א ישועה אין מירון!

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

ווי האט עס זיידעניא געשריבן?

ווער איז דער אור שלוה?

דאכט זיך מיר כ'האב עס געליינט אין די ביכל וואו מ'האט צאמגענומען די היינטיגע מעשיות פון די משפחה.

יעקל אז די ברענגסט שוין יא קענסטו ברענגן די מעשה פון יונתן שווארץ מיט די בחור פון אינדיע, ער זאגט אז ס'איז א אמת'ע מעשה.
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 990
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

bailout האט געשריבן:ווי האט עס זיידעניא געשריבן?

ווער איז דער אור שלוה?

דאכט זיך מיר כ'האב עס געליינט אין די ביכל וואו מ'האט צאמגענומען די היינטיגע מעשיות פון די משפחה.

יעקל אז די ברענגסט שוין יא קענסטו ברענגן די מעשה פון יונתן שווארץ מיט די בחור פון אינדיע, ער זאגט אז ס'איז א אמת'ע מעשה.

על ראשון ראשון וכו'

זיידי האט עס געשריבען אינעם אשכול 'ר' שמעון בר יוחאי'
(אזוי ווי דאס איז א ישועה אין מירון האבען מיר עס אהערגעברענגט בשמו, [מיר האבען זיך געלערענט פון אים, מיר האבען געשריבען אפאר מעשיות פונעם ריבניצער אינעם 'תפיסת המחשבה' אשכול, שפעטער האט עס זיידי געברענג בשמי אינעם אשכול פונעם ריבניצער זצ"ל])

מיר ווייסן נישט ווער דער אור שלוה איז
(קענסט פרעגען זיידעשי)

מיר שרייבען נאר ערשט האנטיגע מעשיות, אדער אזא מקור ווי למשל פון ר' אשר זעליג מרגליות זצ"ל, וואס ער שרייבט אז ער איז דארט געוועהן ועניו ראו ולא זר, וויאויך האבען מיר נישט געהערט יונתן'ס טעיפ, און מיר קענען נישט די מעשה, די קענסט עס שרייבן (אויב די ווילסט), והזכות יהיה לך
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 990
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

א ישועה (הצלה) אויפן וועג קיין מירון

פון קידוש לבנה אשכול
יעקעלע פוקס האט געשריבן:חדשתי אתמול מוצש"ק כידוע גודל סגולתה

ווען די הייליגע מנחת אלעזר זצ"ל איז געפארען אויף מירון שנת תר"ץ, וויא אויך זיך טרעפן מיטן סבא קדישא זצ"ל, איר ער ארויף איין נאכט אויפן דעק פונעם שיף, און געזעהן א שיינע לבנה, האט ער זיך געשטעלט מחדש זיין מיטן עולם, נאכען מחדש זיין האט מען זיך געכאפט אז עס איז נאך פאר ז' שלימים כידוע האט מען און מונקאטש זייער מקפיד געוועהן דערויף, ס'איז געוועהן א גרויסע פלא אז קיינער דארט זאל זיך נישט כאפען קודם המעשה, אז עס איז נאך פאר די צייט,
די נעקסטע טאג האט זיך געמאכט א גרויסע שטארעם ווינט, והאניה חשבה להשבר, עס איז געוועהן א גרויסע סכנה, אבער די מנחת אלעזר איז געוועהן רואיג, ער האט געזאגט אז עס שטייט דאך אך אז איינער איז מחדש די לבנה איז ער מבטח ער וועט נישט שטארבען באותו חודש פון א מיתה משונה, האט ער אויסגעפירט אז דאס איז געוועהן א געוואלדיגע השגחה פרטית אז זיי זאלען נעכטן מחדש זיין די לבנה און קיינער זאל זיך נישט כאפען אז עס נאך נישט צייט.

פאר די וואס פארען אויף מירון איז טאקע א גיטע סגולה בעזהשי"ת פאר שמירת הדרך זיכער מאכען אז מ'האט שוין מחדש געוועהן די לבנה

זעהט אויס אז נאך אויפן וועג פארענדיג, פאנג זיך שוין אן טימלן אויווען - -מיין חבר האט מיר געזאגט, ער זעהט שוין ישועות ביים קויפן די טיקעט!

נ.ב. איך_הער, איך שוין לאנג נישט געהערט, [פון דיר]
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
זעליג
שר חמש מאות
תגובות: 693
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 26, 2008 4:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעליג »

[url=‪http://omer.bneybraki.co.il/?movurl=emehk]‪האלט מיט 24 שעה[/url]
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 990
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

געהערט א מוראדיגע מעשה פון אשת ר' י' לעפקאוויטש פון מאנסי (אזוי ווי זי האט דאס פארציילט ברבים - בחינת 'ובתוך רבים אהללנו' - זאג מיר אויך די נאמען)

זי האט אויפגעטרעטן ביי א פארטי פאריגע וואך, און גערעדט איבער א שעה איהר פערזענליכע ישועה ביי ר' שמעון אין מירון, אבער מיר האבען דאס נאר געהערט בקיצור נמרץ, און מיר וועל פון דעם אויך מקצר זיין, נאר די תמצית הנפלא

זי איז געבוירען (לכאורה בערך 55 יאר צירוק) א געזינט קינד, און ביי די 11 חדשים קראנק געווארן ר"ל מיט א מחלה וואס שוואכט אפ די ביינער, זי איז געווארען אזוי שוואך אז זי האט מער נישט געהאט קיין כח צי שטיין, זיצען, קריכען, און אפילו עסן מער נישט געקענט, און געלעבט אויף אינטערווינעס אין שפיטאל.

נאך פיר יאר אזוי אפליגען ווי א וועטשטעבל- געוועהן שוין כמעט 5 יאר אלט - און גארנישט ממש געטוהן, איז געוועהן פאר די ימים נוראים, און איהר טאטע האט זיך געזעגענט פון די משפחה, די מאמע און קינדער, גייענדיג אויףך מירון אויף ר"ה כמנהגו מידי שנה בשנה.

אזוי זיצענדיג איינזאם אין שפיטאל די מאמע מיטן קראנקען קינד איינגעזינקען אין די קאשמארע מחשבות טראכטענדיג ווי איהר מאן פארט יעצט צום הייליגען תנא אלוקי, איז דער דאקטאר פינקט אריינגעקומען זיך מטפל זיין מיטן קינד אויף זיין רוטינע ארבייט
גיבט די מאמע א פרעג די דאקטאר, זאג נאר הער דאקטאר, וואס וועט זיין די תכלית פון מיין קינד???, די דאקטאר ענפערט מיט א זויער מינע, וואס פרעגסטי די ווייסט דען נישט אליין, גיט די מאמע א פרעג אויב זי מעג אהיים גיין פאר יו"ט מיטן קינד, האט ער געענפערט אז דאס איז א גרויסע סכנה פארן קינד, וויבאלד זי דארף דאך אנקומען צי שטענדיגע הילף צום חיות ממש, עסען וכד', פרעגט די מאמע אפשר דאך!!, ענפערט ער אז די שרייבסט אינטער אויף דיין אחריות, קענסטי טוהן וואס די ווילסט, עס איז דאך דיין קינד, אבער די מיסט אויך קלאר ארויסשרייבען אז איך האב דיך געווטארענט אז עז סכנות נפשות ממש!
די ציבראכענע מאמע זאגט גיט.. גיט מיר דעם בויגען און איך שרייב אינטער וואס די ווילסט גיב מיר מיין קינד.... אווידערזעהן!!

די מאמע האט גענומען איהר 5 יעריגע דומם ר"ל אין געמאכט א שווערע רייזע קיין גליל העליון (נישט גרינג געוועהן בימים ההם) און אחוץ די שרעקליכע טלטול הדרך, האט זי זיך אבנערמאל אפגעמוטשעט מיטן קינד, אריינשטיפען אין מויל פליסיגע עסן, אבער קרעפטיגע צי האלטען דעם חיות, איבערפאקען א 5 יעריגן קינד זאל קיינער ניש געפריווט ווערן וכו' וכו'

אנקוטמענדיג אינטען פון בארג, אפאר טעג פאר יו"ט האט זי ארויפגעשיקט א מעסעדש פאר איר מאן וואס איז געוועהן אין מערה, אז זי ווארט אינטען און האט נישט כח זיך ארויפשלעפן דעם שווערן בארג.
איהר מאן אנקוטמענדיג אינטען זעהט ער נישט מער און נישט ווייניגער זיין ב"ב מי ט די קראנקע טאכטער, זענען דא!!! אויף זיין קשיא - ר' שמעון איז טאקע זייער גרויס, אבער וואס וויסטי זאל ער טוהן מיט אונזער טאכטער - (ווי איינער זאגט ס'איז דאך דערנאך, וואס איז שייך צי מאכען) האט זי געענפערט איך וויל פון גארנישט וויסן רבי שמעון קען אלעס!!!

די קינד איז געלעגן אויפן שטיין, בשעת די טאטע מאמע און ארימוגע , האבען געמאכט די ווענט ציגיין פון די קולות מיט יללות, 'געניג איז געיניג, אלעס האט א שיעור וויפיל עלטערן קענען ציקוקען א קינדס צער' וכו', דורך אפאר שעה - פארציילט מרת לעפקאוויטש - זי געדענקט נאך (איהר מח האט געהעריג געארבעט, אפילו די גוף נישט) אז זי האט זאיך צעביסלעך אנגעפאנגען רירן מאכען מיט די הענט, און רעדן אז מ'זאל איהר אראפנעמען פון די שטיין ווייל עס איז זייער אימבאקוועם דארט!!!!

צירווקומענדיג צום דארקטאר נאך יו"ט איז ער געבליבען שפראכלאז... וואס ער האט געזעהן פאר די אויגן, און נאר געוואלט וויסען וועכע פראפעסער האט געמאכט אט די כישוף!
זי פלעגט גיין צי טערעפי דארט אין שפיטאל ווי יענע דאקטאר האט מיט געהאלטן איהר פלאות'דיגע אנטוויקלינג, און איהר געזאגט שפעטער ווען זי איז שוין געוועהן אגרויס מיידל אז זי זאל אבער אפילו נישט טראכטען פון קונדער האבען...

דעם אפיקורס איז נישט איינגעפאלען אז רבי שמעון האט גאנץ א קליין פראבלעם מיט דעם אויך, און ווען ער שיקט א ישועה בעזהשי"ת איז דאס א נצחי, אויף אלע אופנים, פירט זי אויס אז זי איז געפארען אפאר יאר צירוק אויף אר"י און דוקא אויפגעזיכט יענעם זקן ממרא דער אלטער ציוניסט, פארציילענדיג אז זי איז א מאמע פון 10 קינדער!! (יעצט האלט זי שוין ביי 13 קע"ה)

בזכות התנ"א רשב"י
טעמו וראו כי טוב השם
משה מענטש
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 1:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה מענטש »

יעצט געהערט!

עס איז דא א איד אין וויליאמסבורג (שמש אין יאוואזשנא) וואס האט יארען לאנג נישט געהאט קיין קינדער, ווי מיר ווייסען פלעגט ער אסאך יארן פארן אויף מירון ל"ג בעומר, פאריאר ערב ל"ג בעומר האב איך אים געזעהן אין וויליאמסבורג, רחמנות האבענדיג אויף אים אז ער פארט שוין נישט אויף ל"ג בעומר אויך נישט, מיר האבען געקלערט ס'איז שוין לכאורה אחר יאוש.

יעצט געהערט פון איינעם (וואס גרייט זיך שוין צי פארען) אז ער האט געהאט א קינד פאריאר ל"ג בעומר בעיצומו של יום א אינגעלע וואס ער האט א נאמען געגעבען "שמעון" פארשטייט זיך.

כדאי הוא רבי שמעון!!!
פינטעל
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 22, 2009 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פינטעל »

אפשר וואל ראטזאם געווען אז איינער מיט ערפארונג מיט אפשערן א קינד אין מירון זאל מיטיילען זיין עקספיריענס פארן ציבור
ספעציעל: פראקטישע אנווייזונגען
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

איך זוך וואו נאכצוקוקן איבער די גרויסקייט פון רבי שמעון און די גרויסקיין פון מירון און ל"ג בעומר.

ביטע מיר אנווייזן די ריכטיגע ערטער.
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

פינטעל האט געשריבן:אפשר וואל ראטזאם געווען אז איינער מיט ערפארונג מיט אפשערן א קינד אין מירון זאל מיטיילען זיין עקספיריענס פארן ציבור
ספעציעל: פראקטישע אנווייזונגען
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אבאלע גאלד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבאלע גאלד »

WOW!!!!

אדורך געליינט די גאנצע אשכול, כ'בין איבער גענומען פון קאפ ביז פיס.

(הגם איך האב עס שוין געזעהן פאריאר)
אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

איין פראקטישע אנווייזונג, (נישט פון פראקטיק נאר פון צוקוקן...)
בנוגע די שער מאשין וואס אמעריקאנער אידן ברענגן מיט, קודם זאל מען זיכער מאכן אז מען האט א מאשין מיט אן איזראעלי פלאג.
און נאך בעסער אויב מען קען האבן א קארדלעסס שער מאשינדל, הגם עס איז דא היינט אסאך פלעצער איינצושטעקן א פלאג, איז אבער מיט א קארדלעסס אסאך גרינגער.
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 990
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

סאדע_באטל האט געשריבן:איין פראקטישע אנווייזונג, (נישט פון פראקטיק נאר פון צוקוקן...)
בנוגע די שער מאשין וואס אמעריקאנער אידן ברענגן מיט, קודם זאל מען זיכער מאכן אז מען האט א מאשין מיט אן איזראעלי פלאג.
און נאך בעסער אויב מען קען האבן א קארדלעסס שער מאשינדל, הגם עס איז דא היינט אסאך פלעצער איינצושטעקן א פלאג, איז אבער מיט א קארדלעסס אסאך גרינגער.

פון אייגענע ערפארונג:
עס איז א שאד צי שלפען א שער מאשין פון אויסלאנד, עס איז דא אויפן פלאץ גענוג און נאך וואס פארבארגען זייער גערען, די אידן זיכען וואס נאך מ'קאן טאהן לע"נ רבי שמעון און פרייען זיך זייער עס פארבארגען נאכן פארענדיגן די אייגענע חאלאקעס.

עלו ואתו ואתכנשו להילולא דרבי שמעון בר יוחאי
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונקטליך »

ר' יענקל! ביזט נאך דא?

כ'האב יעצט נאכאמאל איבערגעליינט די אשכול און כ'שפרונג אונטער פאר מתיקות און חיזוק!!
ווען איך ליין עס ווען אביסל פריער וואלט איך נאך אפשר נאכאמאל געפארן די יאר
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3447
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

שקויעך פארן ארויפברענגען דעם געוואלדיגן אשכול
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 990
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

פונקטליך האט געשריבן:ר' יענקל! ביזט נאך דא?

כ'האב יעצט נאכאמאל איבערגעליינט די אשכול און כ'שפרונג אונטער פאר מתיקות און חיזוק!!
ווען איך ליין עס ווען אביסל פריער וואלט איך נאך אפשר נאכאמאל געפארן די יאר

יא! ידידי ר' פונקליך אוודאי געוויס....

אוי מי יותן ירחינו קדם, מ'האמער געהאט אביסעלע מער צייט צי פארברענגען בשבת אחים גם יחד, אבער אזוי אמאל גיב איך נאך א בליק בשלום אחינו הידידם גע'טובל'ט און ארויס, אבער איך בין אויך אונטערגעשפרינגן ביים זיך טובל'ן אין דעם דאזיגן אשכול, און ס'איז מיר שווער ארויסגיין פון דאנעט ממילא האב איך מיטעשלעפט אהער אפאר גוטע פריינט, צי זיין "אויפריכטיג".

בשורות טובות
טעמו וראו כי טוב השם
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3447
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

מיינסט מיך?
דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעפרעסט »

טייערע אידן, אחים לדעה.
איך בין נישט אויסען איבערצומאכען מענטשען, בכלל בין איך לכאורה נישט דער פאסיגער מענטש אוועק צו שטעלן מהלכים פארן ציבור הק'.
נאר אזויפיל אז מרעדט שוין יא לאמיר אביסעלע פארשטיין אויך די צווייטע זייט פון דע מטבע, קענען לערנען אויך די פוינט אף וויא פון די שוללים, ביטע עס נישט נעמען פערזענדליך, אדרבה, לאמיר זיך אוישמיעסען ווי אין א היימישע קרעמל.

איך רעדט דא צום איבערוויגענדען טייל פון קרעטשמע זיצער, וואס זענען -חסדי ה' - אויפגעווקסען אינעם סאטמארען גייסט, וואס איך מיין צי זאגן איז אז די גאנצע שמועס איז נאר נאך די הנחה אז די מדינה איז א שרעקליכער חילול ה', און א מרידה במלכות שמים, אנדערע אידן וואס פארשטייען נישט אזוי דעס ענין ווערן געבעטן עס אויסצוליפטערען אויף אנדערע אשכולות (פארשטייט זיך אויך מיט א מאס,נישט סתם לקנתר ודי).
*****
אמת טאקע אידן זעהן ישועות ונפלאות אפענע זאכן ביי ר שמעון עין בעין, אבער..
ס'איז באקאנט אז מיט עטליכע 90 יאר צוריק האבן די חכמי וקדושי א"י אויסגערופען א פולשטענדיגע ח-ר נישט צו קומען אויף מירון במשך 5 יאר, צוליב פריצות וואס איז דארט נתרבה געווארען, די גדולי ישראל וואס האבן אויך געוויסט אביסל איבער די גרויסקייט פונעם תנא האלוקי, האבן שוקל געווען אז אויב קען פאסירען זאכן שלא ע"פ תורה איז עס נישט ווערט, ר' שמעון איז מוותר, ווי האט הגרי"ץ דושינסקיא געזאגט, "ר' שמעון איז ניקסט דארט, ער איז דוי"...

לענינינו, ב"ה אין דעם געביט איז מירון נשתנה געווארען לטובה ס'איז היינט דא א דרך מהדרין, דער "אחרי עיניכם-זו זנות" איז מער ווייניגער מסודר, וואס טוט זיך אבער מיטן "אחרי לבבכם זו מינות" ??

אידן וואס וואקסען אויף מיט א שנאה און עקל צום גרעסטען טומאה בימינו קומען אן אויף מירון, יעדע עטליכע מעטער שטייען אונזערע באוואפענטע סאלדאטען און משטרה אונז צו באשיצען פון אראבער, פאר א נויט זעהט מען נאך עטליכע פון די חיילי גוג ומגוג, אין זייער פילע טראגע, די "מדים", זיך אויסגיסען דאס הארץ ביי א תהלים'ל, וויפיל סימפאטיע, הערצה, קירוב הלב, באקומט מען? וויפיל איינגעבאקענע יסודות ווערן אפגעווישט?? אלעס שמעקט אזוי היימיש און אידישלעך, דאס קומענדיגע מאל וואס ס'שאפט זיך א מלחמה צושטאנד וואס קומט ס'ערשטע ארויף אויפן מחשבה? קען מען זאגען אז מפאלט נישט אריין ביודעים ובלא יודעים אין א מחשבה פון רוצה בקיומה וואס איז ביהרג ואל יעבור?

הגה"ק משאפראן שרייבט "אחד מהטעמים שאני מונע את עצמי ליסע לשם כי ירא אנכי שיעשה איזה התפעלות עלי" וואס דארף מען מער?

ס'איז זייער שפעט געווארען זייטס מיר מוחל פארן סטאפען אינמיטען, מארגען אי"ה האף איך ממשיך צו זיין מער בהיקף.

ביי
לעצט פארראכטן דורך דעפרעסט אום זונטאג אוגוסט 21, 2011 5:13 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3809
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: ערגעצוואו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

דעפרעסט, גוט געזאגט!
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
ים רויבער
שר האלפיים
תגובות: 2177
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 03, 2011 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ים רויבער »

כמים קרים על נפש עייפה
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

שוין אויך געווארט אויף אזא תגובה, נישט געהאט קיין צייט אליינס צו שרייבן
שאלת_חכם
שר חמש מאות
תגובות: 996
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 06, 2011 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאלת_חכם »

נעכטן איז געווען אין דבר יום ביומו א מעשה וואס הרה"ג ר' ישעי ווייס שליט"א האט פארציילט ביים וועכענטליכן שיעור אין סאטמאר ביהמ"ד,

א אינגערמאן וואס האט געדארפט א ישועה און געווארט אויף זש"ק האט געוואלט פארן פאראיאר אויף מירון זיך אויסגיסן דאס הארץ, אבער פאר זיין טאטן וואס איז אויפגעוואקסן אביסל פריער איז דאס נישט געפאלן, האט ער אים גע'עצה'ט ער זאל פארן צום ציון המצוינת אין קרית יואל אום ל"ג בעומר און דארטן מתפלל זיין און זאגן פארן רבין זי"ע אז ער פארט נישט אויף מירון נאר ווייל ער האט אזוי געהייסן, דער אינגערמאן האט אזוי געטאן און געפארן אויף קר"י,

פונקטליך ניין חדשים נאך ל"ג בעומר האט דער אינגערמאן געהאט א קינד!

(איך בין א גוטער חבר פארן בעל המעשה)
שאלת חכם חצי נחמה
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

איך האב עס געזען , און ניתפל געווארען "מורא'דיג"
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעפרעסט »

נאך א פוינט וואס דארף אויסגעשמיעסט ווערן-

-ס'ווייסט יעדער אז אין די לעצטע פאר יאר ווערט ארויסגעהאנגען און ס'פלאטערט ליידער דער טמאנער בלאה און ווייסער פאן העכער די מערה, במשך די גאנצע ריקודין.
-יעצט אקורשט הער איך אויף קול נטרונא אז די משרד התיירות האט אפיציעל פראקלאמירט אויסשליסליכע בעלות אויפן מקום הקודש לעשות בו כרצונם.

וואסע פשוטע פשט פון דעם אלעם? ברענגט עס נישט צום אויבערפלאך וואס פארא התפארות די קליפה האט פון אזא מאסן צוזאמפאר?
כדאי מ'זאל בעסער פארשטיין ס'ענין. פון די וויכטיגסטע אגענדעס פון ציונות איז זיך פאר יעדן פרייז אהערשטעלן ווי די לעגעטימע מייצגים און אפטרופסים פון אידישן פאלק בכלליות, די באזוכן פון אזויפיל רבבות אידן מכל קצוי תבל שפילט זיי אויסטערליש אריין אין די הענט בלתי שום ספק, און ווי א געוויסע ציוניסטישע פערזענדליכקייט האט זיך אנומלט געאייסערט ביי א דעבאטע אויף טאק שוא לגבי דעם קנאישען עולם "אין פרינציפ האלטן זיי אלע די זעלבע ווי אונז, גיב א קוק ווי זיי קומען צופארן אין די טויזענטער באזוכן דאס לאנד בפרט היצט אין די ל"ג בעומר סיזען"..
לגבי חילול ה' ווערט געפסק'נט אחד שוגג ואחד מזיד בחילול ה', ס'איז נישט קיין קינדער שפיל..

איז דאס די רצון פון רבי שמעון? איז דער הייליגער תנא טאקע אזוי צופרידען אויב דורכן אהינפארן באקומט מען הערצה וקירוב הלב און מען גיבט אויסטערלישע חיזוק און כבוד פאר די משנאי ה' ??
א ליטווישער אינגערמאן פרעגט מיר לעצטנס -ער איז נישט ממש גערעכט,אבער ארויסצוברענגען די נקודה- "צום כותל גייט עטץ נישט, ווייל ס'ברענגט כבוד און התפארות פאר די ציונים, כהיום יום האבן זיי פון די גאנצע מצב אין מירון עני טיים אזויפיל פראפעגאנדע און התפארות, מאי שנא??"
******
מענין לענין נאך איין קליינע נקודה לעורר, נאך אלעם פארן דאך טאקע אזויפיל צובראכענע צוריסענע הערצער, אידן קומען זיך דארט אויסוויינען בזכות פונעם תנא האלקי שיאמר לצרותיהם די, איך פערזענדליך האב עטליכע חברים וואס זענען געפארן מצפים לישועת ה' להוושע בדבר ישועה ורחמים, כ'האב אפילו נישט געהאט דאס הארץ זיי צי זאגען א ווארט, אידן גייען נעבעך אזויפיל דורך, רבותי! לאמיר נישט פארגעסן זיי אינזין צו האבן, אין אינעם גרויסען טאג ל"ג בעומר הבא לקראתינו לשלום כאטש איין מינוט מתפלל זיין אז די רבוש"ע זאל מקבל זיין אידישע תפילות ברחמים וברצון, אידן זאלן צוריק קומען מיט ישיעות ונחמות, פאר זיך און פאר גאנץ כלל ישראל, בזכות התנא האלקי, אמן.
משה מענטש
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 1:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה מענטש »

פונקטליך האט געשריבן:ר' יענקל! ביזט נאך דא?

כ'האב יעצט נאכאמאל איבערגעליינט די אשכול און כ'שפרונג אונטער פאר מתיקות און חיזוק!!
ווען איך ליין עס ווען אביסל פריער וואלט איך נאך אפשר נאכאמאל געפארן די יאר

פאריאר האסטי געהאט פאראיבל פארן נישט ליינען גענוג צייטליך, אפשר יעצט איז נאך צייט!!!
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4486
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך derech eretz »

משה מענטש האט געשריבן:פאריאר האסטי געהאט פאראיבל פארן נישט ליינען גענוג צייטליך, אפשר יעצט איז נאך צייט!!!

ייש''כ פארן ארויפברענגען דעם הערליכן אשכול, כ'זע עס יעצט צום ערשטן מאל.
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”