ס'איז צרות

פינאנציעלע הילף און בודזשעטינג

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם_אזוי »

וואס מיין פוינט מיטן טענה'נען איז? איך וויל אויפווייזן אז עס איז נישט אזוי שרעקעדיג וואו יעדער וויל ענק אויפווייזן.
איך ארבעט אין א פלאץ וואס דארף קאלעקטן געלט פון מענטשן, און באצאלן פאר אנדערע מענטשן. מיר זענען יעצט בעק-דעיטעד מיט פעיראלל מיט אפאר וואכן. איך האב פונקט וואו יעדן עס אויך געטרייט עס צו אנלייגן אויף די שלעכטע עקאנאמי. אבער ווען איך האב צוריק געקוקט אין קאמפיוטער וואס עס איז געווען פאריגע יאר אזא צייט - ווען די עקאנאמי איז נאך געווען שטארק - האב איך געזעען אז מיר זענען געווען בעק-דעיטעד מיט סאך מער וואכן.
אויך די מענטשן וואס דארפן באצאלן צאלן זייער פונקטלעך. אפשר מער וואו לעצטע יאר.

נאכאמאל. דאס איז נישט א סימן אז ביי יעדעם איז אזוי. איך זאג נישט אז די עקאנאמי איז גוט. איך זאג אויך נישט אז עס האט נישט אפעקטעט אונז היימישע אידן. און אויך זאג איך נישט אז עס מען האט נישט אפגעזאגט ארבעטער די לעצטע 2-3 חדשים. אבער דאס אז "יעדער" איז געווארן אפעקטעט, און דאס וואס אלע צייטונגען טרייען אונז צו איינרעדן אז "מיך" איז עפעס שלעכט איז שטארק שטארק איבערגעטריבן.
לעצט פארראכטן דורך סתם_אזוי אום מיטוואך נאוועמבער 19, 2008 12:00 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.
זאנוויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאנוויל »

סתם אזוי די נייעס איז יעדן טאג פיל מיט אנדערע ריזיגע קאמפאניס, וואס גייען שניידן פון אזויפיל ווי 5,000 דזאבס, ביז אזויפיל ווי 50,000 דזאבס, ווי אויך ווערט כסדר באריכטעט פון גרויסע קאנפאניס וואס גייען שניידן די באנעסעס פון די ארבייטער, און העלט קער פלענס וואס גייען אין דער ערד.

אבער מיט די אלע שלעכטע נייעס הערט מען דא דארט פון געוויסע קאמפאניס וואס זייער פארדינסטן האבן זיך גאר געשטארקט.

ווי אזוי קען דאס זיין???

די תירוץ איז די עקאנאמיע איז אין דער ערד, אבער מיט דעם אלעם מאכט זיך א געוויסע קאמפאני וואס אים גייט נאך גוט.

לענינינו, די זעלבע זאך איז ביי אונז היימישע אידן, אידן פארלירן דזשאבס, אידן טרעפן נישט קיין דזשאבס, מיט דעם אלעם קען זיך מאכן א געוויסע פלאץ ווי למשל ווי סתם אזוי ארבייט וואס דארט גייט נאך יא גוט, דאס מיינט אז איבאראל גייט גוט? אבסעלוט ניין!

ווען ריעל עסטעט גייט נישט גוט, אפעקטירט עס גאר א גרויסע עולם פון אחינו בני ישראל, אריין גערעכנט,

דעוועלעפערס, בראקערס, פרעזלערס, פענטערס, קארפענטערס, וכו'

און פארשטייט זיך אז די אלע מענטשען ווען זיי האבן נישט קיין געלט, איז די ערשטע פלאץ ווי זיי צאלן נישט שכק לימוד, דערנאך גראסערי און בוטשער, און הערשט דערנאך בילס.

צו ווייסטו אז די גרעסטע אידישע מענעדזשמענט קאמפאני האט זיך פאריגע וואך דערקלערט באנקראט? ווייסטו וויפול אידישע ארבייטער האבן דארט געארבייט? פארוואס איז עס געגאנגן באנקראט? ווייל 90 פרצענט פון זיינע טענענטס האבן נישט געצאלט קיין רענט, פארוואס האבן זיי פלוצלינג נישט געצאלט?..........

צו ווייסטו אז בי ענד עידש, האט געשניטן געהאלט פאר זייערע ארבייטער?

און יעצט נאך איין זאך, וויפול אידן מאכן געלט נאר אויף די חשבון פון די גוים?.... יעדע וואך ווערן צענדליגער טויזענטער מענטשען אנעפלויד, וועם עפעקט עס אויב נישט זייערער ביזנעסער?

אויב דאס איז נאך נישט גענוג, זאלסטו וויסן אז ידידינו ר' שמחה האט מען געשניטן די וועידזשעס.....

די איבריגע לייג אליינס צו און מאך דיר דעם חשבון.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

דאס איז זיכער אז ס'יז שווערע צייטן אין די וועלט.

די פראגע איז, וויאזוי קען מען מאכן א דאלער אין אט די צייטן? וויאזוי קען מען אויסנוצן די מצב צו קענען מאכן עפעס א שמיי דריי?

דארף איינער אויפקומען מיט אזא גאזשי-בערי פאטענט, 100% סעיף, גלוטן פרי, נאו שוגער עדדעד וכו'. עפעס וואס זאל וואונדערלעך מאכן מענטשן פארדינען געלט אין אט די שווערע צייטן.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
זאנוויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאנוויל »

שוועמעל אפשר קען איך גיין מיט דיר אין ביזנעס?

מען דארף נישט קיין נייע אייטעם, מען ברויך פשוט נעמען די אלטע גאטשי באטלעך וואס איז שוין אראפ פון די מארקעט, און ארויף לייגן פרישע לעבעלס.

א נאמען?....

שוועמעל בערי...

יאך זאג אייך סעט וואקסן געלט ווי שוועמעל נאך א רעגן.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

איך האלט נישט אז עס איז וויכטיג אריינצוגיין אין א דין-ודברים ווען איינער לייקנט פשוט השמש בצהרים, דאס אז צענדליגע מענטשן וואס פארציילן בדידי הוה עובדא'ס פון פארלירן זשאבס אדער שניידן געהאלט, דאס איז אויפגעבלאזן, פארוואס? ווייל ווי 'איך' ארבעט איז אלעס כשורה..... איז דאס נישט אבסורד?

ליידער איז דער מצב זייער ביטער, נישט אויפגעבלאזן,
נאר באבלאזן און אנגעבלאזן,
נישט אראפצושלונגען און נישט אויסצובלאזן,
מענטשן ווייטאגען און בלאזן,
פארלירען און לוזען,
עס קאסט זיי דער דם התמצית ודם חלזון,
מ'איז מתפלל לשובע ולא לרזון,
ביים נותן לחם ומכין מזון.

איך האב גראדע א שייכות מיט איינעם וואס טוט אביסל אין ארבעט פארמיטלונג, איך זאג אייך עס איז זייער נישט גוט, אינגעלייט וואס האבן ביז נעכטן שיין פארדינט גייען היינט ארום אן א קאפ, די בעה"ב שניידן רעכטס און לינקס, ארבעטארער און וועיזשעס.

מן השמים ירחמו עלינו.

און צו דיר ר' סתם, איר ברויכט דאנקען דעם אייבירשטען אז ביי אייך איז ב"ה אלעס אל-רייט, זייט וויסען איז איר זענט 'לאָקי'.
שלעפער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפער »

זאג נאר סתם אזוי, עטס זוכסט נישט אפשר דארט נאך ארבעטערס? ווייל אסאך אידן דא וואלטן געקענט הנאה האבן דערפון.
זילבערנע בעכער
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2007 10:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זילבערנע בעכער »

אנבעליוועבעל, איך האב נישט געגלייבט אז די אשכול ווערט פארוואנדעלט ווערן צו א קאמעדי שאו... פשוט געלייקענט די נעגל אויף די פינגער, די האר אויפן קאפ, די קעטשאפ אויף די פיצא, און א לייב קען דען בייסן ? בכלל נישט, סתם אויפגעבלאזן.

דאס קומט מיר פאר ווי א בעל דרשן איז מעורר דעם עולם צו מתקן זיין די מעשים, און בתוך דבריו זאגט ער, אוי וויפיל קראנקע עס זענען דא אין די שפיטעלער, וויפיל אידן ליידן נעבעך פון יענע מחלה.

רופט זיך איינער אן צום שכן, איך ווייס נישט פארוואס ער בלאזט עס אזוי אויף, וואס מאכט ער אזא רעש מיט יענע מחלה, אין מיין משפחה ליידט קיינער נישט דערפון...מה כל הרעש.

פשוט ווי א בת היענה.
איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 12, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזאק »

סתם_אזוי האט געשריבן:ר' שמחה. ביי די פלאץ וואו איך ארבעט האט מען געהעכערט די געהאלט פאר אפאר ארבעטער.

טאקע ? דאנק דעם אייבירשטן, און זיי מוסיף אין אידישקייט, לערן נאך א בלאט גמרא אלס דאנק צום הייליגן באשעפער אז ער האט דיך אויסגעקליבן פון אסאך אנדערע אידן, און אויך פארגעס נישט צו געבן מער מעשר.
סתם_אזוי האט געשריבן:פארוואס מען האט ביי ענק גענידערט איז זיכערא א תוצאה פון די שלעכטע עקאנאמי

ממש אזוי, עקזעקטלי.
סתם_אזוי האט געשריבן:אבער צו זאגן אז עס האט יעדעם אפעקטירט איז זיכער אויפגעבלאזן. ווייל אויב נישט, וויאזוי האט מען געקענט העכערן סיי ביי מיר און סיי ביי מיין ווייב?

א מרפסין איגרא קשיא, ממש נעגל בייסענדיגע קשיא, לאמיר איבערגיין די קשיא גרונטליך, אויב פאר מיר און מיין ווייב האט מען געהעכערט, ווי אזוי קען זיין אז מזעט ווי אידן פארלירן זייערע דזשאבס, אדער משנייד זיי די וועידזשעס ??
איינער האט א תירוץ ? די זעלבע קשיא האב איך אז פארוואס ווען עס שנייט ווארנט מיך די ראדיא אז איך זאל אכטונג געבן ווי אזוי איך דרייוו ווייל סיז גליטשיג און סיז דא עקסידענטן איבעראל, און איך פרעג, ווי אזוי קען דאס זיין ? איך בין נאך קיינמאל נישט געווען אין א עקסידענט, אלא מאי בלאזן זיי סתם, אדער די צייטונגן פארפירן אונז...
סתם_אזוי האט געשריבן:און פארוואס סיטי באנק האט אפגעזאגט? פאר די זעלבע סיבה וואס לעהמאן בראדער איז אונטערגעגאנגען. פון זיי קען מען אינגאנצן נישט נעמען קיין ראי', זיי האבן אנגעווערטשאפט די גאנצע זאך.

ממילא איז שוין אלעס פארענטפערט, אז אין אמתן אריין איז אלעס גוט, איי די אלע קאמפעניס גייען אונטער און צענדליגע טויזענטער מענטשן דערונטער אסאך אידן פארלירן זייערע דזשאבס ? דאס איז ווייל זענען אליין שולדיג... ממילא אז זיי זענען שולדיג איז אלעס גוט.
סתם_אזוי האט געשריבן:יאנאש. זעהט אויס אז דו האסט נישט גוט געליינט מיין תגובה. איך האב דארט געשריבן אז דו מענטשן וואס האבן געארבעט אין ריעל עסטעיט האבן יעצט געהאט גרויסע שאדן. וויפיל מענטשן האבן געארבעט אין ריעל עסטעיט? יעדע כולל יונגערמאן וואס האט געדארפט אפאר דאללאר!! און די מענטשן טרעפסטו יעצט אין ביהמ"ד

די כולל אינגעלייט טרעפט מען ? איינער ווייסט וואס דא שטייט ?
a one

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך a one »

אבער דאס אז "יעדער" איז געווארן אפעקטעט, און דאס וואס אלע צייטונגען טרייען אונז צו איינרעדן אז "מיך" איז עפעס שלעכט איז שטארק שטארק איבערגעטריבן.

זעט אויס אז איר גייט נישט אין גראסערי, פארוואס זענען די פרייזן אזוי ארויפגעפלויגן אויב נישט צוליב די עקענאמיע. אפשר פילט איר עס נישט אבער עפעקטעט האט עס אויף אייך אויך (חוץ אויב איר קויפט נישט קיין גראסעריס)
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

מיין חבר האט היינט באקימען א אפער פון זיין בה"ב, אדער 750 אונשטאט 900 אדער גיין פון דארט


וואס מיינט דאס א גיטע עקאנמי ????
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
דאס בין איך
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 01, 2008 9:31 pm
לאקאציע: וואו איך בין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאס בין איך »

אגוטן אווענט, איך בין נישט דער מענטש וואס טענה'ט זיך און נישט דער מענטש וואס זאגט דיעות און אוודאי נישט דער מענטש וואס דער עולם הערט אויס.

אבער ווען עס קומט צו דעם ענין – וואס איך פיהל מיך געטראפען – שפיר איך א פליכט צו שרייבן אפאר ווערטער.

בעפאר איך הייב אן האב איך א בשורה טובה אז קומענדיגע יאר גייט גוט זיין, ת'הא ש'נת ע'קאנעמי...

ר' סתם אזוי, "הכל" מודים (יא יעדער און אפילו איר אויך), אז די עקאנעמי האט א עפעקט אויף "יעדעם" און נאכאמאל יעדער, אבער ווענדט זיך וויאזוי און ווענדט זיך פארוואס.

גרויסע ריזיגע בענק זאגן היינט קדיש אויף זיך זעלבסט, ריזיגע ביזנעסער דערקלערן זיך טשעפטער עלעווען, און אוודאי ביי אונז יודעלעך איז די סעים טינג, בעלי בתים פון פאָרטי סעווען זיצן ביים גמרא, און אזוי ווייטער.

ביי מיר אין די ארבייט דערקענט זיך עס זייער גוט, מענטשען וואס פלעיגן קויפן טעיגליך פאר טייער געלט,טייערע זאכן קומען היינט אריין איינמאל אין צוויי וואכן און קויפן דאס ביליגסטע. יעדער זוכט צו שפארן א קוואדער דא און א דאלער דארט. אפילו אני הקטן טריי אויך צו שפארן.

אבער וכאן הבן שואל 'פארוואס???' פארוואס איז עס געשעין און ווער איז אויף דעם שילדיג און וואס איז דער לעזונג???

לאמיר שטייט צונעמען יעדע זאך באזונדער און זעהן ווען און וויאזוי עס איז געשעין.

א} עסן-גראסערי, וכו'.
ווען איז ארויף די פרייז פון אייער און מעהל? ווען איז פיצא און די סענדוויטשעס ארויף? ווער איז שילדיג דערין?

ב} גאלד, וכו'.
ווען איז די פרייז געפאלן? און ווען איז עס ארויפגעפלויגן? פארוואס איז דאס געשעין?

ג} דיאמאנטן.
ווען האט עס געטראסקעט? פארוואס?

ד} אויל-געז.
ווען ארויף און ווען אראפ? ווען איבער פינף דאלער און ווען אינטער צוויי? פארוואס?

דאס אלעס איז געווען ווען די עקאנעמי איז נאך געווען פעסט און שטארק.

לעהמאן בראדערס וכדו'פארוואס האבן זיי זיך פארמאכט? פארוואס האבן מענטשען אויפגעהערט צו צאלן די בילס, די מארטגעדזשעס, וכדו'?

אלע אנדערע ביזנעסער פארוואס זאגט מען אפ ארבעטערס? פארוואס שניידט מען וועידזשעס? און נאך אלע פראגעס וואס שטערט דיין/מיין מנוחה.

אויף די אלע שאלות לאז איך אייך ענטפערן און צוזאמבונדען איינס מיט'ן צווייטן.

אבער אויף די נעקסטע שאלה האב איך יא א תירוץ.

מיט וואס ביזטו עפפעקטעד געווארן פון די עקאנעמי? פארוואס שפארסט די/איך געלט?

דער גרויסער עושר וואס האט פארלוירן געלט אין סטאקס-שעהרס, אדער דער ריעל עסטעיט סוחר וואס האט נישט קיין ארבייט, ר' שמחה וחביריו וואס מהאט זיי געשניטן די וועידזשעס, וכו' וכו' אלע וואס טרעפן זיך דאס פלאץ אין די שורה, זיי זענען ביטערלעך עפפעקטעד געווארן.

אבער די/איך? מ'האט דיך געשניטן דיין וועידזש? דיין לעקטער-געז-וואסער-גראסערי-טעלעפאון ביל איז העכער געווארן נאכן קראך? פארוואס וויינסטו? וואס שרייסטו ביז עפפעקטעד געווארן?

די תירוץ איז "צייטונגען - מידיע". יעדער רעדט יעדער זאגט און יעדער שמועסט אז ס'איז צרות... די עקאנעמי.... די בענק... וואס נאך?!

דיין גראסערי ביל איז ארויף נאך פאר די קראך, די געז איז ארויף פאר די קראך, און אלעס אינאיינעם איז טאקע לרות אבער נאך וואו....

וואס האסטו און איך יא מורא? די בעה"ב זאל נישט שניידן, נישט ווייזן די טיר און אלעס זאל בלייבן גוט און – אדער בעסער ווערן.

עס איז נאך דא זייער זייער אסאך ארומצורעדן אין יעדע פרט ופרט אבער ווי געזאגט בין איך נישט דער שרייבער, אבער אין מויל האב איך עס, צווישן מיר און דיר קען מען רעדן.

גומרים מעין הפתוחה, זאל דער אייבישטער העלפן אלע יודן זאלן אויפגעראכטן ווערן, און אלעס צוריק און קראפט גיין, און מיר זאלן געהאלפן ווערן מיט'ן ריכטיגן בעיל אוט בביאת משיח צדקינו בב"א.
וואו איז יענער, וואס אויפטון קען ער, אז יעדער זאל לעבן פאר זיך?
און זאל יעדער פארשטיין, פאר זיך אליין, ווער בין איך? ווער בין איך? ווער בין איך?
זאנוויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאנוויל »

הרב דאס ביסטו......

על שאלה א', קודם כל נעם דיר אריין א כלל אין קאפ, כך הוא דרכו של עולם ווען זאכן גייען ווי עס ברויך צו גיין, די עקאנאמיע פאר אויף א נאמאלע רוטין, גייען אלע אייטעמס ארויף אויף א נאמאלע סדר, און צוביסלעך פארט אלעס מיט, פרעג נאר דיין זיידע וויפול ער האט געצאלט פאר א פונט באנאנעס פאר 50 יאר צוריק.

נאכדעם האבן אלע אייטעמס וואס האבן צו טון מיט מעל ארויף געשאסן דאר הויעך, א דאנק דעם וואס מען האט אנגעפאנגן צו ניצן עטענאל אויל, וואס דאס ווערט פראדעצירט פון קארן, און אלע פארמערס האבן אנגעהויבן ניצן ווייץ פאר די בעלי חיים, וחוזק חלילה וחס נאך דריי מאל......
און דאס האט ארויף געשטיפט דעם געשמאקן פיצא צי דריי דאלאר.

שאלה ב', וואס האט דאס מיט די עקאנאמיע?

שאלה ג' חתונה תקנות.......

שאלה ד' ווי מער מ'ניצט אלץ מער גייט עס ארויף, צוליב דעם וואס די וועלט האט נישט געהאט גענוג סאפליי פאר די גרויסע דימענד, און דאן ווען דערוילעם האט דערלייגט געלט, האט דערוילעם אויפגעהערט צי ניצן גאז, איז געבליבן געניג פאר יעדעם לרחצה, און ווי מ'געט איבער גייט מען בקרוב טיילן ביי דינערס פאר ווער עס ברענגט חי טאלער, א בערעל אויל.......
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

דארפסמאן האט געשריבן:מיין חבר האט היינט באקימען א אפער פון זיין בה"ב, אדער 750 אונשטאט 900 אדער גיין פון דארט


וואס מיינט דאס א גיטע עקאנמי ????

דאס מיינט אז דער דאללער איז שטערקער... :wink:
the SCY is the limit
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15319
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

ר' שמחה, היות דער נער איז נישט מיינס האב איך געלאכט.
אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטעליגענט »

ר' שמחה

נאדיר ;l;p- כ'האב שטארק געלאכט
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

ר' שמחה, אבער זיין לענדלאר וויל עס נישט איינזען
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
זאנוויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאנוויל »

עי פי האט געמאלדן אז זיי גייען שניידן 400 ארבייטער, ווייל די עקאנאמיע וואס רייסט שטיקער פון יעדעם איינעם, האט זיי נישט איבער געהיפט.

סא הרב סתם אזוי, די שלעכטע מענטשען וואס ווילן יעדעם איינרעדן אז די עקאנאמיע איז שוואך, האבן באצאלט גוטע רבי געלט...
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

א חבר זאגט מיר דעם שבת א גוט ווארט: ביי איינעם איז א יריד, ביי איינעם איז א ירידה...
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

כ'אב געזען התאחדות האט פאררופן אן עצרת תפילה איבער דעם מצב. לאמיר האפן מיר וועלן פועל'ן אלעס גוטס פאר אידן.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

רבותי ס'איז צרות!!!!!! מען הערט נישט פון סתם_אזוי שוין פון דינסטאג נובמבר 18, 2008 10:47 pm איך האב גאר א שטארקע חשד אז מען האט אים אנטזאגט פון די ארבעט. און אויב אזוי איז שוין טאקע צרות ווייל יעצט האט עס שוין עפעקטעד יעדעם איינעם... :cry:
אוועטאר
קאלטס און ווארעמס
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאלטס און ווארעמס »

דארפסמאן האט געשריבן:היינט געהערט אז א יודישע קאמפעני האט די וואך אוועק געשיקט 15 ארבעטערס, וואס מיינט דאס נישט שווערע צייטען ?

וואס אחוץ אמעשה זענען אידן רחמנים בני רחמנים און עס זענען דא ווער עס שיקט נישט אוועק זיינע ארבייטער אפילו ער האט נישט קיין ארבעט פאר זיי.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

יעדעם באטרעפט דאס אויף א צווייטער פארנעם.

איך האב א חבר וואס ארבייט אין די קאנסטראקשן ליין, זיין געלט פלעגט ער בעיקר מאכן פון די "אווער טיים" שעות וואס ער האט אריינגעארבייט. זיין בעה"ב האט אום געמאלדן פארגאנגעע וואך אז ער מעג נאר ארבייטן די בערך 40 שעה א וואך און פארטיג. דאס מייינט אז בלייבט איבער מיט בערך $500 דאללער א וואך. דער אינגערמאן זיכט יעצט א נייער דזשאב.

א צווייטער חבר האב איך, שוין אביסל עלטער פון מיר און ער איז א מגי"ש פאר גרויסע בחורים, ער האט אין די פריערדיגע יארן אינוועסטירט זיין געלט אין חתונה פאלעסיס, מיוטשעל פאנד'ס וכדו' ער האט אריינגעלייגט א שיינע פאר אלפים, און ער צאלט שוין איין דארט אסאך יארן. מ'האט אום די פארגאנגענע וואך געמאלדן אז ער זאל ארויסנעמען דאס ביסל געלט וואס ער קען נאך, ווייל די גאנצע זאך גייט קראכן. ער האט ארויסגענומען אסאך ווייניגער וויפיל ער האט אריינגעלייגט.

דאס זענען פשוט'ע אינגעלייט וואס זענען אויף א וועכענטליכער געהאלט, פירן נישט קיין ביזנעס, אבער דערלייגן פון די שוואכע אקענעמי.

נאכדעם האב איך א נאנטער קרוב וואס האט א שיינער ביזנעס, יעדעס יאר פאר די גוי'אישע חגאות האט ער געלייזט אסאך געלט, ער פארקויפט א געוויסער אייטעם אויף די אינטערנעט, און פון די חדשים האט ער זיך אויפגעהאלטן אין די שוואכע חדשים. היי יאר גייט ער שטארק אפעקטירט ווערן דערפון וויבאלד רוב מענטשן וואס קויפן די טייערע חפצים גייען נישט קויפן היי יאר און דאס וועט אום אויך שטארק אפעקטירן.

דאס הייסט, עס אפעקטירט יעדעם איינעם, יעדער אויף זיין שטייגער.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

די בה"ב האט נאר אוועק געשיקט 15 ארבערטעס אונשטאט 25 ווייל ער האט רחמנות געהאט

קאלטס און ווארעמס האט געשריבן:
דארפסמאן האט געשריבן:היינט געהערט אז א יודישע קאמפעני האט די וואך אוועק געשיקט 15 ארבעטערס, וואס מיינט דאס נישט שווערע צייטען ?

וואס אחוץ אמעשה זענען אידן רחמנים בני רחמנים און עס זענען דא ווער עס שיקט נישט אוועק זיינע ארבייטער אפילו ער האט נישט קיין ארבעט פאר זיי.
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
זאנוויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאנוויל »

צייטליך דיין באריכט האט מיך אויפגעשוידערט.
שרייב תגובה

צוריק צו “פינאנץ”