צום ליינען און וויינען! גלייכצייטיג: א טרייסט פארן גייסט!

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 26024
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג ינואר 22, 2009 8:19 am

הרב אינטעליגענט אנטשולדיגטס מיר פארן נישט שעקויעכן ביז איצט, איך האב עס געלייענט דאן ווען איר האט עס געשריבן און ארויסגעפרינט, באט איך האב געהאלטן אז עס פאסט נישט נאר צו שרייבן א קליינעם געווענליכן ישר כח, ווען דאס קאפ וואלט מיר געווען אויפן פלאץ וואלט איך ווען געשריבן א לאנגס און א ברייטס זע איך אבער אז עס קומט נישט דערצו, און איצט האלטן מיר וואו מיר האלטן, און איר זינט נאך נישט געווארן באדאנקט, אנטשולדיגט מיר נאכאמאל און איר וועט מיר אודאי מוחל זיין.

נ"ב: "פענדאליום" איז לאו דוקא אידיש, עס ווערט אזוי אנגערופן אויפן פשוט'ן ענגליש.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 26024
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג ינואר 22, 2009 8:22 am

אינטעליגענט האט געשריבן:אגב, איך קלער, אז פילע צווישן אונז האבן טיילמאל טראכטונגען בענייני בטחון, און רעיונות ווי זיך מחזק צו זיין. איך גלייב עס וואלט געווען א געוואלדיגע זאך, אז איינער זאל זיך יאווען צו עפענען אן אשכול, וואס אלע זאלן דארט שרייבן זייערע אמונה'דיגע רעיונות, און אזוי ארום מחזק זיין אנדערע. עס מוז נישט זיין דוקא אויף א שרייבערישע סטיל, חיזוק קען שעפן פונקט אזוי פון א יעדן-טאגעדיגע שריפט, דער עיקר, עס זאל קומען פון הארץ. [בעסער איז, אויב דער ערשטער שרייבער פונעם אשכול, שרייבט דירעקט נישט הויך-שרייבעריש. אזוי אז די נאכפאלגנדע, זאלן זיך שפירן באקוועם צו שרייבן ווי עס קומט פון די הענט].


א ריזיגער געדאנק, איך בין גרייט און וועל בל"נ אנטיילנעמען כיד ה' הטובה עלי.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

תגובהדורך אינטעליגענט » דאנארשטאג ינואר 22, 2009 8:23 am

יישר כח פארשלאפן, אויף די דאנק, און אויף די הערה.
farshlufen האט געשריבן:נ"ב: "פענדאליום" איז לאו דוקא אידיש, עס ווערט אזוי אנגערופן אויפן פשוט'ן ענגליש.

איך בין נאר נישט קלאר וואס דאס מיינט פונקטליך אין ענגליש. צו עס מיינט יעדע וויגענדע זאך, אדער ספעציפיש דער פערפענדיקל [=אזוי איז עס אין דייטש].

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 26024
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג ינואר 22, 2009 8:29 am

זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

יידישיסט
שר חמש מאות
תגובות: 609
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 13, 2008 10:48 pm

תגובהדורך יידישיסט » דאנארשטאג ינואר 22, 2009 9:53 am

פערפערנדיקל איז אן אינטערנאציאנאל ווארט, און דאס איז באקאנט אזוי אויף יידיש אויך, נישט נאר אויף דייטש (PENDULUM איז - ווי פארשלאפן זאגט - אויף ענגליש). דאס איז פשוט דערפאר וואס דער זייגער לויפט אין א ווערטיקאלע ליניע (פון אויבן אראפ) דרייענדיג זיך ארום זיין פערפענדיקולארן שטח וועלנדיג כסדר צוקומען צו זיין געוויכט-פונקט און שאפן א גלייכגעוויכט, בעת וואס ער ווערט פון דארט כסדר פארטריבן.

אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2323
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

תגובהדורך cano » דאנארשטאג ינואר 22, 2009 12:46 pm

שטעל עס אריין אין א צייטונג, אבער שוין, מיין מאמע וואלט זיך באלעקט מיט אזא ארטיקעל, זי וואלט אנגעקאלט אלע קינדער אז די וואך דארף מען קויפען די צייטונג אין ליינען אטא די ארטיקעל, און וואו עס פארשטייט זיך אליין, וואלטען אלע קינדער איר אנגעקאלט זאגען א ישר כוח פארען ארטיקעל.

עס איז געוואלדיג, איך בין ארויס פין התפעלות.
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12019
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מיטוואך יולי 15, 2009 7:33 pm

באמערקט די אשכול אין איך קען מיך נישט צוריק האלטען פין מגיב זיין,

אינטעליגאנט, דיין ארטיקעל איז באלזאם אין די זמנים, אזעלכע טייערע ווערטער מיט אזא געפיל אראפגעשריבען,
ווי נעמט מען די ווערטער דיר צי דאנקען אויף דיין ווערק,
אין אזעלכע זמנים ווען אזויפיל יודן זעהן נישט דעם חסד ה' אין מ'פלאגט זיך ביטער שווער, קען אמאל דורך לויפן א מחשבה א קליינע, מיט א געפיל פין תערומות פארוואס פינקט איך?
קומט דער אינטעליגאנט אין שמירט ארויף אביסעל באלזאם אויפן וואונד, אין איז דיר מסביר אז דאס איז פאר דיין טובה....
אוי.... האסט מיך צענימען...

מ'גיימיר עס פרינטען אין מהנה זיין אפאר יודן וואס קענען עס ניצען,
(איך דענק נאך ווען איך פלעג זיי קענען אי-מעילן... היינט האבען זיי שוין נישט קיין אי-מעילס נעבעך..)

.

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » מיטוואך יולי 15, 2009 7:58 pm

אפשר זאגט מיר איינער פארוואס? פארוואס דארף איך יעצט באמערקן דעם ארטיקל? איך פארשטיי נישט וויאזוי דער ארטיקל האט זיך ארויסגעשלייכט פונעם קערבל פון אומגעליינטע געהענגלעך, און אריינגעפאלן אין די טיפע עמער'ס פון די הונדערטער אפגעגעסענע צווייגלעך.

דער ארטיקל דערמאנט מיך פון די אחדות אויסגאבע פאר בחורים וואס יעדעס מאל באנעמט מיר זייער באשרייבונג עקסטער וויאזוי זיי פירן "נאטורליך" אריין דעם ליינער אין מוסר שמועסן, אנדעם וואס מען זאל אפילו כאפן. דער ארטיקל הייבט זיך אן אזוי זיס, ווען יעדעס ווארט און מליצה פירט אריין דעם ליינער אין אזאלכע לויטערע און רואיגע מינוטן, און דער מוסר ווערט ווי אויטמאטיש אריינגעגאסן הערליך און שיין, אלץ אן עיקר באשטאנדטייל צום פאזל.

איך ווייס אז מען האט שוין גערעדט דערפון, איך און אנדערע, אבער שוין ס'העכסטע צייט אז היימישע קרעטשמע זאל פון צייט צו צייט ארויסגעבן א קאלעקציע פון די שענסטע באשרייבונגען, אט אזוי ווי די דאזיגע, אויף א פרינטעבל ווערסיע, אזוי וואלט איך זיכער נישט פארפאסט אזא ארטיקל.

אינטעליגענט, מיר פארלאנגן נאך איינס אזאנס!
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

טיטאניק
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 19, 2009 12:05 pm

תגובהדורך טיטאניק » מיטוואך יולי 15, 2009 8:06 pm

דאס איז טאקע א גוטס, WOW, ישר כח אינטילעגענט, און גרויזאמער פארן ארויפברענגן.

אוועטאר
האמבורגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 4:36 pm

תגובהדורך האמבורגער » דאנארשטאג יולי 16, 2009 4:34 am

איך בין שטארק נתעורר געווארן, יישר כח.

קנעפעל
שר מאה
תגובות: 164
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 19, 2007 4:53 pm

תגובהדורך קנעפעל » דאנארשטאג יולי 16, 2009 11:06 am

איך האב אויך די זעלבע קשיא ווי "גרויזאמער" היתכן אזא טייער שטיקעל ,שער הבטחון, זאל איך ערשט יעצט באמערקען, כאטש עס איז יעץ אויך געוואלדיג ציניץ געקימען, ממש האסט מיך אנגעשמירט מיט זאלב אויל, אויף א פארווייטוגטע וואונד, מיט דיינע מוראדיגע רייד פון חיזוק,
אפילו די אלע זאכן זענען דברים פשוטים, מיר אלע גלייבן באמונה שלימה, אז אלעס וואס קימט פאר אויף דעם עולם, איז פאר אונזער טובה, מיט דעם אלעם דארף מען עס האלטן אין איין חזרן, ווי דער טייטש גייט ,ורעה אמונה, מען זאל זיך פאשענען מיט אמונה,
אינטעליגענט, האסט באמת אראפגעליינט א אינטעליגענטע שעור פון בטחון און אמונה, עס איז זיכער ווערט ,ווי אנדערע האבן שוין דערמאנט, עס אפצידריקען ,אפשר גאר, ארימלייגן אין די בתי מדרשים וכדומה
מיר ווארטן שוין אויף נאך א שיעור

פוילישער
שר חמש מאות
תגובות: 852
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2007 11:33 am

תגובהדורך פוילישער » זונטאג נובעמבער 29, 2009 4:38 pm

אן הערליכער מייסטער ווערק, א געלונגענעם פעדער, א רייכער שפראך, וואס טראגט אריין דעם ליינער לייוו אין ר' שמעונ'ס סאלאן, און מען טרעפט זיך מיטאמאל מיט א פארקנייטשטע שטערן פון שמעונ'ס דאגות, ביז עס ווערט אויסגעלייטערט מיט די זיסע געשריבענע ווערטער, וואס מאכט פליסן אמונה וביטחון אין אונזערע אדערן.

א שאד איך האב עס הערשט היינט באמערקט, אבער איר ווערד איז נאך אין קראפט. ישר כח אינטילעגענט.

אוועטאר
פרייליכערהייט
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2009 12:33 am

תגובהדורך פרייליכערהייט » דינסטאג דעצמבער 01, 2009 1:00 pm

פוילישער געבענטשט זאלט איהר זיין פארן דיזן ארטיקל אפירקראצן, געבענטשט דיין האנט פארן איהר אפיהרזוכןן, געבענטשט דיין קראפט פארן איהר ארויפשלעפן, ווען נישט דיר ווער ווייסט ווילאנג איך וואלט זיך דא געדרייט און נישט אין איהר זיך אנגעקלאפט, געבענטשט זאל זיין די ווינטעלע וואס האט אין דיר דער גייסט אריינגעבלאזן,

און יעצט צו דיר אינטעליגענט: א ווארט, אויב איך מעג, איך וועל מיך געטרויען מיט א ווארטעלע מיין איבערנעמונג מיטטיילן,

איך בין איבערגענומען ? איך שטיי און שטוין? איך זיץ און קלער ? איך בין נאקעט פון מיין גוף ? איך בין אויסגעהיילט ? איך בין קראנק ? איך בין אן לשון ?
ניין די אלע מצבים וועלן נישט דיין ארטיקל קלאסיציפירן, זיי זענען צו ארים איהר צו פארטייטשן, זיי זענען צו קאלט איהר אנצוכאפן, זיי זענען צו קורץ איהר אנצוהאלטן,
איך וועל גארנישט זאגן, איך וועל עס נאר נאכאמאהל איבערליינען, ווייל די וועלט אין וועלכע דו פירסט אריין די לעזער, די פארבארגענע קעמערלעך וואס דו עפענסט אויף, די האקעלע סטרונעס וואס דו בארירסט, די איידעלע קלאנגען מיט וואס דו רופסט, די העכערע געזאנגן וואס דו זינגסט, די לעבעדיגע בילדער וואס דו מאהלסט, די אנגסט פון וואס דו באפרייסט, די ריינקייט וואס דו גיסט, ..................וואס נאך ,,, קען איך ענדיגן ? איך וועל מוזן , אבער זייט וויסן אז איך האב איהר אויף'ן וואנט פון מיין געדדאנק אויפגעהאנגן, און מיט מיין דענקערישע אויג טוה איך נאך אלס צום ערשטן מאהל ליינען,

האסט מיך געמאכט פרייליך, יישר כח, און מיר ווילן נאך,
כאשר דלת אחת של אושר נסגרת - אחרת נפתחת.אבל לרוב אנו מסתכלים על הדלת הסגורה, ולא רואים את זו שנפתחת עבורנו.

יידישיסט
שר חמש מאות
תגובות: 609
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 13, 2008 10:48 pm

תגובהדורך יידישיסט » מיטוואך דעצמבער 02, 2009 9:19 pm

א ליד פון מרדכי געבירטיג הי"ד, פאסיג צו דעם:
[פארשטייט זיך, געאייגנט נאר פאר די וואס האבן דעם טעם אין אידישער פאעזיע]

איינס, צוויי, דריי, פיר,
ארבעטלאזע זענען מיר,
נישט געהערט חדשים לאנג,
אין פאבריק דעם האמער קלאנג.
ס'ליגן כלים, האלב פארגעסן,
עס נעמט דער זשאווער זיי שוין פרעסן,
גייען מיר ארום אין גאס,
ווי די גבירים פוסט און פאס.

איינס, צוויי, דריי, פיר,
ארבעטלאזע זענען מיר,
אן א בגד, אן א היים,
אונזער בעט איז ערד און ליים.
האט נאך ווער וואס צו געניסן,
טיילט מען זיך מיט יעדן ביסן,
וואסער, ווי די גבירים - וויין,
גיסן מיר אין זיך אריין,

איינס, צוויי, דריי, פיר,
ארבעטלאזע זענען מיר,
יארן לאנג געארבעט שווער,
און געשאפט אלס מער און מער,
הייזער, שלעסער, שטעט און לענדער,
פאר א הייפעלע פארשווענדער,
אונזער לוין דערפאר איז וואס,
הונגער נויט און ארבעטלאז.

איינס, צוויי, דריי, פיר,
אט אזוי מארשירן מיר,
ארבעטלאזע שריט נאך שריט,
און מיר זינגען זיך א ליד,
פון א לאנד, א וועלט א נייע
וואו עס וואוינען מענטשן פרייע,
ארבעטלאז איז קיין שום שאנד (?),
אין דעם נייעם פרייען לאנד,
אין דעם נייעם פרייען לאנד !!!

אוועטאר
גיי_ווייס
שר מאה
תגובות: 236
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2009 12:34 am

תגובהדורך גיי_ווייס » מאנטאג דעצמבער 07, 2009 10:09 pm

אינטליגענט דיינע ווערטער זענען פיל מיט חיזוק און געפיל
א גרויסער שכוח
מען קען צילייגן א ווארט וואס די חפץ חיים פלעגט זאגן
א יוד איז ארויף געקימען אויבן און הימל און אין זיך געשטעלט צים בי"ד של מעלה, הייבט מען אן צי פרעגן, נא ר'יוד פארוואס האט איר גיטאן דאס און דאס? הייבט ער אן ווייסט דאך און בין געווען אן עושר איך האב געהאט א סאך געלט די נסיון איז געווען זייער גרויס, פרעגט מען אים ווייטער און פארוואס האט איר געטאן דאס? זאגט ער איך האב געהאט אזויפיל כבוד ס'איז פשוט נישט אויס געקימען, פיין און פארוואס נישט דאס? פרעגט מען אים ווייטער, ענטפערט ער איך האב געהאט א זייינע פיינע קינדער איך האב נישט געפילט פאר וויכטג צי טין דאס,

אין אזוי האט מען אים אויסגעפרעגט זיינע מעשים אויף דער וועלט, אין די ענטפער איז געקימען וואספארע גיט לעבן ער האט געהאט אין דאס האט אים געשטערט צי ציקימען צי זיין ריכטגע ציל, האט די בי"ד של מעלה געפאסקינט אז ער וועט מיזן נאכאמאל מגילגל ווערן און נישט האבן א זעלכע גיטע קינדער ער זאל זיך דארפן אביסל מער פלאגן, און נישט האבן אזוי פיל געלט און כבוד אפשר אזוי וועט ער אנקימען שנעלער צי זיין תקין, די יוד האט זיך זייער געפרייט אז ער האט בקימען די וועג צי זיין תקין דורך נאכאמאל מגילגל ווערן, מגילגל ווערן איז אויכט געפערליך פאר די נשמה אבער נאך אלטץ בעסער ווי אלא אנדערע עונשים וואס מען טיילט דארט אויס,
קימט אראפ די מענטש אויף די וועלט ווי פארשטייט זיך ווייסט ער נישט זיין פאריגע גילגל
און הייבט אן ראיג זיין לעבן ווי א יעדע אנדערע מענטש, דא מיטשעט ער זיך מיט פרנסה און דא מיט די קינדער אא"וו אין פארשטייט נישט וואס גייט פאר, אין דרייט זיך ארים מיט קשית, קיק יענעם גייט גיט אין איך פלאג מיך אזוי
א יעדע מענטש קען זיך אליין מחזוק זיין, נישט וויסנדיג וואס ער אליין האט זיך אויסגעוועלט
_________________________x

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 17728
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך יולי 03, 2013 8:53 pm

פיר מיט א האלב יאר זענען אדורך, און דער אשכול ווערט אפגעשטויבט נאכדעם וואס איר מייסטערווערק איז ערשינען אין אייוועלט'ס מי מנוחות אויסגאבע נומער צוויי.

וואו נעמט מען די ווערטער אויסצודרוקן שטוינונג אויף אזא מייסטערווערק? אומגלויבליך וויפיל טאלאנט קען זיך באהאלטן אין איין שרייבערל.
עס איז מארגן אין אמעריקע, אז מען לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5359
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מיטוואך יולי 03, 2013 9:07 pm

וואסער!!!

כ'וועק מיך אויף, בין איך טאקע דא? ביי מיר אין אפיס אדער ערגעץ אויפ'ן גענאק?

אזא מייסטערווערק לייענט זיך נישט יעדען טאג.

ישר כח לכאורה פארן ארויפברענגן!

ישר כח אינטעליגענט פארן שרייבן!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5359
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מיטוואך יולי 03, 2013 9:11 pm

און מ'דארף מוסיף זיין, ישר כח געלעגער פארן אריינלייגן אין מי מנוחות (אויפ'ן מי מנוחות אליין שקויעך איך נישט, כ'קען נאכנישט)
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10550
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מיטוואך יולי 03, 2013 10:10 pm

יאפ אזאנס מאכט זיך נישט אזוי אפט, נישט סתם געווארפן איבריגע פראזן נאר יעדע ווארט איז אויסגערעכנט, קריכט שטייטעלעך אריין אין מח און נעמט דיר מיט צו שמעון אין מח אריין.

א ריכטיגע מייסטערווערק!
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » דינסטאג יוני 05, 2018 10:26 pm

מ'קען פראסט און פשוט משוגע ווערן פון דעם ארטיקל.

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1241
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » דינסטאג יוני 05, 2018 10:37 pm

וואו! שכח פארן ארויפברענגן. אזא געשרייבעכץ! הפלא ופלא.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.

אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3406
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » דינסטאג יוני 05, 2018 11:02 pm

אז מין ווערטער-אויסגוס. א זעלטנהייט פון אן ארטיקל מלא וגדוש. צויבעריש, שפראכיש, פאנטאזיש, נאסטאלגיש, גייסטיש, הימליש, וכו'

א דאנק אייך בראשית!

שמואל הלוי
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 28, 2018 1:04 pm

תגובהדורך שמואל הלוי » דינסטאג יוני 12, 2018 12:09 pm

שמואל אלצווייסער האט געשריבן:וואו! שכח פארן ארויפברענגן. אזא געשרייבעכץ! הפלא ופלא.

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1887
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » דינסטאג יוני 12, 2018 12:14 pm

אינטרעסאנט נישט באמערקט ביז היינט

ממש געשריבן צום פינטל
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: PetalBot, נעם אין אכט און 4 געסט