הנני אטא דא בינעך

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
wildturkey
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 22, 2008 11:11 pm

הנני אטא דא בינעך

תגובהדורך wildturkey » פרייטאג דעצמבער 26, 2008 12:04 am

יגר זוכט מיך מיט לעכט, זארעכ ליגט מיט א ערענסטע יאוש פיבער, דער עולם פאנגט אן אריינצוברענגען אביסעלע דים לייטינג דאהי, אבער נאך אלץ איז עס לייטינג........ צוביסלעך.......

שוין!! בעצם בין איך דא ווייל מען האט מיך גערופן, איי (נישט די פון א טורקי) איך האב נישט וואס צו שרייבן? אבער קודם בין איך דא און איך מעלד איין יעדעם איינעם אז איך בין דא, אבער מיט א לב נשבר און רוח מדוכה פארטראסקעט מיט א נשמה מעונן, פארכמארעטע געהירן שפיגלען זיך איבער אקעגן מיר אויפן סקרין ווי זיך צו רייצן און צייגן קוק וויאזוי די קוקסט אויס, די ראסט אויפן פעדער איז זיך צו וואקסן אויף א מאסיווע פארנעם נעמליך מען האט שוין לאנג נישט אויסגעגאסן די ראסט דאהי.............. נו וויאזוי איז מען מקיים די כתב והמכתב (ק"י: געדענקסט נאך?) פון הני ראבערס וואס וויינען מיט אזא פיטערליכקייט...........

מיין טאג היינט זאגט א סאך מער ווי פלעין מעונן, עס האט נישט קיין שייכות געהאט מיט די וואלקענעס וואס זענען ווייט אוועק וואס ברענגט אונז פרישע ארטיקלען פון משפחת הזרחי (אויף אידיש, גאלד), מעונן איז געווארן א שם דבר די זון קען שיינען ווי ביי הוציא חמה און מעונן זאל זיין אין קראפט אויף 80 rpm אנע רחמנות, ווידעראום מאכט זיך אויך -טאקע נישט אפט אבער עס קען געשען- אז די וואלקענעס זאלן אפשפיגלען אבאמא מיטן גאנצן טראגע אבער עס טאנצט עפעס אין הערצעלע און מען קען עס נישט אויסלעשן.

היינט האבן מיר געהאט מעוננן מיט אלע פטישים יפוצצים קיין איין פשט נישט אויסגעלאזט....

אנגעפאנגען האט זיך עס ווען אינדערפרי האט מיר געמאלדן די וואס כל ביתי עליה ישמוח"ו אז עס רעגנט און די סטעפס דארף שוין נישט צו האבן קיין אייז ווייל די רעיגן וואשט דאך אלעס אוועק, די זעלבע טעות האט זי אינדערהיים ווען זי מיינט אז וואסער וואשט אלעס אוועק.......... אבער איך בין דאך א אישהּ כשירה איז ביים אראפגיין בין איך נישט געגאנגען ביי די זייט אנכאפענדיג אויפן שיפן זיידע שטעקן נאר מיט א זיכערקייט אראפגעגאנגען......."די ערשטע טראפ (אויב טרעפ מיינט אסאך וואס מיינט טראפ?)" געשווינד געמאכט א "ומוריד הגשם" וואס דאס איז סאך א העכערע מדריגה ווי פשוטע התפשטות הגשמיות


איך בין נאך ווייט פון פארטיג אבער איכא לחייש משום זריזין מקדימים, המשך יבוא אי"ה
טרינקט נישט wild turkey אום שבת, ווייל עס פארלעשט דעם עיר קאנדיציע

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » פרייטאג דעצמבער 26, 2008 1:44 am

וו"ב (פאר די נייערע מעמבער: וועלקאם בעק בלע"ק) ווילדער גאנז, מיר קוקן ארויס אויפן נעקסטן המשך און מיר האפן אז דאס וועט פארקומען גלייך נאכן מעמד ה'דאבליו די פארטי' געגיסאכטס, אזוי וועט עס זיין פינף זעקס בלעטער לאנג.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28310
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מוצ"ש דעצמבער 27, 2008 8:16 pm

איך מוטשע מיך דא אויף א ווילדע טורקי: וואס איז פשט אז די וואלקענעס האבן אפגעשפיגלט אבאמא?

אויסערדעם האב איך כמעט אלעס פארשטאנען און טאקע הנאה געהאט פון דיין ווילדע צוריקקער.

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8856
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » זונטאג דעצמבער 28, 2008 2:07 am

קרעמער, כאפסטע נישט? אין א יום המעונן געשעט טייל מאל אזא זאך וואס רופצעך "שווארצע וואלקענעס"... הה...הם...הההםםם... ראסיסט וואדיביסט.... אקעי ניין נישט שוואר... ח"ו, אבאמא וואלקענעס.

ולטערקי אמר: טערקי גור (ברוך בלע"ז) ארי' (הבא בלע"ז) יזנק (בשם בלע"ז) מן (האַשֵׁיים בלע"ז) הבשן (ברכנוכם בלע"ז) וכו' ...

לעבעדיג!!! ;1@ ;1@ ;1@ זעהעהעהע היום....;1@ ;1@ ;1@

מיר ווארטן צווישן שפאנונג און געדולד אויף דיינע זיסע ווערטער (און אויף דיין שטימע פאר שמערי....)
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 26574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דינסטאג דעצמבער 30, 2008 1:44 am

אוי געוואלד דער טערק האט דא ארייגעווארפן א טיפזיניק פשעטל, און איך אנה אני בא? הא? וואו? יעדעס ווארט איז ווערט קעש.

יישר כוח.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!

זאנוויל
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 24, 2008 11:59 am

תגובהדורך זאנוויל » דינסטאג דעצמבער 30, 2008 11:38 am

טערק טערק איכה???

וואס טוט זיך מיטן המשך?...

איך האב עס היינט געליינט אין א שיינע זוניגע טאג, אבער אוי האסטו מיר פארוואלקענט.....דא האב איך געוואלט עפעס שרייבן, אבער דאס וועט שוין זיין נאכן המשך. ביי ביי.

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » מיטוואך דעצמבער 31, 2008 4:03 pm

והנני און אטא דא בין איך. כ'אמעך שוין אויפגעוועקט...

את קולי ארים, ואת תמיהתי לא אמנע מלהגיד ולהצריח בשער בת רבים.

ווי קאן דאס געמאלט זיין אז אזא שמאלציגער ארטיקל ליגט שוין אין קרעטשמע באלד א וואך צייט ועדיין לא הגיבו פה התושבים???!!! שוין נישט רעדן פון דעם וואס דער ארטיקל זעלבסט איז א רינעדיגס, געפלאכטן מיט הומאר, חריפות און רמזים וועלכער איז א זעלטנהייט בכלל און פאר קרטשמע בפרט. איך האב נאר איין לימוד זכות דערויף, אז דער עולם איז נאך נישט געקומען צום טעם פון א גוט שטיקל געבראטן ווילדע טורקיי. וואלטן זיי דאס ווען דא אפילו נאר איינמאל פארזיכט, וואלטן זיי ווען נישט געזעצן אזוי מיט צוזאמענגעלייגטע הענט.

רבותי, כ'זאג אייך! אז איינמאל מ'פארזיכט דעם טעם פון דעם פעטן שמאלציגן טורקי, בלייבט דער טעם דערפון אין מויל אויף א גוטע שטיק צייט אזש אז דאס קומענדיגע מאל וועט מען בלויז מיטן זען אינדרויסן אז דעם נאמען 'וויילדטורקי' וועט מען באלד קומען צולויפן און כאפן פון זיינע געשמאקע סחורה.

און פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן און געדענקען צום קומענדיגן מאל, וואס מיר האפן אז דאס וועט זיין גאנץ אינגיכן (וויילד, מסכים? אבער אינגיכן! נישט לאמעך מיט די צונג אינדרויסן).

און אצינד אפאר שלעק פאר זארעכ'ן. כ'פארשטיי מיך נישט, דער 'וויילדטערקי' איז אן אייזענע שרייבער, און ווי אויבן געזאגט קומען זיינע ארטיקלען געפלאכטן מיט א געשמאקן הומאר, געזאלצענע חריפות און געבראטענע רמזים אזש מ'קען ווילד ווערן און אונטערטאנצן אויס הנאה בלויז ליינענדיג, און ווי באקאנט גלייכט ער, דער זארעכ, אזוינע סארט ארטיקלען, איבערהויפט ווען דער פערפאסער צייגט סימנים פון שריפטליכע טאלאנטן, טא איז דאך דאס ממש ווי געגאסן צו דיין געשמאק, און גארנישט! ר'מאכט זיך נישט וויסנדיג?! אויף יענעם שרייט ער, הא? וואסי מיטן טול קורה?

חברה, נטלתי הקורה און כ'בין זיך מודה ומתודה ברבים כדין וכהלכה.
*

וויילד,
ווי כ'אב שוין געשריבן די וואך איינמאל פאר אן אנדער מעמבער דא, בין איך געווען אפוועזנד בשעת דיין אריינוואנדערונג אין קרעטשמע דעריבער איז מיר נאכנישט געהעריג אויסגעקומען מגיב צו זיין און דיר אפגעבן א יישר כח אויף דיינע פולע מייסטערווערק. אבער זיי וויסן, דיין סטיל אין שרייבן ארטיקלען קען זיך פארמעסטן מיט אסאך, אסאך שרייבער דא. און ווען איך זאג שרייבער מיין איך אפילו אלטע שרייבער. זאל איך זאגן? יא איך זאג: אויב דער ראש הקהל שפיל וועט נאך אנהאלטן אין א האלב יאר ארום, דאן קענסטו שוין איינגעבן א פאטיציע פאר דעם אמט! איך מאך קיין וויץ! דיינע פאר ארטיקלען וואס דו האסט געשריבן זענען טאקע מעט הכמות אבער ורב האיכות. די איינצעלע, שרייען ווי פון זיך אליין אז: "יו אר דע מען!"

אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

תגובהדורך אינטעליגענט » דאנארשטאג ינואר 01, 2009 12:22 pm

או ווא! שאמאלייכעם ווילדער, לאנג טיים נאו סי, האסט מיך שטארק צוחחחחח'ט מיט דיינע געשמאקע רייד.

אוי בענק איך זיך נאך דיינע מערכות, גלייב מיר אויף מיין עהרן ווארט, איך לעק אויס די גאנצע בעג ווען דו שמייסט אריין א געזאגעכץ, קיין אינטערשיד צו לאנג אדער שמאל, ס'איז אלעמאל זאפטיג.

טענקס
אבער געדענק אז דאס אינאר געווען די פארשפייז, איך ווארט אויף די געהעריגע סעודה, ווי א נארמאלער מענטש, בילקעס, פיש וכו' גארנישט ארויסלאזן.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18577
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מיטוואך ינואר 14, 2009 4:47 pm

סישוין מער ווי צוויי וואכן אלט, אבער ווי דערוילעם ווייסטעך, בינעך צוריק געבליבן, ממילא וועט זיך אפט באגעגענען מיט אלטע ארטיקלען וואס שווימען ארויף, זאלט איר זיך נישט דערשרעקן, דאסיז פשוט ווייל כ'הער האטצע אויפגעוועקט.

טוירקל, כ'האב גע'שמייכל'ט ליינענדיג, און אויסגעפלאצט ענדיגנדיג. יישר כח.

(א חרפה און א בושה, נאר אכט תגובות, פאר אזא הערליך שטיקל.)


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: MCITP, yoy, יאנקעל פעדראטשיק, פראהביטש און 13 געסט