מיין "וויפילטע" תגובה? הו קעירס!

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

מיין "וויפילטע" תגובה? הו קעירס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

איך קען נישט באשליסן. יא שרייבן? נישט שרייבן? אוי לי אם אומר, יואל'י אם לא אומר, כ'וועל דאך זיין סתם א יואל'י. מ'וועט מיך אנקוקן ווי א יואל'י, מ'וועט זיך רעכענען מיט מיר ווי מ'רעכנט זיך מיט א יואל'י, מ'וועט מיר געבן אן עלי' אזוי ווי מ'געט פאר א יואל'י (ניטאמאל הגבה, אפשר גלילה - נעה דאס אויך נישט, כ'האב דאך שוין א חתימת זקן). הכלל, איך וועל זיין א פלעינע יואל'י ווי אלע יואל'יס.

נו, דאס וויל איך דאך נישט. איך מאך נישט אוועק די יואל'יס, זיי זענען חשוב'ע מענטשן, איך קען פערזענליך אסאך פיינע יואל'יס. אבער דאך, ווייסט דאך, ער איז דאך פארט א יואל'י...

וואו קומט דא אריין די גאנצע שמועס פון יואל'י? גיי ווייס. קוק צוריק אויפ'ן ערשטן שורה, דארט האב איך בטעות געשריבן "יואל'י אם לא אומר", און ביי דעם איז עס שוין געבליבן. נאר א מאשקע קען דאס באווייזן; א יואל'י וואלט דאס קיינמאל נישט געטון... (שוין ווייטער מיט יואל'י)

([[(--אקעי, איכער, פליז {ביטע} בארג מיר אפאר רינגעלעך, כ'וועל מיך (שטארק) נויטיגן דערין)}}

הכלל, האב איך נישט געקענט באשליסן, יא שרייבן אדער נישט שרייבן? פון איין זייט שטייט דער יצר טאף און ער שרייט: שרייב שוין דיין ארטיקל! פאקטיש ביזטו אנגעקומען צו צען טויזנט תגובות, דאס איז א שמחה גדולה. דו מוזסט פייערן דיין שמחה.

און פון דער אנדערער זייט שטייט דער יצר הארא און ער שרייט: נו, שרייב שוין פאר א גוט יאר! דער עולם ווארט אויף אן ארטיקל פון דיר! ווי לאנג וועסטו זיי לאזן ווארטן?

און דער זבלא וזבלא שרייט: עד מתי יהי' זה לנו למאשקע? ווילאנג וועסטו נאך מאכן פורים קטן פונעם עולם? ווי קענסטו דאס טון צו אזא ציבור פון 1,000 חברי הקרעטשמע? (איך הער זאגן...)

און דער מלאך המילץ (פארשלאפן, ס'איז נישט קיין טעות) שרייט: איך קען נישט אזויפיל לאכן.

און יאנאש שרייט: געוואלד, איך האב דאך נישט וואס צו פרינטן! מיין טינט שטייט און ווארט, איך האב אנגעגרייט א גאנצן פעקל פאפיר, און דא מאכסטו דאס גענאר פון אונז?

און טריאו זאגט מיר אין אישית: זארג דיך נישט וועגן די פיקטשער, איך וועל דיר עס שוין ריסייזען. דו מאך נאר דעם ארטיקל.

און וויכטיג-נאכמאכער קומט צו פארן מיט זיינע דינערן און בליצערס, ער מאכט קולות אויף מיר: מאשקעלע, מאשקע, וואטעווער יור נעים איז. מיר קענען נישט אזוי אנגיין! דו מוזסט! הערסט וואס איך זאג דיר? איך באשרייב מער נישט קיין איין נייע טעיפ ווילאנג דו לייגסט ארויף דיין ארטיקל. זאלסטו וויסן!

און אזוי האב איך געהאט צו הערן פון אלע זייטן, זה בכה וזה בכור. יעדער מיט זיינע ראיות ברורות און שטארקע טענות.

האב איך באשלאסן אזוי. כ'וועל אנפאנגען מיט א דבר תורה אויף די וואך, און שפעטער וועלן מיר צוקומען צום ענין.

שוין, נאך א מזל אז היי-וואך גייט נישט קיין סדרה. יגר האט זיך שוין געוואלט ארויססיינען פון דעם אשכול... בארואיג דיך, כאגעמאכט א דזשאוק...

דא איז אבער דא זייער א וויכטיגע נקודה וואס איך וויל בארירן.

אבער קודם מוז איך איבערהאקן א מינוט. איכער, ווארף אהער א רינגעלע.

דער ענין איז אזוי: וויאזוי קען מען בארירן א נקודה? דו האסט שוין אמאל געזען ווי איינער גייט צו צו א קמץ אדער א צירי און ער בארירט עס? און לאמיר זאגן אז יא, האסטו שוין געזען אמאל אז א נקודה זאל בארירט ווערן? א מענטש וואס גייט דורך א צרה, קען בארירט ווערן, אבער א נקודה? קאם אן!

און אפילו לאמיר זאגן אז א נקודה קען יא בארירט ווערן, קען דען א מענטש זיין דער גורם דערצו? ווי קומט א מענטש בכלל צוצורירן א נקודה? איז נישטא קיין סעקיוריטי דארט?

אבער עניוועי, כ'מיין אז כ'בין אביסל פארקראכן.

איכער, געמיר די אנדערע רינגעלע פליז. שכוח.

אקעי, צוריק צום שורש - כ'מיין צום ענין.

יעדער האט שוין מסתמא געהערט דעם שפריכווארט: א מענטש טראכט און דער באשעפער לאכט!

נו, אז יעדער האט שוין געהערט דערפון, וועל איך עס נישט איבערזאגן דא.

כ'וויל מיך נאר באציען צו עפעס אנדערש.

לעצטנס איז מיר אויסגעקומען צו גיין נאך געלט פאר א געוויסן צוועק. האב איך באמערקט אן אינטערעסאנטע זאך: פון די עשירים קען מען קיין גרויסע זאכן נישט זעהן. (אזוי ווי יענער האט געזאגט: איך גיי נאך געלט פאר א גרויסן עושר וואס מאכט חתונה...) משא"כ פון די יונגעלייטלעך וואס מאכן 500 דאלאר א וואך, זיי נעמען אראפ מעשר, אט פון זיי קען מען שוין יא באקומען א שענערע נדבה.

למעשה האב איך געטראפן דערצו א קלארן רמז אין פסוק: גדול המעשר יותר מן העושר...

אבער אז דו בעטסט פון איינעם א טובה, נוץ אים נישט אויס. פריי דיך אז ער האט דיר געטון די טובה, און שוין. וויאזוי גייט נאר דאס פאלקס-ווערטל: אז מ'ווייזט א פינגער, בעט מען א נעגל-שניידער...

ניין, נישט אזוי גייט עס. ווער ס'ווייסט וויאזוי ס'גייט יא, זאל זיך מעלדן צו די מוזיק. (וואלוועלע, היינט מעג מען שוין?)

נעכטן האב איך געווארט אויף מנין זיך צו שטעלן דאווענען מנחה. ס'איז שוין געווען 6 צענטערס, ס'האט געפעלט נאך 4 צענטערס. ענדליך איז געווארן 9. האט עמיצער נאכגעזאגט פון בעש"ט הק', אז ווען ס'איז דא 9 איז דא 10. למעשה האט א צווייטער אנגעוויזן אויפ'ן פאקט אז ווען ס'איז דא 9 איז דא 9! (נו, כפירה). האבן אלע 9 (10?) אידן געמוזט אריבערגיין צו א צווייטן ביהמ"ד דאווענען מנחה, לקיים מה שנאמר, וזר לא יתערב בשמחתינו. ז"ר איז ראשי תיבות "סטאפ צו העצן".

איין זאך איז דא וואס גייט מיר נישט אריין אין קאפ-קעיק: פארוואס מוז יענער אייביג זיך שטעלן אויף מיין פלאץ? איינמאל האב איך אים אפן געזאגט "מאך 'קאט' פון מיין פלאץ, און 'פּעיסט' דיך אויף אן אנדערע פלאץ. נאך א מזל אז ער איז א גרעפיקער האט ער פארשטאנען וואס כ'האב גערעדט. וואס טוה איך ווען ער מאכט 'קאַפּי' אנשטאט 'קאט'? וואלט איך דאך משוגע געווארן.

עניוועי, מיר ווייסן דאך אז דברים היוצאים מן הlaugh איז נכנסים אל הleft. ס'גייט אריין אין איין אויער און ס'גייט אריין אין די צווייטע. אזוי ווי דער מלבי"ם זאגט שוין, גדול המחטיאו יותר מן ההורגו, והדברים ידועים.

דאס מערסטע באדערט מיך, אז איך האלט נאך ווייט פון 10,000 קערעקטערס. איך-הערינג, וויאזוי באווייזסטו דאס? פון וואו פארשאפסטו דיינע קערעקטערס? ס'איז דא א קערעקטער גמ"ח? זיי נעמען ערבים? ווילסט אונטערשרייבן ערבות פאר מיר? פליז, כל ישראל ערביים... וואס? אלע אידן זענען אראבער? קענישזאן!

אבער אמת'דיג, איך קען מיך נישט אפשטעלן ביי פינף טויזנט קערעקטערס, משום והייתם נקיים. כ'מיין מה יאמרו הבריות? הזאת נאמבער? על זה הי' דוה לבינו?

יעצט האב איך א שטיקל בקשה צום געהויבענעם סעק(ר)עטאר: דו זעהסט דאך ווי איך מוטשע מיך ארום דא. איך דריי מיך פון איין זייט צום צווייטן, אן קיין שום אויסזיכט זיך ארויסצוזעהן פון דא מיט 10,000 קערעקטערס אויף א מענטשליכן אופן. אפשר געסטו מיר די רעסעפי פון "שטותים מיט לאקשן"?... אקעי כ'מיין נישט דוקא דיך, אבער דאך... און די לאקשן דארף איך ניטאמאל אזוי שטארק ווי די שטותים... ווייסט דאך וואס די וועלט זאגט, "מ'דארף טון, נישט אויפטון"...

איינער קאלט מיך יעצט אריין אויף מיין "גוגעל וואויס" נומער, אז איך זאל שוין סטאפן צו שרייבן און ארויפלייגן מיין אשכול. אבער וויאזוי קען איך עס טון צו מיינע פעלאו קרעטשמערערס? וויאזוי וועלן זיי דאס אויסהאלטן?

שוין איך שלעפ ענק דא ארום סתם אין די וועלט ארויס, אן קיין שום ציל אדער דעסטינאציע. עטס ווילטס מיטקומען מיט מיר אויף א ראולער-קאוסטער (ראולי-קאוסטע בלע"ז...)? איך מיין אז נישט... איך קען אז איך וויל, אבער איך וועל עס נישט טון פאר ענק...

אז עטס ווילטס דוקא גיין אויף א ראולער-קאוסטער, און ס'זאל אייך נישט קאסטן מער ווי קאסט-פרייז, קענט איר מיטקומען מיט מיר דעם קומענדיגן חול המועד העעל"ט, און איר ווועט זעהן וואונדער. ממש, אלע מענטשן וואס זענען שוין געווען דערויף האבן נאכדעם געזאגט, אז זיי האבן אנגעהויבן צו האבן אן אנדערן בליק אויף אונזער וועלט... ווי א פרייליכער אידל האט זיך אויסגעדרוקט: ווען מ'קוקט פון אויבן אראפ, איז אלעס אנדערש... חחחח.... ודפח"ח.

און נאכדעם האט ער אויסגעשאסן אין א הילכיגן געלעכטער, אזש אלע ווענט האבן מיטגעוויינט...

נאכדעם רעד איך היינט צו א איד, פארציילט ער מיר אז פאריגע וואך איז ער געגאנגען אין.........

אוי, ער האט געבעטן איך זאל עס נישט פארציילן ווייטער. איז נישט.

איך וויל נאר דערציילן איין קליינע מעשה'לע, און מיט דעם וועל איך מסיים זיין.

געמיר נאר דעם ספרים קדושים פון שאנק ביטע...

אה דא איז עס.

ווייסטו וואס? אין אידישע ליכט שטייט די זעלבע מעשה אויף אידיש. געבעס אהער זיי מוחל.

הכלל, ס'איז געווען אמאל א קרעטשמע, וואס ס'איז ממש געווען א וועלט פאר זיך. דער פריץ וואס האט אויפגעשטעלט דעם קרעטשמע, האט זיכער געמאכט אז אלעס ווערט געפירט לויט'ן פלאן.

דער פריץ האט אויפגענומען פארשידענע איינגעשטעלטע, און צווישן זיי האט ער באשלאסן אז ער וועט אויפנעמען אויך א מאשקע, אזוי ווי ס'איז געווען די סטייל אין יענע צייטן.

איי וועט איר פרעגן: צו וואס האט אויסגעפעלט א מאשקע? סתם ווייל יענער פריץ האט, דארפסטו אויך האבן? דו לעבסט עפעס פאר יענעם?

וועל איך דיר ענטפערן: הו קעירס? ווילסט הערן די מעשה אדער יא?

ענדיוועיס, איינמאל האט דער פריץ געשיקט א שליח צום מאשקע, אז ער זאל "שוין" אריבערקומען צו אים אין פאלאץ.

נו, מיט'ן פריץ שפילט מען זיך נישט ארום, ובפרט מיט אזא שטרענגען פריץ. האט מאשקע שנעל געכאפט דעם ראק אויפ'ן פלייצע, און מיט די פיס אין די הענט איז ער אריבערגעלאפן צום פריץ.

דער פריץ הייסט אים זיך זעצן, ער שטעלט אן א שמייכל, און ער פרעגט אים וויאזוי ס'גייט עפעס ביי אים אין קרעטשמע.

מאשקע האט אנגעהויבן צו שטאמלען. נאך אלעמען האט ער נישט געהעריג סערווירט די געסט אין די לעצטע פאר חדשים. דא איז ער געווען פארנומען מיט פאמיליע, דא איז ער געווען פארנומען מיט'ן ליינען צייטונגען און ביכלעך, און אזוי האט ער צוביסלעך פארנאכלעסיגט די גאנצע קרעטשמע עסק.

דער פריץ האט אים אנגעקוקט שטרענג און געווארט אויף אן ענטפער.

אבער מאשקע האט געשוויגן.

דער פריץ שרייט אין אויפרעגעניש: "נו?"

מאשקע שווייגט.

דער פריץ קען זיך שוין נישט איינהאלטן. ער רופט אריין זיינע באדינער, און באפעלט זיי צו נעמען דעם ריט און זיך נעמען שמייסן אין מאשקע אריין.

פאר מאשקע'ן האבן זיך אנגעהויבן צו ווארפן די ביינער. ער האט געוואוסט אז ווען דער פריץ הייסט שמייסן, שמייסט מען, און דאס איז גארנישט אזוי בא'טעמ'ט. מיט טרערן אין די אויגן (נאר וואו דען?) האט ער זיך גענומען בעטן ביים פריץ אז דאסמאל זאל ער אים נאך פריי לאזן, און ער זאגט צו אז ער וועט פון היינט און ווייטער געהעריג אויפנעמען די קליענטן און זיי צושטעלן א טרינק כאוות נפשם.

דער פריץ האט זיך געלאזט איבעררעדן, און מיט א שטרענגען שטימע האט ער אויסגעשריגן: הער דו מיך צו, מאשקע! טאמער ווילסטו נאך אנהאלטן דיין פאסטן אינעם קרעטשמע, וועסטו דיך מוזן נעמען טון דיין ארבעט בשלימות! נאומאר מאנקי ביזנעס! (און ווען מ'רעדט צו מאשקע וועגן א מאנקי, נעמט זיך אים קלאפן א צאן אין א צאן...)

הכלל, מאשקע איז אהיימגעגאנגען מיט אן אראפגעלאזטן קאפ, און באשלאסן ביי זיך אז יהי' מה שיהי', ער מוז זיך נעמען עפעס טון פאר די קליענטן, צושטעלן בעסערע געטראנקען, בעסערע סערוויס, אנהאלטן א באקוועמע אטמאספערע אינעם קרעטשמע, און צוציען פרישע קליענטן.

מאשקע האט זיך דורכגערעדט מיט קלוגע אידן, און אלע פה אחד האבן מסכים געווען צו זיין באשלוס. נאר וואס דען? יעדער האט געהאט אנדערע עצות וויאזוי דאס ארויסצוברענגען מכח אל הפועל. איינער האט געזאגט אז מ'זאל צושטעלן פרישע געטראנקען, און דער צווייטער האט געזאגט אז מ'דארף האבן מער און באקוועמערע בענקלעך. ווידער א דריטער האט גע'טענה'ט אז די משקאות וואס זענען שוין דא דארפן געמאכט ווערן אויף א בעסערן פארנעם, אז ס'זאל שמעקן פונדערווייטענס, און מענטשן זאלן וועלן אריינקומען דאס קויפן.

הכלל, האט מאשקע באשלאסן אז ער גייט מאכן א פשרה:

ער גייט שרייבן אן ארטיקל אין קרעטשמע!

וכך הוה.
An article a day keeps the babies away
סטיוו שמידט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיוו שמידט »

מאשקע.. איך ווייס נישט פינקטליך ווי מען אזוי מען באדאנקט זיך אויף אזא ארטיקעל, עס האט אלעס און זיך
דערפאר לאז איך די וויסען, אז איך האלט מיר צוריק פון שרייבען עני תגובה אויף דיין ארטיקעל... כ'וועל עס איבערלאזן פאר די וואס ווייסען בעסער... אבער איין זאך מוז איך דיר זאגען.........כ'האב הנאה געהאט
ברוך_שמו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך_שמו »

איידער כ'וועל קאמענטירן צו דיין ארטיקל מאשקעלע, געב מיר ביטע צו פארשטיין,
וויאזוי ביסטו ארויפגעשרפינגען אין די זעלבע האלבע שעה צו נאך כמעט 500 תגובות?
נאר א מאשקע (ביסט א יואל"י?...) קען דאס באווייזן...
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

נו מאשקע, האסטעך צאם געשלעפט רינגלעך קערעקטער'ס, הא? און וואס טיצעך מיט באצאלן, הא? כ'מיין (כ'מיין נישט, כ'בין זיכער.) ווי לאנג מיינסטו קענעך אנהאלטן אויף בארג? כעדעך אזוי באנק-קרויטירן.

איך האב גוט הנאה געהאט פון דעם ארטיקל, און כ'האב פיין גע'שמייכל'ט, מיין שאלה איז נאר, וואס גייט זיין מיט די צען טויזענט'סטע ארטיקל? כ'מיין יעדען קענסטו איינרעדן אז דאס האטעס געדארפט זיין, אבער מיך נישט, איוואר? פראבירסט אפילו?

יישר כח פאר דערווייל.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

מאשקע, איך קלער יעצט פון אפאר וועגן וויזוי מ'קען מגיב זיין אויף די ארטיקל, אבער איך זאג קלאר, אז דאס קלער איך נאר, למעשה ווייסעך נאך ניטאמאל וויזוי איך גיי מגיב זיין, אבער פאר איך גיי מגיב זיין וויל איך אהערשטעלן אפאר פאקטן, היות די פאקטן זענען זייער שווער, וואלט איך געוואלט בעטן די חשובה עסקנים זאלן צולייגן א האנט.. (ווען עטס וועט'ס ענדיגן וועט עטס צוריקנעמען די האנט..)

דאס איז אמאל זיכער, אז די ארטיקל קען מען נישט לאזן אזוי סתם דורכגיין, איך געדענק נישט א ארטיקל וואס איך זאל אזוי סאאאך לאכן, כמעט ביי יעדע שירע האב איך געלאכט זייער שטארק, (שטערקער פון מיין ברודער'ס בלוטעדיגע פאסיק..) סיי פון די מליצות, (מאשקע, נישט קיין טעות) און סיי פון די איידיעס.. (אויך נישט קיין טעות, און זיכער ניש קיין גראם..) סאו סתם מגיב זיין מיט 5000 קערעטער'ס האט נישט קיין פשט, (מיט 500 איז גענוג..) און היות איך הייס נישט איכער, און נישט מאשקע, וועל איך פראבירן צו זעהן וואס איך קען יא..

נאר וואס איך וויל ארויסברענגען?.. אויב איז דא דא איינער וואס ווייסט, וועל איך עם זייער מכיר טובה זיין..

דער עיקר פראבלעם וואס דא איז געווען, איז אז די נקידה האט בארירט מאשקע'ן, זעהט אויס אז ער האט געוויסט אז מאשקע קען עם סייווי נישט צוריקטוהן, האטער באשלאסן צו גיין פול פארס.. עז ווי ספיק, איז מאשקע אזוי פארריקט, אז נאר ער קען שרייבן אזא ארטיקל, לויט ווי די זאך קענער זאגן, ריקן זיי עם שוין צוריק..

נאך עפעס?.. גראדע נישט, נאר אזוי ווי איך האב נאך א שמייכל אויף מיין געזיכט פון דיין תגובה, האב איך צוגעלייגט די דאזיגע שירע, אבער עכט האב איך שוין נישט וואס צו שרייבן, (נאוט: ביז יעצט האב איך יא געהאט.. כאפסט?.. ווארף צוריק..)

מאשקע, ביסט מעכטיג!!!..
יואלי, דו ביסט אויך גוט, אבער נישט ווי מאשקע..

און יעצט א ווארט צו דיר טייערע פריץ, אז דו זעהסט אז ס'גייט דורך א וואך, און מאשקע האט גארנישט געשריבן, רוף עם נאכאמאל, און סטראשע נאכאמאל מיט פעטש.. זיינע ארטיקלעך איז קריטיש וויכטיג..
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אנאנימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנאנימער »

הער צוזאם גענומען פארן טרו-וועי פאטעיטא טשיפ נאכלאזן טומלען קראקס, שפעטער תיכף דערלערנט מגדול נערווען טראץ באבלאזן איבער אפרעיזער חילוני קלערט מישן בארג.
איינער וואס האט געקענט ערצייגן אזאנס וואס יואלי מאשקאש האט דא פארגעשטעלט קען פון די צומישטע שורות אויך עפעס מאכן א זאך....

חחחחח האב איך מיך גראולט פאר (נאך) געלעכטער דער מאשקע האט באצאלט פאר די קרעטשמערס מיט צינזן. איינער וואס האט שוין געזען מעשה ידי מאשקע אין היכל הנגינה ווערט נאך אלץ איבער גענומען פון מי-הליצנות שאין להם סוף וואס דער מאשקע פארגיסט דא.
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

מאשקע, איך קעיר טאקע נישט וויפילטע תגובה ס'איז (די פריץ איז אלרעדי טעיקינג "קעיר"..), פון מיינעט וועגן זאל עס זיין דיין 10476'טע תגובה... זאל נאר פליסן אזאנע תגובות ווי ס'פליסט וויין אין קרעטשמע..

ס'קוקט מיר אויס ווי די תגובה ליגט שוין א לענגערע צייט אונטער דיין מאטראץ.. ס'האט נאר געווארט אויף די באשערטע מינוט מיר צו מאכן שמייכלן... <({[ אפילו איך האלט אז די איי וועלט סייט האט זיך לעצטענס זייער שטייט געעפענט צוליב דיין דיקע תגובה {באיכות..] פון 10,000 קערעקטערס וואס איז געהאנגען ביי דיינע דרעפטס.. אבער יעצט זעה איך אז ס'האט זיך געלוינט...]})>
ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 08, 2008 4:13 pm
לאקאציע: וואקאציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך »

גדול ונורא.
איי מין מאשקע? הזאת יואלי? איכה? ווי בין איך? דעי טאלילע טשיפס מיט קאראנע עקסטרע נאכן טשאלענט אינטערן שאקעלדיגן בוים ווען די העל געלע טלית קטן שמייסט און פנים פון די פרישע לופט שנת נאכמיטאג. האט נישט אזא גוטע טעם ווי מאשקע מיטן פריץ. אונז דענק מיר ווען עס האט נישט אויסגעפעלט אנצןקומען די א ספעציעלע מספר אז אזאנס און ענליכס זאלן זיך פארפיגן.

סאו מוציא מצה תשמור. ענד קיפ אן קאמינג.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

מאשקע נישט געהאט קיין צייט צי ליינען נאך אבער ווי די ווייסט דיינע ווערק זענען סופער מעכטיג..

העמיר ליינען אין מגיב זיין בעזר ק-ל עליון
אוועטאר
פריץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 20, 2008 5:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריץ »

וואסידאס?

שוין אפאר חדשים וואס די ארטיקל האט געדארפט דא זיין!!
ערשט יעצט האט ער זיך דערמאנט??
קוקסט מיר אויס ווי יענער סופר וואס איז געקומען ברענגן דעם מגילה פורים נאכמיטאג
צי ווי יענער וואס.............
מאשקע ענדיג צי...
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

אוי געוואלד, דער פריץ איז געקומען קוקן צי איך בין מקיים פסק...
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

פשיהא, דער פריץ איז יעצט דא געווען און נישט גערעדט קיין ווארט וועגן זייער אפמאך... איך ציטער אז מאשקע האט די גאנצע זאך פון פינגער אויסגעזויגן...

וויאזוי זאגט נאר יואל'י? הו קעירס! דער עיקר אז מיר האבן אלע הנאה געהאט.
אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 24, 2008 1:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשי קניהויז »

מאשקע, איך ווייס נישט צו א נקידה קען בארירט ווערן, אבער מיר האסטע זיכער בארירט מיט דעם ארטיקל, און נאך גוט האסט געפאלגט דעם יצר טוב, אויף דעם האצעך טאקע געלוינט צו ווארטן ביז יעצט.

שכוח מאשקע.
טיטאניק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיטאניק »

אזא ארטיקל, פון אלעם גוטן איז דא צו באקומען אינעם אינהאלט, א שפראך וואס קיינער פארמאגט נישט, A-1 מאשקע.
תמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תמים »

מאשקע וויאזוי פלעגן אונזרע רעבי'ס זאגן אין חדר. אז מען קען יא ווי. ......


:יאלי איך מיין מאשקע סאיז געווען קנאקע'דיג. האלט אן
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

מאשקע, קיינער ווייסט נישט וואס מגיב צו זיין, דו ווייסט פארוואס?
ענדיוועי, כ'שעמעך זייער, מיך האדער פריץ געפרעגט וויזוי דו פירסטעכויף. כאגעציטערט צו ענפערן דעם אמת, האבעך נישט געהאט קיין ברירה. סאו זיימעך מוחל.
קעלפנים, ווייסטעך, כ'בין שפיצלאז, כאניש ס'ווערטער (יאכער געט שויניש אויף בארג, זייט עפעס א מעשה, רינגעלעך האבעך נאך אין סטאק, {נישט די פלי (וואס?)מארקעט}), כ'בין ווי פארלאסט, כ'שפיר ווי די וועלט איז אויף מיר, ווי ס'ענדיגט זיך דא (וואו?), ווי כ'ווער משוגע (נאכניש געווארן?) ווי כ'שרייב א תגובה, ווי כ'טראכט וואס צו שרייבן, ווי כ'האב פרעשור, ווי כ'מוז ענדיגן, ווי כ'מוז ליינען, ווי קיינער גייט עס סייווי נישט ליינען, ווי כ'ווייס אלייניש. אלזא, (אהה, דא איזער אריינגעקומען (פון וואו? {זעסט, אבי גערעדט}) ווי א יון אין די.... נע, נישדעס מיינעך, ווי א זאג שוין, ווי א מלאך פון הימל) כ'וויל דאך פארט עפעס צע(ו)שרייבן, העלעך דיר זאגן: יישר כוח, כאגעלאכט אונד ענדזשויעט איטליכע שורה באזונדער פאר מענער, און אפפפסססס...... וואו בינעך פארפארן? וועא"מ, קיפ איט אפ.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

חחחחח.... מאשקע

וועלקאם טו די ספינינג זאון, פליס פעסטן יאר סיטבעלטס.

ייש''כ
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

משה קאפויער האט געשריבן:נאך אזא מאשקע ארטיקל האב איך נישט קיין ווערטער אין מויל, אבער לפטור בלא כלום אי אפשר, סוי וועל איך ארויסזאגן בפה מלא יישר כח מאשקע.


Same with me
A-1 ;l;p- מאשקע
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

איך ווייס נישט אויב איך זאל דיר זאגן אדער יא, אפשר וועט דאס אוועקמאכן די איבעריגע, אבער דער אמת מיז געזאגט ווערן.

ביי די פאלגענדע זאצן האב איך געוויינט פון לאכן און זיך ממש געשטיקט!

מאשקע האט געשריבן:נעכטן האב איך געווארט אויף מנין זיך צו שטעלן דאווענען מנחה. ס'איז שוין געווען 6 צענטערס, ס'האט געפעלט נאך 4 צענטערס. ענדליך איז געווארן 9. האט עמיצער נאכגעזאגט פון בעש"ט הק', אז ווען ס'איז דא 9 איז דא 10. למעשה האט א צווייטער אנגעוויזן אויפ'ן פאקט אז ווען ס'איז דא 9 איז דא 9! (נו, כפירה). האבן אלע 9 (10?) אידן געמוזט אריבערגיין צו א צווייטן ביהמ"ד דאווענען מנחה, לקיים מה שנאמר, וזר לא יתערב בשמחתינו. ז"ר איז ראשי תיבות "סטאפ צו העצן".

איין זאך איז דא וואס גייט מיר נישט אריין אין קאפ-קעיק: פארוואס מוז יענער אייביג זיך שטעלן אויף מיין פלאץ? איינמאל האב איך אים אפן געזאגט "מאך 'קאט' פון מיין פלאץ, און 'פּעיסט' דיך אויף אן אנדערע פלאץ. נאך א מזל אז ער איז א גרעפיקער האט ער פארשטאנען וואס כ'האב גערעדט. וואס טוה איך ווען ער מאכט 'קאַפּי' אנשטאט 'קאט'? וואלט איך דאך משוגע געווארן.

עניוועי, מיר ווייסן דאך אז דברים היוצאים מן הlaugh איז נכנסים אל הleft. ס'גייט אריין אין איין אויער און ס'גייט אריין אין די צווייטע. אזוי ווי דער מלבי"ם זאגט שוין, גדול המחטיאו יותר מן ההורגו, והדברים ידועים.


ווי זאגט נאר רבי ר' שלמה "מאשקע, יו אר מיי מען!" און ער האט געוויסט וואס ער רעדט!

אין איין (5) ווארט: אויף דעם האבן מיר געווארט!
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יא יא »

איין ווארט מיט אסאך סמייליס
מאשקע ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- :grin: :grin: :grin: :grin: :smile: :smile: :smile: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"
אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישער »

מאשקע שכוח לאכטי וראגעלטי אזאש אלע ווענט האבן מיטגעויינט

נא מאאר מאנקי ביזנעס מגיט מאכן "קאט" ענד "פעיסט" ציריק אין אפיס
Liberalism is a mental disorder
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

מאשקע די וויסט ווי פאר-ריקט די ביסט? איינער האט דיר עס אמאל שוין ג'מענטשענט?
וויפיל קען מען דאס צאמלאכען אויף איין ארטיקעל?
די ווילסט איך זאל מיך טשויקען אין נאכדעם העסטו זיין ציפרידען?
וואס
שר חמש מאות
תגובות: 667
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 20, 2007 8:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס »

וואס הייסט הו קעירס ? איי קעיר מאשקע, פאר יעדע תגובה דיינע קעיר איך, אקעי ? ביי,
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

יישר כח מאשקע, א טיפיקעל שוועמל תגובה..
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 23, 2008 1:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוסטיג »

ווען קארני וואלט ווען געמיינט מעכטיג, וואלט איך דיר גערעטעד אלץ דער קארני'סטע מענטש אויפן קדור הא-רעש..

די ביסט גוט און מעכטיג.. און גוט און מעכטיג מיט אלע מ'פר-שיפ(קומזיץ יוכיח..)
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”