געוואלד, חורבן ......... הסוכה

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

געוואלד, חורבן ......... הסוכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

ברעכנדיגע ניייעס!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
סוכה פון טהור עיניים צונומען געווארן נאכן שטיין פאר גאנצע ............ צוויי חדשים

פאסירט אינמיטן העלן טאג, אויף א פלעינעם פארטש אינעם פאריקטן ניו יארק פאר די אויגן פון ....... פילע פויגל, פליגן, און ווער נאך סוויל זען. ואין פוצה קוצה ומוצא.

ניו יארק, יונייטעד סטעיטס, נארט אמעריקע – אין א פלעינעם פשוט'ן גרין-בלויען קאלטן העלן פרי מארגן האט א גאנצע (מחנה) ארבעטער זיך אראפגעלאזט אויף טהורל'ס וואוינונג, אויף 273 טהור סטריט, אין קעצלטאון נ"י, אין האנט האט ער געהאלטן נישט מער און נישט ווייניגער ווי א טול באקס, איר ווייסטעך וואדאס איז, אזא סארט קעסטל ווי ס'ווערט געהאלטן פילע סארט כלי משחית, מיט וועלכע מ'קען בויען און צונעמען סוכות.

דער ארבייטער איז אנגעקומען אויסגערוט און אויסגעשלאפן, אנדערשט ווי ר' טהור עיניים (המכונה קעצעלע) וועלכער איז נעבעך געווען ביטערליך מיד פון שווער ארבעטן אויף גוגל טאלק אהאלבע נאכט מיט אנאנדערן קרעטשמע מיטגלידער (ווייל ער האט געדארפט אביסל הדרכה איבער ארויפשטעלן א בילד אין קרעטשמע), און האט קוים אנגעיאגט צו נאפעצן א שעה מיט פערציג מינוט איידער דער בעל דבר מיטן טול באקס איז אנגעקומען.

האקל פענימער, איז דער גאנצער ארבעטער אנגעקומען, און געקלינגען די בעלל אן קיין שום ברעקל רחמנות, אן קיין פונק פון מיטגעפיהל, (וואס טוצעך מיט די אידעשע מידה פון רחמנים ....... שוין כ'על נישט אריינגיין יעצט אין א מוסר שמועס). ר' טהור איז נעבעך שנעל ארויסגעשפרונגען פון די מיטה, ארויפגעשלעפט אין אן אויגנבליק די מכנסיים, אריינגעטאנצן אין די שטעק שיך און געלאפן ווי א קויל פינעם ביקס צום טיר עפענען פארן גרויסן טול באקס.

שוין, געעפנט דעם טיער, און ער שפאצירט אריין אין שטוב ווי ביים טאטן אין וויינטרויבן, און מארשירט אריין מיט מיליטערישע טריט, און כאילו ער קאן שוין פון אויסענווייניג מיין דירה'לע, גאלאפירט ער גראד צום פארטש אוואו מיין באליבטע סוכה'לע שטייט שוין פאר גאנצע צוויי חדשים, (מיט א שמיץ-קאסטן אריבער), די סוכה'לע ווי כ'אב געגעסן די מוציא'ס במשך'ן גאנצן יאנטעף, געמאכט אזוי פיל לישב בסוכה'ס געשלאפן דארט יעדע נאכט יאנטעף געטאנצן דארט מיט די חברה, און ........ יא, פשוט מקייים געווען תשבו כעין 2דירו (נישט קיין טעות...).

און ווער רעט נאך פון נאך יאנטעף, דעמאלס האצעך'ס באמת אנגעהויבן, קודם יעדן נאכמיטאג מקיים געווען דעם שינת הצהריים דארט אינעם סוכה'לע, אבער אויב האצעך נאך אראפגעלאזט א רעגן, גשמי ברכה (אזוי ווי ס'יז טאקע געווען עטליכע מאל שבת נאכמיטאג זייט יאנטעף), דאן איז דאך טאקע געווען א ברכה צו מאכן (פרעגט נאר נישט וועכע), אה, וואס ווייסט איר יונגע דורות, וואס פארשטייט איר בכלל אין עולם הזה, איר מיינט אוודאי אז א גוטן סטעיק איז עולם הזה?, אדער גאר די קאפריזנע סושי?, אבערוואז, (וואס?), שגעשטויגן שגעפלויגן, כאפן א דרעמל אין א קילן סוכה'לע, מיט א ווערעמע דאכענע, מיט דעם רעגן קלאפן אויפ'ן שלאק אן אויפהער ........ אהההההההההההההההה, דאס איז עולם הזה, און די חלומות די געשמאקע און זיסע וואס אזא שלאף טוט אויפברענגען ..... נו, לאמער שוין בעסער נישט רעדן דערפון.

שוין, זיך אביסל דערוועקט, יא, אט דעם סוכה'לע איז דער חברה'מאן מיינער געקומען שמערנישט שווייניגער .... כ'מיין, צונעמען. אבער נאך ווי צונעמען, נישט אזוי מיט די הענט אזוי איידעלערהייט אווי מ'צונעמט לעגא, נאר מיט טולס, און נישט סתם טולס, נאר אייזערנע טולס, איינס גרעסער און שוווערער ווי ס'צווייטע, איר מיינט אפשר אז ס'האט מיר געשמעקט דאס צו זען? הא? אזוי מיינט איר אפשר?, איר ווילט נישט ענפערן? ניוואדע נישט, ווייל איר ווייסט זעכער אסהאט מיר גארנישט געשמעקט (נו ווי קען עס שמעקן ווען דער נאז אישוין אגאנצע וואך פאשטאפט פון די פארקילעכץ), אבער דאס אידעך דער פראבלעם, אז דער בעל דבר פרעגט גארנישט דעם קעצל'ען צו ער זאל צונעמען צו נישט, ער טוצעך דאס זייניגע אווי ער וואלט ווען באשטעלט געווען ספעציעל פארדעם (אינא נישט).

הכלל, ער לייגט אנידער דעם טול באקס, נעמט ארויס דעם דרילער, מיט אפאר סקרול דרייווערס, און הייבט אן. ס'ערשטע נעמטער זיך צו די סכך, אבער איך ווייז עם אז מ'ברויך קודם אראנעמען די פאר איבערגעבליבענע נויסיקע, און דערנאך צאמלייגן דעם טיש, און אראפ טראגן, אזוי אויך ברויך מען צונמען דעם בעט און צוריק טראגן אין קינדער צימער, מיין קליינער ווארט שוין אזוי וואויל און געדולדיג זייט סוכות מ'זאל עם צוריק ברענגען זיין בעט.

עניוועי, ער הייבט אן זיכן אינעם גרויסן טול באקס, ער זיכט און זיכט און זיכט און זיכט און ...................... כ'ווייס נישט אפשר זיכט ער נאך אלץ, אבער ער טרעפט נישט דעם טול וואס נעמט ארויס די סקרולס פון די בעט, ער האט נאר צוויי מינע סקרול דרייווערס, א פלאכע אן אזא פיליפס הייסטעס, אזוי ווי א פלאס. אבער דער בעט דארף האבן אזא מין העקס, (אזאנס וואס האט פינעף אדער זעקס זייטן), און ער האטעס נישט. ני וואס טוט מען, ער'ט שוין געטרייט מיט א צווענגל, מיט די פינגער אבער ואיגגו, ס'גייט נישט.

האב איך מעך שוין מרחם געווען, און כ'נעם ארויס פונעם קאך דשאנק לעדל אזא סעט פון אלע סייזעס העקס'עס און ........ פיללתי, סיגעלונגען, ביז געציילטע מינוטן (נישט עכט, ווייל קיינער האטעס נישט געציילט, אבער אזוי זאגט מען), איז דער בעט געווען צונומען. און צוריק אין מיין זונ'ס שטוב (אוי גייטער זיין העפי).

מיר איז דאס געווען זייער א טרויעריג מעמד, ווייל מ'זאגט אויף מארגן רעגן, און כ'על נישט קענען מער ליגן דארט אין בעט און הערן די רעגנס טראפן, אבער שוין ........

ענדלעך נעמט ער זיך שוין צו די סכך, און וואס מיינט איר, ער האט ביטערליך פלייסיג געארבעט, אראפגענומען יעדע באמבו שטיקל עקסטער, אראגעקראכן פונעם לייטער, אראגעלייגט אויף'ן ד'רערד און צוריק ארויף, אזוי אז ביז אנדערהאלבן שעה, זענען אלע סכך געווען אויף ד'רערד שיין מסודר.

שוין פערטיג? עה, סעפעס, ערשט יעצט הייבצעך'ס אן, מ'הייבט אן מאכן קליינע פעקעלעך יעדע זיבן באמבוס ווערט עקסטער ארומגענומען מיט א שטריקל און פארזיכטיג צוגעבונדן, און דערנאך נעמט מען יעדן פעקל עקסטער און מ'טראגטעס אראפ אין סטארעדש.

בערך אזוי איז צוגעגאנגען ס'גאנצע מעשה און פון צוויי שעה (אזוי פיל האטער געזאגט ס'גייט געדויערן) איז געווארן פינעף. כאטש כ'אב אביסל הנאה געהאט דערפון, ווייל אזוי האט געדויערט אביסל לענגער צוצונעמען ס'באליבטע סוכה'לע מיינעם, אבער מיטעם אלעם איזעס א פראבלעם ווייל ס'עט קאסטן מער, און כ'אנישט עקסטער אזוי איבריגע שמולארעס פארנעם.

אוי, און פרעגט בעסער נישט וואסי געשען ווען ער האט געענדיגט מיט די סכך. די מעשה איז געווען אזוי, דער וואס האט געבויעט די סוכה, האט גענוצט אזעכע סקרול'ס וואס דער לאך איז א סקווער (נישט די חסידות, נאר אזא קליין פיר עקעדיג קעסטעלע), און נישט די געווענליכע פלאס אדער מייניס. און דער וואס האט מיר צונימען די סוכה (אזוי האבעך שוין פריער געשריבן) האט נאר געהאט דעם געווענליכן פלאס און מייניס, אבער ער האצעך נישט געלאזט, ער האט אנגעהויבן ארויסדרייען די סקרולעכער מיט ביידע דרייערס וואס ער האט פארמאגט, און ביז א אנדערהאלבן שעה האט ער באוויזן חרוב צו מאכן אלע קעפלעך, איינס ביי איינס, אבער ארויסשלעפן האט ער פאקטיש נאר באוויזן גאנצע דריי (אויך נישט אוועק צומאכן, האאאא?), הקיצור, איך האב געזען ווי איך שטיי דא בין איך שנעל געלאפן אין הארדוועיר סטאר און געקויפט אזא סעט פון אלע מינע קעפלעך, און ב"ה יעצט איז עס שוין געגאנגען, (נישט אזוי גרינג ווייל די קעפלעך זענען אלע געווען חרוב, אבער סוף כל פסוק איז עס געגאנגען).

עניוועי, טו מעיק עי שארט סטארי לאנג, ס'אט נישט געהאלפן גארנישט (גראדע האבעך נישט געטריי פודינו ומצילנו, דאס וואלט אפשר יא געהאלפן), אבער אווי כ'אפריער געשריבן, אז לעיני ישראל ולעיני העמים אשר ישמעון שמעך האט ער צונימען די סוכה, און אראגעטראגן די ברעטער אין סטארעדש.

און אזוי האטער געטון מיט די טישן, בענקלעך, נויסיקע, לייטס, פענעלס, באמבוס און די קארפעט. אוי כ'העט ווען געשריבן לענגער אבער ס'יז צו ווייטאגליך עמער'ס לאזן ביי דעם.

ווי ס'האלט כרגע, די סוכה איז צונומען, דער פארטש ליידיג, דער סטארעדש פול, מיין טאש מיט א הונדערטער ליידיגער, דער צונעמער מיט א הונדערעטער פרייליכער, און מיין מוד (ספעציעל יעצט אפווארטנדיג דעם קומענדיגן רעגן) איז נישט אזוי אייאייאיי.............
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
ראמני 08
שר האלף
תגובות: 1912
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 12:29 pm
לאקאציע: אויפן קאמפיין באס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראמני 08 »

המקום ינחם קעצל ואת אבילי סוכה......
שכוח סאיז געוואלדיג. סאל זיין אפטער...
זאנוויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאנוויל »

ריטשעלעך טרערן שלייכן זיך אראפ פון מיינע אויגן,
הערענדיג די בשורה רעה ומרנינה,
אז טהרול'ס סוכה האט זיך ליידער צובראכן,
און פון היינט און ווייטער וועט ער שוין שלאפן אויף זיין רעגולע בעט,

אבער וואס טוט מיר מער וויי - איז דאס - אז די "האסטו שוין צונומען דיין סוכה" אשכול, גייט גיין אין די אדמה אריין......... :cry:

קעצל אונז זעמיר נישט מוותר! פינטעל.
אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטעליגענט »

ךךךךךךךךךךךךךךךךךךךךךךךךך

יויש האבעך אויסגעפלאצט אין אן ענדע-כף-געלעכטער, וואס? מיט אן ענדע? עה! ס'רעצטע כאניש געזעהן קיין ענדע צום לאכן אויסבראך...

ריינער קעצל!
דו ביסט עי וואן, איי לייק יאר סטאף, איי דו וויינסט נעבעך ביטערליך אויף דיין סוכה אלעיהאשלעם, איך לאך מיך אויס, הא הא הא, פון מיין זייט קענסטע צענעמען דיין גאנצע פארטש, אלעס לוינצעך פארן ארטיקל אליינס....
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

אוי האסטו דיך באנארישט. וואלסטו געווארט ביז'ן קאלטן יאנואר, וואלסטו געקענט פליען אינאיינעם מיט'ן סוכה'לע קיין פלארידע...
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

שוין לאנג נישט אזאנס צוזאמגעלאכט פון דיין ארטיקל.

דער עיקר איז מיר געפאלן דיין אנדערטהאלבן שעה'יגע שלאף, איך האלט אז דאס איז דער גורם וואס ליגט אונטער די גאנצע ארטיקל... ווען איך בין נישט אויסגערוהט שפרינגן מיינע פינגער אויך אזוי ווילד אויפן קיעבאורד, ארויסגעבנדיגע די ספעציעלע ווארע וואס מאכן מענטשן אויפקראכן פאר געלעכטער.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

הערליך שיין, באמת הנאה געהאט פון דיין רייכע פעדער, און געשמאקע אויסדריקן, כן ירבו.
לאקשען ברעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאקשען ברעט »

ריינער
ביזט געוואלדיג
דערמאנסט מיר פין די פארצייטישע דארפישע אידען
וואס האבען נישט געהאט קיין אנדערע דאגות נאר צי שלאפען נאכמיטאג אין די אלטע סוכה
אין ביינאכט שרייבען אויף גוגעל
עני וועי המקום י'נחמן אתכם
אין אזוי ווי עס קומט שוין די באליבטע יו"ט חנוכה
קענסטו זיך אנהייבען פארען מיט די לאטקעס אין מיט די קנויטען
אזוי וועסטו פארגעסען פין די צרות, אין ביי די מנורה קענסטו בלייבען זיצען ביז מגילה ליינען
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

שערקויעח לאקשן ברעט פאר די געוואלדיגע עצה, ס'געפעלט מיר זייער שטארק. איך מיין איך גיי דאס אימפלעמענטירן.

אזוי אויך שערקויעח פאר אלע אנדערע וואס געבן חיזוק דורך מגיב זיין
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
wildturkey
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 22, 2008 11:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך wildturkey »

טהור-עיניים האט געשריבן:און האט קוים אנגעיאגט צו נאפעצן א שעה מיט פערציג מינוט איידער דער בעל דבר מיטן טול באקס איז אנגעקומען.

איך האב מורא אז עס איז מער די "בעל דבר'תע".....
שכוח פאר ארויסגעבן דיינע טאלאנטן צווישן אונז.
טרינקט נישט wild turkey אום שבת, ווייל עס פארלעשט דעם עיר קאנדיציע
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

טהור'ל, ס'זאלעך דיר זאגן, דו קארנערסט מיך, פיין איך בין טאקע געשלאפן דריי שעה, (נישט ביינאכט, נאר בייטאג, נאכן ליינען קרישמע.) אבער היתכן אז איך שטעל נישט צו אזא לאנגס און א ברייטס, ביידאוועי, דער יעניגער וואס האט פארברענגט מיט אייך ביינאכט, האט אייך צום סוף געהאלפן מיט די פיקטשער?

באט איך בין אנדערש פון אייך מיט עטליכע זאכן, (נישט מיט צו סאך, א יא?) איינס איך האנישט אזויפיל צייט, אפילו נאך פארן אנפאנגען שרייבן דעי תגובה, האב איך איר געזאגט אז איך קום שוין, (יא זי ווייס פון די חסידים הראשונים, היו 'שוין', איז זייער שוין געווען 'שעה אחת'.)
סאו קענעך נישט שרייבן לאנג, כאטש גארנישט אידאך נישט מעגליך, און צווייטענס, מיין סוכה איז שוין פון לאנג פארנומען, כ'מיין צונומען, סאו וואס זאלעך שרייבן?

סאו א גרויסן יישר כח, כ'האב שטארק הנאה געהאט, מיר וועלן גלייכן לכאורה ווען איר וועט שרייבן נאך, אדרבא פראבירט אונז אויס.
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

טהור, זייער שיין באשריבן, א גרויסן שכוח.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א בראך אויף די סוכה.....

ס'אכילעק, אבי מהאמיר אנארטיקל פון דעם טהורישער אידל, ביי וועם שלאפן אין די סיקע איז א נאסטאלאגישע זכרון, עינים לו והוא יראה, ר' טהור טייערער קען רואיג באטראכט ווערן צווישן די 'עיני' העדה, בעיניו הבדולחים מאיר לנו את העינים.
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3686
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

שטארק הנאה געהאט פון דיינע מליצות, ס'איז נאר א שאד אז ס'האט געקאסט דיין סוכה, פאר דעם ארטיקל אליינס וואלט יענער געקענט למשל שניידן די גראז, פארשטייסט?..
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

ריינע אויגן...
אז מ'לאזט טרערן פאר צונעמען א סוכה באקומט מען ריינע אויגן....
עס דערמאנט מיר פון די חסידים הראשונים וואס האבן נישט געוואלט ארויס גיין פון די סוכה און זיי זענען געפלויגן מיט די סוכה צו די ווארעמע מדינות

אבער ווי עס קוקט אויס זענט איר פון די שינת צהרים אידן, און פונעם ארטיקל זעה איך אז איר אליין צונעמט נישט די סוכה נאר א משרת, איז דאך משמע אז איר זענט א שיינע איד...
אם כנים הדברים, נאט אייך אן ארטיקל איבער שיינע אידן,
אבער בתנאי אז איר נעמט דאס נישט פערסענאל...

http://www.ivelt.com/forum/index ... =viewtopic
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

כככככ טהור'ל.... כככככ

איך מיין איך גיי לאזן מיין סוכה'לע אויפגעשטעלט.. ווייל אויב איך גיי עס צונעמען וועט עס מיר קאסטן אן ארטיקל.
(להוי ידוע,, מיין סוכה שטייט נאך )
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

טהור, דו הערסט מיך? יא דאס בינעך סאכדעס, (וועס איך בין דען סאכדעס? נאר שוין) איך וויל דיר זאגן (איך טייפ דאך, כ'זאג נאר בלשון האומרים בקרעשמע) אז דיין ארטיקל איז ווערד אסאך געלט.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

איי טהור טהור, ווי איך בענקל מיר נאך דיין סוכה'לע, כ'דענק נאך בימים ההיים ווען איך פלעג שעפן קורת רוח פון דיינע שינת צהרים'ס, אראפ געלייגט מיט אזא געשמאק אז כ'האב אליינס געברויכט גיין כאפן א דרעמעלע, אוי מי יתנני יארכי מתירוש, מי יתן ראשי מים (ווען העכערן קאפ קלאפן די רעגן טראפנס), ועיני מקור דרימל... כ'מיין טהור דרימל, ואבכה יומם ולילה על חלה-ליי טול באקס עמי...
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

וויי געוואלד, געשריגן און געקוויטשעט, מיט קולות און ברקים, מי יתן ראשי מים, ועיני (נאר די האלבע) מקור דימע, אשר יגורנו בא, וויפיל מ'האמער געהאפט אז היי יאר ועט עס נישט פאסירן, האמער זעך נישט געקענט ארויסדרייען דערפון, און דאס גרעסטע ווייטאג איז נאך, אז דער זעלבער חברה'בויטשיק פון פאראיארן, מיט זעלבן טול באקס האצעך אנגעריקט, ער האט נישטאמאל מוירע געהאט אז עס וועט עם קאסטן מיינע געוויינערייען, און אויב דאס אלעס איז נאך נשט גענוג, האטער זיך נאך אנגערוקט אזו פרי אין יאר.

און וואס מיינט איר, ער האט ווידער געטון ס'זעלבע ווי פאריאר, .... כ'קענעס קוים ארויסזאגן, על אלה אני בוכי' עיני (כ'זאג נישט דעם צווייטן) יורדה טרערן על סוכת טהור'ל ששמם, הענדי מען עם טולבאקס הלכו בו, מיילע ווען עס בלייבט ביים הלכו גייט מעכ'ס נישט אן, כ'וואלטעם נאך איינגעלאדענט אויף א זיסן שלאף דארט, אבער ער האט דעך זעך צעפירט די ידיים זיינע, ער האט דאך עס ממש, אוי, ס'גייט נישט, כ'קעןנעס נישט ארויסזאגן מיטן מויל..,.

נו, שוין כ'על עס מוזן זאגן מיט פינגער, ער האט צונומען ס'סוכה...............................
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

איך גלייב נישט אזוי שנעל ??
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
בען בלישעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בען בלישעם »

זאג נאר טייהרע טעור, אויב איך וועל מיך צומאכן איין אויג וועל איך מיך אויך קענען ארויסדרייען פון צונעמען דאס סוכה ביז יעצט??

איך האב שוין פאריאר הנאה געהאט פון דעם ארטיקל אבער איך בין געווען פויל זיך אנצורופן ביז איצט.
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

טהור געוואלדיג, אקארשט געליינט א גוטן דזשאב אראפגעלייגט, שוין אז די סוכה איז צונימען לייגסטעך דא אראפ.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

טהור כ'באמערק יעצט אז דו ביסט מיר שולדיג געבליבן א תירוץ אויף מיינס א קשיא. (כאטש איך געדענק נישט אויף וואס מיין קשיא האטצעך באצויגן. [כאנישט איבער געליינט ס'גאנצע ארטיקל דיינע, כאנאך צו סאך לעצטיגע זאכן צו ליינען])
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”