לשם יחוד...

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

לשם יחוד...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

לשם יחוד...

איך שעם זיך נישט, און מיטן גאנצן גוף רוח ונפש שפרינג איך אריין אין עולם המעשוגאס. פשוטו כמשמעו. לשם יחוד... איך גיי זיך מעשוגע מאכן...

אין ליכט פון אן אמאליגן מאמר וועלכער ווערט אנגערופן דער באקאנטער מאמר "ה'יהי", וועל איך זיך גארטלען מיינע לענדן און אריינטאנצן מיטן גאנצן לייב און לעבן אינעם עולם השגעון. פרעגט איר דאך אוודאי וואס אזאנס איז דאס 'עולם השגעון'? איז פאראן עפעס א ספעציעלע וועלט אדער היכל וואו עס געפונען זיך אפ בלויז מעשוגעים? וועל איך אייך ענטפערן פשוט און פראסט. פאראן אמאל א זמן וואס ס'גייט נישט ווייטער. מ'ווייסט נישט וואו זיך אהינצוטון און וויאזוי זיך א'עצה צו געבן, און מ'מוז על כרחך צוקומען צו די אור אלטע מסורת'דיגע עצה פונעם רבי'ן "מוהר"ן", ואולי וכולי וועט דאס העלפן שיהפך עלינו לששון לשמחה.

רבותי, די עלטערע צווישן אונז וועלן דא אוודאי געדענקען די אמאליגע צייטן, ווען אזעלכע און ענדליכע ארטיקלען פלעגן לויפן רוטין אין דער קרעטשמע. פעם איז דאס געווען יענטאאש, פעם קרעמער, פעם זארעכפעפער, פעם סאכדעס, פעם יגרסהדותא, און צומאל אפילו מאשקע און צייטליך אויך. איי איז דאס געווען תקופות. מ'פלעג מיר דאן אריינוואנדערן אין קרעטשמע נאך א גלעזל שנאפס און מ'האמיר דאס באקומען 'ביג טיים' מיט אן איבערפלוס. מיט דער צייט איז דאס ליידער פארגעסן געווארן און אנדערע האבן ערזעצט דאס פלאץ, און אויב מאכט זיך ח"ו אז מ'באטרעפט זיך אין אזא מצב איז ליידער נישטא צו וועם צו רעדן, מיט וועם צו רעדן און פונוואס צורעדן. אמת, איך מאך נישט אוועק די לעצטעריגע צוגעקומענע חברים, א שטייגער ווי: וויילדטורקי, זיידעניו, אינטעליגענט, שמערי און נאך אנדערע וועלכע ווארפן נאך פון צייט צו צייט אריין אזוינע שמאלציגע ארטיקלען, אבער ליידער, ליידער כי מועטים המה. אין אזעלכע זמנים וואלטן מיר אזעלכע סארט ארטיקלען אויסגעטרינקן ביזן לעצטן טראפ אזש אפי' מיטן קנקן ביינעזאם.

איך האב נישט מיט וועם ארומצוהאצקענען און מיט וועם צו טאנצן אויף די טישן. איך בין דאך דער איינציגסטער נאר אויפן מארק. אבער, איך שעם זיך נישט! איך טאנץ, איך שפרינג. יאנאש, ביטע גיב'זשע אהער א גלעזעלע משקה, און לאמיר אביסל לויז מאכן דאס צונגל, פארגלייזן די אויגן, עפענען דעם פיסקל, זיך שטעלן צום שטענדער און זיך אויסגעבן.

רבותי, ווא-זאלעך אייך זאגען? וואס זאלעך אייך דערציילן? און בעסער געפרעגט: וואס ווילט איר הערן?

איך טראכט אז אפשר יעצט איז די פאסיגסטע צייט אביסל זיך אליין צונאר לייגן, און חוזק מאכן פון מיר זעלבסט. פארוואס עפעס זאל איך נעמען, למשל, נטע מיין שמש'ל אדער דעם אלטיטשקן ערעב פראייעם און מאכן צימעס אויף זייער חשבון, בעת ווען איך קען דאס טוהן אויף מיין חשבון?

הערט א מעשה. ווי באקאנט שוין פון אמאל, בין איך פון נאטור אויס א שטארק שעמוועדיגער אינגערמאן. אין בית המדרש זיץ איך אלץ אזוי איינגעדארט און שטיל, מ'הערט נישט פון מיר קיין הויך ווארט. צווישן די באקאנטע פארעכן איך זיך אלס דער צוריקגעצויגענער, און צווישן די משפחה צייל איך זיך צווישן די מער איינגעהאלטענע און פארמאכטע. פארלויפט זיך מיר אמאל אזא מעשה: אין א שיינעם פרימארגן קריג איך א טעלפאון קלינג פונעם טאטן, צו לאנגע געזונטע יארן, ווי ער מעלדט מיר איין אז ביום פלוני ופלוני בין איך געלאדענט צו די אזויגערופענע משפחה צוזאמענקום, ווי מ'וועט פארברענגען די משפחה ביינעזאם. וויי געוואלד. געדולד צו דעם האב איך דאך ווי צו די פאריעריגע שניי, און ביים ערשינען האב איך נישט געהאלטן דערביי. אבער וואס קען מען טוהן? כיבוד אב איז דאך פון די צען געבאטן. גיי זיי מסביר דעם טאטן אז כ'האב נישט קיין נערוון דערצו...

דער גליקלעכער טאג שטייט שוין אט אט ביים שוועל. ס'הייסט, עפעס א קלייניקייט מ'גייט זיך טרעפן מיט די געשוויסטער; שוואגער און אלע פאמיליע מיטגלידער. אוי גייט דאס זיין א נחת. שי-הא... מ'גייט פארברענגען בשבת אחים. וואסא א פרייד און גליק דאס איז. איך קען שוין נישט אויסווארטן...

איך זיץ אויף שפילקעס. יעדער מיט זיינע מאנסעס. דער רעדט, דער צווייטער דערציילט, דער דריטער דעבאטירט, און אלע אלע אויף מיינע געהירן. דאס געמויזעכטץ האט מיר שוין ארויסגענומען פון גלייך געוויכט, אזש כ'וואלט שוין ענדערשט זיך געקליבן צו פארברענגען דא אין קרעטשמע ווי איידער מיט צומאכן און אויפעסן די אלע שיחת ד'קלים דארט.

זארעכ, וואס זיצטו עפעס אזוי באמאכט דארט? פרעגט מיך דער טאטע. זאג עפעס, דערצייל עפעס.

נו, גיי זאג אים אז כ'פריי צו דעם פארברענג אקורשט ווי צו *דעם פעטער'ס חתונה*, ער וועט דאך מיר ווייסעך וואס טוהן. א מזל ער האט נישט געליינט מיינע געדאנקען, ווייל ווען יא, וויי און ביטער וואלט געווען פאר מיר.

רבוש"ש, וואס זאל איך זאגן? וואס זאל איך דערציילן? זאל איך פארשטאפן די גרויסע מיילער פון די משפחה? מה אני! ווי וואג איך מיך אפילו אריינצושטופן מיין נאניע צווישן אזעלכע גרויסע וועלטס חכמים און אלץ ווייסער? ווייסן ווייס איך דאך גארנישט, א שטילער בין איך אויך, טא וואס וויל דער טאטע הערן פון מיר?

ששש... זארעכ וועט עפעס זאגן, גיבט דער ברודער מיינער א כאפ דעם נעץ. קיין צייט און געדולד אויסצואווארטן ביז איך מאך אזוי א פליטה האט דער חכמ'ל זעט זיך אויס נישט געהאט, און געמיינט האט ער אז ער האט מיך איינמאל פאר אלעמאל געפאנגען אין זיין זאטל אריין. און - ער האט מיך טאקע! אבער נאך ווי...

פארטרויטלט ציטערדיג און שעמוועדיג גיב איך אזוי א קעקעץ ארויס האלב אונטער די נאז אפאר שטילע געציילטע ווערטער, כאילו מ'שטיינס געזאגט איך האב אויך עפעס אריינצורעדן.

"יא, דער יאנקל, דער איז דאך אזא נאר, רוף איך מיך אן כאילו איך קאמענטיר צום פריערדיגן שמועס, ווען ער זאל ווען אינוועסטן אין ריעל עיסטעיט וואלט ער כאטש געהאט עסעטס. ווער האט אים געבעטן אריינצוגיין אין אינשורנס? די סטאקס פאלן דאך און דאס געלט וועט ער נאך אין א שיינעם טאג מוזן צוריק געבן. שוין, בעסער איינמאל ווי אלעמאל..."

עס פלאצט אויס א הילכיג געלעכטער. דער עולם אינטערטענט זיך מיט מיינע דברי שטותים. כא... כא... כא... הער איך ווי דער שוואגער מיינער רופט זיך אן. "בעסער איינמאל ווי אלעמאל", הא הא, האסט אודאי געוואלט ניצן דאס ווערטל פון "בעדער לעידער דען נעווער", וועלכער שטימט צו דיין סטעיטמענט ווי א ארבעס צום קאמפיוטער, אבער מאכט נישט, זאגט דער שוואגער אזוי געוואנדן צו מיין ריכטונג, דיין אזוי גערופענע ווערטעל איז גארנישט בעסער... ס'קלעפט אויך אהער ווי קלעפ אויף נאסע פלאסטיק...

אזא שלאמאזל, רופט זיך אן דער גרויסער ברודער מיינער, ניטאמאל א ווערטל שטייט אים גוט אין מויל. איז צו וואס טויג ער יא?...

ווער האט מיר געבעטן? צו וואס האב איך געדארפט זיין א חכם און באוויזן קינצן און אריינרעדן אין זאכן וואס איך פארשטיי דערצו א ווי צו א שטיקל גמרא ביום המעונן???
נאר וואס איך בין!!!
*

פארלויפט זיך אמאל אזא מעשה. ביי אונז אין קאווע שטיבל שטייט א אינגערמאן מיט א שול (טעפל) בריעדיגע קאווע אין דער לינקער האנט, זיפט אזוי איינס נאכן צווייטן ווען אינדערצווישן לאזט ער אלץ הערן זיינע מיינונגען אין פארשידנארטיגע נושאים. גייט פונקט אריבער זארעך דער יצמח'ל און דער אינגערמאן קומט אויף אן הצעה צו מאכן אביסל ששון אויף מיין חשבון. זאג נאר, דו יצמח, וואס זאגסטו צום מצב? ס'טויג נישט, הא?

איך נאר. אנשטאט באלד צו כאפן וואס פאר א נעץ דער מויל מאכער שטעלט מיר דא אונטער, האב איך זיך נאך אראפגעשטעלט אים ענטפערן. יא, יא, ווי זאגט די וועלט? "וואס מ'טוט טוט מען זיך מיט דער אייגענער האנט". און אט אזוי האט דא פאסירט. איך שטעל ארויף אויפן אויבן-אן פון די קופקע און כ'בין אים מסביר אז דער מצב איז טאקע שלעכט, אבער, נע, מ'קעין זאגט דאך אז ס'נישט אזוי געפערליך...

פשייי, שרייט ער אויס, דו קענסט פאליטיק אויך? הו הא. איז זאג נאר צדיק'ל, פרעגט ער מיך אזוי סארקאסטיש, האלטסט אז באמא קאן דאס מאכן? וואס זאגן די אנאליסטן? ככםםעמעמככמ... עממם... עממ... איך ווייס נישט צי ער וועט דאס 'מאכן', אבער 'אנמאכן' וועט ער זיכער, ענטפער איך אים ווי אזא חכם.

וואס הייסט? וואס וועט ער אנמאכן? עמממ... אמם... אמם... אממ... אעממ... מיינסט איך ווייס? איך... איך... איך... עממ... זאג דאך נאר נאך וואס איך לייען. אזוי? עפענט ער אויף מיר אפאר ברייטע אויגן, וואו ליינסטו דאס?

אין קרע... אוי אין... קרעמלין... כ'מיין אין קרעפלעך... ניין, נע... צע... נו, וויזוי הייסט נאר די אויסגאבע דארט? נע, כ'קען מיך נישט דערמאנען יעצט. איך פרוביר מיך נעבעך ארויסצודרייען, אבער שוין, בעסער מ'רעדט נישט...

איי די בושות...
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

כ'האב נאכנישט געענדיגט ליינען, [קוים אנגעהויבן בעסער געזאגט], איי די אלטע אלטע זיסע צייטן, זארעך ביסט זייער גערעכט דערמיט, ס'בענקט דאס הארץ אויפן אמאל, נו אשר על כן? זאלן מיר זיך שיסן אין קאפ ווייל מיר האבן נישט די אלטע ריכטיגע סחורה??? דאס ניין בשום אין אופן, מיר וועלן ארויסגעבן אונזער'ס אז ווען זיי וועלן אנקומען צו די בן ארבעים לבינה זאלן זיי באגרייפן אונזער צער..

זארעך איך קום נאך צוריק צו דעם אשכול, די ווערטער דא זענען בכלל נישט גע'מגיב'ט, ס'איז נאר שטורעמישע זכרונות פון אמאל, אוי טאטע געב אונז כח
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

צייטליך האט זיך נארוואס אויפגעהויבן פונעם נאסער פאדלאגע, ער האט אקורשט געכאפט א לייכטער זעץ פון הונטן ווען ער האט אריבערשפאצירט א שטיקל אייז וואס איז אנגעגאסן מיט וואסער פונעם היינטיגען רעגן, ער האט זיך נאכנישט צורעכט געמאכט דאס היט און רעקל, און שוין כאפט ער נאך א גליטש און אודך! ער ליגט אויף דר'ערד מיט די פיס מער אין די הייעך און דאס היטל יאגט זיך ערגעץ ווי אינטער א פארקירטער קאר.

אבער "קיין יאוש איז נישט פארהאן" זאגט זארעכ. און צייטליך הייבט זיך אויף צום צווייטן מאל און מיט מער געמאסטענע טריט, האלב אויפן שטראסע און ס'ווייצע פוס אויף די סיידוואלק שפאצירט ער פאמעליך צום אפיס ווי ער וועט קענען כאפן א זיץ און זיך אביסעלע אפרוען פון די ווינטן און נאסע וועטער.

ער איז שוין אין אפיס, דאס שיך איז גוט אפגעווישט, מ'שלעפט זיך צו צום בענקל און צובראכענעם טישל און מ'גייט זיך יעצט אפרוען עטליכע מינוט פונעם שווערען וועג. ווי געווענליך גיט מען ס'ערשטע בליק אין קרעשטמע אריין, לראות את שלום ה'קרעטשמע ומה יכתב בה.

צייטליך'ס אויגן האבן באלד געכאפט אז עפעס אויסטערליש גייט היינט פאר, ס'איז עפעס אנדערש ווי א געווענליכער רעגן טאג, עפעס בעסער. באלד זעהט ער שוין דעם "לשם יחוד" פון זארעכ און אין זיין מוח הייבן אן צו גיין חלומות, דמיונות און זכרונות.

פאסירט אין א געוויסער אינדערפרי ס'פאלגענדע געשיכטעלע.

עס גייט א גרויסער שניי היינט אין דארף, די וועגענער זענען פארקירט ארום דעם קרעטשמע, אלע וועגן און שטעגן זענען היינט ווי אפגעשפארט. מ'קען נישט גיין און פארן, ס'איז היינט ווי א חאגא טאג, נישטא קיין ארבייט. "קיינער פארט נישט אין אזא שווערען וועטער" זאגט "מאשקע" בעת ער גיסט אן עטליכע כוסות פאר די נארוואס אנגעקומענע געסט. היינט גייט אום גוט, טראכט ער צו זיך.

אזוי זיצענדיג ארום די טישן, פארברענגענדיג על דא ודארט, גוט יגר'ל א ווייז אן אויפן פענסטער איבער א אינטערסאנטער מראה. "גוט א קוק" שרייט יגר אויס "וואס א מענטש טוט נישט פאר פרנסה".

אט זעהט ער "חיים חייקל" דער וואסער טרעגער טראגט אויף זיינע איקסלן עטליכע אנפער'ס וואסער - אנדעש ווי געווענליך - ער שלעפט היינט פיל מער פעסער און פעסלעך, עס פעלט אום אויס מער קריגלעך פארן היינטיגען סדר היום. א פראגע? ס'ראש הקהל "יענטאאש" האט דאס פארבעטן וועט ער דאס צושטעלן מיטן גאנצן הארץ. מ'רעדט דאך פון געלט. נישט קיין חילוק קעלט אדער היץ, ביזנעס איז ביזנעס.

אויך "נחמן נטע" - דער האלץ האקער - ער איז אויך היינט עפעס אויסטערליש פארנומען, מער ווי א געווענליכער טאג. וואסארע פראגע? יענטאאש האט היינט געמאכט א גרויסער ארדער, באשטעלט איבער דער מאס, עס איז געפלאנט א גרויסער באגעגניש צווישן די חברי הקהילה מיט גרויסן קעניג "דזשאו בוי"

צווישן אלע האט מען אויך דער "גראף" אהינגערופן. און "גרויזאמער" האט לכבודו אנגעשלעפט טעצער מיט לעקעך. "הוטקע" בכבודו ועצמו האט אנגעברענגט א "געשמאקער" "יישן שרף" אזאנס וואס דער "משנה למלך" גלייכט שטארק.

"מפוקל" האט פארגעשריבן א דרשה פאר "התאחדות" מיט וואס ער וועט אויפטרעטן, און א מייטערהאפטער פלעג איז פארגעלייגט געווארן צן באעהרן "נאטורליך".

"יאנאש" האט אנגעברענגט א סטאדע מיט ערלים צו האלטן זויבער ס'פלאץ, אויך "טריאו" האט דערמיט שטארק ארויסגעהאלפן. ווי פארשטענדליך איז דאס אלעס אנגעפירט געווארן דורך "קרעמער" אליין, ווי ער האט אלצדינג באשטעטיגט.

און אזוי גייען אן די גרויסע פארברייטונגען לכבוד דעם גרויסן מעמד, עס טוען זיך אויף טישן און בענקלעך, דער גאנצער דארף איז איינגעהילט אין פרייד, ס'איז דער געשפרעך אין קרעטשמע.

ביז... ביז דאס פאלגענדע האט פאסירט!

צייטליך וועקט זיך אויף פון זיינע מחשבות און חלומות און אט זעהט ער זיך מיט אריבער צוויי יאר עלטער, ווי ער זיצט ביי זיך אין אפיס און ליינט אן ארטיקל פון "זארעכ" וואס קוקט ליבערשט אויס געשריבן עטליכע יאר צוריק.

אךךך. א שאד, טראכט ער צו זיך. קוק וואס אן ארטיקל קען טוען פאר א מענטש, פארוואס זאל דאס נישט געשעהן מער אפטער? אבער אז ס'איז נישטא מיז מען עסן וואס מ'האט.

וויל מיר זיך דערפאר באדאנקען פאר זארעכפעפער פאר זיין הערליכער געשמאקער קרעטשמערישער ארטיקל. ס'איז איינס אין דער וועלט! די ווייסט אז מיר גלייכן דאס, די ווייסט אז די קענסט דאס. טו אינז מער צוליב.

יישר כח.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

אויסגעטוהן פון דער וועלט און פון יענע וועלט, כאפט מען א בלינק אינעם קרעטשמע, און מען זעהט אז אינדרויסן רעגענט..., קיינער ווייסט נישט פון איך ווייס אמער מיר זיצן און א איזולירטע שטוב, אן קיינע פענסטער, פון ווי קען איך וויסן אויב עס איז וואר מיינע רייד, זעקל קומט צו צו מיר פרעגן,

זאג נאר זיידל דו האסט אמאל געהאט אן אפעראציע ח"ו,

ניין, גיב איך אים אן ענטפער מיט סורפרייז,
סארא פראגע, וואס האט זיידל מיט אן אפראציע, חלילה, השם ירחם , אל תפתח שה לפתן, קלאפ דיר אויף פיסקל, שפיי אריין אין די קאשע, וואש אויס דיין מויל מיט פעפער,

וואס מיט פעפער? די מויל? עס ציפט דאך?!?,

נע פארשטייסט נישט אן עסק, אית פעפער ואית פעפער, און עס איז דא א זיסע פעפער.

ווען כהאב געזעהן א לשם יחוד ארטיקל ווייס איך שוין אז עס רעגנט, נעע נישט ווייל דער לשם יחוד, נאר אויב דער שרייבער פונעם ארטיקל האט געשריבן אזא ארטיקל וואס באשטייט פון איבער 6000 קערעקטערס. [WOW] מוז בהכרח רעגענען.

עס איז שוין אן אלטע חקירה, דער רעגן איז דער גורם פאר אן זארעך ארטיקל, אדער א זארעך ארטיקל איז דער גורם פארן רעגענען. ונפקא מינא לעצירת גשמים

צום עצם ארטיקל הער זארעך, איז א בחינה פון ובא השמש וזרעך השמש, עס איז נופח סאפיר ויהארלעם, למעשה איז עס באמת דריי ארטיקלן וואס יעדע פאר זיך איז עקסטער ווערט א באגריסונג, ס'ערשטע דיין מהלך פון זיך גובר זיין אויף די בושה און ארויפטאנצן אויפן טיש אין לאכן הויעך און דער טיש האט זיך נישט צובראכען, ווער רעדט נאך פון יענע נאסטאלאגישע גבענקטע אייגענארטיגקייט וואס מען האט געהאט ווען מען איז געווען אינדערהיים דארט, דאס האט שוין צייטליך שיין און שטארק מפליא געווען, [צייטליך דאס איז א קאמפלימענט פאר דיר...], ס'צווייטע דער מיוט קנעפעל וואס דו האסט אויפן מויל ווען די מאכסטעך פאר א שטילער, אבער דיינע פינגער טאנצן און שפרינגן אויפן קיבראד אזש מען קען מיינען אז זיי געהערן גאר צו א צווייטע פערשוין. און צום לעצט צום בושות דאס איז ליידער א גוטע מעשה וואס ס'מאכצעך, כ'האב געהעריג געלאכט פון דיין דורכפאל, און כ'האב מיר פארלאזט אויפן היתר זארעך, אז בנפול אויבך אל תשמחך אהוביך לא כתיב אלא אויבך, מכאן שמצוה לשמוח כשאוהבך נופל, די אחוריים ברעגן עס נאך להלכה למעשן.

נאכאלעם מיז איר זאגן מיט צוויי מאגערע און קורצע ווערטער, 'יישר כח', און דו צוויי ווערטער זענען געצילט פארן ארטיקל דיינע און פאר מיר מהנה זיין...
אוועטאר
wildturkey
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 22, 2008 11:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך wildturkey »

זארעכ איך בין נאך מרוגש פון דיינע בושות און נאך מער פון דיין פלוצים'דיגע טאנץ.........
וועלן מיר צוריק קומען.
טרינקט נישט wild turkey אום שבת, ווייל עס פארלעשט דעם עיר קאנדיציע
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15321
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

יוש זארעך, וואס האסטו געטון דא מיט מיר, האסט פאראורזאכט א מעגא אויסברוך פון צייטליך'ן וואס האט מיר צוריקגעפירט אינעם עולמות שחרבו אריין, איי איי געווען צייטן.

ווער דענק נאך ווען עס איז געווען ווען די אלטע גוטע אידן פלעגן זעך צוזאמזעצן אויף א ליל שישי אדער אנאנדער יומא דפגרא, איי א תיקון חצות א ס'אלטער היים וויאזוי עס איז געפראוועט געווארן, אן ערב יו"ט, א קידוש לבנה איי איי איי עךךך כךךך כליפ כליפ.

יו יו יו אוי אוי, ווען איינער פון די אלטע גווארדיע פלעגט נעבעך אפפעקלען וואסערע הספדים מיר האבן געהערט, אוויישש ווער דענק נאך די בכיות נוראות פון יענטאאש'ן זאל ריען ביי סיי וועלכע אפיציעלע אדער נישט אפיציעלע צוזאמקום, איי איי איי ערכערך, א טאג בוכל פון זאל עס זיין נאטורליך זאל עס זיין קרעמער אדער גאר סאכדעס, איי אוי אוויייי איידידיי ווער רעדט נאך פאר פענסטער האט געהייסן פענסטער און מען האט געברויכט עפענען א פענסטער נאר הערנדיג זיין נאמען, וואסערע תגובות פלעגן שמייכלן ווען זיי זענען געשריבן געווארן דורך אים.

עניוועי, צוריק צום נושא, איך האב שוין געווינט אויך אז די אלטע גוטע צייטן זענען נאומאר דא, אבער א שכוח פאר זארעכ'ן האב איך נאכנישט געזאגט פאר דעם ארטיקל, סאו לאמיר עס איצטערט זאגן.

עס איז א געשמאק צו לעזן סיי וועלכער ארטיקל פון דיר, עס איז אלץ גוט געשריבן, גוט אראפגעלייגט, געשמאק צו ליינען, אבער ווער רעדט נאך ווען דער חומר איז נאך גוט צודערזייט, דאן איז דאך דא ביידע וועלטן.

האסט בארירט א שטארקע פוינט וואס איך גלייב אז ניינציג פראצענט אידן מאכן אמאל מיט, דהיינו מען רופט זיך אן א ליניע שלא מן הענין צוליבן אריינפאלן שפעט ביי א דעבאטע אדער צוליבן נישט האבן די מינדענסטע השגה וואס די צדדים זענען, און נישטא וואס צו רעדן עס קען זייער ציפן.

אבער דא (אין דעם ארטיקל) האבן מיר געקריגן א געוואלדיגע עצה, ווען אימער עס קומט אונטער אזא מעמד, דו ווערסט געשטעלט צום וואנט מיט א דירעקטע פראגע, אדער עס ליגט דיר סתם אויפן צונג א נערישע סטעטמענט, דאן טוה זיך אן דעם גארטל, פארציה מיט די אויגן, קלאר דיר אויס די שטומע, און שריי הויעך 'לשם יחוד... איך גיי זיך מעשוגע מאכן...', די גאנצע שפיל וועט שוין שפירן פיל בעסער.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

זארעעעעכ, סערצעך? האבעך געמיינט אז קומסטע צינען ס'לעכט ביינונז דא אין קרעשמע.. איי האבעכעזעך טועה געווען, ביסטע געלאפען צו דיין טאטען רעדן וועגן דיין פעטערס כאסינע.... איי א באטלאנעס... אגאוו זאג דעם ברודער דיינעם, אז קען ער זעך פאארשטעקן אין מאויס לאך, קעגן דיין גערויסע האחמע. ווייסער נישט, אסעז בעסער איינמאל ווי אלעמאל. ווען וועלט וואלט ווען וויסן וואס ווייס זארעכ... וואלט מען איינמאל ווי אלעמאל געווואוסט וואס צו וויסן.
(דאס אויבערשטע פאראגראף ליינט מען בנוסח הונגאריע.)

אקלאל, זארעכ, דער עיקר אז מ'האט געליינט יענע וואך, ויקרא שמו זרח. כאמאזעל אז 'יאך' האב נישט עולה געווען דארט, וויייל דער רב מיט די שיפע אויגן, העט ווען זיך אויסגעדרייט מיט א תמיהה מינע אויפן געזיכט.

עלקא פנים, דאס גאנצער ענין פונ'ם איידיע, ארויפצוגיין אזוי אויפן טיש, ווי פורים נאך די פיש, און די נאניע זיך געבן א וויש, אויף דעם קומצעך דער א קיש.

ייאשר כוחך.

-***-

צייטליך, יו אר דע מען, נאר כ'בין ברוגז פארוואס דו האסט נאך דעם שווערן וועג, נישט געלאזט די חלומות פארן ווייטער. איי וואלט ווען געווען גוט צו עסן דארט ביין ראושעקול.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

עס קומט דאך אזוי, דער מנהג ביי מצוה טאנץ איז אויך אזוי, אז דער בדחן איז מזכיר נשמות און רופט אויס דעם און יענעם, און די יעניגע ערווענטע הייבן זיך תיכף אונטער און נעמען זיך שפרונגן און טאנצן ווי גלייך די גאנצע וועלט שטייט אויף זייער פלייצע.

אקוראט אזוי איז מיט ארטיקלעך דא אין קרעטשמע, אויב דער פותח האשכול ריקט אריין עטליכע נעמען אדער ניקס (היינטיגע צייטן באשטייען מיר שוין נישט פון בלויז ניקס! מיר פארמאגן א ר' שמחה במילואו, און ווער ווייסט וויפיל נאך חברה רופן זיך דא אויף די אייגענע נעמען -- הערשי קניהויז יוכיח...) און דאס איז אזא סארט אנדייטונג אז ער ערווארטעט צו הערן עטוואס מילי בסלע פון די יעניגע באטרעפנדע.

אזוי האט פאסירט אנהייב וואך ווען יגר'ל זאל געזונט זיין האט געשריבן זיין "WANTED" אשכול וואו ער זוכט דעם אלטן עולם שרייבער, און אט דאס האט יעצט פאסירט ווען זארעכל האט זיך אויפגעהויבן אויפן טיש (נישט ממש אויפן טיש גופא, ווייל ר' אלימלך מ'טאהש איז שטארק דערקעגן, עי' כתבי חייקל חלק רביעי) און אנגעהויבן פאכן מיט די הענט ווי א צעיושעטער משוגענער, אזש די עננים האבן זיך אזוי צושפרייט, אז בלי שום גוזמא "איך האב יעצט ארויסגעקוקט פון פענסטער, און נישט געפונען קיין איין ווייסן פינטל אויפן הימל" (אויף דער ערד און אויף די דעכער זעהט מען נאך יא געוויסע ווייסע פינטעלעך, שיריים פונעם פאריעריגן שניי -- העי, נישט קראצמאך טוישט זיך די למספרם, וואס שרייבסטו פאריעריגן? -- נו, איך שרייב דאך נאר אזוי להוציא מלבן... פארשטייסט? לאפוקי. נע, וואס פארשטייסטו, דאס איז די אלטע קרעטשמע שפראך, גיי לערן מיט א רבי'ש קינד חק לישראל), אז אלע נקובים בשמותם וואס זענען אמאל געווען פון די קרואי מועד אנשי השם און היינט כלא היו, שפירן פאר וויכטיג זיך אנצורופן, און ארויסווייזן סיי א הכרת הטוב אויף די הזכרת נשמות זייערע, און סיי פרובירן זיי אויפצוברענגן אהבת קדומים, אנצייגן פאר די יונגווארג נאך וועלכע ווארע דער זארעך בענקט זיך אזוי אזש ער איז ממש יצא מדעתו (די פאלשע דעת, די אנשטעל וואס ער מאכט לפנים כאילו א שטילער יונגערמאנטשיק וואס פאררעדט זיך ווען עס האנדלט זיך אין ריעל-עסטעיט, פאליטיק, אדער סתם א טעצל קאווע).

זאל איך גיין ווייטער? איך קען אנגיין אויף דעם שטייגער 3 יאר און מער -- קוק צוריק מיינע מיליאן תגובות פון דאהי און פון היידפארק.
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

איר מוזט פארשטיין רבותים ומורים, היינטיגער טאג איז דאך אן איינפאכער. ס'קענעהארע שיינע בלוי הימלען. קיין ספעציעלס וואס זאל אומווארפן דאס געמיטער. טא, צופיל איז דאך נישט צו ערווארטן...

אונ'כעל גיין פון אונטן ארויף:

קרעמער האט רעכט! יגר'לס רוף האט אזאנס אפגערופן, אזש די טויטע פון בית עולם האבן זיך אנגעהויבן צו גרייטן מיט אן ארטיקל כבחיים חיותם (הפנים זוי האף איך).

איין זאך, קרעמער, וואס איך וויל דיר נאר זאגן:
צי ווייסטו דען נישט אז זארעכפעפער איז אויך נישט קיין 'ניק'? (ומאי שנא מהערשי קנייהויז?). און כ'האב א ראי לדברי אז דו ווייסט דאס גאנץ גוט, ווארן דו ענדיגסט דיין תגובה: "די פאלשע דעת, די אנשטעל וואס ער מאכט בלא בלא. זאג, דו קענסט מיך?...

אלנספאל, דיין אויסגיס האט מיך צוריק געברענגט צום אלטן אמאל. און יא, דו שרייבסט אזוי בלשון בתמי' "זאל איך גיין ווייטער?", און איך שרייבט צוריק בניחותא: "יא, זאלסט אנגיין ווייטער!", מיר בענקען!

סאכדעס, אהה... דיין קיש... אהה... דאס אי-דאך ווערט אלע געלטער, מער ווי טויזנט ווערטער... (וויזוי זאגט די וועלט: איין קיש איז ווערט מער ווי טויזנט ווערטער. חחח... שטייט מיר גוט דאס ווערטל...)

און ווייסט וואס כעל דער זאגן, סאכדעס, ליינדיג דיינע ווערטער האסטו מיך אריינגעשטיפט אין תוך פון אלט קרעטשמע סטיל, און כאמעך דערמאנט פון יענטאאש. טא לאמיך דיר מכיר טובה זיין און אדאנק דיין תגובה'לע וועל איך אריין דמיון'ען וויאזוי יענטאאש וואלט רעאגירט אויף אזא תגובה:
יענטאאש האט געשריבן:וועעךך... פעעכי... א קיש, פוי!
און אז שוין יא קיש, פארוואס א נאסע באגלייט מיט א גאלאן שפייעכץ פאר א נאך טעם?
סאכדי, נאכאיינמאל דו שענקסט מיר א נאסע שפייעכציגע קיש, וועל דיר באצאלן א וישקיהו מיט פונטליך... פ'שטאנען? וועךך...

יאנאש, והי' זה שכרי. גיב נאר א קליק שוועמלען, זאל ער כאטש אויך הנאה האבן און זען וואס יאנאש האט אהערגעשטעלט. יע, יע, וואס נאסטאלגיע קאן ניט אלץ באווייזן...

יאנאש, יאנאש, וואס נאך דארף געטוהן ווערן אז מ'זאל מיר די זכי' האבן צו זען און הערן פון דיר? אדרבה, גיב ארויס די סודות פון חדר און מיר וועלן פרובירן צו ארבייטן דערויף מיט אלע פראנטן.

און א ווארט צו זיידעניו, כי אהב אהבתי מאד אופן כתיבתך וסדר תגובתך. וויסן מעגסטו און וויסן דארפסטו, אז אין די מיטלע יארן, בעת איך פלעג זיך אפגעבן מיטן זיך באדאנקען און אויפנעמען יעדן עובר ושב, וואלט איך דיר באגאסן מיט א תגובה ארוכה מארץ מדה. נאר ווא-זאלעך טאן? אויף די עלטערע יארן, ווען ס'שוין נתפרדה החבילה...

עניוועי, האפ'מער דאך יעדן טאג צום חדש ימינו כקדם, און ווארט נאר ווארט, איך האף אז אין א שיינעם טאג וועל איך דיר דאס געבן אין מויל אריין, אזוי כדת וכלפנים משורת הדין.

ואחרון אחרון צייטליך.
כא... כא... כא... מיינסט האסט מיך ענטוישט? נאופס! נישט מיך. איך האב שוין פונלאנג געטאנעט אז: "יו אר דען מען" (ווי שוין ערווענט אינעם קאלום). נאר וואס דען? די חברה דא האט גענומען א שיינע פאר יארן צו כאפן דעם עסק. כא... כא... כא... זאלן זיי כאטש זען, די אלטע שמאטעס (טאטעס) דא, וואס אלץ זיי האבן נישט אינאכט גענומען די לעצטע פאר יאר. דרייען דרייסטו זיך שוין דא נאך פון פאר די קריג... און גארנישט, א חוץ זארעכ האט קיינער נישט אינאכט גענומען דיינע טאלאנטן. יוי לאך איך פון זיי. אונגערישע חכמים; נאך צען מאל לאכן כאפן זיי דעם וויץ למפרע, און נאך צוויי יאר כאפן פון צייטליך האבן זיי ענדליך דערווישט דעם פישל. ריכטיגע כאכמיי כעלעם...
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

הערליך!!! א גאנצע אשכל מלא ארטיקלען, אנגעהויבן ווי די פעפער וואקסט, און געענדיגט ביים מייסד, און אינדערצווישן א צייטליך במלא הדרו, מיט א שטיקל יאנאש, און א ברעקעל סאכדעס, און זיידעניו האט אונז אלע אויף געוויזן אז ער איז ביי די פריש-יונגע כוחות און ער קען זיך פארמעסטן מיט די אמאליגע אידן.

זארעך האסט מיר פארלייכטערט די שווערע נאכט, און איך בין דיר שטארק דאנקבאר דערפאר. דרך אגב זארעכל, וואס האלטסטו איבער דשאו די פלאמבער? :grin:
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
אוועטאר
יענטאאש
מ. ראש הקהל
תגובות: 726
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 3:12 am
לאקאציע: http://twitter.com/yentash
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענטאאש »

ער... דער זארעכ.

יו גאטטע גיוו הים קרעדיט, ר'קען די מלאכה.... שלעפט מיר אלץ ארויס אינמיטן די סאמע (נישט צו פארמישן מיט אסאמא, אבאמא, אדער סאלאמא....... אדער גואנטאמא..... אדער דאלאלאמא..... שאקס, וויאזוי גיי איך יעצט צוריק צו די ג'עריגע סענטענס ס'כאבאנגעהויבן.... כא... געהעריגע?.... אויחמערגעעריג.... אקעי, פערטיג, איך לייג אפילו נישט די אנדערע העלפט האלבע באלי איך ענדיג דא און פיניש, וואס איז געווען איז געשען, "בעסער איינמאל ווי קיינמאל".... וואס????!!!!..... וואטעווער....

עניוועי, דער זארעכ, די מאסע איז אז כ'זימציר דא אזוי אין מיין כאטשקע (נישט צו פארמישן מיט גאטשקע, קאטשקע, טשאטשקע, אדער לאטשקע..... ס'כעדער זאגן..... יעצחאפעכמעך אז גאטשקע יא..... שוינעניוועי.... כעל דא נישט ענדיגן..... וואו לייג איך אים יעצט?.... אקעי, זאל זיי דא אין פיניש ")", שטיי דא און ווארט פא טאטי, וויין נישט איך קום שוין קוק דארט איז דיין רבי..... נישט דיין רבי? ישעי'לעס רבי, נו זאל זיין אזוי..... וואס?.... יא, יא, אקעי וועסט שוין פארציילן נאכדעם, טאטי דארף גיין, כ'קום שוין....

בקיצער, די מעשה איז, אז די לעצטע שטיק צייט האב איך עפעס אנגעהויהן שפירן אז שפתותי באבאוועס בקבר (איך מיין נישט צו שרייבן פאליטיק, אז דאס איז די ווארט איז דאך דאס די ווארט, וואקעניכטין?....), כ'ווייס נישט ווער ס'האט עס אנגעהויבן, אבער ס'האט מיר עפעס אנגעהויבן ציען עפעס אהער צו די קרעטשמע (נישט צו פארמישן מיט קוטשמע, עעעעעעם.... אקעי נאר קוטשמע....), עניוועי, קודם האב איך געמיינט אז ס'איז עפעס א דיבוק אדער וואס, ווייסט זייט ס'איז געווען באשריבן לעצטנס, אבער נאכדעם האב איך געזען אז ניין, ס'איז טאקע א דיבוק.... די קרעטשמע דיבוק, וואס כידוע ליודעי טאמעיטא דיפ וחסד איז דאס פון די אומאפשאקלבארסטע דיבוקים וואס נאר פארהאנדן.

עניוועי, צוריק צום ענין..... וועלכע ענין די סרוך?.... ס'איז דא עפעס אן ענין דא?.... און אז יא גייט מען צוריק?..... דו צודרייטער. האלאו וואס שרייסטע?! וואס שרייסטע?! שלאג נישט! כ'אדען געזאגט אז איך יא?!.... כ'אדען געזאגט אז איך יא?!.... האלאו! כ'אדען געזאגט אז איך יא?!.... איך מיין נישט חוזק צו מאכן פון דיר, איך רעד בכלליות..... ווער מאכט אייביג חו... איך מאך אייב.... "איך"?!! א... ווא..... כ'פאש.... איך בין דאך קיינמאל ניטאמאל דא!!....

ווייסכעדער זאגן זארעכ, כ'מיין ס'איז יא א דיבוק...... לאמיך אנטלויפן פון דא בעפאר מ'כאפט ווידיאו....

העי, ביידעוועי זארעכ.... האלטס אז אבאמא וועט עס מאכן??!!!!!..... כא כא כא!....

הההההוי, טאלק אבאוט מאכן א לשם יחוד.... הכנות דארף מען גיין פאר אזא.... שוין.... וואטעווער.... וואו איז יאסל פלאמבער?..... (נישט צו פארמישן מיט יאסעלע שוכמאכער, אדער יאסעלע ביידען)....
אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 24, 2008 1:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשי קניהויז »

העי.... העי.... העי.... וואס גייט דא פאר??? הצלה... הצלה... הצלה...

האסט געהערט וואס גייט פאר?? קום קום לאמיר לויפן.. ווי לויפט מען? נו זאגן שוין וואס איז געשעהן מיט דיר? האסט טאקע גארנישט געהערט? אקעי לויף מיר נאך נאך וועסטו שין באלד אלעס זעהן, יו דו גאנצע שטאט לויפט אינז נאך, אקעי רעד שוין נישט אזויפיל און לויף.

דו ביזט משוגע? ווי גייסטו דא? אקעי דא זעמער אנגעקומען צום בית החיים קוק דארט דו זעהסט ווי אלע מציבות ריקן זיך, געהעריג תחית המיתם יעדער שטייט אויף.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

האלאו, האלאו, הערשי.... הערשי!! ווארט א מינוט, ווי לויפסטע???.. וואר..

גייניש צום בית החיים, כ'בעטעך! בלייב דא! זעסטע דען נישט אז די חברה קומען אלע אהער?? די ביסטאך קוים יעצט ארויסגעקומען פון דארט, איך ווייס נאכנישט דיין רעכטער נאמען, אבער גיי נאכנישט צוריק, ווארט נאר דא.

קוק נאר, דער יענטאאש איז דא אנגעקומען מיט אזא דיבוק (נישט צו פארמישן מיט לולב.. סענדוויטש... טוילעט פעיפער... אש טרעי..).. און אריינגעווארפן דא א ריכטיגער יענטאאש תגובה וואס האט אויפגעשאקלט א וועלט פון דער עק ביז עטליכע פוס ארויפציר!

יגר, דער בית החיים אינזערע שפארט אפ! יא יא, אזוי ווי די הערסט! ס'איז פיניש מיט די געלט וואס די מאכסט! אלעס איז דא צוריק און איך גלייב זיי וועלן אלע צוריק בעטן די קבורה געלט..

יענטאאש, מיר קומען מיט א בקשה צו דיר.

אין נאמען פון די הונדערטער, יא יא, יענטאאש, וועסט נישט גלייבן, ווען די ביסט געווען ראש הקהל האסטו קוים געהאט א קהלה מיט עטליכע צענדליגער מענטשן, איך לויף היינט צו זיין ראש הקהל פאר א קהלה פון קרוב צו טויזענט! מעמבערס. העי.. און איך פלאן צו געווינען... :roll:

בציקער, אין נאמען פון די אלע חברי ה'קרעטשמע בעטן זיך מיר ביי דיר, טו אינז צוליב, שרייב אראפ עטליכע זאכן אז דער אינגער דור זאל כאטש וויסן ווער די ביסט און פארוואס מיר בענקן זיך אזוי נאך דיר.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

איך ווייס נאך נישט צי כ'חלום, צי כ'זע א דיבוק אדער צי איז דאס טאקע בהקיץ אין ווירקליכקייט.

קען גאר מעגליך זיין אז דא רעדט א חלום זארעך לדיבוק יענטאאש, אבער א סורפרייז איז דאס לכל הדיעות!

עס אי-דאך דער קערצטער פרייטיג, און מ'דארף נאך צינען די לעמפלעך אויך, און נישט איינס נאר זעקס. קיין צייט צו אטעמען איז דאך כמעט נישט דא. דעריבער וועל איך זיך אויפוועקן פונעם דיבוק חלום הערשט נאך שבת, און דאן מדבק זיין דיבוקי אותיות ווי עס פאסט זיך פאר אזא דיבוק-גאסט ווי עס איז דער הויכגעשעצטער עקסעלענץ מר. קלמן למשפחת היענטיש.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך וועל זיך נעמען די קרעדיט, אדער עכ"פ א מקצת קרעדיט, פארן אנשטעקן דעם ערשטן ראש הקהל מר. יענטאאש מיט די קרעטשמע דיבוק, ווען איך האב אים לעצטנס אנגערופן אויפן סעלפאון און געשפראכן על דא ועל קוקעריקו, און בתוך הדברים אויסגעפרעגט אויב ער האט צוטריט צום טריפה'נעם, נו וויאזוי הייסט עס, און ווען ער האט מיר דאס באשטעטיגט, האב איך אים צוגעדרוקט צו די וואנט (דורך רימאוט סעלפאון טו סעלפאון עקסעס) און פארלאנגט בפה מלא וגדוש אז קיין תירוץ איז ניט פארהאנדן ער זאל זיך נישט איבערקלייבן אהער און איבערלאזן עפעס אנדענקענישן.

לאמיר האפן אז דאס איז נאר די אנהייב פון די מחזיר נשמות לניקים מתים.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15321
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

WOW דיס טיים איים רילי ספיטשלעס (גארנישט מיט פיטשעס, ליטשעס, אדער בליטשער'ס.... אדער אפשר יא פשוט ווען יענטאאש איז דא איז דא פארענצעס.... עס גיסט זיך טרערן ווי געביסענע פון ליטשעס.... און דער עולם ווארפט פיטשעס.... שוין וואו האב איך געהאלטן) וואס זארעך קען דאס קען קיינער (אפשר יא איינער ווייל די גאנצע זארעך קומט עכט פון יגר'ל סאו זעהט אויס אז ער קען יא, אוקיי ביידע ביינעזאם (גארנישט מיט ביינעזמאנים.. (יוי עכט טאר מען נישט רינגלן אין רינגלן אין רינגלן, אבער וואס זאלעך טון אז יענטאאש איז צוריק סאו גייעך דא לייגן אלע דריי רינגלן (איך האף אז איר האלט נאך חשבון ווייל איצטערט איז שוין צוגעקומען א פערדע...)))) און דער זארעך האט באוויזן א באווייז אז אן זיך באווייזן (אריין אין שפראך (אוי יענטאאש ווייסט אפי' נישט וואו איך שיקעם, קיין וואו? קיין שפראך, וואו? שפראך ששפפרראאךך, דארט אין די זייט נאך די קאוט הענגער'ס אויף ס'רעכטע זייט פון די קאפי גלייך פאר די ביהכ"ס, אביסל אהינציר פון די געוועזענע (וואס??? געוועזענע??? יא געוועזענע!!!) סמעטענע אפשטיילונג)און נאך א האלבע רינגעלע פאר די אנדערע האלב פאר די ווערטער 'אריין אין שפראך) אין קרעטשמע וועט מען אנווייזן אז יענטאאש איז דער גרעסטער באווייז אויף וואס געשענט מיט איינעם וואס חלומ'ט פון וויזן (גיי ווייס וואס דאס קומט אהער, אבער עס איז דאך פארט א טאג נאך 'באחו' סדרה (וואס עס איז די איינציגסטע סדרה וואס עס שטייט די מספר פון ווערטער וויפיל די סדרה פארמאגט (אויף וואס דער בני יששכר מאכט א שילוף דערמיט קיין חנוכה, אבער דער ספר וואס דער מאירי האט ארויסגעגעבן מיט די ציפערן פאר איטליכן וואך (איך ווייס נישט דעם נאמען פונעם ספר ועמי הסליחה) געבט אן אנאנדער ציפער) סאו מיינעך קען איך נוצן דעם וויזן אהער), עס קומט פאר יעדן די צייט זיך צו צוזינגן דעם 'לאמיר זיך אומקערן אידעלעך צוריק צו דעם אידישן וועלט, איי לאמיר זיך אומקערן ברודערלעך צוריק צום אמאליגן היים'.

וו"ב יענטאאש, ווי מיסד יו גרעיטלי.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

איך וועל שטיין דא אין די "זייט", און מיך אונטערהאלטן (נישט זיך פארמישן מיט..... ווייסטע וואס? איך וועל יא לאזן זיך פארמישן, מורה ורבותי, ווער ס'וויל, קען זיך פארמישן..) וויזוי די אלטע יודן, נאך פון דער אלטער היים, (דא וועלעך בעטן אז מ'זאל נישט פארמישן... אה...מיט אלטע באכער..) שמיעסן צווישן זיך, און דערביי דערמאנענדיג די גוטע צייטן פון אמאאאל.

(יא זיי רעדן פון יארן צוריק, כ'מיין ווען ס'נאך געווען א יעענטאש (וואס זאגטמען? ע"ה? ז"ל?.. אה! ברוך מחיה מתים...) און זארעך איז נאך יונג געוועזן, סאכדעך פלעגט נאך רעדן אונגאריש, און יאנאש, נישט האבענדיג קיין פרינטער, פלעגט "מוזן" שרייבן ארטיקלעך, און צייטליך איז נאכנישט געלאפן פאר ראשאקאאל, ער האט נאך געארבעט פאר די ק.נ.א, און אז מ'רעדט שוין פון ק.נ.א. דערמאנטמענזעך (כליפ כליפ... דעס געדענק איך נאך אויך) די צייטן ווען קרעמער פלעגט כסדר אפדעיטן מיט קורצע באריכטן די ק.נ.א. נעטווארק, און וועגן יגר, לויט ווי איך הער (ס'גייט מיך נישט אן, יעדער קען פארטוישן מיט די ניק....) האטער זיך גארנישט געטוישט, ער שרייבט טאקע שוין נישט אזוי אפט קיין ארטיקלעך, אבער ווען ער שרייבט שאקעלצעך די קרעטשמע... סאו פון עם וועלעך "נישט" רעדן)

אבער פאר זארעך מוז איך מיך באדאנקען, קודם צום ערשטן, כ'מיין.. ער האט מיך געמאכט שמייכלען מיט זיין ארטיקל, און שטייצעך כ'האב געהאט וואס צו טון פאר א פאר מינוט, ס'איז היבש א לאנגע ארטיקל, (לויט ווי די עקספערטן גיבן איבער איזעס גאר איבער 6000 קערעקטער'ס WOW!) און צווייטן'ס ער האט דא אריינגעריקט דעם עולם אין די העכסטן גיער, און ס'פארט א מחי', און נאך א סיבה (וועכע נאמבער האלטעך? אה דריי...) דער זארעך איז אריין אין ביה"ח, אין ארויפגעברענגט צוריק פון דארט יעענ-טאאאאש'ן (נישט פארמישן מיט המן טאש..... (ס'איז שוין די סעזאן?)) (נישט פארגעסן צו וואשן די הענט) און מער פון אלעם איז די מוסר השכל פון די מעשה, א מענטש טאר זיך קיינמאל נישט מיי... כ'מיין פארלירן, צו מ'ווייסט יא וואס מ'רעדט צו נישט....

און יעצט צו יעענטאאש, וו"ב, כ'ווארט (און כ'ווארט נישט אליין, דא ווארטן מיט מיר מיט א שיינע פאר כעוורע, געדולד, שפאנונג...) שוין אזוי לאנג אויף דיין ווידערערשיינונג, יעצט אז דו ביסט שוין דא, בלייב דא פאר אביסל, פליעז?

קרעמער, צייטליך, סאכדעס, יאנאש, יגר, לעווי, זיידעניו, הערשי קנייהויז, (כאניש קיין אהנונג ווער דו ביסט) צוטיילצענק מיט דעם ;l;p-

און יעצט, קענעך שוין אוועקגיין פון די "זייט".......................
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

אקעי, אויב מוז איך זיין אפוועזענד, אז אזאנע שמעטערישע ארטיקלען, פון די ריכטיגע אלטע געווארדיע, זאלן דא אריין וואנדערן, בינעך גרייט זיך מוסר ניקי צו זיין, און גארנישט אריין רעדן פאר אפילו מער ווי א וואך צייט, אבער נאר אז איר זאגט מיר דאס צו.

מיינע פינגער דריקן זיך נישט, כ'האב נישט עכט קיינע געהעריגע אויסדרוקן מיט וואס צו באצייכענען דעם געהויבענעם געשעעניש, סאו עלעך לאזן ליידיג, און פארטיג.

זשאסט א יישר כח פאר זארעכ'ן, און פאר אלע זיינע פאלויער'ס, זאלט איר אלע האבן א ליסטיגן תמיד.
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

איך האב שוין נישט גענוג קראפט אין מיינע פינגער, זיך זויפיל צו ציפן.... הלמאי, ס'איז דאך מבואר אין ספרים, אז ווען א חלום ווערט פארוויקליכט, ברויך מען זיך צו ציפן... אלזא. ווער קאן מיר דא ארויסהעלפן אין די מלאכת המשיחה. דא קען מען זיך נישט באגניגען מיט א ציפל כל שהוא, ס'צו א גרויסער חלום און צו א גרויסער ווירקליכקייט וואס האט פאסירט, אז עטליכע ציפערייען זאל גענוג זיין, איז ווער ס'קען זיך מתנדב זיין מיר ארויסצוהעלפן זיך צו ציפן, למצוה יחשב, וכולי האי ואולי, אפשר וועט עס העלפן אז ס'זאל טאקע ווערן אויס חלום.... אוי מי יתן והי'.....
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

בני, נאדיר א ציפ..................

יעצט גיי (שרייב) ווייטער!..........................
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מ'בעט דער עולם זיך צו פארהאלטן רואיג, מיר וועלן יעצט איבערגעבן דאס ווארט (ווארט? ס'איז דאך קעגן די טקאנעס??, קעי, גיב עס גראד צוריק פאר קיעפס, נאו בעקסיעס..) פאר אונזער חשוב'ער גאסט הרב מיללער פון סקרענטאן וועלכע וועט באגריסען אונזער געערטער מ. ראשא-קאאל הגביר ערעב קאלמען יענטאאש בשם די מלמד משפחה בראש פון ר' אברהמ'לע.

די עסקנים וועלן פארטיילן טישוס, נישט כאפען עס איז אנגעגרייט גענוג און נאך (נאך אויך? גיב אהער די כאזער), מזאמרעם זאלן אריינפירען דעם טאן G מיינאר.

****

מורי ורבותי, דאקטוירים און דענטיסטס, פלאמבערס און קני-הויזענעס, כל אחד בשמו הטוב ובניקו החביב יבורך ויתעלה, ובראשם חשובי ופני הקהילה וזקני החבורה, מייסדי הקרעטשמע ומגיביה, מזרחי העננים וושמשיהם, בני היכלא וצייטליכיהם, יגרי סהדותא ואיכעריהם, וויכטיגע באמאכערס און אלטע באכערעם שיחיו נצח.

מיר זענען זיך צאמגעקומען (אויך מיר צאמגעקומען, ווען יעדער איז אוועקגעגאנגען ביסטע אנגעקומען די לוזער) צו אנטפאנגען (אדער פאנגען אויב מעגליך) דעם גרויסן גאסט וועלכער האט זיך אין א קורצען פרייטאג ביומי דכאנוקע אראפגעלאזט במלוא הודו ויענטאשתו קיין קרעשטמע-טאון שע"י אייער-וועלט (אויך מיר א וועלט, 'איי' איז דאס א וועלט) פוי היימיש-לאנד, יבנה סקרענטאן ועריה.

מה נאמר ומיינע ווייבער, איך האב נישט די ווערטער אין מויל (עס איז מיר ארויסגעפאלן ביי די שטארקע קראך פון די לאק, סטאק & מארקעט) קוים וואס איך האב די ווערטער אינדרויסן פון מויל, איך האב נישט קיין כח צו שרייבן און קיין פעני צו באצאלען, איך האב נישט קיין אנונג ווי אנצופאנגען און קיין מושג ווי צו ענדיגען, איך האב נישט קיין צייט פאר קיין הכנות און קיין נערוון צו די נאכווייען, איך האב נישט די פעדער צו שילדערען און די פענע צו שרייבן, איך האב אבער יא א שמייכל אויפן פנים און א הנאה אין די געדערים, צו זעהן אז ענדליך (איך מיין 'ענד' מיט די זילבע 'ליך' נישט 'ענדל' מיט די זילבע 'יך', כאפסט, זארעך?) האט יענטאאשתא באוויליגט (בא-וואס'ט?) אונז צו שענקען (מ'קען עס פארמישען מיט בענקען, אבער נישט מיט קרענקען פליעז) אפאר מינוט פון זיין טייערע (עס האלט שוין ביי 40 דאלאר א בערעלע) צייט און אפגעשריבן אפאר ווערטער אזש אז דאס בויך האט זיך מיר געווארפן פאר געלעכטער מיט נאכפאלגנדע-שפריצנדע קאווע אויסגיסעכטסער.

למאנסע, "וואס זארעך בן יגר טויג, טויג קיינער נישט" פלעגט דער רבי בני היכלא זאגן, זארעכל' דער פעפפעריגער האט אפיגעברענגט דעם לייב פון זיין באהעלטעניש און דעם בער פון וואלד, ער האט אראפגעברענגט די נשמה פון אויבן און ארויפגעברענגט דעם גוף מתחת, ער האט אריינגעבלאזן דעם רוח פון צפון זייט און דעם דיבוק פון דרומית מזרחית קארנער בית-שני, ער האט אראפגעשלעפט די פירהענג און פונאנדערגעשיידט די וואלקענעס, משיב הרוח ומוריד היענטאאש, מאגען אבות ומחי' סלייסעס, אתה גדול ושמך זרח, חננו מאתך חב"ד, השיבנו זרחינו לתגובתיך, ס'לאך לנו, ראה נא ב'אניאנינו (יעצט כיפער איך...) עושה שלום במרומיו הוא יענסע שלום וברכה....וכשנים קדמוניות.

אוי כ'האב פארגעסן צו זאגען 'על הנסים', עס איז דאך היינט געשהן א נס, מ'דארף איבערכיפערן, זאכדעס?

לאמיך נאר זאגען 'אלע נסים'.
על הנסים ועל הצדיקים, שעשית לקרטשמתינו בימים ההם בזמן הזה.
בימי מיללער ושוועסטער באיי-וועלט הבירה, כשעמדה מלכות אנזעץ הרשעה להשכיחם תגובתיך ולהעבירם מחחחוכי רצוניהם, ויענטאאש ברחמיך הרבים עמדת להם בהייס-צרתם שרייבתט את שריבתם, מסרת שחוק ביד חלשים, ושמחה ביד צדיקים, ולך עשית אשכול גדול בעולמך (הנקרא אידישע), ואח"כ באו חבריך והדליקו נרות בחצרות אשכוליך וקבעו שמונת ימי חחחכה להודות ולהלל.

(ברענגטס אהער אפאר טישוס מיט א קאפ סעלצער, א שטיקל נאפאליאן קעיק וואלט אויך נישט געשאדט)

דער פון אויבן זאל טאקע העלפן, כשם שנכנס יענטאאש כן יכנסו שאר החברים הנעלמים, ומלאה הקרעטשמע דעה, ומחה דמעה מעלקא-פנים, ובלע אבאמא לנצח וחרפת עמו יסיר, עוד ישמע בערי הקרעטשמע ובחוצות האיי-וועלט, קול זרח וקול ר' שמחה, קול מיט-אלעס וואס ס'פעלט אויס, ומלכינו קרעמער בראשנו אמן ואמן.

******

מזמרים: 'יבנה היענטאאש' קודם די הויעכע פאל...
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

מיללער האט געשריבן:למאנסע, "וואס זארעך בן יגר טויג, טויג קיינער נישט" פלעגט דער רבי בני היכלא זאגן...


מיללער, אויב פלעגט די רבי בני היכלא אזוי זאגן, מוז זיין אז ער האט נישט געליינט דיין תגובה...

מער פון דעים קענעך נישט, אזאנס?!!! Wow!!! כ'קען נישט, אויב כ'וועל אריינרעדן, וועלעכעס נאר הרג'ענען.

וועלעך מוזן ווארטן אז די רבי בני היכלא, אדער זארעך בן יגר, זאל זאגן...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

שפאצירט זיך א אפגעריסן אידל אין דאָרף, (אוי, שוין ווייטער צייטליך מיט זיינע מעשיות.. לאז אפ, איך האב יעצט א אינטערסאנטע געשיכטע.. עניוועי) עס בלאזט א ווינט פון דרום אזוי גלייך צו מעריב אריין, אנע מנחה בכלל. ס'ווינט קומערט זיך כלל נישט מיט אינזער אפגעדארטער אידל, א שאַל האט ער נאך פון הוטקע'ס צייטן, ס'קוקט אויס ווי נאך איין פאדעם פאלט ארויס און עס בלייבט קיין שאַל נישט מיט וואס צו דרייען ארום ס'האלץ.

ס'ווינט גיט נישט אויף דאס זייניגע, ער בודשעוועט (וועא"מ) מיט זיינע גרעסטע כוחות, די אלטע ביידלעך און הייזקעס פון דאָרף שטייען פאר פארניכטונג, עס קען ליאדע מינוט אנכאפן א דעכל און דאס אראפצוען בפני כל עם וחדר און אפטראגן ווי אהין ס'וועט כאפן זיין רי ארט.

זיין נאז איז רויטער פון מיין באק אום פרשת משפטים, זיינע אויערען עקזעסטירן ניטאמאל, כ'מזל ער האט אנגעטון הענט-שיך, הגם עס איז געלעכערט ביי יעדעס פינגער באזינדער, אבער אזוי מיינט ער כאטש אז אנע דעם וואלט ער געווען קעלטער. נו, א גוטער מהלך גראדע..

ס'היטל איז אום שיעור נישט אראפגעפלויגן, און ווען נישט דער וואנט אין וואס ער זעצט אריין וואלט עס זיכער געפלויגען ערגעץ ווי צווישן די טארא בארא בערג. היל"ת.

הפנים, ער מאכט אפ אז ווייטער פון דא קען ער נישט אזוי גיין, ער מיז זיך ערגעץ אפשטעלן און אנווארעמען זיין זעקל ביינער אינאיינעם מיט די צענדליגע פעק און זעק וואס ער שלעפט מיט זיך מיט.

נאכן זוכן עטליכע מינוט באמערקט ער דער הערליכער איבערגעבויטער קרעטשמע. אה, טראכט ער צו זיך, דאס איז עס, דא גיימיר אריינגיין.

דער איד קומט אריין, אפגעמאטערט און צובראכן, פארפרוירן ביז איבער די נאניע, אפגעשליסן, (מ'קען אויך זאגן ציריסן, אבער אויפן פארלאנג פון מיללער בשום אופן נישט זאגן צוביסן) און זעצט זיך צום ערשטן טיש וואס ער זעהט.

פינקט קלאפט ער אן אין א מאדנעם געטראנק מיטן נאמען "לשם יחוד.." וואספארא געטראנק איז דאס, וויל ער פארשטיין, אבער נאכן גיבן א בליק אויפן פירמע נאמען, און נאכן זעהן ווער עס האט דאס פאברעצירט האט ער גלייך פארשטאנען אז דאס מיז זיין פון די סאמע בעסטע געטראנקען אין דעם קרעטשמע.

ער כאפט א א גלעזעל און ער איז זיך מחי-ה, ס'קען נישט זיין בעסער, ער טרינקט און טרינקט איין כוסה נאך ס'צווייטע ווען פלוצלינג...

הצלה!!!!......... הצלה!!!.... א איד שטיקט זיך!!.. מ'שרייט פון אלע זייטן. דער איד ווערט אלע קאלירן און קען זיך נישט כאפן ס'אטעם..

ס'קומען צו לויפן אנדערע איינקויפער, מ'קלאפט אויף ס'רוקן, מ'הייבט אום אויף זיינע הענט, איינער די לינקע, א צוויטער שרייט "ניין, א איד הייבט אויף די רעכטע" בקיצור, דער איד קומט צו זיך און מ'פרעגט אום וואס גייט פאר? וואס איז געשעהן מיט אייך, איר זענט אללרייט?

זאגט דער איד. איין זאך וויל אייך זאגן, אויב קומט איר באלד אן צו ליינען דעם תגובה פון מיללער'ן בעט איך אייך, ליינט דאס נישט אינמיטן טרינקען! און איך ווייס וואס איך רעדט, ליינט דאס נישט אינמיטן טרינקען כדאי איר זאלט אייך נישט דערשטיקן ווי איך.

מיללער. שוין יארן נישט געלאכט אזויפיל ווי דא. איר זענט די בעסט (כמבואר כמה פעמים בתגיבי צייטליך) איר האט באמת מהנה געווען.

כה לחי!!
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15321
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

אנריעל ענד אנביטן ביי עי לאנג שאט, WOW WOW.
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

אברעימל דער קצב, איז אלעמאל אין א מצב. קיין גרויסער תלמוד חכם איז ער טאקע נישט געווען, אבער פאר א גוט ווארט טוט ער אלעמאל אויסגעהן. אז שרה דוואשע שטייט ביים שוועל פון שלאכט הויז, הערט מען שוין פון אברעמ'לען א גוט ווארט ארויס. ווען ער זעט זיין פריינד איצל, טוט ער אים גלייך ענטפאנגען מיט א וויצל. צו א ווערטל טוט ער אלעמאל נייטן אן אויער, דער עיקר מ'זאל נישט זיין זויער.

אין א פארכמארעטער פרי מארגן איז דאס געווען, ווען א טרויער האט זיך אויף אברעימ'לס געזיכט אנגעזען. אין מארק זענען באלד די קלאנגען געלאפן, אז עפעס מאדנע האט אברעימלען באטראפן. מאטכע דער שיסטער שטייט פארפרוירן, חאצקל דער בעטלער שפירט זיך פארלוירן. פייטל דער טישלער קלאפט זיך די האנט, און הארש לייב שרייט איר טאפט א וואנט. מאניש קומט צו שפרינגען, טראכט מעגליך וועט אים געלונגען, צו ענטדעקן דעם גרויסן סוד, וואס פלאגט אזוי אפילו אונזער ר' גד. א שמועס ער פארפירט, מיט די קונדן וועלכע שטייען אין אנגסט זיך צו דערגרונטעווען וואס עס האט פאסירט. נטע נעמט דאס ווארט, און ענטפערט אים אויפן ארט: אין יאטקע האט זיך דאס רעדל א דריי געטוהן, און אויף א גוט ווערטל צו גיין איז נישטא וואו אהין.

דאס געזעמל ווערט וואס אמאל גרעסער, און דער מצב ווערט נישט בעסער. די אורחי פורחי און איינפאכע קונדן, צועפענען וואס אמאל מער די אינערליכע וואונדן. וואו וועלן מיר א וויצל קויפן, און וואו וועלן מיר אין א מצב לויפן?

אט פונדערווייטנס א שיין עס זעט זיך, ווען עפעס מאדנע טריט קומען צו גיין אין דער גיך. אנאנים מ'קען אים נישט אינדענטפיצירן, אבער א נחמה טוהן זיי אין אים שפירן. אז ער געפונט זיך שוין ביים צענטער פון קרעמל, און הערט דעם צושטאנד איבער דעם קצב אברעימל, האט ער מיט די האנט געגיבן א מאך, אויף זיינע לעפצן אויסגעגאסן א לאך, און ערקלערט דאס גאנץ אייפאך. גארניקס באזונדער האט געטראפן ביי אינון, עס איז ניקס מער ווי אן איינפאכער מעונן! און אז א וואלקן באדעקט דעם האריזאנט, איז אונזער אברעימל שוין מער נישט אויפן פראנט. זיין שמייכל ווערט פארשוואונדן, און אלעס גייט פון אויבן אויף דער אונטן...

אבער ווערט נישט פארלוירן הערט זיך די שטימע, פון מיכל דער פיקח הערט זיך די דברי נחמה. עס איז א 'שענק וועלט' פאראן, מען דארף צו דעם נישט נעמען דעם באן. איר קענט לויפן אהין און צוריק, מיט איין אויגן בליק. מיט איין דרוק אויפן קנעפל, שטייט איר שוין ביים ערשטן טרעפל. דארטן גיסן זיך פון די געטראנקען לרחצה זיך צו וואשן, א גוטס קען מען פון דארט אלעמאל נאשן. כקטן כגדול זענען דארט אלע אייניג, מעשוגע דער אויסדריק איז אויף זיי צו ווייניג. נעמט אייך מיט א פולע באגאזש, פארגעסט נישט אריינצושטעלן דערין א באנדאזש. אז איר קומט אריין וועט איר זיך ווארפן פאר פרייד, אזש איר וועט זיך דארפן פארבינדן אין דער זייט. עס געפונען זיך דארט אפ אלץ ווייסערס און פראפעסארן, דענקער און מיניסטארן. לינגוויסטן און ידענים. פאליטיקאנטן און דרשנים (און אויך ווייסער פון יחסנים...). פערזאנען פון אלע סארטן, געפונען זיך אפ דארטן.

אין שענקל אז איר קומט אריין, וועט איר פארגאפט בלייבן שטיין. אלטע ווי יונגע צוגלייך, שטייען אין דער הייך. ווער מיט א געזל מאשקע, ווער מיט א צעריסענע טאשקע. דער בעטלער און דער סוחר, דער קונה און דער מוכר, אלעס שטייט גרייט, מיט א גוט ווארט צו דער זייט.

איר פרעגט שאלות? זאג איך אייך אז איר ווייסט נאך נישט אלעס. עס ווארט אייך אפ דארט פערזאנען צוויי, וואס איבער אלעמען דערקענען זיך זיי. ווערט נישט פארגאפט פונעם גרויסן גערויש, וועט עס אייך נישט זיין קיין אנטויש. צו די צוויי חברה טוט אייך צו שארן, זיי וועלן אייך נישט אפנארן. צו פארטרייבן דעם אנזעץ-טייוול זענען זיי ערשט קלאסיג, אזש איר מוזט אייך אנהאלטן דעם פאסיק. דיבוקים רוחות און לילין, שדים חלומות און עננין. אלץ אלץ כאפן פאר זיי דאס געדאכעס, אפי' די פארשטארבענע קלמונים ממעל און די אלע צדיקים ומעללערוינים מתחת. אלע קומען צו לויפן צום געטענץ, אלע שפירן זיך אקעגן די צוויי ווי זנבים-שווענץ .

אז איר קומט אריין אין גרויסן זאל, איבערהויפט אין א היץ פון וואל, און איר הערט עפעס אן אויסטערלישער רעש, זאלט איר וויסן אז הקולו קול יענטאאש! געווענדליך איז ער פארכאפט דארט ערגעץ מיט א שדים-טאנץ, וועלכע האבן אים פארכאפט בכדי אוועק צונעמען די קרעמלס גלאנץ. אבער אז איר זעט דאס בילד, ווי די חברה דארט זענען ווילד, בעת זיין געזיכט טוט זיך באווייזן, וועלן זיך שוין אייערע אייגעלעך אויך פארגלייזן. אלעס האפקעט אלעס שפרינגט, צייטליך לאכט און קרעמער שפרינגט. א קליין טריפקעלע פון יענטאאש'ס טינט, טוען שוין אומווארפן יעדע בייז ווינט. זיינע תגובות זאלט איר טרונקן, וועט איר פאר טרויער קיינמאל נישט איינשרינקען. נעמט אייך מיט א שול, ווייל דאס פאסירט נאר אמאל אמאל. לייגט אייך אוועק פון די גוטע יענטאאש טראפן, איר זאלט דאס קענען ניצן ווען ווערט ל"ע באטראפן. עס וועט אייך אויפן הארצן אלעמאל גוט זיין, איר וועט נישט דארפן צוקומען צו קיין פשוטע וויין. זיינס א תגובה וועט אייך שוין דעם דזשאב מאכן, איר וועט טאנצן שפרינגען האפקען און לאכן.

האלט... האלט... איך בין נישט פארטיג, ס'גארנישט אזוי פשוט ס'קומט נאך עפעס זאפטיג. גייט אריין אונטן אביסל שטילער, דארט געפונט זיך איינער מיללער. אין אויער רוימט אים אריין, אז ער זאל מוחל זיין צום הויפט זאל ארויפגיין. דערציילט אים אז ער דרימלט, און זאגט אים אז דער עולם אויבן ווערט פארשימלט. זינט ער האט מיט יענטאאש א בונד געשלאסן, האבן מיר פון אים שוין נישט גענאסן. דארט אונטן גייט קולות וברקים, ער איז פארנומען מיט זיינע צדיקים, פון אונז האט ער פארגעסן, וויי געוואלד וואס זאלן מיר עסן?

מיר טוען לויבן, אז מיר האבן אראפגעברענגט יענטאאש פון אויבן, האט ער צדיקים געלאזט על משכבם רוען, און פאר די טרינקערס האט ער זיך געטוהן באמיען. א ראד פון גלעכטער עס טוט זיך דרייען, אלע שרייען און יעדער טוט זיך פרייען. דאס געפילדער איז אין גרויסן, די חברה זענען אין די הויזן. קולות ביז אין הימל, עס טוט זיך א גאנץ געטימל.

וואס גייט נאך פון אייך אן עיפוש? זענט איר טאקע אזא טיפוש? זענט איר טאקע נישט קיין מבין, טוט אייך מיללערס ווערק טאקע נישט הייבן?

אז איר קומט נישט מיט אונז אין רינג, און איר פארשטייט נישט אויפן ווינק, זענט איר נישט מער ווי א שטינק. קומט אהער פלינק, און פון מיללער כאפט א טרינק, וועט איר צוריק ווערן פריש און יונג. דאס נאכצומאכן איז גארנישט אזוי גרינג, אבער איך טאנץ און איך זינג. אין זיין תגובה כאפט א טינק, עס וועט אייך ווערן גרינגער אויפן לונג. און וויסן זאלט איר אז דאס בלויז א פינק, פון זיין גאלדענעם צינג. זאל ער אונז נאר אהער שטעלן אזעלכע פעסער, וועט דאך די שמחה גיין סאך גרעסער, אזש מיר וועלן אויף די לעפצן דארפן אנטוהן שלעסער...

ניצוץ אחד יוצא מבית סקרענטן, ושורף אלע שדים סטודענטן. גינגאלד געפלאכטן, אונזערע אייגעלעך באלאכטן, האסט מעך מיט דיין תגובה ממש געשאכטן. איך האב זיך געווארפן ווי דאס קעלבל אין אברעימלס יאטקע, דארט אונטן אין זיין כאטקע, בעת דער שחטמן טוט זיך קלייבן, די סימנים אים צודורכשניידן.

ער ווארפט זיך טאקע פאר ליידן, אבער איך פאר פריידן...
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”