והחי יתן אל לבו (קעפל אריגינעל)

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25995
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

והחי יתן אל לבו (קעפל אריגינעל)

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג ינואר 01, 2009 4:53 pm

לערנענדיג די גמ' אין מס' כתובות דף ע"ב א.
תניא היה ר' מאיר אומר מאי דכתיב (קוהלת ז) טוב ללכת אל בית אבל מלכת אל בית משתה באשר הוא סוף כל האדם והחי יתן אל לבו מאי והחי יתן אל לבו דברים של מיתה דספד יספדוניה דקבר יקברוניה דידל ידלוניה דלואי ילווניה דטען יטענוניה

וואס פשוט פשט דערפון און אזוי זאגט טאקע דער מהרש"א איז אז ווען א מענטש גייט צו בית האבל רח"ל, קומט ער צו די הכרה אז מ'לעבט נישט אייביג 'והחי יתן אל לבו' מען קלערט אריין אז מ'ברויך זיך אנגרייטן צדה לדרך, אורחא רחיקא וזוודא קלילא.

רש"י הק' זאגט אבער נאך א פשט (וועלכע האט א שייכות מיט די פריערדיגע גמ') אז ווען א מענטש גייט פערזענליך לגמול חסד עם המתים, בהלוית המת ובהספדו אדער ער גייט מנחם זיין את האבלים, איז ער גורם אז ווען די צייט וועט קומען און מען וועט מיט אים ברויכן טאן א חסד, וועלן זיין מתנדבים בעם וואס וועלן וויסען אז דער איד איז דאך בחיים חיותו געווען א לייטזעליגער מענטש וואס האט שטענדיג געטאן אין די ענינים אוודאי קומט אים אזויפיל אז מען זאל אים צוריקטאן כאטש דאס.

דאס איז פשט 'דספד יספדוניה דקבר יקברוניה דידל ידלוניה דלואי ילווניה דטען יטענוניה' ווער עס איז מספיד יענעם, וועט מען אים מספיד זיין וכו'.

*

כלפי מה הדברים אמורים, וואס וויל דא דער מיללער, ער ברענגט אונז אריין אין אזא שטארבישע מאד, מאכט אומבעטאמפט דאס עס עסן, וועפט אויס די סעלטצער און פארדארבט די מילך, איך מיין קאם אן מיללער ס'איז דאך ניו-יעיר'ס דעי אביסל סעלעבראציע?

כאס-בעשאלעם, איך האב קיינעם נישט געמיינט צו טשעפענען חלילה, איך וויל פשוט אראפנעמען א שטיין פון הארץ, די פארגאנגענע שטיק צייט בין איך געווארן פארנומען דא אויפן איי-וועלט צוליב די וואוקס פון די פארומס און אשכולות, די פלייץ פון שרייבער און דענקער, די בליה פון תוכנפולע דיסקאסיעס און אינהאלטרייכע טעמעס, אזש עס איז מיר נישט פארבליבען כמעט קיין צייט אריינצוקמען דא אין די קרעטשמע און אפגעבן די פארדינטע יישר-כח'ס פאר די געערטע שרייבערס, איש איש כפי מהללו.

וואכען זענען פארבייגעגאנגען און חדשים האבן זיך דורכגעגליטשט, דא האט זארעך געשריבען עטליכע ארטיקלען, דא האט צייטליך אראפגעלייגט א זאפטיגע נייעס, דא האט לעווי אהערגעשטעלט אן אנאליז און מענדלזאהן א אפהאנדלונג, קרעמער כדרכו האט אונז אויך נישט אנטוישט און יגר האט ווייטער גע'וויזוי-הייסטעסט, זיידעניו איז געלאפן און איכער האט מגיב געווען, יאנאש'ס פרינטער האט געפרינט און טריאו האט געטיפיקעלט.

אבער, אין מיללער ואין בא-בא, סקרענטאן'ס רעפרעזענטאט איז נישטא צום האַבן, ער איז פארזינקען אין 'סמעדרעש ווי ער מעקט תגובות, אין דא פאר א גלעזל שנאפס איז ער נישט צום געפונען, קיין יישר-כח קיין גוט ווארט, גארנישט כאי' לא היה.

איז דאס מענטשליך מיללער? כ'מיין וויזאוי ווילסטו אז איינער זאל דיר 'מספיד' זיין,' דספד יספודיניה' ווער 'סהאט יענעם באשקויעכט קומט צוריק א שקויעך, אבער אז די טוסט נישט דאס מינאמעלע ווער וועט אפי' קוקען אויף דיין זייט.

*

לאמיר דא זאגען א 'ריזיגע' יישר-כח פאר אלע שרייבערס, איך לייען שטענדיג די ארטיקלען ומאד אני נהנה.

תחזקנה ידיכם.

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » דאנארשטאג ינואר 01, 2009 4:55 pm

אינטערעסאנט, איך האב בכלל נישט באמערקט אין דיין אפוועזנהייט...

בען בלישעם
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2008 9:58 pm

תגובהדורך בען בלישעם » דאנארשטאג ינואר 01, 2009 4:59 pm

נ'שאן. דאס מאל עלעך דיר נאך מספיד זיין...

שכח, שכח, פיין געזאגט, טיף געזאגט. א גרויסן ייש''כ.

אוועטאר
אלטעבחורל
מ. ראש הקהל
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 14, 2007 11:28 pm
לאקאציע: לעצטענס בינעך געווען אין א פאָפאָטש, היינט? אין אַ קראַקס
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלטעבחורל » דאנארשטאג ינואר 01, 2009 5:06 pm

מיללער; קענסט די גמרא אין מס' מנחות דף ל"ז ע"ב, "אתמר גובה שבראש מנין", פון ווי ווייסעך אז די תפלין דארף זיין אימיטן פון די קאפ? "שנאמר בין עיניכם"... דרונג איך ארויס אז... זיי ממשיך...

האלט האלט... נאאַ נאאַא נאאאַא... נאאא...! קומט ער מיר אהער דא אין זאגט מיר די שטקיל גמרא, אין ער וויל נישט ממשיך זיין, סאו וואַט? ביסט נישט צערפופעל אין א האַט ספאַט? געב די "שכח" וויי נאט? - אההה... האסטע געמאכט אלעס אין איין שאַט? וואט עי סלאַט.

נאו וועי מיללער! ביז אהעע... אאםם... יא... הערסט?... יא! אזוי צו זאַגן: עסטע געבן עט מען זיין צופרידן, אזש נישט וועלן גייען מיר ווייטער עגעברן אין קאפ די סצענע פון די "אבלים הויז". מיללער גאו ראַק, יו אר עי פיע"ס אָף מיללעריי-יאָ... וועא"מ.

טענק'ס מיללער פארן אנצייגן אזס דו האסט נאך בכלל אין מיינד צוריק צוקומען דא שמעטערן דיינע זיסליכע רעיונות...

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 26019
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג ינואר 01, 2009 8:23 pm

אין מיר אלע חברים טוען זיך באדאנקען פארן רב שליט''א פאר די שווערע ארבעט וואס איר האט אריינגעלייגט לעשות שלום בין ניק לחבירו ובין מעמבער לבעל דינו, נישט אלעמאל באמערקן מיר און האלטן מיט און ווען יא ערלויבט נישט די צייט צו אפשרייבן א פאר שורות, טא נעמט עס פון דא און פעיסטס עס אריין ווי עס געהערט.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג ינואר 02, 2009 12:07 am

מיטן ניגון:

תניא אמר ר' זיידל בן עלטער זיידע, פעם אחת נכנסתי להגיב תגובות לפני ולפנים, וראיתי רבי יעקב דוב שהוא יושב על קאווע חם ונישא, ואמר לי: זיידל בני, אוי זיידל בני אוהוי..... בני... בני.... בני............ אוי הוי ספדינו!...

אמרתי לו: יהי רצון מלפניך שישכרו צאנך את אמריך, ויגובו עליך ועל מדותיך, אוי הוי עליך ועל מדותיך.... אוי ותתנהג עם עיטך במדת הרחמים, ותכנס מאמרים לפנים משורת הדין. לעבעדיג נאכאמאל........

ונִענע לי בראשו...

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28310
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג ינואר 02, 2009 12:19 am

איך קען שוין אויסטאן מיין גארטל? די ערשטע פאראגראפן האבן מיר אריינגעפירט אין יראים טשאפעל... ב"ה מען איז אפגעקומען מיט שרעק און א לאך צודערזייט.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18577
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » פרייטאג ינואר 02, 2009 12:27 am

יוי האטער מיך דערשראקן, ב"ה אפגעקומען מיט שרעק. יישר כח.

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » פרייטאג ינואר 02, 2009 10:18 am

איך ווייס נישט וואס, עפעס לערנענדיג רש"י'ס פשט האסטו מיך דערמאנט אין אן אנדערע רש"י, אין פרשת ויחי, וואו רש"י ערקלערט אז חסד שעושים עם המתים איז א חסד שאינו מצפה לתשלום גמול.

כלפי מה הדברים אמורים? ס'רוב פון די חברה דא זענען שוין געוואוינט, אז ווען מ'שרייבט אן ארטיקל דא איז דאס א חסד שעושים עם המתים ואינם מצפים לתשלום. און דאס גייט אהין און צוריק, סיי דער שרייבער ווייסט אז עס איז נישט צופיל צו ערווארטן אפילו פון ... (פיל אויס לויט דיין געשמאק) און סיי ... ווייסט אויך גאנץ גוט אז ווען ער וועט (האפנטליך גאנץ בקרוב) שרייבן אזאנס און אזעלכעס וועט זיך דאס זעלביגע אפשפילן אויף פארקערט. יע, יע, טייטש איך מיר אצינד לפי"ז, טוב ללכת אל בית האבל - ס'נאך אלץ גוט גיכער צו גיין צום בית האבל (קרעטשמע בלע"ז, וואו מ'איז אינו מצפה לתשלום גמול), ווי איידער ללכת אל בית המשתה - צום פעטערס חתונה מאכן די שבע הקפות און נישט האבן מיט וועם צו פארברענגען דארט...

אבער, רבותי און רבי מיללער בפרט, זייט וויסן: עס איז פארט פאראן א חילוק צווישן די צוויי מתים. פונעם בר מינן איז שוין טאקע נישט דא וואס צו ערווארטן, אבער פון אונזערע מתים נאך יא. כלומר, ווען איך שרייב אן ארטיקל פאר די מתים, בין איך גערישט אויף אן אינו מצפה לתשלום גמול, ווארן איך ווייס אז איך רעד צו מתים וועלכע קענען נאר לאכן און נישט מגיב זיין. אבער והי', ואין והי' אלא לשון שמחה, ווען די לאכעדיגע מתים וועלן ביום מן הימים אויפשטיין פון זייער תחיית המתים און עס וועט זיך זיי אויך פארגליסטן אריינשצוליידערן אן ארטיקל, און אפי' זיי וועלן וויסן אז זיי שרייבן פאר לאכעדיגע מתים, וועט מען אבער טייל מאל זיכער מאכן דייקא יא גומל חסד צו זיין און יא משלים גמול זיין על כל הטוב והחסד פארן ארטיקל.

כאפסט ראביי מיללער? אז איר, אדער סייווער, וועט ארויפקומען מיט א גוטס וועלן מיר אייך סייווי אלע מספיד זיין, ווייל מיר'ן זיך נישט קאנען צוריק האלטן. אויב הנאה געהאט, זאל דער נעכטיגער מלוה און היינטיגער מת (אדער פארקערט) אויך הנאה האבן. קיין חילוק לעבעדיג צו טויט, יא מצפה ניט מצפה, דער'יקער וואס מ'דארף איז "צייט", וואנס מיר האבן דאס איז קיין פראבלעם!

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2910
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » פרייטאג ינואר 02, 2009 10:31 am

סבר וקיבל....

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » פרייטאג ינואר 02, 2009 10:35 am

זארעך, זייער קאמפלעצירט אבער יאך האב געכאפט.

מיללער, יו ראק מען.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט