אוי טאטע... הראנו אות לטובה......

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מיטוואך יוני 24, 2009 12:02 pm

3x0 האט געשריבן:א גרויסן שכוח פאר די גוטע נייעס, דער אויבישטער זאל העלפן אז איר זאלט בקרוב קענען ברענגן נאך בעסערע נייעס.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מיטוואך יוני 24, 2009 2:30 pm

3x0 האט געשריבן:א גרויסן שכוח פאר די גוטע נייעס, דער אויבישטער זאל העלפן אז איר זאלט בקרוב קענען ברענגן נאך בעסערע נייעס.


פלאס א יישר כח פארן ווארט פון ר' צדוק, ווי אויך פארן אייגנס.

אוועטאר
מר. מצליח
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 21, 2009 12:00 pm

תגובהדורך מר. מצליח » מיטוואך יוני 24, 2009 2:50 pm

דער בוכ"ע זאל ווייטער העלפן ישועות ורפואת מען זאל זוין פארציילן אין פריידן געזונטערהייט בתושח"י

מען זאגט נאך פון צדיקים (דענק עך שוין נישט פון וועםן) שמחינו כמות עניתנו שנות ראינו רעה. אז דער בוכ"ע זאל אונז דערפרייען דאפעלט ווי די צער פיין

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11921
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מיטוואך יוני 24, 2009 7:31 pm

לחמ'ל די באנעמסט מיר געפערליך..

דיינע ווערטער רייסען פין מיר לעבעדיגע שטיקער, איך האב פינקט היינט געזעהן, אז הרב וואזנער האט נאכגעזאגט פין זיין גרויסן זיידען אז ווען אידען וועלען אויפהערען צי רעדען ביים דאווענען וועט מען אויפהערען צי ליידען פין די ביטערע מחלה...
איך האב נאך קיינמאל מישט געהערט אזעלעכע קלארע ווערטער אז די גורם פאר די מחלה איז רעדען ביים דאווענען.
לאמיר זיך אלע מקבל זיין בל"נ אז די קימענדיגע וואך (פרשת חו"ב) גייען מיר נישט אויסרעדען פין אדון עולם ביז אדון עולם, אין די זכות זאל זיין לרפואות אינזער ידיד, ער זאל האבען א רפואה שלימה בקרוב,

ר' לחם אינזער תפילה וועט זיכער אנגענימען ווערען, קיינער דא האט נישט קיין נגיעות ס'איז נישט אינזער טאטע,ברידער,קאזין,
ס'איז א ידיד וואס מיר קענען נישט פערזענליך, אבער מיר זענען קינדער פין איין טאטע, אין מיר גייען בעטען טאטי אז ער זאל אויסהיילען אינזער ברידער..
אוי טאטע...

אבינו מלכינו... שלח רפואה שלימה...

לחם מיר קענען קוים ווארטען אויף די ענדונג..

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6445
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » דאנארשטאג יוני 25, 2009 11:44 am

לחם ישר כח פאר די גיטע נייעס,איך זאג דיר אז דער אייבישטער וועט העלפן,
אין ביי די וועי איך האב דיך נאך אינזין כמעט יעדן טאג


געלעגער איך שטעל מיך צי בל"נ נישט צי רעדן די קימעדיגע וואך פין אדון עולם ביז אדון עולם,
עס איז מיר נישט אזוי גרינג (און עס וועט אפילו זיין אויפפאלענט און בהמ"ד) אבער פאר א גאנצע רפואה פאר לחם'ל לוינט זיך עס, און פאר אלע חלי ישראל א גאנצע רפואה
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

לחם לפי הטף
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2009 6:57 pm

תגובהדורך לחם לפי הטף » זונטאג יוני 28, 2009 8:18 pm

נאך א וואך א דורך.

מעקען נאך אלטס נישט מאכען שלום מיט די געדאנקען.
וויפיל מען טראכט אריין, איז עס נאך אלטס אוויא עפעס א בייזער חלום.
עס איז נאך אלטס שווער צי גלייבען. איבערהויפט ווען עס איז בכלל נישט דא קיין סימפטאמס.

מען האט געמאכט די החלטה צי האבען דער סורדשערי מיט א געוויסען דוקטאר און מעמאריעל האספיטעל. פארגאנגענע וואך איז געווען צוויי וויכטיגע טעסטס, וואס דער סורדזשען דארף האבען כדי צי וויסען פינטלעך וואס און וויפול מען דארף טוהן. רעזולטאטען וועט ערשט זיין דינסטאג. דערווייל איז מען אויף שפילקעס.

דער אפעראציע איז דערוויייל באשטומט אויף מאנטאג כ"ח תמוז.
דער אפעראציע איז א מעידשער אפעראציע, און עס דויערט בערך א 4 שעה. דער דוקטאר אבער, טוט עס אויף אן אופן אז מען דארף נאר זיין און שפיטאל איבער נאכט. דער מעטאדע הייסט לעפרעסקאפיק.

הלוואי דאס היילען דערנאך וואלט געווען אזוי גרינג אוויא דער עצם אפעראציע.
עס איז אבער נישט אזוי.
א וואך צוויי דערנאך איז סטריקטלי בעד רעסט, און דערנאך קומען טעג און וואכען, וואס זענען גאנץ שווער.

א גרויסען דאנק פאר יעדען דא פאר די חיזוק ווערטער!
דער רבונו של עולם זאלל יעדען צירוק צאלען כפל כפלים!


יא! אמת! א יוד טאר נישט זיין פארלוירען.
אבער גרינג איז עס נישט.
עס איז אן עקסטרע עבודה אריינדרינגען און הארץ אז 'כל מה דעבד רחמנא לטב עבד'

אוי! מעזאל נאר קענען האלטען דערביי...

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מאנטאג יוני 29, 2009 9:15 am

מען זאגט עס און מען זאגט עס ביז מען ווערט בעל כרחו דערביי.

עס איז די ערשטע מאל וואס איך באמערק אז קיינע סימטאמס זענען נישט דערביי, נו דאס אליין איז דאך א געוואלדיגע חסד פונעם בורא כל אז עטליסט איז נישטא קיינע יסורים ומכאובים, נו דער זעלבער בורא וואס האט אייך געהאלפן אז עס זאל נישט זיין דאס וועט זיכער העלפ אז די יסורי נפש זאלן אויך פארלאזן.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מאנטאג יוני 29, 2009 11:03 am

כאנישט באמערקט אז איינער זאלעס שוין האבן געשריבן, און אויב יא, השם הטוב יכפר.

לחם לפי הטף איז ר"ת הלל, לאמער האפן אז מיר אלע זאלן דערלעבן אז איר וועט קענען זאגן הלל געזונטערהייט, און דאנקען דעם באשעפער פאר אייער פולע געזונט.

פארשטייצעך אז ס'וועט דארפן זיין בתוך רבים א'הלל'נו.

א רפואה שלימה במהרה.

קנעפעל
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 19, 2007 4:53 pm

תגובהדורך קנעפעל » מאנטאג יוני 29, 2009 11:11 am

כח תמוז איז דאך די יארצייט פונעם הייליגען ישמח משה זי"ע, וועט ער זיך אוואדי מיען פאר דיר, אז די אפיראציע זאל אדורך גיין בשלום, דער דאקטער זאל זיין דער ריכטיגער שלוח, ער זאל דיר זאגן נאך די אפיראציע די גיטע בשורה, אז די דארפסט גארנישט טיען ווייטער אין צרכי רפואה, ביסט געזינט און שטארק, כאחד האדם.
ידידינו היקר זיי דיך מחזק , מיר האבן דיך אלע אינזין, כלנו בני איש אחד נחנו,
מיר ווארטען צי הערן גיטע בשירות

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28306
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך יולי 01, 2009 1:36 am

איך ווארט אויך מיטן תהלים'ל אין די הענט צו הערן בשורות טובות.

לחם לפי הטף
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2009 6:57 pm

תגובהדורך לחם לפי הטף » מיטוואך יולי 01, 2009 10:56 pm

די לעצטע אפדעיט

היינט געקרוגען די רעזאלטס פון די צוויי טעסטס פון פארגאנגענע וואך.
דער bone scan איז צירוק געקומען אינגאנצען ריין, וואס דאס מיינט זייער אסאך.
דער מין טומער, אויב עס ח"ו פארשפרייט זיך, פארלייגט עס זיך און די ביינער, און ווען עס האלט שוין דארט, איז שוין זייער ווייניג דא וואס צי טוהן, צו היילען.
דער סקען איז געווען פון דעם גאנצען גוף, ספעציעל פון די שדרה.
הודו לד' כי טוב, כי לעולם חסדו!

אויפען MRI איז דא ספיקות וואס מעוועט נישט קענען פעסטשטעלען ביז די עצם אפעראציע.
פון זיין עקספיריענס, האלט דער דאקטור אז די ספיקות זענען קלייניקייטען, וואס זענען גאנץ גרינג צי פארעכטען.

געווען ביי א 'גוטען יוד' די וואך
עס איז עפעס אויסגעקומען צי רעדען וועגען מאטעסדארפער רב ז"ל, און א שטארק ווארט בשמו.

געזאגט האט דער מאטעסדארפער רב ז"ל אזוי.

די וועלט זאגט אז פאר א יעדען גרויסער דוקטאר גייט א גרויסער מלאך.
עס איז א טעות.
ריכטיג איז, "אויב מען שיקט צו צום דוקטאר, פון הימעל, א גרויסער מלאך, ווערט ער א גרויסער דוקטאר!"

---------

מען טוט וואס מען קען און דערנאך פארלאזט מען זיך אויף דעם בורא כל עולמים און ער וועט זיכער האלטען זיין ציזאג, אוויא חז"ל ברענגען און מסכת עבודה זרה דף נ"ה ע"א

יסורין בשעה שמשגרין אותן על האדם משביעין אותן שלא תלכו אלא ביום פלוני ולא תצאו אלא ביום פלוני ובשעה פלונית ועל ידי פלוני ועל ידי סם פלוני וכו'...והיינו דא"ר יוחנן מאי דכתיב (דברים כח) וחלים רעים ונאמנים רעים בשליחותן ונאמנים בשבועתן

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מיטוואך יולי 01, 2009 10:58 pm

ביז דו הונדערט און צוואנציג זאלט איר אונז קענען מבשר זיין בשורות טובות.

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובהדורך צום זאך » מיטוואך יולי 01, 2009 11:18 pm

הרב לחם איך האב באמת הנאה צו הערן אז ס'איז דא פאזעטיווע נייעס ב"ה (יעדעס מאל ווען די ווארפסט אריין עפעס לטובה, פיל איך כאילו איך אטעם אפ אביסל.. אזוי איז עס, א איד שפירט דעם צווייטענס צער אפילו מ'קען זיך בכלל נישט!), השי"ת זאל שיקן א רפואה שלימה בקרוב ממש, און דער דאקטאר זאל זיין דער ריכטיגער שליח מן השמים!

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11921
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מיטוואך יולי 01, 2009 11:20 pm

לחם'ל
אויב האב איך אייביג געוויסט אז אידישע תפילות גייען נישט לאיבוד האב איך מיך יעצט איבערצייגט ווי אמת דאס איז.
קרעמער מיט זיין תהלימעל
אני הקטן אין דארפסמאן מיט מיר האבען אויך פראבירט אינזעריגע אין ב"ה דא איז ער מיט די גיטע נייעס..

לאמיר האפען אויף א גאנצע רפואה..
מיר ווארטען צי הערען ווי די סעודת הודאה גייט זיין,

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28306
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג יולי 02, 2009 12:01 pm

לחם לפי הטף הייבט אן "די לעצטע אפדעיט"

לאמיר האפן אז די קומענדיגע תגובות וועלן שוין טאקע קומען אין א באזונדערן אשכול אונטערן קעפל "כולכם מזומנים לסעודת הודאה".

לחם לפי הטף
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2009 6:57 pm

תגובהדורך לחם לפי הטף » דאנארשטאג יולי 02, 2009 12:10 pm

גלייבטס מיר אז דא ווארט מען אויך אז מען זאל קענען איינלאדען צי א סעודת הודעה.
אוי! ווען מען וואלט שוין דארט געהאלטען....

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » דאנארשטאג יולי 02, 2009 1:02 pm

מיין הארץ איז איבערגעפילט מיט געפילן, סיי כ'קען מיך נישט פארשטעלן צו כ'האב ש וין אמאל אזוי מיטגעפילט יענעמס צער, ס'קומט מיר טרערן מיט א תפילה צום בורא עולם, און סיי די מעלה פון אונזער פלאץ, ס'לאזט זיך גארנישט זאגן, כ'גלייב אז די אמת'ע מיטפילן וואס דער עולם גיבט ארויס איז גאר א שטארקע חיזוק, אין אסאך מאל קומט עס אויס אז זאכן וואס מ'וואלט קיינמאל נישט געזאגט ווען ס'איז פנים אל פנים שפירט מען דא זיכער ארויסצוגעבן.
איך שליס מיך אן מיט דארפסמאן און געלעגער, צו שליסן מיין מויל ביים דאוונען לרפואת אונזער חבר. און אודאי אינזין האבן ביים תהלים זאגן, און איך וועל עס יעצט ארויספרינטן און געבן פאר די בני בית זאל זי ביים לעכט צינדן אויך איינרייסן.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דאנארשטאג יולי 02, 2009 2:24 pm

געלויבט דער פון אויבן פאר די גוטע בשורה, און בשורות טובות אויף ווייטער.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20452
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » זונטאג יולי 05, 2009 10:04 am

יישר כוח פאר די בשורה טובה, איך האב נאכנישט מודיע געווען, אבער איך האב זיך אויך אנגעשלאסן אין די נישט רעדן ביים דאווענען קאמפיין. עס איז ווייטאגלעך אז איך האב עס אנגעהויבן צוליב אזא מצב, אבער פארט קומט זיך אייך א דאנק דערויף, און זאל עס טאקע גערעכנט ווערן לזכותכם.

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6445
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » זונטאג יולי 05, 2009 6:12 pm

היינט האב איך געדאווענט פארן עמוד אין נאך עלינו האט שוין א צווייטער געוואלט אונהייבען ברכות האב איך אים געזאגט אז מען דארף נאך זאגען תהילים לרפואות אסאל יודן וגם אתה בכלל אין בערך דריי מנינים האבען געזאגט תהילים נאר לכבוד מיר, און די י"ג מדות של רחמים האבען מיטגעזאגט בערך פיר- פינעף מנינים,

לעצטע וואך האב איך געזאגט אסאך תהילים פאר א צרה און די משפחה און דיך אויך אינזינן געהאט

זאל עס זיין פאר א גאנצע רפואה פאר דיר אין גאנץ כלל ישראל,
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8769
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » מאנטאג יולי 13, 2009 12:27 am

איך האב טרערן אין די אויגן... איך קען נישט מחליט זיין פון וואס דאס קומט...

ר' לחם! שטארקט אייך! די גלעקלעך פון די גוטע בשורות קומען! א אידישער טרער גייט קיינמאל נישט לאיבוד!
איז אזוי, עכט איז מיין חתימה:
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אבער יעצט טויש איך מיין חתימה, צו:
https://www.dryveup.com/yoely/iVelt/

לחם לפי הטף
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2009 6:57 pm

תגובהדורך לחם לפי הטף » זונטאג יולי 19, 2009 4:17 pm

שוין לאנג נישט דא געווען.

די קאנט דאון, אוויא מען ריפט דאס, גייט שוין אהן און פולען שוואנג.

מחר יהי' האות הזה, ביומא דהלולא פון דעם הייליגען ישמח משה, זיין זכות זאל ביישטיין פאר אלע יודען וואס דארפען רפואות מיט ישועות

דער דוקטאר טוט צוויי אזעלכע אפעראציעס מארגען, מאנטאג
דער אפעראציע איז באשטימט אלטס דער ערשטע און טאג, אויף 9:00 א זייגער און דער פרי.
און האספיטעל דארף מען זיין 7:30 און דערפרי.

דער פלאן איז צי דאווענען וותיקן, זאל דאס אויך זיין לזכות.

עס איז שווער זיך מצמצם זיין און שרייבען יעצט באריכות
האפענטליך, וועט מען און א פאר טעג ארום, קענען זיך טיילען מער מיטען עולם.

אויף דערווייל, א יישר כוח פארען אויסהערען און פאר די אלע תפילות און גיטע ווינטשען.

געדולד
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 18, 2009 8:01 pm

תגובהדורך געדולד » זונטאג יולי 19, 2009 5:25 pm

בס"ד

ר' לחם, דאס הארץ רייסט ביי מיר, ליינעדיג דיין מצב. מיר גייען אי"ה זאגן בל"נ גאנץ תהילים מארגן בשעת די אפעראציע.

ווי דו ברענגסט, אז מארגן איז די יארצייט פונעם הייליגן ישמח משה זי"ע, איז כדאי אראפצוברענגען א טייער ווארט פון אים. אז ביי קריעת ים סוף, ווען די אידן זענען געווען אינעם געשפאלטענעם ים, האבן די מלאכי השרת געוואלט זינגען שירה. האט השי"ת געזאגט "מעשי ידי תובעים בים ואתם אומרים שירה". זאגט דער ישמח משה, אז דער רבש"ע האט פארגעהאלטן די מלאכים: יעצט גייט עטץ זינגען שירה? וואו זענט עטץ געווען ביז יעצט? אידישע קינדער האבן שוין געזינגען היבש פריער, אפילו ווען זיי זענען נאך געווען פארלוירן אין א שווערע מינוט. פירט אויס דער הייליגער ישמח משה, ווען א איד איז אין א עת צר, און ער דאנקט שוין יעצט דעם באשעפער, אויף וואס דאנקט ער? ער דאנקט דעם באשעפער אויף די ישועה וואס ער גייט אים זיכער געבן, ער דאנקט דעם באשעפער און איך לויב דיר ווייל דו גייסט מיר זיכער העלפן, איז נישט קיין ספק שבעולם, אז אזא איינער איז משפיע דעם ישועת ה'. א מוראדיגע ישמח משה אויף תהילים.

יא, מיר אלע לויבן דעם באשעפער, מיר דאנקן אים, ווייל ער גייט זיכער שיקן א ישועה פאר אונזער טייערער חבר ר' לחם.

אז מען האט שוין די פעדער אין די הענט, איז כדאי צו שרייבן נאך אביסלע.

אים ספר יסוד העבודה ביי די בריוון, שרייבט ער א געוואלדיגע מעשה מיט א טיפער מוסר השכל. ער הייבט אן די בריוו מיט די ווערטער "בינה זאת" לייג צו אויער און טראכט גוט אריין אין דעם.

עס איז געווען א מלך, וואס האט געשיקט זיין מיליטער אין א מלחמה, זיך שלאגענדיג מיט'ן שונא אויפ'ן פראנט. איין טאג איז אריינגעקומען די מלכה, און זי האט געזען אז דער קעניג איז שרעקליך צוגעלייגט. פרעגט זי אים, פארוואס ביסטו צוגעלייגט? ענטפערט ער: איך האב באקומען א טעלגראם פונעם פראנט, אז עס איז צרות צרורות. דער שונא האט דורכגעבראכן אלע מויערן, אלעס איז צובראכן. האט די קעניגן ברוב חכמתה געענטפערט: איך האב באקומען אן ערגערן טעלגראם. פרעגט דער קעניג וואס שטייט אין דיין טעלגראם? ענטפערט זי: אין מיין טעלגראם שטייט, אז דו האסט פארלוירן דיין מוהט, און דער טעלגראם איז ערגער ווי דער עצם זאך וואס דער שונא האט צובראכן. שרייבט דער יסוד העבודה "בינה זאת" הער גוט וואס מען האט דא געזאגט, דאס איז אסאך ערגער ווען א מענטש פארלוירן די מוהט.

ר' לחם אונזער מוהט איז פיל מיט האפענוג, אז דו וועסט אונז מחי' זיין מיט א בשורה טובה גאר בקרוב. מיר זענען זיכער אז נאך אונזער תפילות פון "רפאינו ה' ונרפא" וועלן מיר זאגן "מודים אנחנו לך" מיט א זיכערע געפיל, און געהויבענעם מוהט, אז אלעס איז אדורך בשלום. מיר זענען בטוח דערין.

איך האב א נאטער חבר, וואס איך טו מיט אים אסאך ביזנעס. איין טאג האט ער מיר געדארפט עפעס דעליווערן, אבער ער איז נישט דא. ער הייבט נישט אויף קיין טעלפאון. ענדליך נאכמיטאג האט ער מיר צוריקגערופן, און מיט א תירוץ אז זיין סעלפאון האט נישט געכאפט. למעשה האט ער מיר שפעטער פארציילט, אז יענער טאג איז געווען זיין ביטערע טאג, ווען מען האט אנטדעקט די מחלה ל"ע. דער יונגערמאן האט מיטגעמאכט אן אפארציע און אויך טעראפי, הקיצור א שווערע דורכגאנג, אבער ב"ה נאך א יאר, האט ער גענדיגט מיט די אלע זאכן, און ער איז ב"ה קלין, און שעפט ווייטער אידיש נחת פון זיין משפחה, און מען דערקענט בכלל נישט אויף דעם איד אז ער איז עפעס דורכגעגאנגען.

מיט א תפילה צו הקב"ה, אז דיין אפערעציע זאל זיין די סיום, און זאלסט נישט דארפן טראכטן פון טעראפי. מיר האבן א כל יכול, וואס קען פון א שטרעבליך קראנקן אויסהיילן.

הרב שלמה זלמן כ"ץ שליט"א פארציילט שטענדיג א מעשה פון זיין שווער דער תולדות אהרן רבי'ן זי"ע. אז עס געווען אמאל א בחור, וואס האט געדארפט פארן קיין אמעריקע, ער האט געדארפט האבן אן אפערעישן, עס איז געווען ממש סכנות נפשות, דיני נפשות ממש. דער בחור האט געדארפט פארן, און יענע טאג וואס ער האט געדארפט פארן איז געווען פ' וירא, און זיין שווער דער תולדות אהרן רבי, האט געליינט אין די תורה. מען האט געגעבן פאר די בחור די עלי' פון שלישי, ווען מען איז געקומען צו די ווערטער "היפלא מה' דבר" זאגט ער, אז די ווענט פון בית המדרש האבן געטרייסלט, מען האט געזען ווי ער שיינט אריין אין דעם בחור דעם "היפלא מה' דבר" איז דען דא א זאך וואס דער באשעפער קען נישט! עס איז געווען געזאגט אויף אזא מין אופן, אז ס'איז געווען מוראדיג, מען האט געזען ווי ער האט און אריינגעשיינט, א בטחון, אז ער גייט זיכער צוריקקומען געזונטערהייט, און דער בחור איז טאקע צוריקגעקומען געזונטערהייט.

אדרבה, ר' לחם דו האסט אויף דיר א חוב, אונז צוקומען פארציילן, ווי וואונדערליך דו ביסט געהאלפן געווארן. דאס וועט אונז דינען פאר גוטע לעקציעס אינעם טאג טעגליך.

מיר קענען קוים ווארטן אויף דעם גליקליכן טאג.

לחם לפי הטף
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2009 6:57 pm

תגובהדורך לחם לפי הטף » זונטאג יולי 19, 2009 6:36 pm

יישר כוח פאר דיינע ווערטער ר' געדולד

א 'גיטער יוד' האט מיר לעצטענס געזאגט.

די גמרא און גיטין בענין החורבן פאנגט זיך אהן אמר ר' יוחנן מאי דכתיב 'אשרי אדם מפחד תמיד'
האט ער מיר געזאגט, (איך געדענק אבער נישט בשם וועמען)
וואס איז פשט און שלמה המלך'ס ווערטער אשרי אדם מפחד וואויל איז דער מענטש וואס איז און א פחד ?
וואס איז שוין אזוי גיט אז דער מענטש איז און א פחד?
נאר דער תירוץ איז אז מיט פחד קומט מען אף, ממילא מיט יא האבען פחד , איז מען אפגעקומען וואס מעהאט בעדארפט, און עס איז אשרי.

יא! א געוויסע פחד איז דא. וויא נענטער עס קומט צי די צייט, איז דא א פחד פון נישט וויסען וואס דער עתיד ברענגט.
און מעהאפט אז מיט דער פחד, וועט מען אפקומען וואס מעדארף, און דער עתיד וועט זיין נאר גיט, און מעוועט קענען ברענגען בשורות טובות, בעזה"ית.

אוועטאר
Joba
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 1:46 pm

תגובהדורך Joba » מאנטאג יולי 20, 2009 2:06 pm

די זייגער קלאפט יעצט צוויי אזייגער לויטן חשבון איז שוין די אפאראציע פאריבער, איך פארמאך יעצט מיין תהלים
וואס איז געווארן דורכגענעצט די לעצטע שעה'ן פאר אונזער געטרייער חבר לחמ'ל, און מיר האפן פארן בעסטן
בעזהי''ת אז יעצט איז ער שוין פולקאם ריין פון די נישט גוטע סחורה און מיר אלע וואונטשן איהם א גרינגע און
שנעלע ריקאווערי אז בקרוב זאלן מיר שוין צוזאמען פארברענגען ביים סעודת הודאה. אכי''ר


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 18 געסט