מילתא דבדיחותא

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

תגובהדורך פעדער » מוצ"ש יולי 30, 2011 6:50 pm

א בעל דרשן האט זיך אויפגעשטעלט רעדן, פאר א ציבור אידן. זיך אינגאנצן איינגעהילט הינטערן טלית, אבער האט נישט געוואוסט ווען צו פארטיגן. ביז צוביסלעך האט דער היכל זיך אויסגעליידיגט, פון צוהערער.
ווען ער ענדיגט זיין דרשה, הייבט ער זיך אויף דעם קאפ, און ווערט איבערראשט צו טרעפן א ליידיגער זאל, בלויז איינער איז פארבליבן. זייענדיג בארירט דערפון. גייט ער צו יענעם, און באדאנקט זיך הערצליך. אויף וואס יענעמ'ס אנטווארט איז געווען . "אנטשולדיגט. זייט נישט באליידיגט איך בין פשוט דער קומענדיגער בעל דרשן....
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!

אוועטאר
עקיבא
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 08, 2011 6:20 am

תגובהדורך עקיבא » מוצ"ש יולי 30, 2011 9:41 pm

וויצען אויף מערעדזש לייף:

איך האב קיימאל נישט געוואוסט וואס אמת'ע גליק אין לעבען איז, ביז ווען איך האב חתונה געהאט, און דעמאלטס איז שוין געווען צו שפעט...

איך מיט מיין ווייב זענען געווען גליקליך צוואנציג יאר, נאכדעם האבען מיר זיך געטראפען...

די סיקרעט פון א העפי מערעדזש, איז פארבליבען א סוד...
===============================

?Why is the harder thing to do and the right thing to do usually the same thing

אדרבה, תן בליבנו שנראה כל אחד מעלת חברנו...

אוועטאר
עקיבא
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 08, 2011 6:20 am

תגובהדורך עקיבא » מוצ"ש יולי 30, 2011 9:44 pm

א יוד איז געקומען צו זיין רבי אז זיין חבר האט עובר געווען א געוויסע עבירה, און ער האט איהם געשוקט צום רבי'ן בעטען א תיקון.

פרעגט איהם די רבי, פארוואס קומט אייער חבר נישט אליין בעטען דעם תיקון, ער שעמט זיך שטארק זאגט דער חסיד, האט ער מיר געשוקט.

וואס איז די פראבלעם זאגט די רבי, זאל ער קומען און זאגען אז זיין חבר האט איהם געשיקט...
===============================

?Why is the harder thing to do and the right thing to do usually the same thing

אדרבה, תן בליבנו שנראה כל אחד מעלת חברנו...

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2927
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » מוצ"ש יולי 30, 2011 10:50 pm

עקיבא האט געשריבן:א יוד איז געקומען צו זיין רבי אז זיין חבר האט עובד געווען א געוויסע עבירה, און ער האט איהם געשוקט צום רבי'ן בעטען א תיקון.

פרעגט איהם די רבי, פארוואס קומט אייער חבר נישט אליין בעטען דעם תיקון, ער שעמט זיך שטארק זאגט דער חסיד, האט ער מיר געשוקט.

וואס איז די פראבלעם זאגט די רבי, זאל ער קומען און זאגען אז זיין חבר האט איהם געשיקט...

ווערט געברענגט פון ראפשיצער רב זי״ע

אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

תגובהדורך פעדער » זונטאג יולי 31, 2011 5:15 am

‫איינער איז אמאל געקומען צו א גביר נאך געלט פאר א מוסד . האט אים דער גביר געזאגט , אז דאס יאר גיט ער בלויז 900 דאלאר נישט ווי יעדעס יאר 1000 ... פארוואס ? ווייל די מוסד איז א גאנצער שווינדל..! פרעגט אים דער פאנדרעיזער ..און פארוואס 900 יא? ענטפערט דער גביר..קוק אהער דיין חלק וויל איך דאך נישט צונעמען פון דיר!‬
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!

אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4962
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

תגובהדורך צים פינטעל » זונטאג יולי 31, 2011 1:17 pm

פעדער ;l;p- ;l;p-

אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2731
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

תגובהדורך האניג » מאנטאג אוגוסט 01, 2011 10:11 am

אלע פון ענק!

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18003
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מאנטאג אוגוסט 01, 2011 11:05 am

קומט אמאהל א משולח צו א גביר
באשרייבט ער איהם זיין כולל וואס צעהן יונגעלייט זיצען און לערנען לאסוקי שמעתתא אליבא דהילכתא
דער גביר איז אימפרעסד און געט גאר א שיינע נתינה
דער משולח באדאנקט אים גאר און בענטשט אים מיט כל ברכות התורה און גיט אים א רעסיט
דער גביר פארט קיין ארץ ישראל אויף וואעישאן
טראכט ער אה! לאמיר גיין באטראכטען יענעם געוואלדיגע כולל
קומט ער צו די אדרעס וואס איז געשטאנען אויף דער רעסיט
זעהט ער אז נישט געשטויגען און נישט געפלויגען...
נעקסטע יאר קומט דער משולח און דערמאנט אים פון די חשובע נתינה און וויפיעל תורה ער האט מחזיק געווען מיט דעם
פרעגט אים דער גביר זאגט ר' איד וואס איז אייער נאמען
זאגט ער אים דוד
זאגט דער גביר דוד איז בגימטריא גנב
רופט זיך אהן דער משולח וואס מיינט איר עס שטימט דאך נישט
זאגט דער גביר דוד מיט'ן כולל איז בגימטריא גנב....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4962
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

תגובהדורך צים פינטעל » מאנטאג אוגוסט 01, 2011 11:06 am

פרצתי בשחוק
לכבוד ר"ח האבעך מיר מתיר געווען

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מאנטאג אוגוסט 01, 2011 11:38 am

msp די מעשה גייט מיט איינער וואס האט געהייסן דן און נישט דוד ווייל דן איז בגמ׳ 54 און גנב 55 איז דן מיטן כולל בגמ׳ 55.

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18003
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מאנטאג אוגוסט 01, 2011 12:02 pm

א דאנק פאר די הערה-הארה...
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובהדורך קהת » מאנטאג אוגוסט 01, 2011 6:52 pm

‏​​א הצלחה ביי די 1 יאהר איז........צו גיין אליין.
א הצלחה ביי די 2 יאהר איז.........נישט איינמאכן.
א הצלחה ביי די 3 יאהר איז.........מ'זאל שוין האבן ציין.
א הצלחה ביי די 12 יאהר איז.........צו האבן פרענד'ס.
א הצלחה ביי די 18 יאהר איז.........צו האבן לייסענס.
א הצלחה ביי די 20 יאהר איז.........צו לעבן מיט א ווייב.
א הצלחה ביי די 35 יאהר איז.........מאכן געלט.

נאכדעם הייבט זיך אלעס אן פונדאס ניי !!!!!!

א הצלחה ביי די 50 יאהר איז.........צו האבן געלט.
א הצלחה ביי די 60 יאהר איז.........צו לעבן מיט א ווייב.
א הצלחה ביי די 70 יאהר איז.........צו האבן לייסענס.
א הצלחה ביי די 75 יאהר איז.........צו האבן פרענד'ס.
א הצלחה ביי די 80 יאהר איז.........נאך האבן ציין.
א הצלחה ביי די 85 יאהר איז.........נישט איינמאכן.
א הצלחה ביי די90 יאהר איז.........צו גיין אליין
Normal is just a setting on the washing machine

אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

תגובהדורך פעדער » מאנטאג אוגוסט 01, 2011 7:09 pm

אייזן !!!! כל סמיילילאתאת דעלמא...לא סגי לך....שוין לאנג נישט געהערט אזא גוטס...
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!

אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

תגובהדורך פעדער » מאנטאג אוגוסט 01, 2011 8:58 pm

כ'טרעף מיין חבר אין ביהמ"ד, נעבעך איינער וואס מיטשעט זיך שטארק ביי שידוכים , פרעג איך אים . זאג נאר, ווי אלט איז דיין טאכטער?
אכצן ! ענטפערט ער מיר. זאג איך אים .. יא יא דאס האב איך שוין געהערט פון דיר פאר פינעף יאר צוריק..
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!

אוועטאר
דזשעב 012
שר האלף
תגובות: 1354
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 27, 2010 6:52 am
לאקאציע: על אדמת אמעריקע

תגובהדורך דזשעב 012 » מאנטאג אוגוסט 01, 2011 9:00 pm

אה, דו ווייסט נישט, ער האלט שוין ב"ה ביי די נעקסטע

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18003
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דינסטאג אוגוסט 02, 2011 4:05 am

מיין מאמע ע"ה פלעגט זאגען זי איז אכטצען אהן א שבתים און ימים טובים....

דרך אגב א מאן פאהרט אהיים פון די ארבעט אין זיין קאר אויף די הייוועי
רופט זיין רביצין אויף זיין סעללפאון אים ווארענען אז זי הערט אויף די ראדיא
אז אויף דער הייוועי איז דא א משוגענער וואס פארט אין די פארקערטע ריכטונג
שרייט ער: וואס! נאר איין משוגענער!
איך זעה הונדערטער קארס פארען אין די פארקערטע ריכטונג...
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

שאלת_חכם
שר חמש מאות
תגובות: 995
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 06, 2011 4:46 pm

תגובהדורך שאלת_חכם » דינסטאג אוגוסט 02, 2011 12:06 pm

פעדער האט געשריבן:כ'טרעף מיין חבר אין ביהמ"ד, נעבעך איינער וואס מיטשעט זיך שטארק ביי שידוכים , פרעג איך אים . זאג נאר, ווי אלט איז דיין טאכטער?
אכצן ! ענטפערט ער מיר. זאג איך אים .. יא יא דאס האב איך שוין געהערט פון דיר פאר פינעף יאר צוריק..

מסתמא האטער געמיינט צו זאגן אכצן יאר מיט 37 חדשים
שאלת חכם חצי נחמה

אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1712
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

תגובהדורך שמן למאור » דינסטאג אוגוסט 02, 2011 6:41 pm

דרשת הרב


‫‫רב אחד זקן הגיע לדרוש דרשה בבית הכנסת. הגיע, התיישב ושתק. הקהל מחכה ומחכה ו...הרב שותק.‬‬

‫‫בסוף ניגש אליו אחד ושואל למה הרב לא דורש?‬‬

‫‫הרב מסמן לו על הפה ולוחש שהוא שכח את השיניים בבית.‬‬

‫‫הלכו והביאו לו את השיניים ואז הוא התחיל לדרוש.‬‬

‫‫דורש ודורש ודורש ולא גומר.‬‬

‫‫הקהל כבר אין לו כח לשמוע וצריך ללכת הביתה והרב לא גומר.‬‬

‫‫אז שאלו את הרב למה הוא מדבר כל כך הרבה‬‬

‫‫והוא ענה:‬‬

"הבאתם לי את השיניים של אשתי...".‬

אוועטאר
פערפעקט
שר האלף
תגובות: 1960
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 31, 2010 5:41 pm

תגובהדורך פערפעקט » דינסטאג אוגוסט 02, 2011 7:09 pm

גוט גוט פיין פיין ;l;p-
Definition of perfect: as good as it is possible to be

אוועטאר
פערפעקט
שר האלף
תגובות: 1960
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 31, 2010 5:41 pm

תגובהדורך פערפעקט » מיטוואך אוגוסט 03, 2011 11:29 am

באקומען א טעקסט נאך פאר די ניין טעג....

קלאסיפיידס: א יונגערמאן איז גרייט אנצוטאהן אייערע קליידער פאר די ניין טעג פאר א מינימאלע אפצאל (זאקן נישט אינקלאדעד - ריסטריקשאנס מעי אפליי)
Definition of perfect: as good as it is possible to be

אוועטאר
פערפעקט
שר האלף
תגובות: 1960
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 31, 2010 5:41 pm

תגובהדורך פערפעקט » מיטוואך אוגוסט 03, 2011 11:30 am

Since the stabbing of Baba Lazar Abuchtzira a"h, there's heavy security at the kvittel Shtieb of the Rebbi of Lubavitch...
Definition of perfect: as good as it is possible to be

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך אוגוסט 03, 2011 8:07 pm

מסתמא שוין געווען דא אמאל, אבער חזרה שאדט נישט (גענומען פון טוויט-לאנגער):
ב"ה
לכבוד מיין טייערער זון גימפל נ"י
איך שרייב דיר אפאר ווערטער, אויב דו באקומסט נישט דעם בריוו, לאז מיר ביטע וויסן כדי איך זאל דיר קענען שיקן א צווייטע. איך שרייב זייער שטאט ווייל איך ווייס אז דו קענסט נישט ליינען אזוי שנעל.
לעצטנס האט טאטי נ"י געליינט א סטאטיסטיק אז א מערהייט פון קאר עקסידענטס פאסירן נאנט צו די היים, דערפאר האבן מיר זיך שנעל אריבערגעצויגן אין א נייע דירה בשטו"מ..
די וועטער דא איז ב"ה זייער אנגענעם, לעצטע וואך האט נאר צוויי מאל גערעגנט, ביידע מאל פאר דריי טעג.
איך שיק דיר די סוועטער וואס דו האסט געבעטן. מען האט מיר געזאגט אין פאסט אפיס אז עס קאסט טייער ווייל די קנעפלעך וועגן אסאך, האב איך אראפגעשניטן די קנעפלעך און זיי אריינגעלייגט אין טאש.
טאטי נ"י האט געטראפן א נייע דזשאב. עס זענען אונטער אים צוויי הונדערט און פופציג מענטשן, ער שניידט די גראז אין בית הקברות.
דיין שוועסטער דוואשע תחי' האט געבוירן א בעיבי. איך ווייס נישט אויב א אינגעלע אדער א מיידעלע, מילא ווייס איך נישט אויב דו ביסט געווארן א פעטער אדער א מומע. אויב עס איז א מיידעלע פלאנט זי אי"ה צו געבן א נאמען נאך מיין באבע ע"ה, כאטש עס איז מאדנע צו רופן א קליין בעיבי "באבי".
דיין ברודער שמערל נ"י האט געהאט א דורכפאל ווען ער האט בטעות פארשפארט די קאר מיט די שליסלעך אינעווייניג. ער האט געמוזט אהיימגיין צופיס ברענגען די צווייטע סעט שליסלעך, כדי אונז ארויסראטעווען פון די פארשפארטע קאר.
אויב דו טרעפסט מיין שוועסטער שפרינצא, גיב איר א גריס פון מיר. אויב דו טרעפסט איר נישט, גיב נישט.
פון מאמי וואס בענקט נאך דיר
נ. ב. איך האב געוואלט אריינלייגן אפאר דאלער, אבער די ענוועלאופ איז שוין צוגעקלעבט

אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

תגובהדורך פעדער » מיטוואך אוגוסט 03, 2011 8:13 pm

זייער נאבל...אויפצועסן...נא באמת, נאך קיינמאל נישט געהערט! ס'איז ממש א וואונדער וויפיל זאכן איך ווער געוואר לעצטנס אז כ'האב עס קיינמאל נישט געהערט, און כ'האב ביז היינט נישט געוואוסט דערויף אז איך קען עס נישט!
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!

אוועטאר
שטרויזאק
שר חמש מאות
תגובות: 507
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2008 9:24 am

תגובהדורך שטרויזאק » מיטוואך אוגוסט 03, 2011 10:56 pm

קרעמער האט געשריבן:מסתמא שוין געווען דא אמאל, אבער חזרה שאדט נישט (גענומען פון טוויט-לאנגער):

viewtopic.php?p=368996#p368996
איך גלייך צו בארגן געלט פון א פעססימיסט, ער ווייסט שוין אז איך גיי קיינמאל נישט באצאלן...

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 1:14 am

שטרויזאק האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:מסתמא שוין געווען דא אמאל, אבער חזרה שאדט נישט (גענומען פון טוויט-לאנגער):

viewtopic.php?p=368996#p368996

זעהט אויס אז א מחבר געדענקט גוט זיינע חידושים, און א מלקט זיינע ליקוטים


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: פרינדזשעס.., צײטען און 11 געסט