אוי חנוכה אוי חנוכה א יו"ט א שיינע

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

וואלוועלע

אוי חנוכה אוי חנוכה א יו"ט א שיינע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלוועלע »

עס איז שוין ווינציגער ווי שלושים יום קודם החג, מיט איין דריי און די הערליכע יו"ט חנוכה איז שוין דא ביי די טיר,

חנוכה ווי איך ווארט אויף דיר חנוכה ווי איך האב דיר ליב אוי חנוכה ווי דערהובן די ביסט, ווי קען מען באגרייפן די יו"ט חנוכה וואס דאס מיינט לאמיר נאר אנהייבן אביסל צו באשרייבן מיינע געפילן אויף יו"ט חנוכה, א וואך פאר חנוכה ווערט די 2 חלקים ברי יואל חנוכה ארויפגעלייגט אויף מיין טיש און ווען מען קען גיט מען א קוק אריין אה ווי שיינע און ליכטיגע תורות הערליך איז נישט די ווארט אוי וויפיל גיט דאס צו צו די חנוכה,
און דערנאך ווען עס דערנעטערט זיך שוין די חנוכה נאך נענטער די ווייב נעמט שוין ארויס די שיינע זילבערנע מנורה און מען פיצט עס און מען גלאנצט עס, עס איז פראכטפון די מנורה שפיגלט די גלעזער אויסגעפיצט ציכטיג ווי קריסטאל די וואטע גרייט איינצורייען די שיינע ליכטיגע שמן זית איז אויך דא א מחותן און ער זיצט שיין און די זייט פון די מנורה און אלעס איז גרייט
און יעצט עס איז שוין ערב חנוכה די קנויט שוין צאמגעדרייט די לעזעלעך ליגן שוין אויף די מנורה און די ליכטיגע אויל לעגט שוין אנגעפילט און די גלעזעלעך און אויך די קנויטן שוין אפגעברענט וואס הייסט מען פראבירט צו צינדן און די ערשע האלבע שעה מען לויפט און מקוה זיך מקדש ומטהר זיין פאר די ליכט צינדן מען גייט דאווענען א מעריב אוי איז דאס א מעריב עס ברענט עס קאכט און מען לויפט אהיים און מען די שמש און די הענט אריין מען מינד עס אן און מיט דעם צינד זיך אן די נשמשה און מען גרייט זיך מען זאגט די יה"ר מיט א ברען און מען בעט זיך און מען בעט זיך און און די זייט שטייען די ווייב מיט די קינדער און א הייליגקייט איז אויסגעגאסן אויף זייער פנימער א רוהגקייט באנעמט די גאנצע שטוב און די טאטע שטטיט און בעט זיך ביים הייליגן בורא מיט טרערן און די אויגן און אט אט גייט מען צינדן מען הייבט אן די ברכה מיט כונה מיט א ברען און אשר קדשנו להדליק נר של חנוכה און דערנך שעשה נסים און דערנאך שהחיינו און מען גייט אריף דרגות דרגות און מען צינד די הייליגע ליכט אוי ווי געשמאק ווי קען מען דאס באגרייפן מען ענדיגט צינדן מען זינגט הנרות הללו און דערנאך צינדן די קינדער און דערנאך זינגט מען מעוז צור אא"וו מען זיצט א האלבע שעה און די צייט לויפט אזוי שנעל עס לאזט פשוט נישט אוועק גיין

אוי ווי איך ווארט אויף דיר חנוכה
אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייקל »

יעדער יו"ט הייבט אויף דעם יוד אביסל פון די טעגליכע געלויף און ס'שיינט ארויס אביסל די אידישע נשמה און די נקודה הפנימית.
בפרט חנוכה ווען דער אור הגנוז ועורט נתגלה.

אבער ווער קען דאס שפירן.... דער וואס טוט זיך אידיש פירן.. דערצו פעלט אויס אן הכנה דרבה, זיך אביסל גרייטן צום יו"ט, און עוסק זיין אין ספרי חסידות בעניני דיומא, א שטייגער ווי דער בני יששכר, און דער קדושת לוי.

ברודערליך ווער ס'האט דאס אמאל טועם געווען קען אייך מעיד זיין אז ס'לוינט!!

דעמאלטס וועט איר זינגן מיט אן אמת, "אוי חנוכה אוי חנוכה א יום טוב א שיינע".. ווען איר שפירט מיט דאס גליקליכקייט אויף א העכערן און טיפערן פארנעם פונעםן קליינטשיקן וועלכער קען דאס לידל פון קינדערגארטן.
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!
אוועטאר
ארפכשד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 28, 2008 11:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארפכשד »

לעניות דעתי דארף מען זינגען "איי" חנוכה "איי" חנוכה א יו"ט א שיינע... באזירט אויף די ווערטער פון די סקלענער רבי'ן זאל זיין געזונט און שטארק לאורך ימים טובים ארוכים, אז דער קרעטשניפער רבי זצ"ל האט אים מעורר געווען אז מען דארף זינגען "איי" "איי" "איי" שבת, נישט "אוי" אוי" "אוי" שבת, ווייל שבת איז נישט א "אוי"...
א איד פון דערהיים, מלא חן...
וואלוועלע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלוועלע »

טייערע חייקל ארפכשד לאמיר טאקע און דעם אשכול שרייבן שיינע תורות אויף חנוכה נישט קיין לאגע נאר שיינע קליינע ווערטלעך וואס אונז זעה מיר אויף חנוכה און מיט דעם זיך הייבן לכבוד די אנטקעגנקומעניגר יו"ט
אוועטאר
ארפכשד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 28, 2008 11:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארפכשד »

ערלעדיגט! איך הייב שוין אן, נאר איידער איך הייב אן וויל איך פארשלאגן צו עפענען אן אשכול ווי יעדער קען שרייבן ר"ת אויף די ווארט חנוכה וואס עס ווערט געברענגט אין ספרים ווי אויך אייגענע, (איך וועל זיין א גוטער און אויסזאגן פון ווי מ'קען גנב'נען, פון מעלות כסליו תשס"ז, אויב איך געדענק גוט).

מען זינגט ומנותר קנקנים נעשה נס לשושנים: זאגט מען נאך פון צדיקים, אז אויב מען האט א רויז חלילה וחס, זאל מען אנשמירן די פיס מיט די איבערגעבליבענע אויל פון חנוכה און עס וועט אוועקגיין...
א איד פון דערהיים, מלא חן...
וואלוועלע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלוועלע »

ארפכשד נא די ביזט מכובד עפען טאקע אויף אשכול און אגב דארף מען אויך עפענען א אשכול תירוצים אויפן בית יוסף'ס קושיא
אוועטאר
ארפכשד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 28, 2008 11:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארפכשד »

איין מינוט ווארט צו איך עפן שוין אויף:

לגבי דייין צווייטע פארלאנג, עס איז שוין דא אזא אשכול, איך וועל דיר עס באלד אפירברענגען פון בעיסמענט...
א איד פון דערהיים, מלא חן...
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

וואלוועלע און ארפכשד,

אזא געהענגעל פון תורות אדער שיינע קליינע ווערטלעך אויף חנוכה צו תירוצים אויפן בית יוסף'ס קושיא,

געהערן אויס שליסליך אין ידיעות התורה, אדער אין איר סוב פארום.

אמת דא איז תורות פאר די וואכעדיגע סדרות,

זיי זענען אבער אראף געלייגט אדער צולייגט, לויט די היינטיגע אומשטענדען.
ועמך כולם צדיקים
דאכצעכמיר
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2008 6:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאכצעכמיר »

לויט ווי איך געדענק איז חנוכה די יו"ט מיט די מערסטע תורות
וואלוועלע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלוועלע »

ביקסאד איך האב די צוליב געטוהן איך האב געפענט טאקע דארט און יעצט ביקסאד זיי די דער ערשטער צו שרייבן א שיין ווארט לכבוד חנוכה
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

וועלוועלע, מקנא אני בך! ס'ניכר מתוך כותלי הארטיקעלתך אז דו ביסט א פלאמעדיגער חסידישער אינגערמאן. אשריך וטוב לך. הלואי אויף מיר געווינטשן.

נאט אייך א שטיקל בילד וואס א פנים ליידער עס טראגט ביי מיר דאס לידעלע פון "אוי חנוכה אוי חנוכה"...
וואלוועלע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלוועלע »

טייערע זארעכפעפער צו איך בין א חסידישער יונגערמאן צו נישט איז נישט יעצט נוגע אבער די די ביסט דאך מלא וגדוש די שרייבסט דאך אזוי שיין, און פאר מיר זאגסטו איך בין א חסידישע יונגערמאן די ביסט דאך אאדורך און אדורך געברענט מיט חסידישע ספרים אדרבה די ביסט געלאדנט צו שרייבן שיינע ווערטער אויף חנוכה און מיין אשכול ביי ידעות התורה, די עולם וועט זיך באלעקן די פינגער
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

אקעי, דער קעפל רעדט פונעם ניגון, און קיינער האט עב נאכניש אפגעשריבן.
(אפשר בלאנגט עס אין היכל נגינה?)
אוי חנוכה אוי חנוכה א יום טוב א שיינע,
א לוסטיגע א פרייליכע נישטא נאך אזאנע.
הייסע פרישע לאטקעס עסן מיר,
און מיט דריידעלעך שפילן מיר. (נ"א, די מנורה צידן מיר אן ביי די טיר).
קומט קינדער, געשוואונדער.
חנוכה לעכטעלעך אנצונדן,
זינגט על הניסים, און דאנקט פאר די ניסים.
און לאמיר אלע טאנצן צוזאמען.

די מחמירים זינגען איי חנוכה איי חנוכה כדלעיל בדברי ארפחשד.
לעצט פארראכטן דורך אלף בית אום דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2008 9:46 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
וואלוועלע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלוועלע »

און יעצט לאמיר שוין זינגן
לאטקעלע לאטקעלע האפ האפ האפ
טאנץ אריין און מיין טאפ
באק דיר אפ זייער זייער פיין
וויל איך וויל די זאלסט זיין מיין
אוועטאר
אלחנן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3030
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 5:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלחנן »

רבותי, מיט מוזיק לעבעדיג!
יא, מיר זענען שוין אויפ'ן וועג צו אייך..
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

מיין זיידע (נוסח אחר, זיידעניו) און מיין באבע, האבן מיר געגעבן חנוכה געלט,
האב איך געקויפט א דריידל, די שענסטע אויף די וועלט.
אוי דריידל דריידל דריידל, דריי די שנעל ארום,
אוי דריידל דריידל דריידל, פאל שוין אויף די נון.
לעצט פארראכטן דורך אלף בית אום מוצ"ש דעצעמבער 06, 2008 7:45 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
וואלוועלע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלוועלע »

וויאזוי האט ביקסאד גגעשריבן

וואלוועלע און ארפכשד,

אזא געהענגעל פון תורות אדער שיינע קליינע ווערטלעך אויף חנוכה צו תירוצים אויפן בית יוסף'ס קושיא,

געהערן אויס שליסליך אין ידיעות התורה, אדער אין איר סוב פארום.
:smile: :smile: :smile: :smile: :smile:
אוועטאר
ראמני 08
שר האלף
תגובות: 1912
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 12:29 pm
לאקאציע: אויפן קאמפיין באס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראמני 08 »

וואס גייט דא פאר?
וואלוועלע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלוועלע »

ראמני וואס הייסט די עולם גרייט זיך צו חנוכה, ראמני הער אויף צו זיין שטרענג
churchill

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך churchill »

Volvale Volvale,

Lats see a Torah on chanukah, a nice one,
you can prepare the next time your Rabitsin will be in Wal-mart probably in the next few minutes...........
וואלוועלע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלוועלע »

טשוירטשיל תורות איז דא און ליקוטים וענינים לחנוכה
אוועטאר
אלטעבחורל
מ. ראש הקהל
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 14, 2007 11:28 pm
לאקאציע: לעצטענס בינעך געווען אין א פאָפאָטש, היינט? אין אַ קראַקס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטעבחורל »

וואלוויש'ל; ביסט מיר אונטערן רושם, איא? מען גייט מדחליק זיין ס'מנורה זס'ערשטע מאל אין אגרויסער זחילבערנעם פּיע"ס - הא? זעעהר חשוב, גרייט אן א טאַש מיט רענדלעך. עס גייען קומען אסאך שנאָרער די עקענאמיע איז דאון.

חלילה! איך מאך דיר נישט אוועק, איך בין אויך געווען...

אבער איצט, ווילסט מיך אויסהערן? כאפ דעם שטיקל פון זארעך אין יאָג דערמיט, עס וועט דיר צוניץ קומען...

גיי זעבענטשט.
churchill

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך churchill »

Volvele,

How a wonderful Rabitzin you have, she is in Walmart around the clock.
וואלוועלע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלוועלע »

טשורטשיל ביינאכט אז איך וויל שרייבן מוז איך איר שיקן קיין וואל מארט אבער סתם אינמיטן טאג ארבייט איך דאך דאן איי דאונט העיוו עי פראבלעים וויט מיי ווייף יי די ווארק איי העיוו טא סענד מיי באס טא וואלמארט
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

שיינע פארצייטישע אשכול מעניני דיומא...
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”