צום ליינען און וויינען! גלייכצייטיג: א טרייסט פארן גייסט!

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

צום ליינען און וויינען! גלייכצייטיג: א טרייסט פארן גייסט!

תגובהדורך אינטעליגענט » פרייטאג ינואר 09, 2009 10:42 am

------------------------------------
איך האב זיך גע'ישוב'ט צו איך זאל אריינשטעלן די פאלגנדע שורות, אמער, עס איז ליידיג פון הומאר, בלויז ערנסטע פראזן. און אויב שוין יא, וואלט עס ליבערשט געדארפט געפינען די ארט אין ביהמ"ד דיאנאש, וואו עס ווערן גערעדט דברי תורה. אבער אויף די אנדערע האנט, קלער איך אז דא אין קרעטשמע איז דא פיל מער באזיכער, על כן שטעל איך עס דא. און אויב וועט זיין איינער וואס וועט האבן דערפון א חיזוק, והי' זה שכרי.
------------------------------------

די לעמפ זיינען טיילווייז פארלאשן אינעם הייזקע וואו עס וואוינען שמעון און די ווייב בילא, דאס גאנצע ארום איז איינגעהילט אין אן אומעטיגע שטימונג, עס שוועבט אין די אטמאספערע אנידערגעשלאגנקייט. אזוי ארום, אז די שוואכע ליכט וואס די שיינענדע לעמפ ווארפן, שטעלט זיך צו צום כמורע פונעם ארום, פארשפרייטנדיג שווארצע שפורן.

זיצט אונזער שמעון אין סאלאן, דאס געזיכט אנגעלאנט אויף די האנט פלאכן, די מחשבות שוועבן ארום אין אן אומארדענונג. ווען די שטורמישע זאווארוכע אין די גאסן, די וואיען פון די קרעפטיגע ווינטן, שפילן צו צום טאקט. זיי הערן זיך ווי דאס געוויין - אינעם טונקעלן נאכט - פון א פארציקנדע חיה וואס איז נארוואס געביסן געווארן, וועלכע יאמערט מיט א חיה'שע געוויין, שאפנדיג טריבע ווידערקלאנגן אינעם ווייטלויפנדע פוסטקייט פונעם האריזאנט, נישט געפינענדיג קיין געגנשטאנד זאל איר ברענגען צו אן אפשטעל.

אוי! גאט'ניו, ווי האלט מען דאס אויס? – שפינען זיך די טריבע געדאנקען אין שמעון'ס מח. ער געדענקט קלאר, עס ווארפט זיך אים אין די אויגן יענעם טונקל-פארביגן טאג, ווען דער געוועזענער באלעבאס זיינער דערלאנגט אים דעם ראזע-צעטל, נישט וועלנדיג אים אפילו קוקן גראד אין פרצוף. ווייל ווער נאך אזויווי אים ווייסט, דאס אז ער, דער שמעון, האט געטראגן דעם טיטול "געטרייער ארבעטער" מיטן פולן רעכט, אין קעגנזאץ צו פילע אנדערע וועלכע פוילעצען אינטער ביי די ארבעט, פראווענדיג ווי אויף קאסט ביים שווער.

אהההוי! רייסט זיך ארויס פון שמעונ'ן א קרעכץ וואס צעברעכט א האלבע קערפער. איך דערזעה מיך ארום אין א ביטערע מערכה, פון וואו וועל איך באצאלן הייצונג, עלעקטריק, טעלעפאן? פון וואנעט נעם איך אויף שכר לימוד? כליפעט זיך אים פון די טיפסטע ערטער אין הארץ, אין די פארבארגענע קעמערלעך פון זינען, טרייבן זיך די זויערע מחשבות איינס דעם אנדערן, איינס שווערער פון צווייטן. אוי! אוי וויי! טאטע אין הימל! ווי האלט איך דאס אויס, ווי טראגט מען עס אריבער???

עס שווימען ארויף אויפן אויבערפלאך פון געדאנק, די אומשולדיגע געזיכטער פון די קליינע. עס פאטשט אין פנים דאס געבעט פון די שעפעלעך נאך א רעכט שטיקל זעטיגע פארציאן, שוין פארלאפן עטליכע וואכן וואס די פרידזשידער אנטהאלט מער נישט די פארלאנגטע נארהאפטע שפייז וועלכע קומען פראסט אויף צו ערנערן, ווער רעדט פון שווענדערישע דעליקאטן. וויי וויי וויי קינדערלעך זיסע! די טאש איז לעהר, די טייסטער איז פוסט... און אז דער קליינער לייבי, קומט זיך אפרעדן אויף זיינע צעריסענע שיכלעך, וואס פאר אן אנטווארט האב איך פאר דיר מיין טייערער, איך האב דיך דאך תמיד אין הארץ, דו ביסט דאך אין מיין נשמה אריינגעזעצט מיין זיסינקער. טוה איך זיך דען פון דיר פארהוילן איין סעקונדע? אבער וואס'זשע זאל איך טאן ווען די מאטראץ איז שוין אויסגעגליכן פון אירע אומגלייכע בערגלעך – פארמירט פון די געזאמעלטע-געלט פארבלייבעכטס. דאס לעצט ביסל אפגעשפארטע ביסן איז שוין פאשווענדעט, שוין נישטא פון וואנעט ארויסצושלעפן א גרייצער אויף די מינימאלסטע געברויכן. רעד איך דען פון לוקסוס'דיגע אויסגאבן? וויין איך דען אויף קינדישע טשאטשקעלעך? כאטש וואס אן אמת טוט עס מיר נישט ווייניג באנג, ווען די קליינע גיטעלע קומט פאדערן דאס איריגע: "טאטי, ווען גייסט מיר שוין קויפן די העללאו-קידי סטיקערס? האסט מיר צוגעזאגט איך וועל קענען טשוזען איינס ווען איך וועל זיין וואויל". וואס ענטפערט מען די ריינע אומזינדיגע קינדערלעך? זאל איך זאגן אין פנים דאס איך בין ארים ווי דער נאכט? אההההוי אהההוי וויי! – צעכליפעט ער זיך - וויי איז צו מיר, ארים נפש! וואו טוט מען זיך אהין פאר צער???

די געדאנקען זשומען ווי א נודזשעדיגן פליג, בעת ער קלאצט אינעם האריזאנט אן קיין באשטימטע ציל-פונקט. די זילבערנע לבנה, מיט איר גאנצע שטערן-מיליטער – וועלכע דערקענען זיך צווישן די שפארעס פונעם פארהאנג – שאפן אין זיינע אויגן א בילד פון איין צירקל באהאנגען מיט גרויסע שיינענדע רינדן, מחמת די טרער'לעך וואס זאמלען זיך אים ביסליכווייז אין די אויגן וואס שאפן א צעמישעניש פאר די אפלען. דאס זיפצן אין שליקערצען ווערן וואס אמאל שטערקער, ריטשקעלעך טרערן קוילערן אראפ פון די באקן. צוערשט ווערן די אויגן טיילווייז פארמאכט, די לעפצן פארקלעפט, מאכנדיג פלאץ פארן נעפל וואס לאזט זיך אנידער, דאן הייבן אן טריפן שיטערע שנירלעך טרערן, ביז עס פארגייט אין א גאס-רעגן, עס הייבן אן גיסן עמערס זאלציגע וואסער פון טרערן זאפאס, ער קען מער נישט איינהאלטן זיין קול, און צעלאזט זיך אין א געוויין ווי א קליין קינד.......

***

ווי לאנג זיץ איך שוין אזוי דא? בליקט ער אויפן ווייזער'ל פונעם רייך-מעבעלירטע פערפענדיקל-זייגער - א געדענקעניש צום זיסן אמאל - וועלכע שטייט ווי א חתן צווישן קלאגנדע, פאסט גארנישט אריין אינעם יעצטיגן מעמד, ווען אלעס שרייט נויט און אומעט. שמעון שפירט ווי לאנדנדיג פון א ווייטע פלאנעט, נישט באמערקנדיג ווי די זייגער האט שוין באוויזן צו כאפן א שפאציר א האלבע צירקל, די טאקט פונעם פערפענדיקל מיט אירע לייכטע קלאנגן, האט נישט געקענט באזיגן זיין געדאנקן-פארטיפעניש צום אויפוואכונג. איי! - טראכט ער צו זיך מיט ביטערניש, עס גיט נישט קיין פארגענגיגן דאס צוזעהן די הענגנדע באגילדעטע פענדיולום וויגט זיך אן אויפהער, זיך נישט אפשטעלנדיג פאר איר אייגנטימערס לאגע, כאילו עס גייען פרידנס-צייטן ווי געהעריג.

אבער אז ער קומט צוריק צום באוואוסטזיין, שפירט ער א היבשע דערלייכטערונג אין די ביינער, דאס אויסוויינען זיך קלארט אים אויס די מח, און הייבט אן רעדן צו זיך: שמעון! ווי ביסטו דאס אזוי פארלוירן געווארן? דאס האסטו געלערנט אלע יארן? איצט איז דאך דער געלעגנהייט ערשינען, דא קלאפט דאך אויס דיין אמת'דיגע גלויבנ'ס-מאס אין איר פולע ווארהייט! ווייסטו דען נישט אז מיר האבן א לעבעדיגן פאטער, וואס וואכט אויף אלעמען, און באשערט יעדן לויט זיינע געברויכן? אה! טאטע אין הימל, דו האסט מיך זיכער נישט פארלאזט, איך וועק זיך אויף פון אילוזיעס. נאך וואס בין איך אזוי פארלוירן געווארן? נאר ווייל איך האב זיך באטראכט ווי דער פאדערשטע-זיץ פירער, דאס ברענגט דאך אלע אומעטיגע מחשבות! אז מ'רעכנט דאס מ'פירט זיך אליינס, ווערט דאך קאלמוטנע אויפן הארץ ווען מ'דערזעהט זיך אין אזא לאגע. אבער אז מ'הייבט אן אנערקענען אז אלעס איז פון דיר לעכטיגער פאטער, אה! איז דאך גוט אויפן הארץ. ווער נאך אזוי ווי דיר ווייסט מיינע געברויכן און די באדערפענישן פון מיינע קינדער און הויזגעזונד. דו האסט דאך מיך ליב אן קיין שאץ, מאס-לאז מער ווי איך האב זיך זעלבסט ליב, דו ווייסט דאך וואס ס'איז אויף אן אמת גוט פאר מיר, און נאר דו קענסט עס צושטעלן אויפן בעסטן שטייגער, אז א האר זאל נישט פעלן!!!

און אז די פרנסה הינקעט אונטער, איז וואס? ווערט מען צעבראכן? אלעס איז דאך פון דיין אומענדליכע גענאדע, אלעס מאכסטו מיטן גרעסטן מאס חסד. פאר דיר איז אנטפלעקט יעדע אויסגאנג פון דאס מינדעסטע ריר פון איטליכן און יעדנפאל. און אז דו האסט דאס געשפייז ביי מיר אפגענומען, איז דאס מיט א פונקטליכער רעכענונג. מעגליך איז דאס גאנצע געקומען נאר פאר א שאק-אויפוואכונג צום פארשלאפענעם דענק-אפאראט. ווייל אז די מצב גייט ווי געהעריג, אלעס קלאפט נארמאל, קען מען זיך חלילה פארגעסן אין דיר, מ'הייבט אן קלערן וועגן דעם אייגענעם קראפט: קוק די ווערק פון מיינע האנט – גרויסט זיך די בהמה'שע זעהל, נישט אנערקענענדיג דאס אלעס איז פונעם אלמעכטיגער גאט אליין, וואס ער גיט אין מחשבה די שכל וואס צו טוען, ער גיט שטארקייט אויף אויספירן די פלענער, ער איז דער וואס גיט הצלחה, אן אים איז גארנישט פארהאן. אז מ'פארגעסט זיך אין אט דעם אלעם, איז דאך אויף וואר ביטער ווי אן איילבירט-בלאט, דען דאס בויעט דאך א שייד-וואנט צווישן זיך און דער אין סוף ב"ה, ווען דער רבוש"ע טענה'ט: אזוי? דו קענסט אליין? נו, לאמיר זעהן, באגיי דיך אן מיר... אבער יעצט טאטע, איך אנערקען דיין אלמעכטיגער האנט! און אז איך קום צוריק צו דיר, איז אין מיין האפענונג דאס די פרנסה וועט גיין צו בעסערונג, ווייל מיינסטו דען מיין שלעכטס? דו ווילסט דאך נאר מיין אומקער צו דיר, אט געב איך זיך איבער פאר דיר, מיטן אנערקענונג, אז איך בין אין דיין האנט ווי ליים ביי דעם סטאלער, וואס איז פארמעגליכט דערמיט צו פארמירן וואס ער באגערט.

און אפילו אז די לאגע – ס'זאל אויסן בלייבן – זאל נישט זעהן קיין בעסערונג, האב איך אויך נישט קיין תרעומות. דען, אלעס מידך איז דאך לטובה, ווי חז"ל לערנען אונז: כשם שמברך על הטוב כך מברך על הרעה. דו מאכסט דאך נאר וואס ס'איז גוט פאר מיר. זאלסטו מיר ווען ווייזן דעם גאנצן בילד, אלע גלגולים בעפאר, און השתלשליות ארום, מיין טאטאלן באלאנס אויף יענע וועלט, און אלסדינג וואס איז אנטפלעקט פאר דיין רום-שטוהל, וואלט איך דאך ארויס פון קאנטראל, איך וואלט אויף זיך געבראכט פיין און ליידן אן א גרעניץ וואס א מענטש קען נישט אויסהאלטן, דען איך וואלט דאן פארשטאנען דאס נויטווענדיגקייט דערפון, און אז יעדע פיצינקע שווערקייט וואס מען לעבט דורך, ברענגט דעם מענטש צו ענדלאזע גוט'ס. נאך גוט אז דו צייגסט נישט פארן פשוט'ן מענטש'ל וואס עס דרייט זיך אונטערן פארהאנג. ווייל דו, אלס דערבארעמדיגער פאטער ווייסט, ווי אזוי צו שיקן יסורים - יעדן לויט זיינע אייגנארטיגע אומשטענדן - אויף א לייכטע וועג, מ'זאל דאס קענען דורכטראגן. דו ברענגסט דאך מיר נענטער צום ציל מיט יעדע קליינע צער, און אז איך בין דאס מקבל באהבה, וואקלען זיך דאך אלע עולמות, ווען די מלאכים רופן אויס מיט וואונדער: געטס א קוק, א ילוד אשה, וואס האט נישט קיין איינונג אינעם אמת'ן רעכענונג, עס זעהט זיך אים אויס אין די פליישיגע אויגן ווי דער באשעפער פייניגט אים אן רחמנות, און ער נעמט עס אן מיט ליבע בלינדערהייט, אנערקענענדיג דאס אלעס איז צום גוטן, אן קיין חשבונות! ווי גיט זיך דען בעסערס, דאס לייטערט דאך אויס די זעהל ווי א גייסטיגע גליעניש.

עראינערנדיג אין די גלויבנס-גרונדן, פירט אים די געדאנק צו א פרישע טראכט, ער דערגרינטעוועט זיך אביסל מער: צו דען דארף איך נישט אנקומען יעדע סעקונדע צו דיין הילף, טאטע? זאלסטו – פארמייד – איין סעקונדע מיר נישט אריינבלאזן דאס לעבנס-אטעם, וואלט איך דאך קיין עקזיסטענץ אנגעהאלטן! איז דען אנדערש מיט יעדע פיצינקע גליד און אדער, ווי אלעס פארט מיט אן אויסגערעכנטע מעכאניזים וואס די קלוגסטע קעפ אין היסטאריע האבן נישט באוויזן אהערשטעלן קיין טייל דערפון. האב איך דען אמאל געזארגט דערוועגן? פארוואס'זשע נישט? ווייל איך ווער סייווי געפירט אן דעם וואס איך זאל קענען עפעס מאנעוורירן. נו, טא וואס איז אנדערש מיט פרנסה? צו ווייל איך בין באפוילן געווארן צו מאכן א ראבאטישע השתדלות, ס'זאל זיך קענען צודאכטן דאס איך בין דער גורם צו די תוצאות פון גליק? צו ווייל איך האב אויף זיך דעם שעלטונג פון "מיט שווייס פון דיין געזיכט וועסטו דיין ברויט עסן" זאל איך דאס אננעמען ווי אן עסן-קארטע וועלכע פארזארגט מיין שפייזונג? דאס איז דאך קיין ברעקל משונה פון גאט'ס האנט איבער אלע דעטאלן פונעם מענטשליכע געבוי. טא פארוואס טראג איך פרעמדנ'ס זארגן? טאטעניו! דו באאבאכסט דאך אויף אלעם, און דו ביסט דער וואס ערמעגליכט מיר צו ארבעטן און פארדינען, איך פארמאג נישט קיין אייגענע קראפט. איך ווארף פולשטענדיג ארויף די דאזיגע דאגה אויף דיר, אויך ווען איך זעה נישט באשיינפערליך פון וואנעט די הילף וועט שפראצן, ווייל נאר דו ביסט דער וואס גיבט שפייז, און דו קענסט מיך שפייזן טראץ וואס איך זעה נישט פאר מיר קיין וועג פון השתדלות!!! בלויז איין זאך וואס איך רעזערוויר פאר מיר – ווי דיין באפעל זעלבסט לויטעט - דאס איז געבעט. איך וועל תפלה טאן שטענדיג אויף יעדע ריר, ווייל דו גארסט נאך א תפלה פון א אידיש קינד, דו קוקסט ארויס אויף דיינע קינדערלעך זיי זאלן זיך ווענדן נאר צו דיר. בעט איך דיך טאטע, קוק צו מיין מערכה, און שיק מיר צו פרנסה מיט א ברייטן האנט, אויף א ריינעם און גרינגן אופן.

***

ער זיצט פארטראכט נישט דרימלנדיג אבער אויך נישט וואך, כוואליעס פון בענקשאפט און ליבע צום באשעפער, נעמען איבער זיין זעהל. דאס הארץ זאגט זיך ווי אפ פון איר אויפגאבע, זי וויל מער נישט אנטהאלטן אין זיך די ברויזנדע געפילן – מיט א בארעכטיגטע ארגומענט צו איר זייט – קען דען א קליין הערצעלע אקאמאדירן אזוי איין פלייץ פון הרגשים, וועלכע פליסן איבער אירע ברעגעס? און אז עס גיסט אריבער די שטורמישע געפילן, קערן זיי אין ריכטונג פון די שטים-בענדער, פון וואו עס רייסט זיך ארויס אן אומקאנטראלירבארע קלאנג פון בענקשאפט: טאטע'שי, דו ליבסט דאך יעדע אידיש זעהל. אויך איך בין דאך א טייל פונעם אידישן פאלק! איך דאנק דיר טאטע אויף די ארעמקייט און נויט מיט וואס דו האסט מיך באשאנקן, און צוגאב צו אלע מתנות וואס קומען דערמיט: פארפאלגונגען פון בעלי חוב, בארבארישע איזדיקעווען פון הייצונג קאמפאניע, הארצרייסענדע ווייטאגן צוצוזעהן דאס איך קען די געברויכן פון די פיצעלעך נישט פארפילן, באנעבעכונגען פון פריינט. טאטע! איך דאנק און לויב דיר פאר אלע פעקלעך וואס קומען אויף מיר מיט א באשטימטע מאס, און פונקטליכע צייט, איך גלייב מיטן גאנצן איך, דאס אלעס איז פאר מיין גוטס...

אויך ביים טרערן רעזערוואר הערשט אן אומ'סדר, די דראנג אויף ארויס איז אומאפהאלטבאר, און זאלציגע טרערן - וואס זענען אין תוך זיס - הייבן אן שטראמען. דאס זיינען שוין טרערן פון פרייד, פון דערלייכטערונג, און בענקשאפט צום זיסן טאטן. די פרישע געטרער זיכט א וועג אראפ פון די באקן, מישן זיך אויס טרערן פון התרגשות מיט די ערשטע זויערע דמעות וועלכע זיינען שטעקן געבליבן אויפן באק, און ביינאזאם גליטשן זיי און פאלן העכערן אומבארירטע שוין-אויסגעקילטע טיי, עס טריפט אריבער צום טעלערל, וואס זאל דינען אנגעבליך פאר טיי-אויסגוס, ווערנדיג איצט פארוואנדלט אין א כלי פאר זודיגע טרערן וואס קומען פון א ריין אידיש הארץ. די טעלערל ווערט נאס, ביז עס גרייכט צו די צוקערלעך וואס ריען דערויף, אויך זיי הייבן אן צעלאזט ווערן, און פארוואנדלט אין פליסיגקייט, ווי זיי זאלן ווערן אנגעשטעקט פונעם גייסט אינעם חלל, דערשפירנדיג דאס צעגיין פון שמעון'ס הארץ פארן לעבעדיגן באשעפער.

עס ווילט זיך אים ארויסלאזן אין א טענצל מיט א געזאנג פון פארזיכערונג אין גאט. געשטארקט און געמוטיגט הייבט ער זיך אונטער, און שטעלט דאס ערשטע טריט צו א נייער לעבן. א לעבן פון פרייד און האפענונג, ווענדנדיג די אויגן בלויז צום באשעפער. א לעבן אן זארג, אן שרעק, און באהעפטונג אינעם אלמעכטיגן.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25994
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג ינואר 09, 2009 11:11 am

מבהיל'דיג, פלאות'דיג, אזויפיל געפיל, אזויפיל חיזוק, אזויפיל אמת און די ראמען פון איין קרעטשמע ארטיקל.

איך דאנק אייך פון די טיפענישען פון הארץ, מממעקי הלב, די דברים היוצאים מן הלב האבן יורד געווען לחדרי בטני, זאל דיר דער זכות ביישטיין להצלחה ולברכה.

ידידך מאז,
יעקב דוב

בען בלישעם
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2008 9:58 pm

תגובהדורך בען בלישעם » פרייטאג ינואר 09, 2009 11:15 am

פשיהא, געוואלדאוונע!!! האסט מיר אויף אן אמת געשטארקט!

זאג נאר, ביסטו נישט פערצופאל אן אייניקל פון מנחם מענדל? (יא יא, דער פון שטאט ק.)

אלענפאלס, א גרויסן ייש''כ. [זיך שוין אפגעווישט די טרערן...]

אוועטאר
ראמני 08
שר האלף
תגובות: 1911
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 12:29 pm
לאקאציע: אויפן קאמפיין באס
פארבינד זיך:

תגובהדורך ראמני 08 » פרייטאג ינואר 09, 2009 12:32 pm

איך האב מיך יעצט אויך געכאפט פון מיינע מחשבות ווער ווייסט ווי לאנג כזיץ שוין דא.
ר' אינטעליגענט סאיז געוואלדיג כאב נישט קיין ווערטער...

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2910
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » פרייטאג ינואר 09, 2009 12:44 pm

ווארט ביז נאך שבת...
איך וועל עס אדורך ליינען שבת און דערנאך מגיב זיין
שכוח למפרע...

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28310
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מוצ"ש ינואר 10, 2009 9:30 pm

א גוטע וואך הער אינטעליגענט ('קרעזי' האב איך דיר שוין אמאל באטיטלט, דאסמאל ביסטו אים מעגליך איבערגעשטיגן);

עס גארט מיר אנצוכאפן א ווערטער בוך און נישטערן אויב עס פארווארפט זיך דארט א ווארט אדער ווערטל וואס דו האסט דא - גאנץ-זיכער אומווילנדיג - ארויסגעלאזט פון דעם מאיעסטעטישן חיזוק שמועס... ווייל אפילו אזעלכע ווערטער וואס איך ווייס נישט פונקט זייער באדייט האב איך דא געפונען אזוי שיין פלאצירט ווי שנירלעך טרויבן ביים זיידן אין וויין-קעלער.

ביזנעסמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 365
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 12:04 pm
לאקאציע: אויף וואקאציע

תגובהדורך ביזנעסמאן » מוצ"ש ינואר 10, 2009 9:52 pm

אינטעליגענט
כ'ווייסט נישט פארוואס דו פארענטפערסט זיך אזוי אנהויב איבע דאס אריינשטעלן אהער דעם ארטיקל, כ'גלייב אז יעדער איינער באזונדער קען גערן באשטיין צו ליינען אפאר טריפליכע ווערטער, ספעציעל אצינד ערב די שובבים וואכן וואס יעדער זוכט אביסל ערנסטקייט...

זייער זייער שיין, רייך, געפיליש! אזא ארטיקל איז ווערד געשטעלט צו ווערן פאר יעדן אידיש קינד פאר די אויגן באשר הוא!

א דאנק!
תורה איז די בעסטע סחורה.

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » זונטאג ינואר 11, 2009 9:55 am

אהה, יעדעס ווארט יעדע שורה מלא טעם, מ'שלינגט עס מ'קייט עס איבער און מ'איז עס נאכאמאל מעביר סדרה, דורכגעווייקט אמונה און בטחון קען מען און דיר געפונען, וואויל איז דיר אז דו האסט געזען פאר וויכטיג עס מיטצוטיילן מיט אונז די מחשבות. יש"כ

אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1681
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 08, 2009 12:06 pm

תגובהדורך משה קארנפעלד » זונטאג ינואר 11, 2009 11:19 am

אינטעליגענט קיין ווערטער איז נישט פארהאן אינעם אידישען לעקסיקאן, וואס זאל קענען אראפ מאלן דעם זעלטענעם ארטיקל, וועלכע שפירט זיך ווי א "אפען הארט סורדזשערי" אויף צענדליגע פארווייטאגטע אידישע הערצער.

אינטעליגענט אינטעליגענט! די דברי חיזוק וואס איך האב זיך אנגעשעפט ליינענדיג דיין ארטיקל, איז מיר געווען א פרישע קוואל פון נחמה, נאכן זיך געפונען אין א ענליכע מצב אשר אי אפשר לפרטם.

יש"כ.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

תגובהדורך יודל מענדלזאהן » זונטאג ינואר 11, 2009 11:55 am

הערליך, רייך, פילפארביג, באשריבן מיט דעם אייגנארטיגן חן פון אמאליגע אידישע שריפטשטעלער. שוין אפגערעדט פונעם אינהאלטסרייכן תוכן הדברים.

ר' אינטעליגענט, ירבו כמותך בישראל! אזעלכע ליטעראטורישע ווערק, אריינקריכנדיג אין די מח קעמערלעך פונעם באשריבענעם, און אריינפירנדיג דערביי דעם לייענער צו שמעון'ען אין סאלאן, אזעלכעס זעהט מען נישט אפט, אויב בכלל. דערצו די אינפוזיע פון גייסטרייכע אידישקייט, די חיזוק ווערטער מיט א פילבארע הארץ, גיבן א ליבליכע גלעט פאר'ן אנגעווייטאגטן געמיט, און דינען ווי באלזאם פאר'ן פארקלעמטן זעהל.

דער זכות זאל אייך אוודאי ביישטיין, און איר זאלט זוכה זיין צו שרייבן נאך חיזוק ארטיקלען און מוטיגן אידישע קינדער, אריינברענגענדיג ליבשאפט אין אונזערע הערצער לאבינו שבשמים.

זילבערנע בעכער
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2007 10:01 am

תגובהדורך זילבערנע בעכער » זונטאג ינואר 11, 2009 12:15 pm

קרעטשמע קרעטשמע, אויב האסטו געמיינט אז דו האסט שוין אלע שרייבערישע טאלאנטן פארטראגן.
אויב האסטו געמיינט אז אלע בליציגע און טרעפליכע ארטיקלן האט שוין אדורכשפאצירט דיינע רייען.
אויב האסטו געמיינט אז מ'האט שוין אויף דיר אלע הארץ בלוטונגען און טרייסט ווערטער ארויף געגאסן.
אויב האסטו געפרעגט וואס נאך קען מען דא מוסיף זיין אויף מיר, ביי מיר האבן שוין געשריבן די בעסטע און די שענסטע.
יא ? אזא געדאנק האט זיך דיר זיכער אדורך געגליטשט, נישט אזוי טייערער קרעטשמע זיסער ?

איז אבער געקומען אינטיליגענט און דיך געווארפן אויף די ווענדקע, דאס האבן מיר נאכנישט געזען, אזא ארטיקל וועסטו נישט טרעפן טייערער קרעטשמע זינט דו ביסט געגרינדעט געווארן.

נישטא די ווערטער מער.

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9150
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » זונטאג ינואר 11, 2009 4:08 pm

הויפענעס חיזוק זענען געשעפט געווארן פון דעם ארטיקל.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » זונטאג ינואר 11, 2009 5:00 pm

אינטעלעגענט, איים ספיטשלעס אן די מאמענט, אבער וויסן זאלסטו טייערער פריינד, דיינע רייד זענען ווי באלזאם אויף אן אויסגעטריקענטער קערפער, עס טריפט אריין עטוואס חיות אין די עצמות יבשות, אן ארטיקל ווי דאס ברויך טרעפן דעם וועג צו מער עפענטליכע ערטער א שטייגער ווי א צייטונג אדער סיי וועלכע אויף פאפיר געדריקטער אויסגאבע.

א ריזן יישר כח מעמקא דליבאי.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12473
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג ינואר 12, 2009 3:09 am

מבהל'דיג!

אינטיליגענט, דער ארטיקל איז באשריבן אויסטערליש רייך אין שפראך און זייער רייך אין אמונה און אידישקייט.

וכיאנאש ועוד לקרא. אין די יעצטיגע צייטן ווען די מצב הפרנסה ביי אינזערע ברודער זענען אזוי שווער וואלט דער ארטיקל געברויכט געשטעלט ווערן אין די היימישע צייטונגען אז די וואס ברויכן דאס ניצן זאלן דאס קענען ניצן.

איי וויי וויי.. עמער'ס חיזוק!
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

תגובהדורך אינטעליגענט » מאנטאג ינואר 12, 2009 11:00 am

איך באדאנק מיך פאר אלע קאמענטירער און לויבער. און בעיקר פאר די וואס מעלדן אז זיי האבן דערפון געהאט חיזוק.

קרעמער האט געשריבן:
עס גארט מיר אנצוכאפן א ווערטער בוך און נישטערן אויב עס פארווארפט זיך דארט א ווארט אדער ווערטל וואס דו האסט דא - גאנץ-זיכער אומווילנדיג - ארויסגעלאזט פון דעם מאיעסטעטישן חיזוק שמועס... ווייל אפילו אזעלכע ווערטער וואס איך ווייס נישט פונקט זייער באדייט האב איך דא געפונען אזוי שיין פלאצירט ווי שנירלעך טרויבן ביים זיידן אין וויין-קעלער.

וועלכע ווערטער זענען נישט באקאנט? איך מיין אז די איינציגסטע ווילד-פרעמדע ווערטער וואס איך האב אריינגעשמירט זענען "פערפענדיקל" און "פענדיולום", וואס ביידע באדייטן די זעלבע זאך, נעמליך, דאס שטעקעלע וואס וויגט זיך ביי די פארצייטישע זייגערס. [דאס האב איך אמאל געזעהן אין "מעלות". נאר איך מיין אז "פערפענדיקל" איז די ספעציפישע נאמען פון דעם שטעקעלע אינעם זייגער, וועלכע פירט די רעדלעך-מעכאניזים אינעם זייגער. און "פענדיולום" איז דער נאמען פאר יעדע הענגענדע וויגענדע זאך].

ביזנעסמאן האט געשריבן:אינטעליגענט
כ'ווייסט נישט פארוואס דו פארענטפערסט זיך אזוי אנהויב איבע דאס אריינשטעלן אהער דעם ארטיקל, כ'גלייב אז יעדער איינער באזונדער קען גערן באשטיין צו ליינען אפאר טריפליכע ווערטער, ספעציעל אצינד ערב די שובבים וואכן וואס יעדער זוכט אביסל ערנסטקייט...
א דאנק!

איך וועל מער מסביר זיין מיינע קווענקלנישן:
ס'איז דא מענטשן וואס גלייכן נישט צו ליינען קיין ערנסטע שרייבעכצער, בפרט נאך פון א וויינענדע טעמע מיט ברעזשעראציעס אראפגעמאלן לעבעדיג. זיי ווערן דערפון אנגעזעצט. בנוסף, וואס עס קוקט ענדערש אויס ווי א שיעור אין בטחון, איידער אן ארטיקל.
אבער פון די אנדערע זייט האב איך געקלערט, אויב מענטשן קענען דערפון האבן חיזוק, פארוואס זאל איך מיך רעכענען מיט דעם וואס וויל עס נישט ליינען, זאל ער אריבערמישן און גיין ווייטער. איך האב ספעציעל אריינגעלייגט אינעם קעפל א ווארנונג: מ'רעדט דא פון א וויינענדיגע טעמע...

אוועטאר
צוביילטער
שר חמש מאות
תגובות: 539
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2008 1:09 pm
לאקאציע: אין בעט

תגובהדורך צוביילטער » מאנטאג ינואר 12, 2009 3:09 pm

אינטעליגענט, פונקט ווי דיין ארטיקל איז נישט קיין ווערטער, נאר א שטיק הארץ, איז אוממעגליך צו קאמענטירן דערויף מיט ווערטער.

איין טענה האב איך יא אויף דיר. פארוואס האסטו געשריבן דעם ארטיקל פונקט פרייטאג?
נישט האבנדיג קיין צייט צו ליינען דעם ארטיקל, האב איך'ס ארויסגעפרינט און געליינט פרייטאג צונאכטס. א גאנץ שבת האב איך געמוזט איינהאלטן מיין טרערן ביז איך האב עס געקענט איבערליינען מוצ"ש מיט אפאר גע'זאלצ'ענע שנירלעך.

נאר איך ברויך דיר אפגעבן א בזונדערע דאנק פארן אויפקלערן וואס די אלע ארבייטסלאזע מאכן מיט. ביז יעצט האב איך זיי אנגעקוקט ווי סתם נערוון קריכער ווען זיי האבן געפרעגט אויב איך ווייס אפשר פון עפעס א דזשאב.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25397
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג ינואר 12, 2009 3:23 pm

אינטעליגענט, דו ווייסט אליין אז ס'איז מורא'דיג, איך גיי דיר דאס נישט זאגן, ווייל אויב עפעס וועלעכעס נאר אפ'הרג'נען..

אבער קריטיק מעגעך זיכער געבן, די קעפל וואס דו האסט געשריבן איז זייער קורץ, ס'דארף שטיין, "צום ליינען צום וויינען און הנאה האבן! גלייכצייטיג: א טרייסט פארן גייסט!......

אופס! נאך א קריטיק, פאר איך שלח, א_וואו מיין רבי פלעגט צו זאגן, "אז דו קענסט יא, שרייב מער אפט".....
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » מאנטאג ינואר 12, 2009 4:13 pm

אויכעט געליינט צוגענאגלט צום בענקל, מיט א אפענע מויל, פון אנהייב ביזן סוף, אין זיך שטארק מחזק געווען.
א דאנק!

יידישיסט
שר חמש מאות
תגובות: 609
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 13, 2008 10:48 pm

תגובהדורך יידישיסט » מאנטאג ינואר 12, 2009 5:01 pm

איך רייב מיר די אויגן צו זעהן ווי איך געפון מיך, צו איז דאס א ווירקליכקייט אדער בלויז א חלום? עס דאכט זיך מיר ווי איך בין צוריקגעפארן צו דעם אלטן זיסן מיטלאלטער, צו דעם אמאל.... איך מיין נישט חלילה די נעגאטיווע זכרונות פונעם מיטלאלטער וואס ברענגען דעם מענטש נאר צו טרערן, אבער פארהאן אויך זיסע זכרונות פון אמאל. יא, יא, מיר אלע דא זיצן אין קרעטשמע, פארוואס פונקט קרעטשמע? צו איז דאס ווייל מיר האבן ליב דעם ביטערן טראפן? צו איז דאס ווייל מיר האבן ליב ציגאנערישע טענץ אויפן נוסח פון א פארצייטישע קרעטשמע? ניין, ווען אזעלכע זאכן וואלטן אונז געצויגן וואלטן מיר ענדערש אריין אין א ווערצהויז, מיר וואלטן זיך אויפגעזוכט עפעס א "באר". די אלע וואס קומען אהער קומען איינפאך צוליב נאסטאלגיע.. עס בענקט זיך יעדן צו די מאשקעס פון די ביכלעך, צו די נעבעך שווער-אפגעליטענע ארענדארן, און איך ווייס נישט צו מען מעג זאגן אבער אפילו ווען מען דערמאנט א פריץ, צו אזא איוואן אדער סטעפאן גיט דאס אויך א קיצל אין הארץ מיט בענקשאפט, נישט חלילה צו די רשעים, נאר צו די אידן וואס האבן געלעבט אין זייער צייט.

נו, בין איך דאך דא אין קרעטשמע פאר דעם צוועק אביסל זיך אנצולייגן אויפ'ן עבר און זיך קלאמערן אין דער פארגאנגענהייט. נו, רעדנדיג פון אבאמא אדער מעקיין קען אוודאי קיין נאסטאלגיע נישט ארויפשווימען, פארקערט גאר, עפעס אן אומהיימליך געפיל נעמט ארום דעם גייסט ווען מען דערמאנט זיך אין דעם שווארצן פרעזידענט. יעצט אבער האט מיר דער באשעפער צוגעשיקט צו זעהן דעם ארטיקל, האב איך באמת א טרייסל געטון, עס האט מיך ארומגעכאפט א ווארעם געפיל און א בענקשאפט צו אמאל... דאס איז וואס עס פארלאנגט זיך אין א קרעטשמע. דער אינטעליגענטער שרייבער הייבט אויף דעם ליינער פונעם דומפיגן היינט און פירט אונז צוריק צו דעם גלאררייכן אמאל, צו דער אלטער היים, דארט ווי עס האבן טאקע אויף אן אמת געוואוינט מאשקעס און ארענדארן, דארט ווי עס האבן שפאצירט פערד געשפאנט צו קארעטעס, די וועלט פון די בעלי-עגלות... די וועלט פון אונזער פאנטאזיע...

טייערער אינטעליגענט איך האב נישט קיין ווערטער אין מויל דיך צו באדאנקען ווי געהעריג. עס שטעלן זיך מיר טרערן אין די אויגן פון אזא ווארעמע באשרייבונג, עס ווילט זיך מיר נעמען פליגלען און פליען צום אמאל.. צום אמאל.. אמאל...אמאל...אמאל........

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8852
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » מאנטאג ינואר 12, 2009 5:20 pm

הער אינטעליגענט, איר האט מיר ווי היפנאטיזירט מיט אייערערע מאיעסטעטישע ווערטער, אך וואספארא נאנטקייט מען שפירט צום ליבן פאטער נאך אט אזאלכע זיסע רייד, זאל אייך דער זכות ביישטיין אויף שטענדיג.
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 837
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 24, 2008 1:23 pm

תגובהדורך הערשי קניהויז » מאנטאג ינואר 12, 2009 8:17 pm

האסט מיר גענומען אויף א הערליכע שפאציר, און מיך מחיה געווען, און אריינגעגאסן אין מיר פיל מיט חיזוק, שכוח איטעליגענט.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18577
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דינסטאג ינואר 13, 2009 10:52 pm

אינטל, הערשט יעצט געליינט, און אזוי ווי אסאך אנדערע, בין איך אויך ספיטשלעס, ס'איז געוואלדיג, און א הערצליכען יישר כח פאר די דברי חיזוק.

שאצ'ל, כ'בין נישט זיכער אז מ'מעגעס ליינען שבת.

אוועטאר
יענטאאש
מ. ראש הקהל
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 3:12 am
לאקאציע: http://twitter.com/yentash
פארבינד זיך:

תגובהדורך יענטאאש » מאנטאג ינואר 19, 2009 3:50 pm

הער אינטעליגענט,

שריפט, געפיל, תוכן. א פלעזשור צו ליינען.

א הארציגן יישר כח.

ליפשיץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 11, 2009 2:51 pm

תגובהדורך ליפשיץ » דינסטאג ינואר 20, 2009 10:53 am

הפלא'דיג! איך ווינדער זיך צי עס געפונען זיך נאך בכלל היינט צו טאגס מענטשן וועלכע זאלן פארשטיין דער עמקות וואס ליגט אין אזא סארט מייסטערווערק. דאס נידעריקייט פונעם היינטיגן שריפט סטאנדארט האט אזוי אראפגעברענגט דעם קוואליטעט פון א גוטן שריפט, אז עס איז שוין היינט צו טאגס שווער צו טרעפן א ריכטיגער מבין וועלכער זאל פארשטיין צו א גוטן שריפט און הנאה האבן פון אזא סארט ווערק.

הער אינטעליגענט, איך בין נישט דער גרעסטער מבין, אבער אויף אזויפיל פארשטיי איך נאך יא אז אין דעם ארטיקל ליגט עפעס מער ווי דער סטאנדארט. איר האט אונטער איין ארטיקל צוזאמענגעברענגט אלץ וואס נאר שייך; דער אינהאלט, די שפראך, דער סטיל, דער מוסר השכל, ס'איז עפעס אויסטערליש. דוכט זיך אז אין קיין שום ווירקליכע אויסגאבע קען מען היינט צוטאגס אזא ארטיקל נישט טרעפן.

אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

תגובהדורך אינטעליגענט » דאנארשטאג ינואר 22, 2009 8:02 am

איך וויל זיך עפנטליך באדאנקן פאר אלע מגיבים. בפרט פאר די וואס האבן גענומען די מיה, און אפגעקלאפט לאנגע מערכות, ארויסצוברענגען די קוואליטעט פון דעם געשרייב.

א דאנק אייך: מיללער, בען בלישעם, ראמני, שאץ, קרעמער, ביזנעסמאן, יגר, משה קארנפעלד, יודל מענדלזאהן, זילבערנע בעכער, טריאו, יאנאש, צייטליך, צוביילטער, וויכטיג, בעילאוט, יידישיסט, שמערל, הערשי, איכער, יענטאאש, ליפשיץ.

מיין דאנק צו אייך איז צווייפאכיג. איינס, אויף די חיזוק און לויב. צוויי, ווייל נאך יעדע תגובה, קומט דאך ארויף דער אשכול אויפן אויבערפלאך, אזוי ארום קענען נאך אידן דערפון הנאה האבן, און ערהאלטן ערמיטיגנוג פארן זעהל.

---
אגב, איך קלער, אז פילע צווישן אונז האבן טיילמאל טראכטונגען בענייני בטחון, און רעיונות ווי זיך מחזק צו זיין. איך גלייב עס וואלט געווען א געוואלדיגע זאך, אז איינער זאל זיך יאווען צו עפענען אן אשכול, וואס אלע זאלן דארט שרייבן זייערע אמונה'דיגע רעיונות, און אזוי ארום מחזק זיין אנדערע. עס מוז נישט זיין דוקא אויף א שרייבערישע סטיל, חיזוק קען שעפן פונקט אזוי פון א יעדן-טאגעדיגע שריפט, דער עיקר, עס זאל קומען פון הארץ. [בעסער איז, אויב דער ערשטער שרייבער פונעם אשכול, שרייבט דירעקט נישט הויך-שרייבעריש. אזוי אז די נאכפאלגנדע, זאלן זיך שפירן באקוועם צו שרייבן ווי עס קומט פון די הענט].


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט