פון מיין פאסט קעסטל/טאג בוך-אין שפיטאל..

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

אקעי שוין ערלעדיגט, מען בעט דער עולם צו האבען געדילט און מער נישט שרייבען דא די נעקסטע שעה צוויי צו געבען נאך א טשענס פאר וויכי

לכורה קומט דאס די נעקסטע פאר מיניט
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

משה, איך באקום עס פון "א ניק", און איך שרייב עס איבער, און ס'איז שוין רעדי..

איך האב נאר א מנהג, אז יעדע לענגערע תגובה, שיק איך פאר נאך איינעם, אדער מער איבערצוקוקן, און די יעצטיגע פאל, האב איך עס געשיקט פאר צייטליך, (שוין אפאר וואכן צוריק) און איך ווארט אז ס'זאל צוריקקומען..

(איך האבעס געשיקט פאר נאך אפאר אירע, איך בין אזוי ביזי, אז איך געדענק שוין נישט פארוועם.)
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

אוי. האללאו וויכי, לייג עס ארויף!!

ווארט נישט אויף מיר דאס איינע מאל ווייל איך גיי עס נישט אויפזיכן אין אימעיל און איך האב עס נישט קיין צייט צו ליינען יעצט. (אויב עפעס איז נישט גוט וועל איך פויעלן ביי די מנהלים דאס אראפצונעמען..)
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
פארדינט
שר האלפיים
תגובות: 2026
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדינט »

נאאא, סישוין נאעמבער פיפצען, סטיל וועטינג... :cry:
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

אקעי, אן קיין שום הקדמה, יעצט האב איך אפאר מינוט, ארויף דערמיט, ווען ס'וועט זיין צייט העמער גיין ווייטער...

דערנאך זענען מיינע באזוכער צוריקגעקומען, און איינער האט געמאכט הבדלה, נאך אביסל זענען מיינע צוויי שוואגערס -וואס זענען געווען ביי מיר פריער- אהיימגעפארן, און מיין ברודער און אנדערע שוואגער האבן געווארט, אויף מיין טאטע מאמע, און מיין ווייב וואס האט געדארפט אנקומען עני מינוט.

און טאקע נאך אפאר מינוט זענען זיי אנגעקומען, פאר א טשעינדזש האבן זיי נישט געפרעגט די ערשטע זאך וויזוי איך פיהל, נאר אויב די שכן'ס טעלעוויזשען שטערט מיך נישט, אבער מיין אויערן האבן שוין נישט געהערט, ס'איז שוין געווען צוגעוואוינט צו די קולות, למעשה האב איך שוין געפיהלט היבש בעסער, אבער געשוויצט זייער שטארק האב איך, סאו מיין שניט האט אביסל וויי געטוהן.

די פיינע מלוה מלכה וואס די חברה האבן געברענגט, טראץ דעם וואס איך האב געזאגט אז איך בין שוין זאט פאר די וואך, איז נישט געווען אוועקצומאכן, אבער ווי געזאגט צופיהל עסן האב איך נישט געקענט, נאך אפאר מינוט איז די נוירס (א פרישע שיפט.) אריינגעקומען, און האט געזאגט אז ס'איז שוין זייער שפעט, און וויזיטער'ס זענען שוין נישט ערלויבט, זי פארשטייט טאקע אז ס'איז געווען שבת, אבער מ'זאל זיך צואיילן, און זיין די שטילסטע וואס מעגליך, מיין טאטע מאמע זענען גלייך ארויסגעגאנגען, און געווארט אין די ווארט צימער, מיין ווייב איז נאך יא געבליבן אביסל. (זי האטעך געוואלט שעפן נחת, וויזוי איך בין אין פעין.)

אינמיטן זעה איך וויזוי מיין ווייב קוקט אויף די טיר, איך האב געמיינט אז מיין טאטע איז דארט, אדער אפשר די נוירס, אבער איך בין געווארן סורפרייזד.

איך ווייס נישט צו דער עולם געדענקט, אבער אין די פריערדיע ארטיקלעך האב איך דערמאנט מיין ידיד א הצלה מעמבער, וואס איז געווען בי מיר פרייטאג, און געזאגט אז ער וועט מעגליך זיין דא שבת, למעשה איזער נישט געווען שבת, נאר יעצט מוצאי שבת, איזער געקומען מיט נאך א חבר מיינער, און אזוי ווי מ'האט שוין נישט געוואלט אריינלאזן, האבן זיך די חברה אנגעטוהן הצלה דזשעקעטס, (חחח דער הצלה מעמבער איז א דארער, קליינער, דער אנדערער איז א הויעכער געבויטער, דער האצעך אנגעטוהן דעם הצלה מעמבער'ס דזשעקעט, מען אה מען.. חחחח.) און אריין דורך די אימערדזשענסי רום, און געלאפן פון איין עלעוועיטער צום צווייטן, און אזוי געמאכט דעם וועג ארויף.

ער האט זיך אנטשולדיגט ער וויל נישט שטערן, ער האט נאר געוואלט מאכן זיכער אז איך בין אקעי, ער זאגט אז ביים זמן האט ישראלי ראזמאן זיי געלאזט וויסן אין וועלעכע רום איך בין, און ער האט מיך נאכאמאל געזאגט, האסט מיין נאמבער, עניטינג דו דארפסט, קאלל מיך. א גוטע וואך.

נאך א שטיק צייט איז מיין טאטע שוין צוריק געקומען אז ס'איז שפעט, און דער עולם איזעך צוגאנגען, און איך בין געבליבן דארט אין שפיטאל פאר די ערשטע מאל אליין.. וואס?!! אליין? מיט קרעטשמע, און גוגל טאלק, גערעדט מיט דעם עולם, ס'איז געווען וואס צו טוהן ביז טיף אינמיטן די נאכט.

די נוירס איז אריינגעקומען, אז די דאקטער האט פארלאנגט אז אזוי_ווי איך האב א לונג פראבלעם, און איך וואק נישט צו פיהל ארום, מוז מען אנטוהן אויף די פיס עפעס א מאשין, וואס העלפט פאר סורקיולעשען, ס'זאל זיך ח"ו נישט מאכן קיין בלאד קלאט'ס, און זי האט אויך געגעבן א "בלאד-טיננער" נידל, און אנגעטוהן די אקסעדזשין, און געמאכט זיכער אז אלעס איז אקעי, די אינטערווינעס, מורפין-באטטעןת א.ד.ג.

איך געדענק נישט ווען, אבער זייער שפעט ביינאכט בין איך איינגעשלאפן, אבער נישט פאר צי לאנג.. נאך אפאר מינוט שלאפן, הער איך מאדנע קולות, און איך הער ווי די פירהאנג צווישן מיין און מיין שכן'ס -דער שחור- בעט ריקט זיך, איך גיב א קוק, מיין קאלעכדיגער שכן, האצעך פארקאלעכט, ער הייבט אן, ער בעט אז איך זאל עם העלפן אראפגיין פון בעט, ס'איז שוין שפעט, ער דארף שוין גיין צו די ארבעט.

איך האב גלייכט געכאפט וואס דא גייט פאר, איך האב געדריקט די קנעפל צו ריפן די נוירס, זי קומט אריין, און ער הייבט אן פארפירן, ס'איז שוין באלד 9:00 און ער מוז זיין אין די ארבעט.. ס'האט גארנישט געהאלפן, זי האט עם פראבירט צו זאגן אז ס'איז זונטאג פארטאג'ס 4:00, אבער דער שרייט, רעד מיך נישט איין, איך ווייס פונטקליך ווי איך בין! ער איז אין רוסלאנד, (עפעס א שטעטל.) און יעצט איז פרייטאג צופרי, און ער מוז זיין אין די ארבעט.. זי זאל זאפארט אהערגעבן זיין שיך.

זי האט אנגעצינדן די לייט'ס, און ס'האט טאקע געהאלפן, ער האצעך אביסל אויפגעכאפט, ער איז שוין נישט אין רוסלאנד, אבער ער מוז וויסן פארוואס ער איז אין שפיטאל.. ס'נישט נארמאל, וואס זוך איך דא? (גערעכט איז ער, איך וואלט עם געלייגט אין א האום.)

קיצר, נאכן זיך ארומ'טענה'ן פאר א האלבע שעה צו מער, איז מען זיך דורכגעקומען, און מ'גייט צוריק שלאפן, אבער דער איז נישט איינגעשלאפן, ער האט גערעדט, געבענטשט און געשאלטן אין די זעלבע צייט.

ארום 8:00 צייט, האב איך מיך אויפגעוועקט צו זיינע פארפירענישן, אז ער ברויך זאפארט זיין גלעזער.. די נוירס, נאכן עס זוכן פאר אפאר מינוט, קוקט איבער זיין טשארט, און זי זאגט אז זי זעהט נישט אז ער זאל האבן גלעזער, ער פארפיהרט אז מ'זאל קאלן זיין זוהן, זיין זוהן ווייסט אבער נישט פון קיין גלעזער צו זאגן, עעעענדליך.. האט מען געטראפן זיין... ניין, נישט גלעזער, נאר ציין.. זעהסט?!! שרייטער, כאדער געזאגט אז איך האב דא ערגעץ מיינע ציין, ביסט געווען פויל צו זוכן, הא?! חחחחחח... איך האב אזוי געלאכט.

אביסל שפעטער איז די דאקטער געקומען, דאס מאל איז קודם געקומען א סטודענט, ער האצעך אינטרעדוס'ד, ער פרעגט מיך צו איך האב א פראבלעם ער זאל קוקן מיין טשעסט טוב, איך האב עם געלאזט טוהן וואס ער האט געוואלט, אפאר מינוט שפעטער איז די דאקטער אנגעקומען, אין באגלייטונג פון אפאר סטודענטן, ער האט יעדן געוויזן וואס ווען וואו ווער, ער פרעגט מיך וויזוי איז די פעין, און צו איך מאך מיין עקסערסייז, בכלל איז ער געווען זייער צופרידן פון די לונג סאונד, און געארדערט נאך א עקסרעי.

איך האב עם געפרעגט צו די בלאד טיננער איז טאקע אזוי וויכטיג, נאכדעם וואס איך האב א שניט, האטער מיר געזאגט אז וויבאלד ס'איז אויף די לונג, מוז איך עס האבן, ווייל ס'איז א געפערליכע סכנה, און ער האט מיך געגעבטן איך זאל מער ארומוואקן, ער זאגט מיר אז ער וויל טאקע טשעקן מיין בלוט, האסט א פראבלעם, פרעגטער, זאג איך עם, דאקטער, אזוי לאנג ווי איך בין דא, קענסטו טוהן וואס דו ווילסט, די מינוט וואס דו זאגסט אז איך קען אהיימגיין, ניטאמאל ריר מיך אן, זאלסטעך נישט דערוואגן, אבער דערווייל טוה וואס דו ווילסט, א נוירס איז טאקע גראד געקומען נעמען בלוט.

תיכף דערויף האט זיך די טאג אנגעהויבן, מ'האט געטשעקט די פיבער, בלאד פרעשער, א.א.וו. מ'האט געברענגט פרישטאג, אבער צו וואס ברויך איך פרישטאג פון שפיטאל? מיין שוואגער וואס איז געווען ביי מיר אויף שבת, איז אנגעקומען מיט מיין שוועגערין, און דעליווערט א פיינעם פרישטאג וואס מיין ווייב האט צוגעגרייט.

ס'איז אבער שוין געווען זייער שווער צו עסן, מיין בויך האצעך געדרייט פון די אלע מעדעצינען, און זיי האבן נאך צוגעגעבן זאכן אז כ'זאל גרינגער גיין. קיצר נישט אין די עסן גיסטע.

איך וועל נישט צו פיהל אויסציהען די מעשה, די חברה האבן מיך שפעטער אויפגעבינדן, איך האב ארומשפאצירט, די טאג איז בעסיקלי געווען נאר עסן, וואקן, אין ביהכ"ס, חוץ די נוירסעס וואס זענען געקומען טשעקן די פיבער, און די עקסרעי, פלאס די טערעפי, אזוי ווי א טאג פריער, און שטייצעך, קרעטשמע, און טאלק.

ביז, איך האב באקומען חשובע געסט, קודם איז אנגעקומען מיין שווער ז.ז.ג., און תיכף דערויף איז אנגעקומען מיין ידיד, און ידיד פון גאנץ "היימישע קרעטשמע" ר' שמחה, איך קען ענק נישט מסביר זיין ווי גוט ס'האט זיך געשפיהרט צו האבן אזא געהויבענע גאסט, מ'האמער אביסל ארומגערעדט, און דערנאך האב איך געלאזט מיין שווער רעדן מיט ר' שמחה, דאכצעך אז זיי זענען געווארן קרובים אינצווישן, אדער געוואלט ווערן.. מיין שווער כאפט נאכנישט וואסערע שייכות איך האב מיט ר' שמחה.. אבער ס'גוט, לאמערעס לאזן אזוי.

זיי האבן שיין פארברענגט, ביז זיי זענען געגאנגען, דאן האב איך געכאפט א דרימל, געגעסן נאכטמאהל, (מיט מיין ווייב) וואס מיין מאמע האט געברענגט, (יויש איז דאס געווען א זופ, מעידזשער!) געקאלט, געמאכט, געטוהן.. קיצר געשטופט דעם טאג.

דאן האצעך מיין ידיד ערעב "וויכי" באוויזן, ער האצעך באקאנט געמאכט מיט אלע נוירסעס, און מיט מיין שכן דער שחור.. (מעשה וויכטיג..) יוי האב איך געלאכט ווען זיי האבן געפיהרט א שמועס, עניוועי, ער איז גלייך געגאנגען ווייטער, און מיך געלאזט אליין זיין באורד. (סארי, איך בין געווען ביזי.)

ביז ארום 8:00 צייט, מיין טעלעפאון ווייעברעיט, און איך זעה אז צייטליך, איז אויף די אנדערע זייט, ער פרעגט צו ער קען קומען, איך זאג עם אז יא, ער פרעגט צו ס'איז נאכנישט צו שפעט, האב איך עם געזאגט, זיי נישט באזארגט, דו קום נאר, ער האט מיך אביסל אנגעצויגן מיטן משיגע מאכן ווער ס'איז אלץ מיט עם, אבער כאשוין אויסגעווארט.

איך בין געשטאנען אין די האלוועי, איך האב געשריבן אויף טאלק פאר איינעם, ווען איך הער עפעס רידערט זיך, איך דריי מיך אויס, איך האב געמיינט אז איך זעה נישט גוט. שמערנישווייניגער.. קרעמער, צייטליך, ברוך, און שאץ מאץ, האבן אריינמארשירט, נישט וועלענדיג אויפרעגן מיין שכן, וועלעכער האט אויסער די זעלבע 2 באזוכער נישט געהאט קיינעם, האב איך אריינגעפיהרט מיינע פרישע געסט אין די לאבי אויף דעם שטאק, ווי ס'זענען געזעצן אפאר חברה און געוואטשט די טעלעוויזשען. (דעמאלטס האט מען נאכנישט געקענט געהעריג וואטשען ק.נ.א.)

איך שטעל מיך טאקע דא, אבער איך גיי צולייגן שטיקלעך וויזוי די באזוך איז באשריבן געווארן דעמאלטס דורך ק.נ.א. (ארויסֿגענומען מיט רשות פון די רעדאקציע.)

צייטליך באריכטעט:

ען.וויי.יו. מאנהעטן- ניו יארק נ"י - נעכטן זונטאג נאכט האבן עטליכע חברי ה'קרעטשמע אפגעשטאט א באזוך ביי "ניק-הרוצה בעילום שמו" אין שפיטאל וועלעכער וויילט דארט בקרב חסידיו ומעריציו.. זינט פרייטאג פארמיטאג ווען די הצלה האבן עם אריינגעפירט אין שפיטאל נאך שווערע אטעמען.

אין שפיטאל האבן די דאקטוירים געזעהן אז זיינע לינגען זענען צוזאמגעפאלן (קאלעפסט לאנגס) און מ'האט אין איילעניש נאך אין עמערדזשענסי רום געמאכט א שטיקל פרעסידזשער אויף אום, ווי ער דרייט זיך נאך ארום מיט די פייפ'ס אין זיינע גלידער וועלכע ליידיגען אויס די לינגען פון זייער אינהאלט.

אין קרעטשמע זעלבסט זעהט מען נישט קיין גרויסע חילוק ווי ער געפינט זיך, אין אפיס, אינדערהיים, שפיטאל, אזש אין אמבולאנס, ער שרייבט ווען אימער, ווי אימער און וואס אימער.

נעכטן אינדערפרי רופט מיך אן (אין טאלק) רב קרעמער, דער באוויסטער חסד אינגערמאן וועלכער גייט איימאל א וואך אין שפיטעלער וויילן מיט עלענדע אידן און זאגט מיר אז די ביקור חולים ארגענעזאציע פון קרעטשמע ברויך אראנדזשירן א וויזיט ביי אונזער חבר.

איך האב אום גלייך געגעבן מיין אנטווארט אז איך בין עוועליבעל און געזאגט אז ברוך וואלט גוט געווען אלץ א דרייווער. ברוך האט געמאלדן אז ער קען קומען און אויך מיטברענגען שאץ מאץ.

אום אכט אזייגער זענען מיר ארויסגעפארן פון וויליאמסבורג אלע אינאיינעם אויפן וועג צו אונזער חבר. ביני לביני האבן מיר אנגעפאנגען צו ציטערן אז מיר וועלן נישט קענען אריינגיין ווארום ר' שמחה וועלכע איז געווען ביי אום אינמיטן טאג האט געמאלדן אז מ'קען אריינגיין בלויז ביז אכט אזייגער אווענט.

מיר האבן נישט געזאגט פאר אונזער חבר ווער עס קומט אלץ מיט מיט מיר, בלויז אז איך קום, אלזא ווען איך האב אום אנגעפרעגט אויב מיר וועלן קענען אריינגיין האט ער געזאגט אז אויף זיין בארד וועל איך קענען אריינגיין נאך אכטע אויך.

מיר אין קאר האבן געטראכט פארשידענע פלענער פון קאמאנדא אקציע'ס וויאזוי אוועקצולייגן די זיכערהייט וועכטער ביים אריינגאנג צום שפיטאל און מאכן קלאר אונזער וועג צום צומער נומער 1425.

למעשה איז עס נישט אנגעקומען דערצו. מיר -קרעמער, שאץ מאץ, ברוך און אני הקטן – האבן אריינשפאצירט איינצוגווייז ביים גאנץ לינקן טיר - וואס דרייט זיך ווי די מקוה דרייער - אינטער די אויגן פון די זיכערהייט וועכטער און נישט צוריקגעבליקט קיין סעקונדע ביז מיר זענען אנגעקומען צו די עליוועיטער.

אויבן אויפן פערצענטן שטאק איז דער טיר געווען אויפגעשפארט, כאטש עס שטייט א שילד ביים אריינגאנג אז נאך אכט אזייגער איז פארבאטן אריינצוגיין. אבער מיר דרייסטע מעמבער פון קרעטשמע האבן זיך דערפון גאנץ ווייניג אפגעשראקן און אריינשפאצירט אלע אינאיינעם אונעם ברייטן קארידאר.

בכדאי נישט אויפצורעגן אונזער חבר'ס אלטער שכן און קאלעכדיגער ערל האבן מיר זיך ארויסגעריקט אונעם גרויסן טינקעלער ווארט זאל אויפן פערצענטן שטאק ווי עס זענען שוין געזיצן צוויי ערלים אין אובאכט געגעבן (געוואטשט) אויפן טיילאווישאן. (ווי מיר האבן געהערט האט דער חרדישער לעיזאן אריינגעלייגט גרויסע כוחות אז מ'זאל קענען וואטשן אויפן טיווי די היימישע ק.נ.א. נייעס אגענטור, א זאך וואס איז נאכנישט צושטאנד געווארן)

אונזער חבר וועלכער האט עטליכע רערן אריינגעלייגט אום אום און איז צוגעטשעפעט צו אינטערווינעס (וועלכער ער האט אויספלאגירט) האט זיך מיטגעשלעפט מיט זיינע מאשינען און פיייפ'ס און מיר האבן פאברענגט באהבה ואחוה אינדרויסן פאר בערך א דרייי פערטעל שטונדע ביז ניין אזייגער אויפדערנאכט, ווען אינדערצווישן זענען געקומען נאך עטליכע באזוכער, הצלה וואלענטירן און פארמעדיק'ס פון די חברה הצלה ד'ווילימאסבורג.

אויפן וועג אהיים בעת אינזער טינקעלער אויטא האט זיך געשלענגעלט צווישן די ליניע'ס אויפן צפון זייט פונעם עף.די.אר. ביים זייט פונעם איסט ריווער האבן מיר זיך אנגעהערט מיט סיפורי צדיקים.. דאכצעך ר' יוחנן הסנדלר.. יא קרעמער? בקיצור נאך עטליכע מינוט זענען מיר שוין געווען אריבער דעם וויליאמסבורגער בריק ווי מיר זענען געגאנגען אין ביהמ"ד דאווענען מעריב און ארויסנעמען פון גמ"ח דאס ביסל אפגעשפארטע געלטער בכדאי צו טראגן א דיפאזיט פארן קאנטרי אייגענטומער.

ע"כ פון צייטליך.

קרעמער באריכטעט:

.... איך האב נישט געוואלט באשרייבן דעם באזוך, ווייל אפיציעל האט מען אפילו נישט געמאלדן פאר די אפענע מיטגלידער איבער זיין צוזאמפאל. אבער אז דער ראש הקהל האט זיך ערלויבט, וועל איך פרובירן משלים זיין וואס ער האט פארפעלט (באלד וועט מען בעטן ברוך... וועלן מיר האבן 3 גירסאות פון די מעשה).

פון מיין זייט האט זיך די מעשה אנגעהויבן מוצאי שבת, ווען א קורצע וויילע נאכן זמן האב איך באמערקן אין אימעיל א בריוועלע פון ..... .... (המכונה... ....., אויסערדעם האט ער נאך א ספעיר-נאמען וואס ער נוצט ביים עולה זיין, דאכט זיך יחזקיהו בן מלכה לרפו"ש) אז ער איז זיך מחיה מיט די קרעטשמע ארטיקלן ליגנדיג אין שפיטאל על ערש דוי ארומגענומען מיט יסורים און פעין-קילערס.

איך בין אויפגעשוידערט געווארן פון די בשורה, ווייל עס איז אחד מבני החבורה שנפל למשכב (נישטא אזא מאמר, אבער א קיצל געט עס עניוועי) ידאגו כל החבורה. און איך האב אים תיכף אנגעפרעגט על מה ולמה, צוליב וועלכע צוועק האט אים די הצלה אריינגעפירט אין שפיטאל, און אין וועלכע שפיטאל/צימער ער געפונט זיך. ביז געציילטע מינוטן איז געקומען אן אנטווארט אז ער קען נישט יעצט מאריך בדיבור זיין ווייל די אידענע איז אנגעקומען, אבער ער וועט צוריקקומען צו מיר שפעטער.

וכן הוה, נאכן שפאצירן צווישן די אשכולות פון די קרעטשמע און אירע פארומס א שטיקל צייט האט די גוגעל-טאלק פענסטער אויפגעקראכט, און עס האט זיך אנטוויקלט א שטיקל שמועס צווישן מיר און דעם פאציענט לרפו"ש, וואו ער האט מיר געשילדערט זיין מצב, און איך האב אים געזאגט אז דאס זעלבע האט פאסירט ביי מיין זוהן קורץ נאך זיין געבורט מיט כמעט 8 יאר צוריק (ער איז דאן געווען ארום 2 וואכן אין שפיטאל). דער פאציענט האט מיר געגעבן דעם רום נומער, וואס איך האב פארצייכנט אויף א קליין געלבליכע קלעב-פאפיר מיטן רעכענונג דאס אויסצוניצן ווי פריער.

זונטאג אינדערפרי - בעסער געזאגט 'נאכמיטאג' - ווען איך בין אהיימגעגאנגען פון שוהל ארום 1:15, האב איך די ערשטע זאך אנגעפרעגט צייטליך'ן אין גוגעל אויב ער רעכנט צו גיין באזוכן אונזער חבר (איך האב געוואוסט אז ער דרייווט נישט, אבער ער דרייט זיך מיט חברים וואס דרייוון און זענען גרייט אים אפצוליפערן ווען נויטיג, משא"כ ווען איך גיי אליינס שלעפ איך מיך מיט 3 באסעס [די ב44 פון מיין גאס ביז די בריק, די ב39 ביז עלען סטריט נאך די בריק, די מ15 ביזן שפיטאל] און עס געדויערט א שעה צייט אנצוקומען אהין, אויסער די 2 דאלער פונעם מעטרא-קארטל), ווען ער האט געענטפערט פאזיטיוו, האבן מיר אנגעהויבן קלערן ווער נאך עס קען קומען, און בעיקר ווער עס קען אונז אפפירן מיטן אויטא.

ברוך'ס נאמען (ניק) איז תיכף אויפגעקומען, ווייל ער איז רגיל אפצופירן פאציענטן און זייערע באזוכער צו שפיטעלער, זייענדיג איינער פון די הארציגע חסד וואלונטירן וואס כלל ישראל פארמאגט. מיר האבן זיך תיכף פארשטענדיגט מיט אים און ער האט באוויליגט דערצו הארצן גערן, צוגעבנדיג אז ער וועט אויך מיטנעמען שאץ-מאץ (וועמען איך האב נישט געטראפן זינט איך ווייס ווער ער איז - און כ'גלייב ער האט געוואוסט ווער איך בין).

מיר האבן אפגעשמועסט ארויסצופארן פון דאהי ארום 8'ע אויפדערנאכט, ווען צייטליך איז פריי געווארן פון זיינע פליכטן. ארום האלב אכט בין איך געווען אין מירטל שוהל און געזאגט קרבנות, און ווען קיין מנין האט זיך נישט געשטעלט צו מנחה, האב איך געכאפט דעם שטאטישן באס קיין פאפא, וואו איך בין אנגעקומען גאנץ שפעט און זיך געמוזט צושטעלן צו א שטילע מנין וואס האט שוין געקלאפט אויף די הערצער.

2 מינוט נאך אכט האב איך געטעקסט דעם דרייווער אז איך בין גרייט, שרייבט ער צוריק "קום ארויס", רוף איך אים אן "וואו ביסטו", זאגט ער ליע ביי פארק. זאג איך אים אז למעשה בין איך אבער אין הארץ פון וויליאמסבורג, האט ער געמאכט א בואי בשלום און ביז געציילטע מינוטן האט זיך א שווארצע (אנטשולדיגט, איך קען מיך זייער נישט אויס מיט די פירמע און 'מאך' (מעיק) נעמען פון אויטאס) אפגעשטעלט ביי בעדפארד ווינקל פענע און איך בין אריינגעקראכן אין די הונטערשטע זיץ (נאכדעם וואס די רבנישע זיץ האט פארנומען דער שאצער חזן).

אויפן וועג אהין האבן מיר דורכגעטאן פארשידענע וויכטיגע טעמעס, אריינגערעכנט אן אינצידענט וואס ברוך האט געהאט פורים נאכמיטאג פארנט פון מיינע אויגן, ווי אויך א ברודער פון אים וואס וואוינט נישט אין מיין געגענט (כ'האב מיך נאר איינגערעדט אויף פלוני אלמוני אז ער פירט זיך אביסל ווי אים, גם ברוך יהיה). ווי צייטליך האט שוין געשריבן איז א גרויע וואלקן געהאנגן אויף די גאנצע נסיעה (סי.בי.עס. האט נישט גערעדט דערפון ביי די וועטער, גראדע) צוליב די זארג אז מען וועט אונז נישט אריינלאזן אין שפיטאל צוליב די שפעטע שעה, יעדער האט פארגעשלאגן אן אנדערע עצה וויאזוי מען קען אנקומען צו אונזער חבר'ס בעט אומגעשטערט, אבער צום סוף האב איך געזאגט אז במציאות וועלן די שוטרים נישט לייגן קיין אויג אויף אונז, אזש מיר וועלן זיך דארפן בעטן צו זיי ווי צו א גזלן "ביטע, איגנארירט אונז נישט", וכן הוה, ויהי לפלא

אנדערש ווי צייטליך זאגט, זענען מיר נישט אריין דורך די דרייענדיגע טיהר, נאר דורך די געווענליכע טיהר וואס געפונט זיך אביסל מער צו לינקס (לכאורה מיטן ציהל צו זיין וואס מער אפגערוקט פון די דורכדרינגליכע אויגן פון די אבזערווירער ביים הויפט אריינגאנג). און אנדערש ווי דער ראש הקהל האט געשריבן, האבן טייל פון די גרופע זיך יא אויפגעפירט ווי לוט'ס ווייב, זיכער צו מאכן אז מען קומט אונז נישט נאך מיט שמעק-הינט און דאס גלייכן.

דער שאץ-מאץ איז תיכף היימיש געווארן מיט די אטמאספערע און אראפגעשליידערט דאס היטל אין די לינקע האנט אריין. ווען איך האב אים געבעטן דאס אנצוטאן , האט זיך אנגעהויבן א דין ודברים ווער עס דרייט זיך מער אין שפיטאל, איך אדער ער...

דער עלעוועיטאר איז געווען כמעט ליידיג (א זעלטנהייט אין ען.וויי.יו), און האט ארויפגעשאסן בנשימה אחת צו די 14'טע שטאק (צייטליך האט שנעל געזאגט א יהי רצון שגם בביתו יהיה כן). א בליק לינקס און רעכטס זיכער צו מאכן אונזער דעסטינאציע האט געוויזן אז מען דארף עפענען דעם רעכטן טירל. דער דורכזיכטיגער פענסטערל אינעם טירל האט שוין געצייגט א הויכן יונגערמאן מיט די בגדי תכלת פונעם שפיטאל, און דער עולם האט ספאנטאן אויסגעשריגן "הוא הגבר, מיר האבן דעם פארשוין".

מיר האבן שטייטליך אויפגעמאכט דעם טיר, וועלנדיג איבערראשן דעם פאציענט - וואס האט געהאלטן אינמיטן רעדן אויפן טעלעפאן, פירן א טשעט אויף גוגעל, און שרייבן א תגובה אין קרעטשמע - וואס האט זיך ארומגעדרייט אין די קארידארן מיט א עפעס א טאשקע, וואס איז געווען צוגעטשעפעט צו זיין רעכטע זייט.

פון דא און ווייטער האט שוין צייטליך אליינס באשריבן, וועלן מיר מקצר זיין מיט די פרטים, און בלויז שרייבן אז אויפן וועג ארויס זענען מיר יא דורכגעגאנגען דעם דרייענדיגן טיהר. ווי נאר דער שפיטאל איז געווען אונטער אונזערע רוקנס, האבן עטליכע פון די חבורה ארויסגעצויגן די פאפיראסן און פאררויכערט א לולקע לרגל דעם סוקסעספולן באזוך, דערנאך האבן מיר זיך אריינגעזעצט אינעם שווארצן אויטא און אפגעפארן אהיים מיט די האפענונג אז דאס זאל האבן געווען די לעצטע ביקור חולים באזוך אין היסטאריע פון היימישע קרעטשמע.

ע"כ פון קרעמער...

מיר האפן ממשיך צו זיין בקרוב...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

א שיינעם דאנק פאר דיין חבר, און פאר דיר פארן צוגיסן ספייסעס..

איין זאך פארשטיי איך נישט, ווי קומט א שחור אין רוסלאנד?? א שאלה צו ער קאלעכט?...
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

וויכי מיר האבען לאנג געווארט אבער עס האט זיך געלוינט, אבער פליז לאז אינץ נישט ווארטן נאכאמאל אזוי לאנג
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
פארדינט
שר האלפיים
תגובות: 2026
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדינט »

דאנקע שיינע מר' וויכי
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!
אוועטאר
קאר אינשורענס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 04, 2008 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאר אינשורענס »

אינטרעסאנט מ'האט אים נישט געפרעגט אינעם גאנצן ארטיקל זיין דעיט אוו בירט אין געטשעקט זיין בענד....
שכוח פארן ממשיך זיין מיטן שרייבן
אוועטאר
פרעזידענט
שר האלף
תגובות: 1384
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 22, 2009 11:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעזידענט »

א דאנק פאר די המשך
נו גוט, נו שוין!
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

ווכי קענסט שוין שרייבער ווייטער
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

וויכי, כ'זע האב א גוטן מזל, ס'נאך דא אסאך אסאך אסאך וכו' ארטיקלעך וואס ווארטן בכליון עינים אז כ'הער זאל זיי ליינען, אבער ער קומט נישט אן דערצו, אבער דו האסט די זכי', (כ'הער אז ס'איז דו.) אז כ'ליינעס גאנץ נאנט צום באשרייבונג.

א יישר כח פאר די המשכה, האבעך א שיינע פאר מאל געלאכט, נאך גוט אז דיין חבר האט געהאט א שווארצן שכן, ווען נישט פון וואס וואלטן מיר געלאכט.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

;l;p- זייער שיין, מאטשא גראסיעס. האלט אן.
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

וויכי איך דיא "יא" מיטשענען ............... איך ווייס אז דו פארשטייסט אליין וואס איך וויל .................
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

שכוח משה פארן נישט לאזען אראפ פארען און קעלער
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

נאר געוואלט ציריק ארויף ברענגען
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
פארדינט
שר האלפיים
תגובות: 2026
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדינט »

אין היצטערט העלמירעס נאכאמאל רויפברענגען... שכח וויכי פארן אנציען די נערוון, פין ציען אסאך קענזעכעס צערייסן... צינישט איבער דעם שטריקל, כ'מיין די מעשה...
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3306
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

נעכטן באגעגנט דעם אשכול צום ערשטן מאל! (א דאנק ר' משה פאר'ן ארויפברענגן)

שוין דורך געליינט מתחילתו ועד סופו מיט שפאנונג און געפיל... הערליך שיין!

די גרעסטע חידוש איז מיר וויאזוי דער חבר קען נעמען א פאסירונג פון צוויי טאג (אינקלאדינג א שבת ווען ער האט נישט געקענט פארצייכענען קיין נאטיצן...), און אויסציען אויף 10 זייטן... ועוד ידו נטויה!

אגב, ווען איך וועל האבן וואס צו באשרייבן, וועל איך שרייבן נאר די פינטעלעך, און דאס איבריגע וועל איך לאזן וויכי צופיקסן...
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
הערשעלע
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 03, 2010 4:07 pm
לאקאציע: צווישן מיין קאפעלוטש מיט מיין שיך...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשעלע »

משה קאפויער האט געשריבן:
דארפסמאן האט געשריבן:נאר געוואלט ציריק ארויף ברענגען


וויכי; אונז גיימער נישט אזוי שנעל אויפגעבן אויף אזא ארטיקל!!
אוועטאר
זיכער יא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 364
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 11, 2016 3:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיכער יא »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:מיר האפן ממשיך צו זיין בקרוב...

נו, ווי לאנג דארף מען ווארטען?????????????????????
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

אכט יאר שוין אריבער און די מעשה האט זיך נאך נישט גענדיגט...
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”