משה'לע האלצבערג רעדט צו אונז!
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
משה'לע האלצבערג רעדט צו אונז!
בס"ד
משה'לע האלצבערג רעדט צו אונז
עס איז פרייטאג צונאכטס פרשת תולדות, די וועלט איז איינגעהילט אין א שבת'דיגע הייליגקייט. עס האט שוין אפגעהילכט א סאטמארער "כל מקדש", דער ווישניצער "מנוחה ושמחה" איז שוין אויך געזינגען געווארן, מען האפט אז דער הייליגער שבת, וועט ממשיך זיין די השפעות אויפ'ן גאנצן וואך.
דאס "אשת חיל" האט נארוואס סערווירט דאס "נאכשפייז" דער אזוי באליבטער מאכל, צוריבענע "פיינעפל" און סטראבעריס. יא, סתם א וואך איז דאס טאקע גאנץ געשמאק. אבער נישט די וואך, עס לאזט זיך נישט אזוי שנעל אריינעמען אין מויל. בלויז געציילטע שעה צוריק, האט מען מצדיק געווען די דין, וואס איז געקומען פונעם ווייטן "אינדיע", אז עס זענען ליידער פארשניטן געווארן אזוי ברוטאל, הייליגע אידישע נפשות הי"ד.
ווי די שמועות האבן דאן אנגעגעבן, זענען די "כשרות משגיחים" דאן געווען אויף א כשרות מיסיע פון "פיינעפל" קאמפאט. מיט אזלכע ביטערע נאכפאלגן, איז די "פיינעפל" קאמפאט שוין גארנישט אזוי זיס! עס לאזט זיך נישט אזוי גרינג אריינעמען די ערשטע לעפל!
איז טאקע די טעלער קאמפאט געבליבן אומבארירט? ניין, נאכ'ן טראכטענדיג אזוי, האט זיך די לעפלע געטראפן דאס וועג צום מויל, ווען זי שעפשעט די ברכה: "שהכל נהי' בדברו" און דאס האט גרינגער געמאכט אויפ'ן הארץ. מיר האבן א באשעפער אויף די וועלט, אלעס ווערט געפירט דורך זיין ווארט. שוין א לאנגע צייט נישט געווען, וואס איך זאל פארשטיין א ברכה, מיט די ריכטיגע אפטייטש.
לאמיר געבן א שלעפ דעם קייטל, און עס צובינדן צו אונזער טאג טעגליכן. עס איז א רוטינעם מיטוואך אינדערפרי, א נייער פרימארגן, מיט אירע ליכטיגע שטראלן האט זיך נארוואס באוויזן אויפ'ן האריזאנט. ליגט זיך א יונגערמאן אויפ'ן געלעגער, און יאגט זיך נישט אזוי ארויס צוקריכן דערפון. וואס איז מיר ווערד מיין טאג, טראכט ער צו זיך. וועט דען דער היינטיגער טאג זיין בעסער ווי נעכטן? וועט זיך די שלעכטע רעזולטאטן טוישן פון נעכטן, אויף עפעס בעסערס? מיין מצב איז דאך אזוי פארנעפלט, פארוואס פעלט מיר אויס אויפצושטיין?!
אבער צו אסאך ברירות האט ער נישט, ער דארף "פאנטשן" דעם קארטל ניין אזייגער, און שלעפט זיך "בעל כרחו" ארויס פון בעט, און שארט זיך אריין אין קיך, מיט אן אראפגעלאזטן מוהט.
ער וויל זיך אבער דאך אויפפרישן, גרייט ער זיך צו א קאווע. און אט דאן קומט דער גוטער מינוט. ער זעצט זיך אראפ, און מאכט דער ברכה "שהכל נהי' בדברו". אט די פאר ווערטער גיט אים א בלאז אריין, און שרייט צו זיינע געדאנקן: וואו ביסטו? פארוואס טראכסטו אזוי? עס איז דאך "שהכל נהי' בדברו". מער פעלט שוין נישט אויס, דער "שהכל" האט שוין געמאכט זיין דשאב. ער טוט זיך פלינק אן, און דאן קומט א "קריאת שמע", אזש עס גייט אריין אין די ביינער, און גיט "גאזאלין" אויפ'ן גאנצן טאג.
דער "בלעק פריידעי" דער "שווארצער פרייטאג" וועט נישט אזוי שנעל ארויסגיין פון זכרון, פון די הערצער פון כלל ישראל. דער באשעפער האט אונז געווינקן, ס'איז געווען פאר אונז גאר א שווערע ווינק. אין יענע שווערע מינוטין, פרייטאג צופרי, ווען דער גורל פון די באטראפנע אידן, זענען געשטאנען אויפ'ן וואגשאהל, דער ספר החיים און דער ספר המיתים זענען געווען אפן. די באריכטן זזענען אריינגעקומען זייער אומקלאר. דאן האט א יונגערמאן אין "בית המדרש" דערקלערט מיט א זיכערקייט: עס איז אוממעגליך אז די יונגעלייט זאלן געראטוועט ווערן פון דארט. דער געדאנק פון "ישועת השם כהרף עין" איז סתם אזוי געווארן אוועקגערוקט אין א זייט פאר געציילטע סעקונדעס, ביז ווען א קלוגער מענטש, האט אראפגעשטעלט אן ענטפער מיט א פראגע: זאג נאר יונגערמאן, קענסט מיר אפשר זאגן, ווי אזוי דער בא'חנ'טער "משה'לע האלצבערג" האט געטראפן זיין וועג צום לעבן?! ווייל איך ווייס נישט, און תוך כדי דיבור שרייט ער אויס מיט אן התלהבות: איך ווייס יא, "מיר האבן א טאטן אין הימל" אז ער הייסט פאר "משה'לע האלצבערג" צו לעבן, לעבט ער!
"זיסער משה'לע" ביסט טאקע א קליינער, דיינע ווערטער וואס דו רעדסט שוין, זענען גאר געציילטע. דיינע צוויי באקאנטסטע ווערטער, טאטי, מאמי, האסטו אויפגעהערט צו זאגן. אבער דו רעדסט צו אונז מיט אזלכע קלארע ווערטער, וואס אפילו אן ערוואקסענער, קען עס נישט מער דייטליך ארויסזאגן.
שטייט א "יונגערמאן" וואס דער "באס" האט אים נעכטן דערלאנגט א "פינק סליפ" א מחשבה'לע האט זיך אן רשות אריינגעכאפט און אים ערקלערט: איך זע נישט אז דו וועסט נאך האבן א גוטן טאג אין לעבן! ער שפירט זיך פארלאזט און אנגעזעצט! "משה'לע האלצבערג" שרייט קלאר: אויף מיר האט מען אויך אויפגעגעבן, אבער איך לעב!
שפאצירט א "יונג ווייבל" אויף "לי עוו", אירע חבר'טעס דרייען זי מיט "דאבל קערידשיעס" א געפיל פון צובראכנקייט כאפט זיך אריין אין איר. דאס יאוש הייבט אן אריינצודרינגען, זי טראכט, וועל איך דען אמאל זוכה זיין זיך צו טיילן אזוי ווי זיי? "משה'לע האלצבערג" ענטפערט איר: אויף מיר האט מען אויך אויפגעגעבן, אבער איך לעב!
פארט זיך אן איידעלער "פארפאלק" אין א "יעלאו קעב" וואס שלענגלט זיך אויף די "ניו יארקער" גאסן, ווען זיי האלטן נאך אינמיטן אראפשלינגן די נעגטיווע רעזולטאטן, וואס זיי האבן נארוואס באקומען אין "מעמעריעל". דער גרויסער דאקטער האט אויפגעגעגעבן אויף זיין לעבן, נאכ'ן באטראכטן די טעסטס. דאס הארץ זייערע איז צובראכן אויף "שברי שברים". אבער דאן באווייזט זיך "משה'לע האלצבערג" און קלאפט זיי אין פלייצע: אויף מיר האט מען אויך אויפגעגעבן, אבער איך לעב!
"זיסער משה'לע" מיר וועלן דיר מיטנעמען אויף אונזער לעבנס וועג. דיין געשטאלט, וועט אונז שטענדיג דערמאנען, אז "אויפגעבן" איז א ווארט וואס אונזער ווערטער בוך ווארפט ארויס.
דאס זעלבער געטליכער הענט, וואס האט געראטוועט "משה'לע האלצבערג" אט די זעלבע הענט, גלעט אונז, און רעדט צו אונז: גיט נישט אויף, די ישועה איז גאר נאנט, אט אט וועט איר גענוצט ווערן פאר א סעמפל, אז קוקט ווי ער איז געהאלפן געווארן, מען טאר נישט אויפגעבן!

לעצט פארראכטן דורך פוילישער אום דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2008 7:55 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35431
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
א פוילישע קאפ, דיינע ווערטער זענען דאך אמת און וואר, הלואי ווען מיר האלטן עס אייביג פאר די אויגן, ווען מיר קלערן אריין ווי אזוי קליין שעפעלע איז געראטעוועט פון ''גיא צלמות'' אליין, מוזן מיר אויסשרייען ''לא אירא רע כי אתה עמדי''.
פון די אנדערע זייט אונזערע זיידעס און באבעס האבן איבערגעלעבט די קריג מיט ניסים פון דעם סארט נישט איינמאל נאר א יעדן טאג, האבן מיר זיך דען אפגעשטעלט דאנקען דעם אויבירשטן פאר דעם?

דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 625
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 05, 2008 7:06 pm
קודם א שכוח פאר פוילישער פארן אראפלייגען אזא זאפטיג שטיקל, פאר א פוילישער מוז איך זאגען אז דו האסט נישט געזשאלעוועט (געקארגט) קיין ווערטער...
פארשלאפן ?! אוודאי האט מען געדאנקט השי"ת פאר די אלע ניסים גלוים ונסתרים וואס השי"ת האט געטוהן ברוב רחמיו פאר די יודן וואס האבן איבערגעלעבט דעם גרויזאמער שחיטה. נ'אוודאי פון היינטיגען דור הערט מען עס נישט אזוי ווייט, ווייל מיר זענען נישט דארט געוועהן און מיר פארשטייען נישט וואס דארט איז פארגעקומען, אבער שאל אביך ויגדך ווי דיין זיידע פלעגט מיט הייסע טרערן דערמאנען וואס איז אלץ פארגעגאנגן, און ווי מ'האט געזעהן דעם יד השם אויף טריט און שריט.
אוודאי איז געוועהן אזעלכע וואס האבן נישט געואלט רעדן און פארציילען וואס זיי זענען אלץ דורך, אבער טיעף אין הארץ האבן זיי גוט געדענקט די גרויסע חסדים.
האסטו דען נישט געזעהן ביי א מצוה טאנץ ווען מ'רופט אויס א זיידען (היינט שוין עלטער זיידע כע"ה) צום טאנצען און מ'דערמאנט וואס ער האט מיטגעמאכט און ב"ה ער זעהט אייניקלעך און אור אייניקלעך נאמנים לה' ולתורתו, ווי ס'גיסט זיך הייסע טרערן ווען ער טאנצט מיטן אייניקל און זיינע אויגען קוקען אויף ארויף מיט א הודאה אויף'ן עבר און אז ער זעהט א נקמה אינעם רשע... אוי.... טרערן פון שמחה און דאנק.....
אבער פון די אנדערע זייט אפשר האסטו דאס קיינמאל נישט בייגעוואינט ווייל ביי מצוה טאנץ ביסטו געוועהן ..........פארשלאפן...............
farshlufen האט געשריבן: פון די אנדערע זייט אונזערע זיידעס און באבעס האבן איבערגעלעבט די קריג מיט ניסים פון דעם סארט נישט איינמאל נאר א יעדן טאג, האבן מיר זיך דען אפגעשטעלט דאנקען דעם אויבירשטן פאר דעם?
פארשלאפן ?! אוודאי האט מען געדאנקט השי"ת פאר די אלע ניסים גלוים ונסתרים וואס השי"ת האט געטוהן ברוב רחמיו פאר די יודן וואס האבן איבערגעלעבט דעם גרויזאמער שחיטה. נ'אוודאי פון היינטיגען דור הערט מען עס נישט אזוי ווייט, ווייל מיר זענען נישט דארט געוועהן און מיר פארשטייען נישט וואס דארט איז פארגעקומען, אבער שאל אביך ויגדך ווי דיין זיידע פלעגט מיט הייסע טרערן דערמאנען וואס איז אלץ פארגעגאנגן, און ווי מ'האט געזעהן דעם יד השם אויף טריט און שריט.
אוודאי איז געוועהן אזעלכע וואס האבן נישט געואלט רעדן און פארציילען וואס זיי זענען אלץ דורך, אבער טיעף אין הארץ האבן זיי גוט געדענקט די גרויסע חסדים.
האסטו דען נישט געזעהן ביי א מצוה טאנץ ווען מ'רופט אויס א זיידען (היינט שוין עלטער זיידע כע"ה) צום טאנצען און מ'דערמאנט וואס ער האט מיטגעמאכט און ב"ה ער זעהט אייניקלעך און אור אייניקלעך נאמנים לה' ולתורתו, ווי ס'גיסט זיך הייסע טרערן ווען ער טאנצט מיטן אייניקל און זיינע אויגען קוקען אויף ארויף מיט א הודאה אויף'ן עבר און אז ער זעהט א נקמה אינעם רשע... אוי.... טרערן פון שמחה און דאנק.....
אבער פון די אנדערע זייט אפשר האסטו דאס קיינמאל נישט בייגעוואינט ווייל ביי מצוה טאנץ ביסטו געוועהן ..........פארשלאפן...............
פוילישער האט געשריבן:שטייט א "יונגערמאן" וואס דער "באס" האט אים נעכטן דערלאנגט א "פינק סליפ" א מחשבה'לע האט זיך אן רשות אריינגעכאפט און אים ערקלערט: איך זע נישט אז דו וועסט נאך האבן א גוטן טאג אין לעבן! ער שפירט זיך פארלאזט און אנגעזעצט! "משה'לע האלצבערג" שרייט קלאר: אויף מיר האט מען אויך אויפגעגעבן, אבער איך לעב!
שכוח פולישער, כ'האב קיין ווערטער אין מויל פאר די אינהאלטסרייכע ארטיקל.
און אז מ'רעדט שוין פון א 'פינק סליפ' וויל איך אייך נאר ארויסהייבן וואס הייסט א יוד, איך בין אמאל אריינגעפאלן ביי אן אלטן רוסישער איד אין סוכה, אזוי שמועסנדיג מערק איך אז אויפן וואנט איז נישט פארהאן קיין שום נוי סוכה, נאר אזעליכע 'פינקע צעטעלעך' זענען פארקלעבט ארום די גאנצע וואנט, פרעג איך דעם אלטן זאג נאר וואס איז דאס, דאס האבן די אייניקלעך אפשר געמאכט און פלעיגרופ?, ענפערט ער מיר ניין ניין, דאס זענען אזעליכע צעטלעך וואס ווען מען שיקט איינעם ארויס פון די ארבייט באקומט מען דאס, מיין טאטע איז אהער געקומען קיין אמעריקא האט ער יעדע סוף וואך, נאכן נישט וועלן ארבייטן שבת באקומען אזא 'אפזאג צעטיל', און דאס זענען די אלע צעטליך וואס 'באצירן' מיין סוכה, איך ברויך נישט קייו נוי סוכה, דאס איז מיין שענסטע נוי סוכה.
האבן מיר דען אן השגה וואס באדייט די ווערטער 'מי כעמך ישראל' ???.
זיי פרייליך... און מאך פרייליך אנדערע....בשמחה תמיד.
- שוועמל
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14264
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
- לאקאציע: גידולו בכל מקום
פוילישער האט געשריבן:בס"ד
איז טאקע די טעלער קאמפאט געבליבן אומבארירט? ניין, נאכ'ן טראכטענדיג אזוי, האט זיך די לעפלע געטראפן דאס וועג צום מויל, ווען זי שעפשעט די ברכה: "שהכל נהי' בדברו"
פוילישער איך האב גארנישט וואס מוסיף זיין צו די פריערדיגע מגיבים, צו דער זאך און זאפטיג געשריבן עס האט מיר גערירט אזש ביז טרערן.
ווי ווייט איך בין באקאנט מאכט מען אויף פיינעפל א בפה"א נישט קיין שהכל. און בכלל איז דא א דיון צי מען מאכט אויף קאמפאט א ברכה, אויב איז עס רויע פרוכט אזויוו פיינעפעל איז לכאורה קלאר אז מען קען יא א ברכה מאכן.
משה'לע רעדט צו אונז: אויף מיר האט מען אויך אויפגעגעבן אבער איך האב נאך געלערנט ברכות הפירות מיט אסך אידן!
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
- איך_הער
- סעקרעטאר
- תגובות: 18580
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
- לאקאציע: אין אפיס
- פארבינד זיך:
פוילישער, ס'איז נישט ס'ערשטע מאל, וואס דיין געבענטשטע פעדער, שרייבט אונז אן א הערליכן ארטיקל, און האסט אונז ווידער נישט ענטוישט, מורא'דיג ארויס געברענגט, און הלוואי, אזוי ווי די פריערדיגע דא האבן געשריבן, הלוואי, זאל מען דאס טראכטן יעדע רגע און יעדע מינוט.
ביזנעס קאפ, דאכט זיך מיר אז איר האט ערגעץ געפרעגט וועגן מח שליט על הלב, איך בין נישט זיכער צו איך וועלעס באלד נאכמאל טרעפן, סאו אזוי ווי ס'קומט דא אריין, ענטפער איך דיר דא. אויב מ'טראכט דאס וואס פוילישער האט ארויס געברענגט, אויב מ'פארגעסט נישט קיין איין רגע פונעם באשעפער, סיי ווען ס'גייט גוט, און אויך ווען חלילה, ס'קומט עפעס וואס אונז פארשטיי מיך נישט דאס גוט דערפון, (כאטש ס'איז זיכער אז מאתו לא תצא הרעות.) דאן קען מען רואיג זיין מח שליט על הלב, אבער נאר אז מ'לעבט דערמיט, ווייל אז איינער ווייסט ביי יעדן טריט, אז דער אייבישטער איז מיט אים, אידאך נישט קיין חילוק וואס ס'פאסירט מיט אים, דערשרעקט ער זיך פון גארנישט.

איך הער, גוט געזאגט און פיין געטייפט, אבער איך האלט שוין נאכדעם, כ'זיך עפעס פראקטישע עצות, בעסער געזאגט 'ערד'ישע עצות' דערפאר. העכער מיין קאמפיוטער הענגט טאקע א קליין טאוועלע 'שויתי ה' לנגדי תמיד' און כ'פראביר טאקע שטענדיג צו טראכטן און זיך פארטיפן דערין, אבער ס'איז נישט קיין סתירה צו טרעפן וועלטליכע מעדעצינען דערפאר...
זיי פרייליך... און מאך פרייליך אנדערע....בשמחה תמיד.
- צייטליך
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 12505
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
- לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.
פוילישער, דער ארטיקל האסטו אפשר אפגעשריבן פאר דיר אבער עס רעדט ווירקליך צו מיר און צו יעדעם איינעם, האסט מיך בארירט ביזן פינטל.
דיין געבענטשטער פעדער אנטוישט אינז נישט קיינמאל, ס'איז אן ארטיקל ווואס גיט אריין חיות אין מענטש ווייטער אנצוגיין מיט זיין מהלך החיים נישט קיין חילוק אין וואספארא אומשטענדען, נישט קוקענדיג ווי גיט עס גייט ביי יענעם און וואספארא צרות איך מאך מיט. דער ארטיקל איז ווערט עס זאל פובלעצירט ווערן.

איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
- wildturkey
- שר מאה
- תגובות: 242
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 22, 2008 11:11 pm
פוילישער, שכוח פארן צוגיסן דיינע הארציגע געפילן צו אונזערע אזוי הארטע/פארגליוועטע הערצער, אריינבלאזענדיג ים'ן מיט חיזוק און גאלאנען מיט טיפע אמונה.
איין נקודה נאר (יא יא! ווען איך האב ווען נאר דיין זיסע געפילישע פעדער מיט דיינע צוקער תוכנדיגע רעיונות, אבער כעל מיך נישט צוריקהאלטן) די וואס זענען נישט אויף דעם בלאט וואס די האסט אויסגערעכנט דארף מען פונקט אזוי וויסן שהכל נהיה בדברו א שטייגער ווי "מי חכם וישמר אלה וויאזוי? ויתבוננו חסדי ה'.

טרינקט נישט wild turkey אום שבת, ווייל עס פארלעשט דעם עיר קאנדיציע
- יגרסהדותא
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 3686
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
- לאקאציע: קאר וואש
פולישער!!! פרייטאג צו נאכטס ביים טיש וועלן מיר דאס ניצן. זייער א טיף און שטארקן דערהער, משה'לע משה'לע, וויפיל טרערן ימים טרערן האט כלל ישראל איבער דיך זיך צווויינט דיך זעהנדיג שרייען: מאמע ווי ביסטו?, ס'וועט זיך יעצט איבער'חזר'ן וועל כלל ישראל וועט זיך מחזק זיין מיט די ווערטער: גם כי אלך בגי צלמות, ווען איך ליג אפן פאר מיינע רוצחים גרייט מיך צו פארטיליגן, לא אירא רע כי אתה עמדי!!
פולישער, הארציגן יש"כ.
פולישער, הארציגן יש"כ.
- אלטעבחורל
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 1086
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 14, 2007 11:28 pm
- לאקאציע: לעצטענס בינעך געווען אין א פאָפאָטש, היינט? אין אַ קראַקס
- פארבינד זיך:
פוילישער; גאָננע בי האַרד טו ריקאָווער דיס.
עס איז טאָטשי אין א סוריטן דעגרי, אבער עס איז גוט אמאל צו הערן ס'ערנסקייט דערפון, די מעשה איז נישט עפעס פשוט, איי =געוואלד אונזער דור האט דאס מיטגעהאלטן, וואס וואלטן די צדיקים געטאן ווען עס געשעהט ווען אין זייער דור, זיי ואלטן זיכער איבערגעדרייט א וועלט. אידן! עס איז ביטער... אידן ברויכן: קינדער, געזונט, פרנסה, נחת, אין וואס נישט?
אאאופפסס... איך ווער אנגעדרייט, "פוילישער! דו ביסט שולדיג" - אבער טענקס!

אין זה כי אם מפוילישער [מיט א יו"ד], שרייט זיך אטאמאטיש ארויס ווען מען לעהזט דיינע שורות, עס איז נישט צום באגרייפן דיין טאלאנט וואס ג-ט האט דיר באשאנקן, פון צאמשטעלן און ארויסצונעמען דבר מתוך זאך, און דיין מוסר השכל איז מורא נוראות,
איך האב נאך דיין ארטיקל זיך פארמאכט די אייגעליך און זיך שטארק מתבונן געווען אין דעם אויפפריש פונעם השגחה פרטית אויף יעדע קלייניגקייט, און ווי פון זיך אליינס האט זיך מיר אנגעהויבן אונטערצוזינגן דעם אלעמען באקאנטען השגחה פרטית לידל, פון ר' יום טוב ז"ל, אוי בלעטעלע בלעטעלע באליבאס אפשר זאגסטו מיר פארוואס....
און פון דער אנדערע זייט איז דער ארטיקל אויך א פרעזענדליכע התחייבות צו דיר פריוואט פויל'שער אויב דו קנעסט שוין יא, פארוואס לאזטו אונז ווארטן מוואל לוואל, אויף דיינע ווארע. מיר וויל מער ווי וואנט מאר....

א גרויסע ישר כח פאר די קאפלימענטן, הלוואי ווען עס זאל טאקע זיין אין מיין געדאנקן גאנג איבער'ן גאנצן טאג, דאס וואס איך האב געשריבן.
הרב שוועמל, די פיינעפל איז געווען צוריבן, דוק ותשכח.
בד"וו, האב איך געטראכט צו צולייגן, אז נישט נאר משה'לע האלצבערג רעדט צו אונז, ער האט פארגאנגענעם פרייטאג באקומען א שותף לדבר מצוה, מיט'ן נאמען דוד'ל מערמעלשטיין.
פאר ווער געדענקט נישט, איז דער פארגאנגענעם "זמן שמחתינו" צושטערט געווארן, מיט'ן עקסידענט פון דעם זיסן שעפעלע דודי מעמערלשטיין. די טעקסט מעסעדזש האבן אים שוין באטיטולט מיט אן ... ל"ע.
אבער דער זעלבער וואס האט געהייסן פאר משה'לע האלצבערג זאל בלייבן לעבן, האט צוגעפירט מיט זיין גרויס גענאדע, אז דעם פארגאנגענעם פרייטאג, האבן זיך די סעלפאנס צודריזלט, ווען אין איר אינבאקס האט אריינשפאצירט א טעקסט מעסעדזש, מיט די פרייליכע מעלדונג: קרית יואל. - חסדי השם, דער צען יעריגער יונגל דוד בן אסתר, פארוואונדעט געווארן חול המועד סוכות אין א קאר עקסידענט, איז אויפ'ן וועג אהיים, אויף זיין אייגענע פיס!
מזמור לדוד, דער געזאנג אויף די חסדים פון דוד'ל איז דאך אומבאשרייבליך. ער וועט היינט נאכט זיך וויגן אויפ'ן טאטנס שויס און מיטזינגען מעוז צור ישועתי, לך נאה לשבח. א פאקט וואס מען האט געציטערט, אז עס איז א פארגאנגענהייט. די געשוויסטער וועלן דארפן ווארטן אויך אויף דוד'לס רייע צו שפילן דריידל, און די מאמע וועט שטיין אין קיך, און פרעגלן געשמאקע לאטקעס, באטראכטנדיג איר דוד'ל, און דאנקן דעם באשעפער פאר די גרויסע חסדים וואס ער האט געטון בזמן הזה.
אלזא, משה'לע און דוד, פארגייט אייך אין א טענצל, פארמירט א רינג, קלאטשט און פאטשט, לעבט אויף אנדערע אידישע ברודער וואס ווארטן אויף א ישועה. עטץ זענטס טאקע א קול דממ"ה (ר"ת, דוד מערמעלשטיין, משה האלצבערג) דקה, אבער דער ווידער קול פון די אפענע ניסים הערן זיך מיילן ווייט.
הטוב כי לא כלו רחמיך והמרחם כי לא תמו חסדיך כי מעולם קוינו לך.

- יאנאש
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 15468
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
- לאקאציע: וואו בינעך טאקע?
פוילישער, איר האט נישט קיין מושג וואס איר האט געטון מיט מיר דורך דעם ארטיקל, איך ליין שוין דא אין קרעטשמע איבער פיר יאר מיינעך און יאך הא בנאך קיינמאל נישט אהיים געטראגן אנארטיקל פאר די שטוב צו לעזן, אבער דער ארטיקל איז געווען דער אויסנאם.
דער ארטיקל (מיטן צוגאבע דא פאר מיין שכוח) ברויך טרעפן דעם וועג צו יעדע אידישע אויסגאבע וואס איז נאר פארהאן, עס איז געשריבן לויט יעדע מעגליכע שרייבערישע מעגליכקייט, עס האט אין זיך געשמאק, קלארקייט, חיזוק, ווארעמקייט, ועל כולם עס איז קורץ און שארף.
א ריזן יישר כח הרב פוילישער, זאל דיר דער פון אויבן שענקן געזונטע לאנגע יארן מיט אלץ וואס דו קענסט זיך נאר וואונטשן.
די בעסט ארטיקל אין עי לאנג טיים.