מילתא דבדיחותא
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- שטאלצער יוד
- שר האלפיים
- תגובות: 2438
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm
באצאלטע אנאנס
עס איז געפלאנט א גרויסע מעמד אי"ה ג' בשלח.
ווי שלום מרדכי רובאשקין גייט אנטוהן די גלעזער פון די חזון איש בייים ציון פון די רביניצער. און אויסזאגן פרק שירה.
שיקט אריין אייערע ברייט הארציגע נדבות. פאר א מינימאלע אפצאל פון 360$ וועט מען מזכיר זיין אייער נאמען.

- גארגארפיק
- שר האלף
- תגובות: 1735
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 11:48 am
- לאקאציע: עה.. איין מינוט... וואס האסטע געפרעגט? אה די ווילסט דווקא וויסן? עה... מאכסט זיכער א ווערטל נו שוין
שטאלצער יוד האט געשריבן:עס איז געפלאנט א גרויסע מעמד אי"ה ג' בשלח.
ווי שלום מרדכי רובאשקין גייט אנטוהן די גלעזער פון די חזון איש בייים ציון פון די רביניצער. און אויסזאגן פרק שירה.
שיקט אריין אייערע ברייט הארציגע נדבות. פאר א מינימאלע אפצאל פון 360$ וועט מען מזכיר זיין אייער נאמען.
פלצתי
ווי קען מען באשטייערן
לינק ביטע...
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 424
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 01, 2016 3:17 pm
שטאלצער יוד האט געשריבן:עס איז געפלאנט א גרויסע מעמד אי"ה ג' בשלח.
ווי שלום מרדכי רובאשקין גייט אנטוהן די גלעזער פון די חזון איש בייים ציון פון די רביניצער. און אויסזאגן פרק שירה.
שיקט אריין אייערע ברייט הארציגע נדבות. פאר א מינימאלע אפצאל פון 360$ וועט מען מזכיר זיין אייער נאמען.
בשעה 8:08:08
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
- ראפאט קראמפלי
- שר האלפיים
- תגובות: 2341
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
- לאקאציע: אין טעלער.
- eller
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 10738
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
- לאקאציע: דאנקט השי"ת
נו וודאי אווי אייביג מיט זיינע זאפטיגע סחורה.
הגם פארוואזשע אייביג מיט די פרויען ? אזוי שלעכט איז די מצב ?.....

א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער

נו וואדע האט געשריבן:eller האט געשריבן:נו וודאי אווי אייביג מיט זיינע זאפטיגע סחורה.
הגם פארוואזשע אייביג מיט די פרויען ? אזוי שלעכט איז די מצב ?.....
נע ח"ו
אודאי איז די שלום בית גוט
מוז מען אבער פון צייט צו צייט חוזק מאכן ס'זאל טאקע ח"ו ניש שאטן א עין הרע........
שוין לאנג נישט געזען אזא גוט'ס
כשמ"ו כן הוא
סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/
גם אני נקי עם נטפרי

- שר חמש מאות
- תגובות: 681
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2009 1:34 pm
- לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם
א אינגערמאן גייט אריין צו א לעקציע אויף שלו' בית, נאכ'ן ווערן באפוילן אין שטוב מיטן בייזסטן אז ער מוז זיך דארט באטייליגן, הערט ער דארט די וויכטיגקייט צו געבן אין שטוב די געפיהל אז מען האט מיט איהר מיטגעפיהל, און אז דאס איז נאך אפילו וויכטיגער ווי וויפיהל מטוט למעשה ארויסצוהעלפן.
אהיימקומענדיג פארמאטערט פון דורך שטופן א שווערע לאנגע טאג, אנטפאנגט זי איהם מיט'ן פזמון, יענקל מיין קאפ טוט מיר שרעקליך וויי כ'קען דיר נישט דערציילן וואס איז אלץ פארגעגאנגען דא היינט. זאגט יענקל, אוי וויי, כ'האף ס'העט שנעל אריבערגיין, און כ'בעט דיר זאג מיר ווען עס לאזט נאך, קענסט מיר אפילו אויפוועקן פאר דעם.

- תגובות: 1041
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2014 8:49 am
- לאקאציע: אינעם עולם התהו
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 348
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 9:14 am
אן אויסגעדארט אידל איז אמאל אריין געקומען און א שפיטאל און ער האט גיבעטן פונעם דאקטער אז היות ס'באדערט אים זיין אויסגעמאגערטקייט וויל ער אז די דאקטער זאל אים אפערירן און אים אנפילען מיט פארשידענע ענינים, ווי למשל סטאף א.ד.ג. פארשטייט זיך אז דער דאקטער האט בשום אופן נישט מסכים געווען, אבער ער האט אים געזאגט אז האט אן אנדערע וועג ווי אזוי אריין צו ברענגען אין אים א גרעסערע רוח חיים, 'אבער' - האט זיך דער דאקטער אויסגענימען - 'כ'טו עס נאר מיט איין תנאי, דו זאלסט מיך נישט פרעגן ווי אזוי איך מאך עס, ווייל ס'איז א גרויסע סוד - .
א תמימות'דיג איד פרעגט נישט קשיות, ער לייגט זיך אריין אין אפערירונגס צימער, מען שלעפט אים איין ...
ער וועקט זיך אויף און טרעפט זיך מיט א ריזיגען חומר הגוף, ער קאן זיך נישט רירען.
ער נעמט זיך שרייען: "ה' ישמרינו, וואס טוט זיך דא? .. נישט דאס האב איך געמיינט!!"
דער דאקטער קומט צו לויפן. וואס גייט פאר?
- כ'וויל מאכן א ריטורן, נעמטס ענק צוריק ענקער חומר און גיבט מיר צוריק מיין געלט און "האט'ס מיר א לעכטיגן ביי-ביי".
- אקעי אקעי, נישט קיין פראבלעם.
מ'שלעפט אים צוריק איין ...
ער וועקט זיך אויף... אההה.. אההה... דאס הייסט געלעבט.. ברוך השם.
ער וואקט ארויס פון שפיטאל דאנקענדיג און לויבענדיג דעם באשעפער אויף דעם אויסגעדארטן גוף וואס הקב"ה האט אים גיגעבן.
אינעם וועירינג רום באמערקט ער ווי עפעס א גוי וואס טראגט אויף זיך גרויסע ענין, קוקט אים זייער שטארק נאך.
די פחד איז געווארן גרעסער ווען די גוי רופט אים צו.
דער איד גיט א כאפ אן זיינע ציצית אן גיבט א גיי צו צום גוי: העי האצאפ?
דער גוי זאגט אים זייער טריקן: איך לויף שוין נאך דעם דאקטער יארן אז ער זאל מיך טרעפן א לעזונג צו מיין גרויסע פעקל צרות, נעכטן האט מיר דער דאקטער אריבער גערופן אז ער האט א לעיזונג.
ער האט מיך מיט דיך אפערירט צוזאמען. נישט אויפן בויך, נאר אויפן האלז.. ער האט אונז געטוישט קעפ....

לעצט פארראכטן דורך וואלברוזש'ע רבי אום דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 7:56 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
די תגובה געפעלט דיך?
גיב א שמייכל !!! . . . . . . !
גיב א שמייכל !!! . . . . . . !
דעי ניק איז נישט אקטיוו
- איינפאכער איד
- שר האלף
- תגובות: 1487
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
- לאקאציע: ווערמאנט
א חתן איז אמאל אריין צו זיין רבי'ן בעפאר זיין חתונה, און געבעטן דער רבי זאל אים אנוואונטשן אלע גוטע ברכות. דער רבי האט זיך פארגלייזט די אויגן פאר עטליכע מינוט, און דערנאך רופט ער זיך אן צום חתן במאור פנים: "דער אייבערשטער זאל דיר בענטשן מיט מזל, גוטע השפעות זאלן זיך שטענדיג גיסן ביי דיר, דער שלו' בית זאל אלץ הערשן אין דיין שטוב, און וואו דו גייסט זאלסטו מצליח זיין", און דער חתן איז ארויס פרייליך און מונטער נאכ'ן באקומען אזעלכע גוטע ברכות.
א חודש שפעטער קומט דער פרישער אינגערמאן נאכאמאל אריין צום רבי'ן, אינגאנצן פארזויערט און צוקלאפט. דער רבי געבט אים א פרעג: "זאג נאר מיינע ווארימע ברכות זענען ח"ו נישט מקויים געווארן"? "זיכער יא!" ענטפערט דער אינגערמאן צוריק מיט א געוויין "יעדע ברכה איז ליידער אזוי פולקאם מקויים געווארן"
איך בין געבענטשט מיט מזל אבער נישט מיט איינס, נאר כמעט 20 מייזלעך דרייען זיך ביי מיר אין שטוב און מאכן אלעס חרוב...
גוטע השפעות גיסן זיך שטענדיג ביי מיר פונעם שכנ'ס צובראכענעם וואסער פייפ, און וויפיל איך רעד צו אים לאכט ער מיר אין פנים...
דער שלו' בית קאמיטע הערשט ביי מיר אין שטוב פונעם ערשטן טאג...
און וואו איך גיי צו זוכן ארבייט זאגט מען מיר גלייך דו זאלסט מצליח זיין...
א חודש שפעטער קומט דער פרישער אינגערמאן נאכאמאל אריין צום רבי'ן, אינגאנצן פארזויערט און צוקלאפט. דער רבי געבט אים א פרעג: "זאג נאר מיינע ווארימע ברכות זענען ח"ו נישט מקויים געווארן"? "זיכער יא!" ענטפערט דער אינגערמאן צוריק מיט א געוויין "יעדע ברכה איז ליידער אזוי פולקאם מקויים געווארן"
איך בין געבענטשט מיט מזל אבער נישט מיט איינס, נאר כמעט 20 מייזלעך דרייען זיך ביי מיר אין שטוב און מאכן אלעס חרוב...
גוטע השפעות גיסן זיך שטענדיג ביי מיר פונעם שכנ'ס צובראכענעם וואסער פייפ, און וויפיל איך רעד צו אים לאכט ער מיר אין פנים...
דער שלו' בית קאמיטע הערשט ביי מיר אין שטוב פונעם ערשטן טאג...
און וואו איך גיי צו זוכן ארבייט זאגט מען מיר גלייך דו זאלסט מצליח זיין...
- איינפאכער איד
- שר האלף
- תגובות: 1487
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
- לאקאציע: ווערמאנט
א פרישער אינגערמאן האט באשלאסן צו ווערן אן אתרוג סוחר, אבער אזוי ווי עס זענען דאך פארהאן אזויפיל מענטשן אין די ליין האט ער באשלאסן צו מאכן א קנאקעדיגן אדווערטייזמענט וואס וועט אים האפנטליך ברענגען מער קונים.
ער גייט אריין צו א דרוקער און ער זאגט אים "אגוטן, איך וואלט געוואלט דרוקן א רעקלאמע צו אדווערטייזן אז איך פארקויף אתרוגים לולבים און הדסים, איך דארף א קנאקעדיגן נוסח וואס זאל אויך זיין קורץ און שארף, נישט קיין אריכות".
"גוט" זאגט אים יענער "איך וועל דיר מאכן אזא נוסח:
אכטונג! איר קענט באקומען ביי מיר הערליכע שיינע ד' מינים וואס איר וועט נישט טרעפן ביי קיינעם. שיינע אתרוגים מיט א הערליכן געלן קאליר און אינגאנצן ריין אן קיין איין בלאט; הערליכע לולבים מיט א מאך אדער אן א מאך [אויך ספעציעלע מיט ס"ח עלים כמנין לולב]; הערליכע הדסים משולשים וואס די בלעטער זענען שיין געדריטלט פון אונטן ביז ארויף
צומארגנס קומט דער אתרוג סוחר אפנעמען די געדרוקטע צעטלעך, און נישט קוקנדיג דערויף האט ער עס אויפגעהאנגען איבעראל, אבער ער האט נישט באמערקט ווי דער דרוקער האט בטעות אביסל ארומגעטוישט דעם צעטל, ווי פאלגענד:
אכטונג! איר קענט באקומען ביי מיר הערליכע שיינע ד' מינים וואס איר וועט נישט טרעפן ביי קיינעם. שיינע אתרוגים מיט א מאך אדער אן א מאך [אויך ספעציעלע מיט תר"י עלים כמנין אתרוג]; הערליכע לולבים משולשים וואס די בלעטער זענען געדריטלט פון אונטן ביז ארויף; הערליכע הדסים מיט א שיינעם געלן קאליר און אינגאנצן ריין אן קיין איין בלאט...

- דונש
- שר האלף
- תגובות: 1880
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
- לאקאציע: שבתדיגע זמירות
א פרוי האט אפגעשמעוסט מיט איר מאן אז איין לעדל באלאנגט פאר איר און ער טאר עס נישט עפענען, נאך א פאר יאר האט ער זיך שוין נישט געקענט איינהאלטן און ער האט עס געעפענט און ער זעט אז דארט ליגט 10 אלפים קעש און 5 אייער,
האט ער געפרעגט ס'ווייבל מה פשט? האט זי געענטפערט אז דו ווייסט דאך ס'מאכט ביי יעדן פאנטשערס ס'זאל זיך נישט מאכן, האט זי באשלאסן אז יעדס מאל ס'מאכט זיך אזאנס וועט זי אנשטאט זיך אויפרעגן אריינלייגן א אייער אין דעם לעדל, עפענט דער מאן גרויסע אויגן, און נאר 5 אייער האסטו געדארפט אריינלייגן במשך די אלע יארן??
זאגט זי נע וואס פארשטייסטו נישט? יעדעס מאל ס'האט זיך צוזאמגעקליבן א דאזן האב איך עס פארקויפט . און דאס איז די 10 אלפים....

זוכט איר דוי?