לאמעכאפ!!! איך ווייס אליין איך ווייס אליין..

אייוועלט אינערליכע אנגעלעגנהייטן

אחראי: אחראי

אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

לאמעכאפ!!! איך ווייס אליין איך ווייס אליין..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

וואס מיינטס עטץ, איך ווייס נישט??!!.. ס'טע געזעהן אזאנס??!!.. סידאס??!!!...

העי העי!! וועכטל וועכטל, קאלם דאון קאלם דאון, הערט זיך שרייען אין די בעגראונד.. בארואיגט אייך בארואיגט אייך, זאגט ווייטער די הייזעריגע שטימע... מאטשוין געהערט אזאונס, שריי נישט, זארג נישט, ס'וועט אדורך גיין, פארציילזשע מיר, וואזשע גייט פאר?..

הערסט א מעשה??.. איך האב נארוואס אנגעפאנגען שרייבן די ארטיקל, כ'מיין, איך גיידעך שוין ווערן בקרוב א שר שלשלשת אלפים... הוי מאזעל טאוו, מאזעל טאוו!!!. שרייטער אריין, האלאו!.. לאמעך פינישען.. זאגעכעם, ניין ניין!!! פיניש נישט יעצט, יעצט דארפן מיר כאפן א רקידה.. שרייטער, סארא שמחה.. דריי טויזענט!! א קליינעקייט?.. נו נו.. אונז העמער טאנצן שפעטער, זאגעכעם, אבער לאמעך דיך פארציילן וואס דא גייט פאר... נו פארציילזשע מיין קינד, וואס דריקט דיר?...

ווי באקאנט איז די מנהג המקום אז ווען איינער דערגרייכט א מיילסטאון, למשל 100 תגובות, 500 הונדערט, 1,000, 2,000.. א.א.וו., שרייבט מען א שטיקל לענגערע תגובה לכבוד די מאורה, און געווענדליך פראביר איך אויך נישט צו זיין אנדערש, נישט צו זיין א פורש מן הציבור, איך שרייב געווענדליך א לענגערע ארטיקל, טאקע נישט אזוי לאנג ווי איכער וכד', אבער פארט לענגער ווי א פלענע תגובה, און מיין פלאן איז געווען אז ביי דריי טויזענט גיי איך נישט זיין אנדערש..

פון ווען איך בין אנגעקומען צו 2,900 תגובות, האב איך אנגעהויבן צו טראכטן וואס איך גיי שרייבן ביי מיין הכתרה, ווען איך גיי באקומען דעם שר "שלשת אלפים" טיטול, גיי איך האבן א שיינע דרשה?.. אבער איך האב געוויסט אז איך האב מיך נישט וואו צו יאגן, ווייל אן ען עוורידזש לייג איז נישט אזויפיל תגובות א טאג, די טאג בוך פון שפיטאל באקום איך איינס א וואך, מיכאל'ס טעיפ אפדעיט איך נישט אזוי סאאך, קיצר, אנצוקומען פון 2,900 ביז 3,000 וועט דויערן ווייניגסטענס א וואך, נו, וואס ברויך איך זארגן פאר נעקסטע וואך?.. אבער א איידיע וועגן וואס איך גיי שרייבן, דאס מעג איך ווען שוין יא האבן, סאו האב איך באשלאסן אז איך גיי נאכנישט פאניקן, אבער איך האלט מיינע אויגן אפען, יעדע אינטערעסאנטע טעמע ווערט א סאספעקט, אפשר איז די דאזיגער טעמע דאס וואס איך זוך..

ביי 2,925 תגובות, האב איך שוין געהאט געוויסע זאכן וואס זענען געווען קאנדידאטן צו זיין די טאפיק פון מיין 3,000'סטע תגובה, איך האב אנגעפאנגען צו טראכטן וועלעכע טאפיק מ'וועט קענען ארויסברענגען די בעסטע, יעדן טאג האב איך געטוישט מיין מיינונג.. אבער צום סוף האב איך אויסגעוועהלט איין טאפיק, אההה!.. דאס איזעס, איבער דעם טאפיק גיי איך שרייבן...

ביי 2,950 תגובות האב איך שוין געשפירט די ערענסקייט אין די לופט, יא.. די טאג רוקצעך שוין נענטער, איך מיין אז איך קען שוין אנהייבן שרייבן..

ווי באקאנט, שרייב איך נישט פון קאמפיוטער כמעט נאר בעיקר פון בלעקבערי, און אזוי ווי קיין ווארד פאר בלעקבערי איז נישט דא, אדער אפשר איז יא דא, נאר איך האב עס נישט.. האב איך געעפענט דזשימעיל, איך קליק אויף קאמפאוז מעיל, און געגאנגען מ'הייבט אן שרייבן..

בזזזז בזזזז... מיין טעלפאון ווייעברעיט, איך גיב א קוק, איך זעה אז איך האב א מעסעדזש אויף גוגל טאלק, איך מאך עס אויף, און איך זעה אז מיין ידיד, איך זאג נישט קיין נאמען, האט עפעס געוואלט.. ער שרייבט, וויכי, איך שרייב צוריק, יא, וואט קען איי דו פאר יו?.. ער שרייבט ווייטער, כ'האב באמערקט אז דו האלט'סט שוין ביי 2,950 תגובות, ד.מ. אז ביז א טאג צוויי גייסטו אנקומען צו 3,000 תגובות, האב איך דיר געוואלט דערמאנען אז ס'דארף קומען א גוט'ס.. קענסט שוין אנהייבן שרייבן.. איך ענטפער עם, מיין טייערע חבר, א שיינעם דאנק פארן זאגן, אבער איך ווייס דערפון, איך האב ממש יעצט אנגעהויבן צו שרייבן, איך האף אז ס'וועט זיין גוט.. אההה, זייער גוט.. א גוט יאר, העמער זיין בקשר..

איך גיי צוריק צום דזשימעיל פעידזש, און איך פראביר צאמצונעמען מיינע מחשבות, איך הייב אן טראכטן, וויזוי הייב איך אן?.. וואס איז נאר געווען מיין פלאן צו שרייבן?... אבער ס'גייט נישט.. איך קען מיך נישט דערמאנען, איך האב פארלוירן מיין שרייבן מוד.. איך קלער אז איך גיי מיך צוריק צו קרעטשמע און איך וועל מיך צוריק אנווארימען, שרייבן א ווארט דא א ווארט דארט.. איך בין אריין אין קרעטשמע און אנגעהויבן ליינען, צוגעשריבן ווי כ'האב געפיהלט אז איך דארף צושרייבן, און געהאלטן א אויג נישט צופיהל צו שרייבן, ווייל די 3,000'סטע מוז זיין עפעס א לענגערס..

איך האלט שוין ביי 2,965 תגובות, איך שפיר אז מיינע פינגערס זענען לאאס.. מיין קאפ איז רעדי צו שרייבן.. איך לויף שנעל צוריק צו מיין דזשימעיל, מ'גייט שרייבן די 3,000'סטע תגובה... איך מאך אויף מיין דזשימעיל אקונט, און באמס!! איך האב א אימעיל, הודעה פרטית.. איינער האט מיר געשיקט א הודעה פרטית.. איך קלער שוין אפשר האט מיין חבר געשיקט א אפדעיט פון שפיטאל??.. אדער איינער האט א זאך וואס ער וויל מ'זאל רעדן דערפון אין קרעטשמע אבער ער שעהמט זיך עס אליין ארויפצולייגן, האט ער מירעס געשיקט??.. אבער פארוואס שפעקילירן?.. לאמעך ענדערש געבן א קוק, און וויסן אויף זיכער וואס דאס איז..

איך גיי צוריק אריין אין קרעטשמע, איך קליק אויף 1 נייע הודעה, און איך זעה אויפן קעפל פון די הודעה אז איך האב געהאט א טעות, נישט מיין חבר פון די טאג בוך האט מיר געשיקט א אפדעיט, נישט א צווייטער חבר האט א טעמע וואס ער וויל איך זאל עס פאוסטן אין קרעטשמע, און נישט א נייע שרייבער וויל פרעגן וויזוי מ'שרייבט דא, אויך נישט איינער וואס איז אין די נגינה ליין וויל עפעס דורכשמיעסן, נאר וואס יא?.. איר שטעלט זיך שוין מסתם אליין פאר, אויפן קעפל שטייט נושא: "דיין 3,000'סטע תגובה".. איינער, א ניק, וויל מיך פשוט דערמאנען אז איך האלט שוין נאנט צו מיין 3,000'סטע תגובה און איך זאל גרייט מאכן א נארטיקל.. טייערע חבר, שרייב איך עם צוריק, א שיינעם דאנק, אבער איך ווייס, איך האב שוין צום צווייטן מאל אנגעפאנגען צו שרייבן, און א_וואו ביים ערשטן מאל, האקט מען מיך אפ אינדערמיט, איך פארליר מיין שרייבן גיסטע, ביטע מיך נישט שטערן.. א גוט יאר.. וויכי..

צוריק צו דזשימעיל האב איך שוין נישט געהאט פארוואס צו גיין, איך בין שוין נישט געווען אין די שרייבן מוד, בין איך געגאנגען ווייטער צו קרעטשמע א בליק טוהן וואו קען מען ליינען עפעס, איך האב מיך אנגעטראפן אין א אינטערעסאנטע ארטיקל, איך האב אפגעליינט, מגיב געווען, אהההה.. יעצט בין איך אין די גיסטע.. איך שפיר אז איך בין שוין אין די שרייבן מוד, געגאנען, אריין צו דזשימעיל..

די ערשטע צוויי אימעיל'ס וואס איך האב באקומען האב איך איגנארט, אבער אינמיטן האט מיין טעלעפאון געקלינגען, האב איך נישט געהאט קיין ברירה און מפסיק געווען, איך הייב אויף, העלאו?.. א גוט יאר, ס'מאכסטו?.. איינער פון אונזערע חברים דא אין קרעטשמע האט זיך פארגליסט צו כאפן א שמיעס אויפן טעלעפאון.. קיין פראבלעם, געזונטערהייט, מיר האבן ארומגערעגט פון פארשידענע זאכן פאר אפאר מינוט, דערנאך זאגטער, וויכי, איך האב באמערקט אז דו ביסט שוין נאנט צו 3,000, כ'האף אז ס'קומט א גוטס... טאקע?!!.. זאג נאר, דו קלערסט אז איך ווייס נישט?.. זייער שיין פון דיר מיך צו דערמאנען, אבער ווי מער מ'דערמאנט מיך, אלץ מער ווער איך געשטערט פון שרייבן..

צוריק צו קרעטשמע.. איך ליין נאך א אשכול, איך בין מגיב, נאך א תגובה, נאך א תגובה, ביי איין ארטיקל זעה איך אז איך האב נישט וואס מגיב צו זיין, נעקסט.. אזוי שפאציר איך ארום, ביז איך שפיר אז יא! איך בין גרייט, אריין אין דזשימעיל, יעצט גייט מען שרייבן די 3,000'סטע תגובה, יהיה מה שיהיה.. יא יא... אזוי מיינטעץ..

אויפמאכענדיג דזשימעיל, האב איך שוין געשפיהרט אז ס'גייט נישט גיין אזוי סמאאד.. מיין בלעקבערי הייבט אן צו באזזזז'ן.. בזזזזז.. בזזזז... דאס מאל איז עס בלעקבערי מעסענדזשער.. איינע פון מיינע ידידים פרעגט, וויכי, ווי ביסטע?.. פארוואס ביסטו נישט אויף טאלק?.. זאגעכעם, סאצעך ארויסגעסיינט ווען איך בין געווען אויפן טעלעפאון, וואסי?.. נע, כאבאמערקט... וואס?!!!.. זאג מיר נישט אז דו רעדסט וועגן די 3,000'סטע תגובה, יא יא, פון וואו ווייסטו?.. וואס?!! פון ווי איך ווייס?!!.. דו כאפסט אזא... יעדע מינוט, ווען איך הייב אן שרייבן א ווארט, מאכט א צווייטער צודרייט.. גענוג.. גענוג.. איך ווייס איך ווייס..

און וואס מיינטעץ, וואו בינעך געגאנגען, צו דזשימעיל??!!!.. אויסדריקליך יא!!!! איר האט צוגעטראפן.. איך בין אריין אין דזשימעיל, און אפגעשריבן די תגובה... אן קיין שום פראבלעמען... כ'מיין, כאדעך שוין וואס צו שרייבן..

און יעצט קעמער אונז כאפן א טאנץ...

פאראם פאראם פאראם!!!... 3,000 תגובות...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

נו...שרייטס אלע מיט מיטען בעל קורא ואת הא.הע.הע.העלעף!...

אה! דריי טויזענט!

נאכאמאל!..ואת הא.הע.הע.העלעף!...

און נאכאמאל! ואת הא.הע.הע.העלעף!...

מזל טוב... מזל טוב... מזל טוב....
the SCY is the limit
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

פאראם פאראם פאראם... אוי בענק איך מיך דערצו. אמאל האמיר דאס געהאט ביי יעדע 25 תגובות. ועכשיו שזכינו... אוי טרערן רינען מיר פון די זאקן... איך קען נישט בא'גרשון מיינע געפילן פון שמחה... ווער האט זיך אמאל געקלעבט?... (נישט די ניק...)

זאגטס אלע מיט מיר: וויכי מאכער, און מאכער האט אויפגעלעבט, שלשלת אלפים, דריי טויזנט, תגובות, געלעכטערס, בארץ מיץ-רעים, אין לאנד פון איי-וועלט, בארץ גרר, אין לאנד קור-ארט, עד ביאת הגואל, ביז גאל ישראל.

יעדער האט מיטגעזאגט? איך האף אז נישט...
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישער »

וויכי א ריכטיגע שר שלשת אלפים דיגע תגובה

נאע געהאט טענקס
Liberalism is a mental disorder
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

פ פש פשי פשיה פשיהא...
מאומן.

אזא וואזשנע תגיבא!
די מענער טאנצן ווי ביי הקפות, די פרויען וויינען ווי ביי "הצלה" געשריי אינעם ווייבער שול.. קינדער רינגלען ארום דעם שלימזל'דיגן פאליציאנט נעבן שול און פארלאנגען ביזנעס קארדס.. אלעס דרייט אלעס שרייט אלעס קרייט אלעס זייעט אלעס פריידט זיך.
הישמע כ-בויס? הזאת נעמי? ! א גאנצע שלשלת האלפים פון וויכי'ן ... מ'ציטערט דאך שוין אזוי שטארק פונעם גרשיים און אזלא גרש און דא א שלשלת גאר?? וואס דו זאגסט נישט.. ?

ווייסט וואס כ'על דיר זאגן
ו וו ווי וגו' (אוי-מיין פרק ג' פסוק מ"ש)

מ מא מאך מאכע מאכער .. וואס דו ביסט.
זאג דיינע עלטערן זאלן דיך טרענירן...
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

וויכי א-ווי איז די אפשערען? וואסערע פעקלעך האסטו מיט טשאמגאמס אדער נאר ראשזינקעס? גייסט שיין זאגען די אלף בית אין לעקען די האניג?

אוי וויי.... איך בין פארפארען...
איך האב מיך פארמישט, איך האב געמיינט אז וויכי ווערט שוין גרויס, ער ווערט שוין דריי יאר...
סארררריי, איך האב נישט געכאפט אז דעס איז דריי טויזענט...
וואו... דעס איז א באנטש, נאךדערצי פין א בעררי..

וויכי איך וויל פין דיר זעהן בקרוב דיין עשרת אלפים אשכול,
אין ב.ד.וו. וויל איך דיר זאגען אז די קענסט דאנקען דעם פין אויבן אז די האסט שוין ב"ה דריי טויזענט מאל געמאכט שמייכלען יודען..
יעדע תגובה איז א שמייכעל פאר א איד.

קיפ אן
אוועטאר
DotCom
שר חמש מאות
תגובות: 686
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 23, 2008 10:29 pm
לאקאציע: אין גלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך DotCom »

יוש... איז עס זוי עמאצינאל, דענק איך נאך ווען די האסט געהאלטן ביי 3000 פינטלעך......(בערך דעם טאג וואס די האסט אויפגעסיינט), זאל דער פון אויבן דיר און אונז באשענקען מיט אריכות ימים, מיט פרישקייט וכשם שנכנסת ל3K כן תכנס ל3G בקרוב ובנקל אמן סלה.
'היימישע קרעטשמע', אירע גרינדער, אנפירער, מנהלים, און מיטגלידער האבן פאר זיך איין ציל: ארויפצוברענגען א שמייכל אויף אידישע לעפצן (תקנות).
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

וויכי! קוק אויפן זייגער, ווען איך שרייב מיין תוגבה, עני וועי האלט איך אינמיטן צוזאמען פאקן די קאנטרי באקסעס,
אבער, דאס קומט א גרויסע אבער, איך מיין אז מ'קען צולייגן צו דיינע 3000 נאך א גוטע 700......

דאס זענען מיינע זיבן מאות תגובות, שלי שלך הוא, ווען נישט דו שרייב איך נישט דא, סאו מאכט א ווארע, אביסל ברייטער דעם רינג,

3700
.
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 24, 2008 1:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשי קניהויז »

מזל טוב מזל טוב!

האסט געטראפן א פערפיקט טאפיק.

איך האב הנאה געהאט פון אסאך פון דיינע דריי טויזענט תגובת, שכוח.
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

וויכי, איך האב דיר עפעס געוואלט טעקסן, אבער איך וויל נישט צושטערן דיין 4 טויזענטע תגובה..

מזעל טאב, זאל עס זיין מיט נחת, דו זעהן נחת מיר אבאנטש הנאה האבן - פלעגט די באבע אייביג וואונטשן - זי זאלן דערלעבן אן אמתע פרייד, דא פלעגט זי אריינפאלן אין א יאמערליכן געוויין.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

מאזעל טאב מאזעל טאב!!

וויכי, זעסטע שוין, איך בין א נארמאלער מענטש, ווילאנג די האסט נישט געהאלטן ביי 2999 האב איך דיר נישט געוואלט שטערן, שטייצעך אז בייי דעם נומער האב איך זיך שוין נישט געעקנט האלטן שטיל און געמיזט אריינבאזזזן אין טאלק אז אט אט האלסטו שוין ביי דעם 3000 ציפער.

איך האב נישט קיין סאך צייט, נאכן אנפילן די פערצען אייער שאכטלן ריפט מיר אן יעצט די רעבעצין אז עס פעלט אויס נאך צוויי שטיק, ווייל דער גרויסער פיש טאפ און בעקעלעך פאר חלות, א ווינטער מאנטל אויב עס איז קאלט און קליינער ביגוויל האבן נישט קיין פלאץ אין די פערצען באקסעס.

איך העל דיך נישט אויפהאלטן, איך ברויך זיך אהיים יאגן, מיר פארן קיין קאנטרע ביז עטליכע מינוט (לייען: עטליכע שעה) א גרויסער בודזשעט טראק בלאקירט נאר מיין קאר דא אינדרויסן ווייל ער קען עפעס נישט דורכפארן זינט א קליינער מיני ווען מיט אזא יו-האל וויידל צוגעטשעפעט קען זיך עפעס נישט ארויסשמוגלען פון זיין פארקינג ספעיס.

מזל טוב וויכי! כה לחי!
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יא יא »

וויכי, טענקס עי טאן, איי מיען טרי טאוזענט. נעם דיר אפאר פון דעם ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
עניוועי, שכוח פאר אלע זאפטיגע תגובות ביז אהער, און ווי קענט וועיט טו העיר פראם יו עגעין.
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:מיר האבן ארומגערעגט פון פארשידענע זאכן פאר אפאר מינוט,


פון דעם האסטו נישט געקענט מאכן א אשכול?...

עניוועי וויכי מזל טוב!!
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

וויכי, וואסיז געבליבן צום סוף, האסט יא געמאכט אן ארטיקל, אדער האבן זיי דיך אזוי געבאדערט, און אונז זעמער געבליבן מיט גארנישט, הא? זעסטעך איך בין א מענטש, איך האדעך נישט געשטערט אינמיטן.

יישר כח פארן ארטיקל, שיין הנאה געהאט, און די געדאנק פון שאצ'ל געפעלט מיר, ווייסט פארוואס? ווייל אין דריי הונדערט תגובות ארום, דארפסטו שוין מאכן א פיר טויזענט תגובה ארטיקל.

יישר כח נאכאמאל.
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

מזל טוב
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15321
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

מזל טוב מזל טוב.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35255
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מזל טוב ר' ביחתיג, כה יתן ה' וכה יוסיף.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 23, 2008 1:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוסטיג »

האלא!! וואס הייסט לאמיך אפ?? האב איך דיר דען אנגעכאפט?? ווער כאפט אן וועמען?? (לייען: ווער וועמען??...)

פאלט דיר נישט ביי ביי אז איך ווייס אז די האסט נישט קיין צייט, צילוב דיין ביזי סקעזשאעל צו באגריסען דעם גרויסען עולם וואס שלענגלען זיך מיט א געיעג צום היכל הנגינה?? כמיין וואס אידאס מיט דיר?? אין ווער רעדט נאך מיט דעים נייעם טעיפ וואס די.. אםם.. סארי.. וואס מיכאל געט ארויס?? (לייען: עקטינג ארויסגעבער..) סוי וואס האסטו פארלאנגט ? איך זאל דיר נישט אנכאפן??

יא נאו וואט! ביסט גוט 'וויכטיג', און ביסט א גרעיט ארטיקעל 'מאכער'...........
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...
אוועטאר
אלחנן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3030
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 5:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלחנן »

וויכי, איך בין שפעט, אבער ווייסט פארוואס.. איך מיין אז איך קען פשוט ציטירן אלע אויבען דערמאנטע געפילן
בעיקר דאס..
געלעגער האט געשריבן:...
אין ב.ד.וו. וויל איך דיר זאגען אז די קענסט דאנקען דעם פין אויבן אז די האסט שוין ב"ה דריי טויזענט מאל געמאכט שמייכלען יודען..
יעדע תגובה איז א שמייכעל פאר א איד.

קיפ אן



מזל טוב צום דריי... מען געבט זיך נאך א דריי אין די האלסט שוין ביי 4,000..
יא, מיר זענען שוין אויפ'ן וועג צו אייך..
יצמח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 19, 2007 4:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצמח »

מזל טוב וויכי צו דיין 3000 תגובה, כ'האב זייער הנאה געהאט פון יעדע איינציגע תגובה.

(סתם אזייטיגער נאטיץ: וויאזוי גייט מיכאל אריינלייגען א שכוח פאר דיר אויפן טעיפ דיין עכטער נאמען? איזדאך א חשש פון גילו?)

עניוועי קיפ איט אפ.
אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך cano »

מזל טוב מזל טוב, אי"ה ביי דיר אויף חאחאחחאחאח'ס, דאס איז די שטימער וואס הערט זיך פין אלע ווינקלעך אינעם קרעטשמע, וואס גייט פאר? פרעגן די שפעט געקימענע, נעעעע גארנישט, אפאר אירע נערווירען וויכי'ן, אהה דאס איז דאך שוין טאקע א שמחה, וואס הייסט מען נערווירט אים? גוגעל טאלק אדער אישית? מיר ווייסען נישט פינקטליך אדער דזשימעל זאגט אז עס קימט א גוט פין וויכי.

וואס טו איך אין אזא פאל? מען לייגט אריין און גוגעל "א גוטס פין וויכי" עס קימט ארויף אבאויט 2999 ריזאלטס, נו אזויפיל צייט האב איך דאך. נישט, עמער מיזען וואטען ער זאל ענדיגען שרייבען, וואו איך הער האט שוין ערווענט, וואס איז צום סוף געבליען? האסט געשריבען עפעס צו נישט...
אין עי סיריעס נאוט. א יישר כוח דריי טויזענט מאל פאר דיינע דריי טויזענט תגובות.
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

מזל טוב! ;l;p-

עס איז א יונגל (מיט א געשליפענעם פעדער אין הענטעלע) ;l;p-
שרייב תגובה

צוריק צו “אידישע וועלט”