מילתא דבדיחותא

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2603
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

א מושל פון אונטערן בעט...

תגובהדורך חוח בין השושנים » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 9:34 am

ס'ווייב לויפט אים נאך, זידלט און שרייעט. ווי אלעמאל. אבער דאס מאל פאכעט זי מיט א קאנטשיק.
דער מאן ציטערט אין די הויזן פון אזא שמיס, און לויפט אריין אין דיינינג רום. זי לויפט אים אוודאי נאך.
ער לויפט ארום די טיש. זי אויך. ער שפרונגט ארויף אויפן טיש. זי פאלגט נאך.
ס'האלט שוין כפסע בינו ובין המכה, לויפט ער אריין אין קינדער צימער. ער טאנצט איבער א בעט. זי אויך.
אזוי לויפט ער פון איין צימער צום אנדערן, כל עוד נשמתו באפו, און קוים מיט צרות אויסגעמיטן דעם שמייסער.
זי ווערט אבער נישט מיד, נאר לויפט אים נאך מיט אימפעט פון צימער צו צימער.

נאך א האלבע שעה, דער מאן איז פארסאפעט. זי האט אים געקארנערט אין א בעדרום. נישטא וואו צו אנטלויפן.
זיגרייך הייבט זי אויף דעם קאנטשיק. ווי א געפאנגענע חיה קוקט דער מאן נעבעך צו זען וואו קע'מען זיך אויסבאהאלטן.
אה, ישועת ה' כהרף עין. ער קריכט פלינק אונטער א בעט און קוועטשט זיך דארט אריין.

זי קען דארט נישט לייכט אנקומען, שרייעט זי: זאג נאר, קום ארויס פון דארט! איך ווארן דיר!
דא שרייעט דער מאן צוריק: הער נאר, בשום אופן, כ'קום נישט ארויס! אין די תורה שטייט והוא ימשל בך, איך בין באלעבאס און איך'על מחליט זיין ווען ארויסצוקומען...

סוף דבר, ער ליגט נאך דארט עד היום הזה, זייענדיג דער 'מושל' וואס וועט אליין באשליסן ווען ארויסצוקומען כאפן דעם פראסק...
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

אוועטאר
בשעה שיש
שר חמש מאות
תגובות: 611
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 26, 2018 5:35 pm
לאקאציע: עולם החלומות

תגובהדורך בשעה שיש » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 10:47 am

חוח בין השושנים האט געשריבן:ס'ווייב לויפט אים נאך, זידלט און שרייעט. ווי אלעמאל. אבער דאס מאל פאכעט זי מיט א קאנטשיק.
דער מאן ציטערט אין די הויזן פון אזא שמיס, און לויפט אריין אין דיינינג רום. זי לויפט אים אוודאי נאך.
ער לויפט ארום די טיש. זי אויך. ער שפרונגט ארויף אויפן טיש. זי פאלגט נאך.
ס'האלט שוין כפסע בינו ובין המכה, לויפט ער אריין אין קינדער צימער. ער טאנצט איבער א בעט. זי אויך.
אזוי לויפט ער פון איין צימער צום אנדערן, כל עוד נשמתו באפו, און קוים מיט צרות אויסגעמיטן דעם שמייסער.
זי ווערט אבער נישט מיד, נאר לויפט אים נאך מיט אימפעט פון צימער צו צימער.

נאך א האלבע שעה, דער מאן איז פארסאפעט. זי האט אים געקארנערט אין א בעדרום. נישטא וואו צו אנטלויפן.
זיגרייך הייבט זי אויף דעם קאנטשיק. ווי א געפאנגענע חיה קוקט דער מאן נעבעך צו זען וואו קע'מען זיך אויסבאהאלטן.
אה, ישועת ה' כהרף עין. ער קריכט פלינק אונטער א בעט און קוועטשט זיך דארט אריין.

זי קען דארט נישט לייכט אנקומען, שרייעט זי: זאג נאר, קום ארויס פון דארט! איך ווארן דיר!
דא שרייעט דער מאן צוריק: הער נאר, בשום אופן, כ'קום נישט ארויס! אין די תורה שטייט והוא ימשל בך, איך בין באלעבאס און איך'על מחליט זיין ווען ארויסצוקומען...

סוף דבר, ער ליגט נאך דארט עד היום הזה, זייענדיג דער 'מושל' וואס וועט אליין באשליסן ווען ארויסצוקומען כאפן דעם פראסק...

אפילו רש"י איז מדייק די וואך,ואמר אבי הנערה"מלמד שאין רשות לאשה לדבר בפני האיש"
ווי עס ווייזט אויס איז זי דאס נישט גורס,אדער גאר למדנט זי רעדן נישט, שלאגן בין איך דער ערשטער..
לעולם חשבתי יותר משדברתי
ודברתי יותר ממה שכתבתי!

אוועטאר
איינפאכער איד
שר האלף
תגובות: 1246
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

תגובהדורך איינפאכער איד » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 11:08 am

חוח בין השושנים האט געשריבן:ס'ווייב לויפט אים נאך, זידלט און שרייעט. ווי אלעמאל. אבער דאס מאל פאכעט זי מיט א קאנטשיק.
דער מאן ציטערט אין די הויזן פון אזא שמיס, און לויפט אריין אין דיינינג רום. זי לויפט אים אוודאי נאך.
ער לויפט ארום די טיש. זי אויך. ער שפרונגט ארויף אויפן טיש. זי פאלגט נאך.
ס'האלט שוין כפסע בינו ובין המכה, לויפט ער אריין אין קינדער צימער. ער טאנצט איבער א בעט. זי אויך.
אזוי לויפט ער פון איין צימער צום אנדערן, כל עוד נשמתו באפו, און קוים מיט צרות אויסגעמיטן דעם שמייסער.
זי ווערט אבער נישט מיד, נאר לויפט אים נאך מיט אימפעט פון צימער צו צימער.

נאך א האלבע שעה, דער מאן איז פארסאפעט. זי האט אים געקארנערט אין א בעדרום. נישטא וואו צו אנטלויפן.
זיגרייך הייבט זי אויף דעם קאנטשיק. ווי א געפאנגענע חיה קוקט דער מאן נעבעך צו זען וואו קע'מען זיך אויסבאהאלטן.
אה, ישועת ה' כהרף עין. ער קריכט פלינק אונטער א בעט און קוועטשט זיך דארט אריין.

זי קען דארט נישט לייכט אנקומען, שרייעט זי: זאג נאר, קום ארויס פון דארט! איך ווארן דיר!
דא שרייעט דער מאן צוריק: הער נאר, בשום אופן, כ'קום נישט ארויס! אין די תורה שטייט והוא ימשל בך, איך בין באלעבאס און איך'על מחליט זיין ווען ארויסצוקומען...

סוף דבר, ער ליגט נאך דארט עד היום הזה, זייענדיג דער 'מושל' וואס וועט אליין באשליסן ווען ארויסצוקומען כאפן דעם פראסק...


קרעדיט: ר' יו"ט ערליך ז"ל אין זיין טעיפ "אמונה"
ווי די מעשה פון דעם ראש הקהל דער גרויסער ר' זיש
וואס ער איז איינמאל געקומען שבת פון דאווענען לעבעדיג און פריש
באקומען ששי זיין כבוד איז געווען גרויס
און ווי ער קומט אריין צו זיך אין הויז
באגעגנט ער זיין פלונית'טע מיט אן אייזערנעם טאפ
און וויל איהם איין קלייניגקייט שפאלטן דעם קאפ
ווערט ער צוטומעלט דער גרויסער ר' זיש
און לויפט זיך באהאלטן אונטערן טיש
עפנט זיך די טיר און עס קומען אין הויז
דער רב דער שמש און דער גבאי פון קלויז
גוט שבת! מיר זיינען געקומען אויף קידוש, וואו זיינט איר ר' זיש
הא? וואס?! איר זיצט דא אונטערן טיש?
ענטפערט ר' זיש
פון אונטערן טיש
רוהיג און שטיל
ביי מיר אין הויז בין איך באלעבאס איך קאן זיצן וואו איך וויל

גענומען פון דא:
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=5507

נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1364
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 1:11 pm

א מלמד האט געלערנט פר' כי תצא דיזער וואך הלכות מעקה

האט ער געפרעגט די קינדער, ווען איינער האט געבויעט א הויז און ער האט א דאך , וואס דארף ער בויען אויפן דאך ?

רופט זיך אהן א קינד , "צוויי קלענערע דירות צו פארדינגן !!!!!"
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

אוועטאר
להגדיל שמו
שר האלפיים
תגובות: 2997
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

תגובהדורך להגדיל שמו » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 9:51 am

גייענדיג שבת צופרי צום ביהמ"ד, זע איך א שרעקלעכע סצענע אין פראנט פון מיין אויגן. איך זע די ראש הקהל שטייט אויף זיין פארטש מיט א בעזעם שטעקן אין זיין האנט, און שרייט אראפ צו זיין ווייב... קום צוריק! חנה קום צוריק, איך זאג דיר צו אז עס גייט מער נישט פאסירן!!!!
נישט אז איך בין א ספעצעליסט אין שלום בית, אבער אז איך זע די ראש הקהל מיט פידזשאמעס, שטייט אזוי פארלוירן, האב איך געמיזט אינטערוויוען. איך גיי צו צום ראש הקהל'ס ווייב און פרעג אפשר קען איך עפעס העלפען? זאגט זי מיר אז זיי האבען געטראפען א מייז אין זייער שטוב און די ראש הקהל האט עס יעצט פארטריבן!
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי

נאו נעים
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 9:20 am

תגובהדורך נאו נעים » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 9:58 am

איינפאכער איד האט געשריבן:
חוח בין השושנים האט געשריבן:ס'ווייב לויפט אים נאך, זידלט און שרייעט. ווי אלעמאל. אבער דאס מאל פאכעט זי מיט א קאנטשיק.
דער מאן ציטערט אין די הויזן פון אזא שמיס, און לויפט אריין אין דיינינג רום. זי לויפט אים אוודאי נאך.
ער לויפט ארום די טיש. זי אויך. ער שפרונגט ארויף אויפן טיש. זי פאלגט נאך.
ס'האלט שוין כפסע בינו ובין המכה, לויפט ער אריין אין קינדער צימער. ער טאנצט איבער א בעט. זי אויך.
אזוי לויפט ער פון איין צימער צום אנדערן, כל עוד נשמתו באפו, און קוים מיט צרות אויסגעמיטן דעם שמייסער.
זי ווערט אבער נישט מיד, נאר לויפט אים נאך מיט אימפעט פון צימער צו צימער.

נאך א האלבע שעה, דער מאן איז פארסאפעט. זי האט אים געקארנערט אין א בעדרום. נישטא וואו צו אנטלויפן.
זיגרייך הייבט זי אויף דעם קאנטשיק. ווי א געפאנגענע חיה קוקט דער מאן נעבעך צו זען וואו קע'מען זיך אויסבאהאלטן.
אה, ישועת ה' כהרף עין. ער קריכט פלינק אונטער א בעט און קוועטשט זיך דארט אריין.

זי קען דארט נישט לייכט אנקומען, שרייעט זי: זאג נאר, קום ארויס פון דארט! איך ווארן דיר!
דא שרייעט דער מאן צוריק: הער נאר, בשום אופן, כ'קום נישט ארויס! אין די תורה שטייט והוא ימשל בך, איך בין באלעבאס און איך'על מחליט זיין ווען ארויסצוקומען...

סוף דבר, ער ליגט נאך דארט עד היום הזה, זייענדיג דער 'מושל' וואס וועט אליין באשליסן ווען ארויסצוקומען כאפן דעם פראסק...


קרעדיט: ר' יו"ט ערליך ז"ל אין זיין טעיפ "אמונה"
ווי די מעשה פון דעם ראש הקהל דער גרויסער ר' זיש
וואס ער איז איינמאל געקומען שבת פון דאווענען לעבעדיג און פריש
באקומען ששי זיין כבוד איז געווען גרויס
און ווי ער קומט אריין צו זיך אין הויז
באגעגנט ער זיין פלונית'טע מיט אן אייזערנעם טאפ
און וויל איהם איין קלייניגקייט שפאלטן דעם קאפ
ווערט ער צוטומעלט דער גרויסער ר' זיש
און לויפט זיך באהאלטן אונטערן טיש
עפנט זיך די טיר און עס קומען אין הויז
דער רב דער שמש און דער גבאי פון קלויז
גוט שבת! מיר זיינען געקומען אויף קידוש, וואו זיינט איר ר' זיש
הא? וואס?! איר זיצט דא אונטערן טיש?
ענטפערט ר' זיש
פון אונטערן טיש
רוהיג און שטיל
ביי מיר אין הויז בין איך באלעבאס איך קאן זיצן וואו איך וויל

גענומען פון דא:
viewtopic.php?t=5507

ווי זאגט יענער? די מאן האט אלטץ די לעצטע ווארט אין שטוב, "אקעי"

אוועטאר
פראביר נאר
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2018 5:30 am

תגובהדורך פראביר נאר » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 7:41 am

א איד איז צוריק געקומען קיין בארא פארק נאכן זיין אין מירון אויף ל"ג בעומר
פרעגט מען עם: נאאא ווי אזוי איז געווען?
ענטפערט ער: ממש ווי אין בארא פארק יעדע צווייטע מענטש איז א צ'אלמער.
געדענק! נישט יעדע זאך וואס ליגט דיר אין בויך דארפסטו שרייבן, קענסט עס אויך זאגן!

שטיגליץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 01, 2016 11:23 am

תגובהדורך שטיגליץ » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 3:06 pm

וועלכע איסור איז דא צוזאמצושטעלן א קאאליציע אין שבת?

תירוץ: סחיטה

zugurnish
שר האלף
תגובות: 1596
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

תגובהדורך zugurnish » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 3:11 pm

איינער וואס האט געמעלקט א גביר פאר זיין מוסד האט געפרעגט שפעטער צי ער מעג עסען פליישיגס ?

אביונה
שר האלף
תגובות: 1072
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 3:23 pm

פראביר נאר האט געשריבן:א איד איז צוריק געקומען קיין בארא פארק נאכן זיין אין מירון אויף ל"ג בעומר
פרעגט מען עם: נאאא ווי אזוי איז געווען?
ענטפערט ער: ממש ווי אין בארא פארק יעדע צווייטע מענטש איז א צ'אלמער.

געהערט דאס אויף דעם בית התבשיל היכל ישעי' קאך אויף בעדפארד..... ס'פילט זיך דארט ממש ווי אין מירון, יעדער צווייטער איז אן אמעריקאנער...
כי לא יחדל אביון מקרב הארץ

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר חמשת אלפים
תגובות: 5806
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 3:29 pm

אביונה האט געשריבן:
פראביר נאר האט געשריבן:א איד איז צוריק געקומען קיין בארא פארק נאכן זיין אין מירון אויף ל"ג בעומר
פרעגט מען עם: נאאא ווי אזוי איז געווען?
ענטפערט ער: ממש ווי אין בארא פארק יעדע צווייטע מענטש איז א צ'אלמער.

געהערט דאס אויף דעם בית התבשיל היכל ישעי' קאך אויף בעדפארד..... ס'פילט זיך דארט ממש ווי אין מירון, יעדער צווייטער איז אן אמעריקאנער...

:grin:
איידער דו שיקסט א תגובה, טראכט צו ס'איז דא ווייניגסטנס א 50% שאנס אז כאטש איינער וועט הנאה האבן דערפון.

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2603
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 3:30 pm

שטיגליץ האט געשריבן:וועלכע איסור איז דא צוזאמצושטעלן א קאאליציע אין שבת?

תירוץ: סחיטה

אבער סחיטה וואס ס'קומט גארנישט ארויס דערפון - איז מותר...
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

אוועטאר
איינס
שר תשעת אלפים
תגובות: 9784
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 6:05 pm

חצצקער רבי האט זיך געשטעלט פאר פיקטשערס

פאר המודיע



פאר יתד



לעיקווד



קול בארא פארק



בלאט



jewish press

אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ"א

מצה בעקערי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 4:10 pm

תגובהדורך מצה בעקערי » דאנארשטאג סעפטעמבער 19, 2019 2:05 am

לאשאנץ רבי זאגט "די וועלט שטייט אויף
ניעדערמאן, צימערמאן, ביעדערמאן"

אוועטאר
הויעך
שר האלף
תגובות: 1569
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » דאנארשטאג סעפטעמבער 19, 2019 6:47 am

מצה בעקערי האט געשריבן:לאשאנץ רבי זאגט "די וועלט שטייט אויף
ניעדערמאן, צימערמאן, ביעדערמאן"


און ליעבערמאן
433
DONORS

$16,749

ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזען מיט די פינגער דאס זענען די קינדער דאס זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה

אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5069
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דאנארשטאג סעפטעמבער 19, 2019 12:23 pm

להבדיל

אוועטאר
איינס
שר תשעת אלפים
תגובות: 9784
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג סעפטעמבער 19, 2019 12:39 pm

אלף אלפי הבדלות
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ"א

אוועטאר
איינפאכער איד
שר האלף
תגובות: 1246
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

תגובהדורך איינפאכער איד » דאנארשטאג סעפטעמבער 19, 2019 1:53 pm

מצה בעקערי האט געשריבן:לאשאנץ רבי זאגט "די וועלט שטייט אויף
ניעדערמאן, צימערמאן, ביעדערמאן"

און וואס איז מיט ניימאן? [טובי' מאיר...]

Ezpass
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 1:56 pm

תגובהדורך Ezpass » דאנארשטאג סעפטעמבער 19, 2019 3:04 pm

איינער זאגט פאר זיין חבר, הלואי וואלסטו געווען און די צייטן פונעם חתם סופר, פרעגט די חבר פאוואס?

ווייל אזוי וואלסטו נישטא געווען דא יעצט!!

פין ר' פישל שעכטער

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2603
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » דאנארשטאג סעפטעמבער 19, 2019 3:12 pm

א יונגערמאן אין וויליאמסבורג זאגט פאר זיין ברודער פון מאנסי: "כהאב אזא הנאה יעדעס מאל וואס דו רופסט מיר!"

"טאקע?"

"יא, כהאב הנאה צו זען אז דיין עריע קאוד איז 845, נישט 718"...
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2698
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » פרייטאג סעפטעמבער 20, 2019 11:45 am

פון טוויטער

אין די וואך פון כ"ו אב האט א ספרים געשעפט ארויסגעלייגט א שילד "כל ספרי רבינו הקדוש חצי בחנם".

קומט אריין א ליטווישע אידל און נעמט א 400 דאלערדיגע סעט משניות און לייגט אראפ צוויי מאות און וויל זיך גיין ווייטער

א רגע, א רגע, שרייט אים די געשעפטסמאן נאך, דאס קאסט 400 דאלער

איך האב געזען די חצי בחנם צעטל פונעם סעיל, ווייזט ער אן מיט פרעגעדיגע מינע....

אויש, כאפט זיך דער געשעפטסמאן, ער נעמט ארויס א מארקער און שרייבט שנעל צו צום צעטל, רבינו הקדוש "והטהור"....
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2603
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » פרייטאג סעפטעמבער 20, 2019 11:49 am

נאך פונדערהיים האט געשריבן:פון טוויטער

אין די וואך פון כ"ו אב האט א ספרים געשעפט ארויסגעלייגט א שילד "כל ספרי רבינו הקדוש חצי בחנם".

קומט אריין א ליטווישע אידל און נעמט א 400 דאלערדיגע סעט משניות און לייגט אראפ צוויי מאות און וויל זיך גיין ווייטער

א רגע, א רגע, שרייט אים די געשעפטסמאן נאך, דאס קאסט 400 דאלער

איך האב געזען די חצי בחנם צעטל פונעם סעיל, ווייזט ער אן מיט פרעגעדיגע מינע....

אויש, כאפט זיך דער געשעפטסמאן, ער נעמט ארויס א מארקער און שרייבט שנעל צו צום צעטל, רבינו הקדוש "והטהור"....

שוין געווען דא לעצטנס
אבער ס'איז פון די סארט ווערטלעך וואס מקען דערויף לאכן א צווייט מאל כלחוך השור
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

אוועטאר
איינפאכער איד
שר האלף
תגובות: 1246
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

תגובהדורך איינפאכער איד » פרייטאג סעפטעמבער 20, 2019 11:59 am

נאך פונדערהיים האט געשריבן:פון טוויטער

אין די וואך פון כ"ו אב האט א ספרים געשעפט ארויסגעלייגט א שילד "כל ספרי רבינו הקדוש חצי בחנם".

קומט אריין א ליטווישע אידל און נעמט א 400 דאלערדיגע סעט משניות און לייגט אראפ צוויי מאות און וויל זיך גיין ווייטער

א רגע, א רגע, שרייט אים די געשעפטסמאן נאך, דאס קאסט 400 דאלער

איך האב געזען די חצי בחנם צעטל פונעם סעיל, ווייזט ער אן מיט פרעגעדיגע מינע....

אויש, כאפט זיך דער געשעפטסמאן, ער נעמט ארויס א מארקער און שרייבט שנעל צו צום צעטל, רבינו הקדוש "והטהור"....

סתם אזוי פאר אינטערעסאנטקייט ווי אין די היינטיגע עולם השקר [מילד גערעדט...] ווי מאנכע לעבעדיגע רביים החיים אתנו לאויט"א ווערן באטיטלט אומעטום אלס "רבינו הקדוש והטהור שליט"א" און נאך ענליכע טיטלען, און אין די היינטיגע וועלט ווען די גרעסטע ליידיגגייער ווערן משפיעים, און אין די היינטיגע וועלט ווען יעדער מיט אפאר דאללער קען זיך רופן "הגה"ח... שליט"א... מחבר ספרי...." האט מען נישט געטראפן קיין אנדערע זאך צו מאכן א ווערטל איבער די איבערגעטריבענע טיטלען נאר פונעם הייליגן סאטמארער רבי'ן זי"ע...

שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3413
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » פרייטאג סעפטעמבער 20, 2019 12:21 pm

זאגט מיר איינער, חודש אב איז דא גרויסע יארצייטן, סאטמאר רב, טאהשער רבי, ספינקא רבי, סקולענע רבי,

אבער חודש אדר איז נאך גרעסער, ווייל חודש אדר איז די יארצייט פון
דעם רבין ר' אלימלך פון ליזענסק דער רבי פון אלע רבי'ס
דער ישועות משה דער שווער פון אלע רבי'ס
און דער תורת מרדכי דער טאטע פון אלע רבי'ס
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2603
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » פרייטאג סעפטעמבער 20, 2019 12:42 pm

שמו האט געשריבן:זאגט מיר איינער, חודש אב איז דא גרויסע יארצייטן, סאטמאר רב, טאהשער רבי, ספינקא רבי, סקולענע רבי,

אבער חודש אדר איז נאך גרעסער, ווייל חודש אדר איז די יארצייט פון
דעם רבין ר' אלימלך פון ליזענסק דער רבי פון אלע רבי'ס
דער ישועות משה דער שווער פון אלע רבי'ס
און דער תורת מרדכי דער טאטע פון אלע רבי'ס

;l;p- ;l;p-
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט