די אידישע צוויבל

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

מה פתאום??? האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן:הכי קרא שמו צוויבל? טרערן רינט ווען מען ליינט דאס! :lol:
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

יאנקעלע קליגער האט געשריבן:ווילט איר א פארקינג?! יש יש!

ווילט איר א פארטעם?! יש יש!

טענקס יש, די איידיעס אזוי זאפטיג ארפגעלייגט! געוואלדיג!

און צום לעצט: ווילט איר זיך קאטשקענען פאר געלעכטער???????????

יש יש
אוועטאר
נגיד
שר האלפיים
תגובות: 2000
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2015 10:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נגיד »

פלטיאל האט געשריבן:צוקערדיג...

ווי אפט ערשיינט "דער אידישע צוויבל"?
I reserve the right to disagree
12:56
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28197
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

יש ברירה האט געשריבן:דער אינגערמאן איז צו אלעמענס איבעראשונג אין א גוטע צושטאנד, רעלעטיוו וואס מען קען ערווארטן פון איינער וועלכע פארט שוין ארום פאר זעקס וואכן זיכענדיג פארקינג, ער איז געשטאנען ביים פרעס קאנפרענס מיט די הילף פין גוטע פריינט אבער דאקטוירם זאגן פאר א שנעלע ריקאווערי הגם זיינע בגדים קוקן אויס בערך ווי דער שבת'דיגער תהילים זינגער אין ווילימסבורג

שטארק הנאה געהאט פון ביידע צוויבל איינטראגעס, דאנק אייך יש-ברירה!

אגב, דער שבת'דיגער תהלים זינגער אין וויליאמסבורג (אויך באקאנט אלס דער שווארצער פאסטוך פון בעדפארד ווינקל פענן) האט זיך שוין געשיידט פון זיינע בגדים... אדער זיי פון אים... עכ"פ פון די לענדן און ארויף.
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

:lol: :lol: יא יא דאס האב איך געמיינט
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

לכאורה האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:דער אינגערמאן איז צו אלעמענס איבעראשונג אין א גוטע צושטאנד, רעלעטיוו וואס מען קען ערווארטן פון איינער וועלכע פארט שוין ארום פאר זעקס וואכן זיכענדיג פארקינג, ער איז געשטאנען ביים פרעס קאנפרענס מיט די הילף פין גוטע פריינט אבער דאקטוירם זאגן פאר א שנעלע ריקאווערי הגם זיינע בגדים קוקן אויס בערך ווי דער שבת'דיגער תהילים זינגער אין ווילימסבורג

שטארק הנאה געהאט פון ביידע צוויבל איינטראגעס, דאנק אייך יש-ברירה!

אגב, דער שבת'דיגער תהלים זינגער אין וויליאמסבורג (אויך באקאנט אלס דער שווארצער פאסטוך פון בעדפארד ווינקל פענן) האט זיך שוין געשיידט פון זיינע בגדים... אדער זיי פון אים... עכ"פ פון די לענדן און ארויף.


וואס הייסט, יעצט גייט ער פון די לענדן און ארויף מיט אדם הראשון'ס קליידונג?

אגב, ס'גראדע א וויכטיגע נושא וואס איז נאך קיינמאל געווען באשריבן דא.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28197
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

מיר האבן שוין יא געשריבן וועגן דעם שווארצן פאסטוך דא און דארט, אבער דער מאמענט האט זיך דערווייל נישט צוגעכאפט צו אים אויפן פאדערשטן דעקל...
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

איין טאג גיי איך צו אים כאפן פאר א אינטערוויא, די פלאן ליגט מיר שוין לאנג אין קאפ איך בין פשוט נישט אנגעקומען צו אים,
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

קענסט ארויפלייגן דא דעם אינטערוויאו אפילו ס'האט קיינמאל פאסירט.. איך זאג דיר דער עולם עט זיך באלעקן די פינגער!..
----
לכאורה, אוי זאגסטו נעבעך גוט...
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

א ווינט האט מיך דא אריין געבלאזן אין פארברענגן.

ברירו'שקא וואס האסטו געטוען?! צוויבל עס מען אין קרעטשמע. דאס בייסט מען מיט א טרינק 96'ציגער.

ביטע מנהלים.
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:קענסט ארויפלייגן דא דעם אינטערוויאו אפילו ס'האט קיינמאל פאסירט.. איך זאג דיר דער עולם עט זיך באלעקן די פינגער!..
----
לכאורה, אוי זאגסטו נעבעך גוט...

איך בין זייער ערענסט, איין טאג קומט א אמתע אינטערוויא מיט אים.

@צוויבל....כ'מיין ברירה..סארי אבער דו ביסט דיר אליינס שילדיג, איך מוז דיר זאגן אז דו ביסט לעכטיג ביז גאר, איך האב שוין איבערגעליינט דיינע סחורה מער ווי איין מאל, עס איז גוט אפילו ביים דריטען מאל
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

שטאטישע ארבעטער לאזט אריבער געלעגענהייט צו געבן עטידוד
ענדענדיג דערביי לאנגיעריגע סטריעק


פין אלע אפיסעס אינעם פוד סטעמפס הויפטקוואטיר הערט זיך ארויס יאמערליכע געוויינען, די פענסטערס זענען פארהויעכעט פין די פארע און די דשענעטערס קלאזיט איז לער פין טישוס מאנכע וויינען אריין גראד אינעם ליידיגן באקסל

אין די קארידאר שטייט די נישט יודישער סופערווייזער אן אנידערגעשלאגענער מיט א קענטבארא קרחה אינמיטן קאפ פאר צער, און כליפעט בכיות נוראות אזש די אויגן הענגען אים און דעקן אים צו זיינע וואנצען, און מיט א טאש טיכל אין די האנט פראבירט ער אפצושטעלן די אומגעהויערע פלייץ פין טרערן וואס מאנכע האבן שוין באטיטעלט אלץ "די נייערגרע פאולס פין ברוקלין"

"קיינער האט זיך נישט געחלומט… אזוי פלוצלונג… מיר האבן שוין די אויבערהאנט איבער יו.עס.פי.עס. פאר קנאפע 37 יאר, אן אומגעבראכענע סטריעק פון געבן עטידוד פאר אלע באזיכער" אכאכאכ בכבכבכ כליפעט ער אומבאהערשט

פענער פין אלע פוד סטעמפס געביידעס זענען געווארן אראפגענידערט ביז צו ערד, ועד בכלל. און די רויטע קרייץ האט געברענגט טרעקליך מיט שווארצע כאלאטן פאר אלע איינגעשטעלטע צו קענען קלאגען ווי עס באדארף צו זיין

די טאג וועט פארצייכענט ווערן אין די היסטאריע ביכער אלץ די טאג וואס יו.עס.פי. עס. האט אפיציעל איבערגענומען די טיטל אלץ 'דער ענטעטי מיט די לענגסטע שטרייך פין געבן עטידוד' פאר זייערע באזיכער, א שטריך וואס זיי האבן שוין יעצט פראקטעצירט - אומגעבראכן - זינט 1991, און מיט די לעצטיגע געשעהעניש ביי די פוד סטעמפס איינריכטונגען זענען זיי די קלארע טשעמפיענס

א ווארטזאגער פאר 'די אינסטעטוט אוו עטידוד' זאגט אז די פאסירונג ענדיגט א שלייער פין קאנטרעווערסיע וואס הויערט איבער די "יערליכע עדידוט אויסצייכענונג" פראגראם, נאך וואס יו.עס.פי.עס. האט אין יאר 1991 פארלוירן דעם טיטל צו סעקשין 8, פאר די פוד סטעמפס אפיס האט דאס איבערגענומען

די קאנטרעווערסיע, אנגעהויבן טאקע אין יאר 1991, האט אויסגעבראכן נאך וואס א באזיכער ביי די יו.עס.פי.עס. איז באגאנגען זעלבסט מארד ביפאר די ארבעטער האט געהאט די געלעגענהייט צו געבן עטידוד, און די באורד פין די אינסטעטוט האט געאורטיילט אז עטידוד האט מיטן 'מקבל' און דעריבער איז געבן עטידוד פאר א טויטן פערזאן נישט פארעכענט ווי עטידוד און האט צוגענומען זייער טיטל, פארן עס שענקן צו סעקשין אכט

"איך בין אלץ געוועהן קעגן יענע אורטייל" האט די ווארטזאגער פין די 'יוניען טו פראמאוט עטידוד' געזאגט, "עטידוד האט אלץ געהאט צוטוען מיטן 'געבער' און איך בין פרייליך מיטן היינטיגען אויסגאנג!"
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

און נאמען פין "דער אידישער צוויבל" ווילן מיר זיך בעדאנקען פאר אלע שיינע בריוון וועלכע פליסן אריין צו די רעדאקציע

@לכוארה דא האט איר מיין טעאריע איבערן שווארצן פאסטעך
viewtopic.php?p=1099683#p1099683

@אויסגערעכנט מיר ווארטן מיט שפאנונג!
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

:lol: גאר גוט, ר' ישי!!
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

"נעשאנעל היטן פליען טאג"

"ארבעט פריי!!"
אין אן אויסערארדנטליכן געשעהעניש, איז ארויסגעגעבן געווארן א באפעל פון 'סיטי האלל' צו מאכן א ביטול מלאכה אינעם היי יעריגן "נעשאנעל היטן פליען טאג".

געווענדליך לויטעט די געזעץ אז אין סיי וועלכע רעליגיעזע אדער אפילו נאציאנאלע האלידעיס און חגאות, דארף די ארבעטס טאג געהעריג אנגיין. און נאר אין די אנערקענטע נאציאנאלע חגאות ווי לעיבער אדער טורקי פארשפארט מען די ארבעטס פלעצער.

אבער דאסמאל, צוליב די אויסערגעווענדליכע פלייץ פון "היט-ענד-ראן" אינצידענטן וואס האבן זיך אראפגעלאזט איבער די גרויסע ברייט באנוצטע הייוועי אין ניו יארק די 'ברוקלין קווינס עקספרעסוועי' וואס לויפט דורך דעם גרעסטן טייל פון ניו יארק, און ווערט באנוצט טעגליך דורך טויזענטער רייזענדע אנצוקומען צו זייערע ארבעטס פלעצער,איז דער פארנומענער שאסיי בלאקירט, און דערנאך אפגעשפארט געווארן, אין ביידע ריכטונגען
אין ליכט פון דעם האבן די אפישעלס בלית ברירה געמוזט איינערקענען אין דעם יודישן 'נעשאנעל היטן פליען טאג' חגא, און פראקלאמירט אז מ'גייט נישט אין ארבעט היינט!

צענדליגער טויזענטער אויסגעהארעוועטע ארבעטער האבן זיך צוריק געקערט אהיים ווען א פרייד באגיסט זייערע פנימ'ער, בעת וואס זייערע באלעבאטים האבן מיט א שאק געמישט מיט טרויער אויפגענומען די בשורה וואס איז געלופטערט געווארן אויף אלע נייעס סטאנציעס איבער די שטאט.

יא! די יודישע 'נאציאנאלע הוטן פליען טאג' האט ענדליך באקומען איר פארדינטע אנערקענונג ביי די אלגעמיינע גאס!!

כאאס איבער שווארצע הוט-ענד-ראן סומעטאכע

עס האט זיך אנגעהויבן 8 אזייגער אינדערפרי, אויף די וועלט באקאנטע 'העכער די הייוועי' בריקן (וואס האבן אגב נאך באקומען דעם נאמען פון דעם ערשטען פרעזידענט וואשינגטאן ווען ער האט באזוכט וויליאמסבורג) אויף די שוק-לי און בעדפארד שטראסע, ווען די ערשטע משכימי קום (...) האבן זיך געיאגט אויף די ירושלים'ע גאסן דער אין סמעדרעש אריין, און דער שוין צום ארבעט. ווען פלוצים האבן זיך גענומען בוזשעווען אומנאטורליכע ווינטן באגלייט מיט יאמערליכע קוויטשערייען, און ביז געציילטע מינוטן האט זיך אנגעהויבן א מאסיווער 'הוט-ענד-ראן' אקציע, ווען הונדערטער יודן האבן זיך גענומען אינעם זעלבן מינוט נאכלויפן זייערע הוטן וואס זענען געווארפן געווארן איבערן דראנג פון די רוח סערה וואס האט געהערשט איבער די גאסן.

א שווארצער געמיש פון ביבער האר און הארטער שטאף אין אלע סייזעס פארעמען און מאסן האט זיך פארמירט אין איין ריזיגער וואלקן מאסע וואס האט כמעט ווי פארטונקלט די וויליאמסבורגע הימלען, און אין דער זעלבער צייט באדעקט די ערד אזוי ווי אין מצרים ביי מכת ארבע 'וכסה את עין הארץ'.

עס האט גענומען אפאר מינוט ביז די דרייסטערע פון צווישן די באטרעפענע האבן זיך געכאפט וואס דא גייט פאר, און מיט די גרעסטע מאס קוראזש ארויס אין א מלחמה קעגן דעם ווינט. אבער ס'שוין געווען צו שפעט. זיי זענען געלאפן איבער קערידזשעס און סייד וואלקס, די גאנצע טראפיק איז מיטאמאל געווארן אפגעשטעלט, אבער זיי האבן נישט געקענט טון מער ווי צוקוקן מיט אנגסט ווי די טייערע הוטן לאנדען אראפ גראד אויף די קארס און טראקס אינטן אינעם בי קיו אי.

צוביסלעך איז די ערד פון די הייוועי געוואן מער און מער פארנומען פון די שווארצע געגנשטאנדן וואס האבן זיך פארמערט פון מינוט צו מינוט, און די גאנצע שאסיי איז פון זיך אליין געווארן אפגעשלאסן אין ביידע ריכטונגען.

די סאניטאציע דיפארטמענט איז אריין גערופן געווארן מיט צענדליגע טרעקלעך, צוזאמען מיט א פארשטערקערטע פאליציי קראפט און א פלאטע פון די פייער דיפארטמענט.

טרעקטערס, בעזים טראקס, צוזאמען מיט די וואסער שלויכן פון די פייער טרעקלעך, האבן אלע געארבעט אינאיינעם צו פרובירן אפרייניגן דעם שווארצן קדחת. אבער אן ערפאלג! עס האט זיך נאר געהאלטן אין איין פארמערן מיט יעדע פארבייגייענדע מינוט, ווען נאך און נאך מענטשן זענען ארויסגעקומען פון די הייזער, און גלייך בארויבט געווארן פון זייערע היטלעך.

זעהענדיג אז ס'נעמט נישט קיין סוף האט דער גאווערנאר פארופן א 'פרעס קאנפערענס' ווי ער האט דערקלערט א 'סטעיט אף עמערדזשענסי', און געמאלדן אז ער רופט אריין די נעשאנעל גארד זאלן העלפן קער נעמען פון די מצב.

נאך עטליכע שעה שווערע ארבעט פון הונדערטע טרופן, טייל פון אינטן אויפצורייניגן דעם סומעטאכע, און טייל פון אויבן אכטונג צו געבן עס זאל נישט אראפ פאלן פרישע, איז ענדליך געלןנגען צו 'ברענגען דעם מצב אונטער קאנטראל' -ווי דער מעיאר האט זיך אויסגעדריקט ביי זיין דריטע פרעס קאנפערענס- און מען האט צוריק געעפענט די הייוועי. אבער ווי אויבן געשריבן איז מען שוין נישט געגאנגען ארבעטן אין 'נעשאנעל הוטן פליען טאג' דאס יאר.

פראמינענטע הוט געשעפט פראקלאמירט ספעציעלן 'נהפ"ט הוט' - געריכטליכע קלאגע אריינגעגעבן דורך 'סעלקאו הוט פירמע'


היי יאר איז איינע פון די חרדישע הוט פירמעס ארויסגעקומען מיט א ספעציעלן שפאגל נייעם ערפינדונג פון די 'נהפט"ה' -נ'עשאנעל ה'וטן פ'ליען ט'אג ה'וט.

די פראבלעם האט זיך אנגעהויבן שוין פאר עטליכע יאר צוריק, ווען די חגא האט אנגעהויבן צוביסלעך ווערן מער און מער איינגעפירט ביים עולם, און ס'האט זיך אנגעהויבן אזא ערשיינונג, אז די קומענדיגע פאר טעג נאך אזא חגא, האבן זיך די גליקליכע וואס האבן זוכה געווען אנטייל צו נעמען אינעם אקציע, ארומגעדרייט מיט שטאלץ מיט זייערע צוקנייטשטע הוטן וואס זענען צודריקט און צובויגן געווארן פון די שנעל פארענדע קארס אויף בעדפארד עוו., אדער גאר פון די טרעילארס אונטן אויפ'ן בי קיו אי, און די געציילטע אויסגעשפילטע וואס זענען פונקט געווען אין יענע מינוטן אין א הויז, אדער אויסער די שטאט, האבן זיך ארומגעדרייט פארשעמטערהייט מיט אראפגעבויגענע קעפ מיט זייערע גאנצע גראדע הוטן.

צוליב דעם האט די וועלט בארימטע פירמע 'נר מצוה' וואס זענען באקאנט מיט זייערע פארשידענע נוצליכע ערפינדונגען צוזאמען מיט די בארימטע הוט פירמע 'קרויס' ארויסגעגעבן דעם נייעם נהפט"ה וואס דאס איז א הוט וואס קומט שוין ספעציעל רינדעכיג, איינגעקנייטשט, און צובויגן, אזוי גוט אז מען קען נישט דערקענען א חילוק צווישן דעם הוט און אזאנס וואס באמת צודריקט געווארן דורך א אכצן רעדלדיגער טרעקטאר טרעילאר! 'גלייבט עס נישט' זאגן די פראדוצירער 'איבערצייגט אייך אליינס'!! ווי אויך איז יעדע הוט איינגעקנייטשט אביסל אנדערש מען זאל נישט קענען דערקענען אויף די קנייטשן אז דאס איז געקויפט!! כאפטס ווי לאנג ס'איז נאך דא.

אין אנדערע נייעס, גייען ארום קלאנגען אז די וועלט בארימטע 'סעלקאו' הוט פירמע גרייט זיך אריינצוגעבן קלאגעס אנטקעגן דעם נייעם פראדוקט מיט די טענה אז זיי האבן א קאפירייט אויף די פארעם און סטייל פון זייערע הוטן, און די נייע הוטן זעהען אויס כמעט אקוראט גענוי ווי זייערע בארימטע פרעכטיגע הוטן.

מבינים טענה'ן אז לכאורה גייט די קלאגע דורכפאלן אין געריכט, ווייל די סעלקאו הוט איז אסאך מער רינדעכיג ווי די נייע נהפט"ה הוט, און ממילא איז עס נישט קיין פארלעצונג פון די פעטענט. ווי אויך געבן אנאנימע קוועלער איבער אז אינערהאלב די הויפט קווארטירן פון די 'קרויס-נר מצוה' פירמע, לאכט מען זיך אויס פון די גאנצע זאך. זיי זאגן אז די נהפט"ה איז צו א וויכטיגע לעבנסרעטנדע אויפטרעף אז א געריכט זאל עס אפשטעלן צוליב אזא נארישע אומוויכטיגע סיבה.

מער פרטים וועלן נאכפאלגן ווען עס וועט אריינקומען פרישע פרטים צו די רעדאקציע פון 'די אידישע צוויבל'

געשריבן געווארן אין ליכט פון די קוים אויסגעווארטעטע אומאנגעקומענע האריקעין הערמיין
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

זינגט מיט די באקאנטע גאלדן פלאו ניגון

צוויבל צוויבל צוויבל... די אלטע נייע אויסגאבע צוויבל.... צוויבל צוויבל צוויבל... פאר מער דריקט נאמבער "יש"....

דאן זאגט מיט א שטרענגע טאן
וויפיל איר זאלט נאר וועלן, קוועטשט אויס "יש" און עס וועט רינען צוויבלדיגע תגובות....

איך זע וואוילע האקט... אקעי איך דארף עס קודם ליינען
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

יש ברירה, אזוינס מיר צי מאכן לאכן! פארפאלן, גוט איז גוט!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

וכתה את עין ארץ.... אידישע וועלט ווערט צוביסלעך באדעקט מיט קנאקעדיגע זאכן, און צום לעצט ליין איך דא @וואוילע'ס געשעניש מיט שפאנוג, איך האף אז די 'סענעטאציע טרעקלעך' זאלן נישט קומען קלינען נאך אזא פיין ארטיקל. וואס קען יא זיין איז אז 'נר מצוה' וועט אויסטרעפן א ערפינדונג ווי אזוי צו מאכן יעדען שרייבן אזאונע זאכן,

אוי....

איימעניט....

מיין היט פליט.....



טענק יו שעפעלע.......
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

א ריזיגן דאנק פאר יש ברירה, פאר אויסגערעכענט'ס תגובות, און צום לעצט פאר שעפעלע פארן מיר דערפרייען און ווייס מאכן מיינע צאהן אין העלן נאכט.

איך ווייס נישט פון וואנעט די אשכול איז אפיר געקראכן, האב עס קיינמאל בעפאר באמערקט. געלאנדעט האט עס אריין אין קרעטשמע מיט 5 בלאט פונעם געבורט, נולד מהול.

גייטס אלע אהן, מיר זענען זיך ממש מחי'..
אוועטאר
דער פאני מענטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 378
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2016 3:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער פאני מענטש »

נייע לעזונג פאר ציין ווייטאג

מיט גרויס פרייד איז אויפגענומען געווארן די ענטוזיאסטישע נייעס, אז די דענטיסט אין קראונהייטס האט אויסגעטראפן א געוואלדיגע לעזוג אויף ציין ווייטאג, דאס קומט נאכדעם וואס פילע קליענטן האבן זיך אנגעפאנגען לעצטנס אפצורעדן אז מען פילט לעצטנס צווישן די ציינער אזאנע ברעקעלעך און אנדערע שיריים פון עסן וואס שטייען אין וועג.

לויט ווי א ווארטזאגער פונעם ארטיגן דענטיסט געבט אן, זענען זיי אויפגעקומען מיט די גאר היסטארישער לעזונג, נאכדעם וואס ביי איין קליענט איז עס ממש געווען אומאויסהאלטבאר ווען ער האט גענומען מאכן אומאויפהעליכע קולות און געוואלדטאטן.

דאס האט זיי באוואויגן אויפצוקומען מיט די נייעם פרודוקט וואס וועט פון היינט אן לעזן דעם געפערליכן פראבלעם. די נאמען פונעם פרודוקט וועט גערופן ווערן :

[align=center]טוט פיק'ס[/align]

עס איז פארגעקומען א לאנגע מיטונג מיט העפטיגע טענה'רייען אויף די העכסע טענער אזש ביז פעטש, ווען א טייל האבן געטענה'ט אז עס דארף פארקויפט ווערן אין א פארמעסי, וויבאלד זיי האבן דאס ערפונדן אלס א רפואה, און א טייל האבן געטענהט אז אויב וועט מען עס פארקויפן אין גראסערי וועט די דענטיסט מאכן סאך מער געלט, צום ענד האט די די צווייטע מיינונג האט איבערגעוואויגן, און זיי האבן איבערגעגעבן אז די פרודוקט וועט בקרוב אנהויבן ערשיינען אן מען וועט עס קענען קויפן אין אלע גראסערי'ס,

פאר די וואס ווילן וויסן וויאזוי עס וועט אויסקוקן וועלן מיר פרובירן אראפצומאלן אין קורצע ווערטער עס וועט זיין אזא דינע שמאלע שטעקעלל וואס עס וועט זיין שפיציג פון ביידע זייטן וואס דאס וועט ארויס שטופן די שמוץ פון צווישן די ציינער, לויט ווי זיי שאצן וועט א דורכשניטליכע מענטש נוצן צווישן פיר און פינעף שטעקעלעךנאך יעדע מאלצייט.

אין אנדערע נייעס:עס האט אנגעפאנגען ארויפצושווימען באווייזן אז אנדערע פירמעס פלאנען נאכצומאכן די זעלבע איידיע מיט קליינע טוישונגען, ווי איין פירמע געט אן ווילן זיי מאכן די זעלבע זאך פון פלעסטיג און אביסעלע געבויגן און עס זאל נאר זיין שטעכעדיג פון איין זייט.

די אויבן דערמאנטע דענטיסט געבן איבער אז אפילו זיי זענען אויפגעקומען מיט די איידיע וועלן "זיי" עס נאר נוצן אין עמורדזשענסי פעלער ווען פאציענטן וועלן זיך קומען אפרעדן מיט שטארקע ציין וויטאג אז די שיריים פון די עסן קומען נישט ארויס פון זיך אליין.
לעצט פארראכטן דורך דער פאני מענטש אום מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 12:07 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
funniestman.com האט גארנישט מיט מיר
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

טעראר אין ב.פ. ווען די "ליווינג" תורה מוזיעם ווערט בוכשטאבליך


העפטיגע געשלאגן קומען פאר אין די איצטיגע מינוטן אויף די שטיגן פין די 'ליווינג ענימעל תורה מוזיעם' ווי עס שטייען עטליכע גבר אלים יונגעלייט און אמפערן זיך ארום מיט א אכט פיסיגע בת היענה וועלכע איז - פין איין מינוט צו אנדערע - לעבעדיג געווארן און האט ארויסשפאצירט פין די טעקסידערמי מוזיעם מיטן קאפ אין די הייעך

די בת היענה ווארפט שטרענגע בליקן אויף די טראציגע יונגעלייט און רוב פין זיי טרעטן טאקע אפ מיט בלאסע געזיכטער בשעת זייערע אויגן זענען געהל פאר שרעק ווי וואקסענע ליכט, אבער עטליכע - מיט שוין געלעכערטע היטן - נאכווייען פונעם אנטלויפענדער'ס פיסק, שטייען מיט עקשנות ארומנעמענדיג דעם בת היענה ביים האלז און שטעלן א העפטיגען ווידערשטאנד ביי יעדע שטיג באזונדער

אימיטן דעם געטומל און געשלעג האט איין יונגערמאן בטעות אנגעטרעטן א צווייטענס שיך און דער אנגעטרעטענער זייענדיג א 'מאקסימום גדולה מינימום תורה' פערזאן האט צוריק געטשוכעט, פארמירענדיג א עקסטערע זייטיגע געשלעג ווי זיי רייסן זיך שטיקער איינער פון צווייטן צוגעבענדיג צו די שוין אנגעצויגענע לאגע

אינעם מוזיעם זעלבסט קומט פאר א עקסטערע היסטעירישע פאניק אז די שעדליכע פרעצעדענט פונעם בת היענה זאל נישט נאכשלעפן נאך זיך קיינע קאפי-קעטס. און די עיקור שרעק נעמט זיך פון די אפטיילונג גערופן 'שמונה שרצים אויסשטעלונג' ווי די מייזל וואס הענגט אויף די וואנט ווייזט סימני חיות און שאקעלט שוין די וויידל זינט היינט פארטאגס

"מיר האבן אלץ מורא געהאט פאר דעם טאג" געבט איבער די אנפירער פין די מוזיעם בשעת ער פאכעט מיט א מיצרישע שווערד "מיר האבן מורא געהאט, און טאקע צוליב דעם האבן מיר נישט אריין גענומען גאנצע טעקסידערמישע שרעקוועדיגע בעלי חיים. צב"ש, פונעם זשיראף האבן נאר די האלז, און בלויז די פאדערשטע האלב פון א לייב"

אבער די ווערטער טוען נישט קיין סאך צו בארואיגן די בארא פארק איינוואונער וועלכע לעבן אונטער שלאס און ריגל אויס מורא פון זיך אנטרעפן מיט דעם אייגענארטיגע באשעפעניש. "מיין בני בית האט מער מורא פין די מייז חלק" האט איין איינוואונער איבערגעגעבן "אבער איך האב נישט מורא בכלל" שטאמעלט ער ארויס בשעת זיין שטומע ציטערט מערקבאר פאר שרעק

די געשעהעניש איז א דיוועלעפינג סטארי און מיר וועלן אייך אפדעיטען ווי נאר נאך אינפארמאציע קומט אריין

------

אפדעיט:

ס'דערנאך...

די אסטריטש אויף דערפריי
די אסטריטש אויף דערפריי
living torah museum loses ostrich .jpg (16.48 KiB) געזען 3037 מאל

------

אפדעיט נומער צוויי:

ווילימסבורגע אידן, לויפט זיכן שוץ!
לויפענדיג אויפן בי.קיו.אי. אויפן וועג צו ווילימסבורג
לויפענדיג אויפן בי.קיו.אי. אויפן וועג צו ווילימסבורג
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

האמער דא עםעס א נייער פאני מענטש אינעם צוויבל אויסגאבע.... ער איז פיין... יש גייט אויך אן מיט א פרישקייט, למשל קיינער ווייסט נישט אז ער טויגט.....

אייוועלט לעבט אריין
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

ייש"כ ענק אלע...
אוועטאר
דער פאני מענטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 378
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2016 3:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער פאני מענטש »

funniestman.com האט גארנישט מיט מיר
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

לכאורה האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן: דער שבת'דיגער תהילים זינגער אין ווילימסבורג

שטארק הנאה געהאט פון ביידע צוויבל איינטראגעס, דאנק אייך יש-ברירה!

אגב, דער שבת'דיגער תהלים זינגער אין וויליאמסבורג (אויך באקאנט אלס דער שווארצער פאסטוך פון בעדפארד ווינקל פענן) האט זיך שוין געשיידט פון זיינע בגדים... אדער זיי פון אים... עכ"פ פון די לענדן און ארויף.

איצטער זעה איך אז ער איז פויל געווארן אויף דער עלטער! ער האט זיך איינגעשאפט א שאפינג קארט פאר זיינע זיבן רענצליך קארבארדס און באטליך... קאן זיין געגנבט פונעם דערמאנטען פארק איינוואונער...
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”