מילתא דבדיחותא

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
חמרא טבא
שר שמונת אלפים
תגובות: 8758
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: מילתא דבדיחותא

תגובהדורך חמרא טבא » זונטאג אוקטובער 25, 2020 2:36 am

היינו הך...
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
להודות ולהלל
שר האלף
תגובות: 1129
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 7:35 am

Re: מילתא דבדיחותא

תגובהדורך להודות ולהלל » זונטאג אוקטובער 25, 2020 3:27 am

נתן בן ופסי האט געשריבן:
להודות ולהלל האט געשריבן:
שיעלע בהמה האט געשריבן:כהאב געהערט א שטארק ווארט

סאיז ידוע די מאמר חז"ל וואס מזאל טון אויב די יצר הרע איז זיך מתגבר
ער זאל ליינען קריאת שמע, אויב העלפט עס נישט זאל ער לערנען תורה, אויב דאס העלפט אויך נישט דעמאלטס יזכיר לו יום המיתה
איז דאך באקאנט די קשיא, פארוואס קען מען נישט תיכף זיך דערמאנען דעם יום המיתה און פארטיג?
נאר וואס דען, מוועט ווערן בעצבות און דאס איז נישט קיין מהלך

לויט דעם האט מיר איינער פארטייטשט די פסוק כמין חומר,
ועשית ארון = וועסט טראכטן פון יום המיתה
עצי שיטים = דאס איז א עצה פון שוטים
אמתים = די ביידע אמת (לשון רבים), דהיינו, קרי"ש/אלוקיכם אמת און תורת אמת
וחצי = דאס העלפט


זייער שיין!
אלעס ביז וחצי שטימט ביוטיפיל
אבער ווי איז מרומז אין דעם ווארט וחצי, אז דאס העלפט?


חצי, מיינט העלפט [פון א זאך] .... ממילא קאן מען טייטשען אז דאס העלפט

שכויח, נישט געכאפט!
להודות על העבר ולבקש על העתיד
מוֹדֶה אֲנִי לְפָנֶיךָ ה' אֱלֹקי וֵאלֹקי אֲבוֹתַי. עַל כָּל הַחֶסֶד אֲשֶׁר עָשִׂיתָ עִמָּדִי. וַאֲשֶׁר אַתָּה עָתִיד לַעֲשׂוֹת עִמִּי

אוועטאר
אוראייניקל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3758
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

Re: מילתא דבדיחותא

תגובהדורך אוראייניקל » זונטאג אוקטובער 25, 2020 7:54 am

חוח בין השושנים האט געשריבן:גוט געפרעגט!

נאכן זען וואס ס'געשעט ווען מ'טרינקט אן דעם קעניג, ער טראסקעט אין תפיסה אריין און הענגט חברה, האט דער שר המשקים זיכער געמאכט אז צו שיכור זאל פרעה מער נישט ווערן פון זיין וויין...

דבר אחר, נאך א פשט: ביי פרעה שטייט צוויי מאל וייקַץ. קען זיין אז ער האט אויך געזען צוויי קעץ בזה אחר זה.

ועוד יש לומר, אז דער שר המשקים אידאך נאך געזעצן דעמאלטס אין תפיסה, ממילא האט פרעה נישט געהאט צו טרינקען.
ובזה מיושב פ"וו דעם שר המשקים האט מען צוריקגעשטעלט על משקהו..

אוועטאר
חמרא טבא
שר שמונת אלפים
תגובות: 8758
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: מילתא דבדיחותא

תגובהדורך חמרא טבא » זונטאג אוקטובער 25, 2020 9:00 am

וואס הייסט דער שר המשקים איז נאך געזעצן? ער האט דאך ביי די חלומות דערציילט פרעה וועגן דעם פותר וואס ער׳ט באגעגנט אין תפיסה?
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
אוראייניקל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3758
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

Re: מילתא דבדיחותא

תגובהדורך אוראייניקל » זונטאג אוקטובער 25, 2020 10:11 am

ביזט גערעכט.

אבער לחומר הקושיא קען מען מיישב זיין, לויט וואס ס'שטייט אין אוה"ח הק' "עוד אפשר שיכוין לומר כי שנתים ימים ופרעה חולם בתמידות חלום זה אלא שלא היה יודע שחלם ולסוף שנתים חלם ולא שכח", און ס'ערשטע מאל איז דער שר המשקים קוים ארויסגעקומען.

zugurnish
שר האלף
תגובות: 1607
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: מילתא דבדיחותא

תגובהדורך zugurnish » זונטאג אוקטובער 25, 2020 10:35 am

רעדענדיק וועגן שר המשקין און פרעה

ווי אלט איז פרעה געווארן ביי דעם יום הולדת וואב ער האט געהענגן דער שר האופים און געלאסט דער שר המשקין צוריק קומען צו זיין ארבעט?

zugurnish
שר האלף
תגובות: 1607
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: מילתא דבדיחותא

תגובהדורך zugurnish » זונטאג אוקטובער 25, 2020 10:52 am

40

שבת קנב
עד ארבעין שנין מיכלא מעלי מכאן ואילך משתי מעלי

אוועטאר
פעטער שמואל
שר האלף
תגובות: 1058
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

Re: מילתא דבדיחותא

תגובהדורך פעטער שמואל » זונטאג אוקטובער 25, 2020 1:29 pm

איינער פרעגט מיר דעם שבת:
פארוואס פאר א גוט יאר האט נח נישט געקענט אנטרעטן די 2 מורישקעס נאכן ארויסקומען פונעם תיבה?
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר חמשת אלפים
תגובות: 5830
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: מילתא דבדיחותא

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » זונטאג אוקטובער 25, 2020 2:33 pm

:lol:
איידער דו שיקסט א תגובה, טראכט צו ס'איז דא ווייניגסטנס א 50% שאנס אז כאטש איינער וועט הנאה האבן דערפון.

אוועטאר
יש בו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3783
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: מילתא דבדיחותא

תגובהדורך יש בו » זונטאג אוקטובער 25, 2020 3:06 pm

פון וועם וואלט זיך געקענט ארויסלערנען דער פוילער?
וכסיל לא יבין, (תהלים צ"ב ז)

א נער איז נישט א מבין דבר מתוך דבר צו פארשטיין איין זאך פון די אנדערע, נאר ער דארף פראף אויף יעדע זאך באזונדער

אוועטאר
חמרא טבא
שר שמונת אלפים
תגובות: 8758
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: מילתא דבדיחותא

תגובהדורך חמרא טבא » זונטאג אוקטובער 25, 2020 3:20 pm

די גמרא זאגט אז גזל קען מען זיך לערנען פון א נמלה
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
אוראייניקל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3758
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

Re: מילתא דבדיחותא

תגובהדורך אוראייניקל » זונטאג אוקטובער 25, 2020 3:32 pm

און דריטנ'ס קען מען ענטפערן, אז היות נח איז געווען א עניו, האט ער זיך נישט געהאלטן העכער פונעם מורישקע, און אויך צו געדענקן דעם יתוש קדמך

מיט דעם קען מען טייטשן "נח איש צדיק תמים"
איש זאגט דער רד"ק (מלכים א, ב, א) מיינט "זריז",
צדיק זאגט רש"י (ע"ז ו.) מיינט "בלא חמס".
און תמים זאגט רש"י (שם) "עניו ושפל רוח"

ודו"ק.

פ' לך לך
שר האלף
תגובות: 1215
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

Re: מילתא דבדיחותא

תגובהדורך פ' לך לך » זונטאג אוקטובער 25, 2020 5:53 pm

[1767]אבות_ובנים_נח.jpg
[1767]אבות_ובנים_נח.jpg (47.17 KiB) געזעהן 1988 מאל

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3961
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

Re: מילתא דבדיחותא

תגובהדורך אנעים זמירות » מאנטאג אוקטובער 26, 2020 12:17 pm

לכאורה האט געשריבן:איך האב אזא גוטס צו זאגן פאר די וואס גייען מיך פרעגן "במה הארכת ימים", איך דארף עס נאר דערלעבן


;l;p-
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
אוראייניקל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3758
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

Re: מילתא דבדיחותא

תגובהדורך אוראייניקל » מאנטאג אוקטובער 26, 2020 3:30 pm

IMG-20201026-WA0113.jpg
IMG-20201026-WA0113.jpg (126.25 KiB) געזעהן 1708 מאל

אוועטאר
מים חיים
שר חמש מאות
תגובות: 684
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: מילתא דבדיחותא

תגובהדורך מים חיים » מאנטאג אוקטובער 26, 2020 3:45 pm

גארנישט קיין ווערטל

שטומפיג
שר האלפיים
תגובות: 2535
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: מילתא דבדיחותא

תגובהדורך שטומפיג » מאנטאג אוקטובער 26, 2020 4:57 pm

אוראייניקל האט געשריבן:און דריטנ'ס קען מען ענטפערן, אז היות נח איז געווען א עניו, האט ער זיך נישט געהאלטן העכער פונעם מורישקע, און אויך צו געדענקן דעם יתוש קדמך

מיט דעם קען מען טייטשן "נח איש צדיק תמים"
איש זאגט דער רד"ק (מלכים א, ב, א) מיינט "זריז",
צדיק זאגט רש"י (ע"ז ו.) מיינט "בלא חמס".
און תמים זאגט רש"י (שם) "עניו ושפל רוח"

ודו"ק.

גוט.....
רעדסט צו\פון מיר?
פליז #פינג

חמרא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 317
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2016 8:51 am

Re: מילתא דבדיחותא

תגובהדורך חמרא » מאנטאג אוקטובער 26, 2020 5:17 pm

להודות ולהלל האט געשריבן:
נתן בן ופסי האט געשריבן:
להודות ולהלל האט געשריבן:
שיעלע בהמה האט געשריבן:כהאב געהערט א שטארק ווארט

סאיז ידוע די מאמר חז"ל וואס מזאל טון אויב די יצר הרע איז זיך מתגבר
ער זאל ליינען קריאת שמע, אויב העלפט עס נישט זאל ער לערנען תורה, אויב דאס העלפט אויך נישט דעמאלטס יזכיר לו יום המיתה
איז דאך באקאנט די קשיא, פארוואס קען מען נישט תיכף זיך דערמאנען דעם יום המיתה און פארטיג?
נאר וואס דען, מוועט ווערן בעצבות און דאס איז נישט קיין מהלך

לויט דעם האט מיר איינער פארטייטשט די פסוק כמין חומר,
ועשית ארון = וועסט טראכטן פון יום המיתה
עצי שיטים = דאס איז א עצה פון שוטים
אמתים = די ביידע אמת (לשון רבים), דהיינו, קרי"ש/אלוקיכם אמת און תורת אמת
וחצי = דאס העלפט


זייער שיין!
אלעס ביז וחצי שטימט ביוטיפיל
אבער ווי איז מרומז אין דעם ווארט וחצי, אז דאס העלפט?


חצי, מיינט העלפט [פון א זאך] .... ממילא קאן מען טייטשען אז דאס העלפט

שכויח, נישט געכאפט!

מענין לענין.. פון וואו ווייסט מען אז תפילה העלפט? ווייל תפילה עושה מחצ״ה

אוועטאר
פעטער יעקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 270
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 8:40 am

Re: מילתא דבדיחותא

תגובהדורך פעטער יעקל » מאנטאג אוקטובער 26, 2020 8:55 pm

חמרא האט געשריבן:
להודות ולהלל האט געשריבן:
נתן בן ופסי האט געשריבן:
להודות ולהלל האט געשריבן:
שיעלע בהמה האט געשריבן:כהאב געהערט א שטארק ווארט

סאיז ידוע די מאמר חז"ל וואס מזאל טון אויב די יצר הרע איז זיך מתגבר
ער זאל ליינען קריאת שמע, אויב העלפט עס נישט זאל ער לערנען תורה, אויב דאס העלפט אויך נישט דעמאלטס יזכיר לו יום המיתה
איז דאך באקאנט די קשיא, פארוואס קען מען נישט תיכף זיך דערמאנען דעם יום המיתה און פארטיג?
נאר וואס דען, מוועט ווערן בעצבות און דאס איז נישט קיין מהלך

לויט דעם האט מיר איינער פארטייטשט די פסוק כמין חומר,
ועשית ארון = וועסט טראכטן פון יום המיתה
עצי שיטים = דאס איז א עצה פון שוטים
אמתים = די ביידע אמת (לשון רבים), דהיינו, קרי"ש/אלוקיכם אמת און תורת אמת
וחצי = דאס העלפט


זייער שיין!
אלעס ביז וחצי שטימט ביוטיפיל
אבער ווי איז מרומז אין דעם ווארט וחצי, אז דאס העלפט?


חצי, מיינט העלפט [פון א זאך] .... ממילא קאן מען טייטשען אז דאס העלפט

שכויח, נישט געכאפט!

מענין לענין.. פון וואו ווייסט מען אז תפילה העלפט? ווייל תפילה עושה מחצ״ה


בשם צדיקים, תפלה, ווען א איד איז מתפלל, עושה, דער באשעפער עושה שמים וארץ, מחצה, העלפט

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2609
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: מילתא דבדיחותא

תגובהדורך חוח בין השושנים » מאנטאג אוקטובער 26, 2020 11:05 pm

קום איך אויף א באזוך ביי מיין חבר. ער נעמט מיר אויף אין זיין ליווינג-רום וואס איז געווען אנגעווארפן ביזן האלז. זאגט ער מיר אומבאקוועם: "דאס איז דער זכר לחורבן צימער".

שפעטער וויל ער מיר עפעס ווייזן אין זיין ספרים-שטוב. אויך דא איז אלעס געווען צוטראסקעט. ער קומט שנעל אויף מיט אן אויסרייד: "אה, דאס איז זכר לחורבן בית שני"...

ווען כ'האב געזען אז די קאך איז אויך איבערגעדרייט ווי עמורה, זאגט ער מיר: "אךךך, וויפיל מאל דארף איך זיי אויסלערנען אז דער דריטער ביהמ"ק וועט נישט חרוב ווערן"...
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14796
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

Re: מילתא דבדיחותא

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » דינסטאג אוקטובער 27, 2020 12:35 pm

נאך א לאנג פארצויגענער קאמפ איז ענדליך געלונגען פאר משפחת פ. זיך צוצוטיילן מיטן גרויסן ירושה וואס זייער פאטער דער באקאנטער פילינטראפ האט זיי איבערגעלאזט. אבער ווי פארשטענדליך זענען די ברודער'ס געבליבן צוקריגט צווישן זיך.

ויהי היום קומט צו גיין א געלט גייער צו איינע פון די ברודער, און האפענדיג ארויסצושלעפן א גרעסערע סכום האט ער זיך אנגעגעבן אלס סעקענד רעמאווד קאזין.

נעמט זיך דער בעה"ב לאכן, וואס???? מיט מיינע אייגענע ברודער בין איך טויט צוקריגט, ווילסטו איך זאל דיר מקרב זיין אלס ווייטע אפגעריקטע קאזין?

אוועטאר
KEWL
שר האלף
תגובות: 1489
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2011 1:57 pm
לאקאציע: פארמעקט
פארבינד זיך:

Re: מילתא דבדיחותא

תגובהדורך KEWL » דינסטאג אוקטובער 27, 2020 12:56 pm

חוח בין השושנים האט געשריבן:קום איך אויף א באזוך ביי מיין חבר. ער נעמט מיר אויף אין זיין ליווינג-רום וואס איז געווען אנגעווארפן ביזן האלז. זאגט ער מיר אומבאקוועם: "דאס איז דער זכר לחורבן צימער".

שפעטער וויל ער מיר עפעס ווייזן אין זיין ספרים-שטוב. אויך דא איז אלעס געווען צוטראסקעט. ער קומט שנעל אויף מיט אן אויסרייד: "אה, דאס איז זכר לחורבן בית שני"...

ווען כ'האב געזען אז די קאך איז אויך איבערגעדרייט ווי עמורה, זאגט ער מיר: "אךךך, וויפיל מאל דארף איך זיי אויסלערנען אז דער דריטער ביהמ"ק וועט נישט חרוב ווערן"...

;l;p-
שוין אט אט חנוכה!!
לאמיר זיך צוגרייטן מיט הייליגע אויגן, צו קענען ניצן די אויגן צו קוקן אויף די הייליגע ליכטעלעך!

אוועטאר
אוראייניקל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3758
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

Re: מילתא דבדיחותא

תגובהדורך אוראייניקל » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 7:07 am

-מדריך-לקיפול-מצעים-לגבר.jpg
-מדריך-לקיפול-מצעים-לגבר.jpg (139.8 KiB) געזעהן 1053 מאל

אוועטאר
נתן בן ופסי
שר חמש מאות
תגובות: 898
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 04, 2019 8:34 am
לאקאציע: מחנה ישראל

Re: מילתא דבדיחותא

תגובהדורך נתן בן ופסי » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 9:14 am

אוראייניקל האט געשריבן:
-מדריך-לקיפול-מצעים-לגבר.jpg

גוט גוט, און ישיבה איז דאס געווען די מנהג המקום..
על כל נשימה ונשימה תהלל יה! אויף יעדן אטעם זאג איך מודים אנחנו לך (החפץ חיים לתלמידו)

פאטעיטא
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 26, 2020 3:42 pm

Re: מילתא דבדיחותא

תגובהדורך פאטעיטא » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 5:01 pm

מיין שכן זאגט מיר ער גייט וואוטון פאר ביידן זאג איך אים איך גיי דאך וואוטן פאר טראמפ איז דאך א שאד אינז זאל מיר ביידע שטיין אין ליין לאמיר ביידע אפמאכן צו בלייבן אינדערהייםאין פארטיג ער האט הנאה געהאט פונעם פלאן און אונז האבן געשאקלט הענט דערויף
איך האב שוין געמאכט דעם דיעל מיט 10 שכינים.....


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: SemrushBo און 10 געסט