ארור מכה רעהו בסתר

אייוועלט אינערליכע אנגעלעגנהייטן

אחראי: אחראי

אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

ארור מכה רעהו בסתר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

בס"ד
היינט שפאנצירעכמיר אריין אין ס'מעדרעש, און כ'זעה א געזעמעל מענטשן רעדן. נו, ווער זאל צוגיין אניש סאכדעס. אבער פארט האט מיר מיין הארץ געזאגט: סאכי, נעם א קאווע, זעצעך אין די זייט, און הער צו. און אזוי ווי ד'הארץ (מ'רעדאך אין איינע פון די געהענגלן: מוח שליט על הלב) האט באפוילן, אזוי האט מיין גוף געטוהן. והנה און נון, אט הערט זיך צו צו די שמועס וואס העטייך זיין א גרויסער מוסר השכל:

(באטייליגטע ביי די סצענע: ניק #1, ניק #2, ניק #3, שלמה פעלדמאן, יעקב שווארץ)

ניק #1: סערצעך חברה?

ניק #2: באכאשעם, ווייסטעך, נו, דו האסטעך אלעמאל נייעס, זאגזשע עפעס....

ניק #1: הערט, איך בין דערגאנען ווער סאכדעס איז...

שלמה: ווער? וואס הייסט ווער סאכדעס איז? הרב יצחק גליק פירט אן התאחדות, וואזשע ביסטו דא געוואויר געווארן?

ניק #1: נע, האבעך געמיינט אז דו ווייסט, עס איז דא א וועב סייט היימישע קרעטשמע, דארט איז דא פארומ'ס...

שלמה: נו,

ניק #1: דארט זיצן היימישע אינגעלייט און שרייבן...

שלמה: וואס שרייבט מען דארט? איבער וואס פאר א טאפיקס?

ניק #1: סתם געשמאקע זאכן...

יעקב: וואס הייסט? איך האב שוין פיל מאל מיטגעהאלטן פארומ'ס, אבער איך האב נאר געזעהן איבער אקטועלע זאכן, ווי גרעפיקס וכדומה

ניק #3: לאז מיך ענק פארציילן, עס איז אמאל געווען היידפארק,

שלמה: אוודאי, דארט וואו מ'שרייבט פאליטיקס

ניק #3: יא יא, דארט האט זיך געפענט אן אפטיילונג פון היימישע אינגעלייט וואס רעדן בכלל נישט קיין היימישע פאליטיקס, און לשון הרע, און פארשטייט זיך נישט קיין אומאיידעלע ענינים, און מ'פארברענגט. דעריבער הייסט עס היימישע קרעטשמע, א_ווי א קרעטשמע אמאל, מ'זיצט מ'פארברענגט, יעדער זאגט א גוט ווארט, און מ'רוהט אפ דעם קאפ פון א טאג ארבעט.

יעקב: המממממ. דאס איז א גוטע איידיע,

ניק #1: בקיצור, איך בין געוואויר געווארן די אידענטעטי פון איינעם פון די שרייבערס דארט.

יעקב: סייסט? עס איז דען א סוד? ער שרייבט דאך דארט...

ניק #1: נע, מענטשן האבן ליב צו זיין אנאנים, אפילו עס איז נישט דא וואס זיך אפצורעדן.

שלמה: דו שרייבסט אויך דארט?

ניק #1: נע, כאב אמאל געשריבן דארט מיט מיין חבר'ס ניק.

יעקב: וואס הייסט דאס ניק?

ניק #3: א ניק איז די נאמען מיט וואס מ'פארופט זיך...

שלמה: אהא, און סאכדעס איז איינער פון די ניקים דארט?

ניק #1: יא, פונקט אזוי, איז הער, מיינסטו עס איז מיר גרינג געווען? דער סאכדעס איז דאך א מאדנער פארשוין, זיינע ארטיקלן זענען דאך פון די מאדנע אינטערסאנטע אין קרעטשמע, ער קען דאך קיין גראד ווארט נישרייבן, און פארט איז עס לאכעדיג. אלזא, איז מיר געגאנען אין לעבן (גראדע ארבעט איך אויף נאך עטליכע ניק'ס) צו דערגרונטעווען ווער ער איז. און באכאשעם, עס איז מיר געלונגען.

ניק #2: WOW וויאזוי ביסטו געוואויר געווארן?

ניק #1: די ערשטע זאך איז, איך האב זיך אלעמאל פארשריבן זיינע שטענדיגע זאכן,

ניק #3: למשל?

ניק #1: אלעמאל רעדט ער פון מאנטריאל, יא? סאו, אפילו לאמיר זאגן ער וואוינט נישט דארט, איז ער אדער געבוירן דארט, אדער פארט ער אסאך אהין...

ניק #2: נע דאס איז נישט קיין ראי'...

ניק #1: אוודאי נישט, אבער א שטיקל פונ'ם פאזל איז עס, איא?

ניק #2: גערעכט גערעכט..

ניק #1: אקיצער, דערנאך, האב איך אויפגעפאסט וויאזוי די וואס קענען איהם פערזענליך א שטייגער ווי יאנאש, קרעמער און נאך שרייבן איבער אים. למשל אז ער איז געווען גראב און איז געווארן דאר, וואס דאס האט מיר גענומען א לאנגע צייט איך זאל דאס דערשנאפן...

ניק #2: אהה דאס מאכט שוין סענס.

ניק #1: נישט נאר דאס, ‫דער אמת איז, אז דער מהות פון דעם מענטש ליגט אין זיין שריפט, לאו דוקא דעם עצם כתב יד.‬ אבער אין שריפט גיבט זעך דער מענטש אנדערש ארויס ווי אין שפראך.‬ יאך רעד שוין נישט פון איבער ארבעטען תורות, און דרשות צום דרוק.‬ ‫פון די צווייטע זייט זענען דא מענטשען וואס זיי איז שווערער די שריפט, און דער כלל "אז עס פעלט אין הסברה, פעלט אין הבנה", האט גאר א סאך יוצא מן הכללים.‬ ממילא אויב האסטו ארויס דעם אויסערליכן אויסזעהן פונ'ם מענטש, דו זעהסט איבער וואסערע נושאים ער שרייבט, און דו הערסט ארויס צווישן זיינע שורות ווי אלט ער איז, ווען ער האט צענומען זיין סוכה, וכו' וכו', קעמען דערגיין די אידענטעטי...

שלמה: הממממ. גאנץ א גוטער אינוועסטיגעטער..

ניק #1: בקיצור, ענק וועלעך מגלה סוד זיין ווער דאס איז, אבער פארשטייצעך מ'דארף דאס נישט אויספויקן: שמואל פעפערקארן..............

יעקב: דיין ערשטע קאזין, ניין?

ניק #1: יא יא, ווער וואלט זיך געגלייבט?

יעקב: נו, האסט איהם כאטש געכאפט מיט גוטע שטיקלעך וואס דו קענסט איהם קאנפראנטן?

ניק #1: נישט עכט, און בכלל וועל איך עס נישט טוהן. פארשטייסט נישט? ער קען דאך ברוגז ווערן אויף מיר.

פארהאנג פאלט.....

דאס אלעס האט זיך אפגעשפילט הינטער מיין רוקן, און פערצופאל הייסעך נישט שמואל פעפערקארן, און איך ווייס אפילו נישט ווער דאס איז. אבער, 5 אידן זענען היינט קלאר ווי דער טאג, אז סאכדעס פון היימישע קרעטשמע, איז איינס מיטן רויטן שמואל פעפערקארן...

---- * * * ----


ווען עס שטעלט זיך ווען אפ דא, איז דאך איין זאך. אבער די מעשה האט זיך פארצויגן אין נאך א סצענע. וואלף שווארץ, יעקב שווארצנ'ס פעטער האט א שידוך געטוהן, יענקל טרעפט זיין פעטער וואלף:

וואלף: יענקל כאב א שידוך געטהון מיט מיין טאכטער..

יעקב: וואוו מזל טוב, מיט וועמען?

וואלף: מיט ישראל פעפערקארן פון מאנטריאל...

יעקב: (טראכט און טראכט....) כאב לעצטענס געהערט דעם נאמען, אממממ יא יא, ער האט א זוהן וואס שרייבט אין היימישע קרעטשמע....

וואלף: וואס? דעם חתנ'ס ברודער שרייבט אין היימישע קרעטשמע?

יעקב: פעטער, דו ווייסט וואס דאס איז?

וואלף: א שאלה, די פארומ'ס פון אידישע וועלט...

יעקב: כ'פארשטיי נישט,

וואלף: ווען דו וועסט זיצן אין אן אפיס, וועסטו שוין וויסן. הממממ. וואסערע ניק האט ער דארט?

יעקב: אמממממ,,,, עפעס יצחק גליק אפשר,.... אמממממ

וואלף: כ'דענק נישט אזא ניק..

יעקב: אהה יא, סאכדעס,

וואלף: ווער? דער דאיען דארט? געוואלדיג, כ'מוז דאס זאגן פאר מיין מחותן... אבער גלויב מיר, איך האף אז מיין חתן וועט נישט זיין דארט דאיען, נאר געהעריג אין שוהל, נעמעסן אריין, קענעכעס קוים גלויבן אויף שמואל'ן, עס פאסט דאך פארט נישט פאר איהם.

פארשטייצעך אליינס אז מתוך הדברים איז עס אמאל ארויף אויפן טיש ביים מחותן, און די מעשה אידאך נישט געשטויגן, אבער געפלויגן יא, ווייל שמואל איז פערצופאל אנאנדער ניק service, און ווען מ'האט איהם אויסגעפרעגט, האט ער זיך נישט געוואוסט וואו אהינצוטוהן פאר בושה. ביז ער האט געדארפט זאגן אז ער איז נישט סאכדעס, נאר בלא בלא בלא, און וואס פאר א פנים האט עס שוין געהאט? מער איז service נישט אריין אין קרעטשמע, נאר נעבעך געקלעטערט ערגעץ אנדערש אינ'ם ברייטן געוועב, אין אויסגעטרוקנט געווארן.

אויף service אליינס איז א רחמנות, ווייל ער איז אוועקגעשלעפט געווארן פון דאס בעסטע פלאץ אויפן אינטערנעט. וואס וואלט אבער געווען ווען דער service וואלט אויסגעפאלן אין א יענטאאש, אדער אין אן אנדער פראמינענטער שרייבער, א_ווי קרעמער, זארעכ, איך הער ועוד ועוד???

ווער איז שולדיג אין דעם? דער בהמה, דער שוטה, דער אומ'אחריות'דיגער אקס, דער שיווע קעטאנע באכער: ניק #1. ווער האט דיך געבעטן צו דערגיין איינעמ'ס ניק? האסט נישט געקענט הנאה האבן פון די קרעטשמע אנע טוהן שאדן? דו ביסט א בעיבי? און אז דו דערשנאפסט א ניק, דארפסטו דאס אויספויקן? און דו ביסט נאך זיכער אויך?

די שאלה איז נאך מער אויף ניק #2, און ניק #3, ער קען דאך מארגן דערגיין דיין ניק אויך, פארוואס האסטו נישט פארשריגן דעם פארשוין? ארור מכה את רעהו בסתר.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

ואמר כל העם אמן!
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

עס האט נישט גענומען א לאנגע צייט, און כ'קום נאכאמאל אין זעלבן ס'מעדרעש, און עודך, דאס געזעמעל שטייט שוין ווידער אין א רינג. יאך זעץ מיך אראפ אין די זייט א_ווי יענסמאל, און אופססס, זיי רעדן ווידער.

ניק #1: ווער קען דאס זיין דער סאכדעס?

יעקב: האסטעך שוין געזאגט ווער דאס איז, נו, וויהייסטער דארט מיין פעטערס מחותנ'ס זין..

ניק #2: ניק #1, האסט פארגעסן פונ'ם ארור?

ניק #1: כ'קעמעך נישט איינהאלטן, כ'מוז וויסן ווער עס איז, כ'בין אפילו מסכים זיך מגלה צו זיין פאר יענעם, אבער ער זאל מיר זאגן ווער ער איז....

שלמה: מאכסטעך נאריש, צו וואס ברענט דיר דאס אזוי?!

ניק #1: ווייל איך האב דאך למעשה נישט צוגעטראפן...

ניק #3: געב א קוק דער אינגערמאן וואס זיצט דארט מיט די קאווע, ער האט זיך דאך קלאר ארויסגעשריבן אז ער איז עס.

ניק #1: ביזסטמשוגע? דו מיינסט אז ער האט נישט אזויפיל קיין שכל?

יעקב: ס'איז דען א בושה?

סאכדעס: (יא, כאב זיך אויפגעשטעלט צום געזעמל) שעמט אייך, וויפיל איז דער שיעור פון בלוט-פארגיסונג, - לאמיר נישט אריינגיין אינ'ם פאקט צו איך בין סאכדעס צו נישט - אפשר ביסטו שוין צוואנציג יאר און העכער, און דו באנעמסט זיך מיט וויכטיגערע זאכן?

און דא א רוף צו אלע קרעטשמערס:

רבותי, אויב ווילט איר זיך דערגרונטעווען אפילו איין נישטיגע ניק פון די קרעטשמע, מאכט איר שאדן פאר זיך, און פאר אונז אלע .... מיר האבן שוין פיל פיל פארלוירן פון די לויזע צינגען, מיר זענען נישט גרייט ווייטער צו פארלירן. עס וועלן גענומען ווערן די שארפסטע מעטאדן קעגן סיי וואס פאר א גרמא דניזקין פון גילוי. און איך רעד טאקע צו דיר מיסטער ניק 1 און 2 און 3 ביז וויפיל ניקים מיר פארמאגן.

בתקוה להבנה.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
DotCom
שר חמש מאות
תגובות: 686
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 23, 2008 10:29 pm
לאקאציע: אין גלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך DotCom »

הו? אפשר האסטו נאכנישט אויסגעפאסט? שרעקוועדיג.

נישט צוגעוואינט צו אזעלכע שעלטונגען אין קרעטשמע, כ'געברויכט איבעליינען 2 מאל צו זיכער מאכן אז איך בין אין קרעטשמע.
'היימישע קרעטשמע', אירע גרינדער, אנפירער, מנהלים, און מיטגלידער האבן פאר זיך איין ציל: ארויפצוברענגען א שמייכל אויף אידישע לעפצן (תקנות).
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

סאכדעס'ל מיין ליבער פריינט;

האט עס דיר טאקע גענומען גאנצע 5 חדשים צו פאוסטן א געשמאקע הודעה מיט די מאנטריאלע חן...?

מיר האבן שוין גאר לאנג נישט געהערט פון דיר, נאך א מזל אין גוגל טולק ביסטו געווען גרין האב איך געוויסט דו לעבסט נאך.


און צום עצם הענין פון גילוי,
כאטש מיך פערזענליך גייט עס נישט אן אז עמיצער ווייסט מיין אידענטיטעט, אבער פאר אנדערע גייט עס גאר שטארק אין לעבן אריין.
מען ברויך אכט געבן דערויף גאר שטארק נישט יענעם מצער זיין און זיכער נישט אויס פלאפלען פאר יעדן איינעם, פאר אונזער אייגענע טובה.

לשעבר איז געווען א גוט ארטיקל פון קרעמער איבער דעם, קען איינער ארויפברענגען?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15316
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

ואמר יאנאש אמן
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

DotCom האט געשריבן:הו? אפשר האסטו נאכנישט אויסגעפאסט? שרעקוועדיג.

נישט צוגעוואינט צו אזעלכע שעלטונגען אין קרעטשמע, כ'געברויכט איבעליינען 2 מאל צו זיכער מאכן אז איך בין אין קרעטשמע.


יאך בין אויך נישט געווען צוגעוואוינט.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
בען בלישעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בען בלישעם »

שוידערליך, פינטל.

'איך מוז דערגיין' צו די מעשה איז טאקע אמת...
אוועטאר
ראמני 08
שר האלף
תגובות: 1912
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 12:29 pm
לאקאציע: אויפן קאמפיין באס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראמני 08 »

וויזוי שרייבט שמערי אזא צייט ''חמאנעצלן''
וואלוועלע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלוועלע »

לאמיר דיר פרעגן טייערע סאכדעס'על איז די מעשה וואס די האסט דא דערציילט פאר אונז געטריע מעמבער'ס און קרעטשמע אמת? ווייל די הייבסט מיר אן צו דערשרעקן,
קאפ-צאל
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 02, 2008 8:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאפ-צאל »

הרב דאיען שליט"א, עס איז גאר שטארק און אקטועל יעדעס ווארט אייערער, און עס ברויך נישט קיינע הסברים, איך האב שוין אויך געהאט אזאלכע וועלכע האבן פרובירט צו דערגיין ווער איך בין, דער ענין פון פרובירן צו דערגרינטעווען זיך אין יענעמס אידענטיטעט האט מיר געפערליך אויפגעבראכט, עס איז גאר א מיאוסע זאך.

איך וויל נאר דערציילן דא א קליינעם דוגמא.

איך האב א חבר, איינע פון די חשוב'ע שרייבער אין קרעטשמע, וואס שמו טמיר ופלי, און קיינער טאר ניטעמאל וויסן אז איך ווייס ווער יענער ניק איז, אבער איך בין באפריינדעט מיט יענעם, און איך ווייס עס יא.

למעשה, גלייבט מיר אדער נישט, יענער איז א איש חשוב מאוד, א תלמיד חכם, ער האט א בית המדרש!!! יא, איך בין בערך א האלב יא ר צוריק געווען אמאל ביי אים אינדערהיים, האט ער מיר געוויזן אין שראנק ליגן דעם ווייסן בעקישע וועלכע ליגט שוין גרייט ווען ער וועט ווערן א גרויסער רבי!, לאכט נישט!.

יעצט בערך צוויי חדשים צוריק שיקט ער מיר א אימעיל וואו ער שרייט און פארפירט אז איינער פרובירט נישט מער און נישט ווייניגער צו דערגיין ווער ער איז. יענער האט דאס געטון באופן "איך ווייס סייווי ווער דו ביסט" וכדומה, איך האב אים בארואיגט אז יענער קען נישט געוואויר ווערן אפילו ער וויל (דער שרייבער ווייסט גוט וויאזוי צו באהאלטן אזאלכע אינפרמאציעס ווי "מאנטריאל"... וכדו') און ב"ה אז מיר האבן נאך דעם שרייבער צווישן אונז. וואס דארפט איר מער?

(איך האב דאס געשריבן מיט רשות פון יענעם שרייבער).

שטעלט אייך פאר דעם שאדן וואס ער וואלט געהאט ווען איינער געפונט אויס - סתם פאר די "האבי" - ווער ער איז, ס'וואלט אים ווען געקענט קאסטן פון שלום בית ביז זיין גאנצער עתיד צוליב אפאר נארישע מינוט פון הנאה וואס איינער האט!, זיין רעפוטאציע, שידוכים, און בכלל וואלט געווען פון וואס צו מאכן צימעס אין פנים חדשות...

עס איז נישט קיין ווערטל, רבותי!

קאמענטארן זענען איבעריג!!!
לגולגלותם, צו זייער קאפ-צאל
דרך אגב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרך אגב »

רבותי לא איש דברים אנכי. און ספעציעל ווען עס קומט צו אזעלכע האקעלע ענינים.

ומי יאמר זכיתי לבי. מען לאכט אזוי פון ערעב סאכדעס. דו ווייסט נישט וואס דו (וואס קוקסטו אזוי, יא איך מיין דיך אויך) האסט שוין אפגעטאן מיט דיינע נארישע שריט. אפגעזעהן צו דו האסט אויסגעפונען צו נישט.

און איך וועל נאר צולייגן(אלס איינער וואס איז שוין דא א שטיק צייט און האלט מיט וויזוי אפאר נארישע אומגעלונגענע אויפפיראכטס האט שוין שאדן געמאכט) עס איז א הפסידו יותר משכרו. פאר זיך און פאר די גאנצע חברי'.

און איך וועל ענדיגן יותר מה שקרא הדייען כתוב כאן.

עס איז צום האפן אז עס איז די לעצטע אזא מין ארטיקל. עס האט שוין געקאסט צו טייערע קרבנות. תרתי משמע.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

וואלוועלע האט געשריבן:לאמיר דיר פרעגן טייערע סאכדעס'על איז די מעשה וואס די האסט דא דערציילט פאר אונז געטריע מעמבער'ס און קרעטשמע אמת? ווייל די הייבסט מיר אן צו דערשרעקן,


וואלוועלע, כ'ווייס נישט צו די מעשה איז אמת, אבער אזא ענדליכע מעשה, האט שוין פאסירט אין די פארגאנגענהייט, און לויט ווי איך הער, גאר לעצטענס האבן מיר פארלוירן איינע פון אונזערע סמעטענע, אויף אזא ברוטאלן אויפן.

און א אנדערע מעשה, (וואס די מנהלים ווייסן נישט, ווייל מיין ידיד, וואס וויל נישט פורש בניקו זיין, האט נישט דערציילט פאר זיי,) האט פאסירט "נעכטן" אז זיין ווייב קאלט עם אן, און זי זאגטעם, אז איר מאמע, (זיין שוויגער)האט איר פארציילט, אז איר ברידער, (זיין פעטער,) האט איר פארציילט ווי "גוט" איר איידעם שרייבט אין קרעטשמע, (און זי פרעגט זיין ווייב צו ער איז "וויכטיג מאכער")

נאך א לאאנגע אנדרייעניש, איזער געוואור געווארן, אז איינער האט פלעין פארציילט פאר זיין זיידע, (פון זיין ווייב'ס זייט) אז זיין אייניקל, שרייבט זייער גוט אין קרעטשמע, און די באן איז געפארן ווייטער.......................

צום מזל פון דעם ניק, האטער פאראויס געזעהן דעם פראבלעם, און ער האט פאר זיין ווייב דערציילט א טאג צוויי פריער, אז ער האלט אז ס'גייט געשעהן, (ער האט געהאט דעם קאפ אויפן פלאץ, און ער האט מיר געבעטן איך זאל שרייבן פאר עם עפעס, און זיין זיידע מיט זיינע פעטער'ס שווערן זיך אז ער הייסט "וויכטיג מאכער" [א חוצפה פאר זיך!])

עניוועי, דער ניק האט אנגערופן די גאנצע טשאָ טשאָ טרעין, קודם זיין שוויגער, און איר געפרעגט, "לאמער זאגן אז איך הייס וויכטיג מאכער, און מיין ווייב ווייסט נישט אז איך שרייב אין קרעטשמע, איז דען יושר איר צו קאלן זאגן?"(זיין ווייב ווייסט גראדע זיין עכטע ניק, און זיין שוויגער ווייסט אויך אז ער שרייבט, אבער נישט זיין ניק) זיין שוויגער האטעם געזאגט "גערעכט, נעקסטיים וועלעך וואטשען..."

נאכדעים רופטער אן זיין פעטער, מיט די זעלבע דרשה, און זאגטעם "וואס טוסטע ווען מיין ווייסט נישט אז איך שרייב, דו נעמסט די אחריות אויף דיר?"...

ער איז נאכגעגאנגען עד הסוף.....

באדדעם ליין, ס'איז דא מענטשען וואס ס'גייט זיי נישט אן אז מ'ווייסט זייער ניק, אבער די וואס ווילן נישט אז מ'זאל וויסן, און איינער גייט און פויקט אויס, אדער זאגט נאר פאר זיין בעסטע חבר בתנאי אז ער גייט פאר קיינעם נישט אויסזאגן, זאל וויסן, ס'איז דא וואס האבן שוין פארלוירן דזשאבס, ס'קאן ברענגען שלוים בית פראבלעמען, און פראבלעמען צווישען טאטע אין קינד, א.א.וו.

און אויף "דעם" זאגט די פסוק, ארור מכה רעהו בסתר.....

סאכדעס, אויסערגעווענדליך!.....
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
אלחנן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3030
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 5:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלחנן »

איך מיין אז מען קען די אשכול "דבק'ן" לזכרון.

אז דאס קען קאסטן איין שלום בית וכדומה, איז דער ג... (איך וויל נישט אויספירן)
יא, מיר זענען שוין אויפ'ן וועג צו אייך..
אוועטאר
DotCom
שר חמש מאות
תגובות: 686
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 23, 2008 10:29 pm
לאקאציע: אין גלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך DotCom »

איך קען מיר אין וויסטן חלום נישט פארשטעלן אז מיין שוויגער/באבע/מומע/שווער וכדו' זאלן מיר עפעס פרעגן אויף מיינע פריוואטע זאכן, אפילו זיי ווערן אויף א אופן געוואר עפעס, דער אייבירשטער זאל זיי שומר ומציל זיין אויב עס וועט דארט האלטן.

מיר פערזענליך באדערט עס נישט (ביזדערווייל) אבער וועמען עס באדערט יא איז א געפערליכע עוולה פון א צווייטן דאס אפילו פראבירן צוצוטרעפן.

קאפ-צאל האט געשריבן:למעשה, גלייבט מיר אדער נישט, יענער איז א איש חשוב מאוד, א תלמיד חכם, ער האט א בית המדרש!!! יא, איך בין בערך א האלב יא ר צוריק געווען אמאל ביי אים אינדערהיים, האט ער מיר געוויזן אין שראנק ליגן דעם ווייסן בעקישע וועלכע ליגט שוין גרייט ווען ער וועט ווערן א גרויסער רבי!, לאכט נישט!.


דעע ניק מיז איך דערגיין! :wink: איך זיץ מיר דא אין טריי זיך אויס צו משל'ן ווי אזוי א בנש"ק'ל מיט שווארצע זאקעלעך זיצט ביים סקרין אין טייפט אריין, איך ווער ממש משוגע, בכלל האב איך נישט אזוי א כאפ צו בנשק'לעך אבער ווען איך באגעגן זיך מיט אזא חצי בן חורין בנש"ק קען איך מיר נישט גענוג אפזעטיגן פון אים.

יחי אדונינו מורינו ורבינו יחי!
'היימישע קרעטשמע', אירע גרינדער, אנפירער, מנהלים, און מיטגלידער האבן פאר זיך איין ציל: ארויפצוברענגען א שמייכל אויף אידישע לעפצן (תקנות).
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך האב שוין מגיב געווען אין דעם אשכול, אבער איך מוז צושרייבן נאך א פסוק וואס דער קלוגסטער מענטש פון די וועלט האט געשריבן מיט טויזנטער יארן צוריק:
ספר משלי פרק יא
(יג) הוֹלֵךְ רָכִיל מְגַלֶּה סּוֹד וְנֶאֱמַן רוּחַ מְכַסֶּה דָבָר

(אינטערסאנט וואס די מפרשים זאגען אויפן פלאץ אז א טראסטבארער מענטש וועט פארדעקן אפילו א פשוט'ע זאך וואס דו האסט אים געזאגט, אפילו ער ווערט נישט אנגעזאגט דאס צו האלטן אלס סוד, משא"כ דער רכילות-טרעגער וועט ארומפלוישן אפילו דאס וואס מען זאגט אים קלאר אן אז עס איז א סוד).
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

DotCom האט געשריבן:דעע ניק מיז איך דערגיין! :wink: איך זיץ מיר דא אין טריי זיך אויס צו משל'ן ווי אזוי א בנש"ק'ל מיט שווארצע זאקעלעך זיצט ביים סקרין אין טייפט אריין, איך ווער ממש משוגע, בכלל האב איך נישט אזוי א כאפ צו בנשק'לעך אבער ווען איך באגעגן זיך מיט אזא חצי בן חורין בנש"ק קען איך מיר נישט גענוג אפזעטיגן פון אים.

יחי אדונינו מורינו ורבינו יחי!

קוק אויף יעקעלע'ס אוועטאר... :wink: :wink: :wink: :wink:
the SCY is the limit
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

שוועמל האט געשריבן:לשעבר איז געווען א גוט ארטיקל פון קרעמער איבער דעם, קען איינער ארויפברענגען?


דא האסטו קרעמער'ס ארטיקל.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

סאכדעס, האסטעך טאקע צולאזט, אבער ווען ס'איז גוט אידעך גוט, ווער רעדט נאך ווען דו ביסט גערעכט אויך.

רבותי, זייער אסאך מאל ביי א דרשה, ווען מ'הערט א גוטע מוסר שמועס, טראכט מען אזוי צו זיך, אה הא, דער רעדט דאך געוואלדיג, א שאד מיין שכן הערט אים נישט, סידעך ממש פאר געמאכט געווארן, און ווייסט, לייבל, ווען ער וואלט ווען דא געווען, וואלטצעך זיין גאנצע מהלך געטוישט לטובה, ממש א שאד, נע שוין, וויזוי זאגט די וועלט, צו די דרשה קומען נאר די וואס דארפן דאס נישט הערן.

וואסיז די פאקט? אז מ'רעדט טאקע צו דעם וואס הערטעס, און ער זאל נישט טראכטן וועמען מען מ'מיינט, פארוואס זאלער זיך מוטשענען מיט אומזיסטע קשיא'ס, אין די צייט, וואס אים מיינט מען גאר, יעדער קען אין יעדע מוסר שמועס, טרעפן דעם אייגענעם איך דארט, און זען ווי ער קען זיך פאררעכטן, און נישט טראכטן פונעם שכן'ס חסרונות.

לענינינו, (און אויף דעם איז געבויט סאכדעס'ס דריטע פארזעצונג.) מ'ליינט דא א שיינע מעשה פון סאכדעס, און באלד וועלן זיין עטליכע און אנפאנגען טראכטן, וועמען קען דער סאכדעס מיינען, מיך מיינטער זיכער נישט, דאס וואס כ'האמעך איינמאל שוין לאנג צוריק אינטערעסירט אויף א חבר, נע נישט דאס מיינטער, ער רעדט פון איינעם וואס טוט דאס פאר פרנסה, געוואר צו ווערן ניקים אין די קרעטשמע.

אויף דעם זאג איך אייך, ניין און נאכאמאל ניין, סאכדעס רעדט צו אייך, צו דיר און צו דיר און צו מיר, און צו יעדן, ביי יעדן קען זיך מאכן א מינוט, וואס מ'וויל דערגיין איינעם'ס ניק, אבער מ'דארף וויסן, אז מ'שפילט זיך מיט מענטשליך בלוט, מ'קען קיינמאל נישט וויסן, צו מ'שפאצירט נישט מיט ענטבלויזטע פיס, אויף צובראכענע שטיקער גלאז.

ס'מוז טאקע נישט אייביג זיין, אז מ'טרעפט א רבי'לע וואס שרייבט דא, און נישט אייביג אויב מ'איז געוואר געווארן איינעם'ס ניק, פאסירט עפעס, אבער ווער וויל דען הערן אין בית מדרש, ווי איינער שרייט הויעך, נו, האסט אריין געשמיסן היינט א גוטס דארט, הא? און באלד דרייען זיך אויס עטליכע חברה, און מ'קוקט צו וועם דער פערד רעדט אזוי הויעך אין שול, און ס'איבריגע איז היסטאריע.

מ'קען אמאל מיט א פערדישע אומאויסגערעכנטקייט, פאררעדן איינעם'ס ניק, פאר גארנישט און פארנישט, און מ'מאכט יענעם חרוב. מ'געט נאר א זאג, נו, וואס זאגסטו צו דעי מסיבה, ......... ....... וואלט דאס געמעגט באשרייבן, (די פינטלעך זענען ספעציעל נישט אויסגערעכנט, סאו ניטאמאל פראבירט צו טראכטן יעצט, וועמען קענער מיינען.) און גארנישט, געט אזא שמעטער ארויס איינעם'ס פריוואטע נאמען, און דער צו וועם ער זאגטעס, כאפטצעך ביים קאפ, אה הא, האבעך דא געהערט נייעס, און אזוי קען זיך מאכן צענדליגע מאל, מיט צענדליגע אנדערע ניקס.

רבותי, ווי לאנג סיז נישט די סדר, זיך אריין צו סיינען מיט עכטן נאמען, און מ'מאכט זיך ניקס, מיינט דאס, אז דער יעניגער וויל זיך באהאלטן אונטער א נאמען, נו אז יענער וויל זיך באהאלטן, נאך וואס גייט איר אים זוכן אויפצודעקן, ער פילט אז ער קען אייך מהנה זיין, נאר אויב עריז באהאלטן, פארוואס האלט איר, אז ענדערש זאלן מיר נישט הנאה האבן, אבי איר זאלט וויסן ווער יענער איז?

כ'מיין שוין גענוג מאריך אף געווען, ס'גענוג פאר היינט, כ'האף אז איר האט מיך פארשטאנען.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

דברים של טעם, יישר כח איך-הער פארן זיך צולאזן.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

ווערטס מיר נישט ערענסט דא רבותי...

מיר זענען אין קרעטשמע און חודש אל.... סארי.. "אדר" קלאפט שוין מיט אירע פליגלען ביים פענסטער....
ששים יום קודם החג.......
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
זילבערנע בעכער
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2007 10:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זילבערנע בעכער »

מורא'דיגע ארטיקלן דא אין דעם אשכול, דאס איז א שאק פאר מיר, אבער עטץ מיינטס עס ערנסט ? ס'איז דא דא ניקים וואס האבן פארלוירן דזשאבס דורך דעם ? שלום בית'ער איז צושטערט געווארן דורך דעם ?
אוועטאר
קענסט מיך?
שר חמש מאות
תגובות: 519
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2008 12:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענסט מיך? »

תכלית הידיעה אשר לא נדע! דער תכלית פון ידיעת הניקים איז "אשר לא נדע", מען זאל נישט וויסן ווער מ'איז.
ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 08, 2008 4:13 pm
לאקאציע: וואקאציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך »

קודם סאכדעס, שכוח פארן ארטיקל. און פארן אויפמערקזאם מאכן דעם ציבור, איך וועל שפעטער אי"ה מגיב זיין.
אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

א געוואלדיגע ארטיקל בעתו ובזמנו,
צוויי וואכן צוריק, בין איך געפארן אין מיין קאר, זיך יאגנדיג צו כאפן א לייט, און מיין חבר שטייט דארט און ווינקט מיר איך זאל מיר אפשטעלן.
איך שטעל מיר אפ, ער זאגט מיר ער ווייסט מיין ניק אין קרעטשמע,
איך ווער אינגאנצן דערשראקן, איך פרעג אים וואס?
זאגט ער מיר אז זיין חבר פון ..... האט אים געזאגט אז איך בין .........
אזוי ווי איך האב געזעהן אז ער ווייסט נישט וואס טוט זיך מיט אים בחייכון וביומיכון, בין איך דא ווייטער, און איך פרוביר מהנה צו זיין דעם עולם.
אבער יענע סעקונדע ווען ער האט מיר געזאגט אז ער ווייסט ווער איך בין, האב איך ביי מיר געטראכט, געענדיגט מיט דעם אז העכער מיין ניק זאל שטיין מחובר.

מילא איך בין נישט דער גרויסער שרייבער, אבער די זעלבע וואלט געקענט געשעהן מיט א גרויסער, והקולר תלוי בצוארו....
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
שרייב תגובה

צוריק צו “אידישע וועלט”