מילתא דבדיחותא

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

בוחר בשירי זמרה
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 10:49 pm

תגובהדורך בוחר בשירי זמרה » מאנטאג דעצמבער 09, 2019 10:30 pm

אורך ימים האט געשריבן:הערט א שמועס צווישן א מאן מיט די פאליציי!

מאן: מען האט מיר בגנב'ט מיין קרעדיט קארד

פאליס: פארוואס האסטו געווארט ביז יעצט

מאן: ווייל די גנב סווייפט ווייניגער ווי מיין ווייב

פאליס: דעמאלס פארוואס ביזט יעצט יא געקומען?

מאן: ווייל איך מיין אז די ווייב פון די גנב האט עס יעצט אנגעהויבן ניצן



וואףףףף ;l;p-

נאר מיט שמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

תגובהדורך נאר מיט שמחה » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 4:12 pm

געהערט די'ע וואך פון א בדחן:

א ירושליימער קומט קיין אמעריקא, ער גייט צו צו א גביר: כ'נאם צאם פאר 'כולל קבר רחל'.
דער גביר גיבט איהם 10 דולר.
פרעגט דער איד: 10 דולר גיבסטו פאר מאמע רחל? ווייסטו דען ווער מאמע רחל איז געווען?
זאגט דער גביר: ניין כ'ווייס נישט...
זאגט דער איד: מאמע רחל איז געווען די מאמע פון ר' ישעי' ב"ר משה...
דער גביר האט איהם גלייך דערליינגט 10,000 דולר.....

אוועטאר
maybeeynot
שר האלפיים
תגובות: 2781
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » זונטאג דעצמבער 15, 2019 1:26 am

זיצענדיג ביים דינער פון די מוסדות זעה איך לעבן מיר מיין חבר וואס איז לאוו דווקא די גרויסע מתמיד. זיצט איבער געבויגען אויף א גמרא מרישא לסיפא. אויף מיין שאלה מה היום מיומים אין פארוואס ער גייט נישט לערנען אין היכל התורה פאר די געלט ענטפערט ער מיר. אגאנץ יאר ווען איך וויין צי די הנהלה אז איך האב נישט קיין געלט הערט מען מיך נישט אויס. סא היינט נאכט ווען די הנהלה וויינט צי מיר איז פעי בעק טיים
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5
ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

אוועטאר
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1159
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » זונטאג דעצמבער 15, 2019 2:11 am

maybeeynot האט געשריבן:זיצענדיג ביים דינער פון די מוסדות זעה איך לעבן מיר מיין חבר וואס איז לאוו דווקא די גרויסע מתמיד. זיצט איבער געבויגען אויף א גמרא מרישא לסיפא. אויף מיין שאלה מה היום מיומים אין פארוואס ער גייט נישט לערנען אין היכל התורה פאר די געלט ענטפערט ער מיר. אגאנץ יאר ווען איך וויין צי די הנהלה אז איך האב נישט קיין געלט הערט מען מיך נישט אויס. סא היינט נאכט ווען די הנהלה וויינט צי מיר איז פעי בעק טיים

:lol: :lol:

נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1174
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » זונטאג דעצמבער 15, 2019 4:12 pm

איינער פרעגט אמאל א גרויסער קמצן , שטעל דיר פאר דו האסט 1000 טאלער און ראובן לאזט דיר א מעסעדזש אז ער וויל בארגן 300 טאלער נאכער לאזט דיר שמעון א מעסעדזש אז ער וויל בארגן 300 טאלער , מיט וויפיל וואלסטו איבערגעבליבן .

זאגט אים דער קמצן , "כ'וואלט איבערגעבליבן מיט 1000 טאלער און צוויי אוםגעליינטע מעסעדזשעס!!!!"
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1174
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » זונטאג דעצמבער 15, 2019 4:13 pm

א שקלאפטע פון א פרוי איז דורכגעגאנגן א שווערע אפעראציע , נאכן אפעראציע קומט דער מאן און פרעגט דעם דאקטאר

"דאקטאר ס'דא גוטע נייעס ?.................................אדער האט זי זיך שוין אויפגעוועקט !!!!!!"
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1174
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » זונטאג דעצמבער 15, 2019 4:13 pm

געווען אמאל א גרויסע שוטה וואס איז אריין ארבעטן אין א גרויסע אפיס און האט זיך געהאלטן פאר גאר א שנעלער מאטימאטיקער

דער ערשטער טאג פון זיין ארבעט קומט צו דער בעה"ב און זאגט אים , כ'הער זאגן אויף דיר אז דו קענסט גאר שנעל רעכענען , קענסט מיר אפשר זאגן וויפיל איז 33 מאל 81 ?

דער שוטה ענטפערט גראד , 50

זאגט אים דער בעה"ב , כ'מיין דו ביזט ניש גערעכט

זאגט אים דער שוטה , "פארגעס פון די ענטפער, אבער סיז געווען שנעל הא ???!!!"
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1174
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » זונטאג דעצמבער 15, 2019 4:14 pm

פרעזידענט פוטין איז אמאל געקומען באזוכן א שולע און זאגט פאר די קינדער ווער ס'וויל פרעגן א פראגע זאל אויפהייבן די הענט

א קינד הייבט אויף די הענט און פוטין געט אים רשות צו פרעגן , כ'הייס דומיטרי און כאב צוויי פראגעס צו פרעגן דעם פרעזידענט , איינס איז דאס אמת אז רוסלאנד איז זייער גוט לעצטנס מיט איראן , צווייטענס איז דאס אמת אז דער פרעזידענט איז ניש אזוי איי איי איי מיט אמעריקע

פלוצים צוקלינגט זיך די בעל פאר ריסעס

נאך אפאר מינוט זאגט פוטין , אנטשולדיגט אז אונז זעמיר געווארן איבערגעריסן אינמיטן ,ווער ס'וויל פרעגן זאל ווייטער פרעגן
הייבט אויף א אנדערע קינד ס'האנט און זאגט , פרעזידענט לעבן כ' הייס וולאדאמיר און כ'וויל פרעגן דריי פראגן , איינס איז עס אמת אז רוסלאנד איז גוט לעצטנס מיט איראן , צווייטענס , איז עס אמת אז דער פרעזידענט מיט אמעריקע זענען ניש אזוי איי איי איי , דריטענס "אווי איז דומיטרי פארשוואונדען געווארן........................?"
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1174
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » זונטאג דעצמבער 15, 2019 4:15 pm

פרעגט מיר א חבר נעכטן , פארוואס אייביג ווען כ'גיי אין שיך געשעפט וועט דער מענטש מיר אייביג געבן א קלענערע סייז און זאגן , ס'וועט זיך אויסברייטערן משך'ן צייט

פארוואס קענען זיי ניש איינמאל פאר אלעמאל מיר צופאסן א שיך וואס איז פונקטליך מיין מאס ???!!!
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1174
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » זונטאג דעצמבער 15, 2019 4:15 pm

זיצט זיך א אינגערמאן אין א רעסטוראנט און איז זייער פארווייטאגט , קומט צו דער וועיטער און פרעגט אים , יענקל וואס גייט פאר

זאגט ער , מיט א 3 חדשים צוריק איז מיין מוטער נעבעך געשטארבן און זי האט מיר איבערגעלאזט א הונדערט טויזענט דאלאר

זאגט אים דער וועיטער , כ'הער

רופט ער זיך אהן ווישענדיג א טרער , און מיט צוויי חדשים צוריק האבעך פארלוירן מיין טאטע , ער האט מיר איבערגעלאזט א דריי הונדערט טויזענט טאלער

נאכער רופט ער זיך אהן כליפענדיג , און פאריגע חודש האבעך פארלוירן מיין מומע זי האט מיר איבערגעלאזט א ערך פון זיבעציג טויזענט טאלער

דער וועיטער הייבט אהן מיט וויינען , איי 3 קרובים צו פארלירן אין 3 חדשים איז טאקע א ווייטאג

רופט זיך יענקל אהן , יעצט פארשטייסטו שוין?! , דעי חודש האט זיך נאך קיינער אפגעזעקלט !!!!
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר האלף
תגובות: 1418
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אין דזשים

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » זונטאג דעצמבער 15, 2019 4:16 pm

נו וואדע האט געשריבן:געווען אמאל א גרויסע שוטה וואס איז אריין ארבעטן אין א גרויסע אפיס און האט זיך געהאלטן פאר גאר א שנעלער מאטימאטיקער

דער ערשטער טאג פון זיין ארבעט קומט צו דער בעה"ב און זאגט אים , כ'הער זאגן אויף דיר אז דו קענסט גאר שנעל רעכענען , קענסט מיר אפשר זאגן וויפיל איז 33 מאל 81 ?

דער שוטה ענטפערט גראד , 50

זאגט אים דער בעה"ב , כ'מיין דו ביזט ניש גערעכט

זאגט אים דער שוטה , "פארגעס פון די ענטפער, אבער סיז געווען שנעל הא ???!!!"

;l;p- :lol:

נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1174
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » זונטאג דעצמבער 15, 2019 4:17 pm

א שופט פרעגט א מאן , פארוואס ווילסטו זיך גט'ן

זאגט ער, מיין ווייב וויל כ'זאל שיילן קנאבל , שניידן צוויבל, אפוואשען די דישעס וכו'

זאגט אים דער דזשאדזש , נו וואס איז כאב דיר אפאר גוטע עצות , פאר דו שיילסט קנאבל ווייק עס אין ווארעם וואסער ס'העט אראפקומען ווי גארניש , פאר די שניידסט די צוויבל לייג עס אריין אין פריזער , ס'העט דיר גארניש ציפן נאכדעם, פאר דו וואשט אפ די דישעס לאז זיי ווייקן אין ווארעם וואסער און ס'העט ארויסקומען געשמירט און פאר דו וואשט וועש לאז עס ווייקן אין וואש מאשין א שעה פארדעם און ס'העט ארויסקומען הערליך אהנע פראבלעמען ....

זאגט אים דער מאן , שופט טייערע כ'פארשטיי , כ'צוה צוריק ,יאך וויל מיר ניש גט'ן

פרעגט אים דער שופט, וואס פארשטייסטו

זאגט ער, " כ'פארשטיי אז דיין מצב איז אסאך אסאך ארגער אווי מיינע......................!!!!!!"
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1174
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » זונטאג דעצמבער 15, 2019 4:18 pm

א בעה"ב פרעגט זיין ארבעטער , דו גלייבסט אין א לעבן נאכן טויט ?

פרעגט ער אים , פארוואס

זאגט ער , ווייל נעכטן ווען דו ביזט ארויסגעגאנגן צו די לוי' פון דיין פעטער איז ער געקומען דא אין אפיס דיר זוכן.........!
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1174
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » זונטאג דעצמבער 15, 2019 4:19 pm

איינער קאולט אמאל אהן א ריזן שוטה -וואס האט זיך אדווערטייזט אז ער איז א עלעקטערישאן- אז זיין בעל האט זיך צובראכן און ער זאל עס קומען פיקסן

זאגט אים דער שוטה , נאו פראבלעם אבער מוזט מיר באצאלן פארדעם יעצט אויפן טעלעפאון און כעל זיין אין א האלבע שעה ביי דיר , שוין ער באצאלט אים

די נעקסטע צופריה רופט ער אהן דעם עלעקטערישאן מיט צעקות , כ'פארשטיי דיר ניש , כאב דיר באצאלט פון פראנאויס און ביזט קיינמאל געקומען

זאגט ער , "דו ביזט משוגע , פינעף מאל בינעך געקומען נעכטן צו דיין הויז כאב א גאנצן צייט גערינגן דיין בעל, ווען כאב געזעהן קיינער ענטפערט מיר ניש בינעך מיר אהיים געגאנגן!!!"
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר האלף
תגובות: 1418
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אין דזשים

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » זונטאג דעצמבער 15, 2019 4:19 pm

עמיצער האט מיר געזאגט אז דער וויץ איז ארומגעפארן, איך האב עס אבער נאכנישט געזען דא:
א בחור פון בארא פארק וואס לערנט אין מיר רופט אן זיין מאמע א טאג נאך די שיסעריי אין דז. ס., און פרעגט איר "מאמי, ביזט געווען נעכטן אין די גראסערי בשעת די אטאקע?" די מאמע עפנט אפאר אויגן מיט וואונדער "וואס האב איך פארלוירן אין די גראסערי אין דז. ס.?..." זאגט דער בחור "אה.. ווייל ביי יעדע אטאקע דא אין ארץ ישראל רופסטו מיר פרעגן צו איך בין דארט...."

נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1174
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » זונטאג דעצמבער 15, 2019 4:20 pm

געווען אמאל גאר א גרויסע קמצן האט ער זיך געקויפט אין די זומער א גרויסע שטייענדיגע פען , ער שטעלט עס אהן ס'זאל בלאזן נאר אויף אים אין זעצט זיך אראפ קעגן איבער און זיצט און האלט זיך ניש ביים אויפשטעלן

אזוי זיצט ער אפ דארט הנאה האבענדיג פון די פרישע לופט , ביז ס'געקומען פרייטיג צונאכטס און די ווייב שרייט אויף אים , שמעלקע לאז שוין אפ דעם פען א גאנצע וואך זיצטו שוין אזוי מ'ברויך גיין אין סעמעדרעש אריין

נו ניש האבענדיג קיין ברירה שטעלט ער זיך אויף, ניש פארן אנווארענען די ווייב מיטן לעבן אז זי זאל זיך ניש וואגן צוצורירן דערצו

ער גייט אין שול אריין , און די ווייב הייבט אהן באטראכטן די פען , פלוצלינג האט זי בטעות געגעבן א דרוק איויף די קנעפל וואס מאכט אז די פען זאל זיך דרייען , זי הייבט אהן ווערן היסטעריש, פרובירט עס אפצושטעלן אבער ס'גייט ניש , זי זעצט זיך אראפ און ווייסט זיך ניש ווי אהין צו טוהן

שמעלקע קומט אהיים און זעהט וואס גייט פאר , ער הייבט אהן שרייען , ביילא וואס האסטו געטוהן מיטן פען ?

זאגט זי , "כאב ניש קיין אנונג , זינט דו ביזט ארויס צום סעמעדרעש הערט ער ניש אויף דיר צו זוכן!!!!!!"
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2911
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » זונטאג דעצמבער 15, 2019 5:58 pm

נו וואדע האט געשריבן:א בעה"ב פרעגט זיין ארבעטער , דו גלייבסט אין א לעבן נאכן טויט ?

פרעגט ער אים , פארוואס

זאגט ער , ווייל נעכטן ווען דו ביזט ארויסגעגאנגן צו די לוי' פון דיין פעטער איז ער געקומען דא אין אפיס דיר זוכן.........!

;l;p- ;l;p- ;l;p-
ועל הכלל כולו יצא
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1833
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » זונטאג דעצמבער 15, 2019 6:51 pm

נו וואדע מ'קען נישט אוועקגיין אן א ;l;p-
נו גוט נו שוין זאל זיין אזוי
אז ס'גייט נישט ווי מ'וויל, וויל מען ווי ס'גייט

אוועטאר
moishy56
שר שבעת אלפים
תגובות: 7313
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » זונטאג דעצמבער 15, 2019 7:08 pm

כסדר'דיגע ''וואלן אין מדינת ישראל''

bchch.jpg
bchch.jpg (52.28 KiB) געזעהן 1258 מאל
bchh.jpg
bchh.jpg (308.83 KiB) געזעהן 1258 מאל
bch.jpg
bch.jpg (33.23 KiB) געזעהן 1258 מאל

jay
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 20, 2017 9:50 am

תגובהדורך jay » זונטאג דעצמבער 15, 2019 7:17 pm

;l;p-
נו וואדע האט געשריבן:געווען אמאל גאר א גרויסע קמצן האט ער זיך געקויפט אין די זומער א גרויסע שטייענדיגע פען , ער שטעלט עס אהן ס'זאל בלאזן נאר אויף אים אין זעצט זיך אראפ קעגן איבער און זיצט און האלט זיך ניש ביים אויפשטעלן

אזוי זיצט ער אפ דארט הנאה האבענדיג פון די פרישע לופט , ביז ס'געקומען פרייטיג צונאכטס און די ווייב שרייט אויף אים , שמעלקע לאז שוין אפ דעם פען א גאנצע וואך זיצטו שוין אזוי מ'ברויך גיין אין סעמעדרעש אריין

נו ניש האבענדיג קיין ברירה שטעלט ער זיך אויף, ניש פארן אנווארענען די ווייב מיטן לעבן אז זי זאל זיך ניש וואגן צוצורירן דערצו

ער גייט אין שול אריין , און די ווייב הייבט אהן באטראכטן די פען , פלוצלינג האט זי בטעות געגעבן א דרוק איויף די קנעפל וואס מאכט אז די פען זאל זיך דרייען , זי הייבט אהן ווערן היסטעריש, פרובירט עס אפצושטעלן אבער ס'גייט ניש , זי זעצט זיך אראפ און ווייסט זיך ניש ווי אהין צו טוהן

שמעלקע קומט אהיים און זעהט וואס גייט פאר , ער הייבט אהן שרייען , ביילא וואס האסטו געטוהן מיטן פען ?

זאגט זי , "כאב ניש קיין אנונג , זינט דו ביזט ארויס צום סעמעדרעש הערט ער ניש אויף דיר צו זוכן!!!!!!"

blue moon
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 02, 2016 4:45 pm

תגובהדורך blue moon » זונטאג דעצמבער 15, 2019 8:01 pm

הגאון הבדחן ר' פייוול קליין זאגט אז א חבר זיינער האט אריינגעלייגט אונעם ג.פ.ס פאר דיירעקשאן'ס צו פארן קיין בי ענ עיטש. די כלי האט אים קאלקוילעיטעד די ראוד קיין בעט האלעווי, קרית טאהש.
דרייט ער זיך אויס צו די מיט רייזענדע, איך האב געוואלט פארן צו מיין ארבייטס פלאץ, נישט דארט ווי מען ארבייט נישט.

shulem k
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 8:22 pm

תגובהדורך shulem k » זונטאג דעצמבער 15, 2019 8:20 pm

אונגארישע הייזער האט געשריבן:א גוט שטיקל פונעם 'מלאך', אפשר אביסל אלט אבער גוט....
https://drive.google.com/open?id=1DUUxo ... UJorxz992y

נישט אזוי קלאר

אורך ימים
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 04, 2019 8:43 am

תגובהדורך אורך ימים » מאנטאג דעצמבער 16, 2019 11:21 pm

לאשאנצע רב זאגט נאר וויל ער נישט שטארבן ביי די 120 נאר אפאר טאג דערויף,פארוואס? ווייל ער וויל נישט שטארבן פלוצלינג

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13410
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דאנארשטאג דעצמבער 19, 2019 4:11 pm

נעכטען נאכט ביי א שמחה בין איך געזעסען ביי איין טיש מיט איטליכע
סקווירא אינגעלייט מיט א געשמאקען חבדסקער וואס האט זיי אינטערהאלטען
פרעגט ער פארווס ריפט מען יוסף הצדיק "הצדיק"און נישט די אבות?
ווייל ער איז געווען א "שליח" און די חברה האט הנאה געהאט
ווער קען מיר מסביר זיין דעם וויץ
אברהם אבינו איז נישט געווען א שליח? לך לך!
יעקב אבינו האבען די עלטערען געשיקט

גלות איד
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 10, 2017 8:48 pm

תגובהדורך גלות איד » דאנארשטאג דעצמבער 19, 2019 4:22 pm

קיקיון האט געשריבן:נעכטען נאכט ביי א שמחה בין איך געזעסען ביי איין טיש מיט איטליכע
סקווירא אינגעלייט מיט א געשמאקען חבדסקער וואס האט זיי אינטערהאלטען
פרעגט ער פארווס ריפט מען יוסף הצדיק "הצדיק"און נישט די אבות?
ווייל ער איז געווען א "שליח" און די חברה האט הנאה געהאט
ווער קען מיר מסביר זיין דעם וויץ
אברהם אבינו איז נישט געווען א שליח? לך לך!
יעקב אבינו האבען די עלטערען געשיקט

בפשטות איז פשט ווייל די אבות הקדושים זענען נישט אוועק געפארן פון די הויף צו די מרחקים, נאר ענדרעש איז עס געווען א בחינה פון ווען די רבי אליין פארט ארויס אין די מרחקים וואס מ'רופט עם נישט קיין שליח, אברהם איז אוועק פון תרח, יעקב איז שוין טאקע יא אוועק פון יצחק אבער דאך די הויף דארט איז נישט אנגעגאנגען מער, די תורה פארציילט מער גארנישט וואס האט זיך אפגעטון ביי יצחק, פון יעצט און ווייטער איז די גאנצע פאוקעס אויף יעקב, מה שאין כן ביי יוסף הצדיק וואס איז נישט געווען א מלך בשדה, נאר די הויף פון יעקב מיט די שבטי קה האט ווייטער געקאט און יוסף האט געמוזט זיין אין די מרחקים.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: איפכא מיסתבר און 25 געסט