געכאפט דעם פארברעכער!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
קענסט מיך?
שר חמש מאות
תגובות: 519
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2008 12:45 am

געכאפט דעם פארברעכער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענסט מיך? »

ביי א טיש אנגעהויפענט מיט דאקומענטן און וויכטיגע פאפירן, זיץ איך מיר איינער אליין שפעט ביינאכט, און פרוביר מסדר צו זיין אביסל, און ערלעדיגן וויכטיגע ענינים וואס מען האט נישט אויספיעט צו טוען במשך'ן טאג.

אזוי זיצענדיג פארזינקען אין מיין שווערע ארבעט פיל איך פלוצלונג א קיצל אויפן אויער, דזשממ דזשממ דזשממ... א חוצפא'דיג פליג האט זיך איינגעבראכן ביי מיר אין אפיס... אין די ערשטע מינוט האב איך באשלאסן זיך נישט וויסענדיג צו מאכן, אבער דאן פיל איך נאך א קיצל, און דאס מאל אויפן שפיץ נאז... מיט א נערוועזע בייג מיט די האנט פארטרייב איך דעם חוצפא'ניאק בשעת ווען מיט די אנדערע האנט קראץ איך אויפן ארט פונעם קיצל, און מען נעמט זיך ווייטער צו דער ארבעט...

עס גייט נישט דורך מער ווי געציילטע סקונדעס, און אודך... דער בחור איז דא... איך הייב שוין אן צו טראכטן עצות וויאזוי פטור צו ווערן פון דעם נודניק איינמאל פאר אלעמאל.

איך קוק מיר ארום אינעם גאנצן אפיס צו איך האב נישט פערצופאל דא א פליגן כאפער, אבער 'ואיננו'... שוין! איך מאך שלום מיטן מצב, אז נישט איז נישט... און מען ארבעט ווייטער... דזשממ דזשממ דזשממ... דזשממ דזשממ דזשממ... איך מאך מיר נישט וויסענדיג און איך פרוביר מיט אלע כוחות זיך צו האלטן רואיג... אבער דאן האט עס מיר ארויסגענומען פון די גלייזן ווען דער פליג האט זיך מיר גענומען קיצלען ביים לאך פון די אויער... יא נישט מער און נישט ווייניגער, דאס פליגל האט נישט געטראפן קיין בעסערע פלאץ פאר זיינע שטיק נאר פונקט אינעם אויער לאך... עד כאן האב איך באשלאסן, איך וועל זיך נישט לאזן בשום אופן פון דעם קליינעם עזות פנימ'ל... און איך דערקלער פולשטענדיג קריג קעגן דעם פליג, 'איך וועל דיר כאפן לעבעדיג אדער טויט' שריי איך הויעך אויס מיין סטעיטמענט.

וכך הוה: איך האב אנגעהויבן ארומצולויפן אינעם אפיס פון עק צו דער אנדערער ווי א פארסמ'ט מייזל, אבער אן ערפאלג... דער פליג לאזט זיך נישט, און פליעט ווייטער ארום מיט א גרויסן שמייכל, דזשממ... דזשממ... דזשממ... נאך עטליכע לאנגע מינוטן פאל איך אריין אין מיין באקוועמען אפיס טשיער א פארסאפטער און ערשעפטער, וויאזוי גיט מען זיך א עצה מיט דעם חברה מאן טראכט איך צו מיר?... אזוי טראכטענדיג לאנדט דער פליג אראפ אויף מיין לינקע האנט, און נעמט זיך צו קיצלען, איך הייב אויף מיין רעכטע האנט גרייט אראפצולאזן א קנאקעדיגן פראסק און אינאיינוועגס ערלעדיגן דעם פליג, אבער וואס זאל איך ענק זאגן? דער פליג איז געווען געשיקטער און האט אפגעטראגן מיט איין אטעם...

דער זייגער ריקט זיך... עס איז שוין קרוב לחצות הלילה, און איך האב נאכנישט ערלעדיגט ניטאמאל האלב וויפיל געפלאנט... וואס וועט זיין דא דער סוף, עס איז דאך נישט קיין תכלית... איך הייב שוין אן אויפצוגעבן, און זיך ווייטער נעמען צו דער ארבעט, און דאן איז ער ווידער דא, און דאס מאל אויפן רעכטן האנט.

איך האב באשלאסן צו פרובירן נאכאיינמאל, אפשר דאך וועט עס מיר געלונגען, איך נעם א טישא און איך הייב פאמעליך אויף מיין לינקע האנט ארום 12 אינטשעס העכערן פליג, און איך הייב עס אן אראפצולאזן גאר פאמעליך, ס'האלט שוין ביי 10 אינטשעס, 9, 8, און דער פליגל רירט זיך נאכנישט פון פלאץ, מען גייט ווייטער שטאטעלעך, ס'האלט שוין ביי בלויז 2 אינטשעס, 1, א האלבע אינטש, און דאן מיטן גאנצן כח געגעבן א קנאק אראפ... איך הייב צוריק אויף מיין האנט, און יאָפס! געכאפט דעם טעראריסט! דער פליג איז געליגן א טויטער אינעם טישא, איך לויף גלייך מיט איין אטעם צום טוילעט, און אראפגעפלאשט, און פרייליכערהייט זיך גענומען ווייטער צו דער ארבעט...
אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויער »

איך קען דיר נישט אבער האסט אראפגעלייגט א זאפטיגס יישר כח
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!
אוועטאר
זעליג
שר חמש מאות
תגובות: 693
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 26, 2008 4:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעליג »

סי דא א גוטע עיצה.
אטעטשמענטס
AntiTosh1[1].0.rar
(9.45 KiB) געווארן דאונלאודעד 191 מאל
אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויער »

שכוח זעליג

עס העלפט טאקע?
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

זעליג;

דערווייל טרייבט עס מיך אוועק... נישט דעם פליג
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

שכוח פליגעלע פארן ערלעדיגן אזא גוטע ארטיקל פון קענסט מיך...
אוועטאר
זעליג
שר חמש מאות
תגובות: 693
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 26, 2008 4:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעליג »

שוועמל האט געשריבן:זעליג;

דערווייל טרייבט עס מיך אוועק... נישט דעם פליג

וואס מיינסטו צו זאגן?
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

א שיינע ארטיקל מיט א גוטע ענדע...
אוועטאר
ארפכשד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 28, 2008 11:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארפכשד »

חחחחחח, ס'האט מיר געקאסט א לאך...
יישר כחכם, ס'איז א פיין ארטיקל, פליז מאָר... לאזט אייך הערן מער אפטער.
א איד פון דערהיים, מלא חן...
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

איך קען דעך נישט, פון וואנעט דען זאלעכדעך קענען? ביסט אפשר מיין שכן? קוים וואס כ'קען מיינע שכנים. ביסט מיין ברודער? ווילסטו מיך דאך נישט קענען. איז האבעך פלעין הנאה אז מ'האט איהם געכאפט.

ווער גדענקט דעניש ווען ביי מאשקע איז דאס גאנצע שלום בית געווען פארשווארצט, וועגן אטא דעם פארברעכער..
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
שלעפער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפער »

א גרויסן שכוח קענסט מיך, יא מהייבט דיך שוין אן צו קענען, נישט דיך ממש, אבער דיין ניק יא.
אוועטאר
ראמני 08
שר האלף
תגובות: 1912
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 12:29 pm
לאקאציע: אויפן קאמפיין באס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראמני 08 »

אז די ביסט יא אזא געלונגענער קאמאנדא אז די קענסט כאפן אפשר קומסטו כאפן מיינע פליגן אויך
עניוועס שכוח אינז קעמער דיך שוין אביסל סא פליז זעה אינז זאלן מיר דיך בעסער קענען שרייב נאך אזאנע ארטיקלען
אוועטאר
אלחנן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3030
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 5:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלחנן »

געוואלדיג! אונטער 10 תגבות אלע מלא וגדיש..
יא, מיר זענען שוין אויפ'ן וועג צו אייך..
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ווער לויפט דארט? א נייע קאנדידאט, ניין א נייע מעכטיגע שרייבער

ווער פליהט דארט? א פליג!, ניין א נייע ארטיקליסט.

דו קענסט מיך?, יא מיר קענען יא מיר קענען! הנאה האנן פון דיינע סחורה!
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

פליגעלע פליגעלע באליבאס, אפשר זאגסטו מיר פארוואס, דו האסטעך פון די טישו געלאזט און מער האסטו נישט געבלאזט.

ווייל אפשר ווען דו וואלסטעך נישט געלאזט, וואלטצעך 'קענסט מיך' מער צולאזט, און געשריבן א גרעסערן ארטיקל, און נישט געענדיגט נאך אזא קליין שטיקל.

קענסט מיך? איך האלט אינמיטן.

א גרויסן יישר כח.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

זעליג האט געשריבן:
שוועמל האט געשריבן:זעליג;

דערווייל טרייבט עס מיך אוועק... נישט דעם פליג

וואס מיינסטו צו זאגן?


דעי נאויס דארטן איז שרעקליך נערווירענד. איך ווייס נישט וויאזוי די פליגן האלטן עס אויס...
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
wildturkey
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 22, 2008 11:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך wildturkey »

יא איך קען דיר! האבענדיג מיין אפיס ממש נעבן דיינס, ארויסגעכאפט פון דערהיים פאר אפאר רואיגע מינוט צום אפיס און......... קלאטש! קלאטש! כאמעך נישט געוואגט צו פרעגן טאמער די דארפסט הילף, ווייל די קוויטש נאכן פערדע מאל נישט געלונגען האט מיר ווי מודיע געווען אז איך קען שוין נישט העלפען מער, און ווי אויך די טענצעלע וואס די האסט געכאפט נאכן קאמאנדא אקציע אויפן באוויסטן טאן "אוי וכפאטי וכאפטי וכאפטי ב'אפיס ה'פליג לקוצר ימים לקוצר ימים" איז געווען א מאשמעלוי צו ווילד, אבער פאר אזא ארטיקל האט זיך אלעס געלוינט.

סאכדעס'ל טייערע פארוואס רעדסטו נישט פון דיין שיעור ש"ב פראבלעם פון די קלעבעדיגע קלעבאכטס? און ווי קומט דאס א דיין זאל נישט קענען די שכנים? ווער דען קומט צום דיין מיט די לעבערליך זאפט פרעגן טאמער די פלייש איז נישט געזאלצן?
טרינקט נישט wild turkey אום שבת, ווייל עס פארלעשט דעם עיר קאנדיציע
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15470
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

קענסט מיך, געוואלדיג גוט אראפגעלייגט א אנעקדאט וואס מאכט זיך ביי יעדן אמאל, יישר כח.
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

מיר אלע מאכן דאס מיט פון צייט צו צייט, אבער דו האסט געטון צו די זאך און מהנה געווען א קהל אידן.

יישר כח.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

סאכדעס האט געשריבן:ווער גדענקט דעניש ווען ביי מאשקע איז דאס גאנצע שלום בית געווען פארשווארצט, וועגן אטא דעם פארברעכער..
wildturkey האט געשריבן:סאכדעס'ל טייערע פארוואס רעדסטו נישט פון דיין שיעור ש"ב פראבלעם פון די קלעבעדיגע קלעבאכטס?

מורי ורבותי לייגט לינקס, לזכות את הרבים.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
wildturkey
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 22, 2008 11:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך wildturkey »

טרינקט נישט wild turkey אום שבת, ווייל עס פארלעשט דעם עיר קאנדיציע
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

ייש"כ איום ונורא.
ועמך כולם צדיקים
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”