, טאקע גארנישט? לאמיר זעהן, הניחא ווען דער טאג וואלט אלץ געווען קלאר איז איין זאך אבער ווי מיר ווייסען איז דאך דער טאג נישט אלץ קלאר, אדרבה פרעגט אייערע ענגלישע חברים וועלעכע טעג איז מער, קלארע אדער פארוואלקענטע?

דאס זעלביגע איז מיטן אויסדריק,

" וזה בריר אצלי כשמש בצהרים"

איי אפשר איז די רעדע פון דער זון וואס געפונט זיך שטענדיג בצהרים, אדער קלאר ווי עס איז פארהאן אזא זאך ווי טאג, דאן וואלט מען געברויט צו זאגן " ס'איז ביי מיר קלאר ווי עס איז דא טאג" אד"ג.

"דיינע ווערטער פאלן אויף טויבע אויערען"

די אויערען זענען נישט טויב, דער מענטש איז טויב ווייל ער קען נישט הערן, גייסטו דען גיין זאגן אויף א טויבן "יענער האט טויבע אויערען" ? ניין נאר " יענער איז טויב".

וכהנה וכהנה.
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3686
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

"ביסט דאך אזא שלימזל איך קען דיר גארנישט זאגן"

אז דו קענסט נישט זאגן דעמאלטס רעד נישט, וואס איז פשט אז איך בין א שלימזל ווייל דו קענסט נישט רעדן, אין אזא פאל ביסטו דאך דער שלימזל, נישט אזוי?
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

"מכרה כיום" האסטו שוין אמאל געהערט? פון דארטן שטאמט דער אויסדרוק "קלאר ווי דער טאג".

"עס לאזט זיך גארנישט זאגן" איז דער ריכטיגער אויסדרוק אנשטאט "איך קען דיר גארנישט זאגן".
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

איך האב אויך אפאר זאכן וואס איך וויל וויסן די באדייט דערפון. איך האב פונקט געוואלט עפענען אן אשכול דערוועגן, נאר אז מ'האט שוין געעפנט, וועל איך אריינשרייבן דא:

1) האסט געזען די נייע פארפאלק? זיי לעבן ממש ווי טויבעלעך!
וואס איז פשט? טויבעלעך האבן די בעסטע שלום בית?

2) ער איז אויסגערוהט ווי א בער?
א בער איז מער אויסגערוהט ווי - צ.ב.ש. - א קוה אדער א לייב?

3) ער איז שטיל ווי א פיש.
וואס הייסט? יעדע פיש איז דען שטיל? איך קען פערזענליך (אקעי, נישט פערזענליך, נאר מיין חבר האט אים געקענט) א פיש וואס האט גערעדט...

4) האסט געזען די נייע מנורה? ס'גייט ווי מצה וואסער!
ווי וואס? ווי מצה וואסער? דו האסט שוין געזען אז מצה וואסער זאל אזוי גוט גיין? און וואס איז בכלל מצה וואסער, ווייסט אפשר איינער? מצה מיט וואסער? אדער מצה וואס איז געמאכט מיט וואסער? אדער אפשר וואסער וואס איז געמאכט פון מצה? וואס איז דאס?

5) ער האט מיך אנגעקוקט ווי פון די לבנה אראפ.
וואס? דו מיינסט טאקע אז איך קוק אזוי אויף יעדן וואס קומט אראפ פון די לבנה? ס'ווענדט זיך. קוקט יענער אויס ווי א משאגענער, קוק איך אים אן ווי ער איז פון די לבנה אראפ, אבער סתם אזוי? וואס עפעס?

6)דער שקרן. ער ענטפערט מיר נישט געהעריג. ער דרייט מיט די צונג.
אקעי, פליז זיי מסביר. וואס הייסט ער דרייט מיט די צונג? ווען מ'רעדט אמת האלט מען די צונג גלייך, און ווען מ'זאגט ליגענט דרייט מען מיט די צינג? איז דאס פאר די זעלבע סיבה פארוואס מ'דרייט מיט די פינגער בייים זאגן א פשעטל, ווייל ס'איז עפעס נישט גלייך?

7) איך האב מיך אזוי פארשעמט. איך האב געפילט אז איך באגראב מיך לעבעדיגערהייט.
האלאו, קאם אן. דו ווייסט גאנץ גוט אז א מענטש קען זיך נישט אליינס באגראבן לעבעדיגערהייט. קענסט אפשר בעטן א צווייטן זאל עס טון פאר דיר, אבער אליין וועסטו דאס נישט קענען באווייזן.

8) ס'געפעלט אים נישט. ער קרומט מיט די נאז.
האט שוין איינער אמאל געזען א קרומע נאז? וויאזוי "קרומט מען" מיט די נאז? איר מיינט אז ס'קרומט זיך עפעס אזוי גרינג מיט די נאז?

9) ער רעדט פאר פייער און פאר וואסער.
אקעי. פליז. קענסט מיר מסביר זיין אין לעהמאן'ס טוירמס וואס די פשט פון די ווערטער איז? וואס הייסט? ער רעדט צו פייער און וואסער? די פייער און וואסער הערן אים דען אויס? מה-דאך דו בשר ודם ווילסט אים נישט אויסהערן, זאלן די צוויי נבראים וואסער און פייער אים אויסהערן?

10) א צענטער צו מנין.
פארוואס זוכט מען אייביג א צענטער. האו עבאוט א פערטער, א זעקסטער, א ניינטער. כ'מיין צו זאגן, ס'מאכט זיך גענוג מאל אז דער צענטער איז שוין לאנג דארט, נאר דער זעקסטער צי דער ניינטער איז נאכנישט אנגעקומען. נישט אזוי?


ווען איך וועל זיך דערמאנען נאך זאכן, וועל איך עס בלי"נ שרייבן.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעסטערמיינד »

קודם קליינער מוז איך דיך גראטולירען, כ'מיין אז עס איז אויף דערווייל דיין לענגסטע תגובה אין קרעטשמע,

אגב א בער איז מער אויסגערוהט ווייל ער שלאפט דורך דעם גאנצען ווינטער.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אני_הקטן;

אויף רוב זאכן קען איך דיר ענטפערן, אבער די צייט ערלויבט מיר נישט יעצט. אין פאל די קאלעגעס מיינע וועלן דיר נישט פארענטפערן ביז מארגן ביי מיין ערשיינונג, וועל איך דיר פרובירן ענטפערן כיד ה' הטובה עלי, בלי נדר.
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3686
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

איך האב דיר געוואלט געבן דעם זעלבן קאמפלימענט, דיינע תגובות אלעמאל זענען מיט זאפט, ועכשיו ביותר.
לאמיר גיין פאמעלעך

2) ער איז אויסגערוהט ווי א בער?
א בער איז מער אויסגערוהט ווי - צ.ב.ש. - א קוה אדער א לייב?
האט מען שוין גענטפערט


3) ער איז שטיל ווי א פיש.
וואס הייסט? יעדע פיש איז דען שטיל? איך קען פערזענליך (אקעי, נישט פערזענליך, נאר מיין חבר האט אים געקענט) א פיש וואס האט גערעדט...
יאפס, א פיש רעדט נישט

5) ער האט מיך אנגעקוקט ווי פון די לבנה אראפ.
וואס? דו מיינסט טאקע אז איך קוק אזוי אויף יעדן וואס קומט אראפ פון די לבנה? ס'ווענדט זיך. קוקט יענער אויס ווי א משאגענער, קוק איך אים אן ווי ער איז פון די לבנה אראפ, אבער סתם אזוי? וואס עפעס?
ענדליך צו דעם געפינט מען אין פר' שלח "ויהי בעיניני כחגבים", ודו"ק

6)דער שקרן. ער ענטפערט מיר נישט געהעריג. ער דרייט מיט די צונג.
אקעי, פליז זיי מסביר. וואס הייסט ער דרייט מיט די צונג? ווען מ'רעדט אמת האלט מען די צונג גלייך, און ווען מ'זאגט ליגענט דרייט מען מיט די צינג? איז דאס פאר די זעלבע סיבה פארוואס מ'דרייט מיט די פינגער בייים זאגן א פשעטל, ווייל ס'איז עפעס נישט גלייך?
ווען מ'מורמעלט עפעס ארויס, מ'הערט נישט קיין קלארע ווערטער, קומט דאס פון דרייען מיט די צינג, געווענדליך קומט עס נישט פון אויסגעשאסענע ציינער...

7) איך האב מיך אזוי פארשעמט. איך האב געפילט אז איך באגראב מיך לעבעדיגערהייט.
האלאו, קאם אן. דו ווייסט גאנץ גוט אז א מענטש קען זיך נישט אליינס באגראבן לעבעדיגערהייט. קענסט אפשר בעטן א צווייטן זאל עס טון פאר דיר, אבער אליין וועסטו דאס נישט קענען באווייזן.
בערך אזוי ווי: איך האב געווארט די ערד זאל מיך איינשלינגן, איך האב נישט געקענט דערהייבן דעם דורכפאל

9) ער רעדט פאר פייער און פאר וואסער.
אקעי. פליז. קענסט מיר מסביר זיין אין לעהמאן'ס טוירמס וואס די פשט פון די ווערטער איז? וואס הייסט? ער רעדט צו פייער און וואסער? די פייער און וואסער הערן אים דען אויס? מה-דאך דו בשר ודם ווילסט אים נישט אויסהערן, זאלן די צוויי נבראים וואסער און פייער אים אויסהערן?
ס'האט נישט געקלאפט איין ווארט מיטן צווייטן, אקוראט ווי וואסער קען נישט ליגן אין איין שיסל מיט פייער

10) א צענטער צו מנין.
פארוואס זוכט מען אייביג א צענטער. האו עבאוט א פערטער, א זעקסטער, א ניינטער. כ'מיין צו זאגן, ס'מאכט זיך גענוג מאל אז דער צענטער איז שוין לאנג דארט, נאר דער זעקסטער צי דער ניינטער איז נאכנישט אנגעקומען. נישט אזוי?
די גרינגסטע וועג צו שאפן א מנין, ווערי סימפעל
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

שכוח מעסטערמיינד. איך זעה אז אויף 1, 4 און 8 האסטו נישט געהאט קיין ענטפער. אבער ס'איז גארנישט; נישט דאס איז די ציל פון די דיסקוסיע.
אקעי, אז ס'איז שוין יא אזוי, לאמיך פרעגן נאך אפאר ענינים:

11) די גאנצע מעשה האט נישט קיין הענט און קיין פיס.
דהיינו? וועלכע מעשה האט יא הענט און פיס? האסט שוין געזען - צ.ב.ש. - א מעשה וואס האט סיי הענט און פיס, א מעשה מיט הענט אבער אן פיס, אדער א מעשה מיט פיס אבער אן הענט?

12) גיי דיר וואו די שווארצע פעפער וואקסט.
וואו? וואו די שווארצע פעפער וואקסט? האסט בכלל אן אהנונג וואו די שווארצע פעפער וואקסט? אין קאליפארניע? אין ארגענטינא? אפשר אין באגדאד? כ'מיין, וואו?
און בכלל, פארוואס דארף איך אהינגיין? וואס איז מיר שלעכט דא? און אפילו שוין יא גיין וואו די פעפער וואקסט, אבער וואס עפעס וואו די "שווארצע" פעפער וואקסט? האסט עפעס קעגן די ווייסע אדער רויטע פעפער?
און וואו לאנג דארף איך דארט זיין? נאך ניינציג טעג מעג איך צוריקקומען? אדער אפשר דארף איך דארט בלייבן מיין גאנצן לעבן? כ'מיין, זאג קלארער וואס איך זאל טון.

13) קינד און קייט ווייסט אז יענער איז אן ערליכער איד.
קינד און וואס? קינד און קייט? וואס הייסט? א קייט קען "וויסן"? איז דען בכלל שייך ביי א קייט דאס מין מושג פון "וויסן"?

14) די מעשה איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן.
איך גיי אפילו נישט פרעגן וואו געפלויגן? וואס געפלויגן? ווען געפלויגן? אבער רבונו של עולם, וואס איז דאס מין ווארט "געשטויגן"? וואס מיינט דאס? אזא ווארט איז דאך קיינמאל נישט געשטויגן און נישט געפלויגן.

15) די מעשה איז אויסגעזויגן פון פינגער.
איך פארשטיי באמת נישט. ווער זויגט מעשיות פון פינגער? וויפיל איך ווייס, זויגט מען א מעשה פון א מעשה ביכל, אדער פון א צייטונג אדער מאגאזין. אמאל אמאל פון די אינטערנעט. אבער פון די פינגער? מאן דכר שמי'? ווער האט שוין אמאל געזען אזאנס?
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

12) גיי דיר וואו די שווארצע פעפער וואקסט. : שווארצע פעפער וואקסט זייער ווייט פון דא סא דאס מיינט גיי די וואטסטע וואס די קענסט
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

איך וויל גיין אביסל ווייטער. איך האף אז דער עולם האט נאך געדולד.

16) ער נעמט מיך ארויס פון די כלים.
וואס הייסט? זיי מסביר, ביטע. ביזט בכלל געווען אין די כלים? דהיינו? מ'האט דיך גע'כשר'ט אויף פסח? ניין, אמת'דיג, וואס הייסט אז דו ביזט געווען אין די כלים?
און טאמער עמיר שוין יא איינזעצן אז דו ביזט געווען אין די כלים, פארוואס האט ער דיך ארויסגענומען? ווייל ער האט געזאגט א זאך וואס האט דיר געברענגט אויפרעגעניש, האסטו געמוזט ארויסקומען פון די כלים? האסטו דען נישט געקענט דארט בלייבן און אים צוריקגעבן מנה אחת אפים? וואס האסטו דיך געדארפט אויפהייבן און ארויסקומען? ס'גייט מיר נישט אריין אין קאפ.

17) אזוי שרייבנדיג "ס'גייט מיר נישט אריין אין קאפ", וויל איך טאקע פארשטיין דעם אויסדרוק.
דיין קאפ האט דען בכלל א בית קיבול? ס'טייטש אזוי, ווען איינער רעדט עפעס צו די זאך, גייט דיר עס יא אריין אין קאפ? דורך וואו? דורך וועלכן פתח? דורכ'ן חוטם, פה, אדער אוזן?

18) און רעדנדיג פון "רעדן צו די זאך".
וואס הייסט דאס רעדן צו די זאך? דו רעדסט אמאל צו א זאך? דו יא? און דו? איך אויך נישט. פארוואס זאל איך בכלל רעדן צו א זאך? איך רעד געווענליך נאר צו א מענטש, אדער העכסטנס צו א וואנט. אבער צו א זאך? פארוואס זאל איך?

19) סטראשע די גענז.
פארוואס זאל איך זיי סטראשען? ווייל דיר פאסט נישט צו ווערן געסטראשעט, זאל איך גיין סטראשען די גענז? און אז דו דערשרעקסט דיך נישט פון מיר, האלטסטו אז די גענז וועלן זיך יא דערשרעקן?
און בכלל, וואס האט מען זיך אזוי אנגעכאפט אין די אווזים? וואס זענען זיי שולדיג? פארוואס זאל איך נישט - למשל - סטראשען די הינער אדער די טויבעלעך? אקעי, די טויבעלעך נישט, ווייל זיי האבן דאך א גוטע שלום בית... אבער פארוואס נישט די הינדעלעך?

20) איך מיין אז דער "אני_הקטן" וועפט שוין.
וואס הייסט? איך בין עפעס א שאכטל קאווע אדער א טאבאק פושקעלע? וואס הייסט דאס מין ווארט "איך וועפ שוין"?
An article a day keeps the babies away
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”