מילתא דבדיחותא

אינטערסאנטע זאכן זיך אויסצולופטערן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

קונדיטון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 368
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 1:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קונדיטון »

.
אטעטשמענטס
VIRUS.PNG
VIRUS.PNG (11.79 KiB) געזען 3375 מאל
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

;l;p-
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

ווען אין איזרעאל איז געווען א געזעץ אז מ'קען נאר קויפן פלייש מיט צפעציעלע קארטן,
האט פאר מיסיס בן גריון נישט געפאסט צו גיין מיט קארטן, איז זי געגאנגען אויף די שווארצע מארקעט, גענומען א קערידש, און געזוכט עפעס,

שוין גארנישט געווען צו באקומען, נאר א חזור'ל ל"ע...
האט זי דאס פיין איינגעפאקט הינטער דעם דעקע אין דעם קערעדש,

אויפן וועג באגעגנט זי א פריינדין, "אה מיסיס בן גריון, איר זענט ארויס אביסל שפאנצירן מיט'ן אייניקל?"

"יא, ס'א שיין וועטער.."

"לאמיך א קוק טון אויפן אייניקל"

"אוי ניין, ער שלאפט.. וועק נישט אויף"

"נעה, נאר א בליק"
זי גיבט א בליק אריין אינטערן דעקע
"אה.. אינגאנצן דער זיידע....."
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8346
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

נו, צייכן צו דעם מקור
הרה"ח ר' חיים מענדל ז"ל
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

אוי, כ'האב אינזין געהאט צוצייכענען דעם מקור, כ'האב ווייזט אויס פארגעסן
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

איינער ווייסט אויב דער רבי ר' מיילעך האט א ברודער אין סטעטן איילענד?
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2330
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

דעם פורים בעת משתה היין, האב איך געזאגט אזוי:
שטייט הגם לכבוש את המלכה עמי בבית, וואס האט עם אזוי פארדראסן דער 'עמי בבית'?
האב איך געענטפערט, שטייט אין פסיקתא ויאמר המלך הגם לכבוש את המלכה עמי בבית. אחשורוש האט זיך יעצט דערמאנט אויף דעם המן'נען, כבר היה בדעתו ללבוש בגדי מלכות וכתר מלכות, שנאמר ואשר נתן כתר מלכות בראשו, עתה ביקש לכבוש את המלכה.
איז דעך פשט אזוי, דער המן האט געוואלט אנשמירן דעם אחשורוש מיט מחלת 'כתר' 'קרוינע' בלע"ז..., דאס האט זיך יעצט אחשורוש געכאפט..., נעכטן נאכט האסטו מיר געזאגט 'ואשר נתן 'כתר' מלכות בראשו..., א כתר א קערוינע...., און איצטער 'לכבוש את המלכה עמי בבית', ווילסטו מיך איינשפארן מיט די רביצין אויף בידוד אין הויז....
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28197
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

די פארבאט צו פארן קיין ליזענסק, וואס וועט מסתמא אפעקטירן אויך ג' אייר אין קערעסטיר און ל"ג בעומר אין מירון, איז א מעסעדזש פון די צדיקים צו אונז: גענוג! פרוביר איין יאר צו זיין אביסל מער מיט די משפחה און קינדער, געב אויס ווייניגער געלט אויף מיין חשבון, זינג מיר נישט אריין אין די אויער מיט דיין גיטאר, און גיס מיך נישט אן מיט ח"י ראטעל קולעי וואסער.
אוועטאר
נתן בן ופסי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5513
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 04, 2019 8:34 am
לאקאציע: מחנה ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נתן בן ופסי »

לכאורה האט געשריבן:די פארבאט צו פארן קיין ליזענסק, וואס וועט מסתמא אפעקטירן אויך ג' אייר אין קערעסטיר און ל"ג בעומר אין מירון, איז א מעסעדזש פון די צדיקים צו אונז: גענוג! פרוביר איין יאר צו זיין אביסל מער מיט די משפחה און קינדער, געב אויס ווייניגער געלט אויף מיין חשבון, זינג מיר נישט אריין אין די אויער מיט דיין גיטאר, און גיס מיך נישט אן מיט ח"י ראטעל קולעי וואסער.

;l;p- עס וועט נאך זיין אסאך ערגער,מוועט זיי ארויס נעמען פין קבר און אהער ברענגען, זארג נישט עס וועט נאך זיין אסאך בחינות אויף דעם
ה' נָתַן וה' לָקָח, יְהִי שֵׁם ה' מְבֹרָךְ (איוב א, כא)
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

ג' אייר האב מיר א ברודער אין סטעטן איילאנד, ל"ג בעומר האמער ר' שמעון אליינס אין ניו דזשערזי, אבער וואס טוט מען מיט ליזענסק, מאגלעניצא און ראדאשיץ?
פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2050
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארווייטאגט »

לכאורה האט געשריבן:די פארבאט צו פארן קיין ליזענסק, וואס וועט מסתמא אפעקטירן אויך ג' אייר אין קערעסטיר און ל"ג בעומר אין מירון, איז א מעסעדזש פון די צדיקים צו אונז:

גענוג!

א.פרוביר איין יאר צו זיין אביסל מער מיט די משפחה און קינדער,

ב.געב אויס ווייניגער געלט אויף מיין חשבון,

ג.זינג מיר נישט אריין אין די אויער מיט דיין גיטאר,

ד.און גיס מיך נישט אן מיט ח"י ראטעל קולעי וואסער.


פיהר טעמים.

אלע זענען ריכטיג? אפשר נאר איינס.
וועלכע?

איהר שרייבט עס אין בדיחותא.
אפשר איז עס גאר ריכטיג?

איך בין נאך דא אויפ'ן עולם השקר, איז ווייס איך נישט וועלכע איז מען אונז דא מרמז. אבער איינס קען חאטש זיין אמת.
אוועטאר
שווערע שטופער
שר האלף
תגובות: 1707
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2017 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווערע שטופער »

הענדימען האט געשריבן:איינער ווייסט אויב דער רבי ר' מיילעך האט א ברודער אין סטעטן איילענד?

ברוך ש(כמעט)כוונת
Capture.PNG
Capture.PNG (19.51 KiB) געזען 3583 מאל
אז עס גייט נישט מיט כח פראבירט מען מיט מער כח
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

לכאורה האט געשריבן:די פארבאט צו פארן קיין ליזענסק, וואס וועט מסתמא אפעקטירן אויך ג' אייר אין קערעסטיר און ל"ג בעומר אין מירון, איז א מעסעדזש פון די צדיקים צו אונז: גענוג! פרוביר איין יאר צו זיין אביסל מער מיט די משפחה און קינדער, געב אויס ווייניגער געלט אויף מיין חשבון, זינג מיר נישט אריין אין די אויער מיט דיין גיטאר, און גיס מיך נישט אן מיט ח"י ראטעל קולעי וואסער.

שטארק שטארק!
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8346
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

לכאורה האט געשריבן:די פארבאט צו פארן קיין ליזענסק, וואס וועט מסתמא אפעקטירן אויך ג' אייר אין קערעסטיר און ל"ג בעומר אין מירון, איז א מעסעדזש פון די צדיקים צו אונז: גענוג! פרוביר איין יאר צו זיין אביסל מער מיט די משפחה און קינדער, געב אויס ווייניגער געלט אויף מיין חשבון, זינג מיר נישט אריין אין די אויער מיט דיין גיטאר, און גיס מיך נישט אן מיט ח"י ראטעל קולעי וואסער.


;l;p-
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
ב שלום
שר שמונת אלפים
תגובות: 8629
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 18, 2018 8:25 pm
לאקאציע: טשענל 12

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ב שלום »

א מעסעדזש פון וועם? א מעסעדזש אז וואס?
אז די טויזנטער יודן וואס קומען זיך אויסוויינען און אן רייסען פאר ישועות און רפואות זאל נישט קומען??????
איז עפעס פארן קיין מירון א נייע זאך פון 2020???
טויזנטער יארן וואס מ'פארט שוין צום הייליגע מקום און מירון, אלע צדיקים פלעגן אייביג רעדן מיט השתוקקות פון זיין און מירון ביים ר' שמעון.......
ווילסט מיר זאגן אז ר' שמעון דארף נישט קיינעם?????
וויליסט מיר זאגן אז ר' שמעון טיילט ישועות פאר יודן אפילו ער וויל נישט מ'זאל קומען צו אים???

איך פארשטיי אז ס'איז דא אפאר בעבי'ס וואס מאכן זיך נעריש ווען זיי קומען, און שיקן ארום דערפון קליפ'ס (וואס הגם ס'קומט געווענדליך פאר אינמיטן די יאר, נישט ביים יארצייט)
אבער פון די אנדערע זייט קומען טויזענטער יודן פון די גאנצע וועלט און וויינען זיך אויס די הארץ דארט... טויזנטער יודן טראגן אהיים פון דארט פעקלעך מיט ישועות,
איז דען שייך צו זאגן אפילו פאר א דשאק אז די צדיקים ווילן נישט מ'זאל קומען צו זיי???

איין לימוד זכות וואס איך האב: זעט אויס אז איר האט נאך קיינמאל נישט געהאט די זכיה צו זיין און מירון ל"ג בעומר און מיטגעהאלטן די בכיות און מערה ווי מענטש שרייען און וויינען און רייסען איין, ס"ה האט איר געזען אפאר קליפ'ס (דא אויף איי וועלט..ודי) ווי מענטשן מאכן זיך נעריש ביי אזעלכע הייליגע פלעצער..
רבי! פליז פאקעס...
בר דעת
שר האלף
תגובות: 1430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 25, 2011 1:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר דעת »

א מודעה הענגט אין א ביהמ"ד

שלושים יום קודם החג
מען קען שוין אנהייבען ברענגען די איבערגעבליבענע משלוח מנות וואס מען לייגט ארויס ערב פסח.
אוועטאר
לפנות בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע: ששש..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפנות בוקר »

שווערע שטופער האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:איינער ווייסט אויב דער רבי ר' מיילעך האט א ברודער אין סטעטן איילענד?

ברוך ש(כמעט)כוונת
Capture.PNG

אין מאנראו האט ר' אלימלך מסתם אזא 300 אייניקלעך...
לפנות בוקר
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

ב שולם האט געשריבן:א מעסעדזש פון וועם? א מעסעדזש אז וואס?
אז די טויזנטער יודן וואס קומען זיך אויסוויינען און אן רייסען פאר ישועות און רפואות זאל נישט קומען??????
איז עפעס פארן קיין מירון א נייע זאך פון 2020???
טויזנטער יארן וואס מ'פארט שוין צום הייליגע מקום און מירון, אלע צדיקים פלעגן אייביג רעדן מיט השתוקקות פון זיין און מירון ביים ר' שמעון.......
ווילסט מיר זאגן אז ר' שמעון דארף נישט קיינעם?????
וויליסט מיר זאגן אז ר' שמעון טיילט ישועות פאר יודן אפילו ער וויל נישט מ'זאל קומען צו אים???

איך פארשטיי אז ס'איז דא אפאר בעבי'ס וואס מאכן זיך נעריש ווען זיי קומען, און שיקן ארום דערפון קליפ'ס (וואס הגם ס'קומט געווענדליך פאר אינמיטן די יאר, נישט ביים יארצייט)
אבער פון די אנדערע זייט קומען טויזענטער יודן פון די גאנצע וועלט און וויינען זיך אויס די הארץ דארט... טויזנטער יודן טראגן אהיים פון דארט פעקלעך מיט ישועות,
איז דען שייך צו זאגן אפילו פאר א דשאק אז די צדיקים ווילן נישט מ'זאל קומען צו זיי???

איין לימוד זכות וואס איך האב: זעט אויס אז איר האט נאך קיינמאל נישט געהאט די זכיה צו זיין און מירון ל"ג בעומר און מיטגעהאלטן די בכיות און מערה ווי מענטש שרייען און וויינען און רייסען איין, ס"ה האט איר געזען אפאר קליפ'ס (דא אויף איי וועלט..ודי) ווי מענטשן מאכן זיך נעריש ביי אזעלכע הייליגע פלעצער..

לייען די דיטעילס!
לכאורה האט געשריבן:די פארבאט צו פארן קיין ליזענסק, וואס וועט מסתמא אפעקטירן אויך ג' אייר אין קערעסטיר און ל"ג בעומר אין מירון, איז א מעסעדזש פון די צדיקים צו אונז: גענוג! פרוביר איין יאר צו זיין אביסל מער מיט די משפחה און קינדער, געב אויס ווייניגער געלט אויף מיין חשבון, זינג מיר נישט אריין אין די אויער מיט דיין גיטאר, און גיס מיך נישט אן מיט ח"י ראטעל קולעי וואסער.
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28197
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

ב שולם האט געשריבן:א מעסעדזש פון וועם? א מעסעדזש אז וואס?
אז די טויזנטער יודן וואס קומען זיך אויסוויינען און אן רייסען פאר ישועות און רפואות זאל נישט קומען??????
איז עפעס פארן קיין מירון א נייע זאך פון 2020???
טויזנטער יארן וואס מ'פארט שוין צום הייליגע מקום און מירון, אלע צדיקים פלעגן אייביג רעדן מיט השתוקקות פון זיין און מירון ביים ר' שמעון.......
ווילסט מיר זאגן אז ר' שמעון דארף נישט קיינעם?????
וויליסט מיר זאגן אז ר' שמעון טיילט ישועות פאר יודן אפילו ער וויל נישט מ'זאל קומען צו אים???

איך פארשטיי אז ס'איז דא אפאר בעבי'ס וואס מאכן זיך נעריש ווען זיי קומען, און שיקן ארום דערפון קליפ'ס (וואס הגם ס'קומט געווענדליך פאר אינמיטן די יאר, נישט ביים יארצייט)
אבער פון די אנדערע זייט קומען טויזענטער יודן פון די גאנצע וועלט און וויינען זיך אויס די הארץ דארט... טויזנטער יודן טראגן אהיים פון דארט פעקלעך מיט ישועות,
איז דען שייך צו זאגן אפילו פאר א דשאק אז די צדיקים ווילן נישט מ'זאל קומען צו זיי???

איין לימוד זכות וואס איך האב: זעט אויס אז איר האט נאך קיינמאל נישט געהאט די זכיה צו זיין און מירון ל"ג בעומר און מיטגעהאלטן די בכיות און מערה ווי מענטש שרייען און וויינען און רייסען איין, ס"ה האט איר געזען אפאר קליפ'ס (דא אויף איי וועלט..ודי) ווי מענטשן מאכן זיך נעריש ביי אזעלכע הייליגע פלעצער..

דער אשכול איז בעצם נישט געווידמעט פאר הין-ן'-צוריק'ס, וועלן מיר עס מאכן בקוצר:
פארן צו מקומות הקדושים איז אן אור אלטע זאך, אבער חדשים מקרוב באו דאס צו פארוואנדלן אין א צירקוס. מ'נעמט ארויס דעם גיטאר און מ'זינגט מיט געמאכטע דביקות "רבי, רבי, רבי, מיר ווילן זיך מדבק זיין צו דיר" און נאך אנדערע היפי-סטיל נגינה.
עס איז דא א טייער ווארט פון ר' איציקל וואודרידזשער, אז איינס פון די טעמים פון "ולא ידע איש את קבורתו" ביי מרע"ה, איז כדי צו פארמיידן דאס ארט פון ווערן א קולעי-וואסער גיסעכץ.

און דיין השערה איז ריכטיג! איך האב קיינמאל די זכי' געהאט - דערווייל - צו זיין אין מירון/ליזענסק/קערעסטיר/וכו', אבער מיינע אויגן און אויערן זענען אפן, און איך האלט אביסל מיט וואס עס גייט פאר אויף דער וועלט היינטיגע טעג.
צדיק בן צדיק
שר חמש מאות
תגובות: 975
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 9:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיק בן צדיק »

א בחור׳ל האט אמאל אריינגעקומען אין א נייע ישובה און דארמעטארי, פרעגט ער איינער ווי איז די שאוער׳ס זאגט אים יענעם איך ווייס אויך נישט איך בין נאר דא קוים צוויי חדשים...
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

לכאורה האט געשריבן:עס איז דא א טייער ווארט פון ר' איציקל וואודרידזשער, אז איינס פון די טעמים פון "ולא ידע איש את קבורתו" ביי מרע"ה, איז כדי צו פארמיידן דאס ארט פון ווערן א קולעי-וואסער גיסעכץ.

שמעתי
ביי רבי ישעי' ב"ר משה, און ביי ר' חיים זאנוויל ב"ר משה, טוט זיך א געגעסאכט'ס ביים יארצייט, שטעל זיך פאר ביי משה אליינ'ס
דעריבער שטייט ביי משה 'ולא ידע איש את קבורתו'
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

ב שולם האט געשריבן:טויזנטער יארן וואס מ'פארט שוין צום הייליגע מקום און מירון, אלע צדיקים פלעגן אייביג רעדן מיט השתוקקות פון זיין און מירון ביים ר' שמעון.........

אלעס פיין און וואויל, אבער נאכנישט קיין טויזנטער יארן...

די גאנצע מירון גייט אן זינט די התגלות פון זוהר הק' בערך 700 יאר צוריק. רוב פון די יארן איז געווען ליידיג, חוץ ווען עטליכע אידן פון מאראקא זענען געפארן אהין, ביז די מקובלים האר"י הק' ותלמידיו זענען אנגעקומען קיין ארץ ישראל פאר בערך 400 יאר צוריק.
סטראפקאוו
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 13, 2017 3:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטראפקאוו »

לכאורה האט געשריבן:
ב שולם האט געשריבן:א מעסעדזש פון וועם? א מעסעדזש אז וואס?
אז די טויזנטער יודן וואס קומען זיך אויסוויינען און אן רייסען פאר ישועות און רפואות זאל נישט קומען??????
איז עפעס פארן קיין מירון א נייע זאך פון 2020???
טויזנטער יארן וואס מ'פארט שוין צום הייליגע מקום און מירון, אלע צדיקים פלעגן אייביג רעדן מיט השתוקקות פון זיין און מירון ביים ר' שמעון.......
ווילסט מיר זאגן אז ר' שמעון דארף נישט קיינעם?????
וויליסט מיר זאגן אז ר' שמעון טיילט ישועות פאר יודן אפילו ער וויל נישט מ'זאל קומען צו אים???

איך פארשטיי אז ס'איז דא אפאר בעבי'ס וואס מאכן זיך נעריש ווען זיי קומען, און שיקן ארום דערפון קליפ'ס (וואס הגם ס'קומט געווענדליך פאר אינמיטן די יאר, נישט ביים יארצייט)
אבער פון די אנדערע זייט קומען טויזענטער יודן פון די גאנצע וועלט און וויינען זיך אויס די הארץ דארט... טויזנטער יודן טראגן אהיים פון דארט פעקלעך מיט ישועות,
איז דען שייך צו זאגן אפילו פאר א דשאק אז די צדיקים ווילן נישט מ'זאל קומען צו זיי???

איין לימוד זכות וואס איך האב: זעט אויס אז איר האט נאך קיינמאל נישט געהאט די זכיה צו זיין און מירון ל"ג בעומר און מיטגעהאלטן די בכיות און מערה ווי מענטש שרייען און וויינען און רייסען איין, ס"ה האט איר געזען אפאר קליפ'ס (דא אויף איי וועלט..ודי) ווי מענטשן מאכן זיך נעריש ביי אזעלכע הייליגע פלעצער..

דער אשכול איז בעצם נישט געווידמעט פאר הין-ן'-צוריק'ס, וועלן מיר עס מאכן בקוצר:
פארן צו מקומות הקדושים איז אן אור אלטע זאך, אבער חדשים מקרוב באו דאס צו פארוואנדלן אין א צירקוס. מ'נעמט ארויס דעם גיטאר און מ'זינגט מיט געמאכטע דביקות "רבי, רבי, רבי, מיר ווילן זיך מדבק זיין צו דיר" און נאך אנדערע היפי-סטיל נגינה.
עס איז דא א טייער ווארט פון ר' איציקל וואודרידזשער, אז איינס פון די טעמים פון "ולא ידע איש את קבורתו" ביי מרע"ה, איז כדי צו פארמיידן דאס ארט פון ווערן א קולעי-וואסער גיסעכץ.

און דיין השערה איז ריכטיג! איך האב קיינמאל די זכי' געהאט - דערווייל - צו זיין אין מירון/ליזענסק/קערעסטיר/וכו', אבער מיינע אויגן און אויערן זענען אפן, און איך האלט אביסל מיט וואס עס גייט פאר אויף דער וועלט היינטיגע טעג.

מ׳האמיר געקלערט יא אריינמישן זיך, אדער ענדערש טאקע נישט, נעמליך, דא איז נישט דאס פלאץ פאר אזאנע געשפרעכן, אבער פטור בלא כלום אי אפשר, און בפרט נאכן זעהן אייער לעצטער פעראגראף אז איר האט נאך נישט די זכי׳ געהאט צו זיין און די דערמאנטע מקומות הקדושים.

צום אלעם ערשט ווילן מיר קלאר באטאנען, ב״ה והבדילנו מן התועים מיר האבן נישט קיין שום שייכות מיט די אלע גיטאר צוזאמקומען און מיר זענען שטארק ממאס און זיך מרחק פון די אלע סארטן קאנעקטערס ודביקות , און מען פראבירט כסדר צו שטיין ווייט דערפון,
נאר הערשט יעצט דעם פארלאפענעם יו״ט פורים האמיר פרעזענליך באגעגענט איינער פון די פאפולערע מעוררים בדורינו פון וועם מען האט געזען לעצטענס ווי ער איז שטארק מעורר, און זייענדיג עד דלא ידע אים מיט שיינעם געבעטן אז אפשר זאל ער נעקסט טיים מעורר זיין מחוץ לאוהל הק׳ ....

אבער צו זאגן אז דאס איז דער מצב ביי די יארצייטן ????? לא מיני׳ ולא מיקצתי׳
ב״ה מיר האבן געהאט די זכי׳ צו זיין ביי אלע אויבן דערמאנטע יארצייטן, הן לג בעומר און מירון, הן כ״א אדר אין ליזינסק, הן ג׳ אייר אין קערעסטיר.
ר׳ איד די אלע בלבולים הייבט זיך נישט אן און לאזט זיך נישט אויס!

איך גיי ניטאמאל פראבירן אראפ לייגן וויאזוי דארט זעהט אויס און ווי עס שפירט, ווארום, דאס קען מען אויף הארטע פאפיר מיט טינט ניט שילדערן.

נאר וואס איך קען אייך יא זאגן איז דאס איז אלעס בלבולים, וואס איר זעהט און הערט איז אדער פאלש אדער פון די מיעוטים וואס גייען ניטאמאל אריין און אוהל הק׳
לאמיר נעמען א ביישפיל דאס פרעסעריי ג׳ אייר, איך וויל אייך מגלה זיין א סוד, דאס גאנצע פרעסעריי איז ניטאמאל דא דארט, דא אין די בתי מדרשים איז די תיקון סאך מער ווי די צענטראלע יארצייט סעודה דארט.....

און קורצ׳ן, ר׳ איד, ניכרים דברי אמת, מען זעהט אז וואס איר האט געשריבן איר זענט נאך נישט געווען דארט איז ריין אמת.
ב״ה די מצב און די מקומות זענען הייליג און דערהויבן, און אז אידן פארן זיך אויסגיסן דאס הארץ בזכותם פון אזאנע שרפי מעלה קען מען נישט אוועקמאכן צוליב אפאר נערישע קליפים וואס איר האט געזען

זכותם יגן עלינו
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

.
אטעטשמענטס
mm.png
mm.png (65.37 KiB) געזען 2748 מאל
the SCY is the limit
נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו וואדע »

זאגט מיר איינער אז ער האט אנגעהויבן צו רופן זיין ווייב "גארבעדזש טראק"













ווייל זי וועקט אים אויף יעדן טאג פינעווע אינדערפריה.................!!!!!
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!
שרייב תגובה

צוריק צו “אונטערהאלטונג”