מילתא דבדיחותא
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- שר העשר
- תגובות: 43
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:13 pm
מילתא דבדיחותא
אנשטאט עס צו שרייבן אין די אלטע קרעטשמע אויף הייד פארק אינם אשכול "יארמור רב"... ... זאגט: שרייב איך עס דא.
איך האב געהערט נאכזען פון ר' יענקעל אז פארוואס טוט מען אן א קיטל פאר א נפטר? ווייל מען וויל אים דערמאנען אז ער האט אמאל חתונה געהאט.
דא האט איר די לינק צו יענעם אשכול
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/top ... id=1488383

- איך_הער
- סעקרעטאר
- תגובות: 18580
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
- לאקאציע: אין אפיס
- פארבינד זיך:
דער יארמער רב זז"ג, האט באקומען א כיבוד צו לאזן מעלדן א פרוי אז איר מאן איז ל"ע אוועק, קלאפט ער אן אויפן טיר, דא וואוינט די אלמנה גרינפעלד?
ניין,
איר ווילט מאכן א וועט?
און BTW איז גוט אז איר זאלט וויסן אז פון היינט און ווייטער גייט זי דא וואוינען, ( דאס לעצטע איז צוגעלייגט געווארן אינמיטן די טשעין ביז ס'איז אנגעקומען דא אין קרעטשמע. )
ניין,
איר ווילט מאכן א וועט?
און BTW איז גוט אז איר זאלט וויסן אז פון היינט און ווייטער גייט זי דא וואוינען, ( דאס לעצטע איז צוגעלייגט געווארן אינמיטן די טשעין ביז ס'איז אנגעקומען דא אין קרעטשמע. )
- איך_הער
- סעקרעטאר
- תגובות: 18580
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
- לאקאציע: אין אפיס
- פארבינד זיך:
לפי בקשת פענסטער לייג איך עס דא,
די מעשה גייט אז ס'איז אמאל געווען א בעל דרשן וואס האט זיך געגרויסט אז ער קען האלטן א דרשה און א האלבער עולם זאל לאכן און דער אנדערער האלבע זאל וויינען, מען האט אים געוואלט אויספראבירן האט מען אים מכבד געווען, ער האט אנגעפאנגען צו רעדן דברי התעוררות און דער עולם האט אנגעפאנגען צו וויינען, אינמיטן רעדן האט ער געלייגט זיין האנט לעבן זיין מויל -אויף אזא וועג ווי איינער רעדט צו איינעם אז דער צווייטער דערנעבן זאל נישט קענען מיטהאלטן- און געמאכט א מאדנע פאקס אזוי אז דער האלבער עולם וואס האט געזען דעם פאקס האט זיך צולאכט זעענדיג ווי ערענסט ער מיינט זיין דרשה, איך האף אז דו וועסט פארשטיין דעם למה הדבר דומה.
זארעכפעפער האט געשריבן:איך האב דיר טאקע דערמאנט די מעשה פון א בעל דרשן, אבער וואס זאל איך טוהן, איך קען דאך נישט די מאנסע. אפשר דערציילסטו מיר די מעשה במילואו.
די מעשה גייט אז ס'איז אמאל געווען א בעל דרשן וואס האט זיך געגרויסט אז ער קען האלטן א דרשה און א האלבער עולם זאל לאכן און דער אנדערער האלבע זאל וויינען, מען האט אים געוואלט אויספראבירן האט מען אים מכבד געווען, ער האט אנגעפאנגען צו רעדן דברי התעוררות און דער עולם האט אנגעפאנגען צו וויינען, אינמיטן רעדן האט ער געלייגט זיין האנט לעבן זיין מויל -אויף אזא וועג ווי איינער רעדט צו איינעם אז דער צווייטער דערנעבן זאל נישט קענען מיטהאלטן- און געמאכט א מאדנע פאקס אזוי אז דער האלבער עולם וואס האט געזען דעם פאקס האט זיך צולאכט זעענדיג ווי ערענסט ער מיינט זיין דרשה, איך האף אז דו וועסט פארשטיין דעם למה הדבר דומה.
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2176
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm
אוי זארעכ כהער איז נישט דארט געווען ער פארציילט דיר נאר וואס ער האט געהערט פון זיין קאזען און זיין קאזען האט עס געהערט פון זיין ווייב וואס האט עס ארויסגעהערט פין דיי נעיבערס בעדרום אין קאנטרי וואס יענער האט געזאגט אז ער מיינט אז ער האט עס א מאל געהערט פין זיין קאזען נאכזאגען אז עס איז א ארץ ישראל'דיג ווערטעל
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 419
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2006 12:27 pm
- לאקאציע: דרייט זיך אינמיטען וועג
אמאל איז איינער געגאנגען צו א ספרדישע כאחאם, אז זיינע טשיקענ'ס האלטן אין איין שטארבן, און ער איז אומבאהאלפן,
דער כאחאם זאגט נישט קיין פראבלעם, און ער געט אים א סגולה און עס וועט העלפן, עס גייט אריבער אפאר טעג און דער איד קומט צוריק אז עס העלפט נישט, האט אים דער כאחאם געגעבן א צווייטע סגולה, און דער איד גייט אהיים גליקלעך אז נאך אביסל גייען זיינע טשיקענ'ס אויפהערן צו שטארבן, און ווייטער האט דער סגולה נישט געהאלפן, און דער איד לויפט צוריק צו כאחאם פרעגן, צו ער האט נישט אפשר נאך עפעס א סגולה,
ענטפערט אים דער כאחאם, איך האב נאך אסאך סגולות, אבער זאג נאר די האסט נאך טשיקענ'ס... (דוי לאכט מען)..

- שוועמל
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14264
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
- לאקאציע: גידולו בכל מקום
אמאל איז אן אמעריקאנע אידישקע געקומען צו א ראביי אז די הינט איז געפערליך קראנק דער דאקטאר האט שוין אויפגעגעבן.
דער רביי איז נישט קיין נאר און זאגט אז פאר א סכום פון טויזנט דולער [בימים ההם] וועט ער איינרייסן וועלטן פאר א רפואה.
די פרוי האט נישט קיין ברירה, די סכום איז זייער גרויס אבער וואסטוט מען נישט פאר א רפואה. עס גייט דורך עטליכע טעג און דאס הינטל האט געפגרט.
זי קומט מין איין בהלה צום ראבבי וואס הייסט א גנב ער נעמט געלט און ס'אט ניט געהאלפן! איך גיי אריינטראגן א לאו סוט קעגן אייך.
בארואיגט איר דער רבבי, וואס זאל איך טון, איך בין גשטאנען די נאכט אגאנצן צייט און זיך געאמפערט מיט מלאך המות, ער האט נאר געוואלט גיין צו אייך אבער איך האב געפועלט ער זאל גיין ענדערש צום הינט..... (דוי לאכט מען)...

שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
- יאנאש
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 15470
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
- לאקאציע: וואו בינעך טאקע?
איינער פארציילט פאר זיין חבר, אז ער האט געבעטן דעם בורא, היות עס שטייט אלף שנים בעניך ביום אתמול, דרש'נט די גמרה אז יום של הקב"ה איז טויזענט יאר, איז דאך לכאורה מיט געלט די זעלבע זאך א מיליאן דאלאר איז ביים באשעפער ווי א פאר צענט, האט ער געבעטן דעם באשעפער 'גיב מיר א פאר דאלאר פאר א פאר מינוט'.
פרעגט אים זיין חבר 'נא, וואס האט ער גענטפערט'? ער האט גענטפערט, יא יא איך גיב דיר שוין, ווארט נאר א פאר מינוט.