פון מיין פאסט קעסטל/טאג בוך-אין שפיטאל..

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

מיינסט אוודאי פון זיין חבר'ס אינגל. סייוויזוי איז נישט שיין צו לאכן פון יענעם....
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך ווארט שוין אויף דאס קומענדיגע, שטעלנדיג אויף די חזקה אז עס וועט זיין געשמאק צו ליינען.
היישעריק
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 06, 2008 6:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היישעריק »

וויכטיג, פון אנפאנג האב איך מיר געליינט אין געצויגן די אויער צו פארשטיין אפשר איז ער נאר אן איבער טייטשער אדער ווי דו רופסט עס א מעסענדזשער, אדער איך ווייס וואס... דערווייל זעה איך אז דו ביסט א העכסט געלונגענעם שרייבער, דו שרייבסט געוואלדיג גוט, זיס געשמאק אראפ געלייגט, די דיטעילס זענען אויסנאם גוט, אזוי אויך די ידיעות זענען געוואלדיג.


ייש"כ פארן מיטיילן. אין צום אויספיר זאג איך,
קרעמער האט געשריבן:איך ווארט שוין אויף דאס קומענדיגע, שטעלנדיג אויף די חזקה אז עס וועט זיין געשמאק צו ליינען.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

וויכי די טראכסט זיכער אז קיינער האט נישט באמערקט אז ס'איז דורך געגאנגען א פרייטאג אין ס'איז נישט געקימען קיין אפדעיטס?
וויל איך דיר זאגען אז מיר האבען עס באמערקט (מיין ווייב גיבט מיר א פרעג, ס'איז נישט געקימען קיין פרייטאג אפדעיטס פין וויכי?)
אין מיר פארלאנגען פין דיר זיך ציפארבינדען מיט דיין חבר אין פארלאנגען אפדעיטס,
מיר ווארטן דערויפ...
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

געלעגער'ל טייערע, ס'איז גראדע יא אנגעקומען א אפדעיט, פרייטאג שפעיט נאכמיטאג, אבער איך מוז צושרייבן א שטיקל, ווען דו וועסט עס ליינען, וועסטו עס פארשטיין.. זאג דיין רעבעצין, אז ס'וועט נאך אי"ה זיין היינט, שפעט'סטענס מארגן...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

וויכי טענקס עי מיליאן,
ס'קען אריין גיין אינעם אשכול פין טעכנעלאגיע געראטעוועט די שלום בית....
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

א גוט יאר..

(צוליב א טעכנישע סיבה, איז ארויסגעפאלן א שטיקל פון איינע פון די פריערדיגע פארזעצונגען, איך האב עס שוין נישט אין באזיס, און מיין חבר -דער בעל המעשה- טרעפטעס אויך נישט, סאו וועל איך נאר זאגן וואס איך האב פארפעלט.. איך האב ארויסגעלאזט די באזוך פון ר' ישראל ראזמאן, ער איז געווען באזוכן ביי מיין חבר פרייטאג תיכף נאכדעם וואס די דאקטוירים האבן באשטעטיגט אז די טשעסט טוב ליגט אויפן גוטן פלאץ... און ער האט מיט יעדן גערעדט, מיט מיין חבר, און מיט זיין ברודער/מאמע.. סארי אז ס'איז ערגעץ פארלוירן געגאנגען די שטיקל.. היות איך בין נישט דארט געווען, קענעך נישט אליין פארציילן, און ביים פאנטאזירן האלטעך נישט דערביי, ווייל ס'וועט הרג'נען די אוטענטישקייט פון די מעשה, איז געבליבן אז איך לאז עס אזוי.. און איך גיי שוין בעסער וואטשען נעקסטיים.. וויכי..)

דא האט איר...

די מעשה ציהט זיך שוין אריין אינעם שבת, אזוי ווי שבת האב איך נישט געקענט שרייבן קיין שום נאטיצן, איז מעגליך אז איך וועל פארגעסן אפאר דעטאלן אדער פארמישן א סדר.. איך וועל אבער פראבירן צו גיין ווייטער לויט וויזוי איך געדענק..

טשאבעס... מיין שוואגער מאכט זיכער אז אלע מיינע/זיינע פעקלעך ליגן אונטערן בעט, נישט אלעס האט געהאט פלאץ, ווי דערמאנט האט ער מיטגעברענגט אפאר גרויסע רענצלעך, און מיין ברודער האטעך אויך שוין געהאט געברענגט אפאר זאכן, סאו אלעס איז ארויף, חוץ איין רענצל מיט זיין שטריימל באקס מיט נאך א בעג..

נאך צען מינוט, איז אנגעקומען א עסקארט, (אן לייטס אין סייערין, מסתם וועגן ס'שוין געווען שבת..) וואס האבן זיי געטוהן?.. יאפ, זייער גוט!.. זיי האבן געטשעקט די בענד, געפרעגט דעיט אוו בוירט.. זיי האבן שוין מיטגעברענגט א טאנק פאר די אקסי-דזשין, זיי האבן געטרענפערט מיינע אקסי-דזשין פייפס צום טאנק, ארויפגעהאאקט מיין 'רענצל' אויף די בעטל, און מ'האט אנגעפאנגען צו פארן.. העעעם.. מיין שוואגער וואקט פון אונטען, מיטשלעפענדיג די איבעריגע פעק, די חברה האבן געזאגט אז זיי האבן באקומען א ארדער מיך צו ראש'ן, (מעעען!! דער ישראלי איז מעידזשער!!) סאו איך זאל זיי זאגן אויב זיי גייען צו שנעל, און זיי האבן זיך אנטשולדיגט פאר מיין שוואגער אז ער גייט דארפן וואקן שנעל.. און מ'פארט צו די עלעוועיטער..

די פעישען עלעוועיטער ארבעט זייער אינטערעסאנט, ווען מ'קומט אן צו די עלעוועיטער, הייבט מען אויף די טעלעפאון, און ס'קלינגט אריין צו איינעם וואס זיצט אינעווייניג, און יענער זאגט "עלעוועיטער"!!! און די דרייווער פון מיין בעט ענטפערט "ER טו 14".. אקעי, 1 מינוט, ענטפערט יענער.. ס'גייט דורך א מינוט, די עלעוועיטער שטעלט זיך אפ, מ'פארמער אריין, זיצט דארט די עלעוועיטער דרייווער, פון איר אנקוקן אליין האט מען געקענט לאכן.. שוין לאמער נישט רעדן פון איר, אבער זי זיצט דארט א_וואו ציגענאגלט צום בענקל, און האט א גרויסן בוך, און שרייבט.. יעדע מינוט קלינגט די טעלעפאון.. עלעוועיטער??!! 6 טו 12 נאו פראבלעם.. 1 מינוט.. זי שרייבטעס אפ.. און געגאנען.. נעקסט.. עלעוועיטער??!!..

אונז זעמער אנגעקומען -נאך צוויי סטאפס- אויפן 14'טען שטאק, די חברה פירן מיין בעטל צו די נוירס סטעישען, זיי געבן איבער די נויטיגע פאפירן, און נאכן ווארטן אפאר מינוט, פארט מען אריין מיטן בעטל מיט די באגלייטונג פון א נוירס צו רום נאבער 1425, די נוירס זאגט מיר, זעהסט, דו האסט א פענסטער בעט... האסט א געהעריגע וויא... (כאמעך אזוי געפרייעט..)

איך בין אבער נישט געווען ביזי הערן וואס זי זאגט, מיין אויגן איז געפאלן, (שוין אויפגעהויבן ב"ה..) אויף מיין שכן.. א 80 יעריגער שחור, (טו בי עקזעקט, 81 יאר אלט..) ער קרעכצט, אבער די חברה האבן מיך גראד ווייטער געפיהרט, ביז צו מיין בעטל, און געהאלפן אריבערגיין אויף די בעטל פון יענע רום.. (און ניין, ס'איז נישט געווען גרינג..) איך האב מיך באדאנקט פאר די עסקארט.. און זיי זענען געגאנגען..

די נוירס, איך ווייס נישט צו זי איז א כינעזע, צו א יאפאנעזע, אבער פון יענע משפחה, האט מיך באגריסט, און געזאגט איך הייס אזוי און אזוי, איך בין דא די נוירס פאר היינט נאכט, מאך דיך באקוועים, דא האסטו א באטן, אויב דו דארפסט עניטינג, דריק-עס, (א קאזין מיט שיק-עס פון דא?.. ווער ווייס..) און זי האט אנגעהויבן צו ריקן מיין בעט אז איך זאל זיין באקוועים, אבער גלייבטס מיר, קיין איין וועג איז נישט געווען באקוועם.. דערנאך איז זי ארויס, און געזאגט אז זי גייט שוין זיין צוריק..

אינצווישן האט מיין שוואגער אנגעפאנגען אויסצופאקן די רענצלעך.. ער האט אראפגעלייגט מינומום 20 ערליי ליין מאטריאל אויף די טישל, שיין אויסגעשטעלט.. (לאמעך זעהן צו איך געדענק.. שטערן, שפאקטיוו, צייטשריפט (אפאר וואכן..), בליק, בלאט, יוד, צייטונג, מעלות, עי-טיים מאגאזין (2 שטיק), בינה, המספיק גאזעט, און נאך..) און דערנאך אביסל ווארימע גריס, מיט נאך אפאר קליינעקייטן וואס מיין ווייב האט איינגעפאקט, און איך האבעס נישט געוואלט עסן ביז איך בין אין א רום.. יעצט בין איך געווען הונגעריג ווי א... כאנישט קיין אויסדריק, איך האב אלעס געגעסן.. דערנאך איז מיין שוואגער געגאנגען דאווענען...

די נוירס איז שוין צוריק, און אנגעפאנגען מיט א קרייץ פארהער.. קודם נאמען, דעיט אוו בוירט, סאושעל, דערנאך צו מיין היסטארי, ווען איך בין שוין אלץ געווען אין שפיטאל, ווען איך בין געווען ביים דאקטער די לעצטע מאל, ווען איך בין געפארן די לעצטע מאל קיין אויסלאנד.. (וועגן שוויין פלו..) אויב איך בין עלערדזשיגט צו עפעס, איך קען דא אויסרעכענען נאך אסאאאך זאכן, באדדעם ליין איז, זי האט געפרעגט א באנטש פראגעס.. (איך בין זיכער אז אינדרויסן האט זי געלאכט א גוטס, אז איך ענטפער איר נאך ווי א נער..)

איך האב געזעהן אז זי איז נישט צו קליג, האב איך געשפיהלט אביסל די געים ווי איך פארשטיי אויך נישט.. זי פרעגט "ווען ביסטו די לעצטע מאל געפארן"... איך זאג איר, בכלל געפארן?.. עםםם, פריער מיט די אמבולאנס, פארוואס פרעגסטו?.. זי זאגט, "ניין!! איך מיין צו פרעגן לאנג דיסטענס".. איך פרעג איר, "פון וויליאמסבורג ביז בארא פארק הייסט אויך לאנג דיסטענס"?.. זי האט נישט קיין אהנונג וואס איך פארשטיי נישט.. זי זאגט, "ניין! איך מיין קיין אויסלאנד".. זאג איך איר, דו ווילסט דוקה וויסן די לעצטע, אדער בכלל ווען איך בין אלץ געפארן, איך בין געווען אין יוראפ... זי האקט אריין, אהה, ווען ביסטו דארט געווען, זאג איך איר עםםם, 8 יאר צוריק, זי זאגט איך רעד פון לעצטענס.. זאג איך אההה, איך כאפ שוין.. לעצטענס בין איך נישט געפארן קיין אויסלאנד..

די זעלבע איז געווען מיט די עלערדזשי'ס.. איך זאג איך אז איך האב נישט קיין שום עלערדזשי, אויזער די ראוז פיבער, דעמאלטס סניז איך א באנטש.. קיצר, זי האט געלאכט און געלאכט און געלאכט.. כמעט ביי יעדע פראגע האב איך משיגע געמאכט.. אזוי ווייט, אז ס'האט גענומען ארום א האלבע שעה נאר צו פרעגן, און הערשט איז זי נישט געווען קלאר, זי האט נישט געוויסט אויף אפאר פראגעס וואס צו שרייבן...

דערנאך האט זי זיך גענומען רעדן פון די יעצטיגע סיטואציע, זי האט מיר מסביר געווען וואס די ציהל יעצט איז, וואס די פראסעס איז.. זי זאגט אזוי, מיינע לונגען זענען איינגעפאלן, און ס'קען זיך נישט אויפבלאזן ווייל ס'דא ארום דעם פיהל מיט וואסער, סאו זיי האבן אריינגעלייגט א טשעסט טוב, די טשעסט טוב וועט ארויסנעמען די וואסער, און איך דארף ארבעטן דאס אויפצובלאזן, אבער היות איך האב אסאאאך יסורים, וועל איך נישט קענען, סאו איז זייער דזשאב צו קאנטראלירן מיין ווייטאג.. (פעין מענעדזשמענט..) אזוי אז איך זאל האבן כח מיטצוארבעטן מיט זיי אויפצובלאזן מיין לונג.. סאו פאר היינט נאכט איז איר דזשאב, אז איך זאל נישט האבן קיין פעין, זי ווארט יעצט אויף א געוויסע פרעסקריבשען זאל אנקומען מיט "מורפין", זי גייט מיר געבן א "מורפין באטען".. יעדעס מאל ס'טוט מיר וויי, קען איך עס דריקן..

זי פרעגט וואס מיין פעין לעוועל איז יעצט, איך זאג איר איבער די זעלבע וואס איך האב געזאגט פארן דאקטער.. אז איך בין נישט אין די ליין, סאו איך קען נישט קיין לעוועלס, זי זאגט מיר 1 מיינט גארנישט קיין ווייטאג, (ליגענער!! דאס איז זירא..) און 10 מיינט די מערסטע וואס כ'האב אמאל געהאט, איך האב איר געפרעגט צו איך דארף אריינרעכענען די ווייטאג וואס איך האב געהאט פריער, אדער נאר פאר די לונג קאלעפס, זי האט -פארשטייצעך- נישט פארשטאנען, קיצר, זי איז זיך געגאנגען איר וועג, און איך האב מיך אראפגעלייגט, און פראבירט איינצושלאפן..

איך דארף ענק מסתם נישט זאגן, פראבירט'ס דאס נישט אויס, אבער שטעלטס ענק פאר, איך בין געליגן אין בעט, מיט פייפ'ס פון אלע זייטן, פרעשור פון די וואסער, פרעשור פון די פייפ'ס, און ווייטאג פון די שניט, קיין שום פאזיציע איז נישט באקוועים, ס'איז כמעט אומ-מעגליך צו שלאפן, אבער ב"ה איך בין איינגעשלאפן פאר אפאר מינוט.. (איך האב מיך אויפגעוועקט צוויי מאל ווען מיין שכן-דער שחור האט געקרעכצ'ט הויעך.. אבער איך בין צוריק איינגעשלאפן..)

ביז מיין שוואגער איז אנגעקומען... טשאבעס...

המשך יבא...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

הערליך שיין (אוטש, דארט אינמיטן שטעכט מיר, וויאזוי האלט מען אויס די פרעשור? -- דער שרייבער צווינגט דאך אונז זיך אריינצולייגן אין זיין מצב, מיט די פולפארביגע שילדערונג).
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

זייער אינטערעסאנט, וויכי גיב אים אפ א ייש''כ פאר די ריפארט, זאג אים ער זאל זען מ'זאל אים ווי מער אויספרעגן......
ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 08, 2008 4:13 pm
לאקאציע: וואקאציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך »

דאכציך אז איך האב נאכנישט מגיב געווען דא, סאו וועל איך מיך פרובירן צו האלטן געשפאנט ביז צו די ענדע.
אוועטאר
קעלנער
שר חמש מאות
תגובות: 849
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 18, 2009 4:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעלנער »

הערליך שיין באשריבן.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

וויכילע, האסט מיך נישט אנטוישט,
זייער שיין אין זאפטיג
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

וויכי די מיזסט שרייבען מער ווי איין מאל א וואך
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

דארפי, קענסטעס בעטן פון זיין חבר, וואס ווילסטו פון אים'ען?

וויכי יישר כח פאר די פאסט, איך כאפ מיך יעצט, אז פרייטאג איז געווען ערב חגא, סאו קען זיין וועגן דעם האסטו נישט דעליווערט פרייטאג, הא?

קיפ אן, ווארט מיט געדולד ווי לאנג ער שיקטער עפעס אריין, דערווייל כאפ אריין נאך אן אונטערוויאו מיט סאם וואן.
אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך cano »

אהההה ויכי איך אטעם אפ, פיינעלי האט א נערס פארזען דיין ברעיסלעד, די האנד באנד, זי פרעגט אליין איבער די שאלות, אנגעפאנגען מיטען נאמען פין אלף, און עס האט זיך אויסגעצאלט.
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.
אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 23, 2008 1:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוסטיג »

עטס כאפטס וואס דא גייט פאר?! ער רעדט און רעדט און ער האלט נאך פאר שבת...

וויכי, זייער שיין נאר איך האף אז די כ'מיין דיין חבר האט נישט פארגעסן די שבת נאטיצן צילוב'ן נישט קענען פארצייכענען, סוי איך האף אז מיר וועלן קענען געניסן פון דעים
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

מארגן איז שוין פרייטאג, איך קען שוין קוים ווארטן
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

א גוטע וואך..

יא, איר ווייסט, באקומען פרייטאג..

א גוטן ערב שבת..

ווי דערמאנט האב איך שבת נישט געשריבן קיין נאטיצן, סאו איז דא אפאר זאכן וואס איך האב פארגעסן, אט האט איר איינס..

פאר די נוירס איז ארויסגעגאנגען, האט זי אריינגעברענגט א נייע טוי, ס'איז אזא באטל, אינעווייניג איז דא א באלי פון איין זייט, און א גרויסע שטיקל -צו בלאקירן די לופט- פון די צווייטע זייט, (זעה בילד) און פון די באטל ציהט זיך א שטרוי... און זי זאגט מיר, אז כדי אויפצוארבעטן מיין לונג, וועט מען מוזן מאכן עקסערסייז.. די עקסערסייז גייט זיין, אז איך דארף אריינציען לופט דורך די שטרוי, און ווען איך צוה אריין, גייט די באלי ארויפפארן, די באלי מוז זיין פונקט אינמיטן, ביי די סמיילי...(זעה בילד..) ביי די אויבערשטע אדער אינטערשטע 'פראון', איז נישט גוט.. די ערשטע גאול איז אז די גרויסע געלע זאך אנצוקומען ביז 750, (זעה בילד) און ס'מוז נישט זיין יעצט, אבער ביז מארגן צופרי מוז איך עס פראבירן יעדע פאר שעה, פאר 10 מינוט אין איין צו.. איך האב מיך תיכף גענומען לעבודה, ס'איז נישט געווען גרינג.. ס'האט גוט וויי געטוהן, אבער וואס טוט מען נישט פאר די געזונט?..

און יעצט גיימער ווייטער..

גוט טשאבעס, מיין שוואגער איז דא, ער הייבט אן אראפצולייגן וויזוי די דאווענען איז געווען, ער האט פארציילט אז ליידער איז דא אסאאך יודן אין שפיטאל אויף שבת, און אז אפאר אירע, נאנטע פריינט וואס זענען דא מיט זייערע קרובים, האבן זיך נאכגעפרעגט אויף מיר.. און זיי ווילן קומען באזוכן שפעטער..

געענדיגט שמועסן, מיין שוואגער פרעגט מיך צו איך וויל עסן, איך האב נישט קיין אהנונג וואס איך וויל.. זאג איך עם, איך בין אונטער די איינפלוס פון וואס ס'לאצעך נאר.. מורפין, א.ד.ג. (ווי כאילו ווען איך בין נישט אונטערן איינפלוס, ווייסעך יא וואס איך וויל..) אבער מיין שוואגער האט נישט געטראכט צו לאנג, (א_וואו אייביג..) ער קלינט אפ די טישל פון די ליין מאטריאל, די ליין מאטריאל לייגטער אין א זייט, און...

דיסקלעימער: נישט ליינען ווייטער ווען מ'פאסט, אדער ווען מ'איז צו זאט..

ער מאכט אויף איין רעצל.. מיינע אויגן הייבן אן גלאנצן, ער נעמט ארויס 4 בארכעס, לייגטעס אראפ אויפן טיש, לייגט ארויף א נעפקין, נעמט ארויס א גלעזל מיט א טעלער, זמירות, אפאר קליינע פלעשעלעך גרעיפ דזשוס, און ער הייבט אן זינגען זמירות, איך האב עם געבעטן צו וואשן מיין הענט, כאב אראפגענומען די אקסידזשין מאסק, כאגעזאגט א יודיש ווארט, און ער האט שנעל אפגעזינגען זמירות, און מ'גייט מאכן קידוש, יום השישי...

איך האב קוים געטרינקען א ברעקל גרעיפדזשוס יוצא צו זיין, מיין שוואגער האט בכלל נישט אויסגעזעהן צו זיין באזארגט, ער נעמט ארויס צוויי בעקעלעך דארט ליגט אין יעדן א פארשן פון סעלמאן פיש, מיט 2 סלייסעס געפילטע פיש מיט קאטשעניו.. אבער איך זאג עם אז איך קען נישט עסן, האבעך דען נישט געקענט?.. פראביר אויס, ברענג יעצט אהער אזא פארשען, און גיי ארויס פון דא פאר דריי מינוט, ס'וועט זיין היסטערי, און ווי זאגט נאר די פסוק?.. ולא נודע... מ'וועט נישט דערקענען אז איך האב עס אויפגעגעסן.. נאר וואדען?.. וואו פריער געזאגט, די מאאאד, איז געווען...

אבער ווי גייט נאר די פאלקס ווערטל?.. "די פוד מעיקס די מאאד".. מיין שוואגער איז זעהט אויס געווען גוט צוגעגרייט, ער האט מיר געזאגט אז נאר א כזית חלה זאל איך עסן.. שוין, אז ער בעט, העלעכעם צוליב טוהן, "המוציא לחם מן הארץ"... איך הייב אן עסן, אבער אן אפעטיט, מיין שוואגער געצעך א בייג צו צום רענצל, און גיבט א ריק ארויס א ריזיגע בעג פוהל מיט דיפ'ס.. (לייגט צו קאפ..) טאמעיטע-דיפ, טחינה, חמס, עגפלענט בארבאגנוש, אליוו דיפ, חריין, איך געדענק שוין נישט וואס נאך, אבער א באנטש מיני דיפ'ס, איך בין נישט קיין גרויסע חסיד פון רוב פון די דיפ'ס.. אבער אפאר זענען יא מיין טעיסט..

מיין שוואגער זאגט מיר: אויב נישט די פיש, כאטש טינק איין אביסל אין די חריף, איך האב געפאלגט, פון דארט אין ווייטער איז שוין אלעס געגאנגען צו בעסערונג, די פיש איז אריינגעפארן אונטער א אויגן בליק, מיט כמעט ביידע בארכעס, מיט די טחינה, חריף... אויש איז דאס גוט געווען.. אפילו די נורס וואס איז אריינגעקומען, ווייל מיין אקסידזשין לעוועל איז געווען אביסל לאו, איז הונגעריג געווארן..

די נורס האט מיר אנגעטוהן אקסידזשין, אבער נישט א מאסק, נאר דורך די נוז.. ס'האט היבש נערווירט, אבער מ'מודעך אטעמען.. איך האב דאן געזאגט פאר מיין שוואגער אז יעצט פארשטיי איך שוין איינמאל דעם "על כל נשימה ונשימה".. איך האב נישט געקענט כאפן דעם אטעם צופרי.. יעדע אטעם איז געקומען ביטער שווער, יעצט אז איך זעה אז ס'קומט אן גרינג, האב איך בעסער פארשטאנען אז מ'דארף דאנקן דעם אייבערשטען אויף יעדן אטעם..

פיין געווען, וואויל געווען, פיניש??.. נע!.. סט'נעריש?.. נאכן אפקלינען די טיש, נעמט ער ארויס נאך צוויי פלעשלעך גרעיפ דזשוס, און מ'מאכט א לחיים, אוי יע!.. איך קען שוין איינמאל טרינקען.. מיין שוואגער זעהט אז איך בין שוין ביי מיר, ריקטער ארויס כל ערליי געטראנקען, אראנדזש-דזשוס, עפעל דזשוס, סעלצער, נאך אפאר זיסע געטראנקען, (ר'הערשל מייזליש הערט נישט..) קיצר, איך בין שוין נישט געווען טריקן, הונגעריג שוין אויך נישט, אבער מיין שוואגער איז נאכנישט פארטיג..

ער ריקט ארויס א גרויסן טערמוס, ער לייגט אראפ צוויי טעלערס, און לייגט אריין זופ, טאמער האט הייסע זופ שוין אמאל דערקוויקט א מענטש, קומטעס נישט צו צו די דערקוויקעניש וואס איך האב דאן געהאט, ס'אידעך געווען אזוי אין פלאץ, אבער מיינט נישט אז ווייל איך האב נאכנישט געשריבן אז ער האט געהאט בונדלעך אז ער האט פארגעסן דערפון, נאו וועי!. ער האט פעסט געהאט בונלעך, און אין די זופ איז געווען געהעריג מייער און לאקשן, אלעס.. געהעריג ווי א טעלער זופ ברויך אויסצוקוקן..

אקעי, יעצט בין איך שוין זאט, איך מיין אז דעט'ס איט, ניין?.. נאופ!.. א פרישע מערכה, פיינע ווארימע פלייש, קוגל, אלעס היימיש, איך האב שוין נישט געקענט עסן, זאגטער איין מינוט, ער נעמט ארויס א פעקל "דארק טוירקי פעסטראמי" (ער ווייסט וואס איך גלייך..) ער מאכטעס אויף, "עס כאטש א שטיקל פלייש לכבוד שבת" זאגטער.. קיצר, ער האט אראפגעלייגט קאומפאוט, איך געדענק שוין נישט וואס נאך, אבער אזויפיהל ווייסעך, אז איך האב מיך נישט געקענט רירן פאר זאטקייט..

איר זענט נישט די איינציגסטע וואס וואונדערט זיך וויזוי אפאר זאכן האבן געקענט זיין הייס, און אנדערע זאכן קאלט, אין די זעלבע רענצל, אבער ער האט מיר געוויזן ווי מייסטערהאפטיג די זאכן זענען געווען אריינגעלייגט, אז אלעס זאל בלייבן די נויטיגע טעמפריטשער.. איך ווייס אז יעדער מיינט אז מיט דעם האצעך די עסן געפינישט.. און איך גיי יעצט גיין ווייטער, אויסדריקליך ניין!..

מיין שוואגער מאכט אויף די נעקסטע רענצל, און הייבט אן פאקן סחורה, קעיק, וויפיל ס'גייט, נאש, אוי באשעפער!!.. וואו האטער דאס אלעס איינגעקויפט?!! פארוואס, פארווען?.. פאטעטא טשיפ'ס, פאטעיטא סטיקס, פאטעיטא פריי'ס, קארן טשיפ, טארטילע טשיפ, סנאו פלעיק'ס, פאפקארן, פון יעדע איינע אפאר פלעיווער'ס, רעגולער און בארביקיו, אניען-גארליק.. פרעצל, מאנדלעך, ניסלעך, פיסטעטשו'ס, קעשו'ס.. נאכדעם דזשעלי'ס, קענדי'ס.. (וויזוי האב איך נאר פריער געזאגט?.. וואס טוט מען נישט פאר די געזונט..) איין מינוט, פארוואס דארף איך שטיין דא ווי א נער און אויסרעכענען אלעס.. (וואו זאגט נאר יענער?.. ווער הייסטעך שטיין וואו א נער?.. שטיי ווי א חכם..) גייט'ס אריין אין ענקער גראסערי, און קוק'טס אויף די נאש, און די ניסלעך שעלוו'ס, דאס וואס איר זעהט דארט, כמעט אלעס איז געווען ביי מיר.. (יעצט ווייסט איר שוין וואס ס'איז געליגן אין די רענצלעך?. איך ווייס נארנישט ווי אלעס האט געהאט פלאץ..)

מיין שוואגער האט אריינגערופן די נורס, און איר געבעטן אז ער האט זאכן פאר די פרידזשידער, אויב זי קען עס אריינלייגן פאר עם, (דארט איז נישט דא אין יעדע רום קיין פרידזשידער..) זי זאגט אקעי, נישט קיין פראבלעם, מיין שוואגער הייבט אן פאקן, איך ווייס נישט פון וואו ער האט אלעס ארויסגענומען, אבער נאך צוויי בעקעלעך פיש, חריין, דיפ'ס.. נאך קאלד-קאט'ס.. די נורס האט געמוזט גיין 2 מאל מיט די באגלייטונג פון מיין שוואגער צו טראגן "נאר די זאכן וואס באלאנגען אין פרידזשידער"..

און דערנאך האט ער ארויסגענומען צוויי קאנטענער'ס אויפגעשניטענע פרוכט, מיט טרויבן.. אין אלעס אראפגעשטעלט אויף די טיש, (דיסקלעימער: צוליב מאנגל אין פלאץ, האט ער אויסגעשטעלט די נאש אויף די ווינדאו סיעל.. די קעיק מיט די פרוכט, האבן אנגעפיהלט די טישל..) אונז האמער אביסל געשמיעסט, ביז א יונגערמאן -וואס איז געקומען צו זיין באבע אויף שבת- איז אנגעקומען, מ'האמערעם מכבד געווען צו מאכן א ברכה, און מ'האמער אנגעפאנגען שמיעסן..

איך געדענק נישט פונקטליך וואס מ'האט גערעדט, ווייל איך בין איינגעשלאפן און אויפגעשטאנען 5 מאל אינדערמיט, (און איך גלייב אז ס'אינטערעסירט נישט קיינעם..) אבער די בעיסיק וואס יעדער האט געוואלט וויסן, וואס איז דא געשעהן?.. וואס גייט פאר?.. ווען איזעס געשעהן.. די אלע קשיות... נאך אביסל האמער געשמיעסט, געזינגען זמירות.. און מ'האט געבענטשט, איך האב מיך דערמאנט פון מיין נייע טוי, יענער האט געלאכט וויזוי איך שפיהל מיך דערמיט, אבער צו מיין שמחה אינישט געווען קיין גרעניץ, ווען איך האב "געריעטש'ד מיין גאול".. 750.. (ווען נישט ס'איז שבת, וואלט איך גערופן די נורס און דערציילט..)

גיימער זיך דא שטעלן, גוט שבת...

המשך..
לעצט פארראכטן דורך וויכטיג מאכער אום מוצ"ש יולי 11, 2009 10:28 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

דא קענט איר זעהן די טוי..
אטעטשמענטס
119.jpg
119.jpg (4.23 KiB) געזען 2837 מאל
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

די שטרוי..
אטעטשמענטס
118.jpg
118.jpg (4.05 KiB) געזען 2836 מאל
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

זעהט אויף די רעכטע זייט די סמיילי אינדערמיט, און די צוויי פראון'ס אינטן און אויבן..

טענקס טריאו פארן העלפן מיט די פיקטשערס..
אטעטשמענטס
117.jpg
117.jpg (4.32 KiB) געזען 2835 מאל
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

WOW אזא שבת אהערצושטעלן, און דאס אזוי מייסטערהאפטיג אויסלייגן.

הערשט רעד איך נישט פונעם שוואגער, נאר פונעם שרייבער.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

יו... באשעפער... ווי נעמט מען אזויפיל עסען אין מ'שטיפט עס אריין אין איין ארטיקעל?
וויכי....
קיפעטאפ
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

יש"כ וויכי פאר די אפדעיט באגלייט מיט געזאנג.. כ'מיין מיט בילדער...
כ'קען קוים (באמת קען איך נישט..) ווארטן אויפן נעקסטן פארזעצונג.. כ'בין נייגעריג צו די טשולענט האט ער אויך געקענט האלטן ווארעם...
אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 24, 2008 1:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשי קניהויז »

איך האלט גראדע יעצט שוין נאכן עסן, אבער האסט מיר צירוק אנגערייצט דעם אפעטיט.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”