תניא היה ר' מאיר אומר מאי דכתיב (קוהלת ז) טוב ללכת אל בית אבל מלכת אל בית משתה באשר הוא סוף כל האדם והחי יתן אל לבו מאי והחי יתן אל לבו דברים של מיתה דספד יספדוניה דקבר יקברוניה דידל ידלוניה דלואי ילווניה דטען יטענוניה
וואס פשוט פשט דערפון און אזוי זאגט טאקע דער מהרש"א איז אז ווען א מענטש גייט צו בית האבל רח"ל, קומט ער צו די הכרה אז מ'לעבט נישט אייביג 'והחי יתן אל לבו' מען קלערט אריין אז מ'ברויך זיך אנגרייטן צדה לדרך, אורחא רחיקא וזוודא קלילא.
רש"י הק' זאגט אבער נאך א פשט (וועלכע האט א שייכות מיט די פריערדיגע גמ') אז ווען א מענטש גייט פערזענליך לגמול חסד עם המתים, בהלוית המת ובהספדו אדער ער גייט מנחם זיין את האבלים, איז ער גורם אז ווען די צייט וועט קומען און מען וועט מיט אים ברויכן טאן א חסד, וועלן זיין מתנדבים בעם וואס וועלן וויסען אז דער איד איז דאך בחיים חיותו געווען א לייטזעליגער מענטש וואס האט שטענדיג געטאן אין די ענינים אוודאי קומט אים אזויפיל אז מען זאל אים צוריקטאן כאטש דאס.
דאס איז פשט 'דספד יספדוניה דקבר יקברוניה דידל ידלוניה דלואי ילווניה דטען יטענוניה' ווער עס איז מספיד יענעם, וועט מען אים מספיד זיין וכו'.
*
כלפי מה הדברים אמורים, וואס וויל דא דער מיללער, ער ברענגט אונז אריין אין אזא שטארבישע מאד, מאכט אומבעטאמפט דאס עס עסן, וועפט אויס די סעלטצער און פארדארבט די מילך, איך מיין קאם אן מיללער ס'איז דאך ניו-יעיר'ס דעי אביסל סעלעבראציע?
כאס-בעשאלעם, איך האב קיינעם נישט געמיינט צו טשעפענען חלילה, איך וויל פשוט אראפנעמען א שטיין פון הארץ, די פארגאנגענע שטיק צייט בין איך געווארן פארנומען דא אויפן איי-וועלט צוליב די וואוקס פון די פארומס און אשכולות, די פלייץ פון שרייבער און דענקער, די בליה פון תוכנפולע דיסקאסיעס און אינהאלטרייכע טעמעס, אזש עס איז מיר נישט פארבליבען כמעט קיין צייט אריינצוקמען דא אין די קרעטשמע און אפגעבן די פארדינטע יישר-כח'ס פאר די געערטע שרייבערס, איש איש כפי מהללו.
וואכען זענען פארבייגעגאנגען און חדשים האבן זיך דורכגעגליטשט, דא האט זארעך געשריבען עטליכע ארטיקלען, דא האט צייטליך אראפגעלייגט א זאפטיגע נייעס, דא האט לעווי אהערגעשטעלט אן אנאליז און מענדלזאהן א אפהאנדלונג, קרעמער כדרכו האט אונז אויך נישט אנטוישט און יגר האט ווייטער גע'וויזוי-הייסטעסט, זיידעניו איז געלאפן און איכער האט מגיב געווען, יאנאש'ס פרינטער האט געפרינט און טריאו האט געטיפיקעלט.
אבער, אין מיללער ואין בא-בא, סקרענטאן'ס רעפרעזענטאט איז נישטא צום האַבן, ער איז פארזינקען אין 'סמעדרעש ווי ער מעקט תגובות, אין דא פאר א גלעזל שנאפס איז ער נישט צום געפונען, קיין יישר-כח קיין גוט ווארט, גארנישט כאי' לא היה.
איז דאס מענטשליך מיללער? כ'מיין וויזאוי ווילסטו אז איינער זאל דיר 'מספיד' זיין,' דספד יספודיניה' ווער 'סהאט יענעם באשקויעכט קומט צוריק א שקויעך, אבער אז די טוסט נישט דאס מינאמעלע ווער וועט אפי' קוקען אויף דיין זייט.
*
לאמיר דא זאגען א 'ריזיגע' יישר-כח פאר אלע שרייבערס, איך לייען שטענדיג די ארטיקלען ומאד אני נהנה.
תחזקנה ידיכם.