שטיי אינעווייניג און קוק ארויס!

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
Jewboy
מלך הייד פארק
תגובות: 418
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 26, 2006 5:30 am
לאקאציע: אונטער דער ערד
פארבינד זיך:

שטיי אינעווייניג און קוק ארויס!

תגובהדורך Jewboy » זונטאג יוני 07, 2009 7:09 pm

אזוי האט געזאגט א בעל תפילה פארן שאמעס ווען ער איז געווען ס'ערשטע מאל אין ירושלים ביים דאווענען.
וואס שטייסטו אינדרויסן און קוקסט אריין, שטיי אינעוויניג און קוק ארויס.
מ'האט געדאווענט מעריב און אונזער שאמעס איז געשטאנען ביים טיר און אריינגעקוקט אין שטיבל, דער בעל תפילה האט הויעך גערעדט, (בטבע האט ער א הויכע קול).

און טאקע אונזער שאמעס האט אויסגעשאסן אין א געלעכטער פונעם אויפמערקזאמקייט פונעם בעל תפילה, קען זיין ער האט געטראכט אז אזוי פירט מען זיך אין ירושלים צו מקבל פנים זיין פרעמדע מענטשען.

נאכן דאווענען זעמער געגאנגען איינקויפן פארן מארגענדיגן נסיעה טאג.

אויף מארגן זעמער אויפגעשטאנען זייער פרי געדאוונט וותיקון (ב.ד.ו. איך ווארט נאך אויפן מקוה קארטל), און מיר האבן זיך ארויסגעלאזט קיין טבריה, דער חשובער גאסט האט בשום אופן נישט געוואלט פארן דורך די אראבישע וועג (דרך הבקעה) וואס דאס איז אסאך שנעלער, אבער אויפן וועג ב"ה האט ער געזעהן ווי מ'פארט אריבער אסאך אראבישע פלעצער און ס'איז נישטא וואס מורא צו האבן א דאנק דעם גדזשי פי עס וואס ער האט מיט געברענגט.

מיר זענען אנגעקומען קיין טברי' און ווייטער האט דער GPS געזאגט נישט גוטע וועגן, אזוי איז געווען ביי ר' עקיבא'ן, און ביי נאך וואס ער האט געגעבן וועגן וואס ס'איז אומפאסבל אריבער צו גיין, איך שרייב שוין נישט פון אריבער פארן מיט א קאר.

מיר זענען ווייטער געפארן און מתפלל געווען און געפארן און מתפלל געווען פאר כלל ישראל.

ווען מיר זענען אנגעקומען קיין מירון איז געווען דארט פאליציי וואס האט נישט ארויפגעלאזט מיטן קאר, אויס מורא פאר פראבעקאציעס (ס'איז געווען ערב ז' אדר) וואס אין יענע צייטן איז געווען פיהל הפגנות אין מירון פארן משנה זיין ס'פלאץ, איך האב געזאגט פארן שאמעס אז ער זאל פרעגן דעם פאליצאנט אין ענגליש אפשר אזוי וועט ער לאזן, און ער האט טאקע געפרעגט ווי מ'קען אנקומען צום הייליגן ציון פון ר' שמעון זיע"א, און דער פאליצאנט ענטפערט, יו גא וויט יור לעיגס טו דע קעבער, און מיר האבן פארשטייט זיך נישט פארשטאנען וואס ער זאגט, און מיר פרעגן איבער, און דער פאליצאנט זאגט נאכאמאל יו טעיק יור לעיגס ענד יו גאו וויט דיס אפ. ביז מיר האבן פארשטאנען אז ער מיינט צו זאגן אז מיר זאלן גיין צופוס ביז ארויף צום ציון, פארשטייט זיך מיר אויסגעשאסן אין א געלעכטער.....

און אזוי האבן מיר טאקע געטוהן, מיר האבן געפארקט ס'קאר און מיר זענען אויף מיט די פוס צום ציון, דערנאך זעמער געפארן קיין צפת, און פון דארט צו גאס (ראוד) 65, וואס איז דאס ראוד 65, ראוד 65 איז אזוי, דער GPS האט אונז גענומען צו ראוד 65 וואס דאס איז פיהל מיט אראבער, און אונזער שאמעס האט געכאפט דאס כ.... און האט אנגעהויבן פארן זייער שנעל, ס'איז געווען אזוינע באמב'ס אינמיטן אז מ'זאל נישט פארן שנעל, און די קאר האט אזוי געטאנצן אז דאס האט נאך געמאכט די פחד אויסזעהן אסאך שטערקער ווייל אלע אראבערס האבן געקוקט ווער איז דער דרייווער וואס פארט אזוי שנעל אויף אזא קליין געסל, כאפט אן דעם סטרינגוויל מיט ביידע הענט ס'זאל ח"ו נישט ארויס פאלן אדער זיך דרייען ערגעץ אנדערש נאך טיפער אינעם אראבישן געגענט, נאך וואס מיר זענען שוין ארויסגעפארן פו דארט האביך נאך אלץ געלאכט פונעם פחד פון אונזער שאמעס, אבער דא איז עס שוין געפארן רואיגער, פארענדיג אויפן וועג האבן מיר געזעהן א סיין וואס שטייט 6, און דערנעבן נאך א סיין וואס שטייט 65 דא האט מעין מחליט געווען מ'גייט נישט פאלגן דעם GPS נאר מ'גייט פארן דורך ראוד 6, מ'פארט און מ'פארט ווארטענדיג ס'זאל אנקומען ראוד 6 אבער דערווייל גארנישט, אזוי פארנדיג געט מען א קוק אויפן GPS צו זעהן ווי מ'איז און אופפססס מ'איז אויפן 65 דער שאמעס וויל געבן א מאך א יו טורן, אבער ס'האלט אין אייינקומען נאך קארס און אפשר וועט מען באלד צוריק אנקומען צום אראבישן דערפל און נאך דאס פעהלט עם אויס, אזוי אינמיטן וועלענדיג מאכן דעם יו טורן באקומט דער שאמעס א קאל פון חוץ לארץ און דע אשת חיל איז אויפן טלפון, דער שאמעס כאפט זיך ארויס אביסל אז מ'איז געפארן צווישן די אראבער אבער מ'איז שוין אריבער, און ווען מ'האט גענדיגט רעדן אויפן סעלפאון האט מען זיך אפגעעשטעלט אין די זייט און גלייך ווי מ'האט געקענט האט מען געמאכט א יו טורן און צוריק געפארן די גאנצע וועג און געפארן צום ריכטונג פון תל אביב (מיר האבן געדארפט אנקומען צו א חתונה אין בני ברק פון די אלטע קרעטשמערס)

אנטשולדיגט פארן עס באשרייבן אזוי שפעט.
נעקסטיים נעם מיט נאכאמאל דעם GPS.

פאזעצונג וועט נאכקומען
א גוטן.
א גוטן, קען אלץ צו נוץ קומען

אוועטאר
אלחנן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3032
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 5:43 pm

תגובהדורך אלחנן » זונטאג יוני 07, 2009 7:15 pm

אדערווייל שיין אראפגעלייגט די נסיעה. מיר ווארטן אויפן המשך.
יא, מיר זענען שוין אויפ'ן וועג צו אייך..

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג יוני 07, 2009 8:22 pm

קודם א העפליכן שלום עליכם מלך זשובוי ירום הודו.

און דיין מעשה געשמאק אראפגעלייגט א שטייגער ווי דער אמאליגער קעניג זשובוי... וואס האט אפגעשטאט א באזוך ביי קרעמער'ן...
געווען אמאל צייטן, יע יע
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג יוני 07, 2009 9:59 pm

דער עולם כאפט נישט אז דער שאמעס דא, איז נישט קיין צווייטער ווי אונזער געערטער סאכדעס'ל ירום הודו.

יעצט קענט איר איבערליינען די מעשה, עס וועט האבן גאר אן אנדערער טעם.

בדרך אגב: שלום עליכם דזשובוי, מיר האבן שוין נישט געהערט פון דיר א שטאק מיט יארן (כ'געדענק נישט וועלכע שטאק, אבער עס איז סייווי נישט געווען קיין עלעוועיטאר/מעלית).

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12597
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » זונטאג יוני 07, 2009 11:10 pm

גוט גוט! שלום שלום חביבי! רימעמבער מי?
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3336
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » מאנטאג יוני 08, 2009 8:47 am

קרעמער האט געשריבן:דער עולם כאפט נישט אז דער שאמעס דא, איז נישט קיין צווייטער ווי אונזער געערטער סאכדעס'ל ירום הודו.

יעצט קענט איר איבערליינען די מעשה, עס וועט האבן גאר אן אנדערער טעם.

:wink: ;l;p-
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » מאנטאג יוני 08, 2009 9:35 am

סאכדעס האט מורא פון אראבערס?
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מאנטאג יוני 08, 2009 12:15 pm

WOW לוק הו איז הער, וועלקאם בעק.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18577
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מאנטאג יוני 08, 2009 12:58 pm

מיר דארפן נישט איבערליינען, מיר האבן ארויס געהאט ס'גאנצע מעשה.

יישר כח מר. זשאבוי, זייער שיין.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 21639
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דינסטאג יוני 09, 2009 11:34 am

חחחחחחחחחחחחחח האט דער קעניג געמאכט מיט מיר א דזשאב...

אוועטאר
אלטעבחורל
מ. ראש הקהל
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 14, 2007 11:28 pm
לאקאציע: לעצטענס בינעך געווען אין א פאָפאָטש, היינט? אין אַ קראַקס
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלטעבחורל » דינסטאג יוני 09, 2009 1:11 pm

סאכדעס, ביסט געפארן מיט בריטיש צום סוף? מיט די סטאפ? סאום האו האב איך נישט געוואוסט די סוף, איצט איז עס נתרוץץ געווארן פון די שורות פון 'דזשובוין'.

יאָקל!... עהה נישמאמעש... כאדער געזאגט פ'נאנפאנג אז קיין 'גליג' מוז מען האבן קושקעס פון אייזערנע מאטריאל, די וועג ארויף דארט ווי אוומער מוזסטו זיין גרייט אויף א שארפן קאָזקע. ווי הייסטעס דאררט... נא!... דער שווערער וועג ארויף, צו ר' טרפון?... 'דזשובוי' העלף ארויס...

וויאזוי איז עס געווען?

אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2323
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

תגובהדורך cano » דינסטאג יוני 09, 2009 2:50 pm

דזשובוי שלום עליכם, מיר האבען זיך שוין לאנג נישט געזען.


חאחאחאחחא דער דזשובוי געדענקט נאך ווען התאחדות האט געהאט א שמש סאכדעס, אפשר געדענקט ער נאך אפי' די שפראך דיפירענט פינעם דיין מיטען שמש'ל, הא נויז.
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 21639
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » זונטאג יוני 14, 2009 3:56 pm

shmate האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:דער עולם כאפט נישט אז דער שאמעס דא, איז נישט קיין צווייטער ווי אונזער געערטער סאכדעס'ל ירום הודו.

יעצט קענט איר איבערליינען די מעשה, עס וועט האבן גאר אן אנדערער טעם.

:wink: ;l;p-

וואט איז די סימכע?


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט